א.
באַ דער ברכה וואָס יצחק האָט געבענטשט יעקב׳ן ווען ער האָט אים געשיקט קיין פדן ארם,
שטייט אין פסוק 1
„ויתן לך את ברכת אברהם”.
איז רש”י מעתיק די ווערטער „את ברכת אברהם” און איז מפרש: „שאמר לו 2
ואעשך לגוי גדול 3
והתברכו בזרעך 4 ,
יהיו אותן ברכות כו׳”
(כדלקמן ס”ד).
איז דאָ ניט פאַרשטאַנדיק:
א)
דער פסוק דאָ איז אַליין ממשיך ומפרש וואָס ברכת אברהם איז — „לרשתך את ארץ מגוריך" 5
— היינט
(א)
פאַרוואָס דאַרף דאָ רש”י בכלל זיך אָפּשטעלן און מפרש זיין?
און
(ב)
נאָכמער: רש"י איז גאָר מפרש,
אַז מיט ברכת אברהם ווערן געמיינט אַנדערע ברכות
(„ואעשך לגוי גדול והתברכו בזרעך”),
ניט די ברכה וואָס שטייט דאָ מפורש אין פסוק 6 ?
ב)
אפילו אויב מאיזה טעם שיהי׳ האָט
רש”י אַ הכרח אַז דער פסוק מיינט דאָ נאָך ברכות — פון וואַנען איז די ראי׳ אַז דאָס זיינען דווקא די צוויי ברכות „ואעשך לגוי גדול והתברכו בזרעך” 7 ?
נוסף לזה: דעם ענין און תוכן פון „ואעשך לגוי גדול” 8
געפינט מען בברכות אברהם בלשונות פון מער הדגשה אין ריבוי מופלג — ולדוגמא וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו אברהם׳ען : „ושמתי את זרעך כעפר הארץ גו׳” 9 ,
„הרבה ארבה את זרעך ככוכבי השמים גו׳” 10 .
[און ס׳איז שווער צו פאַרענטפערן אַז די ברכות „..
כעפר הארץ” אָדער „..
ככוכבי השמים” זיינען נאָר אַ תיאור בפרטי הכמות פון דער ברכה „ואעשך
לגוי גדול” וואָס איז די עיקר ועצם הברכה — און רש”י ברענגט דעם כלל ועיקר הברכה און ניט די פרטים —
ווייל
(א)
ס׳איז כלל ניט גלאַטיק,
ווייל פון דעם גופא וואָס די הבטחות „ושמתי גו׳ כעפר הארץ” און „ארבה גו׳ ככוכבי השמים גו׳” — האָט דער אויבערשטער אויסגעטיילט אַלס באַזונדערע ברכות,
איז מוכח אַז אין זיי איז דאָ אַ הוספה מיוחדת אויף דער ברכה „ואעשך לגוי גדול”
(ווי ס׳איז מובן אויך בפשטות,
אַז מיט „גוי גדול” קען מען מיינען אויך אַזאַ ריבוי וואָס איז קלענער און קען אפילו ניט פאַרגליכן ווערן צו „עפר הארץ” אָדער „כוכבי השמים”).
ועוד ועיקר
(ב)
אויך ביי ישמעאל איז געזאָגט געוואָרן די ברכה פון „גוי גדול” 11
—
און עפ”ז יומתק דער הכרח פון די ברכות „כעפר הארץ” און „כוכבי השמים” — אַ ברכה נוספת ומיוחדת 12 ,
ווייל דאָס איז נאָר פאַר בני אברהם יצחק ויעקב].
ג)
נאָך מער תמי׳: לכאורה איז גאָר דאָ אַ הכרח צו זאָגן אַז דער פסוק דאָ מיינט בדוקא ניט די צוויי ברכות,
וואָרום די ברכות זיינען אויך געזאָגט געוואָרן
(פריער)
צו יצחק׳ן 13
: „והרביתי את זרעך ככוכבי השמים גו׳ והתברכו בזרעך כל גויי הארץ” — איז פאַרוואָס האָט יצחק געדאַרפט בענטשן יעקב׳ן מיט ברכת אברהם ,
בעת אַז ער איז געבענטשט געוואָרן מיט די זעלבע ברכות?
ס׳איז דאָך מער מתאים ווען
יצחק זאָגט אַז ער גיט יעקב׳ן די ברכות וואָס ער גופא האָט זיי באַקומען 14 .
ב.
בנוגע דעם וואָס רש”י לערנט אַז „ברכת אברהם" מיינט ניט ירושת הארץ,
זאָגן מפרשים 15
אַז דער טעם דערפון איז ווייל ירושת הארץ „מתנה היא ולא ברכה”.
[ויש להוסיף בזה 16
(פאַרוואָס רש”י וויל ניט לערנען אַז „את ברכת אברהם" מיינט דעם המשך הכתוב „לרשתך את ארץ מגוריך”),
ווייל דער פסוק גופא איז דאָך מסיים „אשר נתן אלקים לאברהם”,
ד.
ה.
דער אויבערשטער האָט שוין אָפּגעגעבן צו אברהם׳ען.
ובמילא איז ניט מתאים צו זאָגן „ ויתן לך את ברכת אברהם ”,
בשעת אַז אויך באַ אברהם איז שוין דאָס געווען
(ניט קיין ברכה אויף להבא,
נאָר)
אַ נתינה בפועל — בעבר].
עס פאָדערט זיך אָבער ביאור: כשם ווי מ׳לערנט ביי „ואעשך לגוי גדול”
(וואָס דער אויבערשטער האָט צוגעזאָגט אברהם׳ן),
אַז דאָס איז געווען יצחק׳ס ברכה צו יעקב׳ן,
מיינענדיק דערמיט אַז די הבטחה זאָל נתקיים ווערן ביי יעקב ובניו — קען מען דאָך אַזוי לערנען אויך בנוגע ירושת הארץ: וויבאַלד אַז לפועל איז
(לפי פשש"מ )
די לאַנד נאָך ניט אָפּגעגעבן געוואָרן צו אברהם׳ען,
ס׳איז נאָר וואָס „אמירתו של הקב”ה כאילו היא עשוי׳” 17 ,
איז די
ברכה 18
— אַז דעם אויבערשטנ׳ס הבטחת הנתינה פון א”י צו אברהם׳ען זאָל אויסגעפירט ווערן בפועל ביי יעקב ובניו,
אַז זיי זאָלן זיין די וואָס וועלן ירש׳נען א”י בפועל 19 .
[און אויב דער הכרח וואָלט געווען
(בלויז)
פון המשך הכתוב,
וואָלט רש”י מעתיק געווען ניט נאָר די ווערטער „את ברכת אברהם”,
נאָר אויך דער המשך הכתוב* 19
; אָדער עכ”פ מרמז געווען אויף זיי מיט צוגעבן „וגו׳”].
ג.
לכאורה וואָלט מען געקענט זאָגן אַז מיט „ואעשך לגוי גדול והתברכו בזרעך" וואָס רש”י ברענגט,
ווערן ניט געמיינט דוקא די צוויי ברכות,
נאָר זיי זיינען כולל אַלע ברכות וואָס דער אויבערשטער האָט געבענטשט אברהם׳ען
(וועלכע שטייען צווישן די צוויי — „ואעשך לגוי גדול” איז די ערשטע ברכה פון דעם אויבערשטן צו אברהם׳ען און „והתברכו בזרעך” — די לעצטע).
עס איז אָבער מובן דער דוחק שבזה א)
רש”י וואָלט געדאַרפט לכל הפחות מרמז זיין אַז ער מיינט אויך אַלע ברכות אינצווישן; ועוד ועיקר ב)
רש”י פירט אויס
(כדלקמן)
„ממך יצא אותו הגוי ואותו הזרע המבורך”,
וואָס דערפון איז מובן,
אַז ער מיינט דוקא די צוויי ברכות 20 .
ד.
ווייטער איז רש”י ממשיך: „יהיו אותן ברכות האמורות 21
בשבילך,
ממך יצא אותו הגוי ואותו הזרע המבורך” 22 .
איז אינגאַנצן ניט פאַרשטאַנדיק — וואָס גיט צו די אריכות הלשון?
ס׳איז פשוטו של מקרא בפשטות אַז די ברכות „ואעשך לגוי גדול והתברכו בזרעך” וואָס רש”י ברענגט אַלס „ברכת אברהם”,
באַציען זיך צו „ויתן לך” — ליעקב?
[בדוחק קען מען זאָגן אַז דאָס וואָס רש”י זאָגט „יהיו אותן ברכות האמורות בשבילך ”
(ווי מפרשים 23
זיינען מסביר כוונת רש”י),
אַז „ויתן לך את ברכת אברהם” מיינט אַז ער גיט די ברכות אָפּ יעקב׳ן,
ניט אַז יעקב זאָל געבענטשט ווערן מיט ברכות וועלכע זיינען ענליכע צו ברכת אברהם,
וואָס דעמאָלט קענען די ברכות
(ברכת אברהם)
אַוועקגעגעבן ווערן צו אַן אַנדערן.
אָבער דער המשך וסיום הלשון „ממך יצא אותו הגוי ואותו הזרע המבורך” איז בלויז אַ כפל,
וואָס איז שוין מובן פון „יהיו אותן ברכות האמורות בשבילך”]
אויך דאַרף מען פאַרשטיין: וויבאַלד רש”י איז מפרש די ווערטער „ברכת אברהם”,
פאַרוואָס איז ער מעתיק פון פסוק אויך דעם וואָרט „את” 24 .
ה.
דער ביאור בכל זה:
די שוועריקייט וואָס רש”י באַוואָרנט אין פסוק איז:
ווען די תורה דערציילט וועגן אַ ברכה וואָס עמעצער האָט באַקומען,
שטייט בדרך כלל דערביי די סיבה וטעם אויף דעם,
אָדער דאָס איז מובן מעצמו.
אַזוי ווי מ׳געפינט ביי דער פריערדיקער ברכה וואָס יצחק האָט געגעבן,
אַז יצחק האָט געזאָגט 25
„הנה נא זקנתי וגו׳ עשה לי מטעמים וגו׳ בעבור תברכך נפשי בטרם אמות”; עד”ז ביי די ברכות וואָס דער אויבערשטער האָט געבענטשט יצחק׳ן ווען ער האָט געזאָגט 26
„גור בארץ הזאת”,
אַז דאָס איז צוליב דעם וואָס „הי׳ דעתו
(של יצחק)
לרדת למצרים כו׳” 27 .
עד”ז ביי די ברכות וואָס נאָך דער עקידה,
וואו עס שטייט 28
אַז דאָס איז „עקב אשר שמעת בקולי” וכיו”ב בכ”מ.
בנדו”ד אָבער איז אין פסוק ניט אָנגעדייטעט — און ס׳איז אויך ניט מובן מעצמו — צוליב וועלכן טעם האָט יצחק איצט געבענטשט יעקב׳ן 29 .
בשלמא די ברכה „וא־ל שד־י יברך אותך ויפרך וירבך והיית לקהל עמים”,
קען מען פאַרשטיין: היות אַז יצחק האָט יעקב’ן געשיקט צו טאָן אַ שידוך,
האָט ער דערפאַר אים געבענטשט אַז „וא־ל שד־י יברך אותך ויפרך וירבך גו׳” 30
; וואָס פאַר אַ שייכות האָט אָבער דערמיט דער המשך „ויתן לך את ברכת אברהם לך ולזרעך אתך לרשתך את ארץ מגוריך”?
[אויב „ברכת אברהם” מיינט ירושת הארץ,
באַלאַנגט דאָס גאָר צו דער פריערדיקער ברכה פון „ויתן לך האלקים גו׳ משמני הארץ גו׳” 31
(וואָס דאָס איז געווען די ברכה פון יצחק׳ן צו יעקב׳ן „בטרם אמות” 32 )].
ו.
דעריבער איז רש”י מפרש אַז אויך „ברכת אברהם” איז אַ ברכה וואָס איז בשייכות צום שידוך,
ווייל דערמיט ווערט געמיינט די ברכה „ואעשך לגוי גדול והתברכו בזרעך”
(וועלכע זיינען
אַ המשך ופירוט פון דער פריערדיקער ברכה „וא־ל שד־י יברך אותך ויפרך וירבך גו׳”),
אַ המשך ופירוט פון — „וקח לך משם אשה”
— האָבן אַ סך קינדער
(„ואעשך לגוי גדול”) 33
און אַז זיי זאָלן זיין אַזוינע קינדער וואָס „והתברכו בזרעך”.
ער איז אָבער מדייק צוצוגעבן דעם לשון „את ברכת אברהם”,
ווייל דאָ איז נויטיק ניט סתם אַ ברכה בשייכות צו אַ שידוך
(„ויפרך וירבך”),
און
(אויך)
ניט סתם אַ ברכה וואָס איז געגעבן געוואָרן צו אברהם׳ען,
נאָר די ברכה המיוחדת וואָס איז געווען נוגע אברהם׳ען ביחוד
(און דערפאַר איז רש”י אויך מעתיק דעם וואָרט „ את ”)
:
יעקב האָט געדאַרפט גיין אין וועג אַריין
(„קום לך פדנה ארם”)
און מ׳ווייס שוין פון פריער אַז „דרך” איז „ממעטת פרי׳ ורבי׳” און „ממעטת את השם" 34 ,
דעריבער האָט יצחק מוסיף געווען: „ויתן לך את ברכת אברהם ”,
די ברכה „ואעשך לגוי גדול" איז אברהם׳ען געגעבן געוואָרן במיוחד צוליב דעם
(„ לך לך מארצך”)
וואָס איז ממעט פו”ר 35 ,
ווי רש”י איז דאָרט מפרש.
ועד”ז אויך ביי דער ברכה „והתברכו בזרעך”,
דער „דרך" זאָל ניט גורם זיין המעטת השם פון זיינע בנים
[משא"כ די ברכות וואָס זיינען נוגע אים
(יעקב׳ן)
אַליין,
אויך די ברכה אַז זיין שם זאָל ניט נתמעט ווערן 36 ,
זיינען נכלל אין דער ברכה וואָס יצחק האָט אים געגעבן פריער 37 ].
ז.
עס איז אָבער די שאלה: וואָס איז יצחק׳ס כוונה אין בענטשן יעקב׳ן מיט די ברכות מיוחדות פון „ברכת אברהם”,
די ברכות זיינען לכאורה ניט מקויים געוואָרן באַ אברהם׳ען גופא?
[אין הכי נמי אַז די כונת הברכות איז אויף לעתיד ודורות שלאח”ז,
וויבאַלד אָבער אַז די ברכה איז געגעבן געוואָרן לאברהם ווייל זיין „דרך” איז „ממעטת פו"ר”,
באַציט זיך די ברכה צו דער פו"ר פון אברהם עצמו — און דאָס זעט מען לכאורה ניט]
וואָרום באַ אברהם איז געבאָרן געוואָרן נאָר איין זון פון שרה — יצחק,
וואָס דוקא „ביצחק יקרא לך זרע” 38
(משא”כ ישמעאל ובני קטורה) 39 .
היינט ווי קען מען זאָגן אַז אין דער הולדה פון איין זון
(יצחק)
האָט זיך אויסגעדריקט די ברכה פון פו”ר וואָס האָט באַוואָרנט דעם מיעוט פון פו”ר דורך דרך?
ועד”ז בנוגע דער ברכה „והתברכו
בזרעך” — מען געפינט ניט לכאורה אַז דאָס זאָל מקויים ווערן באַ בני אברהם עצמו; ואדרבה,
(לבד זה וואָס דוקא ביצחק יקרא לך זרע,
כנ”ל),
נאָך איידער יצחק איז געבאָרן געוואָרן איז וועגן ישמעאל געזאָגט געוואָרן 40
„והוא יהי׳ פרא אדם ידו בכל ויד כל בו” — „הכל שונאין אותו ומתגרין בו ”].
דעריבער איז רש”י ממשיך „יהיו אותן ברכות האמורות בשבילך”: די ברכות וועלכע זיינען געזאָגט געוואָרן לאברהם,
זיי עצמן וועלן זיין צוליב יעקב 41
— דוקא באַ אים וועלן זיי נתקיים ווערן בפועל .
און ווי ס׳איז טאַקע געווען בפועל,
אַז באַ יעקב׳ן זיינען געבאָרן געוואָרן די י”ב שבטים 42 ,
וואָס אין דעם גופא איז שוין ניכר די התחלה און יסוד פון אַ גוי גדול — מען זעט פעולת הברכה וועלכע באַוואָרנט ושוללת דעם מיעוט פון פו”ר דורך „דרך”.
ח.
ויש לומר עוד אַז מיט דעם פאַרענטפערט רש”י נאָך אַ שאלה אין פשוטו של מקרא: ווי קומט דאָס אַז יצחק האָט יעקב׳ן אַליין געשיקט „פדנה ארם וגו׳ וקח לך משם אשה" — און האָט זיך ניט נוהג געווען ווי זיין פאָטער אברהם,
וואָס האָט געשיקט אַ שליח און אים אָנגעזאָגט 43
„ולקחת אשה לבני משם” 44 ?
[וואָרום דאָס וואָס יצחק האָט געשיקט
יעקב׳ן איז געווען בלויז מיט דער כוונה צו טאָן דאָרט אַ שידוך — ניט בכדי צו אַנטלויפן פון עשיו,
ווייל דאָס האָט רבקה
(בפשוטו של מקרא)
ניט מגלה געווען צו יצחק 45 ].
מ׳קען ניט מחלק זיין,
אַז יצחק׳ס שידוך האָט געמוזט קומען דורך אַ שליח ווייל יצחק איז געווען אַן עולה תמימה 46
(צוליב דער עקידה)
און האָט דערפאַר ניט געקענט אַרויסגיין פון א”י
(משא”כ יעקב וואָס האָט יע געקענט אַרויסגיין)
— ווייל,
בפשוטו של מקרא ,
איז ניט דאָס געווען דער טעם וסיבה פאַרוואָס אברהם האָט ניט געוואָלט לאָזן יצחק׳ן גיין אַליין אין ארם נהרים 47
; און ערשט שפּעטער איז צו יצחק׳ן נתגלה געוואָרן אַז ער איז אַן „עולה תמימה ואין חוצה לארץ כדאי לך” 48 .
אָט די שאלה 49 ,
פאַרוואָס האָט יצחק יע געשיקט יעקב׳ן „פדנה ארם" ווערט פאַרענטפערט דערמיט וואָס יצחק האָט מוסיף געווען „ויתן לך את ברכת אברהם — ואעשך לגוי גדול והתברכו בזרעך”:
דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט געבענטשט אברהם׳ען „ואעשך לגוי גדול” איז געווען פאַרבונדן מיטן ענין פון „לך לך” 50 ,
צוליב
(און בשכר)
די הליכה בדרך כו׳ 51
— דערפאַר האָט יצחק געשיקט יעקב „קום לך פדנה ארם ביתה בתואל גו׳ וקח לך משם אשה”,
אין זכות פון דער הליכה וועט ער באַקומען די ברכה פון „ואעשך לגוי גדול 52
(והתברכו בזרעך)
”.
ט.
עס ווערט אָבער די שאלה: מ׳געפיגט אַז אויך ישמעאל איז געבענטשט געוואָרן פון דעם אויבערשטן מיט דער זעלבער ברכה 53
: „ברכתי אותו והפריתי אותו והרביתי אותו במאד מאד שנים עשר נשיאים יוליד ונתתיו לגוי גדול " — היינט אין וואָס באַשטייט דער יתרון מיוחד און דער ברכה צו יעקב׳ן?
נאָכמער שווער איז וואָס בנבואת השם איז עשו אַלס „גוי" ווערט פאַרגליכן צו יעקב׳ן — „שני גוים " „שני לאומים ” 54 ?
דעריבער איז רש”י מוסיף „ממך יצא אותו הגוי ואותו הזרע המבורך”.
משא”כ 55
די ברכה בשייכות צו
ישמעאל׳ן,
און אַזוי אויך דאָס וואָס איז געזאָגט געוואָרן וועגן עשיו,
האָבן קיין שייכות ניט צו דער ברכה מיט וועלכער דער אויבערשטער האָט געבענטשט אברהם.
יו”ד.
עפ”ז איז מובן אויך דער המשך וסיום הכתוב: וויבאַלד אַז יעקב גייט אַוועק פון א”י און בויט זיין בית אין חו”ל,
ואדרבה די ברכה פון „גוי גדול” איז ביי אים פאַרבונדן דוקא מיט זיין אַוועקגיין בדרך
(קיין חו"ל),
דאַקעגן עשיו בלייבט אין א"י,
קען מען דעריבער מיינען אַז עשיו בלייבט דער מוחזק אין א”י 56
—
איז יצחק מוסיף „לרשתך את ארץ מגוריך אשר נתן אלקים לאברהם”.
ואדרבה,
וויבאַלד „אותן ברכות האמורות בשבילך ממך יצא אותו הגוי ואותו הזרע המבורך” איז מובן ופשוט אַז דער ארץ „אשר נתן אלקים לאברהם ” געהערט דוקא און נאָר צו יעקב וזרעו אחריו 57 .
זייענדיק „אותו הגוי ואותו הזרע”,
איז בלויז צו זיי געגעבן געוואָרן דער ארץ.
יא.
נאָך אַן ענין אין דער ברכה פון יצחק „יהיו אותן ברכות אמורות בשבילך ממך יצא אותו הגוי ואותו הזרע המבורך" — וואָס איז שייך במיוחד צו דער ברכה „ואעשך לגוי גדול והתברכו בזרעך”:
דער לשון הברכה „ושמתי את זרעך כעפר הארץ גו׳” אָדער „ככוכבי
השמים” „וכחול אשר על שפת הים”
(ועד"ז די תחילת הברכה וואָס יצחק האָט געזאָגט יעקב׳ן דאָ „ויפרך וירבך")
ברענגט אַרויס דעם ריבוי עצום בכמות פון די קינדער וואָס וועלן אַרויסקומקן פון אים,
עס איז אָבער אין דעם ניט ניכר זייער שייכות והתייחסות צו אים,
אַז זיי ווערן אָנגערופן על שמו.
משא”כ די ברכה „ ואעשך לגוי גדול” וואו ס׳איז מודגש,
אַז אַלע ילדים ויוצאי חלציו ווערן נתייחס צו אים,
אַז ער איז דער „גוי גדול” 58 .
ועד”ז בנוגע דער
ברכה „והתברכו בזרעך כל גויי הארץ” אַז דאָס וועט זיין אין אַן אופן אַז מ׳וועט זיך בענטשן מיט זיי אַלס „זרע ך " — דיינע קינדער,
די קינדער פון אברהם .
און דאָס איז געווען ברכת יצחק „ויתן לך את ברכת אברהם — ואעשך לגוי גדול והתברכו בזרעך,
יהיו אותן ברכות האמורות בשבילך ממך יצא אותו הגוי ואותו הזרע המבורך”,
אַז דער „ואעשך לגוי גדול” זאָל זיך אַרויסזאָגן נאָר ביי יעקב׳ן,
און ווי מיר זעען,
אַז כל ישראל ווערן אָנגערופן שבטי ישראל
(בני ישראל)
על שם יעקב; ועד”ז דער והתברכו בזרעך — אַלס קינדער פון יעקב.
(משיחת ש"פ תולדות תשל"א)