א.
ז׳ מרחשון פאַלט אויס אַלעמאָל אין דער וואָך פון פ׳ לך לך 1 .
וע”פ הידוע 2
אַז די מועדי השנה
(פון לשון „מיועד" - אַ ספּעציעלער זמן)
האָבן אַ שייכות צו די פרשיות אין וועלכע זיי פאַלן אויס,
איז מובן,
אַז אויך ז׳ מרחשון האָט אַ תוכנ׳דיקן פאַרבונד מיט פ׳ לך לך
[ובפרט אַז ז׳ מרחשון פאַלט אויס אַלעמאָל אין פ׳ לך כנ”ל,
ניט ווי אַנדערע מועדים וואָס זייער קביעות אין די פרשיות ווען זיי זיינען חל בייט זיך משנה לשנה].
וועגן ז׳ מרחשון זאָגט די משנה 3 ,
אַז דאָס איז דער טאָג ווען „שואלין את הגשמים”,
„ט"ו יום אחר החג,
כדי שיגיע אחרון שבישראל לנהר פרת”,
און אַזוי איז גע׳פּסק׳נט די הלכה אין רמב"ם 4
ושו”ע 5 ,
אַז בא”י הויבט מען אָן שואל זיין גשמים בז׳ מרחשון.
פאַרשטייט מען,
אַז דאָס איז ניט בלויז אַ סיבה שלילית,
אַז דער גשם זאָל ניט גורם זיין קיין צער צו אַ אידן ביז ער וועט אָנקומען 6
לביתו בסוף הגבול,
נאָר
אַז ביז שבעה בחשון איז עס נאָך אַלץ אַ המשך פון דער עלי׳ לרגל דחג הסוכות,
און ווי עס איז מפורש אין ש”ך 7 ,
„דכל פעם שהיו ישראל עולים לרגל לא היו יכולין להגיע לבתיהם אחר הרגל אלא בט”ו יום והי׳ דומה להם כאילו הם עדיין בא"י עסוקים בעניני הרגל כל זמן שלא היו עוברים 8
הנהר הגדול נהר פרת”.
דאָס הייסט,
אַז ז׳ מרחשון איז דער טאָג וואָס איז מדגיש דעם גמר ההילוך והעלי׳ לרגל — ער באַדייט די ירידה
(מן העלי׳),
אידן קומען אַראָפּ פון דער שלימות הקדושה אין ביהמ”ק בירושלים,
יעדער איינער קומט צו זיין אָרט,
„תחת גפנו ותחת תאנתו" 9 ,
בארץ ישראל אָדער בחוץ לארץ 10 ,
ביז צו דעם אחרון
שבישראל
(אין חו”ל)
דערגרייכנדיק דעם נהר פרת.
ב.
לפי זה דאַרף מען פאַרשטיין די שייכות צו פ׳ לך,
וואו עס רעדט זיך און ס׳איז מודגש דער היפך — „לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך אל הארץ אשר אראך” — די הליכה ועלי׳
(פון אברהם)
ממקומו וארצו,
אַרויסגיין פון חו”ל
(חרן),
און גיין קיין א”י.
און אע”פ אַז גלייך בתחלת הסדרה ווערט אויך דערציילט אַז „וירד אברם מצרימה" 11
— איז דאָך אָבער באַוואוסט אַז דער תוכן עיקרי פון יעדער סדרה זאָגט זיך אַרויס אין איר נאָמען,
ובפרשתנו אין דעם נאָמען „לך לך”,
וואָס ווייזט אויף דער הליכה פון חו”ל ועלי׳ אין ארץ ישראל.
ועוד ועיקר — רוב הסדרה ככולה רעדט וועגן אברהם׳ס זיין אין א”י.
און וויבאַלד אַז יעדער ענין אין תורה איז אַ הוראה,
איז דאָך פאַראַן אַ הוראה סיי אין דער פרשת השבוע
(כידוע 12
תורת אדה”ז אַז „מען באַדאַרף לעבן מיט דער צייט”,
„מיט דער פרשת השבוע”),
סיי אין דעם ענין פון ז׳ מרחשון — פאָדערט זיך ביאור,
ווי קומען זיך צוזאַמען די צוויי ענינים,
וואָס זיינען בתוכן הפכי איינער פונעם צווייטן.
ובפרט אַז דער ענין הנ”ל פון ז׳ מרחשון איז ניט אַן ענין וואָס איז געווען
שייך נאָר בזמן שביהמ”ק הי׳ קיים,
ווען מ׳האָט עולה געווען לרגל,
נאָר ס׳איז אויך שייך צו אידן בכל הזמנים.
וואָס דערפאַר איז „שואלין את הגשמים” בז׳ במרחשון בא”י אויך בזמן הזה,
ווי דער אַלטער רבי ברענגט אַראָפּ בשו”ע 13
„אף לאחר החורבן 14
היו מתאספים ג”כ מכל הסביבות 15
בירושלים 16
לרגל כמו שעושים גם היום לפיכך 17
לא בטלו תקנת חכמים שתקנו השאלה בא”י בז׳ במרחשון”.
און דאָס איז אויך נוגע בכל המקומות,
אויך בחו”ל 18 ,
ווי 19
דער ש”ך 20
זאָגט,
אַז אויב מ׳שרייבט אין אַ שטר
„אחר הרגל”,
מיינט עס „ט”ו יום אחר הרגל”,
לויט דער משנה הנ”ל,
„ואע”ג דהשתא אנן בגולה מ”מ לשון אחר הרגל נמשך מהם”.
ג.
דעם עצם ענין,
אַז אין דער עבודה פון אידן אַוועקגייענדיק פון ביהמ”ק איז דאָ אַ עילוי — וואָס מצד דעם י”ל אַז עס ווערט אָנגערופן „לך לך”,
וואָס ווייזט אויף עלי׳ — איז מובן: דוקא ווען אידן קומען אָן כל אחד לביתו ולמקומו,
און אדם חורש ואדם זורע 21
מאַכט יעדער איד פון זיינע דברים גשמיים אַ דירה לו ית׳ בתחתונים 22 ,
דורך תומ”צ,
און „כל מעשיך יהיו לשם שמים” 23
און „בכל דרכיך דעהו” 24 .
וואָס דאָס איז ניט שייך
(אויף אַזויפיל)
בשעת מ׳געפינט זיך בירושלים ובביהמ”ק בזמן הרגל,
וואָרום דעמולט האָט מען ניט צו טאָן מיט עבודת האדמה,
מיט הולך לפרקמטיא וכו׳ ובכלל מיט עובדין דחול — מיט „תחתונים”.
אָבער פון ז׳ מרחשון אָן
(ווען אידן הייבן צוריק אָן חרישה וכו׳ מאַכן פון דברים תחתונים אַ דירה לו ית׳),
אַ יתרון האור מן החושך 25 ,
במילא ווערט אַן עלי׳,
„לך לך”,
באַ אידן* 25 .
[וכדוגמת המבואר בכ”מ בנוגע צו דער ירידה הכללית — ירידת הנשמה למטה 26
בעולם הזה,
אַז דורך איר עבודה למטה אין דברים גשמיים,
צו מאַכן די וועלט אַ דירה לו ית׳,
ווערט זי
נתעלה העכער ווי זי איז געווען פריער
(לפני ירידתה למטה 27 )].
דאָס איז אָבער ניט מספיק לבאר די שייכות צו פ׳ לך לך ווי דאָס איז בפשוטו של מקרא 28 ,
אַז עס רעדט זיך וועגן הליכת אברהם פון חו”ל קיין א”י,
און וואו עס איז מודגש דער „לך לך” דורך דעם הילוך פון חו”ל קיין א”י.
ד.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם החילוק צווישן דעם מעמד ומצב פון אידן בעלייתם לרגל,
וואו זיי האָבן זיך געפונען „לפני ה׳” 29 ,
לגבי זייער מעמד ומצב געפינענדיק זיך יעדערער במקומו „תחת גפנו ותחת תאנתו” — ניט „לפני ה׳”.
וואָס איז כמובן אַ ירידה לגבי זייער מעמד ומצב זייענדיק „לפני ה׳”,
איז אָבער דאָ אַן עלי׳ ועילוי דוקא דורך דעם וואָס זיי זיינען ווייט,
ניט „במקום אשר יבחר ה׳”.
וי”ל מעין דוגמא לדבר אין נגלה דער חילוק צווישן אַ שכיר און אַ שליח: אַ שכיר איז עבודתו בדרך כלל אין דעם אָרט פון די בעלים,
אָדער
(במקום)
מיט נכסי הבעלים; דאַקעגן אַ שליח איז בדרך כלל ניט במקום הבעלים
(ווי עס ווערט אָנגעדייטעט אין לשון „שליח” גופא — אַז ער ווערט אַוועקגעשיקט פון דעם משלח)
; און אויך זיין עשי׳ איז לאו דוקא פאַרבונדן מיט חפצי הבעלים.
שליח מיינט אַז ער טוט אַ מעשה איזו שתהי׳ פאַר דעם משלח.
עס איז אויך אַ חילוק בתוכן צווישן אַ שכיר
(וכיו”ב)
מיט אַ שליח: אַ שכיר איז,
כל עשיתו צוליב זיך ,
כדי לקבל שכרו ואליו הוא נושא את נפשו 30
; לאידך,
דער מושג פון שליח איז,
אַז די פעולה ומעשה וואָס ער טוט איז
((בעיקר)
ניט פאַר זיך נאָר)
פאַר דעם משלח 31 .
דעריבער,
איז אַ שכיר,
וויבאַלד אַז ענינו איז וואָס ער טוט צוליב זיך,
איז אַ שקלא וטריא צי זיין מעשה קען זיין ווי מעשה השוכרו,
גערעכנט ווי דער בעה”ב האָט געטאָן די מעשה 32
;
משא”כ אַ שליח,
הגם ער איז ניט אין דעם אָרט וואו עס איז דער משלח,
וויבאַלד אָבער ער טוט עס
(בעיקר)
נאָר פאַרן משלח,
איז די עשי׳ פון דעם שליח כאילו ווי דער משלח האָט עס געטאָן; אָדער נאָכמער,
אַז די מעשה גופא איז
זיך מתייחס צום משלח,
ד.
ה.,
אַז דער משלח טוט דורך דעם שליח; ביז צו דעם העכסטן אופן 33
אין „שלוחו של אדם כמותו” — כמותו ממש.
אַז ניט נאָר די מעשה השליח און זיין כח המעשה ווערט אַזוי ווי דעם משלח׳ס,
נאָר דער שליח גופא ווערט די מציאות פון דעם משלח
[וואָס דערפאַר העלפט עס אויך אין אַזעלכע ענינים וואָס דער משלח דאַרף בדוקא אַליין טאָן 33 ].
ה.
מעין זה י”ל איז דער חילוק
(ברוחניות)
צווישן דער עבודת ישראל בעלייתם לרגל זייענדיק „לפני ה׳"
(„במקום הבעלים”),
און זייער עבודה תחת גפנו ותחת תאנתו:
בעלייתם לרגל,
איז ביי זיי געווען „יראה כל זכורך את פני האדון ה’” 34
„את פני ה׳ אלקיך” 35
ראיית אלקות — „וכדרך שבא לראות כך בא ליראות” 36
— אידן זיינען געקומען זען און „איינזאַפן” דעם גילוי אלקות שבביהמ”ק 37 .
דאָס זען די „עשרה 38
ניסים שנעשו לאבותינו 39
בביהמ”ק” און „מקום שכינה,
כהנים בעבודתם לויים בדוכנם וישראל במעמדם” 40
— איז דאָס אַלץ כביכול אַן ענין „צוליב זיך”.
זיי דערהערן און „שעפּן” זיך אָן מיט גילוי שכינה
(בדוגמת נשמות בגן עדן וואָס „ נהנין מזיו השכינה” 41 ).
דער אַוועקגיין און קומענדיק צוריק יעדערער למקומו
(בז׳ מרחשון),
איז דאָך ניט כדי לראות את פני גו’,
כדי ער זאָל דערהערן און פילן ג־טלעכקייט
(ואדרבא דאָס האָט ער געהאַט אין אַ גאָר העכערן אופן ווען ער איז געווען „במקום אשר יבחר ה”א לשכן שמו שם”,
„לפני ה׳”,
בירושלים בביהמ”ק),
נאָר צו אויספירן די כוונה און שליחות פון דעם אויבערשטן אויף מקיים זיין תומ”צ,
און בכללות — לעשות לו ית׳ דירה בתחתונים;
איז דוקא דעמולט ווערט ער אַ שליח ,
שלוחו של אדם — העליון — כמותו,
„כמותו ממש” 42
פון כביכול,
דעם אויבערשטן.
ו.
עפ”ז איז מובן וואָס די עבודה פון ז׳ מרחשון אומקערנדיק זיך פון עלי׳ לרגל ווערט אָנגערופן „לך לך”:
אמיתית ענין ההליכה איז דוקא ווען מ׳גייט אַריבער אין אַ נייער דרגא לגמרי,
וועלכע איז באין ערוך העכער פון דער דרגא וואו מ׳איז געווען פריער,
כידוע 43 .
און וויבאַלד אַז פריער,
בעלייתם לרגל,
איז זייער עבודה געווען יראה כל זכורך,
זייער מציאות,
זיי אַלס נבראים זאָלן זען און דערהערן ג־טלעכקייט,
קומט אויס,
אַז די עבודה תחת גפנו גו׳,
וואָס ענינה איז אויספירן די כוונה ורצון פונעם אויבערשטן ,
איז אַ הליכה
באין ערוך — בין נברא לבורא איז אין ערוך 44 .
און דעריבער איז די עבודה פון תומ”צ
(לעשות לו ית׳ דירה בתחתונים),
אָנהויבנדיק פון ז׳ מרחשון,
פאַרבונדן מיט „לך לך”.
ז.
ע”פ כל הנ”ל וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות צו שם הסדרה „לך לך”,
וואו עס רעדט זיך וועגן הליכת אברהם מחו”ל לא”י:
אברהם אבינו,
נאָך זייענדיק אין חו”ל,
האָט מפרסם געווען אלקות און געבראַכט מענטשן צו דינען דעם אויבערשטן — „את הנפש אשר עשו בחרן” 45 ,
כמסופר בארוכה אין מדרשי חז”ל 46 ,
און ווי דער רמב”ם 47
איז מבאר בפרטיות „והתחיל להודיע לעם שאין ראוי לעבוד אלא לאלוה העולם ולו ראוי להשתחוות ולהקריב ולנסך כדי שיכירוהו כל הברואים הבאים כו׳ והתחיל לעמוד ולקרוא בקול גדול לכל העולם ולהודיעו שיש אלוה אחד לכל העולם ולו ראוי לעבוד כו׳”.
וויבאַלד אָבער אַז דאָס אַלץ איז געווען מצד דעם וואָס הכיר את בוראו,
„שהשיג דרך האמת והבין קו הצדק מתבונתו הנכונה ”,
קומט אויס אַז דאָס וואָס ער האָט מפרסם געווען אלקות איז געווען מצד זיין הכיר,
אַנערקענונג פון אלקות,
און „כיון שהכיר וידע התחיל להשיב תשובות כו׳” — איז ער געגאַנגען
מודיע זיין „שאין זו דרך האמת דאתם הולכים בה”.
ח.
אויף
(און נאָך)
דעם איז געווען דער ציווי פון דעם אויבערשטן — „לך לך”.
און פון דעמולט האָט זיך אָנגעהויבן ביי אברהם אַ נייער סדר: ער האָט מגלה געווען אלקות מצד ציווי ה׳ 48
-אַלס שלוחו של הקב”ה 49 .
און דעריבער איז דוקא אָנקומענדיק קיין א”י ווערט דערציילט אַז „ויקרא בשם ה'" 50 ,
כאָטש אויך פריער האָט ער מפרסם געווען אלקות אין וועלט,
כנ”ל: די תורה דערציילט דערמיט,
אַז ניט
(נאָר)
אויך אין א”י האָט ער מגלה געווען אלקות,
נאָר אַז
(נאָכן ציווי ה׳ „לך לך")
איז דאָס געווען באופן אחר לגמרי,
ע”ד פי׳ רש”י 51
: „עכשיו הוא אלקי השמים ואלקי הארץ שהרגלתיו בפי הבריות,
אבל כשלקחני מבית אבי הי’ אלקי השמים ולא אלקי הארץ,
שלא היו באי עולם מכירים בו ושמו לא הי׳ רגיל בארץ”:
הגם אַז אויך בחו”ל האָט אברהם מפרסם געווען אלקות בעולם,
איז אָבער „לא היו באי עולם מכירים בו ושמו לא הי׳ רגיל בארץ 52
; דוקא דורך „ויקרא שם בשם ה'” זייענדיק אין א”י
(נאָכן ציווי „לך לך")
איז „ הרגלתיו בפי הבריות” 53 .
אין אַנדערע ווערטער: דער פירסום פון אלקות זייענדיק בחו”ל,
וויבאַלד דאָס איז געווען פאַרבונדן מיט זיין הכרה,
איז געווען אין אַן אופן אַז וועלט איז אַ באַזונדערע זאַך וועלכע איז בטל צו אלקות; משא”כ דער פירסום נאָכן ציווי „לך לך”,
וואָס איז געקומען מצד ציווי הבורא,
איז געווען אין אַן אופן פון „ויקרא שם 54
בשם ה׳ אל עולם” 55
(און ניט „אל העולם”),
אַז וועלט מיט אלקות זיינען כביכול איין זאַך 56 .
ט.
דאָס איז אויך וואָס דער פסוק זאָגט ומאריך „לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך
(אל הארץ אשר אראך)
”: די הדגשה איז דאָ ניט אַז אברהם זאָל גיין אין א"י ,
נאָר
(דער עיקר)
— ער זאָל אַרויסגיי ן 57
פון
(זיין מציאות — )
„ארצך” „מולדתך” און „בית אביך”
— ווי חסידות טייטשט דאָס אָפּ 58
: „מארצך” — פון דיינע רצונות,
„וממולדתך” — פון דיינע געוואוינהייטן
(ומדות),
„ומבית אביך” — פון דיין חכמה
(אב וחכמה)
— אע”פ וואָס באַ אברהם׳ן איז דאָס אַלץ געווען אין קדושה ואלקות,
אָבער דאָך „מארצ ך וממולדת ך ומבית אבי ך ”,
זיינע רצונות ומדות ומוחין
(טאַקע דקדושה,
אָבער אַ
מציאות דקדושה),
„אל הארץ אשר אראך”: ער דאַרף גיין אין דער ארץ
(עבודה)
וואָס
(און ווי)
דער אויבערשטער ווייזט אָן —
וואָס דאָס האָט אויפגעטאָן אַן עילוי שלא בערך אין אברהם׳ן,
אַז ער איז געוואָרן אַ שליח ה׳ ,
וואָס דורך דעם איז געוואָרן צוותא וחיבור פון נברא מיט בורא,
וואָס איז געווען די הכנה צו חיבור עליונים ותחתונים שבמ”ת 59 .
יוד.
דאָס איז די הוראה וואָס מען נעמט אַרויס פון ז׳ מרחשון וואָס פאַלט אויס,
כנ”ל,
לעולם אין דער וואָך פון פ׳ לך לך — וואָס אויך בזמן הגלות איז דאָס דער זמן ווען מ׳גייט אַרויס פון „עסוקין בעניני הרגל” און מען גייט
אַריין אין וואָכעדיקע טעג 60
: יעדערער דאַרף וויסן,
אַז דאָס דאַרף אים ניט גורם זיין אַ געפיל פון עצבות ח”ו,
נאָר אדרבה,
ער דאַרף עס טאָן בשמחה גדולה,
וויסנדיק אַז דוקא אין דער עבודה ווערט ער אַ שליח פון אויבערשטן — וואָס שלוחו של אדם כמותו ממש — צו דורכפירן די כוונה עליונה פון לעשות לו ית׳ דירה בתחתונים;
וואָס דאָס וועט זיין בגילוי ממש בכל העולם כולו אין דער גאולה האמיתית והשלימה ע”י משיח צדקנו,
ווען „ונגלה כבוד ה׳ וראו כל בשר יחדיו כי פי ה׳ דבר” 61 .
(משיחת ש"פ לך לך תשמ"א)