B"H
🏡

Ikar

וירא א

א.

מ׳האט שוין כמה פעמים 1

דערציילט דעם סיפור פון רבי׳ן

(מהורש״ב)

נ״ע,

וואס האט פאסירט ווען ער איז געווען א קינד פון פיר אדער פינף יאר,

בשבת פרשת וירא:

דער רבי נ״ע איז אריין צו זיין זיידן כ״ק אדמו״ר הצ״צ

(צו מקבל זיין די ברכה בשייכות מיט זיין יום הולדת 2 )

און האט זיך פאנאנדערגעוויינט,

זאגנדיק: פארוואס האט זיך דער אויבערשטער באוויזן צו אברהם אבינו און צו אונז

(אים)

באווייזט ער זיך ניט?

האט אים דער צ״צ געענטפערט: אז א איד

(א צדיק 3 ),

צו ניין און ניינציק יאר,

איז מחליט אז ער דארף זיך מל זיין,

איז ער ווערט אז דער אויבערשטער זאל זיך באווייזן צו אים.

ב.

סיפורי רבותינו נשיאינו בכלל,

ובפרט די וועלכע זיי אליין האבן אונז מגלה געווען ע״מ לפרסמם,

זיינען דאך זיכער מדוייק בכל פרטיהם.

אפילו די סיפורים וועלכע האבן פא־ סירט בקטנותם - איז דערפון גופא וואס רבותינו נשיאינו האבן דערציילט די סיפורים

(ובפרט ע״פ מחז״ל 4

אז "בוצין בוצין מקטפי׳ ידיע"),

איז פארשטאנדיק,

אז זיי זיינען ניט נאר אן ענין פון וועלכן מ׳קען ארויסנעמען א הוראה אין עבודת ה׳

(אזוי ווי מען דארף ארויסנעמען פון יעדער זאך וואס מ׳זעט אדער מ׳הערט 5 ),

נאר זיי אנטהאלטן א תוכן מיוחד,

וועלכן מען דארף לערנען און פארשטיין.

איז אין דעם סיפור האמור ניט פאר־ שטאנדיק: "וירא ה׳ אל אברם" שטייט שוין פריער און צוויי מאל

(אין פ׳ לך לך 6 ).

פארוואס איז געווען די בכי׳ פון רבי׳ן נ״ע אויף דעם וואס דער אויבער־ שטער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו און צו אונז

(אים)

באווייזט ער זיך ניט - בקשר מיט׳ן פסוק אין פ׳ וירא,

און ניט פון פ׳ לך לך?

וועגן דעם צווייטן מאל "וירא ה׳ אל אברם״

(פון פ׳ לך לך)

- קען מען זאגן,

אז דער רבי נ״ע האט נאך אפשר דעמאלט ניט געלערנט דעם פסוק,

היות ווי דער פסוק איז כמעט אין סיום הסדרה

(ווי עס פירט זיך בכמה מקומות דער סדר הלימוד מיט קינדער,

אז מען לערנט מיט זיי יעדער וואך נאר א טייל פון פרשת השבוע 7 )

;

אבער בנוגע צום ערשטן מאל "וירא ה׳ אל אברם",

וואס שטייט אין תחלת הסדרה,

האט ער דאך יא דעמאלט געלערנט - איז פארוואס איז זיין פאנאנ־ דערוויינען זיך ניט געקומען בקשר מיט דעם פסוק?

ג.

בפשטות י״ל דעם טעם: ווען ער איז אריין צום צ״צ

(צו מקבל זיין די ברכה בשייכות מיט׳ן יום הולדת),

איז עס געווען בש״פ וירא,

האט ער דעריבער געפרעגט אויך דעם ענין וואס ער האט געלערנט דעמאלט ,

אויף "וירא אליו ה׳" וואס שטייט אין פ׳ וירא

(משא״כ אין דער וואך פון פ׳ לך איז ניט געווען א סיבה אויך אריין צום צ״צ 8 )

-

עם בלייבט אבער די שאלה: פארוואס האט דער צ״צ אים געענטפערט נאר וועגן "וירא אליו ה׳" פון פ׳ וירא,

און האט ניט מעורר געווען אז "וירא ה׳ אל אברם" איז שוין געווען פריער

(אין פ׳ לך לך)

און - צוויי מאל?

די שאלה איז נאך גרעסער: דער ענטפער פון צ״צ

(אז דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו ווייל ער האט מחליט געווען אז ער דארף זיך מל זיין)

פארענטפערט נאר דעם פםוק "וירא אליו ה׳" פון אונזער םדרה,

וואס איז געקומען נאך די החלטה זיך צו מל זיין - עם בלייבט אבער די שאלה

(און געוויין)

בנוגע "וירא ה׳ אל אברם" פון פ׳ לך וואס זיינען געווען איידער ער האט זיך מל געווען 9 .

ד.

לכאורה קען מען זאגן דעם ביאור בזה:

די צוויי מאל "וירא" אין פ׳ לך זיינען געווען א הקדמה והכנה צו אן אמירה

("וירא ה׳ גו׳ ויאמר גו׳"),

ובמילא האט

ניט קיין ארט דער ״וירא״ צו איינעם -צו וועלכן ס׳איז ניטא די אמירה;

משא״כ אין אונזער םדרה איז ניט געווען קיין אמירה

(אדער כיו״ב)

בהמשך צום ״וירא״ 10 ,

דער ״וירא״ איז געווען אן ענין פאר זיך; און דערפאר האט זיך דער רבי נ״ע פאנאנדערגעוויינט דוקא בקשר צו דעם "וירא".

אבער דאם איז ניט אויםגעהאלטן,

ווייל

[אפילו אויב דער "וירא" איז געווען צוליב אן אמירה - געפינט מען דאך בכמה מקומות 11

וואו עם שטייט "ויאמר ה׳ אל גו׳" אן דער הקדמת "וירא ה׳ גו׳"; איז דערפון משמע אז אויך דא איז דער "וירא" אן ענין לעצמו

(ניט נאר צוליב דער אמירה),

והדרא קושיא לדוכתא -איז נוםף לזה]

אויך דער ״וירא״ פון אונזער סדרה האט געהאט א םיבה,

א מטרה מיוחדת

(ווי רש״י - פשוטו של מקרא - זאגט 12 )

- ״לבקר את החולה״ - און בא דעם רבי׳ן נ״ע - איז דאך ניט געווען די םיבה?

ה.

אין בעל הטורים 13

שטייט,

אז "וירא אליו ה׳"

(בפרשתנו)

איז געווען "בשביל המילה״ - אין זכות וואס אברהם אבינו האט מקיים געווען מצות מילה.

עפ״ז וואלט מען געקענט לכאורה פארענטפערן,

אז אין דעם איז באשטאנען די טענה

(און געוויין)

פון רבי׳ן נ״ע: וויבאלד אז אויך ביי אים איז דא

דער זכות פון מילה 14 ,

דעריבער קומט אויך אים דער שכר פון "וירא אליו ה׳";

און אויף דעם האט אים דער צ״צ געענטפערט,

אז מען קען זיך ניט פאר־ גלייכן צו אברהם׳ן,

וואס זיין מצות מילה האט געהאט א מעלה מיוחדת - ער האט זיך מל געווען "צו ניין און ניינציק יאר" - און דערפאר האט ער

(דוקא)

זוכה געווען צום "וירא".

אבער דאם איז א דוחק גדול,

ווייל:

א)

רש״י איז מפרש,

כנ״ל,

אז דער ״וירא אליו ה׳״ איז געווען ניט סתם א שכר "בשביל המילה",

נאר "לבקר את החולה״ 15

- און פרש״י על התורה איז דאך

(אויך)

פאר א "בן חמש למקרא" - איז מםתבר,

אז די שאלה פון רבי׳ן נ״ע זייענדיק א קינד פון פיר אדער פינף יאר איז אויםגעהאלטן לויט פירוש רש״י אויפן פםוק.

ב)

אפילו לויטן פירוש פון בעל הטורים - וויבאלד עם רעדט זיך וועגן דעם רבי׳ן נ״ע,

וואס זייענדיק א קינד איז אין אים געווען ניכר א מעין פון זיינע שפעטערדיקע מעלות

(כנ״ל "בוצין בוצין מקטפי׳ ידיע" 4 ),

האט ער דאך זיכער געוואוםט וועגן דעם גודל המעלה פון עבודת אברהם אבינו בכלל,

און עאכו״כ אז ער האט פארשטאנען די מעלה הכי פשוטה וגלוי׳ אין מילת אברהם אבינו לגבי מצות מילה

(בכלל),

וואס זי איז געווען אין עלטער פון ניין און ניינציק יאר;

האט במילא ניט קיין ארט אז דער רבי נ״ע

(אפילו אלם קינד)

זאל זיך פארגלייכן צו אברהם אבינו,

ביז צו האבן א טענה ,

פארוואס דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו

(בזכות המילה)

און צו אים באווייזט ער זיך ניט.

ו.

וי״ל הביאור בזה,

אז אדרבה: די טענה הנ״ל פון רבי׳ן נ״ע איז געקומען טאקע מצד דעם וואס ער האט געוואוםט וואס רש״י זאגט אז "וירא אליו ה׳" איז געווען "לבקר את החולה":

לולא פירוש רש״י וואלט ער ניט געהאט קיין טענה פארוואס דער אוי־ בערשטער באווייזט זיך ניט צו אים ווי צו אברהם אבינו - ווייל ווי איז דען שייך אז ער זאל זיך פארגלייכן צו אברהם אבינו;

היות אבער אז "וירא אליו ה׳" איז געווען "לבקר את החולה",

אן ענין פון גמילות חםדים 16 ,

ד.

ה.

דער "וירא" איז געווען

(ניט אזוי מצד מעלת מדריגת אברהם אבינו 17 ,

נאר)

מצד מדת חםדו של הקב״ה - האט ער דעריבער גע׳טענה׳ט: וויבאלד אז אים ארט וואס דער אויבער־ שטער באווייזט זיך ניט צו אים

(ווי מ׳האט דערנאך געזען אז דאם האט אים געבראכט צו בכי׳)

- דארף דעריבער דער אויבערשטער גומל חםד זיין אויך מיט אים,

און באווייזן זיך אויך צו אים.

נולפ״ז איז פארענטפערט בפשטות וואס ער האט ניט געפרעגט אויף די צוויי מאל "וירא ה׳ אל אברם "

אין פ׳ לך לך - ווייל דארטן איז דער "וירא" געווען פארבונדן מיט מעלתו של אברהם אבינו 18 ,

און מען קען זיך ניט פארגלייכן צו אברהם אבינו].

אויף דעם האט אים דער צ״צ געענט־ פערט "אז א איד כו׳ איז מחליט אז ער דארף זיך מל זיין איז ער ווערט אז דער אויבערשטער זאל זיך באווייזן צו אים": כאטש דער "וירא אליו ה׳" איז געווען

(ניט,

מצד מעלת מדריגת אברהם אבינו,

נאר)

מצד גמילות חםדים

(של הקב״ה ),

דארך מען אבער ווערט זיין דעם גמ״ח,

זיין א "כלי" צו דעם גילוי 19

;

און די כלי צו דעם איז - די החלטה,

אז אין וועלכן מצב ער זאל נאר זיין,

אפילו ווען ער איז אין א דרגא פון "א צדיק צו ניין און ניינציק יאר" דארף ער זיך מל זיין 20 .

ז.

אויך דעם ביאור הנ״ל קען מען לכאורה פרעגן:

םוף־םוף איז דער ענין פון ביקור חולים ניט סתם אן ענין פון גמילות חםדים,

נאר עם

(האט א תוכן מיוחד,

עם)

איז פארבונדן מיט א חולה דוקא - דורך דעם ביקור פארגרינגערט מען די יםורים פון דעם חולה און דאם גופא העלפט צו זיין רפואה 21

(ובפרט ווי עם שטייט אין גמרא 22

אז עם נעמט צו "אחד מששים" פון דעם חולי)

- וואס דאם איז אפילו ביי א ביקור פון א בן אדם; ועאכו״כ אז דעם אויבערשטנ׳ס ביקור חולים 23

פועל׳ט זיכער ברפואת חולה 24 .

שטעלט זיך במילא די שאלה: ווי אזוי האט דער רבי נ״ע אפגעלערנט פון "וירא אליו ה׳ - לבקר את החולה ",

אז דער אויבערשטער באווייזט זיך אויך צוליב אן אנדער ענין פון גמילות חסדים,

וואס איז ניט פארבונדן מיט א חולה וואס דארף האבן א רפואה

(און דער מבקר איז "נוטל כו׳ מחליו")?

וועט מען דאס פארשטיין בהקדם וואס די גמרא 25

לערנט אפ פון "וירא אליו ה׳",

אז פונקט ווי "הקב״ה ביקר חולים ..

אף אתה בקר חולים״ - וואס אויך אין דעם איז ניט פארשטאנדיק

(ע״ד קושיא הנ״ל)

:

די גמרא 26

זאגט אז דוקא ביי "בן גילו" פון דעם חולה ווערט דורך זיין ביקור חולים אויפגעטאן אז "נוטל כו׳ מחליו".

היינט ווי קען מען אפלערנען דערפון וואס " הקב״ה ביקר חולים"

(וואס זיין ביקור חולים איז זיכער נאך מער ווי "בן גילו" 27 ),

אז ביי יעדער אידן

(וואס רובם זיינען ניט בני גילו)

דארף זיין "בקר חולים" 28 ?

ויש לומר,

אז רש״י איז מרמז דעם ביאור ע״ז בפירושו דא על התורה,

דער־ מיט וואס ער זאגט "לבקר את החולה אמר רבי חמא בר חנינא 29

יום שלישי למילתו הי׳ ובא הקב״ה ושאל בשלומו".

לכאורה איז ניט מובן די אריכות בלשון רש״י 30

: ער זאגט דאך שוין "לבקר את החולה",

איז וואס איז ער מוסיף "ובא הקב״ה ושאל בשלומו"?

נאר דערמיט באווארנט רש״י: דאס וואס דער אויבערשטער איז געקומען צו אברהם׳ן "לבקר את החולה",

איז עס ניט געווען כדי צו אראפנעמען פון זיין חולי,

נאר

( בלויז )

לשאול בשלומו 31 ,

כדלקמן.

ח.

נאך "וירא אליו ה׳" שטייט 32

אז אברהם האט געזען "שלשה אנשים נצבים עליו".

זאגט רש״י אז איינער פון זיי איז געקומען "לרפאות את אברהם".

און וויבאלד אז סיי ווי

(אויך אן "וירא אליו ה׳")

איז אברהם אויסגעהיילט גע־ ווארן אינגאנצן דורך מלאך רפאל 33

(און גלייך ווי ער איז געקומען 34 )

- האט דאך ניט קיין ארט צו זאגן,

אז מיט א וויילע פריער זאל דער אויבערשטער קומען בכדי צו אראפנעמען פון אים

(בלויז)

"אחד מששים מחליו" 35 .

דעריבער איז רש״י מדייק,

"ובא הקב״ה ושאל בשלומו״ - אז די מטרה פון דעם ביקור חולים של הקב״ה איז געווען

(ניט - לרפאות,

עכ״פ אחד מששים,

נאר)

בלויז אן ענין פון גמילות חסדים.

און דערפאר לערנט מען דערפון דעם חיוב פון "בקר חולים" אולף יעדן אידן.

און וויבאלד אז דער אויבערשטער איז געקומען "לבקר את החולה",

אלם גמילות חםדים

(און ניט אויף אראפנעמען מחליו),

דעריבער האט דער רבי נ״ע געהאט די טענה,

אז מצד גמילות חםדים,

דארף דער אויבערשטער באווייזן זיך אויך צו אים,

כנ״ל.

ט.

ווי גערעדט אמאל בארוכה 36 ,

איז איינע פון די הוראות וואס מ׳דארף ארויסנעמען פון דעם םיפור:

וויבאלד דער מאורע הנ״ל מיטן רבי׳ן נ״ע האט פאםירט ווען ער איז געווען א קינד פון פיר אדער פינף יאר,

"בציר מבר שית״ - איז דערפון א הוראה,

אז אפילו א קינד וואס איז אלט פיר אדער פינף יאר,

קען מען ביי אים ארויםרופן

(דורך א חינוך כדבעי)

א תשוקה צו רוחניות און ג־טלעכקייט,

ביז צו א תשוקה נפלאה וואס רופט ארוים בכי׳.

און ס׳איז ניט קיין םתירה דערצו פון הוראת הרמב״ם 37

בנוגע דעם אופן הלימוד מיט א קטן,

אז מען דארף אים מזרז זיין "בדברים שהם אהובים אצלו לקטנות שניו ..

קרא ואתן לך אגוזים כו׳״ - ווייל דער מאורע הנ״ל

(ובפרט נאך דעם ווי כ״ק מו״ח אדמו״ר האט עם מפרםם געווען),

האט מגלה געווען דעם דרך בחינוך.

וי״ל נאכמער - מחדש גע־ ווען דעם דרך בחינוך,

(ובל׳ החםידות)

ער האט געעפנט א נייעם צינור,

אז מען זאל קענען מחנך זיין א קינד,

ביז ג־טלעכקייט זאלן ווערן "דברים שהם אהובים אצלו",

א טייל אויך פון זיין " קטנות שניו ".

ע״ד ווי מען געפינט בנוגע לכמה ענינים

(אויך להלכה 38 )

אז "נשתנו הטבעיים".

יו״ד.

מען דארף אבער האבן א ביאור: פארוואס טאקע האט זיך דער ענין אויפ־ געטאן ערשט בדורות האחרונים,

און דורך

(א מאורע וואס האט פאםירט מיט)

דעם רבי׳ן נ״ע?

וועט מען דאם פארשטיין בהקדים הביאור וואס דער גילוי פון פנימיות התורה איז געקומען דוקא בדורות האחרונים

(דורכן אריז״ל 39 ,

און דערנאך דורכן בעש״ט,

ביז אין אן אופן פון השגה והבנה 40

דורך תורת חםידות חב״ד)

-דלכאורה,

אכשור דרא בתמי׳?

איז ידוע איינער פון די ביאורים בזה 41 ,

אז אדרבה: מצד דעם וואס בדורות האחרונים איז דער חושך גרעסער,

דארף מען האבן א הוםפה אין אור הקדושה.

ועד״ז איז אויך בנדו״ד: מצד דער התגברות החושך שבדורות האחרונים,

האט מען דוקא איצט געגעבן דעם כח צו מחנך זיין קינדער "בציר מבר שית",

אז רוחניות און אלקות זאל ווערן א טייל פון זייער לעבן,

כנ״ל.

און דאם איז אויך דער טעם וואס ענין זה האט זיך אויפגעטאן דורך

(א מאורע וואס האט פאסירט מיט)

דעם רבי׳ן נ״ע:

מעניניו המיוחדים פון רבי׳ן נ״ע איז געווען - וואס ער האט מייסד געווען ישיבת תומכי תמימים,

וואו מ׳זאל לערנען נגלה דתורה צוזאמען מיט פנימיות התורה,

אלס א תורה אחת 42 .

איז אלס הקדמה דערצו האט מען געדארפט פותח זיין א נייעם צינור און א נייעם דרך אין ענין החינוך,

אז אפילו ווען דער קינד איז נאר אלט פיר אדער פינף יאר,

קען מען ביי אים ארויסרופן א תשוקה נפלאה,

ער זאל גלוסטן אז דער אויבערשטער זאל זיך צו אים באווייזן.

און הנהגה האמורה בא די וועלכע מ׳רופט ״משיחי״ 43

- ווערט די הכנה קרובה צו ביאת וגילוי המשיח,

ווען עס וועט זיין וירא ה׳ 44 ,

"ונגלה כבוד ה׳ וראו כל בשר יחדיו כי פי ה׳ דבר" 45

למטה מעשרה טפחים,

בקרוב ממש,

ווען "אתי מר" דא מלכא משיחא.

(משיחות ש״פ וירא

(כ״ף מרחשון)

ומוצש״ק פ׳ ח״ש תש״מ)

Reader controls and commentary are loading.