B"H
🏡

Ikar

השבוע א

א.

די היינטיקע פרשת השבוע הויבט זיך אן מיט די ווערטער: האזינו השמים ואדברה ותשמע הארץ אמרי פי.

דער טעם וואס משה רבנו האט עס געזאגט צו שמים וארץ איז,

ווייל שמים וארץ זיינען משועבד צו אידן.

בשעת אידן טוען וואס דער אויבערשטער וויל,

דאן טוען שמים וארץ דאס וואס אידן ווילן.

דער אויבערשטער זאל געבן,

אז איצט,

די צייט פון קבלה טובה על להבא,

זאל מספיק זיין די החלטה טובה,

במילא זאלן שמים וארץ טאן אלץ וואס אידן ווילן בנפשם האלקית,

און אז דער אויבערשטער וועט געבן אידן גשמיות וועלן דעמאלט אידן ווייזן וואס זיי קענען,

דאס הייסט אז זיי וועלן מאכן פון גשמיות רוחניות,

און דאס זאל זיין מתוך מרחב ומתוך שמחה.

(משיחת יום ב׳ דר״ה,

תשט״ז)

ב.

דעם לשון האזינו השמים ואדברה ותשמע הארץ אמרי פי,

געפינט מען אויך ביי ישעי׳ הנביא אבער אין אן אופן הפוך,

שמעו שמים והאזיני ארץ 1 ).

זאגן אויף דעם די מפרשים 2 ),

ווייל שמיעה איז מרחוק און האזנה איז מקרוב 3 ).

משה רבנו איז געווען נענטער צו שמים ווי צו ארץ,

דערפאר האט ער געזאגט האזינו השמים ותשמע הארץ,

און ישעי׳ וואס איז געווען נענטער צו ארץ האט ער געזאגט שמעו שמים והאזיני ארץ.

ג.

משה רבנו איז געווען א נשמה דאצילות,

ד.

ה.

אז אויך זייענדיק דא למטה איז ער געווען במדריגת האצילות.

ווי עס ווערט דערקלערט אין רמב״ם 4 )

בענין מעלת נבואת משה על נבואת שארי הנביאים,

אז ביי אלע נביאים האט בשעת נבואתם געדארפט זיין התפשטות הגשמיות,

ווייל זייער גוף הגשמי האט מבלבל געווען צו דער נבואה

(וואס דאס איז א גילוי פון אצילות),

אבער ביי משה׳ן האט ניט געדארפט זיין קיין התפשטות הגשמיות,

ווייל זיין גוף הגשמי איז ניט נאר וואס ער האט ניט מבלבל געווען צו אלקות,

נאר נאך מערער,

ער איז געווען א כלי צו אלקות,

ווייל שכינה מדברת מתוך גרונו 5 ).

און דאס איז אויך דער טעם ההפרש פון אלע נביאים ביז משה רבנו,

אז כל הנביאים נתנבאו ב״כה״ — בי״ע,

און משה נתנבא ב״זה״ — אצילות 6 ).

דערפאר בשעת משה רבנו האט גערעדט וועגן שמים

(אצילות),

האט ער געזאגט האזינו,

לשון קירוב.

און בשעת ער האט גערעדט וועגן ארץ,

וואס דאס איז בי״ע בכלל און עולם הזה בפרט,

האט ער געזאגט ותשמע לשון ריחוק.

אבער ישעי׳,

וואס זיין נבואה איז געווען בכלל נבואת שארי הנביאים,

— הגם ער האט געזען די מרכבה,

אבער דאס איז מער ניט ווי מרכבה דבריאה,

— האט ער אויף שמים

(אצילות)

געזאגט שמעו,

לשון ריחוק,

און אויף ארץ — האזיני,

לשון קירוב.

ד.

לויט דעם איז אבער ניט פארשטאנדיק: צו וואס האט משה רבנו געדארפט בכלל ריידן וועגן בי״ע,

און ישעי׳ הנביא וועגן אצילות?

ביי א נשמה דאצילות איז דאך אלץ וואס זי זעט — אצילות.

ווארום אצילות איז ניט ערגעץ וואו,

אצילות איז דאך דא למטה,

ווי עס ווערט דערקלערט אין לקוטי תורה 7 ),

אז רוחניות איז ניט בגדר מקום.

האט דאך משה רבנו געדארפט ריידן נאר וועגן אצילות?

אזוי אויך ישעי׳,

וואס האט געזען מרכבה דבי״ע,

צוליב וואס האט ער גערעדט וועגן שמים?

נאר דער ענין איז:

אזוי ווי על פי נגלה איז מען מבאר דעם טעם פון די לשונות הפוכות שבמשה וישעי׳,

ווייל שמים וארץ זיינען צוויי עדות 8 ),

און אזוי ווי ביי עדות דארף זיין עדותם מכוונת,

אז ביידע עדים זאלן זאגן איין זאך,

דערפאר האבן משה און ישעי׳ געזאגט לשונות הפוכות,

בכדי אז צוזאמען זאלן ביי ביידע עדות — שמים וארץ — זיין ביידע לשונות,

האזנה און שמיעה.

אזוי אריך אין רוחניות,

מען דארף אויסגלייכן אצילות מיט בי״ע

(עדותם מכוונת)

; אצילות זאל נמשך ווערן אין בי״ע,

און,

בי״ע זאל עולה זיין אין אצילות.

דערפאר האט משה גערעדט אויך וועגן בי״ע,

כדי ממשיך זיין אצילות אין בי״ע; און ישעי׳ האט גערעדט אויך וועגן אצילות,

כדי מעלה זיין בי״ע אין אצילות.

ווארום משה ענינו המשכה מלמעלה למטה,

און דאס איז דער ענין וואס משה האט ממשיך געווען תורה למטה.

און ישעי׳ הנביא ענינו העלאה מלמטה למעלה,

ווארום א נביא איז דאך געווען א מוכיח,

און דער ענין פון הוכחה איז צו פועל׳ן אין נבראים די עלי׳ מלמטה למעלה.

דערפאר האבן ביידע גערעדט וועגן ביידע ענינים,

בכדי צו פועל׳ן די התכללות פון מעלה מיט מטה.

ה.

די הוראה פון דעם אין עבודה איז:

שמים איז יושבי אהל און ארץ איז בעלי עסק.

דארף זיין די התכללות פון ביידע ענינים.

יושבי אהל דארפן וויסן אז כל האומר אין לו אלא תורה אפילו תורה אין לו 9 ),

נאר עס דארף זיין אויך קיום המצוות,

ווארום דער לימוד דארף זיין על מנת לעשות דוקא,

תלמוד גדול שהתלמוד מביא לידי מעשה 10 ).

און בעלי עסק,

וואס זייער עיקר עבודה איז בקיום המצוות,

דארפן זיי וויסן אז מען מוז האבן א קביעות עתים לתורה יעדן טאג,

על כל פנים פרק אחד שחרית ופרק אחד ערבית 11 ).

דער אונטערשייד איז נאר,

וואס ס׳איז עיקר ענינם,

אז אין דעם קו דארף מען מער מהדר זיין,

אבער ביי ביידן דארפן זיין ביידע קוין 12 ).

און אזוי איז אויך בענק עובדי הוי׳ בנשמתם ועובדי הוי׳ בגופם: עובדי הוי׳ בנשמתם,

כאטש עיקר עבודתם איז מצד הנשמה,

דארפן זיי זיך אפגעבן אויך מיט גוף — המשכה למטה; און עובדי הוי׳ בגופם דארפן זיי זיך אפגעבן אויך מיט הערן און דערהערן דעם אור הנשמה — העלאה למעלה.

און אזוי אויך אין יעדער מצוה בפרט,

דארף זיין די מעשה המצוה מיט דער כוונת המצוה,

ווארום מצות בלא כוונה כגוף בלא נשמה 13 ).

(משיחת ש"פ האזינו,

תשח״י)

Reader controls and commentary are loading.