B"H
🏡

Ikar

עמוד 433

א.

וועגן דעם ענין פון שמיני עצרת שטייט1,

אַז זיין תוכן איז,

קשה עלי פרידתכם כו' משל למלך כו' אמר לאוהבו נגלגל אני ואתה במה שתמצא.

ולכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק,

וויבאַלד אַז סיי ווי וועט מען זיך דאַרפן שפעטער פאַנאַנדערשיידן,

איז וואָם איז אַזוי שטאַרק די מעלה אין דעם וואָס מען וועט אַריינכאַפן זיין נאָך אַ טאָג צוזאַמען?

מוז מען זאָגן,

אַז די מעלה פון שמיני עצרת איז,

אַז דער טאָג באַוואָרנט און טוט אויף אַז אויך שפעטער זאָל ניט זיין קיין פירוד.

וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים ביאור דיוק הלשון "פרידתכם",

וואָס אין פלוג האָט ער געדאַרפט זאָגן קשה עלי פרידתנו און פאַרוואָס זאָגט ער פרידתכם?

דער ביאור אין דעם איז:

א)

מצד דעם אויבערשטן איז קיין פירור ניטאָ.

מצד אים איז אַלעמאָל דאָ דער פאַרבונד מיט אידן,

פנים בפנים.

נאָר דער פירוד קומט מצד אידן,

וואָס פנו אלי עורף ולא פנים.

און דאָס מיינט פרידתכם - אייער פירור.

ב)

דורך וואָס קומט דער פירוד פון אידן מיטן אויבערשטן,

דורכן פירוד ביי אידן צווישן זיך - פרידתכם.

וואָרום בשעת עס פעלט דער כולנו כאחד פעלט אויך אין דעם ברכנו אָבינו.

און דאָס איז דער פשט װאָס נאָך סוכות זאָגט דער אויבערשטער קשה עלי פרידתכם,

וואָרום בחג הסוכות איז דאָך דאָ די אַחדות פון אידן צווישן זיך.

וואָס דאָס איז דער ענין פון מצות ד' מינים,

אַז אַלע פיר מינים,

פון דעם אתרוג שיש בו טעם ויש בו ריח ביז דער ערבה שאין בה לא טעם ולא ריח,

פאַראייניקן זיך צוזאַמען אַז עס ווערט פון זיי איין מצוה.

און אַזוי אויך אַלע אידן2 ווערן אַן אגודה אחת לעשות רצונך בלבב שלם.

דאָס איז דאָך אָבער אַ פאַרבונד מצד און צוליב דער מצוה.

בשעת אָבער מען גייט אַריין אין די ימי החול וואָס נאָך סוכות,

קען דאָך ווערן צוריק פירוד חס ושלום,

אויף דעם זאָגט דער אויבערשטער קשה עלי פרידתכם.

און די עצה אויף דעם איז,

בואו ונגלגל במה שתמצא,

אין דעם טאָג פון שמיני עצרת,

וואָס דאָס באַוואָרנט עס זאָל זיין אַחדות אויך שפעטער,

כדלהלן.

ב.

די מעלה פון דער אַחדות פון שמיני עצרת אויף דער אַחדות פון סוכות איז:

די אַחדות פון די ד' מינים איז ניט אין זייער עצם מציאות.

ד.

ה.

אַז אַפילו בשעת התאחדותם,

איז יעדערער פון זיי אַ באַזונדער סוג,

און פאַרבלייבט ביי זיין מציאות,

עס איז מער ניט וואָס אין דעם ענין המצוה זיינען זיי זיך מתייחד.

נאָך מערער - די מצוה איז דאָך אַז מען זאָל נעמען פיר באַזונדער מינים דוקא,

קומט דאָך אויס אַז אַפילו אין דעם ענין המצוה גופא הערט זיך אויך אָן זייער התחלקות,

עס איז מער ניט וואָס די דברים מחולקים פאַראייניקן זיך צוזאַמען אין איין מצוה.

אָבער די אַחדות פון שמיני עצרת איז,

פר אחד אַיל אחד,

עס איז ניט קיין איגוד פון פרטים נאָר בעצם זיינען זיי איין זאַך.

און אַזוי איז אויך אין דעם ענין הריקוד שבשמחת תורה,

אַז אַלע אידן,

פון דעם גדול שבגדולים ביז דעם פשוט שבפשוטים,

טאַנצן צוזאַמען,

איז דאָך ניט אַז יעדער איינער טאַנצט לויט זיין אופן

(לפי ערך השגתו כו'),

נאָר זיי ווערן נשתווה און נתייחד אין אַן ענין הכולל את כולם.

דער ענין הריקוד איז,

אַז אין אים איז בעצם גאָר קיין התחלקות ניטאָ.

און דאָס איז די אמת'ע אַחדות.

ניט נאָר קיין התאגדות פון פרטים,

נאָר יעדער איינער ווערט נתבטל פון אַ מציאות בפני עצמו.

און וויבאַלד אַז דאָס איז ניט קיין קיבוץ נפרדים נאָר השתוות והתאחדות,

איז ניט שייך צו זאָגן אין דעם,

אַז בשעת די סיבה וועט בטל ווערן,

וועט במילא אויך בטל ווערן דער מסובב,

נאָר דאָס בלייבט איבער אויך אויף שפעטער,

אַז אויך נאָך יום טוב,

בכל השנה,

שטייען אידן באחדות ושלום,

כלי המחזיק ברכתו של הקב"ה3.

(משיחת יום שמח"ת,

תשט"ז)

ג.

אין דעם ענין וואָס מען האָט גערעדט אַז בשמחת תורה טאַנצן אַלע אידן צוזאַמען באחדות,

איז פאַראַן אין דעם נאָך אַ נקודה.

טאַנצן טאַנצט מען ניט מיטן קאָפ נאָר מיט די פיס,

און דורך די פיס טאַנצט אויך די קאָפ.

אויב מען וואָלט געטאַנצט מיטן קאָפ,

ד.

ה.

מצד השגה,

דעמאָלט וואָלט געווען די שמחה בהגבלה,

אויף וויפל ער פאַרשטייט די סיבה פון דער שמחה.

מען וויל דאָך אָבער אַז שמחת התורה זאָל זיין בלי גבול,

דערפאַר טאַנצט מען מיט די פיס.

ער ווייס ניט וואָס דער אויבערשטער איז און ווייס ניט וואָס זיין תורה איז,

ער ווייס נאָר אַז דער אויבערשטער מיט זיין תורה איז אַ טייערע זאַך וואָס עס איז ניטאָ אַזאַ דבר יקר אין דער גאַנצער וועלט,

און דאָס רופט ביי אים אַרויס אַ שמחה בלי גבול.

דאָס איז אויך דער ענין וואָס בשמחת תורה זעצט מען זיך ניט לערנען,

ד.

ה.

אַז די שמחה זאָל זיין מצד העיון שבתורה,

נאָר מען טאַנצט מיט אַ ספר-תורה ווי זי איז איינגעריקלט אין מענטעלע.

מען ווייס נאָך ניט וואָס אין איר שטייט,

מען ווייס נאָר אַז עס איז אַ טייערע זאַך און דערפאַר איז מען מיט איר שמח בלי גבול.

אַזוי ווי אין יעדער איינעם בפרט איז דער סדר אַז ער טאַנצט מיט די פיס און דורך דעם טאַנצט אויך די קאָפּ,

אַזוי אויך אין דער קומה שלימה פון אידן,

אַז די שמחה פון אנשים פּשוטים וואָס זיי פרייען זיך מיט דער תורה,

וואָס זייער שמחה איז בלי גבול,

דאָס פּועל'ט אַ תוספת שמחה אויך אין די משכילים וואָס ווייסן און פאַרשטייען די מעלה פון תורה און די סיבה פון דער שמחה,

אַז אויך ביי זיי טוט זיך אויף אַ שמחה בפשיטות ובלי גבול.

און דורך דער שמחה פון שמיני עצרת און שמחת תורה קומט מען צו לבחינת פּר אחד,

ניט ווי סוכות וואָס מען איז מקריב ע' פרים אַנטקעגן די ע' שרים,

ווייל דאַן האָבן זיי אויך אַן אָרט,

נאָר מען קומט צו אין אַזאַ בחינה וואו זיי האָבן גאָר קיין אָרט ניט,

דאָרטן געפינט זיך מער ניט ווי דער אויבערשטער מיט אידן,

יהיו לך לבדך ואין לזרים אתך.

(משיחת ש"פ בראשית,

תשט"ז)

ד.

די לעצטע ווערטער,

מיט וועלכע מען איז מסיים די תורה בשמחת תורה,

זיינען "לעיני כל ישראל".

אין די ווערטער איז מרומז דער ענין האחדות

(וואס דאס איז די עבודה פון שמחת תורה כנ״ל),

וואס אלע אידן זיינען מיוחד צוזאמען.

אלע אידן זיינען איין זאך,

און יעדער איינער איז מער ניט ווי א פרט פון דעם כלל,

און נאך טיפער,

א חלק פון עצם 4 ),

ובמילא,

איז אין יעדן חלק געפינט זיך דער גאנצער עצם,

כמאמר הבעל שם טוב 5 ),

העצם כשאתה תופס במקצתו אתה תופס בכולו.

דערמיט וועט מען אויך פארשטיין די מצוה פון ואהבת לרעך כמוך,

וואס דער פשט דערפון איז "כמוך" ממש.

אזוי ווי די אהבה צו זיך איז ניט קיין אהבה שמצד הטעם נאר אן אהבה עצמית,

אזוי אויך די אהבה צו א צווייטן אידן דארף זיין אן אהבה עצמית.

ולכאורה ווי אזוי איז דאס מעגלעך?

"יענער" און "איך" זיינען דאך צוויי באזונדערע מענטשן! וע״פ הנ״ל יובן,

אז דאס איז ניט קיין אהבה צו "יענעם" נאר אן אהבה צו "זיך" אליין.

עס איז איין עצם וואס ער איז געקומען אין כמה חלקים,

און אין יעדער חלק איז דאס דער זעלבער עצם.

דערמיט וועט מען אויך פארשטיין דעם מאמר הבעל שם טוב 6 ),

אז אהבת ישראל מיינט,

מען זאל ליב האבן א אידן כאטש ער האט אים קיינמאל ניט געזען און קיינמאל ניט געהערט פון אים.

ולכאורה ווי איז שייך אהבה צו א זאך וואס ער האט אין דעם קיין ידיעה ניט?

ועל פי הנ״ל יובן,

ווארום אלע אידן זיינען איין עצם.

ה.

על פי זה וועט מען אויך פארשטיק דעם מאמר רז״ל 7 ),

אז אהבת ישראל איז יסוד כל התורה,

ווי ער איז מבאר אין תניא 8 )

באריכות,

אז דער יסוד כל התורה איז להגבי׳ ולהעלות הנפש על הגוף,

און דאס דריקט זיך אויס אין אהבת ישראל.

ווארום אויב ער באטראכט זיך און פילט זיך ווי א מציאות פאר זיך,

דעמאלט קען ביי אים ניט זיין די אהבה צום צווייטן "כמוך",

ובכדי עס זאל ביי אים זיין דער ואהבת לרעך "כמוך",

מוז ער ארויסגיין פון זיין מציאות,

זיין מציאות איז ניט "ער" נאר זיין מציאות איז א חלק פון עצם פון אידן,

וואס דעמאלט איז ביי אים אמת׳ע אהבת ישראל.

און דאס איז אויך דער תוכן הסיפור וואס דער רבי האט דערציילט וועגן איינעם א גדול,

אז אמאל בשעת זיינער א קינד איז געווען ניט געזונט האט ער זייער שטארק געוויינט.

דערנאך האט ער זיך געקלאגט אויף דעם וואס אויף אן אנדער אידישן קינד וואלט ער ניט וויינען אזוי שטארק,

איז דאך א ראי׳ אז ער האלט ערשט בתחילת העבודה,

ווארום אויב ביי אים וואלט געווען עבודה אמיתית,

וואלטן די תורה ומצוות מגלה זיין די עצם הנשמה,

וואס דארטן זיינען דאך אלע אידן איין זאך.

ו.

על פי זה וועט מען אויך פארשטיין דעם טייטש פון די ווערטער וואס מיר זאגן,

ויעשו כולם אגודה אחת לעשות רצונך בלבב שלם.

דער פשט אין דעם איז,

ווען קענען כולם ויין אן אגודה אחת — בשעת דאס איז "לעשות רצונך".

אויב אבער דער צוועק פון דער אגודה איז צוליב אנדערע זאכן,

אפילו צוליב דברים המותרים,

איז דאס ניט קיין אגודה אחת,

ווייל:

א)

בעצם מהותם זיינען זיי באזונדערע מענטשן.

עס איז מער ניט וואס צוליב א געוויסן ענין האבן זיי זיך פארבונדן מיט געוויסע כחות ועניני הנפש וועלכע עס פאדערן זיך צו דורכפירן דעם צוועק פון דער אגודה.

אבער אין די איבעריקע כחות זייערע,

ומכל שכן אין זייער עצם,

האבן זיי קיין שייכות ניט צווישן זיך.

ב)

אפילו אין דעם ענין פרטי גופא,

זיינען זיי אויך ניט פארבונדן מיט אן אמת.

ווארום וויבאלד אז בכללות מציאותם זיינען זיי באזונדערע מענטשן,

במילא איז אויך אין דעם ענין פרטי,

איז דער טוט דאס מצד זיין מציאות און זיינע הרגשים,

און דער צווייטער טוט דאס מצד זיין מציאות און זיינע הדגשים,

עס איז מער ניט וואס בחיצוניות לגבי פועל ממש טוען זיי די זעלבע זאך.

— וואס דאס איז דער פשט פון דעם לשון* 8 ),

מחלוקת קורח וכל עדתו,

אז קורח ועדתו גופא זיינען געווען מחולק.

כאטש זיי זיינען געווען בעצה ודיעה אחת,

פונדעסטוועגן זיינען זיי געווען מחולק,

ווארום יעדער איינער איז אין דעם געווען אויסן זיין אייגענע מציאות —

ג)

אפילו דער חיצוניות׳דיקער ענין איז אויך ניט קיין דבר של קיימא.

ווארום וויבאלד אז ביי די חברי האגודה איז פארבליבן אייגענע ענינים און אייגענע מציאות וואס שטייען העכער פון דער אגודה,

במילא איז בשעת דאס וועט שטערן צו זייער מציאות,

וועלן זיי זיך אפטיילן איינער פון דעם אנדערן און עס וועט ווערן אויס איגוד אפילו בחיצוניות.

וכמו שראינו במוחש בכמה וכמה איגודים וועלכע האבן אויסגעקוקט ווי שטארקע אגודות,

און צום סוף,

האבן זיי ניט געקענט דורכקומען צווישן זיך,

די איגודים זיינען זיך צעפאלן,

און עס איז פון זיי גארנישט געבליבן.

דערפאר בשעת מען וויל מאכן אן איגוד צוליב א צוועק פון דברי הרשות,

איז די עצה טובה בכדי דער איגוד זאל זיך האלטן: מען זאל אריינמישן אין דעם איגוד אן ענין פון תורה ומצוות אלס א יסוד אין דעם איגוד,

וואס דורך דעם וועט דאס זיין אן איגוד של קיימא אויך אין דעם ענין הרשות.

ז.

דאס איז אויך אן ענטפער אויף דעם,

וואס אידן בכלל זיינען א כבשה אחת בין ע׳ זאבים והיא משתמרת 9 )

: ווייל די ע׳ זאבים איז יעדער פון זיי א באזונדער מציאות,

אבער אידן זיינען אלע צוזאמען,

האבן זיי דעריבער א גרויסן כוח.

און אזוי איז אויך בנוגע אידן גופא,

אז אין דעם צד שכנגד איז ניט נאר וואס זיי האבן ניט קיין רוב,

נאר אפילו צוויי מענטשן האבן זיי אויך ניט,

יעדערער איז א באזונדער מציאות,

אבער שומרי תורה ומצוות,

איז אפילו אויב ער איז נאר איינער במחנו,

האט ער צו זיך אלע אידן וואס זיינען געווען פון מתן תורה אן,

א כוח פון א גרויסער מחנה אויף לוחם זיין פאר דער תורה.

ח.

דערמיט וועט מען אויך פארשטיק די שייכות פון לעיני כל ישראל מיט דעם וואס מען לייענט יאך דעם — בראשית ברא

(וואס באלד ווי מען ענדיקט די תורה פאנגט מען דאך איר אן נאכאמאל פון אנהויב),

אזוי אויך מיט דעם וואס מען לייענט פאר דעם,

בהתחלת הפרשה — וזאת הברכה.

דער ענין פון בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ,

איז,

אז א איד דארף וויסן אז את השמים — ענינים רוחניים,

ואת הארץ —ענינים גשמיים,

ברא אלקים.

ער זאל ניט טראכטן אז כוחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה,

נאר ער דארף וויסן אז קיין אייגענע האט ער גארניט,

אלץ וואס ער פארמאגט,

זיינע גשמיות מיט זיינע רוחניות,

האט ער דאס פון דעם וואס דער אויבערשטער איז מהוה בכל רגע ורגע 10 )

די כללות הבריאה און אויך די השפעה צו אים בפרט.

דער רמז אין וזאת הברכה אשר ברך משה איז:

משה רבנו איז דער רועה ישראל.

ער איז זייער מדריך זיי זאלן זיך אויפפירן בכל הנהגותיהם כדבעי,

און דורך אים איז מען זיי משפיע כל הצטרכותיהם.

וכמאמר רז״ל 11 ),

ירידת המן הי׳ בזכותו של משה.

אויך די ענני הכבוד שהיו בזכותו של אהרן ובארה של מרים איז כשנסתלקו אהרן ומרים חזרו בזכותו של משה 12 ).

און באמת איז אויך פריער געווען די השפעה פון משה רבנו,

מער ניט וואס עס איז דורכגעגאנגען דורך אהרן ומרים.

וויילע דער ענין פון א רועה ישראל איז אז ער פארזארגט אידן מיט אלץ וואס זיי דארפן סיי אין גשמיות סיי אין רוחניות.

אבער בכדי צו מקבל זיין די השפעה פון משה רבנו רועה ישראל ואתפשטותי׳ שבכל דרא ודרא 13 ),

דארף מען שטיין בביטול והתקשרות צו אים.

מען דארף זיין איבערגעגעבן אזוי ווי צאן צום רועה,

צאן האבן ניט קיינע אייגענע רצונות,

זיי גייען וואוהין דער רועה פירט זיי.

ובשעת מען האט ניט קיין אייגענע רצונות,

ניט אין ענינים ארציים,

ניט אין ענינים שמיימים,

נאר מען איז איבערגעגעבן אינגאנצן צו משה׳ן,

דעמאלט איז מען א כלי מקבל זיין די ברכה פון וזאת הברכה אשר ברך משה גו׳ ממגד שמים — ענינים רוחניים,

ומתהום רובצת תחת — ענינים גשמיים.

ט.

און דאס איז די שייכות פון בראשית ברא מיט וזאת הברכה צו לעיני כל ישראל,

ווארום לויט ווי געזאגט פריער 14 ),

אז בכדי מען זאל האלטן מיט אן אמת ביי אהבת ישראל — כל ישראל — איז דאס דורך דעם וואס מען גייט ארויס פון זיך,

במילא איז בשעת אז ביי אים לייגט זיך אפ דער אמת אז קיין אייגענע האט ער גארניט נאר אלץ וואס ער האט איז דעם אויבערשטנס וואס ער איז מחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית — בראשית ברא גו',

— ומצד דעם גיט ער זיך איבער צו משה׳ן ואתפשטותא דילי׳ — וזאת הברכה גו׳ — דעמאלט גייט ער ארויס פון זיין מציאות,

ער איז ניט קיין מציאות פאר זיך,

ער איז א חלק פון כלל ישראל — כל ישראל.

י.

די שייכות פון לעיני כל ישראל מיט בראשית ברא איז א צווייענדיקע.

אזוי ווי דער בראשית ברא גיט כוח אין דער עבודה פון כל ישראל כנ״ל,

אזוי אויך איז דער כל ישראל אן הכנה צום בראשית ברא.

שמחת תורה דארף יעדער איד ענדיקן די תורה און אנהויבן לערנען איר נאכאמאל פון דאס ניי און אין א העכערן אופן 15 ).

איז בשעת א איד באטראכט זיך אין זיין מעמד ומצב במשך שנה העברה,

קען ער טראכטן ביי זיך: איך בין נאך גאר ולחלוטין ניט פארטיק,

איז ווי בין איך שייך דערצו?

אויף דעם גיט מען אים אן עצה — כל ישראל.

אויב אלס פרט קען ער אליין ניט אפלערנען די גאנצע תורה און מקיים זיין איר,

זאל ער זיך כולל זיין מיט אנדערע אידן,

מחזיק זיין לומדי תורה,

וואס דורך דעם וועט ער האבן א חלק אין דעם לימוד התורה פון די אידן וועלכע ער שטיצט.

וכמאמר רז״ל און אזוי איז אויך דער דין 16 ),

אז דורך דעם וואס זבולון שטיצט ישכר׳ן האט ער א חלק אין דער תורה וואס ישכר לערנט.

יא.

דאס איז דאך אלץ אויב מצד זיינע טרדות האט ער ניט קיין צייט צו לערנען און ער איז יוצא מיט פרק אחד שחרית ופרק אחד ערבית,

אבער ווי איז אז אויך אין זיין ליידיקער צייט האט ער ניט געלערנט?

פונדעסטוועגן זאל ער ניט מיואש ווערן ביי זיך.

ווארום די רביים זאגן,

אז שמחת תורה דורבן קו השמחה קען מען אויפטאן דעם זעלבן ענין וואס ראש השנה ויום כיפורים בקו המרירות.

ד.

ה.

אז אפילו בשעת עס איז דורכגעגאנגען חודש אלול,

ימי הסליחות,

ראש השנה,

עשרת ימי תשובה און יום כיפורים,

און אפילו יום כיפור צו נעילה האט ער אויך ניט תשובה געטאן רחמנא ליצלן,

פונדעסטוועגן איז בשעת עס קומט שמחת תורה קען ער טאן תשובה בקו השמחה.

און — לעיני כל ישראל,

כולל זיין זיך מיט אידן,

וואס דאס קומט מצד גילוי עצם הנשמה,

שהנשמות מתאימות,

וואס מצד דעם קומט די אמת׳ע אהבת ישראל 17 ).

און אזוי ווי די עצם הנשמה איז דאך אלעמאל גאנץ,

איז מצד דעם האט ער אלעמאל בכוח צו אנהויבן נאכאמאל די תורה פון אנפאנג,

און אין א העכערן אופן.

יב.

דאס איז דאך מער ניט ווי די שייכות פון לעיני כל ישראל צו בראשית ברא אלס אן אנהויב פון תורה,

אז דורך לעיני כל ישראל האט מען בכוח צו אנהויבן נאכאמאל די תורה פון דאס ניי.

אבער וואס איז די שייכות צום ענין פון ,

"בראשית ברא" בפרט?

דער ענין אין דעם איז:

ברא איז מלשון גילוי 18 ).

בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ מיינט: "בראשית" דער ראשית העבודה איז,

"ברא",

מגלה זיין דעם "אלקים" וואס געפינט זיך אין "את השמים",

שמים וכל צבאם,

און אין "ואת הארץ",

הארץ וכל צבאה.

אין אלע נבראים,

סיי אין צבא השמים,

סיי אין צבא הארץ,

איז דא דער כח וחיות אלקי וועלכער איז זיי מהוה,

מחי׳ ומקיים בכל רגע ורגע,

און דאס — דער חיות אלקי — איז דער גאנצער מציאות פון דעם נברא,

עס איז מער ניט וואס דער חיות איז בהעלם,

און דער נברא זעט זיך אן פאר א מציאות פאר זיך.

און דאס איז ראשית העבודה,

צו אויפטאן אז דער חיות אלקי זאל זיין בגילוי — ברא.

אזוי ווי אין יעדער נברא איז דא דער אלקות וואס אין אים,

נאר ער איז בהעלם,

אזוי איז אויך ובמכל שכן ביי יעדער אידן דא דער אלקות וואס אין אים.

דאס איז דער נפש האלקית,

חלק אלקה ממעל ממש 19 ),

וואס אין אים.

עס איז מער ניט וואס מצד דער התלבשות הנשמה בגוף ונפש הבהמית קען זיין אז דער גוף ונפש הבהמית זאלן מעלים ומסתיר זיין אויפן אור הנשמה,

ביז אז לפעמים קענען זיי גאר לוחם זיין מיט איר.

אויף דעם דארף זיין דער בראשית ברא אלקים ביי זיך אליין.

מגלה זיין די נשמה וואס אין אים,

זי זאל ארויסגיין ממאסר הגוף ונפשהבהמית און זי זאל נתגלה ווערן כמו שהיא,

ניט נאר אירע כחות הגלויים נאר אויך די עצם הנשמה וואס זי איז פארבונדן מיט עצמות,

וואס דער סימן אויף גילוי עצם הנשמה איז דער ואהבת לרעך כמוך,

לעיני כל ישראל,

כנ״ל.

און דורך דעם בראשית ברא אלקים וואס ביי זיך,

קען ער מגלה זיין דעם אלקות אויך אין כללות העולם,

אין צבא השמים און אין צבא הארץ,

אז אין יעדער זאך זאל זיך אנהערן בגילוי אז איר גאנצער מציאות איז נאר אלקות און אין עוד מלבדו.

(משיחת ליל שמח״ת,

תשח״י)

Reader controls and commentary are loading.