B"H
🏡

Ikar

וירא ב

א.

אין פסוק 1

„ויאמר אדנ־י אם נא מצאתי חן בעיניך אל נא תעבור מעל עבדך”,

שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „ויאמר אדנ־י אם נא וגו’”,

און איז מפרש: „לגדול שבהם אמר וקראם כולם אדונים,

ולגדול אמר אל נא תעבור וכיון שלא יעבור הוא יעמדו חבריו עמו,

ובלשון זה הוא חול”

[און דערנאָך איז ער מפרש אַ צווייטן פירוש,

כדלקמן].

איז אין דעם ניט פאַרשטאַנדיק: בתחלת פירושו זאָגט רש”י „ לגדול שבהם אמר”,

אַז אברהם האָט געזאָגט „אדנ־י אם נא וגו׳”

( ניט צו אַלע דריי אנשים,

נאָר בלויז)

צום גדול שבהם,

טאָ וואָס זאָגט רש"י גלייך ווייטער „וקראם כולם אדונים” 2 ?

ב.

דערנאָך איז רש”י ממשיך: „דבר אחר קודש הוא,

והי׳ אומר להקב"ה להמתין לו עד שירוץ ויכניס את האורחים.

ואע”פ שכתוב אחר וירץ לקראתם 3 ,

האמירה קודם לכן היתה,

ודרך המקראות לדבר כן כמו שפירשתי אצל לא ידון רוחי באדם 4

שנכתב אחר ויולד

נח 5 ,

וא”א לומר אלא א”כ קודם גזירת ק”כ שנה”.

דאַרף מען פאַרשטיין:

א)

פאַרוואָס דאַרף רש”י זאָגן צוויי פירושים און איז זיך ניט מסתפק מיט איינעם?

ב)

פאַרוואָס קומט דער פירוש „הוא חול” אַלס ערשטער

(עיקר׳דיקער)

פירוש,

און דער פירוש „קודש הוא” אַלס צווייטער?

נאָך מער: וויבאַלד אַז ברוב המקומות איז דער תואר אדנ־י קודש 6 ,

קומט דאָך אויס,

אַז דער פירוש „הוא חול”

(אַז דער טייטש פון וואָרט אדנ־י דאָ איז אַנדערש ווי ברוב המקומות — )

איז ווייטער פון פשוטו של מקרא ווי דער פירוש „קודש הוא" — היינט פאַרוואָס קומט ער אַלס ערשטער

(און עיקר) 7 ?

ג)

אַז דאָס איז „חול" זאָגט רש"י

(— אין ערשטן פירוש)

בסיום דבריו,

און אַז דאָס איז „קודש” זאָגט ער

(— אין צווייטן פירוש)

גלייך בתחלת פירושו — וואָס איז דער טעם השינוי?

ג.

נאָך דעם ווי רש”י פאַרענדיקט ביידע פירושים,

איז ער מוסיף: „ושתי הלשונות בב"ר”.

איז אין דעם ניט מובן:

א)

צוליב וואָס דאַרף רש”י אָנווייזן דעם מקור פון די פירושים,

כאָטש ברובא דרובא טוט ער עס ניט?

ב)

ווען רש”י ברענגט צוויי פירושים און וויל דערביי מדגיש זיין אַז זיי זיינען גענומען געוואָרן פון דברי חז”ל,

איז ער דאָס מציין

(ע”ד הרגיל)

בתחלת הפירוש 8

— האָט ער עס אויך דאָ געדאַרפט מקדים זיין בתחלת הפירוש

(„איתא בב"ר” וכדומה)

און ניט דערנאָך ?

ג)

אין ב”ר 9

(שלפנינו)

איז דאָ נאָר איין פירוש — אַז דאָס איז אַ לשון של חול 10 .

מוז מען אָננעמען,

אַז אין דעם נוסח פון ב”ר,

וואָס רש”י האָט געהאַט,

ווערן געבראַכט ביידע פירושים 11

(ווי רש”י זאָגט „ ושתי הלשונות בב”ר”).

ס׳איז אָבער ניט מובן: אין מס׳ שבועות 12

ווערן געבראַכט ביידע פירושים

(און דאָרטן זיינען ניטאָ אין דעם קיין גירסאות שונות)

— טאָ פאַרוואָס איז רש”י מציין,

אַז דער מקור פון ביידע פירושים איז „בב"ר”,

וואָס דאָס איז נאָר לויט איין גירסא בב"ר

(און דערצו — ניט די

גירסא רווחת ),

און ברענגט ניט די גמרא אין שבועות?

ד.

דער ביאור בכל זה:

נאָך „ויאמר אד׳ אם נא מצאתי חן גו׳ מעל עבדך”,

שטייט גלייך אין די פסוקים שלאח”ז 13

(אַלס המשך פון אברהם׳ס רייד)

„יוקח נא מעט מים ורחצו רגליכם וגו׳ ואקחה פת לחם וסעדו לבכם וגו'”.

און וויבאַלד אַז פאַר „יוקח נא” שטייט ניט נאָכאַמאָל „ויאמר” איז פאַרשטאַנדיק,

אַז דאָס אַלץ האָט אברהם געזאָגט אין איין אמירה

[און „אם נא מצאתי וגו'” איז געזאָגט געוואָרן אַלס הקדמה צו „יוקח נא וגו'”).

און היות אַז „יוקח נא מעט מים ורחצו רגליכם גו'” האָט אברהם געזאָגט צו די „שלשה אנשים”,

פאַרשטייט דער בן חמש למקרא

(בפשטות),

אַז אויך די התחלת האמירה „אדנ־י אם נא וגו'” איז געזאָגט געוואָרן

(ניט צום אויבערשטן,

נאָר)

צו די „שלשה אנשים”

[און דעריבער דאַרף רש”י ניט באַוואָרענען גלייך בתחלת פירושו אַז „הוא חול”,

ווייל דער בן חמש למקרא פאַרשטייט עס מעצמו 14 ].

עס שטעלט זיך אָבער די שאלה: פאַרוואָס האָט אברהם אָנגעהייבן רעדן צו די „ שלשה אנשים”

(ניט בלשון רבים,

נאָר)

בלשון יחיד — „אם נא מצאתי חן בעיניך אל נא תעבור מעל עבדך ” 15 ?

באַוואָרנט עס רש”י: „לגדול שבהם אמר" — אַז דאָס האָט ער געזאָגט נאָר צו איינעם — צום גדול שבהם,

און דערפאַר האָט ער געזאָגט בלשון יחיד.

אָבער לפ”ז קען מען פרעגן: בשעת עס שטייען „שלשה אנשים” איז דאָך ניט מן הנימוס אַז מען זאָל זיך ווענדן נאָר צו איינעם פון זיי

(אפילו — צום גדול שבהם)

— טאָ ווי קומט עס,

אַז אברהם האָט גערעדט נאָר לגדול שבהם?

דעריבער איז רש”י מוסיף „וקראם כולם אדנים": בלויז דער „אמר"

(זיין אמירה „אם נא וגו׳”)

איז געווען „לגדול שבהם”,

אָבער זיין ווענדן זיך

(„קראם”) 16

מיטן תואר אדנ־י

( פאַרן זאָגן „אם נא וגו׳”)

איז געווען צו אַלע שלשה אנשים — קראם כולם אדונים 17 .

עס בלייבט נאָך אָבער ניט מובן: אברהם האָט דאָך געוואָלט אַז אַלע שלשה אנשים זאָלן ביי אים זיין אורחים,

טאָ פאַרוואָס האָט ער געזאָגט „אל נא תעבור",

בלשון יחיד — נאָר צו איינעם 18 ?

דערפאַר איז רש”י ממשיך: „ולגדול אמר אל נא תעבור וכיון שלא יעבור הוא יעמדו חבריו עמו" — אַז מיט זיין זאָגן „אל נא תעבור” צום „גדול שבהם” האָט ער באַוואָרנט אַז אויך „חבריו” זאָלן בלייבן מיט אים.

ה.

אָבער לאחרי כל זה איז נאָך אַלץ ניט גלאַטיק: צו וואָס האָט אברהם געדאַרפט פועל זיין אויף די אַנדערע צוויי דורך דער בקשה „לגדול שבהם"?

— ער האָט דאָך געקענט בעטן ביי זיי אַליין ישר — „אל נא תעברו ”!

און הגם אַז אין דער בקשה צו זיי איז ניטאָ קיין תועלת,

ווייל סייווי איז זייער בלייבן תלוי אין דער החלטה פונעם „גדול שבהם” — פונדעסטוועגן,

וויבאַלד אַז דורך זאָגן „אל נא תעבור”,

נאָר צום גדול שבהם,

קען מען מיינען אַז זיי דוקא ניט ,

האָט ער געדאַרפט אויך זיי כולל זיין אין דעם און זאָגן „אל נא תעברו”.

און צוליב דער שוועריקייט זאָגט רש”י אַ צווייטן פירוש: „דבר אחר קודש הוא והי׳ אומר להקב”ה כו׳”,

אַז די אמירה „אדנ־י אם נא וגו׳” איז געווען

(ניט צו די שלשה אנשים,

אַלס הקדמה צו „יוקח נא מעט מים ורחצו רגליכם וגו׳”,

נאָר)

צום אויבערשטן,

„להמתין לו עד שירוץ ויכניס את האורחים”.

ו.

אָבער דעם פירוש ברענגט רש”י אַלס צווייטער פירוש

(ד.

ה.

ווייניקער מתאים צו פשוטו של מקרא ווי דער ערשטער 19 )

— ווייל:

א)

פון דעם וואָס פאַר „יוקח נא גו׳” שטייט ניט

(נאָכאַמאָל)

„ויאמר”,

איז משמע

(כנ"ל ס"ד)

אַז „ויאמר אדנ־י גו׳ אל נא תעבור גו׳” איז געזאָגט געוואָרן צו די „שלשה אנשים”.

ב)

ס׳איז ניט מסתבר צו זאָגן,

אַז בשעת דער אויבערשטער איז געווען באַ אברהם׳ן,

זאָל אברהם לויפן צו די אורחים און פאַרלאָזן דעם אויבערשטן,

און

(עאכו”כ)

נאָך בעטן באַ אים ער זאָל וואַרטן אויף אים 20 .

[ונוסף לזה: ווי נאָר די מלאכים זיינען געקומען

(„שלשה אנשים נצבים” 3 )

— וואָס איינער פון זיי איז געקומען „לרפאות את אברהם" 21

— י”ל אַז אברהם איז באַלד אויסגעהיילט געוואָרן נאָך איידער שהכניסם וכו' 22

(וואָרום די רפואה וואָס קומט דורך אַ מלאך דאַרף ניט געדויערן).

און וויבאַלד אַז דער „וירא אליו ה׳” איז געווען בכדי „לבקר את החולה” 23 ,

קומט אויס,

אַז נאָכן אָנקומען פון די מלאכים ורפואתו איז שוין ניט געווען דער טעם אַז דער אויבערשטער זאָל זיין ביי אים — טאָ וואָס האָט ער געבעטן „אל נא תעבור גו׳ — להמתין לו כו׳"?].

און דעריבער האָט רש”י געשטעלט דעם פירוש

(„והי׳ אומר להקב"ה”)

אַלס דעם צווייטן פירוש,

ווייל לויט אים זיינען דאָ מער

(און האַרבערע)

שוועריקייטן ווי דאָס וואָס איז שווער לויטן פירוש „לגדול שבהם אמר”.

ז.

ע”פ הנ”ל וועט ווערן פאַרשטאַנדיק,

וואָס „בלשון זה הוא חול” זאָגט רש"י ביים סיום פון

(ערשטן)

פירוש,

און

„קודש הוא” זאָגט ער גלייך ביים אָנהויב פון צווייטן פירוש —

ווייל פון פשטות הכתובים איז מוכח

(כנ”ל),

אַז דער „ויאמר” איז געווען צו די „שלשה אנשים ”; און דעריבער,

איז אין ערשטן פירוש,

וואו דער חידוש איז נאָר דאָס וואָס „לגדול שבהם אמר”,

הויבט ער ניט אָן מיט „הוא חול” ווייל ניט אין דעם באַשטייט דער חידוש פון דעם פירוש.

נאָר היות ווי ס׳איז פאָרט ניט אַזוי גלאַטיק אַז מען זאָל נוצן דעם תואר אדנ־י אויף אַ מענטש — באַוואָרנט דעריבער רש”י בסיום הפירוש „ובלשון זה הוא חול",

אַז אדנ־י דאָ איז אַנדערש ווי ברוב המקומות.

משא”כ אין צווייטן פירוש זאָגט רש”י „קודש הוא" באַלד בהתחלת הפירוש — ווייל:

(א)

צו זאָגן אַז אדנ־י דאָ איז „קודש” איז אַ חידוש

(וכנ”ל,

אַז פון המשך הכתובים איז משמע אַז דער תואר דאָ באַציט זיך צו די אנשים).

(ב)

אַ הוכחה און יסוד צום פירוש „והי׳ אומר להקב"ה”

(ניט ווי בפשטות אַז די אמירה איז געווען צו די שלשה אנשים),

איז,

כנ"ל,

וואָס לויט דעם פירוש איז גלאַטיק דאָ דער טייטש פון אדנ־י — דאָ פּונקט ווי אומעטום.

און דערפאַר הויבט אָן רש"י „קודש הוא" — צו מדגיש זיין,

אַז אין דעם באַשטייט די הוכחה צו מפרש זיין „והי׳ אומר להקב"ה”.

ח.

וויבאַלד אַז ביידע פירושים זיינען

(ניט נאָר ניט גלאַטיק 24 ,

נאָר אויך)

ווייט פון „ריינעם" פשט,

דעריבער איז רש"י מוסיף „ושתי הלשונות בב"ר”,

אַז

דער מקור פון ביידע פירושים איז אין מדרש

(ס׳איז אָבער אַזאַ דרש וואָס איז

(בלשון רש”י 25 )

„אגדה המיישבת דברי המקרא”).

און דערפאַר זאָגט רש”י „ושתי הלשונות בב"ר" אין סיום פון זיין פירוש — ווייל ערשט לאחרי ווי מען לערנט דורך ביידע פירושים און מען פאַרשטייט אַז זיי זיינען ווייט פון „ריינעם" פשט,

ערשט דאַן דאַרף מען אָנקומען צו דער

באַוואָרעניש אַז זיי זיינען גענומען פון מדרש.

ועפ”ז איז אויך פאַרשטאַנדיק וואָס רש”י זאָגט „ושתי הלשונות בב"ר” און איז ניט מציין זייער מקור אין גמרא — ווייל דווקא דורך מציין זיין צו ב”ר — מדרש — איז מודגש אַז ביידע פירושים זיינען אַן אגדה; משא”כ אין גמרא,

וואו פיל פון די ענינים וואָס מ׳לערנט אָפּ פון פסוקים,

זיינען

(אויך)

ע”ד הפשט.

(משיחת ש"פ וירא תש"מ)

Reader controls and commentary are loading.