א.
אויפן פסוק 1
„אל תירא אברם אנכי מגן לך שכרך הרבה מאד” איז רש"י מפרש 2 ,
אַז אברהם האָט מורא געהאַט: וויבאַלד אַז „נעשה לו נס זה שהרג את המלכים ..
שמא קבלתי שכר על כל צדקותי”,
האָט אים דער אויבערשטער געזאָגט: „אל תירא אברם ..
(ו)
מה שאתה דואג על קבול שכרך,
שכרך הרבה מאד”.
איז לכאורה ניט מובן: עבודת אברהם אבינו איז דאָך געווען
( ניט צוליב באַקומען שכר,
נאָר)
עבודה לשמה .
ובלשון הרמב”ם 3 ,
ווען ער רעדט וועגן דער מעלה פון אַן „עובד מאהבה” וואָס איז „עוסק בתורה ובמצות ..
לא מפני דבר בעולם ..
ולא כדי לירש הטובה 4
אלא עושה האמת מפני שהוא אמת” — אַז „זו היא מעלה גדולה מאד ..
והיא מעלת אברהם אבינו ..
שלא עבד אלא מאהבה” —
היינט ווי איז שייך צו זאָגן 5 ,
אַז אברהם,
„שלא עבד אלא מאהבה”,
האָט מורא געהאַט אַז ער וועט ניט האָבן קיין שכר,
ביז דער אויבערשטער האָט אים געדאַרפט זאָגן „אל תירא גו׳ שכרך הרבה מאד” 6 ?
ב.
לכאורה וואָלט מען געקענט ענטפערן:
אע”פ אַז אברהם׳ס עבודה איז געווען דורכאויס לשמה און ער האָט דערביי ניט געטראַכט וועגן שכר פאַר דער עבודה
(אפילו ניט וועגן דעם שכר פון עוה”ב 7 )
— אעפ”כ,
ווען ער וואָלט געוואוסט אַז ער האָט ניט קיין שכר,
וואָלט דאָס פאַר אים געווען אַ באַווייז אַז זיין עבודה איז ניט אינגאַנצן כדבעי.
[ועפ”ז יומתק לשון הרמב”ם,
אַז אַן „עובד מאהבה” איז „עושה האמת מפני שהוא אמת וסוף הטובה לבוא בגללה 8
”: דערמיט איז דער רמב”ם אויסן ניט סתם צו באַוואָרענען אַז אויך אַן „עובד מאהבה” באַקומט שכר
(כאָטש אַז ער טוט ניט צוליב שכר)
— דמאי קמ”ל?
ועוד — וואָס איז די הוספה־הדגשה „בגללה”?
נאָר דאָס איז אַ סימן אויף אַן אמת׳ן „עובד מאהבה”,
אַז ווען ער טוט „מפני שהוא אמת” איז „סוף הטובה לבוא בגללה”].
און דערפאַר,
זעענדיק אַז דער אויבערשטער גיט אים שכר בעוה”ז,
האָט אברהם מורא געהאַט אַז ביי אים וועט פעלן אין דעם „סוף הטובה לבוא בגללה”,
וואָס דאָס איז אַ סימן של חסרון בעבודתו.
ס׳איז אָבער אַ דוחק גדול אַזוי צו לערנען.
וואָרום אויב די מורא פון אברהם איז ניט געווען מחמת דעם העדר השכר כשלעצמו,
נאָר דערפאַר וואָס דאָס באַווייזט אַז זיין עבודת ה׳ איז ניט בשלימות,
האָט דאָך דער „אל תירא אברם” געדאַרפט באַוואָרענען דעם עיקר: ער זאָל ניט מורא האָבן,
ווייל זיין עבודה איז בשלימות,
וכיו”ב.
דערפון וואָס דער פסוק זאָגט: „אל תירא גו׳ שכרך הרבה מאד”
(ניט דערמאָנענדיק כלל וועגן זיין עבודה)
איז מוכח,
אַז דער ענין השכר דאָ איז
(ניט אַלס אַ סימן אויף אַן אַנדער זאַך,
נאָר)
אַלס אַן ענין פאַר זיך.
וא”כ הדרא קושיא לדוכתא.
ג.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם הביאור אין אַ סיפור
(שלכאורה תמוה הוא)
אין זהר פרשתנו 9
בקשר צו דעם פסוק „שכרך הרבה מאד”.
דער זהר איז דאָרט מבאר,
אַז דער וואָס איז עוסק בתורה „יהבי לי׳ אורך ימים בעלמא דאתי ויהבי לי׳ עושר וכבוד בעלמא דין”,
און בהמשך לזה ברענגט ער דעם סיפור:
ר׳ אבא האָט אַמאָל מכריז געווען,
אַז דער וואָס וויל עשירות און דער וואָס וויל „אורכא דחיי בעלמא דאתי” זאָל קומען און לערנען תורה.
איז צו אים געקומען „רווק חד” און געזאָגט: „בעינא למילעי באורייתא
(איך וויל האָרעווען
אין תורה)
כדי שיהי׳ לי עותרא
(עשירות)
”,
און ר׳ אבא האָט אויף דעם מסכים געווען.
ר׳ אבא האָט אים געפרעגט ווי ער הייסט,
און ער האָט געענטפערט: יוסי; האָט ר׳ אבא געזאָגט לתלמידיו „דיקרון לי׳ ר׳ יוסי מארי דעותרא ויקרא”
(אַז זיי זאָלן אים רופן „ר׳ יוסי בעל העושר והכבוד”).
ווען ס׳איז דורכגעגאַנגען אַ משך זמן איז ר׳ יוסי געקומען צו ר׳ אבא און געפרעגט: „אן הוא עותרא”
(וואו איז די עשירות)?
„אמר
(ר׳ אבא)
שמע מינה דלאו לשם שמים קא עביד”
(און ער האָט געוואָלט מתפלל זיין „שימות אותו תלמיד כיון שהי׳ עוסק שלא לשמה” 10 ).
„שמע חד קלא דהוה אמר לא תענשי׳ דגברא רבא ליהוי”.
האָט ר׳ אבא געזאָגט צו ר׳ יוסי אַז ער זאָל ממשיך זיין לערנען „ואנא יהיבנא לך עותרא”.
און דער זהר דערציילט ווייטער,
אַז צו ר׳ אבא איז געקומען אַן עשיר,
וואָס האָט ניט זוכה געווען צו לערנען תורה,
און האָט אים געבעטן אַז אימיצער זאָל לערנען תורה לזכותו „ואנא יהיבנא עותרא”.
האָט ר׳ אבא געזאָגט צו ר׳ יוסי אַז ער זאָל לערנען תורה און דער עשיר וועט אים געבן עושר.
„יהב לי׳ ההוא כסא דפז
(ער האָט געגעבן ר׳ יוסי׳ן אַ כוס פון גינגאָלד)..
יתיב
(ר׳ יוסי)
ולעא באורייתא,
וההוא בר נש הוה יהיב לי׳ עותרא”.
מיט אַ צייט שפּעטער האָט ר׳ יוסי פאַרשטאַנען דעם יוקר התורה און ער האָט געוויינט פאַרוואָס ער האָט זיין
(זכות ה)
תורה פאַרביטן אויף עשירות.
אַז ר׳ אבא האָט דאָס געהערט — „אמר השתא ש"מ דהא לשם שמים קא עביד,
קרא לי׳ לההוא גברא א"ל טול עותרך
והב לי׳ ליתמי ולמסכני
(נעם צוריק די עשירות און גיב עס אָפּ צו יתומים ועניים)
ואנא יהיבנא לך חולק יתיר באורייתא ..
אהדר לי׳ ר׳ יוסי ההוא כסא דפז
(ר׳ יוסי האָט אים אומגעקערט דעם כוס דפז)
ועד יומא לא אעדי שמי׳ ..
בן פזי”
(און ביז דעם טאָג ווערט ער אָנגערופן ר׳ יוסי בן פזי — צוליבן „כסא דפז”).
ד.
אין דעם סיפור זיינען פאַראַן כו”כ תמיהות,
ומהן:
א)
פאַרוואָס האָט ר׳ אבא געוואָלט מעניש זיין ר׳ יוסי׳ן דערפאַר וואָס ער האָט געלערנט תורה שלא לשמה — ס׳איז דאָך אַ דין מפורש 11
: „ לעולם יעסוק אדם בתורה ומצות אע”פ שלא לשמה שמתוך שלא לשמה בא לשמה”?
די תמי׳ איז נאָך גרעסער: ר׳ אבא אַליין האָט דאָך מכריז געווען „מאן דבעי עותרא ..
ייתי וישתדל באורייתא”,
און ר׳ יוסי איז מלכתחלה געקומען לערנען תורה „ כדי שיהי׳ לי עותרא”
[ביז אַז ר׳ אבא האָט געזאָגט זיינע תלמידים זיי זאָלן אים רופן „מארי דעותרא ויקרא”] 12 ?
וואָס האָט זיך געביטן נאָכדעם ווי ער האָט געפרעגט „אן הוא עותרא”,
ביז אַז ר׳ אבא האָט אים געוואָלט מעניש זיין,
און נאָך בעונש מיתה?
ב)
פון דעם וואָס ניט נאָר האָט ר׳ אבא געזאָגט לההוא גברא אַז מכאן ולהבא זאָל ער ר”י אויפהערן געבן עשירות ווייל ער וויל לערנען תורה לשמה,
נאָר ר׳ יוסי האָט אומגעקערט דעם „כסא דפז”
[וואָס ער האָט באַקומען גלייך ווען מ׳האָט געמאַכט דעם „אָפּמאַך”]
—
איז משמע,
אַז דערמיט האָט ער געוואָלט מבטל זיין דעם גאַנצן „אָפּמאַך” מלמפרע,
אויך בנוגע דעם זכות פון דער תורה וואָס ער האָט שוין געלערנט;
איז תמוה: דער זכות פון דער תורה וואָס ער האָט געלערנט פריער,
איז שוין נקנה געוואָרן צום עשיר 13 ?
ג)
דער סיום בזהר
( נאָכן דערציילן אַז ר”י האָט חרטה געהאַט)
„ועד ההוא יומא לא אעדי שמי׳ ..
בן פזי” דאַרף אַרויסברענגען מעלתו של ר׳ יוסי — ולכאורה איז,
אדרבה,
דאָס דערמאָנט אַז זיין לימוד איז געווען שלא לשמה
(צוליבן „כסא דפז”) 14
; און נאָכמער דער דין איז 15
אַז מען טאָר ניט דערמאָנען אַ בעל תשובה — מעשיו הראשונים.
ה.
אויך זיינען פאַראַן כו”כ דיוקים אין דעם סיפור,
ומהם:
א)
דער בת־קול אַז „גברא רבא ליהוי” — ווי אַזוי איז דאָס אַ טעם אויף „לא תענשי׳” — ממה־נפשך: אויב דער לימוד שלא לשמה איז אסור און דערפאַר קומט אַן עונש — איז וואָס העלפט דאָס וואָס בעתיד וועט ער זיין אַ „גברא רבא”?
קען מען דען צוליב דעם מתיר זיין אַ דבר האסור 16 ?
! און אויב עס קומט ניט קיין עונש ווייל „לעולם יעסוק אדם בתורה ומצות אע”פ שלא לשמה” — דאַרף מען דאָך ניט אָנקומען צום טעם פון „גברא רבא ליהוי”.
ב)
למאי נפק”מ וואָס דער זהר דערציילט אַז ווען ר׳ יוסי איז געקומען צו ר׳ אבא איז ער געווען אַ „רווק”?
ו.
לכאורה וואָלט מען געקענט מסביר זיין הנהגת ר׳ אבא:
חז”ל זיינען מדייק,
אַז דאָס וואָס מען דאַרף עוסק זיין בתומ”צ אפילו שלא לשמה,
איז ווייל „מתוך שלא לשמה בא לשמה”,
ד.
ה.
ס׳איז ניט
(נאָר)
דערפאַר וואָס המעשה הוא העיקר 17 ,
און דערפאַר וועגט די מעשה איבער די כוונה שלא לשמה
(בלשון אדמו”ר הזקן 18
: שהמצוה נעשית כתקנה ..
אלא שמחשבתו אינה לשם מצוה),
נאָר ווייל
סו”ס ברענגט עס צו „לשמה 19 .
ועפ”ז קען מען זאָגן,
אַז בשעת ר׳ אבא האָט געזען אַז ר׳ יוסי מאָנט די עשירות,
מיט אַ תוקף,
האָט ר׳ אבא גערעכענט,
אַז אַזאַ אופן פון „שלא לשמה"
(מיט אַזאַ שטאַרקער תקיפות)
וועט ניט ברענגען צו „לשמה”.
אָבער אויך דאָס איז ניט מספיק.
וואָרום נניח אפילו אַז אין אַזאַ פאַל דאַרף ער מיט אים ניט לערנען תורה 20
— האָט לכאורה קיין אָרט ניט צו זאָגן,
אַז מען זאָל דערפאַר מעניש זיין און מיט אַן עונש מיתה!
ז.
ויש לומר דעם ביאור בזה:
אין דעם ענין פון לערנען תורה צוליב קבלת שכר זיינען פאַראַן צוויי אופנים:
א)
מען לערנט צוליב דעם שכר וואָס דער אויבערשטער גיט פאַר קיום מצות ת”ת,
ובלשון פון אַלטן רבי׳ן 21
: „שלומד ..
לקבל פרס בעוה”ב או אפילו בעולם הזה עושר וכבוד של משמאילים בה הניתן 22
מן השמים ”.
ב)
מען לערנט כדי „ ליקח לעצמו כבוד וגדולה שיקראוהו רבי ויהי׳ ראש ישיבה” 21 ,
אָדער „כדי להתפרנס במלמדות או דיינות והוראות” 23 ,
וואָס דאָס איז אַ תועלת וואָס דער מענטש „נעמט” פון זיין לימוד התורה.
אין דעם אופן איז ניט נאָר דער חסרון פון „שלא לשמה”
(ווי אין ערשטן אופן),
נאָר דאָס איז אויך דער איסור — „אל תעשה
(תורה)
עטרה להתגדל בה ולא קרדום לחתך בה” 24
[ס׳איז נאָר וואָס „מי שאין לו יראת שמים לדבר
(בדברי תורה)
לשמם אלא להתגדל או להתפרנס מוטב שיעסוק בתורה שלא לשמה משיתבטל ויפרוש כי מתוך שלא לשמה בא לשמה” 23 ].
דערמיט קען מען אויך מבאר זיין אַ דיוק אין אַלטן רבי׳נס שו”ע 21
(וואו ער רעכנט אויס פאַרשידענע אופנים אין לימוד התורה שלא לשמה)
: פריער זאָגט ער
(אַז ער לערנט)
„לקבל פרס ..
אפילו בעוה”ז עושר וכבוד ..
הניתן מן השמים”; און דערנאָך,
ווען ער רעדט וועגן דעם שכר וואָס ער אַליין „נעמט”,
דערמאָנט ער נאָר „כבוד וגדולה שיקראוהו רבי ויהי׳ ראש ישיבה”,
און איז משמיט דעם פרט פון „עושר”.
וע”פ הנ”ל יש להסביר: דאָס וואָס מ׳האָט מתיר געווען צו נוצן תורה אַלס אַ „קרדום לחתך בה” איז בלויז „ להתפרנס " 25 ,
היות אַז אַ מענטש איז מחוייב לפרנס אשתו ובני ביתו; ווען עס קומט אָבער צו נוצן דברי תורה בכדי ער זאָל דערפון קריגן עשירות
(באופן
אַז מענטשן 26
זאָלן אים רייך מאַכן דערפאַר וואָס ער לערנט תורה)
— אויף דעם איז ניטאָ דער היתר הנ”ל 27 .
ח.
עפ”ז וועט ווערן פאַרשטאַנדיק די הנהגה פון ר׳ אבא,
הנ”ל:
ר׳ אבא׳ס הכרזה „מאן בעי עותרא כו׳ ייתי וישתדל באורייתא”,
האָט געמיינט דעם עושר וואָס איז „ניתן מן השמים ”; און ער האָט גערעכנט,
אַז אַזאַ עשירות האָט אויך ר׳ יוסי געהאַט אין זינען ווען ער האָט געזאָגט „בעינא למלעי באורייתא כדי שיהי׳ לי עותרא”.
אָבער אַז ר׳ יוסי איז שפּעטער געקומען מיט אַ תביעה צו ר׳ אבא׳ן „אן הוא עותרא”,
האָט ער דערמיט מגלה געווען כוונתו מלכתחילה אַז ר׳ אבא וועט אים באַזאָרגן מיט עשירות; דערפאַר האָט אים ר׳ אבא געוואָלט מעניש זיין,
וויבאַלד אַז זיין לערנען איז ניט סתם שלא לשמה,
נאָר באופן אַז ער איז זיך „משתמש בכתרה של תורה” וואָס דער עונש איז „נעקר מן העולם” 23 .
ויומתק בזה וואָס דער זהר איז מדייק צו מודיע זיין אַז ר׳ יוסי איז דעמאָלט געווען אַ „ רווק ”: ווען ער וואָלט געווען אַ בעל משפחה,
איז מלמדו לכף זכות אַז עשירות דאַרף ער כדי לקיים „שארה כסותה ..
לא יגרע” 28
(וואָס דאָס האָט מען מתיר געווען,
כנ”ל)
;
וויבאַלד אָבער אַז ער איז געווען אַ „רווק" — איז עס אַ באַווייז אַז ער האָט געוואָלט עשירות — און אויף דעם איז ניטאָ קיין היתר,
כנ”ל,
און דערפאַר האָט ר׳ אבא שולל געווען אַזאַ לימוד שלא לשמה.
לפי זה ווערט אָבער נאָך שווערער צו פאַרשטיין הודעת הבת קול אַז בעתיד „גברא רבא ליהוי” — צי איז דאָס אַ היתר אַז מ׳זאָל בהווה נוצן תורה אַלס אַ „קרדום לחתך בה" אויף עשירות?
ט.
וועט דאָס זיין מובן דורך דעם פירוש אין דעם מאמר „לעולם יעסוק אדם כו׳ שמתוך שלא לשמה בא לשמה”,
אַז דאָס מיינט
[ניט נאָר אַז לאחר זמן וועט ער צוקומען צו לשמה,
נאָר]
אַז שוין איצט איז אין „תוך” פאַראַן די כוונה לשמה,
דער „תוך” פון דעם „לא לשמה” איז „לשמה”:
אין דעם „תוך” פון יעדער אידן 29 ,
אין וואָס פאַר אַ מצב ער זאָל נאָר זיין,
איז פאַראַן דער רצון וכוונה צו מקיים זיין דעם אויבערשטנס רצון; כפסק דין הרמב”ם 30
הידוע,
אַז אויך דער איד וואָס ב”ד מוז אים כופה זיין צו מקיים זיין פס”ד התורה
(צו געבן אַ גט),
האָט ער בשעת מעשה דעם רצון „לעשות כל המצות כו׳ ויצרו הוא שתקפו”
(ומהאי טעמא העלפט די כפי׳ — כאָטש אַז אַ גט מוז געגעבן ווערן לרצונו של הבעל — היות אַז די כפי׳ איז בלויז מגלה דעם אמת׳ן פנימיות׳דיקן רצון צו מקיים זיין דעם ציווי ה׳).
אעפ”כ זעט מען,
אַז ניט אין יעדן פאַל רעכנט מען זיך מיט דעם „תוך” של
האדם.
און ווי מיר געפיגען אין תוס’ 31
דעם חילוק,
אַז דאָס וואָס מען מעג לערנען תורה שלא לשמה איז דוקא „לומד ע”מ שיכבדוהו”,
אָבער ניט ווען זיין לערנען איז „לקנתר חביריו” 32
וואָס דעמאָלט איז „נוח לו שלא נברא” 33
(אע”פ אַז אויך ביי אים איז פאַראַן די כוונה לשמה מצד זיין „תוך” ופנימיות).
וואָס לכאורה איז דאָס ניט גלאַטיק 34
: אע”פ אַז „לקנתר חביריו” איז פיל ערגער ווי לערנען סתם „ע”מ שיכבדוהו”,
אָבער דאָך איז דאָס לכאורה ניט מער ווי אַ כוונה שלא לשמה,
[ס׳איז ניט גלייך צו איינעם וואָס איז „אינו מקיים מה שלומד” 35
(וואָס לדעת כמה טאָר ער ניט לערנען תורה)
— ווייל דאָרטן פעלט אין דעם לימוד 36
התורה שלו; וואָרום „תכלית חכמה תשובה ומעשים טובים” 33 ,
און דערפאַר,
ווען מען לערנט „שלא לעשות” פעלט
(ניט נאָר אין „כוונת” הלימוד,
נאָר)
אין דעם עצם
(תכלית ה)
לימוד 37 ].
פאַרוואָס זאָל די כוונה פון „לקנתר” מאַכן אַזאַ שינוי עיקרי אין דעם לימוד,
ביז אַז „נוח לו שלא נברא"?
יו”ד.
ויש לומר דעם ביאור בזה:
דער פירוש אין „מתוך שלא לשמה בא לשמה” איז ניט נאָר אַז אין דעם „תוך” פון אַ אידן איז פאַראַן די כוונה לשמה — נאָר אַז דער „תוך” פון דעם „ שלא לשמה " גופא איז — „לשמה”:
דאָס וואָס תורה ומצות ברענגען מיט זיך עניני שכר
— סיי טוב גשמי און סיי טוב רוחני,
און ניט נאָר שכר וואָס דער אויבערשטער גיט באופן של סגולה ,
נאָר אויך די עניני טובה וואָס אַ מקיים מצוות באַקומט ווי אַ תוצאה טבעית 38
פון קיום המצות
[ווי וואָס מ׳איז אים מכבד דערפאַר וואָס ער איז אַ חכם,
ראש ישיבה,
וכיו"ב]
—
איז ניט קיין שטער צו עבודת ה׳ לשמה;
וי”ל ביי איינעם וואָס איז אַן עובד ה׳ לשמה,
ווערט דער שכר אַן ענין פון עבודת ה׳ 39 ,
וואָרום דער אמת׳ער ענין פון לשמה באַדייט,
אַז ביים לערנען און קיום המצוה טראַכט מען אינגאַנצן ניט וועגן זיך און וועגן דעם אייגענעם תועלת,
נאָר מען טוט אינגאַנצן און דורכאויס פאַר דעם אויבערשטנס וועגן.
איז עד”ז ביי אים אויך בנוגע דעם שכר התורה והמצות: בשעת ער באַקומט עושר וכבוד כו’,
לדוגמא,
פילט ער ניט אַז אים קומט צו חשיבות און גדלות
(אַז ער האָט פאַרדינט עושר וכבוד),
נאָר אַז דורכדעם ווערט נתרבה כבוד שמים בעולם — אַלע זעען,
אַז ווען מ׳איז מקיים תומ”צ באַקומט מען עושר וכבוד כו’ 40 .
[וע”ד ווי עס שטייט 41
ביי אברהם „ואגדלה שמך”.
איז ידוע אין דעם די שאלה 42
: האָט דען אברהם געזוכט גדלות — ער איז דאָך געווען בטל במציאות,
„ואנכי עפר ואפר” 43
!
איז איינער פון די ביאורים בזה,
אַז אדרבה,
היא הנותנת: וויבאַלד אַז אברהם איז געווען בטל במציאות,
האָט אינגאַנצן ניט תופס מקום געווען באַ זיך — איז במילא דער „שם” ניט זיין „שם” נאָר פון דעם אומן שעשאני 44 ,
„שם שמים”; דאָס וואָס „שמך מתגדל בעולם” 45
שאַפט ביי אים ניט דעם הרגש פון זיין גדולה,
נאָר בלויז — הגדלת שם שמים].
יא.
און דאָס מיינט „מתוך שלא
לשמה בא לשמה” — אַז דער „תוך” פון „לא לשמה” גופא איז „לשמה”:
דאָס וואָס דער איד פילט אַז אים ווילט זיך כבוד ועשירות וכיו”ב — איז דאָס נאָר מצד הגוף ; אָבער אין דעם איז פאַראַן אַ „תוך” — דער רצון פון דער נשמה,
וואָס וויל די עניני שכר כדי עס זאָל צוקומען אין כבוד התורה און כבוד שמים,
דורך דעם וואָס מ׳זעט גלוי לעין כל אַז דורך תורה ומצות ווערט מען געבענטשט מיט כל טוב.
[ע”ד פירוש הבעש”ט 46
עה”פ 47
„רעבים גם צמאים נפשם בהם תתעטף”,
אַז דער הונגער און דורשט פון דעם גוף צו אַ דבר מאכל און משקה נעמט זיך פון דעם וואָס „ נפשם בהם תתעטף” — דער נפש וויל מברר זיין די ניצוצי קדושה פון דעם מאכל ומשקה].
און דערפאַר איז דער ענין פון „מתוך שלא לשמה בא לשמה” שייך דוקא ווען עס רעדט זיך וועגן אַזאַ פני׳ וואָס איר „תוך” קען זיין „לשמה”; משא”כ דער וואָס לערנט „לקנתר” — וואָס איז אַן ענין הפכי
(האָט ניט קיין צד חיובי)
— קען מען ניט זאָגן,
אַז דער „תוך” פון דעם „לא לשמה” איז „לשמה” 48 .
יב.
ע”פ הנ”ל וועט מען פאַרשטיין וואָס דער בת־קול האָט געמיינט מיט׳ן זאָגן אַז ר׳ יוסי וועט זיין אַ „גברא רבא”:
כאָטש ס׳איז דאָ דער כלל אַז מ׳טאָר זיר ניט משתמש זיין מיט תורה לשם עשירות כנ”ל
(דער היתר איז נאָר להתפרנס),
איז אָבער דער וואָס „רבים צריכים לו”,
„שאין במדינה גדול בחכמה כמוהו ..
והצבור מצווין לפרנסו בכבוד ..
ואפילו לעשרו ..
גדלוהו משל אחיו ..
וה”ה לכל גדול הדור” 49 ,
דער בת־קול האָט מגלה געווען אַז דאָס וואָס ר׳ יוסי האָט געוואָלט האָבן עשירות אַלס שכר פאַר זיין לערנען,
איז דאָס פאַרבונדן דערמיט וואָס ער האָט בהווה די כחות וואָס וועלן קומען בפועל און „גברא רבא ליהוי”
(וואָס „מצווין ..
לעשרו ..
גדלוהו משל אחיו”)
; ובמילא,
הגם אַז אין זיין איצטיקן מצב האָט ער געוואָלט די עשירות לתועלת עצמו,
איז אָבער אין דעם רצון גופא פאַראַן דער „תוך” וסיבה — וואָס זיין נשמה וויל דערגרייכן דעם מעמד ומצב פון „גברא רבא”,
און „גדלוהו משל אחיו”.
און דערפאַר איז אין דעם פאַל — האָט ער געמעגט 50
לערנען תורה כדי צו האָבן עשירות,
וויבאַלד אַז מצד זיינע כחות נעלים בהווה וועט ער זיין אַ „גדול הדור” וואָס „מצווין ..
לעשרו”.
יג.
דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין פאַרוואָס ר׳ יוסי האָט צום סוף אָפּגעגעבן צוריק דעם „כסא דפז”,
און אויך דעם טעם וואָס מען האָט אים גערופן „ר׳ יוסי בן פזי”:
דאָס וואָס דער ציבור דאַרף מפרנס זיין און רייך מאַכן דעם גדול הדור,
איז,
כמובן,
ניט פועל ביי אים ח”ו קיין הרגש פון גאווה וכיו”ב; אדרבה: ווייל ער איז דער גדול הדור האמיתי,
וואָס האָט דעם אמת׳ן ביטול צום אויבערשטן,
דוקא דערפאַר איז ער דער וואָס האָט דעם כח צו „מברר” זיין די עשירות; ווייל ביי אים איז די עשירות — כבוד שמים
(ע”ד הנ”ל סעיף יו”ד).
און דאָס איז די הסברה אין דעם סיפור האמור:
מיט אָפּגעבן צוריק דעם „כסא דפז” האָט ער ניט געמיינט צו מבטל זיין זכות העשיר אין דער תורה וואָס ער האָט געלערנט לזכותו
(דאָס קען מען ניט 51
לאחר המעשה,
כנ”ל),
נאָר ר׳ יוסי האָט געוואָלט אַרויסברענגען אויף וויפל די דרגא פון עסק התורה לשמה דאַרף זיין.
און דעריבער האָט מען אים גערופן „בן פזי” — דער נאָמען איז למעליותא : דער נאָמען ברענגט אַרויס
(נוסף על שמזכיר שלאחרי שנעשה הפז שלו — פזי 52
— החזירו)
אָט די מעלה גדולה פון ר׳ יוסי,
וואָס ער איז אַ „גברא רבא”: גברא
(אע”פ וואָס שמו — מל׳ גבור)
איז ניט בכחו צו אויפטאָן אַז „פז",
עשירות
(לשם עשירות)
זאָל נתהפך ונתעלה ווערן צו „לשמה”; ר׳ יוסי אָבער,
זייענדיק אַ „גברא רבא”,
האָט ער געקענט זיין „בן פזי”
(ע”ד הל׳ „בן חורין”)
— מהפך זיין דעם „פז” אַז ער ווערט „בעה”ב” לגמרי אויפן פז — עס ווערט „פזי”,
ער איז מהפך ענין העשירות צו לשמה.
יד.
ועד”ז י”ל הביאור אין דעם וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו אברהם „שכרך הרבה מאד” — אע”פ אַז אברהם איז געווען אַן „עובד מאהבה” — ווייל,
אדרבה,
היא הנותנת:
דערפאַר וואָס אברהם איז געווען אַן „עובד מאהבה” בתכלית השלימות,
איז אויך דער ענין פון שכר העבודה ביי אים
(ניט צוליב זיך,
נאָר)
צוליב עבודתו ית׳.
ואדרבה: דוקא דערמיט וואָס דער אויבערשטער האָט אים געזאָגט „שכרך הרבה מאד ”,
ווערט אַרויסגעבראַכט די אמת׳ע גדלות פון עבודת אברהם,
אַז ער איז אויף אַזויפיל קיין מציאות ניט בעיני עצמו,
ביז אַז אויך שכר אין אַן אופן פון „הרבה מאד” 53
איז ביי אים קיין סתירה ניט צו עבודה לשמה,
נאָר אדרבה אַ חלק מעבודתו,
ווייל די „גדולה” פון שכר עבודתו ביי אים איז ניט קיין אייגענע גדולה,
נאָר די גדולה פון אויבערשטן.
(משיחת ש"פ לך לך תשמ"א)