א.
אין זהר בפרשתנו 1
איז מבואר איינע פון די מעלות פון בעלי תשובה אויף צדיקים
(גמורים)
: ביי צדיקים
(גמורים)
איז די עבודה בעלי׳ בסדר והדרגה מיום ליום,
מדרגא לדרגא
(ווי עס שטייט בפרשתנו 2
„ואברהם זקן בא בימים גו׳”,
ועד”ז בהפטרת השבוע 3
„והמלך דוד זקן בא בימים גו׳”),
ביז זיי קומען צו בעבודתם צו תכלית הקירוב והדביקות בהקב”ה; משא”כ בעלי תשובה איז „בשעתא חדא ביומא חדא 4
ברגע 5
חדא 6
קריבין לגבי קב”ה”.
שטעלט זיך אויף דעם דער טאַטע אין זיינע הערות 7 ,
און פרעגט: „לכאורה הוא שלא על הסדר,
כי הול”ל יומא שעתא רגע,
שכ”א רבותא מחבירו,
בדרך לא זו אף זו.
גם אם די ברגע חדא לאיזה צורך אמר שעתא ויומא” 8 ?
און איז מבאר: „י”ל יש ג׳ בחי׳ תשובה המגיעים במל׳ בז"א בבינה כמ"ש בלקו”ת בד”ה מה טובו 9
ע”ש
[אַז עס איז דאָ אַ דרגא אין תשובה וואָס ענינה איז „סור מרע” 10 ,
וואָס זי איז מגיעה במלכות; ס׳איז דאָ אַ העכערע דרגא אין תשובה וואָס איר ענין איז „ועשה טוב” 10
— ומגיעה בז”א; און ס׳איז דאָ נאָך אַ העכערע תשובה וואָס ענינה איז „בקש שלום” 10
(לימוד התורה)
— ומגיעה בבינה].
זהו בשעתא במל׳ הנק׳ שעה,
ביומא בז"א הנק׳ יום,
ברגע בבינה”.
ב.
בהשקפה ראשונה זעט אויס,
אַז לויטן ביאור פון טאַטן ווערט מיט די דריי לשונות „בשעתא ביומא ברגע” בעיקר געמיינט
( ניט צו באַצייכענען די דריי פאַרשידענע שיעורים אין זמן בפשטות ,
נאָר)
די דריי מדריגות אין תשובה ווי זיי זיינען מרומז אין „שעתא”
(מל׳)
„יומא”
(ז”א)
און „רגע”
(בינה),
און דערפאַר איז רעכט וואָס זיי שטייען אין זהר מיט דעם סדר,
ווייל דאָס איז לפי סדר המדריגות מלמטלמ”ע.
ס׳איז אָבער ניט גלאַטיק אַזוי צו לערנען,
ווייל ס׳איז דאָך אין ענין יוצא מדי פשוטו; ובמילא דאַרף מען אָננעמען,
אַז די דריי תשובות הנ”ל — וואָס זיינען „מגיעים במל׳ בז”א בבינה" — איז יעדערע פון זיי פאַרבונדן מיט דעם באַשטימטן זמן כפשוטו: די תשובה פון „סור מרע” וואָס איז מגיעה במל׳ — טוט זיך אויף „בשעתא חדא”; די העכערע דרגא אין תשובה,
„ועשה טוב”,
וואָס איז מגיעה בז”א — אין דעם
זמן פון „יומא חדא”; און די העכסטע דרגא — „בקש שלום”
(תורה),
וואָס איז מגיעה בבינה — אַ „רגע חדא”.
דאַרף מען פאַרשטיין:
דאָס וואָס אַ בעל תשובה איז „ מיד עאל ואתדבק בי׳ בקב”ה” 11
„ איז ווייל די תנועה פון תשובה איז בעצם תכונתה העכער פון סדר והדרגה — זייענדיק פריער אין אַ מצב לא־טוב גייט ער דורך תשובה איבער בדרך קפיצה ודילוג מן הקצה אל הקצה
(פון אַ מצב הפכי — צו קיום התומ”צ ודביקות בהקב”ה)
; און וויבאַלד אַז דאָס קומט פון אַזאַ תנועה אין נפש וואָס איז ניט מוגבל אין סדר והדרגה,
דעריבער איז דאָס ניט פאַרבונדן מיט אַ משך זמן,
נאָר „ מיד עאל ואתדבק כו'”.
לפי זה איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק: ווי קומט עס אַז די העכערע דרגא פון תשובה,
„ועשה טוב”
(וואָס קומט דורך אַ טיפערע התעוררות תשובה),
זאָל יע זיין פאַרבונדן מיט אַ המשך בזמן?
עד”ז איז די שאלה אויך בנוגע די ספירות למעלה: ס׳איז ידוע 12 ,
אַז אַלע ענינים שבעוה”ז ווערן נמשך ונשתלשל
(ובמילא זיינען זיי בדוגמא)
פון די עולמות שלמעלה
(נאָכמער: די כוונה ותכלית פון די „עולמות העליונים” איז — „עולם הזה התחתון” 13 )
— איז ווי
שטימט עס,
וואָס די העכערע מדריגה
(„ז”א”)
ווערט אָנגערופן „יומא”,
און די נידעריקע דרגא
(מלכות)
— „שעתא”,
בעת אַז „יומא” איז אַ לענגערער שיעור זמן
(ובמילא מער אַראָפּגעטראָגן אין זמן און ווייטער פון למעלה מהזמן)
ווי „שעתא”?
ג.
וועט מען עס פאַרשטיין בהקדם וואָס אין „קיצור” און „אריכות”
(אין אַן ענין שכלי)
— ווער פון זיי איז „העכער” — געפינט מען לכאורה פנים לכאן ופנים לכאן:
קיצור האָט אין זיך אַ יתרון לגבי אריכות,
ווי דער רמב”ם 14
שרייבט בנוגע צו דברי המשנה,
אַז זיי זיינען מסודר אין אַן אופן פון „דבר קצר וכולל ענינים רבים”,
משא”כ גמרא,
וואָס לשונה באריכות; אַזוי ווערט אויך געזאָגט 15
בנוגע צו אחרונים
(לגבי ראשונים)
אַז דרכם לפרש .
בסגנון אחר: ווי די סברא שכלית שטייט במקורה,
איז זי
(מער)
בקיצור,
און די אריכות קומט בשעת מען דאַרף זי אַראָפּטראָגן פון איר מקור צו מדריגת המקבל
(פון משנה אין גמרא און פון גמרא צו לומדים ומחברים שלאח”ז)
;
לאידך גיסא,
זאָגן חז”ל 16
„לעולם ישנה אדם לתלמידו בדרך קצרה ”,
וואָס טעם הדבר בפשטות איז 17 ,
ווייל דער תלמיד וועט ניט קענען אויפנעמען די אריכות ומרחב השכל והענין; דערפאַר דאַרף מען איבערגעבן דעם תלמיד נאָר אַ קיצור דברים,
וואָס איז מתאים צו זיינע כלי ההשגה — ד.
ה.
אַז דער קיצור איז פאַרבונדן מיט דעם תלמיד׳ס זייענדיק למטה לגבי הרב.
ד.
וי”ל דעם ביאור בזה,
אַז עס ווענדט זיך וועגן וועלכער מדריגה עס רעדט זיך:
ווען דער מדובר איז וועגן דעם יחס צווישן צוויי „וועלטן”,
מדריגות בהבנת שכל וואָס איינע איז אַ סך העכער פון דער צווייטער — ווי דער חילוק צווישן
(בעלי ה)
משנה וגמרא,
גמרא און ראשונים,
ראשונים און אחרונים,
וכיו”ב — איז וואָס העכער דער שכל געפינט זיך אַלץ מער בקיצור איז דער אופן ווי ער שטייט דאָרט 18 ,
ווייל דאָרט איז די
עצם סברא בגילוי
(מ׳זעט גלייך דעם אמת 19 )
; און וואָס נידעריקער ס׳איז די מדריגה וואו דער שכל געפינט זיך,
מוז די זעלבע סברא אָנקומען צו מער ביאור ואריכות,
כדי מ׳זאָל דאָס קענען פאַרשטיין.
[וי”ל אַז עד”ז זעט מען עס אין דעם פאַרגלייך פון שמיעה און ראי׳: די זאַך וואָס מיטן חוש הראי׳ זעט מען כולו „כהרף עין”,
דאַרף דויערן אַן אריכות הזמן צו אויפנעמען די זעלבע זאַך דורך הערן בחוש השמיעה].
משא”כ ווען מ׳רעדט אין דער זעלבער „וועלט”,
איז היפך הדברים: אַ „העכערע”
(טיפערע)
סברא דאַרף אָנקומען צו מער אריכות בכדי צו אַרויסצוברענגען און פאַרשטיין איר העכערקייט
(טיפקייט)
; און אַ סברא פשוטה יותר איז מען מסביר בקיצור יותר — מצד פשטות הסברא זיינען גענוג ווייניקער ווערטער פון הסברה 20 .
אַזוי איז אויך אין די אויבן־געבראַכטע דוגמאות:
אין דער
(מדריגה,
אין דער)
„וועלט” פון משנה לגבי גמרא ווערן די סברות עמוקות אַרויסגעבראַכט בקיצור
(בערך הגמרא)
; אָבער אין „וועלט” פון גמרא גופא
(וכיו”ב)
זיינען די סברות עמוקות באריכות יותר און די סברות פשוטות — מער בקיצור.
ה.
דערפון וועט מען פאַרשטיין אויך בעניננו:
בכללות 21
זיינען די דריי דרגות הנ”ל אין תשובה איינגעטיילט אין צוויי: די צוויי דרגות הראשונות זיינען אין סוג פון תשובה תתאה ,
די דריטע דרגא — תשובה עילאה ; און אַזוי איז אויך אין פשטות הדברים: די תשובות „סור מרע ועשה טוב” זיינען ביידע אין עולם המעשה
(עשי׳ ושלילת העשי׳),
די דריטע תשובה — „בקש שלום” — איז לימוד התורה,
אין עולם המוחין .
און דעריבער: די תשובה וואָס איז שייך צו מוחין איז בקיצור יותר
(„ברגע חדא”),
ווייל אין דעם
(העכערן)
עולם השכל שטייען די ענינים בגלוי יותר,
דעריבער דאַרף מען ניט אָנקומען צו אריכות;
משא”כ די צוויי תשובות,
וואָס זיינען אין עולם המעשה,
איז אין זיי להיפך: די תשובה פון „ועשה טוב”,
וואָס זי איז אַ העכערע דרגא,
נעמט אַ לענגערן משך זמן,
„יומא חדא”
(ע”ד ווי די סברות עמוקות שבגמרא וואָס ביי זיי פאָדערט זיך מער אריכות)
; משא”כ די נידעריקערע דרגא פון „סור מרע”,
נעמט ניט מער ווי „שעתא חדא”
(ע”ד ווי די סברות הפשוטות שבגמרא וואָס ביי זיי איז מספיק אַ הסברה קצרה)
—
ולהעיר אַז אַזוי איז דאָס אויך בפשטות,
אַז אויף טאָן
(„ועשה”)
אַ מעשה בפועל דאַרף מען האָבן אַ
(לענגערן)
שיעור זמן,
משא”כ שלילת העשי׳
(„סור מרע”).
אַזוי איז אויך אין ספירות למעלה: ספירת הבינה,
וואָס איז
(עולם המוחין —)
העכער פון עולמות 22 ,
ווערט אָנגערופן „רגע”,
ווייל דער אור אלקי איז דאָרט מאיר בתכלית הגילוי און
דערפאַר איז דאָס אין תכלית הקיצור
(בזמן)
— „רגע”; משא”כ די ספירות פון ז"א און מלכות וואָס האָבן אַ שייכות צו עולמות
(עולם המדות) 22 ,
זיינען „יומא” און „שעתא”
(אריכות — ניט „רגע”).
אָבער וויבאַלד אַז אין די ספירות גופא
(עולם המדות)
איז ז"א העכער פון מלכות,
דעריבער ווערט ז"א אָנגערופן „יומא” און מלכות „שעתא”,
כנ”ל.
ו.
לויטן ביאור הנ”ל פון טאַטן,
אַז די דריי לשונות אין זהר זיינען מרמז אויף די דריי דרגות הנ”ל שבתשובה — קען מען מבאר זיין
(ע”ד החסידות)
אויך די גירסא פון רמ”ק 23 ,
אַז אין דעם מאמר הזהר זיינען פאַראַן פיר לשונות — דרגות: „בשעתא חדא ביומא חדא בזמנא 24
חדא ברגעא חדא”:
אין לקו”ת דאָרט 25
איז מבואר,
אַז הגם בכללות זיינען דאָ דריי דרגות אין תשובה — איז אָבער בפרטיות פאַראַן נאָך אַ פערטע העכערע דרגא,
וואָס איז מגיעה אין ספירת החכמה
(ובעבודה איז דאָס דער ענין פון „קדש עצמך במותר לך” 26 ).
ויש לומר,
אַז די פערטע דרגא איז מרומז אין דעם פערטן לשון וואָס קומט
צו אין זהר לגירסת הרמ”ק — „בזמנא חדא”: הגם אַז „רגע” איז לכאורה דער קלענסטער חלק אין זמן,
איז אָבער פאָרט דאָ די שאלה ותשובה וכמה רגע — אחד מחמשת כו’ רגע כמימרא,
אַרויסריידן דריי אותיות 27 ,
עס האָט אַ געוויסן שיעור 28
; משא”כ „ זמנא חדא” איז ניט מגדיר קיין שום שיעור זמן,
דאָס דריקט נאָר אויס די עצם מציאות פון זמן 29 .
און לויטן המשך הביאור בלקו”ת שם 25 ,
אַז אעפ”כ ווערט בפירוש ובגלוי ברוב המקומות גערעדט נאָר וועגן דריי
דרגות אין תשובה — ווייל חכמה ובינה זיינען „תרין רעין דלא מתפרשין” 30 ,
במילא ווערט די פערטע דרגא נכלל אין דער דריטער,
וועט אויך זיין מובן פאַרוואָס לפי הגירסא הנפוצה והרגילה אין זהר זיינען דאָ נאָר דריי לשונות,
ווייל בדרך כלל רעדט מען וועגן ג׳ בחינות תשובה,
כנ”ל;
וויבאַלד אָבער אַז לפעמים רעכנט מען יע די פערטע דרגא אין תשובה,
דעריבער איז אויך פאַראַן אַ גירסא,
וואָס איז מפרט אויך די דרגא אין תשובה — שלימות התשובה.
(משיחת מוצאי ש"פ חיי שרה תשל"ט)