א.
אין היינטיקער סדרה לאזט וויסן די תורה דעם סך־הכל פון די יארן פון שרה,
אברהם און ישמעאל: אין התחלת הסדרה 1
- "ויהיו חיי שרה מאה שנה ועשרים שנה ושבע שנים"; און ביים סיום הסדרה - "ואלה ימי שני חיי אברהם גו׳ מאת שנה ושבעים שנה וחמש שנים" 2 ,
"ואלה שני חיי ישמעאל מאת שנה ושלשים שנה ושבע שנים" 3 .
געפינט מען אין דעם א דבר פלא אין פירוש רש״י על התורה: כאטש אז ביי אלע דריי שטייט דער ווארט "שנה" "שנים" סיי ביים סכום מאה,
סיי ביי די עשרות און סיי ביי יחידות,
איז פרש״י אנדערש ביי יעדערן פון זיי:
ביי שנות שרה 1
איז ער מפרש: "לכך נכתב שנה בכל כלל וכלל לומר לך שכל אחד נדרש לעצמו ",
און דערפון לערנט מען אפ ״בת ק׳ כבת כ׳ לחטא ..
ובת כ׳ כבת ז׳ ליופי";
ביי אברהם׳ן 2
זאגט רש״י ״בן ק׳ כבן ע׳ ובן ע׳ כבן ה׳ בלא חטא״ - וואס מיינט
(בפשטות)
אז מען לערנט ארויס
( ניט ווי ביי שרה׳ן,
וואו "כל אחד נדרש לעצמו ",
לערנט צוויי ענינים - בלא חטא און יופי - נאר)
בלויז איין ענין ומעלה 4 ,
אז אויך
זייענדיק בן ק׳ איז אברהם געווען
(כבן ע׳ און בן ע׳)
כבן ה׳ "בלא חטא";
און ביי ישמעאל׳ן 3
איז רש״י בכלל ניט מפרש פארוואס "נכתב שנה בכל כלל וכלל״ 5
!
אין מפרשי רש״י 6
איז דא אן אריכות גדולה ושקו״ט ווי צו פארענטפערן די שינויים הנ״ל אין רש״י - אבער נוסף אויף די פארשידענע שוועריקייטן וואס זיינען דא אין יעדן פון די תירוצים
(שאין כאן המקום להאריך בזה),
שטעלט זיך דא א שאלה כללית
(ווי גערעדט כמה פעמים)
:
וויבאלד אז דער ענין איז כלל ניט פשוט,
ביז אז יעדער מפרש האט אויף דעם אן אנדער הסברה - האט דאך רש״י,
וואס איז מפרש די פסוקים
(אויך)
פאר א "בן חמש למקרא" 7 ,
געדארפט קלאר מאכן זיין פירוש אין אן אופן אז עס זאל ניט בלייבן קיין ספק בכוונת פירושו.
מוז מען זאגן אז רש״י׳ס כוונה איז קלאר פארשטאנדיק פון די ווערטער וואס רש״י זאגט בפירושו און ס׳איז ניט נויטיק צו מוסיף זיין ע״ז.
ב.
דער ביאור אין דעם:
פון דעם וואס רש״י זאגט
(ביי שרה׳ן)
"לכך נכתב שנה בכל כלל וכלל לומר לך שכל אחד נדרש לעצמו בת ק׳ כו׳" - אז פון דעם 8
וואס "נכתב שנה בכל כלל וכלל" איז מוכח "שכל אחד נדרש לעצמו כו׳ לחטא כו׳ ליופי״ - איז פארשטאנדיק מעצמו,
אז אויך נאכדעם ביי אברהם׳ן,
וואס אויך ביי אים איז "נכתב שנה בכל כלל וכלל",
מוז יעדער כלל זיין "נדרש לעצמו " און מ׳לערנט ארויס צוויי ענינים 9 .
ובמילא איז מובן,
אז ווען רש״י זאגט ביי אברהם׳ען ״בן ק׳ כבן ע׳",
מיינט ער דערמיט
( ניט נאר א התחלה פון דעם לימוד,
איין לימוד
(וואס זיין סיום איז "בן ע׳ כבן ה׳)
בלא חטא",
נאר א הוספה - נאך)
א באזונדער לימוד 10 .
און דאס
וואס רש״י טייטשט ניט אויס,
אין וואס עס באשטייט דער לימוד פון "בן ק׳ כבן ע׳",
איז עס דערפאר וואס דער חידוש וענין אין וואס ביי אברהם׳ען איז געווען "בן ק׳ כבן ע׳" שטייט בפירוש אין פסוק:
ווען דער אויבערשטער האט אנגע־ זאגט אברהם׳ן,
אז ער וועט האבן א זון פון שרה׳ן,
זאגט דער פסוק 11
- "ויאמר בלבו הלבן מאה שנה יולד גו׳״ - ס׳איז ביי אים געווען א תמי׳ אז ער זאל קענען האבן א קינד אין דעם גיל פון מאה שנה; און ווי רש״י איז דארט מפרש 12 ,
אז "בימי אברהם נתמעטו השנים כבר ובא תשות כח בעולם ..
שמיהרו תולדותיהן בני ס׳ ובני ע׳ " 13 .
ועפ״ז איז פארשטאנדיק בפשטות אין וואס עס איז געווען "בן ק׳ כבן ע׳" ביי אברהם אבינו: אע״פ אז דעמאלט
(מצד דעם "תשות כח בעולם")
איז דער גיל צו האבן קינדער געווען ביז ״בני ע׳ ״ -איז אבער דער תשות כח ניט געווען בא
אברהם׳ען* 13
(און ווי מ׳זעט,
אז ער האט געבוירן ישמעאל׳ן צו פ״ו שנה 14 ),
אז אויך זייענדיק א "בן ק׳ "
איז ער געבליבן "כבן ע׳"* 14 .
נועפ״ז יומתק ויובן פרש״י אויף "הלבן מאה שנה יולד",
(ניט אז דאס איז א תמי׳ - ווי אזוי קען ער האבן א קינד צו מאה שנה - נאר)
א "תמי׳ קיימת ",
"אמר בלבו הנעשה חסד זה לאחר מה שהקב״ה עושה לי"].
משא״כ שרה,
היות אז "חדל להיות לשרה אורח כנשים" 15 ,
איז פאר איר ע״פ טבע אוממעגלעך געווען דאן צו געבוירן קינדער 16
(און בא איר 17
האט געמוזט זיין דער נס 12
- ״היפלא מה׳ דבר״ 18
- אז ביי איר זאל געבוירן ווערן יצחק)
ננאר שרה
האט געטראכט אז אויך אברהם קען ניט האבן קיין קינדער 19
- "ותצחק שרה גו׳ אחרי בלותי גו׳ ואדוני זקן " 20 ].
עפ״ז איז אויך פארענטפערט א קשיא גדולה - פארוואס רש״י שטעלט זיך ניט אפ אויף דעם וואס ביי אברהם׳ען זיינען געבוירן געווארן קינדער
(בני קטורה 21 ),
מער ווי פערציק יאר נאך לידת יצחק 22 ,
און עם ווערט דערביי ניט דערמאנט אז די הולדה איז געווען דורך א נם 12
-
ווייל דאס איז שוין באווארנט אין די ווערטער "בן ק׳ כבן ע׳",
אז ביי אברהם׳ן איז ניט געווען קיין תשות כח וואס האט מגביל געווען האבן קינדער ביז ע׳ 23 ,
"תשות כח" האט אויף אים קיין שליטה ניט געהאט* 23
- און במילא
האט ער געהאט קינדער צו ק׳ און אויך פיל שפעטער,
ע״ד ווי די מעלה פון "בלא חטא",
וואס הגם אז דער לשון איז "בן ע׳ כבן ה׳ בלא חטא",
מיינט עס דאך ניט אז נאכדעם איז געווען ח״ו אנדערש,
נאר אז ער איז געבליבן כל ימי חייו בלא חטא 24 .
ג.
מיט דעם חילוק צווישן אברהם און שרה - וועט אויך רעכט ווערן דער שינוי בפירושי רש״י:
אויפן פסוק 25
"היניקה בנים שרה" איז רש״י מפרש: "ביום המשתה הביאו השרות את בניהן עמהן והניקה אותם,
שהיו אומרות לא ילדה שרה אלא אסופי הביאה מן השוק".
אויפן פסוק
(אין אנהויב פ׳ תולדות 26 )
"אברהם הוליד את יצחק" זאגט רש״י "לפי שהיו ליצני הדור אומרים מאבימלך נתעברה שרה ..
מה עשה הקב״ה צר כו׳ והעידו הכל אברהם הוליד את יצחק".
דארף מען פארשטיין וואס ביי שרה׳ן זאגט רש״י אז די שרות 27
(נשים חשובות)
האבן געזאגט "לא ילדה שרה",
און בנוגע צו אברהם׳ן איז ער מפרש אז
שהיו " ליצני הדור אומרים מאבימלך נתעברה שרה" 28 ?
אויך איז ניט פארשטאנדיק: דאס וואס "היניקה בנים שרה" איז נאר א בירור אז "ילדה שרה "
(און דער קינד איז ניט קיין "אסופי"),
דאס איז אבער ניט קיין באווייז אז דאס איז אברהם׳ס א קינד -האבן דאך די שרות געקענט זאגן
(ווי די ליצני הדור),
אז "מאבימלך נתעברה שרה" 29 ,
וויסנדיק אז אברהם איז א זקן בן מאה שנה?
די תמי׳ אין דעם איז נאך שטארקער: אין גמרא 30
ווערן געבראכט די צוויי ענינים אין איין המשך - "היניקה בנים שרה ..
היו כל אומות העולם מרננים ..
שהביאו אסופי מן השוק ..
אברהם אבינו הלך וזימן כל גדולי הדור ושרה אמנו זימנה את נשותיהם ..
והניקה את כולן,
ועדיין היו מרננים ואומרים אם שרה הבת תשעים שנה תלד אברהם בן מאה שנה יוליד מיד נהפך קלסתר פנים של יצחק כו׳".
ע״פ הנ״ל ווערט עס פארענטפערט: דער חידוש ותמי׳ ביי די שרות איז מלכתחילה געווען נאר בנוגע צו שרה׳ן,
היות אז ביי איר איז "חדל להיות וגו׳" איז ניט מעגלעך צו האבן קינדער; משא״כ אברהם,
זעענדיק אז ער האט געבוירן ישמעאל׳ן צו פ״ו שנה,
איז ביי זיי שוין קיין פלא ניט געווען וואס ער קען האבן א קינד אויך צו בן מאה.
און דערפאר איז אויך ביי אנשים חשובים בכלל - קיין פלא ניט געווען וראם "אברהם הוליד את יצחק"; נאר די ״ליצני הדור״ - וועמען עם איז ניט נוגע ווי די זאך איז באמת און זיי זוכן נאר א מקום צו פראווען ליצנות כו׳ - נאר זיי האבן געזאגט
(און מיט א ליצנות)
"מאבימלך נתעברה שרה".
דער אויבערשטער האט אבער געוואלט באווארענען אפילו די "ליצני הדור״,
און דערפאר ״צר קלםתר פניו של יצחק דומה לאברהם והעידו הכל
(אפילו די "ליצני הדור")
אברהם הוליד את יצחק".
ד.
דער טעם פארוואס רש״י איז ניט מפרש ביי ישמעאל "בן ק׳ כבן ל׳ ובן ל׳ כבן ז׳״
(אע״פ וואס אויך דארט שטייט ״שנה בכל כלל וכלל״)
- איז ווייל דאס איז מובן מעצמו ,
לויט דעם פירוש רש״י אין דעם זעלבן המשך בא אברהם: בן ק׳ כבן ל׳ - אן תשות כח 31
ובן ל׳ כבן ז׳ -לחטא
(זיין תשובה טאן 32
- זאגט דער־ מיט דער פםוק איז שוין געווען פון ל׳ שנה אן 33 ).
עפ״ז דארפ׳ן אבער פארשטיין פירוש רש״י על אתר :
אויף "ואלה שני חיי ישמעאל גו׳" 3
זאגט רש״י: " למה נמנו שנותיו של ישמעאל כדי לייחם בהם שנותיו של יעקב"
(ווי רש״י איז דערנאך גלייך מפרש,
אז "משנותיו של ישמעאל למדנו ששימש יעקב בבית עבר י״ד שנה").
דאס
הייםט,
אז מיט מודיע זיין דעם מםפר שנותיו של ישמעאל איז דער פםוק ניט אויםן צו זאגן
(אדער מרמז זיין עפעם)
בשייכות צו ישמעאל אליין ,
נאר דאס איז "כדי לייחם בהם שנותיו של יעקב ".
אויך איז לויט דעם פרש״י ניט פאר־ שטאנדיק כלל וכלל - "למה נכתב שנה בכל כלל וכלל"?
דאס איז מכריח צו זאגן בפרש״י אז "למה נכתב שנה כו׳" איז מלכתחילה קיין קשיא ניט
(נאכ׳ן פירוש בא אברהם׳ן,
כנ״ל)
- די קשיא איז אבער "למה נמנו שנותיו של ישמעאל״ בכלל - ווי דער בן חמש למקרא זעט אז תורה דערציילט נאר ענינים וועלכע זיינען נוגע - אפילו ניט וועגן חנוך ומתושלח 34
הצדיקים 35
פארענטפערט רש״י אז דאס איז צוליב יעקב אבינו.
לויט דעם איז אבער מובן,
אז אויך מיט צוגעבן "שנה בכל כלל וכלל" איז דער פםוק ניט אויםן
(נאר)
צו פארגלייכן זה לזה די יארן פון ישמעאל׳ן
("בן ק׳ כבן ל׳ וכו׳״)
- וואס דאס איז נאר א חידוש און מעלה
(נוםפת)
אין ישמעאל׳ן - וויבאלד אז דער פםוק בכלל איז ניט אויםן ישמעאל׳ן גופא,
נאר בנוגע צו יעקב׳ן .
און דאס וואס דער פםוק זאגט פארט
(אויך)
ביי ישמעאל׳ן "שנה בכל כלל וכלל״ - וואס דער אפטיילן יעדער "כלל" פון שנים לעצמו איז כנ״ל מרמז אויף א מעלה און אויפטו וואס איז געווען ביי ישמעאל׳ן אין יעדערן פון די זמנים
(ק׳,
ל׳,
ז׳)
-
איז דאס
( ניט כדי אז מ׳זאל פארגלייכן די יארן פון ישמעאל זל״ז,
אז ביי אים זיינען געווען אט די מעלות כו׳,
נאר)
״כדי לייחס בהם ..
יעקב " 36
: צו לאזן וויסן יחוס
(מעלות 37 )
יעקב - דאס וואס די תורה איז מרמז דא בנוגע ישמ־ עאל׳ן
(זיינע מעלות)
איז "לייחס בהם ..
יעקב״ - מ׳זאל וויסן אז ביי יעקב׳ן זיינען מיוחס׳דיקע יארן - אט די מעלות גופא זיינען בא יעקב׳ן באופן אחר לגמרי .
ה.
דער ביאור אין דעם:
דער שינוי וואס איז געווען אין ישמעאל׳ן צו ״בן ק׳״ איז וואס ער איז שוין געווען א בעל תשובה .
ווי רש״י זאגט בפירושו 38 ,
אז ישמעאל האט תשובה גע־ טאן נאך בחיי אברהם,
און ישמעאל איז געווען ניין און אכציק יאר 39
בשעת מיתת אברהם 40 .
און דאס באווארנט רש״י,
אז ניט קוקנדיק אויף דעם וואס ער איז געווען א בעל תשובה,
ביז אז ביי אים שטייט ״ויגוע״ 41
(א לשון וואס שטייט נאר ביי צדיקים 42 ),
האט עס אבער קיין באטרעף ניט לגבי דער צדקות פון יעקב.
די מעלה פון ״בן שלשים״ איז - קודם זמן התשות כח פון בן ס׳ בן ע׳ - "בן שלשים לכח "
(בלשון המשנה 43 ),
און ווי מ׳זעט במוחש אויך א בן חמש,
אז אין גיל פון שלשים איז די גבורה ביים מענטשן בעוצם תוקפה.
און ישמעאל,
זייענדיק דערצו אזא וואס "ידו בכל" 44 ,
איז מובן אז אין עלטער פון שלשים איז ער געווען א גיבור.
און פונדעסטוועגן האט אויך ישמ־ עאל׳ס גבורה קיין באטרעף ניט קעגן גבורתו של יעקב,
און ווי רש״י איז מפרש אויפן פסוק 45
"ויגל את האבן מעל פי הבאר״ - "כמי שמעביר את הפקק מעל פי צלוחית להודיעך שכחו גדול " 46 ,
אע״פ וואס דעמאלט איז יעקב געווען - לויט פרש״י 47
- בן ע״ז שנה.
דער ענין מיוחד פון א "בן שבע" איז פארשטאנדיק פון פרש״י הנ״ל ביי אברהם - ״בן ע׳ כבן ה׳ בלא חטא״ - אז זייענדיק א קטן איז ער "בלא חטא".
וואלט מען געקענט מיינען אז אין דעם פרט איז ניט שייך צו מחלק זיין
צווישן ישמעאל און יעקב - אין דעם ענין פון קטנים ״בלא חטא״ זיינען זײ לכאורה ביידע גלייך;
זאגט תורה אז אויך אין דעם 48
האט ישמעאל קיין באטרעף ניט לגבי יעקב,
ווייל די עצם מציאות פון יעקב איז אנדערש פון ישמעאל,
בן האמה 49 ,
ובמילא איז וועגן וואס פאר א זאך עם רעדט זיך - אין יעדן פרט ופרט - איז יעקב אינגאנצן אנדערש,
העכער פון ישמעאל׳ן 50 .
און דערפאר "לא נמנו שנותיו של ישמעאל
(כולל די מעלות וואס זיינען מרומז אין די ג׳ פעמים ״שנה״)...
(נאר)
כדי לייחס בהם שנותיו של יעקב ".
(משיחת מוצש״ק פ׳ חיי שרה תש״מ)