א.
אויפן פסוק 1
"ונח בן שש מאות שנה והמבול הי׳ מים על הארץ",
שטייט אין מדרש 2 ,
אז "שנת המבול אינה עולה מן המנין " ,
ד.
ה.
(ווי מפרשים זאגן 3 ),
אז דער מבול־יאר ווערט ניט צוגערעכנט ״לשנותיו של נח״,
ווי מיר זעען - "כשהקב״ה 4
מונה שנותיו של נח אינו מונה שנת המבול.
שאתה מוצא שנח חי ט׳ מאות ונ׳ שנה ואחת עם שנת המבול,
שכן הוא אומר ונח בן שש מאות שנה והמבול הי׳,
משמע שהמבול הי׳ לאחר שש מאות שנה,
דכתיב 5
ויהי באחת ושש מאות שנה
(גו׳)
חרבו המים,
וכתיב 6
ויחי נח אחר המבול שלש מאות
(גו׳)
וחמישים שנה",
וכתיב 7
ויהי כל ימי נח
(אשר חי 8 )
תשע מאות שנה וחמישים שנה,
והי׳ לו לומר תשע מאות שנה וחמישים ואחת שנה - אלמא שאין שנת המבול עולה למנין שנותיו"
(און מ׳איז מסביר דעם טעם הדבר,
"ולפי שהיתה שנת צרה לא עלתה לו שנת המבול למנין שנותיו").
שוין גערעדט כמה פעמים 9 ,
אז דערפון וואס רש״י זאגט בכמה מקומות בפירושו על התורה 10
דעם אויסדרוק "לא ידעתי" וכיו״ב,
איז מוכח,
אז אין יעדן ארט וואו ס׳איז פאראן א שוועריקייט אין
פשוטו של מקרא,
ווערט עס באווארנט אין פירוש רש״י; און דארטן וואו ער שרייבט ניט קיין פירוש
(און זאגט ניט "לא ידעתי" וכיו״ב),
איז דאס אן ענין וואס איז מובן מעצמו - אדער פון דעם פסוק גופא,
אדער פון די כתובים צי פירושי רש״י שלפני פסוק זה.
לפי זה דארף מען פארשטיין: דאס וואס דער סך־הכל בכתוב פון נח׳ס יארן שטימט ניט מיט מספר שנותיו שלפני ושלאחרי המבול
(וואס דאס איז מכריח צו זאגן אז "שנת המבול אינה עולה מן המנין")
איז א סתירה גלוי׳ בפשטות הכתובים 11
- און רש״י באווארנט עס ניט בפירושו על התורה?
מ׳קען ניט זאגן,
אז רש״י האלט אז בפשטות,
איז "שנת המבול אינה עולה מן המנין״ 12
- אדרבא דאס איז א חידוש גדול און רש״י וואלט עס געדארפט שרייבן בפירוש.
ובפרט אז אין דעם חשבון פרטי ווערט שנת המבול יע גע־ רעכנט אין דער תורה,
כנ״ל: פריער
שטייט 13
אז דער מבול האט זיך אנגע־ הויבן "בשנת שש מאות שנה לחיי נח",
און דערנאך שטייט 5
" באחת ושש מאות שנה גו׳ חרבו המים".
ב.
מען קען דאם מבאר זיין:
אין פםוק שטייט 13
" בשנת שש מאות שנה לחיי נח גו׳ נבקעו גו׳".
וואם דער פירוש הפשוט פון ״ ב שנת״ איז - אין
(מיטן)
דעם יאר; ובמילא קען מען לער־ נען,
אז " בשנת שש מאות גו׳ נבקעו גו׳" איז געווען בתחלת השנה,
ד.
ה.
אז אריינגייענדיק אין דעם יאר זעקם הונ־ דערט לחיי נח,
ווען ער איז אלט געווען תקצ״ט שנה מיט א מקצת,
האט זיך אנגעהויבן דעם מבול 14 .
און וויבאלד דער פםוק איז מדייק " בשנת שש מאות שנה גו׳",
איז דאם מכריח צו זאגן,
אז אויך דאם וואם עם שטייט "ונח בן שש מאות שנה והמבול הי׳ מים על הארץ״,
מיינט - ווען ער איז אריין אין דעם יאר זעקם הונדערט 15
[אדער עם מיינט
(כדיוק לשון הכתוב -והמבול הי׳ ״ - לשון עבר),
אז ווען נח איז געווען א "בן שש מאות שנה" איז דער מבול שוין געווען
(פון פריער)].
וכמו״כ אין דעם פםוק "ויהי באחת ושש מאות שנה גו׳ חרבו המים" מיינט עם
(ניט פולע 601 יאר,
נאר)
אין אנהויב זעקם הונדערט און איינם,
ד.
ה.
600 מיט א מקצת 16 .
ווען עם קומט אבער צום םך־הכל פון מנין שנותיו של נח,
רעדט די תורה וועגן שנים שלימות,
און רעכנט ניט די מקצת שנה אלם שנה שלימה; במילא קומט אוים,
אז שני חיי נח זיינען 950 שנה
(600
(ומקצת)
ביז לאחרי המבול,
און 350 נאכן מבול).
ג.
דער ביאור איז אבער לכאורה ניט מםפיק:
אויפן פסוק 17
״כי לימים עוד שבעה גו׳" זאגט רש״י: "צא וחשוב שנותיו של מתושלח ותמצא שהם כלים בשנת ת״ר שנה לחיי נח״ - וואם דער חשבון איז: מתושלח האט געלעבט תשע מאות וששים ותשע שנה 18
; און היות אז מתושלח איז אלט געווען קפ״ז שנה כש־ הוליד את למך 19
און למך איז אלט געווען קפ״ב שנה כשהוליד את נח 20
(צו־
זאמען: שם״ט שנה),
קומט אויס,
אז ״שנותיו של מתושלח
(תתקס״ט שנה)..
כלים בשנת ת״ר שנה לחיי נח"
(ת״ר און שם״ט איז - תתקם״ט).
און וויבאלד אז מיתת מתושלח איז געווען קודם המבול,
קומט אוים,
אז "בשנת ת״ר שנה לחיי נח גו׳ נבקעו גו׳" מיינט נאך דעם ווי נח איז שוין אלט געווען ת״ר שנה.
בפשטות וואלט מען דאם געקענט פארענטפערן: די מםפרי השנים ווען יע־ דערער האט מוליד געווען את בנו
(קפ״ז וקפ״ב וכיו״ב)
מיינט עם ניט אז אין דעם טאג וואם ער איז אלט געווארן דעם מםפר פון יארן איז הוליד
נוואם לפ״ז וועט אויםקומען,
אז שת און אנוש און די "דורות" שלאחריהם - ביי וועמען עם שטייט ״ויחי ..
שנה ויולד״ - איז יעדער פון זיי געבארן געווארן גענוי דעם זעלבן טאג ווען זיין פאטער איז געבארן געווארן,
דהיינו,
אז זיי זיינען אלע געבארן געווארן
(ביום הולדתו של אדם -)
בראש השנה!]
נאר דאם מיינט,
אז נאכדעם ווי זיי האבן געהאט דעם מםפר יארן,
איז אין משך פון דעם יאר הולידו.
במילא וועט אויםקומען,
אז וויבאלד די קפ״ז שנה פון מתושלח בהולידו את למך און די קפ״ב שנה פון למך בהולידו את נח זיינען מיט שיירים,
איז בצירוף פון די שיירים מיט דער מקצת פון שנת ת״ר שנה לחיי נח - קומט צוזאמען אוים א גאנצער יאר,
וואם איז משלים שנותיו של מתושלח.
עם בלייבט אבער ניט גלאטיק:
בנוגע דעם חטא פון דור הפלגה,
זאגט רש״י 21 ,
"אמרו אחת לאלף ותרנ״ו
שנים הרקיע מתמוטט כשם שעשה בימי המבול".
וואם דער חשבון פון "אלף ותרנ״ו שנים״ איז דער םך הכל פון די שנות הולדת פון די אויםגערעכנטע דורות שמאדם עד נח -
אבער אויב מ׳וועט לערנען כדלעיל,
אז אין די מםפרי השנים זיינען דא שיירים וואם ווערן ניט גערעכנט,
וועט אויםקומען,
אז ביי יעדערן פון די עשרה דורות איז דא א עודף פון א געוויםן זמן
(טעג,
וואכן,
חדשים)
וואם ווערט ניט גערעכנט אין מםפר הכללי פון די שנים; ולכאורה הםברא נותנת אז במשך פון עשרה דורות שהאריכו ימים האט זיך פון די אלע עודפים אנגעזאמלט מער ווי די טעג פון איין יאר
(עכ״פ),
אזוי אז דער םך־הכל באטרעפט ניט אלף ותרנ״ו שנים נאר מער
(אלף ותרנ״ז שנים).
ד.
לכאורה וואלט מען געקענט לער־ נען,
אז דער םך הכל חשבון פון "אלף ותרנ״ו שנים" איז ווייל "שנות האנשים מנויין למנין שנות עולם"
(בלשון רש״י אין פ׳ כי תשא 22 )
- ד.
ה.
אז מען ציילט א םך הכל פון שנות האנשים איז עם ניט לויט זייערע יארן נאר לויט שנות עולם.
עם איז אבער א דוחק גדול צו לערנען אז רש״י נעמט אן דעם פירוש בפרשתנו,
ניט שרייבנדיק דאם בפירוש,
ווייל לפי פשוטו של מקרא איז דאם א חידוש גדול 23 ,
אז ווען תורה רעכנט
שנות חייו פון איין מענטשן מײנט מען ניט זיינע יארן נאר שנות עולם 24
!
ה.
והביאור בזה:
אין דרך הפשט,
ווען תורה זאגט אז פלוני איז אלט כך וכך יארן
(ניט ע״ד הלשון "בן מאה ועשרים שנה אנכי היום " 25 ),
מיינט עם מספר שנותיו בערך - מעגלעך עלטער אבער ווייניקער ווי מיט א האלב יאר,
אדער אינגער מיט אזא זמן,
ווייל בפשטות איז אזלינן בתר רובא אויך פון א יאר).
און דערמיט איז נאך מער גלאטיק דער חשבון פון "אלף ותרנ״ו שנים" 26 .
ווארום על דרך הרגיל קען מען אננע־ מען,
אז כשם ווי עם זיינען געווען אזעלכע "דורות" וואם ביי זיי איז דא עודף פון ימים וועלכע זיינען ניט אריין אין מספר השנים הכתוב בתורה - אזוי זיינען געווען אזעלכע וואם ביי זיי איז דער חסרון פון ימים
(או חדשים)
ניט ניכר אין סכום השנים וואם שטייט אין תורה - אזוי אז בסך־הכל וועט דער מםפר זיך בערך אויםגלייכן
(מיט שנות עולם) 27 .
ו.
ויש לבאר עוד בזה
(אלא שאינו כ״כ ע״ד הפשט),
ובהקדים:
דער טעם בפשטות פארוואם תורה
רעכנט אוים ביי יעדערן
(פון די "דורות")
זיין גיל ביים געבורט פון זיין זון -דלכאורה,
למאי נפק״מ?
- איז,
כדי מען זאל וויםן ווען די פארשידענע מאורעות שבתורה האבן פאםירט.
ועפ״ז
(אז דער מםפר השנים וואם שטייט בקשר להולדת הדורות,
איז
(בעיקר)
צו לאזן וויםן דעם גענויעם מנין לשנות עולם)
- קען מען זאגן,
אז דער מםפר הכתוב בתורה
(ביחם צו דער הולדה פון דעם איש פרטי)
קען האבן אן אונטערשייד פון קארגע צוויי יאר: כמעט דעם גאנצן יאר ווען ער דארף אלט ווערן כך וכך שנה און אויך כמעט דעם גאנצן יאר נאכדעם ווי ער איז שוין געווארן אלט דעם מםפר יארן
[לדוגמא: קפ״ז שנה
(אין פםוק הנ״ל - "ויחי מתושלח שבע ושמונים שנה ומאת שנה")
קען מיינען ווען ער האלט בתחלת שנה הכניםה צו קפ״ז
(קפו שנה ומקצת),
און אויך ווען ער האלט שוין בםיום היציאה לגמרי פון קפ״ז
(קפח שנה חםר מקצת)].
און כאטש אז לפי זה קען מען ניט וויםן דעם גענויעם זמן ההולדה פון א איש פרטי - איז עם אבער מועיל צום עיקר המכוון: צו וויםן דעם מםפר פון שנות עולם,
ווייל דער סך־הכל פון די אלע מםפרי השנים איז מתאים צו מנין שנות עולם,
חםר או יתר מקצת שנה.
ז.
דער טעם הפנימי דערפון וואם תורה איז מדייק בנוגע צו מנין שנות עולם,
וועט מען פארשטיין בהקדם וואם עם שטייט אין מדרש 28 ,
אז איינע פון די מעלות פון אידן וועלכע "עקילם"
(א גוי)
האט גערעכנט
(אלם א טעם אויף זיין רצון להתגייר),
איז - "הקטן שבהם יודע ..
כמה יש משנברא העולם".
וויבאלד אז די מעלות פון אידן וואם ער האט גערעכנט האבן אים געבראכט צו וועלן זיך מגייר זיין,
איז פארשטאנ־ דיק,
אז זיי זיינען ניט מעלות אין גודל החכמה פון אידן,
נאר מעלות וואם זיינען פארבונדן מיט דת ישראל.
איז דער ביאור בזה:
די אמונה אין חידוש העולם איז איינע פון די יםודות פון תורה,
ובלשון הרמב״ן 29
: "כי הוא שורש האמונה ושאינו מאמין בזה וחושב שהעולם קדמון הוא כופר בעיקר ואין לו תורה כלל".
אין אמונה גופא זיינען אבער פאראן כמה דרגות: עם קען זיין אז איינער איז א מאמין באמונה שלימה,
און דאך פעלט ביי אים די קלארקייט דערפון,
ם׳איז ניטא ביי אים די אמונה
בידיעה ברורה.
וע״ד מארז״ל 30
אינה דומה שמיעה לראי׳,
אז הגם ער איז זיכער אז דאם וואם ער הערט איז אמת,
איז עם אבער ניט גלייך צו דער התאמתות ווי זי איז דורך ראי׳.
און דאם איז דער אויפטו אין דעם וואם ״הקטן שבהם יודע ..
כמה יש משנברא העולם״ - די אמונה
(כולל שורשה
(כנ״ל)
- בבריאת העולם)
איז ביי אים א ידיעה ברורה,
ער וויים דעם
(גענויעם 31 )
זמן ווען דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט.
ומטעם זה איז תורה מאריך
(במםפרי שנות הדורות)
להשמיענו בדיוק דעם מםפר פון שנות עולם.
(ממכתבי סיון תשמ״א)