א.
אין חג הסוכות זיינען פאַראַן כמה מצוות,
אויסער מצות ישיבת סוכה.
פונדעסטוועגן ווערט אָנגערופן דער יום טוב על שם סוכות און ניט אויפן נאָמען פון די אַנדערע מצוות,
ווי מצות נטילת ד' מינים וכו'.
איינער פון די טעמים איז,
ווייל עס איז דאָ אַ מעלה אין מצות ישיבת סוכה אויף נטילת ד' מינים,
וואָס מצות סוכה איז פאַרבונדן מיט כל ימי החג.
דער גאַנצער יום טוב סוכות,
פון דער ערשטער רגע משקידש החג,
איז שוין פאַראַן די מצוה פון ישיבת סוכה.
אָבער ביי נטילת ד' מינים,
אַפילו אין בית המקדש.
הויבט זיך אָן זייער חיוב ערשט אין דערפרי.
נאָך מערער איז אין מצות ישיבה בסוכה,
אַז ניט נאָר וואָס דאָס הויבט זיך אָן פון דער ערשטער מינוט משקידש החג,
נאָר עס מוז זיין אַ הכנה צו דעם פון פאַר סוכות.
וואָרום עס איז דאָך אַ בנין פון ג' דפנות אָדער כמו מנהגנו 1 ,
ד' דפנות,
און דוקא תעשה ולא מן העשוי,
קען מען דאָך דאָס ניט טאָן אום יום טוב,
נאָר מען מוז עס צוגרייטן פאַר יום טוב און אין עשית הסוכה איז שוין דאָ אַ מצוה 2
אָבער ביי ד' מינים קען זיין אַז דער גאַנצער טאָן זאָל זיין אום יום טוב.
נאָך אַ חילוק איז דאָ צווישן סוכה און ד' מינים,
אַז די ד' מינים האָבן אַ הגבלה,
נאָכדעם ווי מען האָט אָפּגעטאָן די מצוה איז מען שוין פטור פון איר,
אָבער מצות ישיבת סוכה וואָס די מצוה איז תשבו כעין תדורו 3 ,
איז דאָך ניט שייך צו זאָגן אַז ער האָט שוין אָפגעטאָן די מצוה,
נאָר זי ציט זיך במשך כל ימי החג.
מצות ישיבת סוכה הויבט זיך אָן משקידש החג עד כלות כל ימי החג .
ב.
נאָך אַ מעלה פון מצות סוכה אויף אַלע מצוות,
אויך אויף מצות נטילת ד' מינים:
אַלע מצוות זיינען ענינים פרטיים ,
זיי נעמען אַרום דעם מענטשן אין ענינים פרטיים.
די מצוה טוט ער מיט דעם אבר און די מצוה טוט ער מיט אַן אַנדער אבר,
אָבער עס נעמט אים ניט אַרום אין אַלע זיינע ענינים.
אָבער מצות סוכה,
תשבו כעין תדורו,
איז דאָך אַלע ענינים וואָס ער טוט,
ער טוט גאָר זיינע צרכים פרטיים,
די זעלבע ענינים וואָס ער האָט געטאָן מיט אַ וואָך צוריק,
איז היינט אַז ער טוט זיי אין סוכה איז ער מקיים דערמיט אַ מצוה.
נאָך מערער: עס איז באַוואוסט דער מאמר רז"ל 4 ,
כל אדם שאין לו בית אינו אדם,
ד.
ה.
עס פעלט אים אין דער שלימות פון אדם ,
וואָרום אַן אדם מוז האָבן אַ דירה לשבת בה.
איז דאָך די מעלה וואָס ער האָט אַ דירה מיינט דאָס ניט דוקא ווען ער געפינט זיך אין דער דירה,
נאָר אַפילו ווען ער געפינט זיך בשוק,
איז דערמיט וואָס ער האָט אַ דירה למושבו,
איז ער אַן אדם.
במילא בשעת עס קומט סוכות,
וואָס די מצוה איז תשבו כעין תדורו,
איז במשך די זיבן טעג זיין דירה די סוכה ,
וואָס דערמיט איז די שלימות פון זיין אדם.
איז דאָך פאַרשטאַנדיק,
אַז אַפילו בשעת ער געפינט זיך ניט אין דער סוכה,
נאָר וויבאַלד ער האָט קובע געווען די סוכה לדירתו,
איז אויך דעמאָלט איז ער פאַרבונדן מיט דער מצוה פון סוכה.
ג.
חודש תשרי איז דאָך אַ חודש כללי 5
על כל השנה כולה,
ממילא איז פאַרשטאַנדיק אַז אַלע מצוות פון דעם חודש זיינען אַ הוראה בעבודה על כל משך השנה.
די הוראה פון מצות סוכה איז:
מען מאָנט ביי אַ אידן עס זאָל זיין בכל דרכיך דעהו 6 ,
אַז אַלע זיינע ענינים זאָלן זיין פאַרבונדן מיטן אויבערשטן.
ניט נאָר בשעת לימוד התורה ועבודת התפלה זאָל ער דינען דעם אויבערשטן,
נאָר אַפילו בשעת ער האָט גאָר צו טאָן מיט עובדין דחול,
דאַרף ער די עובדין דחול גופא פאַרבינדן מיטן אויבערשטן.
און דעם כוח און שטאַרקייט אויף דעם נעמט מען פון דער מצות סוכה.
ביי דער מצוה פון סוכה איז דאָך אַפילו ווען ער שלאָפט אין דער סוכה איז ער מקיים אַ מצוה פון דעם אויבערשטן,
און אַפילו ווען ער געפינט זיך גאָר ניט אין סוכה,
אויך דעמאָלט איז ער פאַרבונדן מיט דער מצוה,
און פון דעם דאַרף ער נעמען כוח און שטאַרקייט אויף אַ גאַנץ יאָר,
אַז אין אַלע זיינע ענינים זאָל ער זיין משועבד צו אלקות.
ד.
די גמרא רופט אָן די מצות סוכה מיטן נאָמען מצוה קלה 7 .
וואָרום בשעת אַ איד שטעלט זיך אַוועק מיט אַ תוקף,
זאָל זיין וואָס עס וועט זיין,
איך בין אַן עבד למלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא,
דעמאָלט איז אים לייכט דורכצופירן,
אַז אויך זיינע צרכים הגשמיים זאָלן זיין כדבעי למהוי,
און ער מאַכט אויך בתחתונים אַ דירה לו יתברך.
און בשעת ער מאַכט פון אַלע זיינע ענינים אַ דירה צום אויבערשטן,
דעמאָלט ווערט נמשך אין אַלע זיינע ענינים מידו הרחבה בכל המצטרך לו בבני חיי ומזוני רויחי .
* * *
ה.
אויף שמחת בית השואבה שטייט 8 ,
ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה.
דאָס הייסט,
אַז די וואַסער וואָס מען פלעגט שעפן צוליב ניסוך המים על גבי המזבח,
האָט עס געדאַרפט זיין פון מעיינות.
על פי נגלה איז דאָס ניט פאַרשטאַנדיק: וואָרום דער רמב"ם פסק'נט 9
אַז אויב מען האָט ניט געקענט קריגן פון מי השילוח פלעגט מען נעמען וואַסער פון כיור,
וואָס דער כיור האָט ניט געהאַט קיין דין פון מעיין.
נאָכמער - מי מקוה זיינען כשר לכיור,
ובמילא על פי זה אויך לניסוך 10 .
דאַרף מען זאָגן דעם פשט,
אַז עס איז ניט קיין נפקא מינה,
פון וואַנען מען האָט געשעפט די וואַסער,
צי פון מעיינות אָדער פון אַן אַנדער אָרט.
דער עיקר איז עס זאָל זיין ושאבתם מים בששון,
און דורך דעם ווערט במילא ממעייני הישועה.
ו.
די מעלה פון מי מעיין אויף אַנדערע וואַסער איז: א)
מעיין איז מטהר בכל שהוא 11 .
אַנדערע וואַסער דאַרפן האָבן אַ שיעור,
וויפל מים עס דאַרף זיין,
אָבער מי מעיין,
וויבאַלד זיי זיינען מחובר מיטן מקור,
איז ניט נוגע קיין שיעור בכמות,
דאָ אין נוגע די איכות,
ומטהרין בכל שהוא.
ב)
מטהרין בזוחלין.
אַנדערע מים דאַרפן ליגן אין אַ געוויסן אָרט,
וואָס יענער אָרט האַלט זיי און מעסט זיי אויס,
אָבער מי מעיין,
אויב זיי זיינען מחובר מיטן מקור,
דאַרפן דאָס ניט 12 .
אין רוחניות מיינט עס: אויב מען וויל גיין מיט אייגענע כחות און מיט אייגענע חשבונות,
בהפסק מן המקור,
דעמאָלט דאַרפן זיין כמה תנאים,
עס מוז זיין אַ שיעור,
ער דאַרף האָבן גענוג שכל מיט גענוג כחות,
אַ שיעור אַז כל גופו עולה בהם און דאָס דאַרף זיין געהאַלטן און געמאָסטן פון אַ זאַך שחוץ ממנו,
אַז מצד אַ צווייטן זאָל אויך אויסטראָגן אַז זיין שיעור איז גענוג.
און אויב ער האָט ניט די תנאים,
איז וועגן מטהר זיין יענעם ,
קען קיין רייד ניט זיין; עס קען נאָך זיין אַ קלער אַז די מים אַליין זאָלן מקבל טומאה זיין.
בשעת אָבער מען איז צוגעבונדן צום מקור,
צום מעין,
איז מען מטהר בכל שהוא ובזוחלין.
עס זיינען ניטאָ קיינע תנאים.
צי ער האָט אַ סך אייגענע כחות אָדער ווייניק,
זאָל זיין מער ניט ווי אַ כל שהוא,
און דערצו איז ער נאָך זוחלין אויך,
וויבאַלד אָבער ער איז צוגעבונדן צום מקור,
גייט ער אויף ברייטע פלייצעס.
און ניט נאָר וואָס ער איז ניט מקבל טומאה,
נאָר אדרבה,
ער איז מטהר אַלע טומאות,
אַפילו אַ טומאה חמורה ביותר
(מי חטאת),
ווייל אין דעם זיינען ניט נוגע זיינע כחות,
וויבאַלד ער איז צוגעבונדן צום מקור.
ז.
על פי זה וועט מען אויך פאַרשטיין דעם ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה.
דער ענין פון ניסוך המים אין עבודת האדם ברוחניות,
איז קבלת עול,
וואָס דאָס איז דער חילוק פון יין און מים.
יין האָט אַ טעם,
דענינו ברוחניות - הבנה והשגה.
מים איז אַ זאַך וואָס מצד עצמו האָט דער מענטש אין דעם קיין טעם ניט,
ער טוט עס נאָר מצד קבלת עול.
ער רעכנט זיך ניט מיט זיך ווי ביי אים לייגט זיך דער ענין,
נאָר ער פאַרבינדט זיך מיטן מקור און איז דאָס מקיים מיט קבלת עול.
בשעת עס איז ביי אים דאָ דער ושאבתם מים בששון,
ער האָט אַ ביסל פשוט'ע וואַסער,
אַ זאַך וואָס ער האָט אין דעם ניט קיין געשמאַק,
און פונדעסטוועגן שעפט ער דאָס בשמחה,
ווייל ער וועט דאָס גיסן אויפן מזבח פאַר דעם אויבערשטן,
ווי דער אויבערשטער האָט געהייסן,
דעמאָלט ווערט עס במילא ממעייני הישועה,
עס ווערט מי מעיין המחובר למקור ומטהר בכל שהוא ובזוחלין,
און עס ווערט נמשך אַ ישועה בכל הענינים,
ניט לפי ערך זיינע כחות כלל,
ווייל ער איז איינס מיטן מקור.
(משיחת יום ב' דחג הסוכות,
תשט"ז)
ח.
אויף שמחת בית השואבה,
זאָגט די גמרא 13
מי שלא ראה שמחת בית השואבה לא ראה שמחה מימיו.
דער פירוש הפשוט אין דעם איז,
אַז די גמרא דערציילט די גרויסקייט פון שמחת בית השואבה,
וואָס לגבי איר זיינען אַלע שמחות קיין שמחות ניט.
און דאָס מיינען די ווערטער,
מי שלא ראה שמחת בית השואבה,
אַז הגם ער האָט געזען אַנדערע שמחות,
פונדעסטוועגן,
לא ראה שמחה מימיו.
דאַרף מען פאַרשטיין: לשון רז"ל איז דאָך אַ לשון מדויק,
איז אויב מען וויל דערציילן וועגן דער גרויסקייט פון שמחת בית השואבה,
האָבן זיי דאָך געקענט זאָגן בדיוק ובקיצור אין אַ לשון פון חיוב,
אַז שמחת בית השואבה איז געווען אַ שמחה היותר גדולה,
פאַרוואָס איז די אויסשפּראַך פון רז"ל אין אַ לשון פון שלילה,
מי שלא כו' לא ראה שמחה כו',
אויך דאַרף מען פאַרשטיין: למאַי נפקא מינה ובפרט איצטער?
נאָר דער ענין איז,
די גמרא זאָגט אונז אַ הוראה אין עבודה,
אויב מען האָט ניט געזען שמחת בית השואבה,
איז הגם אַז ער מיינט אַז ער האָט יאָ געזען שמחה און זיך משתתף געווען אין איר,
איז באמת דאָס נאָר אויבערפלעכלעך,
אָבער באמיתית האָט ער קיין שמחה ניט געזען,
וואָרום וויבאַלד אַז ער האָט ניט געזען שמחת בית השואבה,
קען ער קיין שמחה ניט זען.
און דאָס איז דער לשון: מי שלא ראה שמחת בית השואבה לא ראה שמחה מימיו.
ט.
דער ביאור הענין איז:
דער ענין פון שמחה מיינט,
אַרויס פון הגבלות.
דערפאַר זעען מיר אַז בשעת איינער איז פריילעך בשמחה אמיתית,
טוט ער דעמאָלט אזעלכע זאַכן וואָס זיינען למעלה ממדידת והגבלת השכל שלו.
אויך די סיבה וואָס ברענגט די שמחה,
איז אַן ענין וואָס איז העכער פון זיינע הגבלות.
וואָרום דאָס איז דאָך אַ כלל אַז אַ מסובב איז לויט דער סיבה,
איז וויבאַלד אַז דער מסובב,
די שמחה,
איז למעלה מהגבלות,
איז דאָך דאָס אַ הוראה אַז אויך די סיבת השמחה איז אַן ענין וואָס איז למעלה מהגבלות.
דאָס הייסט אַז ער האָט באַקומען אַן ענין וואָס ער האָט זיך גאָרניט געריכט אויף דעם,
וואָס איז העכער פון זיין השערת השכל,
איז מצד דעם בלי גבול וואָס ער האָט באַקומען רופט עס אַרויס אויך אַ מסובב פון בלי גבול,
וואָס דאָס איז דער ענין השמחה.
דאָס איז אויך דער טעם וואָס שמחה פורץ גדר.
און עס איז כמים הפנים לפנים כן לב האדם
(העליון)
לאדם 14 ,
אזוי ווי דער פירוש הבעל שם טוב אויפן פסוק,
הוי' צלך,
אַז אַזוי ווי אַ שאָטן טוט נאָך אַלץ וואָס דער מענטש טוט,
אַזוי אויך כביכול איז הוי' צלך,
וואָס דאָס איז דער ענין,
במדה שאדם מודד מודדין לו 15 .
און דערפאַר בשעת דער אדם למטה איז בשמחה,
און אדם איז דאָך מלשון אדמה לעליון,
אַזוי ווי עס שטייט אין של"ה 16 ,
אַז דערפאַר ווערט אַ מענטש אָנגערופן אדם ווייל ער איז אדמה לעליון,
ווערט למעלה אויך שמחה 17 .
ומלכותא דרקיעא כעין מלכותא דארעא,
אַז אַזוי ווי למטה איז שמחה פורץ גדר,
אַזוי אויך למעלה בעת השמחה גייען אַראָפּ אַלע מדידות והגבלות.
אין עבודת האדם דער עולם קטן 18 ,
איז פאַראַן דריי קוים: תורה,
עבודה וגמילות חסדים,
און זיי אַלע דאַרפן זיין בשמחה.
ווי די גמרא זאָגט 19 ,
אין עומדין להתפלל לא מתך עצבות ולא מתוך עצלות כו' אלא מתוך שמחה של מצוה.
איז תפלה,
וואָס איז דער קו העבודה - איזוהי עבודה שבלב זו תפלה 20
- דאַרף זיין בשמחה.
אַזוי אויך דער קו התורה דאַרף זיין בשמחה,
ווי די גמרא זאָגט דאָרטן: וכן לדבר הלכה.
אַזוי אויך דער קו פון גמילות חסדים,
וואָס דאָס איז צדקה,
שטייט אין דער תורה,
ולא ירע לבבך וגו' 21 ,
ומכלל לאו אתה שומע הן,
און ווי די רז"ל זאָגן: והמפייסו מתברך בי"א 22 .
נמצא אַז אין אַלע דריי קוים דאַרף די עבודת ה' געטאָן ווערן בשמחה ובטוב לבב.
י.
מען האָט דאָך גערעדט אַז די סיבה צו שמחה אמיתית איז אַן ענין שלמעלה מהשערת השכל,
איז במילא פאַרשטאַנדיק,
אַז בכדי די עבודת ה' זאָל זיין בשמחה,
מוז די עבודה זיין מצד קבלת עול.
וואָרום בעת די עבודה איז מצד זיין הבנה והשגה,
איז דאָס אַן ענין מוגבל,
קען ניט זיין דערפון אַ שמחה אמיתית,
בלתי מוגבלת,
אָבער אַז די עבודה איז מצד קבלת עול,
העכער פון זיין השגה,
וואָס ער אַליין איז דאָך אַ מוגבל,
איז ער זיך מבטל און באַהעפט זיך מיטן אויבערשטן,
דורך קיום מצוותיו יתברך,
וואָס מצוה איז מלשון צוותא וחיבור,
וואָס ער איז דאָך בלתי מוגבל,
איז דורך דעם וואָס ער באַהעפט זיך מיט אַן ענין בלתי מוגבל פּועלט דאָס אויף אים ער זאָל אַרויס פון זיינע הגבלות,
וואָס דאָס איז אמיתית ענין השמחה.
קומט מען אָבער צו גיין און מען פרעגט אַ שאלה:
אַ מענטש איז דאָך אַ שכלי,
וואָס דאָס איז דאָך דער יתרון האדם על החי,
וואָס אַן אָדם איז אַ שכלי,
היינט ווי מאָנט מען ביי אים ער זאָל אַוועקלייגן זיין שכל אָן אַ זייט און זיין גאַנצע הנהגה זאָל ניט זיין ווי עס קומט אויס מצד השכל,
נאָר טאָן מצד קבלת עול?
האָבן די רז"ל געזאָגט אויפן פסוק אשר ברא אלקים לעשות – לתקן 23 .
אַלע נבראים וואָס דער אויבערשטער האָט באַשאַפן איז ניט די כוונה זיי זאָלן אַזוי בלייבן,
נאָר די כוונה איז,
זיי זאָלן צוקומען צו אַ העכערער מעלה ושלימות.
דער תכלית הדומם איז ער זאָל נכלל ווערן אין צומח,
דער צומח - אין חי,
דער חי - אין מדבר און דער תכלית המדבר,
וואָס ער איז אַ שכלי,
איז ער זאָל נכלל ווערן אין אלקות שלמעלה מהשכל,
דורך התבוננות בגדולתו יתברך,
דורך אהבה ויראה און דורך קיום המצוות בקבלת עול מלכות שמים.
דער תכלית בריאת האדם השכלי,
איז אַז דער אָדם,
ד.
ה.
דער שכל שבאדם זאָל נכלל ווערן אין דעם למעלה מן השכל.
יא.
לויט דעם וועט מען פאַרשטיין דעם ענין,
אַז מען קען ניט זען קיין שמחה אויב מען זעט ניט פריער די שמחה פון בית השואבה.
שמחת בית השואבה איז דאָך געווען ווייל סוכות פלעגט מען מנסך זיין אויפן מזבח אויך מים,
- אויסער ניסוך היין וואָס איז געווען אויך אַ גאַנץ יאר.
שטייט אין מדרש 24 ,
אַז דער טעם וואָס מים האָבן זוכה געווען דערצו איז,
ווייל בעת דער אויבערשטער האָט געזאָגט,
יהי רקיע בתוך המים וגו' און מבדיל געווען בין מים עליונים למים תחתונים,
האָבן די מים תחתונים געוויינט,
זיי זיינען געשטאַנען אין אַ תשוקה,
און געזאָגט,
אַנן בעינן למהוי קדם מלכא.
האָט זיי דערפאַר דער אויבערשטער צוגעזאָגט,
אַז מען וועט נעמען פון זיי וואַסער לנסך על גבי המזבח.
דאָס הייסט אַז דער ניסוך המים על גבי המזבח בסוכות - נעמט אַראָפּ די הבדלה וירידה פון די מים תחתונים.
נאָך מער,
זיי ווערן נאָך דורך דעם נתעלה העכער ווי זיי זיינען געווען קודם ירידתם.
יעדער ירידה איז דאָך לצורך עלי'.
דער ענין ברוחניות פון הבדלה בין מים עליונים למים תחתונים איז - די כללות'דיקע הבדלה פון מעלה מיט מטה,
פון רוחניות מיט גשמיות.
השמים שמים לה' והארץ נתן לבני אדם.
דאָס איז אָבער נאָר ווי מצד דעם סדר הבריאה.
דער תכלית הבריאה איז דאָך,
אשר ברא אלקים לעשות,
לעשות ולתקן,
און די אַלע ענינים למטה זאָל אין זיי זיין אַן עלי' און נאָך העכער ווי עס איז געווען קודם הירידה,
כנ"ל.
און דאָס דריקט זיך אויס אין דעם וואָס מים תחתונים בוכים,
אַנן בעינן למהוי קדם מלכא,
און דער אוייבערשטער האָט זיי צוגעזאָגט ניסוך על גבי המזבח,
וואָס דורך דעם ווערן זיי נאָך העכער ווי קודם ירידתם.
און דאָס איז דער טעם פון גודל השמחה פון שמחת בית השואבה,
וואָס דעמאָלט נעמט מען אַראָפּ אַלע הבדלות ומחיצות פון וועלט,
מען איז פורץ אַלע גדרים והגבלות העולם דורך דעם וואָס מען פאַרבינדט זיך מיטן אויבערשטן.
שמחה פורץ גדר.
און דערפאַר איז שמחת בית השואבה דער מקור און שורש פון יעדער שמחה,
אמיתית ענין השמחה וואָס מיינט פורץ זיין דעם גדר פון וועלט.
יב.
קען מען דאָך שטעלן אַ קשיא: טבע איז דאָך אויך אַ בריאה וואָס דער אויבערשטער האָט באַשאַפן,
איז ווי קען מען זיך שטעלן אַנטקעגן?
על דרך ווי די גמרא דערציילט 25 ,
אַז מען האָט געפרעגט רבי עקיבא'ן,
ווי אַזוי מעג מען מפרנס זיין אַן עני,
וויבאַלד דער אויבערשטער האָט אים געמאַכט פאַר אַ חסר?
אויף דעם ענטפערט מען:
בו ביום ווען דער אויבערשטער האָט געמאַכט די הבדלה פון מעלה ומטה,
בו ביום האָט דער אויבערשטער געזאָגט אַז דער תכלית ההבדלה איז בשביל עלי',
מחצתי ואני ארפא,
מחצתי מלשון מחיצה,
כמאמר רז"ל 26
- צוזאַמען מיט דער בריאת המחיצה איז אויך דאָ דער ואני ארפא.
מען גייט ניט אַנטקעגן דער בריאה נאָר אדרבה מען פירט אויס די כוונה און דעם תכלית פון דער בריאה.
די כוונת גדר העולם והטבע איז - מען זאָל פורץ גדר זיין און ממשיך זיין דעם למעלה מן הטבע למטה.
יג.
און דאָס זאָגט די גמרא,
מי שלא ראה שמחת בית השואבה לא ראה שמחה מימיו.
מיינט דאָ ניט די גמרא צו דערציילן אַ סיפור דברים בעלמא,
נאָר דאָס איז אַ הוראה בעבודת האדם לקונו.
די גמרא גיט אַרויס אַ הוראה:
ווי אַזוי קען מען צוקומען צו שמחה אין אַלע דריי קוים פון תורה,
עבודה וגמילות חסדים,
וואָס זיי דאַרפן זיין בשמחה,
איז דאָס דורך צוקוקן זיך און אַריינטראַכטן זיך ביז ער וועט דאָס זען פון דעם ענין שמחת בית השואבה.
דער לשון: ראה שמחת בית השואבה,
על דרך ולבי ראה הרבה חכמה 27 ,
- בשעת מען קוקט זיך צו צו שמחת בית השואבה,
און מען טראַכט זיך אַריין אין דער כוונת ותכלית הירידה,
זעט מען דעמאָלט אַז די כוונת הירידה איז צוקומען צו אַן עלי יתרה,
וראי' - למעלה משמיעה.
יד.
בפרטיות אין עבודת האדם:
אַז מען טראַכט זיך אַריין אין דעם תכלית בריאת השכל,
זעט מען אַז דער תכלית איז אַז שכל אַליין זאָל נכלל ווערן אין למעלה מן השכל.
און דאָס גיט אַ כוח אויף אַראָפּצונעמען די מדידות והגבלות פון גוף,
די מדידות והגבלות פון נפש הבהמית און די מדידות והגבלות פון נפש האלקית און מקבל זיין אויף זיך עול מלכות שמים,
װאָס דורך דעם איז ער ממשיך אַ שמחה בנפשו און דורך דעם אויך בכל העולם כולו.
טו.
דער טעם אויפן נאָמען שמחת בית השואבה שטייט,
שמשם היו שואבין רוח הקודש.
דער ירושלמי 28
זאָגט אויף יונה בן אמיתי,
אַז ער האָט גענומען זיין נבואה פון שמחת בית השואבה.
אין פלוג איז ניט פאַרשטאַנדיק: אין בית המקדש בעת שמחת בית השואבה זיינען דאָך געווען טויזנטער און טויזנטער אידן און צווישן זיי כמה וכמה גדולים,
איז וויבאַלד אַז משם היו שואבין רוח הקודש.
האָבן דאָך אַלע גענומען פון דאָרט רוח הקודש,
פאַרוואָס דערמאָנט מען דווקא יונת'ן?
אַזוי ווי מען האָט פריער גערעדט,
אַז אַלע סיפורים פון תורה זיינען ניט אַ סיפור בעלמא,
נאָר אַ הוראה בעבודת האדם לקונו,
אַזוי איז אויך דער סיפור פון ירושלמי וועגן יונה'ן.
עס שטייט אין זוהר 29 ,
אַז יונה בן אמיתי מיינט מען די נשמה,
מלשון לא תונו איש את עמיתו.
דאָס הייסט,
אַז בירידת הנשמה בגוף איז מצד דעם ריחוק און הפכיות פון נשמה וגוף,
דאַרף מען זען אַז דער גוף זאָל חס ושלום ניט אָפּנאַרן די נשמה; פאַרקערט,
מען דאַרף זען אַז די נשמה זאָל אָפּנאַרן דעם גוף,
דאָס מיינט,
אַז די נשמה זאָל אָפּנאַרן גשם און מאַכן פון אים אַ דירה לו יתברך.
לויט דעם וועט מען פאַרשטיין וואָס מען זאָגט אויף יונה'ן דוקא,
אַז ער האָט שואב געווען פון שמחת בית השואבה.
דער ענין פון שמחת בית השואבה איז דאָך,
ווי מען האָט פריער גערעדט,
דער ענין פון מחצתי ואני ארפא,
דער ענין פון אשר ברא אלקים לעשות - לתקן,
אַז ניט קוקנדיק אויף דער ירידה פון גשמיות האָט מען דעם כוח אויף מעלה צו זיין אים נאָך העכער ווי פריער,
איז פון שמחת בית השואבה שעפט מען דעם כוח אויף יונה מלשון אונאה,
אָפּנאַרן דעם גשם און מאַכן פון גשמיות העולם גופא אַ דירה לו יתברך.
(משיחת שמחת ביה"ש,
תשט"ז)
טז.
חג הסוכות קומט נאָך דער עבודה פון עשרת ימי תשובה.
דאָס מיינט אַז אַלע המשכות פון עשרת ימי תשובה קומען אַראָפּ בחג הסוכות אין קו השמחה.
אין עשרת ימי תשובה,
זיינען דאָ ביידע טעג ראש השנה,
יום כיפור,
און די זיבן טעג וואָס צווישן ראש השנה און יום כיפור.
און די אַלע דריי ענינים - ראש השנה,
יום כיפור און די ז' ימים - זיינען פאַרבונדן מיט סוכות.
ראש השנה:
אין "סכך" זיינען דאָ דריי אותיות: סמ"ך,
כ"ף און נאָך אַ כ"ף.
וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט די זעכציק תקיעות,
צוואַנציק שברים און צוואַנציק תרועות,
פון די מאה קולות וועלכע מען בלאָזט ראש השנה.
יום כיפורים:
דער עיקר פון עבודת יום כיפורים איז דער ענן הקטורת.
אין חסידות ווערט דערקלערט אַז פון דעם ענן הקטורה ווערן נמשך די ענני הכבוד,
וואָס דאָס איז דאָך דער ענין פון סוכות.
ז' ימים:
אין די ז' ימים שבין ראש השנה ליום כיפורים זיינען פאַראַן אַלע טעג פון דער וואָך,
זונטיק,
מאָנטיק.
א.
א.
וו.
דער זונטיק פון די ז' ימים איז מתקן אַלע זונטיקס פון דעם יאָר,
דער מאָנטיק אַלע מאָנטיקס וכו'.
די ז' ימים פון עשרת ימי תשובה ווערן שפעטער נמשך בשמחה אין די ז' ימים פון סוכות,
וואָס דורך זיי איז מען ממשיך שםחה אין אַלע טעג פון וואָך פון קומענדיקן יאָר.
יז.
אין פלוג קען מען דאָך פרעגן,
וויבאַלד אַז דער ניסוך איז געווען אינדערפרי,
בזמן הקרבת תמיד של שחר 20 ,
איז דאָך ניטאָ קיין גאַנצע זיבן טעג,
וואָרום עס פעלט די ערשטע נאַכט?
אָבער באמת איז דאָס ניט קיין קשיא מצד צוויי טעמים: א)
די שמחה פון סוכות איז פאַרבונדן מיטן לולב,
וואָס דאָס הויבט זיך אָן פון ביינאַכט,
משקידש היום 31 ,
ב)
אפילו מצד הנסכים,
שטייט אין ירושלמי 32
אַז בדיעבד אויב מען האָט מנסך געווען ביינאַכט,
אַפילו די ערשטע נאַכט,
וואָס מען האָט נאָך קיין איין מאָל ניט מקריב געווען,
איז בדיעבד כשר.
במילא הויבט זיך אָן די שמחה פון ביינאַכט,
און עס זיינען פאַראַן גאַנצע זיבן מעת לעת.
יח.
דער טעם פאַרוואָס ניסוך המים איז כשר בדיעבד אויך ביינאַכט איז ווייל ניסוך המים איז ניט חובת הזבח נאָר חובת היום.
וואָס דאָס איז דער חילוק צווישן ניסוך היין און ניסוך המים: ניסוך היין איז חובת הזבח,
דערפאַר מוז עס זיין בייטאָג דווקא,
אָבער ניסוך המים איז חובת היום.
הגם אַז אויך ניסוך המים איז פאַרבונדן מיטן זבח,
וואָס דערפאַר שטייט אין תוספתא 33
אַז עס איז שייך פיגול אין ניסוך המים,
אָבער פונדעסטוועגן איז דאָס ניט פאַרבונדן מיטן זמן הזבח.
באמת דאַרף מען פאַרשטיין,
פאַרוואָס איז דאָ אַ חילוק פון ניסוך היין ביז ניסוך המים.
ביידע לערנט מען דאָך אָפּ פון איין פּסוק,
ונסכי' לשון רבים,
היינט פאַרוואָס זאָל יין זיין חובת הזבח ומצותה ביום דוקא און ניסוך המים - חובת היום וכשר גם בלילה ?
יט.
נאָר דער ענין איז: אויף תורה שטייט זאת התורה אדם.
ד.
ה.
אַז תורה איז געגליכן צו אַ מענטש.
פונקט ווי ביי אַ מענטש איז דאָ דער גוף מיט דער נשמה,
וועלכע געפינט זיך אין אַלע חלקי הגוף,
און באַלעבט זיי,
אַזוי אויך אין תורה,
איז דאָ דער גוף פון תורה - גליא דתורה,
און די נשמה פון תורה - נסתר ופנימיות התורה.
און די פּנימיות איז פאַראַן אין אַלע חלקים פון נגלה,
אין יעדער הלכה און סוגיא,
וואָס דאָס - די פּנימיות - איז דער חיות פון דער נגלה.
דערפאַר זיינען פאַראַן כמה וכמה ענינים אין נגלה,
וואָס עס זעט זיך אָן אין זיי בגילוי זייער נשמה,
און מען קען זיי פאַרשטיין נאָר דורך דער פנימיות וואָס אין זיי.
אויך דער ענין הנ"ל וועט ווערן פאַרשטאַנדיק דורך דער פּנימיות ונשמה פון אים .
כ.
דער חילוק פון יין מיט מים איז:
יין האָט אַ טעם און אַ געשמאַק ,
אָבער וואַסער פאַר זיך האָט ניט קיין געשמאַק .
דערפאַר געפינען מיר אַז אויף יין דאַרף מען אַלעמאָל מאַכן אַ ברכה,
וואָרום וויבאַלד אַז דאָס האָט אַ טעם איז ווען מען זאָל דאָס נאָר טרינקען פילט מען אין דעם אַ געשמאַק ,
אָבער אויף וואַסער דאַרף מען ניט מאַכן קיין ברכה,
סיידן בשעת מען טרינקט מים לצמאו דוקא 34 ,
וואָס דאַן האָט ער אין דעם אַ טעם.
אַזוי ווי אין חיי הגוף איז פאַראַן יין און מים,
אַזוי זיינען דאָ ביידע אופנים אויך אין חיי הנשמה.
עבודה על פי טעם ודעת הייסט יין ווייל אין דעם איז דאָ אַ געשמאַק ; און עבודה מצד קבלת עול הייסט מים,
ווייל מצד עצמה איז ניטאָ אין איר קיין געשמאַק.
כאָטש קבלת עול איז אַן ענין וואָס מצד עצמה האָט זי ניט אין זיך קיין עונג און געשמאַק ,
פונדעסטוועגן איז אַזוי ווי אויף מים שטייט,
השותה מים לצמאו מברך כו',
וואָרום מצד דעם צמאון באַקומט ער אַ געשמאַק אויך אין מים,
אַזוי אויך אין קבלת עול.
בשעת ער איז זיך מתבונן אין דעם ענין פון ירידת נשמתו למטה,
שירדה מאיגרא רמה לבירא עמיקתא,
דעמאָלט כאַפּט ער זיך אַז ניט קוקנדיק וואָס ער איז גרויס אין השגה ער איז אַ "גדול" בחכמה,
אָבער וואָס פאַר אַן ערך האָט עס לגבי דעם מצב ווי די נשמה איז געשטאַנען קודם ירידתה,
והלואי תהא יציאתו מהעולם כביאתו על כל פנים 35 .
ומצד דעם ווערט ביי אים אַ צמאון צו אלקות,
און דער צמאון רופט ביי אים אַרויס אַ ביטול פון קבלת עול,
וואָס דעמאָלט,
מצד דעם צמאון,
איז אויך דער קבלת עול מיט אַ סך געשמאַק און לעבעדיקייט.
- און דאָס איז אויך השותה מים לצמאו מברך שהכל נהי' בדברו - בשעת מען שטייט אין דער תנועה פון צמאון און קבלת עול,
הערט מען אין "הכל",
אין יעדער זאַך,
אויך אין עולם הזה הגשמי והחומרי,
ווי דאָס איז "נהי' בדברו",
ווי דער אַלטער רבי האָט אַמאָל געזאָגט אַז ער זעט נאָר דעם כוח הפועל בנפעל.
און דאָס קען מען הערן אויך בזמן הגלות –
אדרבה,
דער געשמאַק און די שמחה וואָס אין קבלת עול איז נאָך גרעסער ווי די שמחה מצד השגה.
וואָרום די שמחה מצד השגה איז בהגבלה כפי אופן ההשגה,
אָבער די שמחה מצד קבלת עול איז בלי גבול.
און דערפאַר זעט מען אויך אַז דער עיקר שמחה איז געווען ביי ניסוך המים דוקא,
און די שמחה איז געווען אויף אַזוי פיל,
ביז אַז מי שלא ראה שמחת בית השואבה לא ראה שמחה מימיו 36 .
כא.
און דאָס איז דער טעם וואָס ניסוך היין אין חובת הזבח און ניסוך המים חובת היום,
ווייל דער חילוק פון זבח מיט יום איז:
זבח איז אַן ענין פון עבודת האדם,
וואָס דער אדם ברענגט אַ קרבן.
דערפאַר זיינען אין זבח פאַראַן כמה וכמה חילוקי מדריגות,
ביז אַז נשים וכו' פטורות ממחצית השקל 37 ,
וואָס איז אויסגענוצט געוואָרן אויף קרבנות הצבור.
יום טוב איז אַן ענין וואָס עס קומט מלמעלה,
עס איז מיקדשא וקיימא.
- דער קביעות החודש איז טאַקע אָפּהענגיק אין בית דין,
אָבער נאָך דעם ווי בית דין האָט שוין קובע געווען ראש חודש,
איז בשעת עס קומט דער פופצנטער טאָג ווערט עס במילא סוכות.
- און דערפאַר איז אין דעם ניטאָ קיין חילוקי מדריגות,
אַלע זיינען אין דעם גלייך.
און דערפאַר איז יין - טעם ודעת - חובת הזבח,
און מים - קבלת עול - חובת היום,
ווייל עבודה שעל פי טעם ודעת איז לפי ערך האדם המשיג,
און עס זיינען דאָ אין דעם חילוקי מדריגות,
אַזוי ווי אין זבח.
אָבער עבודה מצד קבלת עול איז ניט לויט זיין ערך,
דאָ אין ניט נוגע דער מצב האדם,
ווייל ער רעכנט זיך ניט מיט זיין פאַרשטאַנד און געפיל,
צי ער פאַרשטייט יע צי ניט,
צי ער פילט יע צי ניט ער רעכנט זיך ניט לגמרי מיט זיך און ער איז מקבל אויף זיך עול מלכות שמים.
אין דעם איז ניטאָ קיין חילוקי מדריגות,
און דאָס איז גלייך צו יום טוב,
אַז עס איז ניט נוגע דער מעמד ומצב האדם,
נאָר תיכף משקידש היום ווערט עס קדוש.
כב.
און דאָס איז אויך דער ענין וואָס ניסוך היין האָט געדאַרפט זיין בייטאָג דוקא און ניסוך המים האָט געקענט זיין אויך ביינאַכט.
עבודה מצד השגה קען זיין נאָר בשעת אים איז ליכטיק אין זיין שכל,
ער פאַרשטייט און פילט,
דעמאָלט דוקא קען ער דינען דעם אויבערשטן מצד שכל.
אָבער די עבודה פון קבלת עול קען זיין אויך ביינאַכט,
ביי אים לייכט ניט,
פונדעסטוועגן רעכנט ער זיך ניט מיט קיין זאַך און ער איז מקבל אויף זיך עול מלכותו יתברך .
כג.
לויט דעם קומט אויס אַז ניסוך המים קומט פאַר ניסוך היין.
וואָרום ניסוך המים איז שייך באַלד פון דער ערשטער נאַכט סוכות און ניסוך היין הויבט זיך ערשט אָן אויף מאָרגן אינדערפרי.
דער ענין אין רוחניות:
קבלת עול אַליין איז ווייניק.
מען דאַרף זיך באַמיען אַז אויך דער שכל זאָל פאַרשטיין אַז מען דאַרף דינען דעם אויבערשטן.
וואָרום עס איז דאָך כל חלב להוי',
אַלע בעסטע זאַכן דאַרף מען אָפּגעבן צום אויבערשטן 38 ,
און וואו איז דאָ ביי דעם מענטשן אַ בעסערע און געשמאַקערע זאַך ווי שכל,
במילא דאַרף מען אויך דעם שכל משעבד זיין צו אלקות.
אָבער דאָס מיינט ניט אַז דער קיום המצוות זאָל זיין מצד און לויט שכל,
אדרבה,
דער יסוד העבודה איז קבלת עול דוקא.
און דורך דער הקדמה פון קבלת עול קען דעמאָלט זיין די השגה.
וואָרום עס איז דאָך אלמלא הקב"ה עוזרו אין יכול לו 39 ,
מוז מען דאָך אָנקומען צום עזר הקב"ה,
און נעמען דעם אויבערשטן קען מען דורך קבלת עול דוקא,
אָבער אָן קבלת עול האָט מען ניט דעם עזר הקב"ה במילא איז צוליב דעם יצר הרע האָט מען די השגה אויך ניט.
אַזוי ווי מיר געפינען בשעת מתן תורה,
אַז די התחלה איז געווען הקדמת נעשה לנשמע,
וואָס דאָס איז דאָך קבלת עול.
וואָרום וויבאַלד זיי האָבן נאָך לגמרי ניט געוואוסט וועגן וואָס עס האַנדלט זיך,
איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז זיי האָבן ניט געקענט האָבן אין דעם קיין טעם און געשמאַק,
נאָר זיי האָבן מקבל געווען די תורה מצד קבלת עול.
און אַזוי אויך בעבודה הפרטית של כל אחד ואחד,
שטייט דער לשון 46
; למה קדמה פרשת שמע לוהי' אם שמוע כדי שיקבל עליו עול מלכות שמים תחלה ואחר כך יקבל עליו עול מצוות.
איז דער דיוק הלשון עול דוקא,
אַ יאָך,
וואָס ער האָט ניט אין דעם קיין געשמאַק.
און ווי דער אַלטער רבי ברענגט אין תניא 41
בארוכה,
כהאי תורא דיהבין עלי' עול בקדמיתא כו',
ואי האי לא אשתכח גבי',
קען ער אַפילו די עבודה פון השגה אויך ניט האָבן.
דערמיט וועט מען פאַרשטיין וואָס רבא האָט געענטפערט דעם צדוקי אויף זיין טענה 42
: עמא פזיזא דקדמיתו פומייכו לאודנייכו.
האָט אים רבא געענטפערט,
תומת ישרים - דאָס מיינט די תמימות פון די אידן שהקדימו נעשה לנשמע - תנחם,
אַז סוף כל סוף קומט עס אַראָפּ אויך אין השגה,
וסלף בוגדים -
בשעת מען וויל גיין על פי שכל דוקא - תשדם,
אַז סוף כל סוף פאַרלירט מען אויך די השגה.
דער יסוד העבודה איז קבלת עול,
אָבער,
ווי געזאָגט פריער,
דאַרף מען אויך דעם שכל משעבד זיין צו אלקות,
נאָר די עבודה פון השגה קען קומען נאָך דער הקדמה פון קבלת עול דוקא כנ"ל.
דערפאַר איז דער דין אַז די ערשטע זאַך איז ניסוך המים,
דאָס איז דער אָנהויב באַלד משקידש היום.
און דערנאָך קען מען,
און דאַרף מען,
צוגיין צו דער עבודה פון השגה,
ניסוך היין.
כד.
דער רמב"ם זאָגט אין פירוש המשניות 43
אַ טעם אויף דער משנה בכל מערבין חוץ מן המים,
ווייל אויף אַן עירוב דאַרף מען האָבן אַ דבר המזין און מים איז ניט מזין,
עס איז מער ניט וואָס עס פירט פאַנאַנדער דעם עסן אין אַלע טיילן פון קערפער.
אַזוי אויך קבלת עול וואָס איז געגליכן צו מים,
איז אין איר אַליין ניטאָ קיין געשמאַק,
עס איז ניט קיין דבר המזין,
אָבער דורך דעם קומט צו אויך אין השגה כנ"ל.
כה.
אַזוי ווי עצם קבלת עול גיט צו אויך אין השגה,
אַזוי אויך די שמחה שמצד קבלת עול גיט אַריין אַ תוספת שמחה אין השגה.
דערפאַר איז די שמחה געווען די גאַנצע צייט פון סוכות,
ווי עס שטייט דער לשון אין גמרא 44 ,
שלא טעמנו טעם שינה.
אויך אין דער צייט פון ניסוך היין.
בשעת השינה איז דער אדם ווי אַ בהמה.
די עבודה פון קבלת עול אָבער פאַרטרייבט די שינה,
אויך אויף דער צייט פון ניסוך היין,
אויף די גאַנצע זיבן טעג פון סוכות,
און דורך זיי אויך אויף די ז' ימי השבוע שבכל משך השנה 45
אַז אין אַלערליי זמנים און אַלערליי אופנים זאָל ניט זיין קיין שינה און עס זאָל זיין דער עבדת את הוי' אלקיך בשמחה ובטוב לבב מרוב כל .
כו.
דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס עס שטייט אין גמרא 46
אַז מען פלעגט זאָגן דעם כהן המנסך את המים,
הגבה ידך.
ווייל עס איז איינמאָל געווען אַ מעשה מיט אַ צדוקי שניסך על גבי רגליו - די צדוקים זיינען ניט מודה אין ניסוך המים,
ווי דער רמב"ם איז מבאר דער טעם 47 ,
ווייל ניסוך המים שטייט ניט בפירוש אין דער תורה.
עס איז ניט מער ווי אַ רמז וואָס דערפון האָבן די רז"ל אַרויסגעלערנט די מצוה פון ניסוך המים,
און די צדוקים האָבן ניט מודה געווען אין תורה שבעל פה - ורגמוהו כל העם באתרוגיהם.
איז פון דעמאָלט אָן האָט מען איינגעפירט מען זאָל זאָגן דעם מנסך: הגבה ידך,
בכדי ער זאָל אַריינגיסן די מים אין ספל.
אין פלוג זיינען אין דעם עטלעכע ענינים ניט פאַרשטאַנדיק: א)
וויבאַלד אַז די צדוקים זיינען ניט מודה אין ניסוך המים האָט ער אינגאַנצן ניט געדאַרפט מנסך זיין,
פאַרוואָס ניסך על גבי רגליו?
ב)
פאַרוואָס רגמוהו כל העם,
אויף אַ שינוי אין עבודה קומט אָדער מיתה בידי שמים אָדער עס איז שייך צו קנאים,
ווי דער דין פון קנאים פוגעין בו,
איז פאַרוואָס רגמוהו כל העם?
ג)
וואָס איז דער דיוק באתרוגיהם דוקא?
אָבער לויט דעם אויבן־געזאָגטן וועגן דעם ענין פון ניסוך המים וועלן ווערן פאַרענטפערט אַלע דיוקים.
כז.
די שיטה פון די צדוקים איז געווען אַז מען דאַרף נעמען תורה על פי שכל.
דערפאַר האָבן זיי ניט מודה געווען אין מסורת חז"ל.
דער אמת איז דאָך אַז משה קבל תורה מסיני ומסרה ליהושע וכו' ביז אַז יעדער הלכה וואָס איז אָפּגע'פסק'נט אין שולחן ערוך און אַנדערע ספרים וואָס זיינען אָנגענומען ביי אידן,
איז אין להרהר אחריהם.
מען דאַרף זיך טאַקע משתדל זיין אויף צו פאַרשטיין אויף וויפל עס איז מעגלעך,
אָבער אויך דאָס וואָס מען פאַרשטייט ניט דאַרף מען טאָן אַזוי ווי עס שטייט.
אָבער די צדוקים האָבן גע'טענה'ט אַז וויבאַלד תורה לא בשמים היא,
קען יעדער איינער נעמען תורה לפי שכלו.
דערפאַר איז אויף ניסוך היין,
וואָס זיין ענין אין הבנה והשגה,
האָבן זיי מסכים געװען,
אָבער אויף ניסוך המים,
וואָס זיין ענין איז קבלת עול האָבן זיי מנגד געווען.
נשים ועמי הארץ,
אויך בעלי עסקים וואָס זייער שכל איז טרוד אין עסק און ניט אין תורה,
מוזן זיך טאַקע פירן לויט די הוראות וועלכע מען גיט זיי אַרויס.
אָבער די וועלכע עס גיבן אַרויס די הוראות,
זיי ליגן דאָך אין תורה,
איז זיי - לשיטת הצדוקים - דאַרפן ניט זיין בטל צו מסורת חכמים,
וואָרום זיי אַליין ליגן דאָך אויך אין תורה,
ויפתח בדורו כשמואל בדורו 48 ,
ושקל הכתוב שלשה קלי עולם כנגד שלשה חמורי עולם,
ותורה לא בשמים היא.
און דאָס איז וואָס דער צדוקי נסך על גבי רגליו: ער אַליין,
וויבאַלד ער איז אַ כהן אין מקדש ומשרת את ה' 49 ,
דאַרף ער ניט אָנקומען צו קבלת עול,
אָבער נסך על גבי רגליו ,
אַז פון אים זאָלן אַרויסקומען הוראות בדרך קבלת עול צו די שש מאות אלף רגלי העם.
- אַזוי איז פאַראַן דער ענין אויך בנוגע צו זיך אַליין,
אַז די ענינים פון רגלים זאָלן זיין בקבלת עול,
אָבער די ענינים פון מוח ולב זאָלן זיין מצד ההרגש און ניט מצד קבלת עול -
כח.
און דאָס איז אויך וואָס רגמוהו כל העם,
ניט די כהנים נאָר דער פּשוט'ער עם דוקא,
וואָרום די בעלי השגה,
הגם אַז דער יסוד פון זייער עבודה אין קבלת עול,
פונדעסטוועגן איז מצד דעם וואָס זיי האָבן שכל,
איז בשעת עס קומט איינער און טענה'ט אַז מען דאַרף ניט קיין קבלת עול און עס איז גענוג שכל,
איז שווער צו ענטפערן אויף דעם,
וואָרום ביי זיי הערט זיך ניט אָן אויף אַזוי פיל אַז שכל אַליין איז ווייניק.
אָבער דער פשוט'ער עם דוקא,
בשעת זיי האָבן געהערט אַזאַ טענה אַז מען דאַרף ניט אָנקומען צו קבלת עול,
האָבן זיי באַלד מרגיש געווען אַז עס איז היפך רצון העליון.
ועל דרך ווי עס ווערט דערקלערט אין אַן אַנדער אָרט 50
אַז בזמן הגלות איז מאיר דער כוח המסירת נפש מערער ווי בזמן הבית,
ווייל מצד דעם גילוי אלקות וואָס עס איז געווען בזמן הבית,
אם בחוקותי תלכו ונתתי גשמיכם וגו',
האָט מען ניט געדאַרפט אָנקומען אַזוי פיל צו מסירת נפש - איז אַזוי אויך בזמן הבית און בזמן הגלות גופא,
איז ביי אנשים פשוטים מאיר מערער דער כוח פון מסירת נפש ווי ביי בעלי שכל.
כט.
דער דיוק פון באתרוגיהם איז:
אין די ד' מינים אתרוג לולב הדס וערבה,
איז אין אתרוג די העכסטע מעלה,
וואָרום אתרוג יש בו טעם ויש בו ריח.
אין כחות הנפש איז דאָס שכל,
וואָס כוח השכל איז דער העכסטער כוח.
און דאָס מיינט ורגמוהו כל העם באתרוגיהם,
אַז מיט וואָס האָבן זיי געענטפערט דעם צדוקי - באתרוגיהם,
אויך מיט זייער שכל ותענוג האָבן זיי פאַרשטאַנען,
און געענטפערט דעם צדוקי אַז זיין שיטה איז היפך רצון העליון.
ווייל ביי אַ קבלת־עול'ניק איז אויך זיין שכל ותענוג לויט דעם קבלת עול.
כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט דערציילט,
אַז אין ליובאַוויטש איז געווען אַמאָל אַ שריפה,
איז איינער אַנטלאָפן פון דער שריפה און אַריינגעלאָפן אין זייער אַן ענגען אָרט,
וואָס ער האָט פון דאָרטן ניט געקענט דערנאָך אַרויסגיין.
לכאורה,
וויבאַלד אַז דער אָרט איז געווען קליין,
וואָס דערפאַר האָט ער פון דאָרטן ניט געקענט אַרויסגיין,
היינט ווי אַזוי איז ער לכתחילה אַריין אַהין?
עס איז דאָך כבולעו כך פולטו.
נאָר דער ענין איז,
אַז פריער איז מצד דעם גודל התשוקה צו לעבן,
האָט עס גע'פועל'ט אַ כיווץ אין בשר הגוף.
היינט מה־דאָך אַז רצון קען פּועל'ן אויפן גוף,
מכל שכן אַז רצון קען פועל'ן אויף שכל.
אַזוי ווי מיר געפינען אויך לגבי שוחד,
אַז מצד רצון ווערט אַ נטי' אויך אין שכל.
ל.
דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס עס שטייט אין גמרא 51 ,
ואותו היום נפגמה קרן המזבח והביאו בול של מלח וסתמוהו.
דער ענין פון מזבח איז וואָס אויף אים האָט מען מקריב געווען דעם חלב ודם פון די קרבנות,
ד.
ה.
דעם מובחר.
עס איז דאָך באַוואוסט אַז בשעת הקרבת הקרבן האָט מען געדאַרפט טראַכטן אַז אַלע ענינים וואָס מען טוט מיט דער בהמה האָט מען געדאַרפט טאָן מיט דעם מענטשן.
איז פאַרשטאַנדיק לויט דעם,
אַז דער ענין המזבח בעבודה בנפש האדם איז דער שעבוד כחותיו הנעלים,
אַזוי ווי שכל,
צו אלקות.
אַזוי ווי אַ סכין אויף שחיטה וואָס איז מכשיר דאָס פלייש צום עסן,
טאָר אין אים ניט זיין קיין פגימה,
אַזוי אויך אַ מזבח וואָס מען איז אויף אים מעלה אַפילו די ענינים נעלים טאָרן אין אים ניט זיין קיין פגימות און מען לערנט עס אָפּ איינע פון די אַנדערע 52 ,
און אויב עס איז דאָ אַ פּגימה,
איז דאָס אַ חסרון אין מזבח,
ובמילא אויך אין די קרבנות.
און דאָס איז געווען דער ענטפער צום צדוקי,
וואָס האָט גע'טענה'ט אַז מען דאַרף ניט קיין קבלת עול און עס איז גענוג השגה,
האָט מען אים באַוויזן אַ פגם אין מזבח - אַ פגם אין קבלת עול - וואָס מצד דעם איז אַ חסרון אין די קרבנות - השגה.
לא.
מיט וואָס האָט מען מתקן געווען דעם פגם אין מזבח,
מיט מלח.
וענינו ברוחניות:
אין דער משנה בכל מערבין חוץ מן המים,
וואָס מען האָט דערמאָנט פריער 53 .
שטייט אויך חוץ מן המלח.
און דער טעם אויף דעם איז דער זעלבער וואָס אויף מים,
ווייל מלח איז ניט מזין.
אין עבודה איז דאָס לימוד פנימיות התורה באמונת חכמים,
כאָטש ער פאַרשטייט דאָס ניט אַזוי ווי מען קען און מען מוז פאַרשטיין נגלה,
כידוע 54
בענין קב חומטין וארץ מליחה,
אַז דוקא דאָס גיט אַ כוח אין אַלע זעקס סדרים,
און דאָס איז מתקן און העלפט עס זאָלן אַראָפּגיין די העלמות והסתרים פון שכל וועלכע פאַרשטעלן אויפן אמת,
און עס זאָל זיין אַ שנה טובה ומבורכת אין תורה ומצוות,
וואָס בדרך ממילא וועט זיין ונתתי גשמיכם בעתם.
(משיחת שמחת ביה"ש,
תשט"ו)
לב.
אויף יום טוב שטייט,
ושמחת בחגך,
וואָס די שמחה דאַרף זיין ניט נאָר אין רוחניות נאָר זי דאַרף דערנעמען אויך דעם לב הגשמי,
אַז אין בשר לב הגשמי זאָל זיך פילן שמחה.
וואָס דערפאַר איז אין שמחה אלא בבשר ואין שמחה אלא ביין 55 ,
דברים גשמיים,
ווייל די שמחה דאַרף זיך פילן אויך בגשמיות.
בזמן הבית איז געווען דער עיקר השמחה דורך בשר,
דורך דעם בשר השלמים; היינט,
בזמן הגלות,
וואָס די דאָזיקע שמחה האָט זיך געפעלט,
האָט זיך די שמחה איבערגעטראָגן אויף יין.
אין דעם אַלטן רבי'נס שולחן ערוך הלכות יום טוב 56
איז משמע,
אַז בזמן הזה איז דער אין שמחה אלא ביין אַ דאורייתא,
וואָרום עס איז ניטאָ דער בשר השלמים.
ד.
ה.
נוסף אויף דעם חיוב פון קידוש,
וואָס דאָס איז דאָך דאָ אויך בשבת וראש השנה - איז פאַראַן דער חיוב פון טרינקען וויין,
ווייל בזמן הזה איז דער ושמחת בחגך דורך יין דוקא,
און אפילו בחול המועד.
(משיחת ב' דחה"ס,
תשט"ז)