B"H
🏡

Ikar

עמוד 407

א.

אין היינטיקער סדרה שטייט,

לקח את ספר התורה הזה ושמתם אתו מצד ארון ברית ה׳ אלקיכם 1 ).

אין גמרא 2 )

זיינען פאראן צוויי דיעות וועגן דעם.

איין דיעה איז,

אז די ספר תורה איז געלעגן אין ארון צוזאמען מיט די לוחות,

און א צווייטע דיעה איז,

אז זי איז געלעגן בצד הארון.

אבער לויט ביידע דיעות איז די ספר תורה געווען אין קדשי קדשים.

דאס הייסט,

אז אין קדשי קדשים זיינען געלעגן סיי די לוחות — אותיות החקיקה,

און סיי די ספר תורה — אותיות הכתיבה.

דארף מען פארשטיין די שייכות פון ספר תורה — אותיות הכתיבה — צו קדשי קדשים.

די שייכות פון די לוחות — אותיות החקיקה — צו קדשי קדשים איז פארשטאנדיק,

ווייל אין קדשי קדשים איז דאך דער מקום הארון אינו מן המדה,

ד.

ה.

אז כאטש עס איז געווען א מקום מוגבל,

אמתים וחצי ארכו וגו׳,

איז אבער דער מקום אליין געווען למעלה מן המקום.

— און אזוי איז אויך דער זמן פון קדשי קדשים געווען למעלה מהזמן,

ווארום זמן מיט מקום זיינען פארבונדן —

און אזוי איז אויך דער ענין פון אותיות החקיקה.

הגם זיי זיינען א מציאות פון אותיות,

מיטן שיעור ומדה וואס אותיות דארפן האבן,

פונדעסטוועגן האבן זיי אין די לוחות ניט מוסיף געווען — וואס דאס איז דאך דער חילוק פון אותיות הכתיבה ביז אותיות החקיקה,

אז אותיות הכתיבה איז א דבר נוסף — דיו — אויפן קלף,

אבער אותיות החקיקה זיינען מיני׳ ובי׳,

ובפרט די אותיות מ״ם וסמ״ך שבלוחות — שבנס היו עומדין 3 ).

במילא איז פארשטאנדיק די שייכות פון אותיות החקיקה צו קדשי קדשים,

אבער וואס איז די שייכות פון אותיות הכתיבה צו קדשי קדשים?

ב.

דער תכלית פון קדשי קדשים איז,

אז זיין ענין — זמן ומקום למעלה מזמן ומקום — זאל לייכטן אויך מחוץ לקדשי קדשים,

אין עזרת כהנים,

עזרת ישראל,

עזרת נשים,

הר הבית און אויך מחוץ להר הבית,

ביז אז אויך אומות העולם - דארטן וואו זיי געפינען זיך,

ניט נאר ווען זיי קומען אין בית המקדש - זאלן וויסן אז זמן ומקום איז למעלה מזמן ומקום,

וואס מצד דעם איז ועמדו זרים ורעו צאנכם.

און דערפאר זיינען אויך אותיות הכתיבה געלעגן אין קדשי קדשים,

דאס איז דער ממוצע אז דער אור פון קדשי קדשים זאל נמשך ווערן אויך אין מציאות וישות שבחוץ.

ג.

עס ווערט דערקלערט אין חסידות דער אויפטו פון עבודת ראש השנה אויף דער עבודה פון א גאנץ יאר,

אז א גאנץ יאר איז דער עיקר עבודה על פי טעם ודעת,

און אויך די מסירת נפש פון א גאנץ יאר האט עפעס א שייכות.

צו טעם ודעת,

אבער די עבודה פון ראש השנה איז ביטול וואס איז אינגאנצן העכער פון טעם ודעת.

דארף מען וויסן,

אז כאטש א גאנץ יאר מאנט מען ניט די תנועה פון ביטול למעלה מטעם ודעת,

פונדעסטוועגן איז אויך א גאנץ יאר בשעת ער שטייט אין זיין מציאות,

דארף זיין ביי אים די עבודה אזוי ווי עס מאנט זיך מצד דעם ביטול פון ראש השנה — דוגמת המשכת קדשי קדשים גם באותיות הכתיבה,

ביז אויך בחוץ.

און דורך דעם פועל׳ט מען אז אויך די המשכות וועלכע עס ווערן נמשך ראש השנה,

קומען אראפ א גאנץ יאר,

אין מציאות,

אויך אין גשמיות,

בכל המצטרך.

ד.

די הכנה צו דעם איז — אתם נצבים היום

(יומא דדינא רבא)

כולכם גו׳ ראשיכם שבטיכם גו׳ מחוטב עציך ועד שאב מימיך.

כאטש אז ער איז אפשר פון ראשיכם שבטיכם,

פארבינדט ער זיך מיט א צווייטן אידן ביז דעם סוג פון חוטב עציך ושואב מימיך,

און ער ווערט מיט אים "כולכם",

אלע צוזאמען,

די זעלבע זאך 4 ).

איז דאס וואס ער מאכט ניט קיין חילוקים פון ראשיכם שבטיכם ביז חוטב עציך ושואב מימיך,

גיט אים כוח אויף ניט מאכן קיין חילוק פון דער עבודה פון ראש השנה ביז א גאנץ יאר,

אז אויך א גאנץ יאר לייכט ביי אים דער ביטול פון ראש השנה.

און דורך דעם פועל׳ט ער אז אויך די המשכה שמלמעלה,

הערט זיך אן אומעטום,

ביז אז ועמדו זרים ורעו צאנכם.

ווייל דורך דעם וואס ער פועל׳ט דעם ביטול פון ראש השנה אין דעם זר וואס ביי אים,

וואס דאס איז דער גוף ונפש הבהמית,

און אויך ביי דעם זר וואס אין א צווייטן אידן,

דורך דעם פועל׳ט ער אויך אין די אומות העולם,

וואס זיי זיינען די אמת׳ע זרים,

אז זיי זאלן דערהערן די מעלה פון אידן,

און ורעו צאנכם.

און דורך דעם איז מען זוכה,

אז די המשכה וואס איז נמשך געווארן ראש השנה,

זאל אראפקומען בכל השנה אויך אין גשמיות,

בכל המצטרך לו,

בטוב הנראה והנגלה.

מען איז זוכה צו א כתיבה וחתימה טובה בתוך כלל ישראל,

לשנה טובה ומתוקה בטוב הנראה והנגלה.

(משיחת ש״פ נצו״י,

תשי״ב)

ה.

אידן האפן,

אז ראש השנה האט זיי דער אויבערשטער געוויס געגעבן א גוטן יאר און א זיסן יאר,

זיי מיט זייערע בני בית,

אין אלע פרטים,

בני חיי ומזוני רויחי,

בטוב הנראה והנגלה.

אבער צו גוט איז דאך קיק שיעור ניטא.

אויף דעם האט דער אויבערשטער געגעבן די טעג וואס צווישן ראש השנה און יום כיפור — עשרת ימי תשובה — וואס דורך דער עבודה אין די טעג,

קען מען פועל׳ן,

אז יום כיפור זאל דער אויבערשטער געבן מערער און נאך מערער,

מידו המלאה והרחבה,

אזוי ווי דער אויבערשטער קען.

וואס איז די עבודה וועלכע עס פאדערט זיך אין די טעג?

— זאגן מיר אין מחזור,

אז דאס איז — תשובה,

תפלה וצדקה,

וואס דורך די דריי זאכן פועל׳ט מען ביי דעם אויבערשטן ער זאל געבן מידו המלאה והרחבה.

ו.

די דריי זאכן זיינען,

ווען געקוקט אויבערפלעכלעך,

פאראן אויך ביי ניט אידן,

להבדיל.

אויך ביי ניט אידן איז פאראן "רעפענטענס,

פרייער און טשאריטי".

אבער באמת איז א גרויטער און א קארדינאלער אונטערשייד,

אין די דריי זאכן,

ווי זיי זיינען ביי אידן ביז להבדיל ביי ניט אידן.

און דער אונטערשייד דריקט זיך אויס אויך אין די ווערמער אליין פון תשובה,

תפלה און צדקה.

ז.

תשובה:

די גענויע איבערזעצוע פון "רעפענטענס"— אויף לשון הקודש איז — חרטה.

אבער ביי אידן הייסט עס ניט מיטן נאמען חרטה,

נאר מיטן נאמען תשובה.

דער אונטערשייד פון חרטה ביז תשובה איז א הפכית׳דיקער:

חרטה אונטערשטרייכט — א נייע זאך.

אים פארדריסט אויף דעם וואס ער האט געטאן ניט קיין גוטע זאך אדער ניט דערטאן א גוטע זאך,

און ער וויל פירן זיך אויף א נייעם וועג.

תשובה אונטערשטרייכט — אומקערן זיך.

א איד איז בעצם גוט און ער וויל טאן גוטס,

עס איז מער ניט וואס איבער פארשידענע סיבות,

אין וועלכע ער איז אינגאנצן ניט שולדיק אדער א ביטל שולדיק,

האט ער געטאן ניט קיין גוטע זאך.

אבער בעצם איז ער דאך גוט.

און דאס איז דער זין פון תשובה,

אז ער קערט זיך אום צו זיין שרש ומקור,

צו זיין אינעווייניקסטן איך,

און ער אנטפלעקט זיק אינעווייניקסטן איך,

אז דאס זאל ביי אים זיין דער בעל־הבית אין זיין לעבן.

דערפאר איז פאראן תשובה ביי אלעמען 5 ),

אויך ביי א צדיק איז שייך תשובה.

דאס מיינט,

אז כסדר שטרעבט ער אויף צוקומען צו זיק אינעווייניקסטן איך און אנטפלעקן אים.

און אויך ביי א רשע איז שייך תשובה,

ווארום ווי געפאלן ער זאל ניט זיין,

האט ער אלעמאל די מעגלעכקייט תשובה טאן,

וויבאלד ער דארף ניט אויפטאן קיק נייע זאך,

ער דארף זיך נאר אומקערן צו זיק אינעווייניקסטן איך.

ח.

תפלה:

די גענויע איבערזעצונג פון "פרייער״ — אויף לשון הקודש איז — בקשה.

אבער ביי אידן הייסט עס ניט מיטן נאמען בקשה נאר מיטן נאמען תפלה.

דער אונטערשייד פון בקשה ביז תפלה איז אויך א הפכית׳דיקער:

בקשה מיינט בעטן און תפלה מיינט באהעפטן זיך.

בקשה אונטערשטרייכט — בעטן.

מען בעט ביי דעם אויבערשטן ער זאל געבן — מלמעלה למטה — דאס וואס עס פעלט.

בשעת עס פעלט ניט אדער עס איז ניטא קיין רצון אויף א זאך,

איז ניט שייך קיין בקשה.

תפלה אונטערשטרייכט — באהעפטן זיך 6 )

מיטן אויבערשטן,

מלמטה למעלה.

דאס איז שייך ביי אלעמען און אלעמאל.

יעדער איד האט א נשמה וואס זי איז פארבונדן מיטן אויבערשטן.

אבער מצד דעם וואס די נשמה איז אראפ אין גוף און פארבונדן מיט אים,

מוז די נשמה פארבינדן זיך מיט גופניות׳דיקע ענינים,

אזוי ווי עסן,

טרינקען א.

ד.

גל.

וואס אין דער צייט ווערט אפגעשוואכט איר פארבונד מיטן אויבערשטן.

און אויף דעם זיינען פאראן געוויסע צייטן אין טאג אויף תפלה,

בכדי צו באנייען דעם פארבונד מיטן אויבערשטן,

און פארשטארקן אים.

דערפאר איז אויך ביי די וועלכע עס פעלט זיי גארנישט,

פאראן — און מיט דער גאנצער שטארקייט — די זאך פון תפלה,

ווייל תפלה איז ניט נאר געבעט און בקשה נאר דער עיקר — דער אפפריש פון דעם פארבונד און דבקות פון אים מיטן אויבערשטן.

ט.

צדקה:

די גענויע איבערזעצונג פון "טשאריטי״— אויף לשון קודש איז — חסד.

אבער ביי אידן הייסט עס ניט מיטן נאמען חסד נאר מיטן נאמען צדקה.

דער אונטערשייד פון חסד ביז צדקה איז אויך א הפכית׳דיקער:

חסד אונטערשטרייכט אז ער איז א גוטער מענטש.

ד.

ה.

— יענעם קומט ניט און ער איז ניט מחויב אים צו געבן,

נאר מצד גוטסקייט גיט ער.

דאקעגן צדקה אונטערשטרייכט גערעכטיקייט.

און דאס איז אין צוויי אופנים:

א)

ער איז מחויב צו געבן יענעם.

ער ווייס אז ער גיט ניט זיינע; דער אויבערשטער האט אים דאס געגעבן בפקדון בכדי ער זאל עס געבן יענעם.

ב)

אזוי ווי ער מוז דאך אנקומען אז דער אויבערשטער זאל אים געבן,

וואס דער אויבערשטער איז אים געוויס ניט שולדיק,

דארף ער און איז מחויב טאן מדה כנגד מדה,

געבן יענעם,

כאטש ער איז אים ניט שולדיק.

דערמיט איז ער מעורר אויך למעלה,

אז דער אויבערשטער זאל אים געבן מערער וויפל ער איז ווערט,

ווארום ער האט געגעבן איבער זיינע כחות.

ובפרט צדקה וואס איז שייך צו רבים,

וביחוד צדקה אויף מוסדות תורה,

וואס יעדער איינער פון די וואס דערציען זיך אין די מוסדות איז א צוקונפטיקער יסוד אויף א בנין בית בישראל,

א צוקונפטיקער וועג־ווייזער אין זיין סביבה,

איז אז מען גיט צדקה אויף אזעלכע מוסדות תורה,

קען מען קומען צום אויבערשטן און זאגן,

איך האב געגעבן מערער פון מיינע כחות אויף דיינע עסקים,

כביכול,

גיב דו מער ווי עס קומט,

אויף מיינע זאכן.

י.

דאס זיינען די דריי זאכן פון תשובה,

תפלה און צדקה,

דורך וועלכע מען פועל׳ט עס זאל זיין א חתימה און גמר חתימה טובה.

בשעת מען קערט זיך אום צום אינעווייניקסטן איך — תשובה,

— מען באהעפט זיך מיטן אויבערשטן — תפלה,

— און מען גיט צדקה מיט גערעכטיקייט,

דאן איז וויפל גוטס דער אויבערשטער האט געגעבן ראש השנה,

גיט ער יום כיפור נאך מערער,

א שנה טובה ומתוקה בטוב הנראה והנגלה.

(משיחת ו׳ תשרי,

תשי״ג)

יא.

אין דעם חשבון פון "עשרת ימי תשובה" גייען אריין אויך ביידע טעג ראש השנה מיט יום כיפור.

ווארום די טעג וואס צווישן ראש השנה און יום כיפור זיינען דאך מער ניט ווי זיבן טעג,

איז דאך דערפון מובן,

אז עשרת ימי תשובה,

איז כולל אויך ראש השנה ויום הכיפורים.

דערפון וואס אלע צען טעג ווערן אנגערופן מיט איין נאמען — עשרת ימי תשובה — איז א ראי׳ אז די אלע טעג זיינען איין מציאות,

וואס דער אנהויב פון דעם איז ראש השנה און דער סוף איז יום כיפור.

פון דעם איז פארשטאנדיק אז פון דער ערשטער מינוט פון ראש השנה הויבט זיך שוין אן די הכנה צו יום כיפור.

מצות היום פון ראש השנה איז שופר 7 ).

די נקודה פון יום כיפור איז עבודת כהן גדול.

ווארום א גאנץ יאר האבן געטאן די עבודה אויך אנדערע כהנים,

און יום כיפור האט דער כהן גדול אליין געדארפט טאן אלע עבודות.

אין עבודת כהן גדול ביום כיפור זיינען געווען צוויי טיילן.

איין טייל וואס ער פלעגט טאן בבגדי זהב — אין די בגדים זיינען געווען נאך מינים אויסער זהב,

אבער עס ווערט אנגערופן מיטן נאמען בגדי זהב — און א צווייטן טייל,

בבגדי לבן,

ריינע לייוונט.

אין בית המקדש זיינען געווען דריי אפטיילונגען: די עזרה,

דער היכל אדער דער אהל מועד,

און קדשי קדשים.

די עבודות אין עזרה און היכל פלעגט דער כהן גדול טאן בבגדי זהב און די עבודות אין קדשי קדשים פלעגט ער טאן בבגדי לבן.

יב.

דער חורבן בית המקדש איז געווען נאר אין גשמיות׳דיקן בית המקדש,

אין די שטיינער,

גאלד און זילבער,

אבער דער רוחניות׳דיקער בית המקדש וואס געפינט זיך ביי יעדער אידן אינעווייניק,

דער בית המקדש וואס געפינט זיך אין דער נשמה פון יעדער אידן,

דאס איז פאראן און בלייבט אלעמאל גאנץ.

אפילו א איד קען דאס חס ושלום ניט חרוב מאכן,

ומכל שכן אז א גוי קען דאס ניט חרוב מאכן.

— אזוי ווי כ״ק מו״ח אדמו״ר האט געזאגט 8 )

: אז נאר אונזערע גופים זיינען איבערגעגעבן אין גלות ושעבוד מלכיות,

אבער אונזערע נשמות האט מען אין גלות ניט פארטריבן און אין שעבוד מלכיות ניט איבערגעגעבן.

אין דעם רוחניות׳דיקן בית המקדש וואס געפינט זיך ביי יעדער אידן,

זיינען אויך פאראן די אלע זמנים פון יאר.

און בשעת עס קומט יום כיפור,

דארף יעדער איד,

וואס ער איז דער כהן גדול אין זיין בית המקדש,

טאן אליין אלע עבודות און ניט פארלאזן זיך אויף אן אנדערן.

און אין דעם וואס ער דארף טאן,

זיינען פאראן צוויי טיילן: די עבודות אין קדשי קדשים בבגדי לבן און די איבעריקע עבודות בבגדי זהב.

יג.

דער טעם וואס די כהנים בעבודתם האבן געדארפט אנטאן בגדים לכבוד ולתפארת — וכנ״ל וואס יום כיפור האט געדארפט זיין די עבודה בבגדי זהב,

אויסער אין קדשי קדשים — שרייבט דער רמב״ם 9 ),

ווייל אין קדושה דארף מען נוצן די שענסטע און בעסטע זאכן.

גאלד פארנעמט א וויכטיק ארט און עס מאכט אן איינדרוק אויפן מענטשן,

דארף זיין די עבודה אין בית המקדש,

בפרט ביום כיפור,

בבגדי זהב.

איז דאך לויט דעם ניט פארשטאנדיק,

פארוואס דוקא אין קדשי קדשים איז געווען די עבודה בבגדי לבן?

אין קדשי קדשים איז דאך נאך הייליקער,

האט דאך דארטן א ודאי געדארפט זיין די עבודה בבגדי זהב?

דער ענין איז: יעדער איינער דארף דינען דעם אויבערשטן לויט זיינע אלע כהות.

בשעת מען קומט צו א גביר נאך צדקה,

קען ער ניט טענה׳ן אז ער וועט יוצא זיין מיט תורה,

תפלה,

לערנען חסידות און נגלה,

— ער דארף וויסן אז אין בית המקדש האט געדארפט זיין בגדי זהב.

פון דער צווייטער זייט,

דארף מען געדענקען אז מען קען ניט יוצא זיין בלויז מיט אויסהאלטן ישיבות א.

ד.

ג.

— בגדי זהב — נאר מען דארף האבן אויך בגדי לבן,

ריינע קליידער,

ענינים רוחניים וואס זיינען ריין און אויסגעטאן פון גשמיות און חומריות.

און יעדע איינע פון זיי דארף זיין צוגעפאסט צו איר ארט.

ביי די עבודות וואס אויסער קדשי קדשים — דארף מען נוצן בגדי זהב,

אויסנוצן בגדי זהב אויף בית המקדש זאכן.

— ווי עס שטייט אין מדרש 10 )

: לא הי׳ ראוי זהב להשתמש בו ולא נברא אלא בשביל בית המקדש.

דעו עיקר בריאת הזהב איז געווען צוליב בית המקדש און מצד דעם איז דאס דא אויך אין דער גאנצער וועלט.

אל יעדער איד פארשטייט דאך,

אז מען דארף ניט מאכן דעם עיקר פאר א טפל און דעם טפל פאר אן עיקר.

-

אבער בשעת עס רעדט זיך וועגן קדשי קדשים,

דער קדשי קדשים פון יעדער אידנס נשמה,

דארטן דארף

מען זהב ניט ארייננעמען.

דער גביר,

— מיט אלעמען גלייך.

די עבודות פון קדשי קדשים דארף מען טאן בבגדי לבן.

יד.

און דאס איז דער ענין פון עשרת ימי תשובה,

וועלכע הויבן זיך אן מיט דעם ראש השנה׳דיקן שופר,

און ענדיקן זיך מיט עבודת כהן גדול ביום כיפור.

צום אנהויב עשרת ימי תשובה נעמט מען א שופר און מען בלאזט מיט אים.

דער שופר איז א הארן פון א בהמה,

אויך די קולות וואס מען בלאזט מיט אים זיינען ניט קיין "מוזיקאלישע טענער״ נאר איינפאכע קולות,

תקיעה שברים און תרועה.

בשעת א איד שטעלט זיך אוועק פאר דעם אויבערשטן זיינען ניטא קיין חכמות.

זיין פארבונד מיטן אויבערשטן איז מיט א פשוט׳ן הארציקן אויסגעשריי.

ער שרייט אויס פון זיין טיפן הארצן,

פנימיות הלב,

אז ער איז דעם אויבערשטנס א קינד און דער אויבערשטער איז זיין פאטער,

בעט ער,

אז דער טאטע זאל אים געבן א שנה טובה ומתוקה.

דער סיום פון עשרת ימי תשובה איז די עבודה פון כהן גדול אין די אויבנדערמאנטע צוויי טיילן.

ד.

ה.

אז ער ווייס און באשליסט צו דינען דעם אויבערשטן סיי מיט בגדי זהב,

סיי מיט בגדי לבן.

בנוגע די זאכן וואס זיינען אויסערן קדשי קדשים,

ווייס ער,

אז וויבאלד דער אויבערשטער האט אים געגעבן געלט און א אידישע נשמה,

טאר ער ניט באהאלטן זיך אין בגדי לבן,

ריינע קליידער,

וואס יעדער זאך איז אויף זיי א פלעק,

און בשעת

מען קומט צו אים וועגן געלט וועט ער זאגן — זאל מען גיין צו אן אנדערן ווארום ער איז א קדוש וטהור.

ער ווייס אז דער בית המקדש,

די ישיבה,

בית הכנסת ובית המדרש דארף האבן זהב — דארף ער געבן זהב.

בשעת אבער עס קומט צו קדשי קדשים,

איז ער גלייך מיט אלעמען,

ער גייט ניט ארום מיט בגדי זהב נאר מיט בגדי לבן,

ווייסע ריינע קליידער,

ריין פון גשמיות וחומריות.

ער ווייס אז אין קדשי קדשים האט זיך קיין זאך ניט געפונען,

אפילו דער לחם הפנים,

וואס ער איז הייליקע ברויט,

איז אויך ניט געווען אין קדשי קדשים.

מער ניט ווי דער אויבערשטער,

די תורה — דער ארון און די לוחות — און דער כהן גדול.

טו.

און דאס איז דער מוסר השכל פאר יעדער אידן:

די התחלה פון לעבן,

די התחלה פון עבודה און דער אנהויב פון יאר,

דארף זיין מיט א פשוט׳ן אויסגעשריי צום אויבערשטן — העכער פון שכל,

און דערנאך דארף ער אליין טאן די עבודות אין בית המקדש,

וואס ער איז גאנץ אויך איצטער,

אין בגדי זהב און אין בגדי לבן.

און בשעת ער וועט אזוי טאן — וועלן ביי אים גיין גשמיות און רוחניות צוזאמען,

אזוי ווי דער סדר ביי דעם כהן גדול איז געווען.

ניט ער האט פריער אנגעטאן די בגדי זהב און נאכדעם די בגדי לבן,

נאר ער פלעגט זיי בייטן.

פריער די בגדי זהב,

דערנאך די בגדי לבן,

דערנאך נאך אמאל די בגדי זהב און דערנאך נאך אמאל די בגדי לבן,

און ווידער אמאל — בגדי זהב.

ווייל ביי אידן איז גשמיות מיט רוחניות ניט אפגעטיילט.

טז.

יום כיפור דארף א איד זיך באטראכטן און צוגרייטן זיך אריינצוגיין אין קדשי קדשים וואס ביי אים אינעווייניק.

וואס איז דער מיין פון קדשי הקדשים?

אין קדשי הקדשים פון בית המקדש,

האט זיך געפונען מער ניט ווי דער ארון אליין,

און אין דעם ארון האבן זיך געפונען די לוחות.

דאס הייסט:

קדשי הקדשים דאס איז דער ארט פון לוחות — תורה אין אן אופן פון חקיקה — איינגעקריצטע תורה.

דאס איז אויך דער מיין פון קדש הקדשים,

וואס געפינט זיך ביי יעדער אידן אינעווייניק.

דער פארבונד פון א אידן מיט תורה,

תורת חיים,

איז א פארבונד אין אן אופן פון חקיקה 11 ).

יז.

אז עס קומט יום כיפורים און א איד דארף אריינגיין אין קדש הקדשים,

ווערט ביי אים א שאלה: ווי קען איך אריינגיין אין קדשי קדשים,

בשעת אז איך בין אינגאנצן "ניט פארפוצט"?

אויף דעם ענטפערט מען:

אויף אריינצוגיין אין קדשי קדשים פאדערן זיך ניט קיין בגדי זהב,

קיין פארפוצונגען,

קיין קאלירן.

עס פאדערן זיך אבער ווייסע ריינע קליידער,

א ריינע אויסגעלייטערטע הארץ און א ריינע אויסגעלייטערטע קאפ.

און דאס האט יעדער איד נאך דער טבילה ערב יום כיפור,

א טבילה,

וואס שווענקט אפ די ניט גוטע און ניט פאסיקע זאכן.

יח.

אזוי ווי דער כהן גדול,

נאך דער גאנצער עבודה פון בגדי זהב און בגדי לבן,

פלעגט זאגן א תפלה קצרה,

און מיט די פאר ווערטער פלעגט ער אויסבעטן א גוטן יאר פאר זיך,

פאר זיין שבט,

און פאר אלע אידן אין דער גאנצער וועלט,

אויך אין גשמיות,

אזוי אויר יעדער איד,

בשעת ער טוט די עבודה אין דעם קדשי קדשים וואס ביי אים אינווייניק,

איז מיט א פאר געציילטע ווערטער אין געציילטע מאמענטן,

ברענגט ער גליק אויף אלע טעג פון א גאנץ יאר.

און אזוי ווי די תפלה פון כהן גדול איז געווען פאר אלע אידן,

אזוי אויך די תפלה פון יעדער אידן יום כיפור,

וואס ער קומט דאך צו גיין בבגדי לבן מיט א ריינער הארץ און א גוטער כוונה,

טוט ער אויף — ניט נאר פאר זיך און זיין פאמיליע,

נאר פאר אלע אידן,

ישראל ערבים זה בזה 12 ),

אויף ממשיך זיין א שנה טובה ומתוקה ברוחניות ובגשמיות.

(משיחת ז' תשרי תשי"ז)

Reader controls and commentary are loading.