B"H
🏡

Ikar

ראש השנה ב

א.

די משנה זאגט אויף ראש השנה,

אז מצות היום בשופר 1 ).

עס איז פאראן א משל פון מורנו הבעל שם טוב 2 )

אויף דעם ענין פון שופר,

אז דאס איז אזוי ווי א בן שצועק אבא אבא הצילני

(א קינד וואס שרייט טאטע,

טאטע,

ראטעווע מיר).

כ״ק מו״ח אדמו״ר האט דערציילט בשם פון די פריערדיקע רביים,

אז מען האט אמאל ארויסגעשיקט זאגן דעם עולם אין בית המדרש,

אז דער עיקר איז ניט אזוי דער אבא אבא הצילני,

נאר דער צועק.

דער פירוש איז: עס זיינען דאך דא אין דעם צוויי ענינים: א)

די צעקה אליין,

ב)

דער תוכן וואס מען לייגט אדיין אין דער צעקה.

איז דער עיקר ניט דער תוכן וואס מען לייגט אריין אין דער צעקה,

נאד די צעקה

(געשריי)

גופא 3 ).

אין דעם תוכן וואס מען לייגט אריין אין דער צעקה,

זיינען ניט אלע גלייך,

אבער אין דער צעקה אליין,

דאס איז דאך שייך צו יעדן אידן.

יעדער איד איז צועק,

בקלא פנימאה דאשתמע אדער בקלא פנימאה דלא אישתמע,

אבער בנפשו פנימה איז ער דאך צועק.

און דאס איז דער ענין התקיעות,

און דאס ווערט נתקבל למעלה.

ווי עס איז פאראן דער משל פון הרה״ק הר״ר לוי יצחק בארדיטשעווער,

אז א קינד האט געוואלט אן עפל און דער טאטע האט אים ניט געוואלט געבן,

האט דער קינד געמאכט אויף גיך א ברכה,

האט שוין דער טאטע געמוזט אים געבן דעם עפל.

וואס דאס איז דאך בשעת דער טאטע וויל ניט געבן,

ומכל שכן אז דער טאטע וויל אים געבן און דאס ניט געבן איז מער ניט ווי אויסצופרואוון דעם קינדם קלוגשאפט,

איז דאך אודאי אזוי.

למעלה איז דאך,

אז דער אויבערשטער וויל געבן,

ווי עס ברענגט זיך דער לשון 4 )

: יותר ממה שעגל רוצה לינק כו',

אזוי שטייט אויך דער לשון אויף למעלה: למעשה ידיך תכסוף 5 ),

אז דער אויבערשטער וויל מען זאל אים דינען.

בשעת אידן מאכן א ברכה שומע תרועת עמו ישראל,

און ברחמים,

וואס על פי דין איז דאך ספק ברכות להקל 6 ),

איז אויב די אנשי כנסת הגדולה האבן אפגע׳פסק׳נט אז מען דארף מאכן די ברכה,

האבן זיי ממילא אפגע׳פסק׳נט,

אז דער אויבערשטער איז מקבל תרועת עמו ישראל — די צעקה פון אידן,

וואס דאס איז דער ענין התקיעות — ברחמים.

מצד דעם וואס דער אויבערשטער איז מקבל תרועת עמו ישראל ברחמים,

ווערט נמשך צו אלע אידן,

צו יעדן איינעם און איינע,

אין אלע ענינים וואס זיי דארפן,

סיי אין רוחניות און סיי אין גשמיות בבני חיי ומזוני.

און וויבאלד אז דער אויבערשטער גיט עס מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבת במילא זיינען די בני חיי ומזוני וואס ווערן נמשך — רויחי.

וואס דאס אלץ ווערט נכלל אין דעם לשון לשנה טובה ומתוקה און קומט אראפ אין גשמיות למטה מעשרה טפחים בטוב הנראה והנגלה.

ב.

כ״ק מו״ח אדמו״ר האט זייער געהאלטן פון קיצורים.

דער קיצור און נקודת התמצית פון די גאנצע אכט און פערציק שעה פון ראש השנה איז צוויי נקודות: א נקודה למטה און א נקודה למעלה.

די נקודה למטה איז אז א איד איז זיך משעבד צום אויבערשטן מיט א קבלת עול מצד דעם ענין המלכות,

און די נקודה למעלה איז וואס דער אויבערשטער איז זיך,

כביכול,

משעבד צו אידן און זאגט 7 ),

ונתתי גשמיכם בעתם גו׳,

מיט אלע ענינים וואס שטייען אין דער פרשה.

(משיחת יום ב׳ דר״ה,

תשט״ז)

Reader controls and commentary are loading.