א.
אויף דעם וואס אברהם האט געזאגט 1
שרה׳ן פאר׳ן אנקומען קיין מצרים "והי׳ כי יראו אותך המצרים ואמרו אשתו זאת והרגו אותי ואותך יחיו,
אמרי נא אחותי את למען ייטב לי בעבורך וחיתה נפשי בגללך״ - איז ידוע די שאלה 2
: ווי אזוי האט אברהם איינגע־ שטעלט שרה׳ן אין אזא מצב,
אז די מצרים זאלן איר צונעמען,
כדי אז ער זאל דורכדעם געראטעוועט ווערן?
מפרשים 3
זיינען מבאר ווי אזוי אברהם האט דערביי נישט עובר געווען קיין איםור,
און אין זהר 4
שטייט אז אברהם איז געווען זיכער אז דער זכות פון שרה וועט איר ביישטיין און מ׳וועט איר ניט אנרירן -
עם איז אבער לגמרי ניט פארשטאנדיק דאס וואס אברהם האט אויםגעפירט "למען ייטב לי בעבורך",
וואס דאס מיינט,
אז צוליב איר זאגן "אחותי את" וועט מען אים געבן מתנות 5
: היתכן,
אז בשעת ם׳רעדט זיך וועגן אזא ערנםטן ענין - איינצושטעלן שרה׳ן אין אזא מצב בלתי רצוי
(בכל אופן)
בכדי צו פארהיטן
זיך פון םכנת נפשות - זאל דערביי תופם מקום זיין דאס וואס ער וועט באקומען מתנות
(ביז אז דאס איז גאר דער ערש־ טער טעם אויף דעם "אמרי נא אחותי את,
למען ייטב לי בעבורך") 6 ?
ב.
דער זהר 7
שטעלט זיך אויף דעם און פרעגט "וכי אברהם דאיהו דחיל חטאה רחימו דקב״ה הוה אמר הכי על אתתי׳ בגין דיוטבין לי׳" און פארענט־ פערט אז אברהם ״לא םמיך על זכותא דילי׳ ולא בעא מן קב״ה לאפקא זכותי׳ אלא על זכותא דאתתי׳ דירווח בגינה ממונא דשאר עמין דהא ממונא באתתי׳ זכי לי׳ בר נש"
(און איז מבאר בפרטיות ווי דורך אן "אשה משכלת" איז מען "זוכה בכולא").
דערנאך איז דער זהר ממשיך,
״וםמיך על זכותא דילה דלא יכלון לאענשא לי׳ ולחייכא בה ובגיני כך לא יהיב מדי 8
למימר אחותי היא" 9 .
וואס אויך אין דעם איז צ״ע: דער עיקר קושיא פון זהר "וכי אברהם כו׳ הוה אומר הכי על אתתי׳ בגין דיוטבין לי׳" איז דאך,
כנ״ל,
ווי אזוי האט אברהם איינגעשטעלט אתתי׳
(שרה׳ן)
אין אזא מצב "בגין דיוטבין לי׳ ",
וואס אויף דעם
איז דער תירוץ בפשטות אז בא אברהם איז געווען ברור "דלא יכלון ..
לחייכא בה",
און דעריבער "לא יהיב מדי למימר אחותי היא״ - טא פארוואס זאגט דער זהר און בהתחלת התירוץ,
אז אברהם איז געווען בטוח "דירווח בגינה ממונא " ומאריך בזה,
און דעם עיקר,
אז בא אים איז געווען זיכער אז מ׳וועט איר גארניט קענען טאן,
פירט אוים דער זהר ערשט לבסוף?
נאכמער: בהתחלת התירוץ זאגט דער זהר ״לא סמיך על זכותא דילי׳ ולא בעא מן קב״ה לאפקא זכותי׳ אלא כו׳״ - וואס לכאורה איז דאס אינגאנצן ניט נוגע צום תירוץ השאלה "וכי אברהם כו׳ הוה אמר הכי על אתתי׳ בגין דיוטבין לי׳".
ג.
דער ביאור בזה:
וויבאלד דער אויבערשטער האט גע־ זאגט אברהם׳ען אז דורך "לך לך מארצך גו׳" וועט ער זוכה זיין צו "ואעשך לגוי גדול ואברכך ואגדלה שמך" 10 ,
וואס ״ואברכך״ מיינט ״בממון״ 11
- איז ביי אברהם׳ען געווען אפגעלייגט אז דאס וואס דער אויבערשטער האט געפירט אזוי אז אברהם האט געמוזט אוועקגיין פון ארץ ישראל
("משיאו לצאת ממנה" 12 )
און יורד זיין "מצרימה",
איז
(אויך)
פאר־ בונדן מיט דער דורכפירונג פון דעם אויבערשטנ׳ם הבטחה "ואברכך" וואס ווערט אויפגעטאן דורך ״לך לך".
און היות אז ער האט געזען אין דרך הטבע א וועג ווי עם קען אויםגעפירט
ווערן דער ״ואברכך״ בממון אין מצרים 13
- דורך דעם וואס שרה וועט זאגן אז זי איז זיין שוועםטער 14
- האט ער דערפאר געזאגט "אמרי נא אחותי את למען ייטב לי בעבורך״; און ווי ם׳איז טאקע געווען בפועל אז
(דורך דעם וואס זי האט אזוי געזאגט,
איז)
״ולאברם 15
היטיב בעבורה ויהי לו צאן ובקר וחמורים גו׳".
וכשם ווי דאס איז בפשוטו,
עד״ז איז עם אויך בפנימיות הענין: דורך "לך לך" האט אברהם געדארפט צוקומען צו אן עלי׳
(הליכה)
במדריגות רוחניות,
דורך מברר ומעלה זיין די ניצוצות קדושה אין וועלט.
און די כוונה איז
(אויך)
געווען אין זיין ירידה למצרים - צו מברר זיין די ניצוצות קדושה וואס געפינען זיך דארט 16 .
און וויבאלד אז עניני מצות,
וואס זייער תוכן איז דער בירור ניצוצות הקדושה פון וועלט,
דארפן בכלל געטאן ווערן בדרך הטבע 17
- דעריבער האט אברהם געזאגט שרה׳ן "אמרי נא אחותי את" וואס דורך דעם וועט באופן טבעי דורכגעפירט ווערן דער מכוון פון זיין ירידה אין מצרים
(די עלי׳ פון אברהם דורך בירור הניצוצות)
- "למען ייטב לי בעבורך".
די קשיא פון זהר איז - לויט דעם אופן וועט אויםקומען אז ״דיוטבין לי׳ ",
דער "ייטב"
(די עלי׳ דורך בירור הניצוצות),
וועט זיין נאר צו אברהם׳ען און ניט צו שרה; ואדרבה - שרה וועט זיך געפינען בא די מצרים
(ווי ם׳איז געווען בפועל - "ותוקח האשה בית פרעה" 18 ),
כאטש מ׳וועט איר ניט קענען אנרירן -
איז די קשיא: ווי קען מען זאגן,
אז אברהם זאל גורם זיין אזא ירידה פאר שרה ׳
ן
(צו זיין בבית פרעה)
צוליב דער עלי׳ 19
וואס ער 20
וועט האבן דערפון?
און כאטש ביי אברהם׳ען איז געווען ברור,
אז דער תכלית ירידתו למצרים איז צוליב דער עלי׳ - ״ייטב לי״ - איז דאך כמה דרכים למקום,
האט אברהם גע־ דארפט פארלאזן זיך אויפן אויבערשטן אז דאס וועט דורכגעפירט ווערן באופן אחר 21 ,
אבער ניט דורך דער ירידה פון שרה?
און אויף דעם ענטפערט דער זהר "לא םמיך על זכותא דילי׳..
אלא על זכותא דאתתי׳,
דירווח בגינה ממונא כו׳ דהא ממונא באתתי׳ זכי׳ לי׳ בר נש״ - צו הרווחת ממון איז דער בר נש זוכה דורך ״אתתי׳״ - און פון דעם איז פארשטאנ־ דיק,
אז אזוי איז עם ברוחניות הענינים: בכדי עם זאל זיך אויפטאן די עלי׳ דורך בירור הניצוצות אין מצרים
(איז ניט גענוג זיין ירידה למצרים,
ער קען זיך ניט פארלאזן אויף זיין זכות,
נאר עס)
דארף זיין זכותא דאתתי׳; דוקא דורך איר ירידה אין "בית פרעה" וועט מען
מעלה זיין די ניצוצות
("דירווח בגינה ממונא דשאר עמין").
און וויבאלד אז דער תכלית פון דער ירידה איז די עלי׳ וואס וועט זיך אויפ־ טאן דורך דער ״אשה משכלת״ - שרה,
איז מובן,
אז בזכותה לא יכלין לאענשא לי׳
(דאס וועט ניט גורם זיין קיין ירידה בא אברהם׳ן)
ולחייכא בה
(און ניט קיין ירידה אין שרה׳ן).
ד.
אזוי ווי אלע עניני "מעשה אבות",
איז אויך דער ענין הנ״ל א ״םימן לבנים״ 22
- א הוראה אין עבודת האדם אין דער כללות ירידת הנשמה בגוף בכלל
(ובפרט אין דער ירידה אין גלות),
וואס אברהם ושרה זיינען מרמז אויף די בחי׳ פון נשמה וגוף
(ווי ם׳איז מבואר בארוכה אין זהר 23 ).
והיינו: אין דער עבודת התומ״צ ובירור הניצוצות זיינען דא צוויי אופנים כלליים: א)
די עבודה איז
(בעיקר)
דורך דער נשמה,
און ם׳איז נאר וואס איר עבודה הערט זיך אן אויך אין גוף.
ב)
די עבודה טוט זיך אויף דורך דעם גוף און מיט דעם גוף; דער אדם העובד איז ניט מובדל ומופרש פון עניני העולם,
אדרבה,
ער איז יורד ממדרגתו און איז זיך מתלבש אין עניני ומעשה עוה״ז,
וואס זיינען "קשים ורעים והרשעים גוברים בו״ 24 ,
און איז דארט מקיים תומ״צ ומברר די ניצוצי קדושה וואס געפינען זיך דארט.
בכללות איז דאס ע״ד המבואר בארוכה אין חסידות 25
די צוויי אופני
עבודה פון בחי׳ "אחותי" און בחי׳ "אשתי",
אז דאס זיינען די צוויי דרגות אין אהבת ה׳ וואס זיינען בדוגמת די צוויי בחי׳ אהבה - בין אח ואחות ובין איש ואשה:
די אהבה מםותרת וואס איז דא בא יעדער אידן מצד נפשו האלקית,
וואס די אהבה איז בטבע תולדותם און ם׳איז אין איר ניט שייך קיין הפסק,
איז בדוגמת האהבה פון אח ואחות,
וואס איז אן אהבה טבעית מתולדותם און ם׳איז אין דער אהבה ניט שייך קיין הפםק
(ניט ווי אין דער אהבה בין איש לאשה,
וואס אין איר איז שייך א הפםק דורך גירושין).
אבער לאידך,
מהאי טעמא גופא,
ווייל די אהבה פון אח ואחות איז אן ענין טבעי,
איז אין דער אהבה ניטא קיין צמאון וכלות הנפש און ם׳איז אין דעם ניטא שלימות היחוד היות אז זיי זיינען גופים מחולקים.
משא״כ די אהבה וואס ווערט דער־ וועקט אין
(און דורך דעם)
בירור פון גוף ונה״ב,
איז זי בדוגמת האהבה בין איש ואשה - וואס כאטש אין דעם איז שייך א הפםק
(וויבאלד דאס איז ניט מצד טבע תולדותם),
איז אבער דוקא אין דעם דא דער צמאון וכלות הנפש,
און דער יחוד וואס ווערט על ידה איז א יחוד בתכלית,
ביז זיי ווערן
(ווי)
א גוף אחד.
און דאס איז די הוראה וואס מ׳האט פון הנהגת אברהם - אז די ״פרנםה״ איז ב״זכותא דאתתי׳" * 25
- שרה: תכלית ושלימות עלית הנשמה איז דורך דעם
וואס "מ׳שיקט" דעם גוף צו יורד זיין אין אן אופן פון התלבשות אין עניני עוה״ז,
בדוגמת 26
מצרים,
ביז אין בית פרעה.
און וויבאלד אז כוונת הירידה איז די עלי׳
(דורך מברר זיין דעם גוף ונה״ב וחלקו בעולם)
איז מובן,
אז "לא יכלון לאענשא לי׳",
אז עם ווערט ניט קיין ירידה אין דער נשמה,
און אויך "לא יכלו לחייכא בה״ - דער גוף ווערט ניט מושקע ח״ו אין קליפה,
נאר אדרבה,
זיי ביידע ווערן נתעלה בעילוי אחר עילוי.
ה.
מען דארף אבער פארשטיין: אלע ענינים פון תורה זיינען דאך בתכלית הדיוק,
און וויבאלד אז דאס וואס "ירווח בגינה ממונא דשאר עמין" דער בירור הניצוצות ועליית אברהם איז מצד "זכותא דאתתי׳ ",
מצד דעם וואס זי איז אשתו - טא ווי קומט עם אז דער ריווח
(בפועל)
איז געקומען דורך דעם 27
(ווי אברהם איז מדגיש אז דער "למען ייטב לי" איז " בעבורך " דורך דעם)
וואס "אמרי נא אחותי את"?
ועד״ז אין דער עבודה רוחנית פון נשמה וגוף: דער עיקר העלי׳ קומט דאך ניט דורך בחי׳ "אחותי",
דורך עבודת הנשמה עצמה,
נאר דוקא דורך בחי׳ ״אשה״ - די עבודה מיטן גוף,
כנ״ל - איז אין וואס באשטייט דער אויפטו פון "אחותי" אין עבודה
(און ווי עם ברענגט זיך אין חםידות 28 ,
אז דאס וואס אברהם האט געזאגט "אחותי" 29
מיינט די אהבה
טבעית פון דער נשמה,
כנ״ל)?
וועט מען דאס פארשטיין בהקדים הביאור אין דעם וואס דער זהר זאגט דארט 30
(בהתחלת הענין הנ״ל)
: "רבי אלעזר הוה אזיל למחמי לאבוי והוה עמי׳ רבי אבא א״ר אבא נימא מלין דאורייתא ונזיל פתח רבי אלעזר ואמר אמרי נא אחותי את האי קרא קשיא כו׳"
(כנ״ל).
איז מבאר דער טאטע אין זיינע הערות אויף זהר 31
: "התחיל לדרוש בזה הפסוק דוקא כי זה אמר אברהם בעת שהלך בדרך למצרים עם שרה,
ור״א ור׳ אבא הם ע״ד אברהם ושרה,
כי אברהם ושרה הם בחי׳ או״א כו׳ וכמו״כ ר״א הוא בחי׳ חכמה ור׳ אבא בחי׳ בינה כו׳ א״כ הליכתם בדרך הוא ע״ד כמו הליכת אברהם ושרה בדרך ואברהם אמר אז אמרי נא אחותי את,
לכן התחיל ר׳ אלעזר ג״כ לדרוש בהפסוק הזה".
ויש לומר,
דבא ללמד ונמצא למד: פון דעם תוכן הענין ווי דאס איז בא ר׳ אלעזר מיט ר״א,
בחי׳ אבא ואימא
(חכמה ובינה),
וועט מען פארשטיין בפרטיות יותר בנוגע לאברהם ושרה,
נשמה וגוף:
אין סדר הספירות איז בינה מקבל דעם שכל והשגה פון חכמה 32 ,
אבער דוקא דורכדעם וואס דער שכל קומט אראפ אין בינה אין אן אופן פון הבנה,
השגה והסברה,
ביז אין פרטים און פרטי פרטים 33 ,
קומט צו א תוספת עילוי אין
עצם ההשכלה,
וואס איז ניט געווען אין דער השכלה עצמה ווי זי איז געשטאנען אין חכמה.
דער טעם אויף דעם איז,
ווייל בינה האט א העכערן שורש אין כח המשכיל ווי חכמה,
און דעריבער ווערט דורך בינה אויפגעטאן א חידוש אין חכמה.
אבער דאס וואס בינה פועל׳ט אן עילוי אין חכמה,
קען קומען דוקא נאך דעם ווי בינה איז מקבל די השכלה פון חכמה,
וואס דורכדעם ווערט נתגלה אין בינה איר שורש וואס איז העכער פון חכמה און דורך דעם קומט צו אן עילוי אין דער השכלה פון חכמה.
ועד״ז איז בנוגע צו איש ואשה - ווי ס׳איז מבואר בארוכה 34
אינעם ענין פון בינה יתירה ניתנה באשה יותר מבאיש 35 ,
אז כאטש דער ולד קומט דוקא דורך דער השפעת הטפה פון דעם איש,
אבער די התהוות הולד איז דוקא ע״י האשה.
נאר היות אז די מעלה באשה איז אן ענין עצמי ובהעלם,
קען דאס קומען לידי גילוי נאר דורך דעם וואס זי איז מקבל די השפעה פון דעם איש.
און דורך דעם ווערט נמשך א גילוי אור עליון מלמעלה אויך צום איש,
און אויך א ברכה וואס איז כולל זיי ביידע: "זכר ונקבה ברא אותם ויברך אותם אלקים ויאמר להם פרו ורבו גו׳" 36 .
ו.
עד״ז ומעין זה איז דער ביאור אויך אין דעם ענין הנ״ל פון רבי אבא ור׳ אלעזר:
זייער הליכה בדרך איז ענינה - די ירידה צו מברר זיין עניני העולם
[און ווי דאס איז בפשטות,
אז רבי אלעזר דער זון פון רשב״י און רבי אבא
(מחברי רשב״י)
זיינען געווען תורתם אומנתם 37
- אפגעטראגן פון עניני העולם איז די הליכה בדרך
(אפילו "למחמי לאבוי" 38 )
געווען א הפםק און ירידה - אן ארויסגאנג פון זייער מעמד ומצב 39 ].
און דערפאר
(אויך)
זאגט ר׳ אבא "נימא מלין דאורייתא",
ווייל בכדי צו אויפטאן אין וועלט דארף מען האבן די נתינת כח און םיוע פון תורה אור 40
[ע״ד ווי גערעדט כמה פעמים 41 ,
אז די נתינת כח אין עבודת הבירורים פון א בעל עםק,
צו מאכן פון וועלט א דירה לו ית׳,
איז ניט בלויז מצד דעם לימוד התורה בתחילת היום,
וואס ער גייט מבית הכנםת לבית המדרש 42
(און דערנאך הנהג בהן מנהג דרך ארץ 43 ),
נאר אויך בשעת העםק גופא דארף מען האבן דעם םיוע ונתינת כח פון תורה אור,
עם דארף זיך ביי אים אנהערן דער עילוי פון תורה 44
(און דאס ברענגט אויך אז ער ״גזל׳ט״ פון שעות העםק אויף לימוד התורה)].
און דעריבער האט רבי אבא געזאגט צו רבי אלעזר ,
ע״ש "אלקי אבי בעזרי" 45 ,
אז אין דער הליכה בדרך גופא דארף מען האבן דעם עזר מלמעלה וואס דאס קומט דורך "נימא מלין דאורייתא ",
(אויך)
ווען זיי געפינען זיך בדרך,
און דורך דעם ווערט נתגלה די מעלה פון דעם בירור הניצוצות שבעניני העולם
(הליכה בדרך)
- וואס מ׳מאכט פון דער וועלט א דירה לו ית׳ - אויף דער עבודה פון לימוד התורה מצד עצמה.
ז.
עפ״ז איז מובן אויך בנוגע צו אברהם ושרה,
ועד״ז - נשמה וגוף:
אין דער הליכה בדרך,
די ירידה אין מצרים,
אין גלות 46 ,
ועד״ז די ירידת הנשמה בגוף בכלל,
דארף זיין די אמירה
(די השפעה)
פון אברהם לשרה - פון דער נשמה אין גוף,
וואס די השפעה באשטייט אין דעם וואס "אמרי נא אחותי את",
אז דער גוף זאל דערהערן בחי׳ "אחותי",
די מעלת העבודה וגילוי אור הנשמה,
און דורכדעם ווערט דערנאך אויפגע־ טאן כדבעי די עבודה פון ״אשה",
די עבודה און מעלה פון דעם גוף מצ״ע,
וואס האט א העכערן שורש פון דער נשמה; עם ווערט נתגלה די מעלה אין בחי׳ ״אשתי״
(- עבודת הגוף)
אויף ״אחותי״
(- עבודת הנשמה),
און דאס פועל׳ט די עלי׳ אויך אין דער נשמה "למען ייטב לי בעבורך ",
אז "מאן דזכי באשה משכלת זכה בכולה",
פרנםה בזכות אשתו.
בסגנון אחר קצת: דורך עבודת הנשמה בגוף וע״י הגוף אין חלקו בעולם,
וואס דער גוף מצ״ע איז "חומרי הנדמה בחומריותו לגופי אומות העולם" 47 ,
וואס דערפאר קען בא די חומריות פון וועלט,
מצרים - ערות הארץ,
זיין א קס״ד אז דער גוף איז שייך צו זיי
(ווי ביי שרה,
וואס "ותוקח האשה בית פרעה"),
איז אבער דורך דעם וואס אין איר איז מאיר די אהבה ואור הנשמה,
בחי׳ "אחותי",
ווערט דערנאך אויפגעטאן אויך די אהבה אין גוף ונה״ב,
די עבודה וואס איז פארבונדן מיט בירור וזיכוך הגוף ו
(על ידו)
בחלקו בעולם,
און דעמאלט ווערט נתגלה די בחירת העצמות וואס איז אין גוף דוקא 48 ,
אויך צו דער נשמה,
וואס בגלוי וועט דאם זיין לעתיד לבא וואס דעמאלט וועט די נשמה זיין ניזונת מן הגוף 49 .
(משיחת מוצש״ק פ׳ תזריע־מצורע ה׳תשל״ט)