א.
אין דער היינטיקער סדרה איז דאָ אַ פירוש רש”י וואָס בהשקפה ראשונה זעט אויס,
אַז רש”י האָט מעתיק געווען דעם פירוש
(כמעט אות באות)
פון גמרא,
אָבער לאחרי העיון
(ובפרט בדיוק לשון רש”י)
זעט מען,
אַז רש”י האָט דערביי גאָר אַן אַנדער כוונה.
אויפן פסוק 1
„הארץ אשר אתה שוכב עלי׳ לך אתננה ולזרעך" זאָגן חז”ל
(אין גמרא 2 )
: הארץ אשר אתה שוכב עלי׳ וגו׳ מאי רבותי׳
(וכי 3
ארבע אמות משכבו הבטיחו לתת לבניו 4
— רש”י),
אמר רבי יצחק מלמד שקפלה הקב”ה לכל א”י והניחה תחת יעקב אבינו
(כדי 5 )
שתהא נוחה ליכבש לבניו
(כד׳ אמות של משכבו 3
— רש”י).
רש”י בפירושו על התורה שטעלט זיך אויף די ווערטער „שוכב עלי׳” און איז מפרש: קיפל הקב”ה כל א”י תחתיו רמז לו שתהא נוחה ליכבש לבניו.
לערנען מפרשים 6 ,
אַז רש”י איז דאָ אויסן די זעלבע שאלה ווי אין גמרא — „מאי רבותי׳” — און ער פאַרענטפערט
(ווי אין גמרא),
אַז „קיפל הקב”ה כל א”י תחתיו”,
און דער חידוש
(„רבותי׳”)
פון דער הבטחה איז — „שתהא נוחה ליכבש
לבניו”
(פּונקט ווי ס׳איז גרינג צו כובש זיין „ד׳ אמות של משכבו”).
מען דאַרף אָבער פאַרשטיין:
א)
וויבאַלד אַז אפילו בפירושו לש"ס דאַרף רש”י מוסיף זיין די הסברה
(אויף לשון הגמרא „שתהא נוחה ליכבש לבניו”)
„כד׳ אמות של משכבו”,
איז דאָך כ”ש אַז ער האָט געדאַרפט מוסיף זיין אָט די ווערטער
(והסברה)
אין זיין פירוש לתורה
(וואָס איז געשריבן געוואָרן,
כמדובר כמ”פ,
(אויך)
פאַר אַ בן חמש למקרא ) 7 ?
ב)
אויב די שוועריקייט אין פסוק איז „מאי רבותי׳”
(ווי קען מען זאָגן אַז דער אויבערשטער האָט אים מבטיח געווען בלויז „ד׳ אמות” פון דעם ארץ)
— איז ניט גלאַטיק: רש”י האָט געדאַרפט מעתיק זיין פון פסוק אויך די ווערטער „ הארץ אשר אתה
(שוכב עלי׳)
” 8 ,
וואָרום די שוועריקייט איז דאָך ניט אין די ווערטער „שוכב עלי׳” פאַר זיך,
נאָר אין דעם,
וואָס דער שטח הארץ „אשר אתה שוכב עלי׳” איז גאָר קליין
(ד׳ אמות)?
פון דעם איז מובן,
אַז
(לויט פשוטו של מקרא — ובמילא)
ביי רש”י׳ן איז ניט שווער די שאלה פון גמרא „מאי
רבותי׳”,
נאָר ער באַוואָרנט בלויז
(אַ שוועריקייט אין)
די ווערטער „שוכב עלי׳” אַליין; ועד”ז דאָס וואָס „שתהא נוחה ליכבש לבניו” ווייס מען
(ניט פון דעם גודל שטח „ הארץ אשר אתה שוכב עלי׳”,
נאָר)
פון די ווערטער „שוכב עלי׳” גופא.
ב.
אין דעם עצם הפירוש „רמז לו שתהא נוחה ליכבש לבניו” דאַרף מען פאַרשטיין:
אין גמרא איז דער לשון „קפלה הקב”ה כו׳
(כדי)
שתהא נוחה ליכבש לבניו”,
אָבער רש”י איז
(משנה ו)
מוסיף: „ רמז לו 9
שתהא נוחה כו׳”; וואָס אין פשטות איז דער חילוק ביניהם: „
( כדי )
שתהא נוחה ליכבש לבניו” מיינט,
אַז דאָס וואָס „קפלה הקב”ה כו׳” האָט אויפגעטאָן אַז עס זאָל זיין „נוחה ליכבש כו׳”; משא”כ „רמז לו שתהא כו׳” מיינט נאָר,
אַז דער אויבערשטער האָט מרמז געווען מגלה געווען יעקב׳ן אַ זאַך וואָס וועט פּאַסירן לאחר זמן,
אַז דער כיבוש הארץ וועט זיין „נוחה”.
דאַרף מען פאַרשטיין: פאַרוואָס איז רש”י משנה פון גמרא?
ולכאורה,
אדרבה : בשלמא לויט דער גמרא — אַז „קפלה הקב”ה כו׳” האָט אויפגעטאָן „שתהא נוחה כו׳” — איז פאַרשטאַנדיק די נויטיקייט אין דעם נס הקיפול; אויב אָבער צוליב געבן יעקב׳ן אַ רמז על העתיד איז דאָס
(הודעת עתידות),
ווי דערציילט פריער באַ אברהם׳ן — דורך
דיבור וכיו"ב 10 .
דאַרף׳ן דען אַ נס און אַזאַ גרויסן נס
(וואָס האָט ניט קיין אחיזה אין טבע),
צו „צוזאַמענלייגן” גאַנץ א"י אונטער
(די ד׳ אמות של)
יעקב 11 ?
!
ג.
לכאורה קען מען ענטפערן: ע”ד הפשט איז שווער צו זאָגן,
אַז דאָס וואָס „קיפל הקב”ה כו׳ תחתיו”
(פון יעקב׳ן ),
זאָל אויפטאָן די פעולה פון „נוחה ליכבש לבניו "
( כו"כ דורות לאח”ז) 12
— דערפאַר לערנט רש”י אַז דאָס איז געוועז בלויז אַ רמז.
עס בלייבט אָבער די שאלה — הודעת עתידות איז דאָך ע”י דיבור; ולא עביד הקב”ה ניסא למגנא* 12 .
אויך איז ניט פאַרשטאַנדיק: דער תוכן הפירוש „קיפל הקב”ה כו’“ ברענגט זיך
אויך אין מדרש 13 ,
נאָר דאָרט איז דער אויספיר
(ניט „שתהא נוחה ליכבש לבניו”,
נאָר)
„כאינש דאמר מן תחות רישא דידך” — דערמיט האָט דער אויבערשטער געגעבן יעקב׳ן בעלות אויף א”י 14 .
היינט פאַרוואָס לערנט רש”י,
אַז דער „קיפל הקב”ה כו'” איז געווען אַ רמז „שתהא נוחה ליכבש לבניו ” וקשה כנ”ל — און לערנט ניט
(כפירוש המדרש)
אַז דאָס איז געווען צו באַווייזן די בעלות פון יעקב׳ן גופא אויף א”י
(„מן תחות רישא דידך ”)?
ד.
די תמי׳ אין דעם איז נאָך שטאַרקער: אויך בנוגע אברהם׳ן זאָגט די גמרא 15 ,
אַז דער טעם הציווי 16
„קום התהלך בארץ לארכה ולרחבה כי לך אתננה” איז „כדי שיהא נוח לכבוש לפני בניו” — אָבער דאָרט ברענגט עס רש”י ניט אַראָפּ.
איז משמע,
אַז דער ענין פון „נוחה ליכבש לבניו” דורך פעולת האב איז שווער צו זאָגן אין דרך הפשט 17
— און דער מכוון פון „קום התהלך בארץ” איז בפשטות
(ביז אַז רש"י דאַרף עס גאָרניט אָפּטייטשן בפירוש),
אַז אברהם זאָל טאָן אַ פעולה — אַרומגיין וואו און ווי ער וויל און קיינער שטערט עם ניט,
מעשה בעה”ב — וואָס באַווייזט זיין בעלות אויף ארץ ישראל
(וכדלקמן סעיף ז)
—
היינט פאַרוואָס לערנט רש”י אַז דער „קיפל הקב”ה כו’” ביי יעקב׳ן איז
(ניט געווען אַלס באַווייז פון זיין בעלות אויף
א”י
(כפירוש המדרש),
נאָר)
„רמז לו שתהא נוחה ליכבש לבניו " 18 ?
ה.
דער ביאור אין דעם:
אין פשוטו של מקרא איז מלכתחילה ניטאָ קיין אָרט אויף דער שאלה
(פון גמרא)
„מאי רבותי'” — ווייל די ווערטער „אשר אתה שוכב עלי'”
(מיינען ניט דעם שטח מצומצם אויף וועלכן יעקב איז געלעגן,
נאָר הארץ — די לאַנד ,
זיי)
טייטשן אָפּ דעם וואָרט „הארץ” — בה”א הידיעה: וועגן וועלכער לאַנד איז דער מדובר — דאָס לאַנד אויף וועלכער דו ליגסט — „לך אתננה ולזרעך” 19 .
דערפאַר שטעלט זיך ניט רש”י
(אויך)
אויף דעם וואָס עס שטייט
( פריער 20 )
ביי אברהם׳ן „כי את כל הארץ אשר אתה רואה לך אתננה גו'” — דלכאורה תמוה ע”ד הנ”ל 21
: אַ מענטש קען דאָך זען בלויז אַ שטח מצומצם 22
(פון א”י 23 ),
ובפרט אַז זי איז אַן ארץ הרים ובקעות 24
— טאָ וואָס איז די כוונה פון דער
הבטחה אַז „הארץ אשר אתה רואה לך אתננה” 25 ?
און אפילו אַז מ׳זאָל זאָגן,
אַז אברהם איז דאַן געשטאַנען אויף אַ הויכן באַרג 26
און האָט געקענט זען אַ שטח גדול ביותר
(„צפונה ונגבה וקדמה וימה" 27 )
— איז אָבער נאָך אַלץ אַ דוחק גדול צו זאָגן,
אַז ער האָט פון דאָרט געקענט זען גאַנץ א”י לגבולותי׳ —
נאָר ע”ד הפשט איז עס מעיקרא קיין קשיא ניט.
ווייל „הארץ אשר אתה רואה” מיינט ניט צו מגביל זיין דעם שטח הארץ וועלכע אתננה אַז עס וועט געגעבן ווערן נאָר וויפל ער זעט,
נאָר עס איז בלויז אַ סימן וועלכע לאַנד
(ארץ)
מ׳וועט אים געבן — דעם לאַנד וואָס דו זעסט
(בכללות)
פאַר זיך.
ו.
די שאלה אין פסוק,
וואָס רש”י איז דאָ אויסן צו באַוואָרענען,
איז: צו וואָס האָט דער אויבערשטער בכלל געדאַרפט צוגעבן
(די ווערטער „שוכב עלי׳” ווי)
אַ סימן אויף ארץ ישראל — עס וואָלט דאָך געווען גענוג ווען ער זאָגט
(ווי עס שטייט בכ"מ 28 )
„הארץ הזאת לך אתננה גו׳” 29 ?
בשלמא ביי אברהם׳ן איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו אים „שא נא עיניך גו׳ הארץ אשר אתה רואה גו׳”,
כרגיל באַווייזן אַ מתנה וואָס מ׳גייט געבן,
האָבן הכרה אין דער זאַך וואָס מ׳גיט אים;
אָבער וואָס גיט צו — „אשר אתה שוכב עלי'”?
דעריבער לערנט רש”י: „קיפל הקב”ה כל א”י תחתיו " — מיט זאָגן „הארץ אשר אתה שוכב עלי'” איז דער אויבערשטער געווען אויסן צו געבן אַ סימן
(ניט אויפן ארץ — ווי עס איז געווען באַ „אשר אתה רואה " פון אברהם׳ן — נאָר)
אויף יעקב׳ס בעלות אויפן ארץ 30
— בדוגמא צו „קום התהלך בארץ” פון אברהם
(כנ”ל סעיף ד).
ז.
דאָס איז אָבער נאָך ניט מספיק,
ווייל:
דער טעם
(לויט דרך הפשט )
פאַרוואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט אברהם׳ן „קום התהלך בארץ”,
איז ניט ווייל דערמיט ווערט שטאַרקער די הבטחה פון דעם אויבערשטן
(„לך אתננה ולזרעך”)
— ע”ד הדרוש כו׳ איז דאָ אַ חילוק צווישן דעם אויבערשטנ׳ס הבטחה ווי זי איז נאָר בכח,
און ווי זי איז פאַרבונדן מיט אַ „פועל” 31 .
אָבער ע”ד הפשט ,
איז ווען דער אויבערשטער איז מבטיח,
פעלט ניט אין דעם אַז מ׳זאָל עס דאַרפן פאַרבינדן מיט אַ „פועל” 32
—
נאָר דאָס איז צוליב אברהם׳ן : די הבטחה פון דעם אויבערשטן „כי לך אתננה” זאָל ביי אים דערפילט ווערן אין אַזאַ אופן אויף צו פירן זיך שוין ווי אַ בעה"ב אין לאַנד,
כאילו ווי עס איז שוין געוואָרן זיין לאַנד 33
— ער גייט אַרום אין א"י „לארכה ולרחבה" פרייערהייט,
ווי אין אַן אייגענעם לאַנד.
משא”כ בנדו”ד
(ביי יעקב׳ן),
האָט דער אויבערשטער מקפל געווען „כל א”י תחתיו”,
און יעקב האָט דערביי גאָרניט געטאָן צו ווייזן זיין בעלות,
קיינער האָט עס ניט געזען
(געוואוסט דערפון)
;
[און נאָך מער: דאָס גופא איז ניט געווען אין אַן אופן אַז דער אויבערשטער האָט געזאָגט „שכוב עלי׳” — נאָר „וישכב”
(יעקב האָט זיך געלייגט מעצמו),
און נאָך דעם אַז עס איז שוין דאָ „תחתיו” איז „קיפל הקב”ה כו׳” און דערנאָך „ויחלום גו׳” און האָט אים געזאָגט „הארץ אשר אתה שוכב עלי׳ לך אתננה גו׳”].
איז וואָס האָט זיך דאָ אויפגעטאָן
(לגבי יעקב׳ן )
מיט דעם וואָס „קיפל הקב”ה כל ארץ ישראל תחתיו” 34 ?
ח.
אויף דעם איז רש”י ממשיך „רמז לו שתהא נוחה ליכבש לבניו”: דאָס וואָס
דער אויבערשטער האָט געגעבן יעקב׳ן בעלות אויף א”י בלויז דורך זיין „שוכב עלי׳” — ניט ווי ביי אברהם׳ן וואו ס׳איז געווען „ קום התהלך בארץ” — איז דער חידוש אין דער הבטחה ליעקב לגבי דער הבטחה צו אברהם׳ן 34
:
אין דער הבטחה צו יעקב׳ן איז געווען דער אויפטו,
אַז דער כיבוש הארץ דורך בניו וועט אָנקומען גרינג ,
אָן קיין טירחא,
דער סימן אויף זיין בעלות אויף א”י איז אין אַן אופן אַז ער דאַרף דערביי גאָרניט טאָן — ער ליגט על הארץ
(„שוכב עלי׳”)
און באַקומט דעם ארץ פון אויבערשטן
(„קיפל הקב"ה כל ארץ ישראל תחתיו”).
ולהעיר: דאָ זעט מען ווי דוקא דער לימוד בדרך הפשט ברענגט אַרויס אַ חידוש נפלא — לגבי דרשת חז"ל בגמרא:
לויט דער גמרא קומט אויס,
אַז דער „נוחה ליכבש לבניו” איז פאַרבונדן מיט אַ פעולה
(וטירחא)
פון „בניו”,
עכ”פ ווי די טירחא וואָס מ׳דאַרף האָבן ביים כובש זיין ד׳ אמות;
טוט אויף רש”י בפירושו על התורה,
אַז אויך די טירחא מועטת וועלן די אידן ניט דאַרפן אָנווענדן ביים כיבוש — עס וועט ביי זיי זיין אין אַן אופן פון „ שוכב עלי' ” און נאָך פון פריער,
און דער אויבערשטער וועט אַלץ אָפּטאָן,
ע”ד ווי חזקי׳ המלך האָט געזאָגט „אני ישן על מטתי ואתה עושה” 35 .
אין פּשוט׳ע ווערטער: עס איז גענוג אַז אידן זיינען „שוכב עלי׳” — און אַלע אומות העולם
(וועמען מ׳דאַרף כובש זיין)
זיינען מודה אַז כל ארץ ישראל — גאַנץ א"י לגבולותי׳ איז נחלת עולם פון
עם ישראל,
אידן האָבן גאַנץ א”י אָן קיין שום מלחמה כו׳ 36 .
ט.
דער ביאור בזה בפנימיות הענינים,
יש לומר:
ס׳איז ידוע וואָס דער מיטעלער רבי — דער בעל הגאולה והשמחה פון יו”ד כסלו 37
— איז מבאר במאמרו הידוע „אתה אחד” 38 ,
אַז אין די ד׳ אמות פון אַ מענטשן איז מאיר בחי׳ יחידה שבנפש.
וואָרום דאָס איז אַזאַ הויכער מקיף,
וואָס קען ניט שורה זיין על הגוף אפילו בבחי׳ מקיף,
און דערפאַר איז דאָס זיך מתפשט אין די ד׳ אמות של האדם,
וואָס דאָס איז מקומו.
און דאָס איז וואָס „קיפל הקב”ה כל ארץ ישראל תחתיו” — די ד׳ אמות של יעקב — וואָס דערמיט האָט ער פאַרבונדן די בעלות אויף א”י מיט בחי׳ יחידה פון יעקב,
ובדרך ממילא — מיט בחי׳ יחידה של כל אחד ואחת מישראל
(וואָרום אַלע נשמות זיינען „בניו”,
כלול
(און נעמען זיך)
פון נשמת יעקב 39 ).
און דאָס איז אויך דער טעם וואָס דאָס האָט אויפגעטאָן „שתהא נוחה ליכבש לבניו”,
ביז אַז ביי אידן וועט עס זיין אין אַן אופן פון „שוכב עלי׳” און אַלץ וועט זיך אָפּטאָן מלמעלה,
כנ”ל — ווייל אין בחי׳ יחידה איז ניט שייך קיין מנגד 40 ,
און דערפאַר ווערט פון דאָרט אויפ־
געטאָן דער בירור בדרך ממילא ומאליו,
אָן מלחמה,
אין אַן אופן פון שלום 41 .
יו”ד.
נאָך אַן ענין נפלא,
וואָס קומט צו אין פירוש רש”י על התורה לגבי דרשת חז”ל בגמרא:
אין גמרא שטייט,
אַז דאָס וואָס „קפלה הקב”ה כו׳” איז געווען דער טעם על זה „
(כדי)
שתהא נוחה ליכבש לבניו " — אַז דער אויבערשטער האָט דורך דעם אַריינגעגעבן אַ כח אין א”י,
אַז לאחרי זמן און אויב אידן וועלן גיין איר אייננעמען,
וועט דער כיבוש דאַמאָלס אָנקומען גרינג און אַז לך אתננה ולזרעך — דער אויבערשטער וועט עס געבן.
אָבער אַז אידן וועלן גיין אייננעמען
(אין אַן אופן פון „נוחה כו׳”)
איז ניט געזאָגט געוואָרן.
— היינט זעט מען,
ליידער,
אַז עס זיינען פאַראַן אַזעלכע אידן ר”ל וואָס מ׳דאַרף מיט זיי איינטענה׳ן אַז גאַנץ א”י לגבולותי׳ געהערט צום אידישן פאָלק אַלס אַ נחלת עולם.
רש”י הויבט אָן פירושו על התורה 42 ,
אַז
(בלויז)
אומות העולם וועלן קומען צו גיין טענה׳ן „לסטים אתם כו'”; און נאָך מער: וויבאַלד אַז תורת אמת זאָגט וואָס מ׳דאַרף זיי ענטפערן
(„כל הארץ של הקב”ה ..
ברצונו נטלה מהם ונתנה לנו”),
איז פאַרשטאַנדיק,
אַז אויב נאָר מ׳זאָגט דעם ענטפער צו די אוה”ע ווי מ׳דאַרף איבערגעבן דעם אויבערשטן׳ס רייד און שליחות,
מיטן ריכטיקן תוקף
(אַז זיי זאָלן פילן אַז דאָס זיינען דברים היוצאים מן הלב),
וועט דאָס לגמרי מבטל זיין דעם ערעור פון די אומות העולם,
קומען צו גיין אידן ר”ל און טענה׳ן קאַפּויר וכו׳ —
איז רש”י מבאר ומפרט ומוסיף בפירושו על התורה
(אויף לשון הגמרא)
„ רמז לו שתהא נוחה ליכבש לבניו”,
דער אויבערשטער האָט מרמז געווען צו יעקב׳ן
(און דורך עם אויך „לבניו”),
וואָס דאָס גופא איז אַ התעוררות ונתינת כח ותביעה כובש זיין — וואָרום די גאַנצע בריאה איז מיוסד אויף „כל מה שברא הקב”ה בעולמו לא ברא דבר אחד לבטלה” 43 ,
עאכו”כ ווען השם איז עם מרמז אַז ער
(השם)
האָט געטאָן ניט „דבר אחד” סתם,
נאָר אַ נס גדול כו’.
ועוד י”ל אַז לויט פרש”י איז דער פירוש „ שתהא כו׳” — אַז עס וועט זיין,
דער אויבערשטער האָט מרמז געווען צו יעקב׳ן אַ מציאות ,
אַז „בניו” וועלן אייננעמען ארץ ישראל גרינגערהייט,
וואָרום „ הבטיחה תורה שסוף ישראל לעשות תשובה בסוף גלותן” 44 ,
כולל אויך — אַז אַלע אידן וועלן שטיין נאָך „בגלותן” מיטן אמת׳ן תוקף אויף אָנהאַלטן גאַנץ ארץ ישראל לגבולותי׳ 45 ,
און עס וועט זיין „ ומיד הן נגאלין” 44 ,
ע”י משיח צדקנו,
במהרה בימינו ממש.
(משיחת מוצאי ש"ק פ׳ ויצא תשל"ט)