א.
נאָך דעם ווי די תורה דערציילט וועגן דער בריאה פון חיות הארץ און בריאת אדם ואשתו ביום הששי למעשה בראשית,
כולל דעם דיבור פון אויבערשטן צו אדם וחוה 1
„ויברך גו׳ פרו ורבו גו׳ ורדו בדגת הים גו'” — שטייען אין תורה צוויי פסוקים 2
בשייכות דעם מאכל פון דעם אדם און די חיות וכו׳:
„ויאמר אלקים הנה נתתי לכם את כל עשב זורע זרע גו׳ לכם יהי׳ לאכלה.
ולכל חית הארץ וכל עוף השמים גו׳ את כל ירק עשב לאכלה”.
איז רש”י מעתיק בפירושו דעם סיום פון ערשטן פסוק צוזאַמען מיט דער התחלה פון צווייטן — „לכם יהי׳ לאכלה ולכל חית הארץ” — און איז מפרש: „השוה להם בהמות וחיות למאכל,
ולא הרשה לאדם ולאשתו להמית ברי׳ ולאכול בשר,
אך כל ירק עשב יאכלו יחד כולם”.
בפשטות לערנט מען,
אַז דאָס וואָס „השוה להם בהמות וחיות למאכל” איז בא ללמד אַז אדם ואשתו זיינען געווען אסור באכילת בשר.
ווי דער גו”א איז מפרש: „מה בהמה וחי׳ אינם אוכלים רק עשב ה”נ אדם אכילתו עשב וירק ולא מידי אחריתי”.
עס איז אָבער
(ווי דער לבוש פרעגט)
לכאורה,
שווער אַזוי צו מפרש זיין:
א)
ווי קען מען פון „השוה להם בהמות וחיות” אַרויסדרינגען אַז דער אדם טאָר ניט עסן קיין בשר,
בעת מ׳זעט
במוחש אַז כו”כ פון „חיות” זיינען חיות טורפות וואָס עסן בשר בהמה וכו’?
[און ס׳איז אַ דוחק גדול צו זאָגן,
אַז רש”י האַלט ווי די שיטה 3
אַז קודם החטא זיינען ניט געווען קיין חיות טורפות בעולם
(נאָר דערנאָך דורכן חטא איז נשתנה געוואָרן זייער טבע)
— ווייל אַזאַ חידוש גדול וואָלט רש”י ערגעץ־וואו בפירושו על התורה געדאַרפט זאָגן,
אָדער עכ”פ מרמז זיין 4 ].
דער רא”ם לערנט דעם פשט אין „השוה”
(פון אדם צו חיות וכו׳),
אַז כשם ווי „לא הותר לחי׳ לאכול ..
את האדם ..
כך לא הותר לאדם ..
להמית ברי׳ לאכול בשרה”.
ס׳איז אָבער אַ דוחק צו לערנען אַז דאָס איז כוונת רש”י,
וואָרום דעמולט איז „העיקר חסר מן הספר” — רש”י האָט געדאַרפט דערמאָנען דעם איסור פון חיות „לאכול ..
את האדם ".
ב)
ולאידך גיסא
(כקושיית הגו”א)
: נאָך וואָס דאַרף מען אָנקומען צום היקש
(„השוה כו׳ למאכל”)
אויף צו אָפּלערנען אַז אדם ואשתו זיינען אסור באכילת בשר — מען ווייס דאָך דאָס פון משמעות פשט הכתוב: דער פסוק זאָגט „הנה נתתי לכם את כל עשב גו׳ לכם יהי׳ לאכלה”,
דער אויבערשטער האָט מתיר געמאַכט אכילת ירק עשב 5
[ובלשון רש”י בסיום פירושו: „כירק עשב שהתרתי 6
לאדם הראשון”],
ד.
ה.
אַז ירק עשב איז התרתי,
אָבער ניט עפּעס אַנדערש — בשר 7 ?
ג)
בכל אופן — ועיקר: ענינו של פירוש רש”י עה”ת איז לפרש פשוטו של מקרא — וואָס איז דאָ שווער אין פשוטו של מקרא וואָס רש”י קומט פאַרענטפערן מיט זיין פירוש „השוה להם בהמות וחיות למאכל כו'”?
ב.
אויך זיינען פאַראַן כמה דיוקים אין לשון רש”י:
א)
פאַרוואָס נוצט דאָ רש”י אַ לשון בלתי רגיל: „ולא הרשה כו’“ — אַ סגנון של סיפור — און שרייבט ניט בסגנונו הרגיל „אבל בשר אסור” וכיו”ב.
ב)
רש”י איז מוסיף ומדייק אַז דער איסור על אדם ואשתו איז — „ להמית ברי׳ ולאכול בשר”
(און ניט בקיצור ובסתמא: ולא הרשה לאדם ולאשתו לאכול בשר),
וואָס דערפון איז משמע,
לכאורה,
אַז „אכילת בשר” פון אַ מתה מאלי׳ איז מותר 8
— וואָס איז דער הכרח לזה אין פשוטו של מקרא?
ג)
צוליב וואָס דאַרף רש”י איבער־
חזר׳ן ובאריכות — „אך כל ירק עשב יאכלו יחד כולם "?
נאָכדעם ווי רש”י האָט שוין פריער גערעדט וועגן דעם איסור אכילת בשר,
ובפרט אַז אין פסוק שטייט בפירוש אַז „ירק עשב” איז „לאכלה” סיי לאדם און סיי לחית הארץ — וואָס גיט צו די אריכות הנ”ל?
ג.
ווייטער איז רש”י ממשיך: „וכשבאו בני נח התיר להם בשר,
שנאמר 9
כל רמש אשר הוא חי וגו׳ כירק עשב שהתרתי לאדם הראשון נתתי לכם את כל”.
דער טעם פאַרוואָס רש”י דאַרף גלייך בפרשתנו באַוואָרענען אַז בני נח האָט מען מתיר געווען צו עסן בשר — איז מובן: ווי גערעדט כמה פעמים,
אַז הגם רש”י פאַרענטפערט ניט בפירושו אַ שוועריקייט וואָס וועט נתעורר ווערן ביים לערנען אַ שפּעטערדיקן פסוק
(אין תושב”כ),
ועאכו”כ ניט אַן ענין אין תושבע”פ
[און נאָכמער: וויבאַלד אַז פירוש רש”י עה”ת איז לפי פשוטו של מקרא,
איז ניטאָ קיין הכרח אַז דאָס מוז זיין בהתאם מיט מסקנת הענין להלכה]
— בשעת אָבער רש”י איז מפרש דעם פסוק פאַר אַ בן חמש למקרא,
מוז ער זיר רעכענען מיט דער מציאות ווי זי ווערט געזען דורך דעם בן חמש למקרא.
דעריבער מוז רש”י גלייך באַוואָרענען,
אַז אין די שפּעטערדיקע דורות האָט מען מתיר געווען אכילת בשר; וואָרום דער פירוש
(אַז „לא הרשה כו׳”)
איז בסתירה צו דער מציאות וואָס דער בן חמש זעט,
אַז מ׳שעכט אַ בהמה כו׳ און מ׳עסט איר בשר.
עס איז אָבער ניט מובן:
א)
אויף צו באַוואָרענען דעם פרט,
איז
גענוג צו זאָגן בלויז דעם דין — „וכשבאו בני נח התיר להם בשר כדלקמן”
(אָדער כיו”ב)
; למאי נפק”מ דאָ צו וויסן דעם גענויעם מקור פון דעם דין אין פסוק?
ב)
און אויב רש”י געפינט פאַר נויטיק
(מאיזה טעם שהוא 10 )
אַראָפּצוברענגען דעם פסוק,
האָט ער געדאַרפט מעתיק זיין
(נאָר)
תחילת הכתוב: „כל רמש אשר הוא חי לכם יהי׳ לאכלה”,
וואָס דערפון איז קלאָר אַז דער אויבערשטער האָט מתיר געווען צו עסן בשר — פאַרוואָס איז רש”י
(א)
משמיט
(דעם עיקר)
די ווערטער „לכם יהי׳ לאכלה”
(ער איז זיי בלויז מרמז מיט אַ „וגו'”),
און
(ב)
מאידך איז ער מוסיף די אריכות „כירק עשב — שהתרתי לאדם הראשון — נתתי לכם את כל”.
ד.
דער ביאור בכל זה:
מיט זיין פירוש איז רש”י אויסן צו פאַרענטפערן כמה שאלות אין די פסוקים:
א)
וואָס פאַר אַן אָרט האָט בכלל צו מודיע זיין אין דעם סיפור פון מעשה בראשית ,
וואָס מענטשן און חיות מעגן און קענען עסן ?
לכאורה רעדט זיך דאָ
(בלויז)
וועגן כללות ענין הבריאה ,
און ניט וועגן די צרכי הנבראים 11
:
די ברכות „פרו ורבו גו׳” זיינען אַ חלק פון מעשה בראשית — זיי ערקלערן ווי די בריאה האָט אַ המשך וקיום
עד היום הזה: זיי זיינען נברא געוואָרן אין אַן אופן זיי זאָלן זיין פרים ורבים;
אויך איז מובן פאַרוואָס דער ציווי „ורדו בדגת הים גו'” איז איינגעשלאָסן אין די ענינים פון מעשה בראשית,
ווייל דאָס גיט אַ תיאור פון אופן בריאת האדם 12
— זיין אויסגעטיילקייט פון אַלע נבראים,
ווי ער זאָגט „נעשה אדם בצלמנו כדמותנו וירדו בדגת הים גו'”
(וואָס בהמשך לזה דערציילט דער פסוק: „ויברא אלקים את האדם בצלמו גו׳ ויאמר להם גו׳ ורדו גו׳”)
;
אָבער ווען עס קומט צו די פסוקים וואָס זאָגן וואָס דער אדם וחית הארץ זאָלן עסן — איז ניט מובן: וואָס פאַר אַ שייכות האָט עס צו מעשה בראשית?
ב)
אפילו אויב מ׳זאָל געפינען אַ טעם פאַרוואָס דער ציווי צו אדם איז דאָ נוגע,
בלייבט נאָך אַלץ ניט מובן: צוליב וואָס האָט דער אויבערשטער אָנגעזאָגט אדם ואשתו וואָס וועט זיין דער מאכל פון חית הארץ ועוף השמים?
[נוסף לזה: צי דען האָבן די עופות השמים,
שנבראו ביום החמישי,
ניט געגעסן ביז דעם אָנזאָג הנ”ל?]
און מ׳קען ניט פאַרענטפערן,
אַז דאָס קומט בהמשך צום ציווי „ורדו בדגת הים גו'”: וויבאַלד דער אויבערשטער האָט זיי ממנה געווען אַלס רודים פון מין החי,
האָט ער זיי דערפאַר אָנגעזאָגט וואָס דער מין החי דאַרף עסן — וואָרום,
לכאורה,
ניט דאָס איז דער אינהאַלט פון „ורדו".
ה.
אויף צו פאַרענטפערן אָט־די שאלות,
איז רש”י מעתיק פון פסוק די ווערטער „לכם יהי׳ לאכלה ולכל חית הארץ”,
וואָס זיינען מקשר ביידע
פסוקים
(דורך אַ וא”ו המחבר),
און איז מבאר דעם פירוש הכתוב — „השוה להם בהמות וחיות למאכל”: די כוונה פון דעם סיום פון ערשטן פסוק בחיבור צום צווייטן פסוק איז ניט צו זאָגן איסורים,
ניט צו לאָזן וויסן וואָס אַ מענטש מעג עסן און וואָס חיות דאַרפן עסן; דער פסוק איז
(בלויז)
אויסן
(איין זאַך)
מדגיש זיין די גלייכקייט
(דעם צד השוה)
פון מענטשן און חיות בנוגע זייער עסן — למאכל 13 .
— דער מקור פון דעם איסור בשר על אדם ואשתו
(„לא הרשה כו'”)
איז טאַקע פון
(משמעות פון)
ערשטן פסוק: דערפון וואָס דער פסוק איז מתיר בלויז ירק עשב איז מוכח בדרך ממילא,
אַז בשר איז ניט מותר;
די תורה איז אָבער גלייך מוסיף,
אַז עשב איז אויך דער מאכל פון „כל חית הארץ וכל עוף השמים גו׳”,
כדי צו מדגיש זיין די גלייכקייט צווישן אדם און חיות ובהמות 14 .
[די חיות עסן טאַקע
(ניט נאָר ירק עשב,
נאָר)
אויך בשר — דער פאַרגלייך איז מצד אחד,
בנוגע למאכל אדם,
אַז זיין מאכל
(עשב)
איז דאָס זעלבע וואָס חיות ובהמות עסן 15
; און דערפאַר איז רש”י מאריך און חזר׳ט איבער נאָכאַמאָל די השוואה — „אך כל ירק עשב יאכלו יחד כולם ").
ו.
וואָס איז נוגע בסיפור בריאת האדם צו אַרויסברענגען די השוואה פון זיין מאכל צו מאכל חית הארץ וכו’?
— איז מובן:
פריער דערציילט דער פסוק מעלת האדם אויף אַלע אַנדערע נבראים — ער איז באַשאַפן געוואָרן בצלם אלקים,
ובמילא איז ער רודה ושולט אויף אַלע אַנדערע נבראים — „ורדו גו׳”.
איז בהמשך לזה באַוואָרנט דער פסוק,
אַז „ השוה להם בהמות וחיות למאכל”: ניט קוקנדיק אויף זיין העכערקייט לגבי שאר הנבראים איז ער אַ נברא ,
וועלכן דער אויבערשטער האָט באַשאַפן באופן אַז במאכל,
וואָס אין דעם איז תלוי דער קיום פון אַ חי,
זאָל ער זיין שוה לחית הארץ כו׳ 16
— וואָס דאָס דערמאָנט דעם אדם 17
אַז ער איז אין דעם זעלבן סוג פון „בהמות וחיות” 18 .
עס בלייבט אָבער ניט פאַרשטאַנדיק — דער פסוק זאָגט דאָך פאָרט „ורדו גו׳”?
איז רש”י ממשיך „ולא הרשה לאדם ולאשתו להמית ברי׳ ולאכול בשר”: בנוגע צו ממית זיין אַ ברי׳ און עסן איר בשר האָט מען ביי אים צוגענומען דעם כח ורשות צו רודה זיין אויף חיות ובהמות 19 .
און דערפאַר איז רש”י מדייק „לא הרשה " — און זאָגט ניט „נאסרו”
(וכיו”ב)
— ווייל די הדגשה דאָ איז
( ניט אויפן איסור פון אכילת בשר,
נאָר)
אויף דעם פירוש
(אינהאַלט)
פון „ורדו”,
אַז דאָס איז ניט כולל רשות „להמית ברי׳ ולאכול בשר”.
ועפ”ז איז אויך מובן טעמו של רש”י,
אַז דער איסור פון בשר איז נאָר „להמית ברי׳ ולאכול בשר”: וויבאַלד אַז דער יסוד פון דעם איסור איז צו שולל זיין פון דעם אדם
(בנוגע למאכל )
די זאַך פון „ורדו” אויף חית הארץ כו׳,
איז מובן,
אַז דאָס באַציט זיך דוקא אויף אַ פאַל פון „להמית ברי׳ ולאכול בשר” — וואָס אַזאַ אופן פון אכילת בשר ווייזט אַז ער איז דער מושל ושולט אויף די חיות כו׳ ביז ער מעג זיי ממית זיין כדי צו עסן מבשרם; אָבער ביי „מתה מאלי׳” איז ניטאָ אָט דער טעם לאסור אכילת בשר.
ז.
לויט דעם איז אויך מובן די אריכות לשון רש”י בסוף פירושו:
בשעת רש”י באַוואָרנט ווי צו בני נח איז ניתר געוואָרן בשר,
ווערט שווער: דער איסור „להמית ברי׳ ולאכול בשר” איז געקומען באַוואָרענען דעם אדם,
אַז ער זאָל ניט פאַרגעסן אַז ער איז ניט מער ווי אַ נברא,
כנ”ל; איז צי דען דאַרפן בני נח ניט האָבן אָט די באַוואָרעניש?
!
דעריבער איז רש”י
(מאריך און)
מעתיק דעם פסוק וואו עס שטייט דער היתר,
און דערביי איז רש”י:
(א)
מעתיק דעם סיום הפסוק „כירק עשב גו׳”,
(ב)
איז מוסיף ומפרש אין לשון הפסוק „
(כירק עשב)
שהתרתי לאדם הראשון " —
מיט דעם דייטעט אָן רש”י,
אַז דאָס וואָס מ׳האָט מתיר געווען בשר לבני נח,
איז ניט ווייל ביי זיי איז ניט נוגע די באַ־
גרענצונג פון „ורדו”
(בנוגע למאכל) 20
נאָר ס׳איז אַ היתר 21 ,
מצד דעם זעלבן טעם — גלייך צו דעם טעם וואָס דער אויבערשטער האָט מתיר געמאַכט „ירק עשב — שהתרתי לאדם הראשון”,
כדי ער זאָל לעבן און זיין געזונט.
און דערפאַר לאָזט רש”י אויס די ווערטער „לכם יהי׳ לאכלה” — ווייל דאָ איז ניט נוגע דער היתר פון אכילת בשר,
נאָר דער טעם ההיתר,
אַז דאָס איז „כירק עשב שהתרתי לאדם הראשון כו׳”.
ח.
די הוראה דערפון אין עבודת ה׳:
האמור,
אַז דער אדם דאַרף צוזאַמען מיטן „ורדו” וויסן און מרגיש זיין,
פילן אַז ער איז ניט מער ווי אַ נברא וכו’,
איז ניט נאָר צו באַוואָרענען פון גאווה און ענינים בלתי רצויים וואָס קענען אַרויסקומען פון ניט ריכטיק פאַרשטיין דעם „ורדו”,
נאָר
(וג”ז עיקר)
— אין דעם הענגט אָפּ דער „ורדו”:
בשעת אַ מענטש טראַכט,
אַז דער „ורדו” מיינט אַז ער איז דער רודה,
בכוחו ועוצם ידו,
דעמולט קען ער ניט רודה זיין,
ווייל ער איז השווה ,
אַ נברא ווי אַלע נבראים; דוקא ווען ער געדיינקט דעם אמת,
אַז ער איז שווה צו אַלע נבראים,
און זיין כח צו רודה זיין קומט נאָר פון אויבערשטן,
דוקא דעמולט קען ער זיין אַ רודה אמיתי,
ס׳איז ניט זיין רדי׳,
נאָר ה׳ אלקיך הוא הנותן לך כח לעשות חיל 22 ,
ובמילא —
איז די אמת׳ע רדי׳ וממשלה פון דעם אויבערשטן,
דעם בורא האדם ומנהיגו.
וכפירוש רש"י אויף „וירדו בדגת הים גו'” 23
— „יש בלשון הזה ל׳ רידוי ול׳ ירידה,
זכה רודה כו׳ לא זכה נעשה ירוד לפניהם והחי׳ מושלת בו”,
וואָס דער פירוש הפנימי בזה איז:
„זכה” — פון לשון זיכוך,
אויסגעאיידלט.
בשעת אַ מענטש איידלט זיך אויס,
ער איז אויסגעטאָן פון גאווה פון ישות,
נאָר ער גייט בכחו פון אויבערשטן — איז „רודה בהם”; בשעת אָבער „לא זכה”,
ער האָט זיך ניט גענוג מזכך געווען,
ער פילט זיין ישות ומציאות,
ער פילט אַז דאָס וואָס ער איז רודה איז מצד כוחו — דעמולט איז „נעשה ירוד בפניהם”,
ניט נאָר וואָס ער איז בשווה צו אַלע נבראים נאָר נאָכמער — ער שטייט נידעריקער פון זיי.
וי”ל אַז דאָס איז אויך דער טעם
(הפנימי)
פאַרוואָס דער אויבערשטער האָט בהמשך צום ציווי „ורדו גו'” אָנגעזאָגט אַז „השווה להם בהמות וחיות למאכל” — כדי אַז דורכדעם זאָל צוקומען אין הבנת באופן פון „ורדו”,
כנ”ל.
ט.
דערפון איז די הוראה אויך בזמננו זה:
אמרו חז”ל „אתם קרויים אדם” 24 ,
אַז דער
(עיקר)
תואר אדם איז אויף אידן 25 .
און דער אויבערשטער זאָגט צו אידן „ורדו גו'”,
ווי עס שטייט „ועמדו זרים
ורעו צאנכם” 26 ,
אַז אידן וועלן רודה זיין בנוגע למלאכה וכו׳; ביז אַז אויך בזמן הגלות,
ווען די אומות זיינען מלכים ושרים — איז,
כנאמר 27
„והיו מלכים אומניך ושרותיהם מניקותיך”.
איז אין דעם די הוראה: אויב אַ מענטש וועט זיך פאַרלאָזן אויף „כחי ועוצם ידי”,
אפילו אויב ער וועט דאָס תולה זיין אין דעם וואָס ער איז „אדם — אדמה לעליון” 28
— בעל מעלות גדולות,
דאָס איז זיינע מעלות,
כוחו ועוצם ידו — דעמולט איז „לא זכה” און „החי׳ מושלת בו”: ניט נאָר וואָס די אומות באַציען זיר ניט צו אים מיט כבוד וכו׳
(ווי פאַר איינעם וואָס איז זייער רודה ושולט),
נאָר פאַרקערט — ביז אַז אויך בהרגש עצמו „פאַלט ער אַראָפּ” פאַר זיי,
און פאַר גוי׳שקייט בכלל.
דוקא ווען „זכה”,
ער איז זיך מזכך,
ער ווייס אַז ה׳ אלקיך הוא הנותן לך כח לעשות חיל,
במילא גייט ער ניט מיט זיינע „חכמה ותבונה” כו׳ — נאָר,
להבדיל,
בחכמתו פון דעם אויבערשטן,
תורה
(שולחן ערוך),
ער פירט זיך לויט די הוראות פון אויבערשטן — ער גייט בכח המשלח,
דעמולט איז ער רודה,
און מ׳זעט בגלוי דעם „והיו מלכים אומניך גו'”,
נאָך בזמן הגלות,
ביז מ׳קומט צו „ועמדו זרים ורעו צאנכם”,
בביאת משיח צדקנו.
(משיחת ש"פ בראשית תשמ"ב)