א.
בקשר מיט דעם וואָס דער פסוק 1
זאָגט „ויגדלו הנערים” שטייט אין ילקוט שמעוני 2
: „ועשו הי׳ בכלל אלא שקלקל במעשיו”.
דאָס הייסט,
אַז דער טייטש פון „ויגדלו” איז
(ניט נאָר גידול בגשמיות,
אין יאָרן,
נאָר)
— גדלות ברוחניות,
און ווי דער ילקוט זאָגט פאַר דעם „האדם הגדול בענקים 3 ..
הגדול אלו אברהם יצחק ויעקב שנקראו גדולים”.
און דאָס וואָס מ׳געפינט נאָכדעם אַז עשו איז געווען
(ניט קיין „גדול” ברוחניות,
נאָר להיפך)
אַ רשע,
איז ווייל „קלקל במעשיו”.
אויך דער זהר 4
איז מפרש,
אַז „ויגדלו הנערים” מיינט אַ רוחניות׳דיקע גדלות,
וז”ל: „ויגדלו הנערים,
סטרא דאברהם גרים לון לאתגדלא וזכותי׳ סייע לון,
הוא הוה מחנך לון במצות ..
לאסגאה יעקב ועשו” — וואָס דאָס איז נאָך מער במפורש והדגשה ווי לויטן פירוש הנ”ל פון ילקוט:
אין ילקוט קען מען איינטייטשן
(בדוחק עכ”פ),
אַז דער „ויגדלו” וואָס באַציט זיך אויך אויף עשו׳ן,
מיינט ניט גדלות רוחנית בפועל,
נאָר בלויז אַן אפשריות צו זיין אַ גדול ברוחניות,
„אלא שקלקל במעשיו”.
אין זהר אָבער שטייט בפירוש,
אַז דער „ויגדלו” מיינט אַז יעקב ועשו זיינען געוואָרן גדולים
(ברוחניות)
בפועל,
ביז צו עשיית המצות בפועל — „הוא הוה מחנך לון במצות”.
דאַרף מען פאַרשטיין: ווי קען מען זאָגן אַז עשו
(מצד עצמו)
איז געווען ראוי צו זיין אַ גדול ברוחניות,
און נאָכמער,
אַז ער איז בפועל געווען אַ גדול
(נאָר דערנאָך „ קלקל במעשיו”)
— בעת אַז אויפן פסוק 5
„ויתרוצצו הבנים בקרבה” זאָגן חז”ל 6
(און דער זהר אַליין 7
ברענגט דאָס גלייך נאָכן פירוש הנ”ל אין „ויגדלו הנערים”),
אַז שוין במעי אמו האָט עשו זיך „געריסן” צו ע”ז?
נאָך מער: גלייך נאָך „ויגדלו הנערים” איז דער פסוק ממשיך „ויהי עשו איש יודע ציד איש שדה”,
ד.
ה.,
אַז דער „ויגדל
(ו)
” פון עשו האָט זיך אויסגעדריקט אין דעם וואָס „ויהי עשו איש יודע ציד גו׳” — היינט ווי קען מען זאָגן אַז דער „ויגדלו” מיינט גדולה רוחנית ?
ב.
לכאורה וואָלט מען געקענט ענטפערן
(די ערשטע שאלה הנ”ל)
:
חז”ל 8
זאָגן אַז אַ תינוק במעי אמו „מלמדין אותו כל התורה כולה ..
וכיון שבא לאויר העולם בא מלאך וסטרו על פיו ומשכחו כל התורה כולה”,
(וי”ל טעם העקרי — אויב ער וועט ניט פאַרגעסן כל התורה כולה,
וועט פעלן אין זיין בחירה חפשית — עס דאַרף דאָך זיין „נתתי 9
לפניך ..
את החיים ואת הטוב ואת המות ואת הרע” באופן שווה).
דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק בעניננו,
אַז בשעת הלידה איז אָט די „הנהגה”
(צו „רייסן" זיך צו ע"ז)
נשכח געוואָרן פון עשו
(כדי ער זאָל האָבן בחירה חפשית),
און דער חינוך פון אברהם וכו׳ האָט געווירקט בכל התוקף.
אָבער דאָס איז ניט מספיק,
ווייל סוף סוף האָט די הנהגה במעי אמו איבערגעלאָזט אויף אים אַ רושם,
אַ טבע פון ציען זיך צו ע”ז,
וואָס האָט געבראַכט אַז ער זאָל זיך פורש זיין לע”ז בגדלותו; און ווי עס שטייט בפירוש אין זהר,
אַז זיין שפּעטערדיקע פרישה לע”ז
(בגדלותו)
איז געקומען „ בגין כך ” וואָס דאָס איז „דוכתי׳ דאתחזי לי׳" 10 ,
מצד זיין רייסן זיך לע”ז במעי אמו.
[ס׳איז ע”ד ווי דאָס איז אין צד הקדושה הנ”ל,
אַז דער לערנען כל התורה כולה במעי אמו,
אע”פ אַז דערנאָך „ משכחו כל התורה כולה”,
איז
(ווייל דער לימוד במעי אמו לאָזט איבער אַ רושם אין דעם קינד 11 )
אַז ער זאָל זיך דערנאָך „ציען” צו תורה].
איז הדרא קושיא לדוכתא: ווי זאָגט מען אַז „ועשו הי׳ בכלל
(די „גדולים”)
אלא שקלקל במעשיו”?
ג.
אויפן פסוק 5
„ויתרוצצו הבנים בקרבה” זאָגן חז”ל 12
נאָך אַ פירוש,
אַז די „התרוצצות” און קריגעריי צווישן יעקב און עשו איז געווען „בנחלת שני עולמות”,
„בשביל העולם הזה והעולם הבא”.
איז תמוה 13
: אין וואָס איז באַשטאַנען די מריבה צווישן יעקב ועשו?
עשו האָט געוואָלט עולם הזה,
און יעקב — עולם הבא; האָבן זיי דאָך ניט געהאַט וועגן וואָס צו קריגן זיך!
מוז מען זאָגן,
אַז עשו האָט געוואָלט ניט נאָר עוה”ז,
און יעקב — ניט נאָר עוה”ב,
נאָר יעדערער פון זיי האָט געוואָלט ביידע עולמות;
איז תמוה: פאַרוואָס זאָל עשו הרשע וועלן עולם הבא 14 ?
ד.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים הביאור אין דעם מאמר חז”ל הנ”ל,
אַז שוין במעי אמו האָט זיך עשו געריסן צו ע”ז — דלכאורה איז דאָס תמוה ביותר:
די אבות זיינען געווען אַ „מרכבה” 15
צו רצון העליון,
ווי דער אַלטער רבי איז מבאר אין תניא 16
אַז „ כל אבריהם כולם ..
(ו)
לא נעשו מרכבה רק לרצון העליון לבדו כל ימיהם ”; איז דאָך פשוט,
אַז זייערע תולדות זיינען געבאָרן געוואָרן בתכלית הקדושה,
און אין זיי איז פאַראַן דער „כח האב"
(ואדרבה,
די עצמיות פון דעם אב) 17
— היינט ווי קען זיין אַז יצחק׳ס אַ זון זאָל זיך ציען בטבע שלו צו עבודה זרה?
!
דאָס וואָס עשו איז דערנאָך אויסגעוואָקסן אַ רשע,
איז קיין קשיא ניט,
ווייל „קלקל במעשיו" — יעדער מענטש איז אַ בעל בחירה צו פירן זיך ווי ער וויל,
און עשו האָט בוחר געווען
(מפני הסביבה,
הכנעני אשר אנכי יושב בקרבו,
געהאַט צוטאָן מיט נמרוד׳ן 18
וכו׳)
צו מקלקל זיין במעשיו.
דאָס איז אָבער „מעש יו " — די מעשים וואָס ער
(בבחירתו)
האָט
(דורך זיי)
מקלקל געווען; ס׳איז ניט געקומען פון יצחק ח”ו,
נאָר
(כדיוק לשון חז”ל 19 )
„יצחק
(ש)
יצא ממנו עשו”,
עשו איז אַרויס און זיך אָפּגעטיילט — יצא ונפרד 20
— פון תחומו של יצחק.
דאָ זאָגט מען אָבער,
אַז נאָך איידער ער איז געבאָרן געוואָרן — דאָס הייסט,
נאָך פאַרן אָפּטיילן זיך פון דער פאַרבונדנקייט מיט
(יצחק ו)
רבקה — האָט ער זיך שוין געצויגן צו עבודה זרה!
[און עד כדי כך איז דאָס ביי אים געווען איינגעוואָרצלט,
ביז אַז דאָס האָט גורם געווען
(כנ”ל פון זהר)
אַז ער זאָל זיך פורש זיין לע”ז בגדלותו].
ה.
דער ביאור בזה:
ס׳איז ידוע 21
בענין „מעשה אבות סימן לבנים”,
אַז „מעשה אבות” איז די נתינת כח אויף דער עבודה פון
(„בנים”)
אידן.
דערפון איז מובן,
אַז אַלע אופני עבודת ה׳ וועלכע זיינען פאַראַן ביי די „בנים”,
זיינען אויך פאַראַן
(באופן של „סימן” עכ"פ)
אין מעשה אבות.
דער רמב”ם אין שמונה פרקים 22
איז מבאר בארוכה די צוויי אופני עבודה — „החסיד המעולה”
(וואָס איז מלכתחילה מתאווה נאָר צו טוב),
און „הכובש את
יצרו”
(וועלכער איז „מתאווה אל הפעולות הרעות ..
ויכבוש את יצרו”).
פאָדערט זיך הסברה: וויבאַלד „האבות הן הן המרכבה",
כנ"ל — וואו איז דער „סימן לבנים” פון „מעשה אבות” אויף דער עבודה פון „כובש את יצרו” 23 ?
נאָך מער: אַ „כובש את יצרו” לכל הפחות טוט ניט קיין רע בפועל; ער איז נאָר מתאווה צו „פעולות הרעות”,
אָבער בפועל — „יעשה
(נאָר)
הטובות”.
עס איז אָבער פאַראַן ביי אידן די עבודה פון תשובה,
צו פאַרריכטן אַ מעשה בלתי טוב — ווי איז שייך דער ענין פון תשובה
(אין פּשוט׳ן זין)
אין „מעשה אבות”,
וואָס דערפון זאָל ווערן אַ „סימן
(ונתינת כח)
לבנים”?
ו.
לכאורה וואָלט מען געקענט ענטפערן,
אַז אע"פ אַז די אבות האָבן ניט געהאַט קיין שטערונגען מבפנים ח”ו 24 ,
זיינען אָבער געווען שטערונגען מבחוץ,
פון דעם אַרום
(כנ”ל),
וואָס זיי האָבן געדאַרפט „כובש” זיין.
קומט אויס,
אַז זייער עבודה האָט זיך געטיילט אין צוויי סוגים: די עבודה בעלי׳ מדרגא לדרגא אין קדושה גופא; און דאָס וואָס זיי האָבן זיך מתגבר געווען אויך די מניעות מבחוץ — וואָס די התגברות ו„כיבוש” אין עבודת האבות איז אַ נתינת כח
(סימן לבנים)
אויך דער עבודה פון „כובש את יצרו”.
אָבער דאָס איז,
לכאורה,
ניט קיין ביאור מספיק.
ווייל אין כמה פרטים איז שווערער צו זיין אַ „כובש את יצרו ”
(צו מתגבר זיין אויף די מניעות מבפנים)
ווי צו זיך מתגבר זיין אויף מניעות שמבחוץ — ולפ”ז: ווי אַזוי איז אויף דער עבודה פון אידן אַ נתינת כח פון מעשה אבות?
איינע פון די הסברות אין דעם: די מעלה פון „כובש את יצרו” איז אין דעם,
וואָס אָט די „גבורה” 25
קעגן זיין יצר ברענגט אַרויס ווי שטאַרק ער איז צוגעבונדן צום אויבערשטן — אַז כאָטש ער איז מתאווה צו פעולות הרעות,
פונדעסטוועגן שוואַכט עס ניט אָפּ זיין רצון צו פאָלגן דעם אויבערשטן און טאָן בלויז טוב.
ועד”ז — און נאָך מער — איז די מעלה ו„גבורה” פון אַ בעל תשובה 26 ,
אַז טראָץ דעם וואָס ער איז דורכגעפאַלן און געטאָן אַן עבירה,
איז ביי אים דער אינערליכער פאַרבונד מיטן אויבערשטן מיט אַזאַ תוקף,
ביז דאָס ברענגט אים צו כובש זיין דעם רע — חרטה האָבן אויפן עבר און זיך אומקערן לעבודת ה׳.
און דערפאַר איז „מעשה אבות סימן לבנים” אויך בנוגע צו דער עבודה פון „כובש את יצרו" און עבודת התשובה — ווייל אָט דעם תוקף ההתקשרות צום אויבערשטן,
וואָס קיין זאַך קען איר ניט אָפּשוואַכן,
האָט מען בירושה פון די אבות,
וואָס זיינען געווען שטענדיק אַ „מרכבה” צום אויבערשטן באופן אַז אין דעם איז ניט געווען שייך קיין הפסק „אפילו שעה אחת” 27 .
און דעריבער,
אע”פ אַז די „גבורה" פון די אבות האָט זיך אויסגעדריקט בפועל נאָר בשייכות צו מניעות מבחוץ,
איז אָבער די סיבת ה„גבורה” — וואָס דאָס איז דער תוקף ההתקשרות צום אויבערשטן — אַ נתינת כח לבנים לגבי זייערע מניעות מבפנים 28 .
ז.
וויבאַלד אַז עבודת האבות האָט זיך געטיילט אין די צוויי סוגים הנ”ל,
האָט זיך דאָס אַזוי אויך אָפּגעשפּיגלט בנוגע זייערע תולדות: די אבות האָבן געהאַט צוויי סוגי „תולדות”,
בהתאם צו די צוויי סוגי עבודה 29
— „החסיד המעולה” און „הכובש את יצרו”.
ובעניננו,
זיינען דאָס די „תולדות יצחק” — „יעקב 30
ועשו האמורים בפרשה” 31
: יעקב איז „איש תם יושב אהלים”
— „החסיד המעולה”; און עשו איז „איש יודע ציד גו׳” — בהתאם צו דער עבודה פון כובש את יצרו.
און דאָס האָט זיך אָנגעהויבן נאָך אַלס „תולדות” — ויתרוצצו במעי אמם.
דער חילוק איז אָבער: ביי די אבות,
וואָס הן הן המרכבה,
איז ניטאָ קיין אָרט פאַר אַ מציאות של רע ח”ו; משא”כ באַ זייערע תולדות,
וואָס תולדות זיינען דאָך ניט „אבות”,
נאָר מחוץ להם,
איז שייך אַ מציאות פון רע,
נאָר זייענדיק תולדות פון די אבות איז עס
(ניט קיין רע ממש וגמור 32 ,
נאָר)
אין אַן אופן אַז זיין מציאות איז בלויז כדי צו אַרויסרופן דורכדעם דעם ענין פון כובש את יצרו .
[ע”ד המבואר אין מאמר חז”ל 33
„איני יודע באיזה מהם חפץ,
אם במעשה אלו
(מעשיהן של רשעים)
אם במעשה אלו
(מעשיהם של צדיקים)
” — דלכאורה תמוה: וואָס פאַר אַ קס”ד קען זיין אַז דער אויבערשטער זאָל זיין חפץ במעשיהן של רשעים?
שטייט אויף דעם דער ביאור 34 ,
אַז דער ענין פון חפץ במעשיהן של רשעים איז — דער חפץ אין כובש זיין די מעשים,
עבודת התשובה ; מצד דעם אויבערשטן,
וואָס „לא יגורך רע” 35 ,
איז די מציאות פון „מעשיהן של רשעים”
(ניט דער רע ח”ו,
נאָר)
— די עבודת התשובה וואָס קומט דורך דעם 36 ].
ועד”ז בנוגע צו עשו: דאָס וואָס ער איז געווען און דערנאָך געבאָרן געוואָרן מיט אַ טבע פון ציען זיך צו עבודה זרה,
איז דאָס
(מצד יצחק׳ן )
געווען בלויז כדי צו קענען דורכדעם דורכפירן די עבודה פון כובש את יצרו ;
נאָר אַזוי ווי עשו איז געווען אַ בעל בחירה,
איז „קלקל במעשיו” און „יצא ממנו” — ער האָט זיך אָפּגעטיילט פון
(קדושתו של)
יצחק,
און האָט,
אדרבא,
אַרויסגעבראַכט דעם רע מן הכח אל הפועל.
ח.
עפ”ז וועט מען אויך פאַרשטיין די „התרוצצות” ומריבה צווישן יעקב ועשו וועגן „נחלת שני עולמות”: וויבאַלד דאָ רעדט זיך וועגן עשו ווי ער איז נאָך במעי אמו — ד.
ה.,
ווי ער איז נאָך אין תחום הקדושה כנ”ל — איז פאַרשטאַנדיק,
אַז זיין דעמאָלטיקער וועלן עוה”ז איז אַן ענין אין קדושה,
למעליותא ,
וואָס קומט אַלס תוצאה פון דעם וואָס ער איז „תולדות” יצחק —
איינער פון די חילוקים צווישן דער עבודה פון „החסיד המעולה” און „כובש את יצרו” איז: ביי אַ „חסיד המעולה”,
היות אַז זיין עבודה איז די עלי׳ מדרגא לדרגא אין קדושה גופא,
דעריבער דערהערט זיך ביי אים,
אַז דער עיקר ותכלית איז שלימות העלי׳ — עולם הבא
(וואָס איז אַן עולם ברור,
אָן קיין
(תערובת טוב ו)
רע,
כולו קודש),
און דערצו שטרעבט ער און וויל;
משא”כ ביי אַ כובש את יצרו ווערט דערהערט,
ווי דער עיקר מעלה באַשטייט אין דער עבודה בעוה"ז ,
וואו עס זיינען פאַראַן מניעות ועיכובים והעלמות והסתרים און ער איז זיך אויף זיי מתגבר וכובשם.
און דערפאַר איז די „התרוצצות”
צווישן יעקב ועשו געווען בנוגע „נחלת שני עולמות”: יעדע פון די צוויי אופנים עבודה איז כלול אויך פון דעם צווייטן אופן: אויך אַ „חסיד המעולה” דאַרף טאָן עבודתו אין עוה"ז דוקא; און לאידך,
מוז אַ כובש את יצרו עולה זיין מדרגא לדרגא אין קדושה גופא — ער מוז זיך אָפּרייסן פון עוה"ז
(אפילו פון דער עבודה מיט עוה”ז — צו מברר זיין עוה”ז און אים מהפך זיין לקדושה) 37
און אָפּגעבן זיך
(מזמן לזמן עכ”פ)
אויף דער עבודה פון
(„עוה”ב” שבעוה”ז)
„יושב אהלים”.
דער חילוק איז אָבער: ביי דעם חסיד המעולה איז די ירידה אין עוה”ז צוליב עוה"ב — צוקומען דורך עוה”ז צו דער העכסטער דרגא אין עלי׳ בקודש; און ביי אַ כובש את יצרו איז פאַרקערט: דאָס וואָס ער איז זיך עוסק אין דעם ענין פון „יושב אהלים”,
איז כדי אַז זיין עבודה מיט
(און אין)
עוה"ז זאָל זיין בתכלית השלימות.
און דערפאַר,
מצד ענינו של יעקב,
„יושב אהלים”,
ווערט החלטתו אַז מען דאַרף וועלן עוה"ב,
און אויך עוה"ז איז צוליב עוה"ב; אָבער מצד ענינו של עשו איז באַ עם דער עיקר עולם הזה
(דער עילוי וואָס קומט אַרויס ע”י דער עבודה אין עוה”ז),
און
(די עבודה פון)
עוה”ב איז צוליב דער עבודה אין עוה”ז.
ט.
דערמיט איז אויך מוסבר וואָס חז”ל זאָגן אַז „ויגדלו הנערים" מיינט — גדלות רוחנית,
און דער זהר איז נאָך מוסיף אַז אברהם האָט מחנך געווען
(אויך)
עשו׳ן במצות ביז ער זאָל ווערן אַ גדול
(ברוחניות)
בפועל :
אברהם,
האָבנדיק דעם כח פון „יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ושמרו דרך ה׳ גו׳” 38 ,
האָט גע׳פּועל׳ט אויף עשו׳ן,
אַז ער זאָל זיין אַ כובש את יצרו בפועל .
און דאָס איז וואָס דער פסוק איז ממשיך,
אַז דער „ויגדל
[ו]
” פון עשו האָט זיך אַרויסגעזאָגט אין „ויהי עשו איש יודע ציד איש שדה" — ווייל אויך דער ענין
(ווי דאָס איז מצד אברהם ויצחק)
איז למעליותא:
זייענדיק אַן „איש שדה”,
אַז ער טוט זיין עבודה אין וועלט ,
איז — בכדי צו גובר זיין און כובש זיין די העלמות והסתרים פון „שדה”,
האָט עשו געדאַרפט זיין אַ „יודע ציד”,
כפרש”י 39
„לצוד ולרמות” — ווי ערקלערט בכמה מקומות 40 ,
אַז כדי צו דורכפירן די עבודה אין וועלט דאַרף מען אָנקומען צום ענין ה„רמאות”,
כביכול: מען דאַרף זיך אָנטאָן אין „לבושי המתברר”,
ד.
ה.
אַז די נשמה פאַרנעמט זיך מיט ענינים פון וועלט
(ווי אכילה ושתי׳ וכו׳)
וואָס האָבן אויבנאויף קיין שייכות ניט צו איר,
און דורך טאָן די זאַכן לשם שמים וכו׳ איז זי מברר די ניצוצי קדושה וועלכע געפינען זיך אין די דברים גשמיים.
דאָס אַלץ איז אָבער נאָר ווי דער ענין איז מצד אברהם ויצחק; לפועל אָבער,
נאָך דעם ווי ס׳האָט אויפגעהערט חינוכו
פון אברהם 41
און עשו „יצא”,
האָט זיך אָפּגעריסן פון זיין שייכות צו יצחק,
האָט ער מקלקל געווען און איז געוואָרן „איש יודע ציד איש שדה” בפשטות ,
יצא לתרבות רעה.
יו”ד.
דער ביאור הנ”ל — אַז ווי עשו ווערט נולד פון יצחק איז ער טוב — איז מתאים ונלמד פון דעם ביאור פון אַלטן רבי׳ן 42
הטעם פאַרוואָס יצחק האָט געוואָלט געבן די ברכות צו עשו׳ן,
אַז דאָס איז דערפאַר וואָס יצחק האָט געקוקט אויף עשו׳ן ווי ער איז מצד רישי׳
( שרשו ),
וואָס דאָרט דערהערט זיך,
כנ”ל,
דער טוב ועילוי פון דעם ענין וסדר עבודה אין וועלט — ניט צו נתפעל ווערן פון די העלמות אין עוה”ז,
ואדרבה,
צו פועל זיין,
כובש זיין אַז וועלט גופא זאָל נתברר ונתעלה ווערן אין קדושה.
אעפ”כ זיינען די ברכות געגעבן געוואָרן דוקא צו יעקב,
ווייל נאָר ער האָט געהאַט דעם כח צו מברר זיין עוה”ז 43
; דוקא דורך דעם וואָס מ׳איז אַ „יושב אהלים”
(מ׳האָט דעם כח התורה)
קען מען דערנאָך מברר זיין עוה"ז און מאַכן פון עולם אַ דירה לו ית׳.
יא.
און דאָס איז אויך די הוראה בעבודה בפועל:
אע”פ אַז אידן זיינען בני יעקב — מיינט עס ניט אַז זיי דאַרפן זיך באַגנוגענען מיט דער עבודה פון „יושב אהלים”,
ואמחז"ל 44
כל האומר אין לי אלא תורה אפילו כו׳,
נאָר עס דאַרף ביי זיי זיין אויך די עבודה פון „איש שדה”,
ווייל אויך די עבודה איז איבערגעגעבן געוואָרן צו יעקב׳ן.
און ווי דער רמז 45
אין פירוש רש”י אויף „ואלה תולדות" — „יעקב ועשו האמורים בפרשה”: אַ איד דאַרף וויסן אַז עס מוזן זיין ביידע „תולדות”
(— סוגי עבודה),
סיי
(עבודת)
יעקב און סיי
(עבודת)
עשו,
אָבער ח”ו ניט ווי עשו איז געווען בפועל,
נאָר אין דעם אופן ווי „אמורים בפרשה " — ווי עשו
(ועבודתו)
זיינען ע”פ תורה .
און כדי דאָס צו דורכפירן,
דאַרף מען פריער מקדים זיין די עבודה פון יעקב — „איש תם יושב אהלים”
[וכמרומז אויך אין פירוש רש"י הנ"ל,
וואָס ער איז מהפך סדר ההולדה און איז מקדים יעקב לעשו]
: פריער דאַרף מען זיך אָפּגעבן מיט לימוד התורה,
און אין אַן אופן פון „איש תם ”: לערנען תורה בתמימות — ניט צו פּרואוון פאַרקרימען ח”ו וואָס שטייט אין תורה,
אַריינטייטשן „יצרו” ח"ו אין תורה,
נאָר זוכן דעם אמת פון תורה.
צוזאַמען דערמיט דאַרף מען וויסן,
אַז ביי דעם טאָר מען זיך ניט אָפּשטעלן.
נאָך דער עבודה פון „יושב אהלים”
דאַרף מען טאָן אין „שדה”,
בכדי צו „פאַנגען” ציד פון עניני העולם און דערפון מאַכן „מטעמים” פאַרן אויבערשטן 46 ,
אבינו שבשמים.
און אע”פ אַז כדי צו דורכפירן די עבודה דאַרף מען זיין אַ „יודע ציד” — מען דאַרף זיד „אָנטאָן” אין לבושי העולם,
און וויסן אין וואָס וועלט „קאָכט” זיך,
ווען מען רעדט מיט אַ אידן וועלכער געפינט זיך ר”ל אין „שדה”,
און מען דאַרף אים מקרב זיין צו אידישקייט — קען מען מיט אים ניט ריידן אין לשון הקודש און אַ סגנון וואָס איז מתאים פאַר די וואָס זיינען „יושב אהלים”,
נאָר מען דאַרף ריידן אין שפת המדינה און דער תוכן פון די רייד איז אין אַ „לבוש” המתאים פאַר אַן „איש השדה” ובלשון הרמב”ם 47
: יזרז אותו בדברים שהם אהובים אצלו לקטנות שניו כו׳ אגוזים כו׳ וכשיגדיל —
מנעלים יפים וכשיהי׳ שלם בשכלו יותר — ממון כו׳ יכבדוך; וכל זה מגונה ואמנם יצטרך למיעוט שכל האדם.
—
און חאָטש אַז דערווייל רעדט ער וועגן דער שטרעבונג צו אגוזים וכו׳ — וויבאַלד אַז ער טוט עס בהמשך פון זיין עבודה אַלס „יושב אהלים”,
פאַרהיט דאָס אים,
אַז זיין עבודה אין שדה זאָל זיין לויט דרכי התורה 48
; ס׳איז „תולדות יצחק ..
האמורים בפרשה ”.
און דורך דעם וואָס מען פירט דורך די עבודה פון „תולדות יצחק” אין ביידע סוגי עבודה הנ”ל,
איז מען זוכה בקרוב צו דעם זמן ווען יאמרו ליצחק „כי אתה אבינו” 49 ,
בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.
(משיחת ש"פ תולדות תשמ"א)