B"H
🏡

Ikar

ראש השנה א

א.

עס שטייט אין לקוטי תורה 1 )

און עס ווערט געבראכט אין דער רשימה פון כ״ק מו״ח אדמו״ר פון פ׳ נצבים תש״ז,

אז פ׳ נצבים לייענט מען אלעמאל אין דעם שבת וואס פאר ראש השנה.

אמאל לייענט מען עס צוזאמען מיט פ׳ וילך און אמאל לייענט מען נצבים באזונדער,

אבער על כל פנים — פ׳ נצבים לייענט מען אלעמאל דעם שבת וואס פאר ראש השנה.

דער טעם אויף דעם איז:

יעדער שבת האט א שייכות און ער איז כולל די טעג פון דער קומענדיקער וואך.

דערפאר לייענט מען דעם שבת וואס פאר ראש השנה,

אתם נצבים היום,

וואס היום גייט אויף ראש השנה,

יומא דדינא רבא.

בשעת עס קומט דער "היום",

דער טאג פון ראש השנה,

דעמאלט דארף זיין אתם נצבים כולכם,

אלע נשמות דארפן זיך צושטעלן,

לפני הוי׳ אלקיכם,

און דאס איז אין אלע נשמות גלייך,

פון ראשיכם שבטיכם ביז חטב עציך ושאב מימיך.

אויך חטב עציך זאגט רש״י אז דאס זיינען געווען כנענים וואס זיינען געקומען מגייר זיין זיך על דרך ווי די גבעונים בימי יהושע,

וואס מען האט זיי צוגענומען מער ניט ווי צוליב דער שבועה 2 )

— אויך זיי זיינען עולה לפני הוי׳ צוזאמען מיט די איבעריקע אידן,

אין אין אן אופן פון כולכם ,

אלע צוזאמען זאלן זיין "לאחדים כאחד".

דער ענין פון כולכם כאחד הייסט אז ניט נאר וואס זיי זיינען סובל איינער דעם אנדערן,

אז ניט קוקנדיק אז ער איז א ראש און דער צווייטער איז א איש פשוט,

פונדעסטוועגן פארטראגט ער אים,

נאר נאך מערער אז זיי זיינען מקבלים זה מזה,

ומשלימים זה את זה.

אזוי ווי ראש ורגל אין מענטשלעכן קער־

פער וועלכע זיינען משלים — דערגענצן איינער דעם אנדערן.

יעדערער פון זיי — סיי דער ראש,

סיי דער רגל — האט ניט קיין שלימות אן דעם צווייטן.

דאם איז די עבודה וואס עס פאדערט זיך ראש השנה — "היום".

און בכדי צו קענען דאס דורכפירן,

לייענט מען דעם שבת וואס פאר ראש השנה אין תורה,

אתם נצבים היום כולכם גו׳ ראשיכם שבטיכם גו׳ חטב עציך ושאב מימיך,

וואס די קריאה בתורה גיט א כוח אז עס זאל זיין טאקע אזוי בפועל.

און לויט ווי עס ווערט דערקלערט אין חסידות דער טעם וואס מען זאגט ראש השנה פסוקי מלכיות זכרונות ושופרות,

אז דורך דעם וואס מען ברענגט א ראי׳ פון תורה אז דער אויבערשטער דארף זיין א מלך און דארף געדענקען,

און במה בשופר,

דורך דעם טוט מען אויף אז עס ווערט אזוי בפועל.

ב.

נאך דעם וואס ער זאגט אתם נצבים גו׳ מחטב עציך עד שאב מימיך,

זאגט ער ווייטער,

לעברך בברית הוי׳ אלקיך.

דאס הייסט אז די עבודה פון אתם נצבים גו׳ כולכם,

איז א הכנה צום לעברך בברית,

צום כריתות ברית פון אויבערשטן מיט אידן אין דעם טאג פון ראש השנה.

אין גשמיות זעען מיר,

אז צוויי אוהבים נאמנים וואס זייער אהבה איז מצד א טעם,

צי ווייל איינער דערקענט דעם צווייטנם מעלה,

צי ער האט אים ליב בכדי אז יענער זאל אים ליב האבן וואס פון דעם וועט אים ארויסקומען א טובה,

איז בשעת ער זעט אין זיך עפעס א חסרון און האט מורא אז דער צווייטער וועט עס מרגיש זיין ובמילא וועט ווערן אן אפשוואכונג אין דער אהבה,

— ווער רעדט אויב דער חסרון איז אין ענינים עיקריים וואס דאס קען ברענגען אז די אהבה זאל אויפהערן אינגאנצן,

אדער נאך גורם זיין היפך האהבה,

— איז בשעת אז זייער אהבה איז נאך שטארק,

מאכן זיי צווישן זיך א כריתת ברית,

אז זייער אהבה זאל זיין אויף שטענדיק.

ווארום דער ענין פון כריתות ברית איז למעלה מטעם ודעת,

מען לייגט אוועק דעם שכל אן א זייט און מען איז כורת ברית אויף פארבינדן זיך מיט א התקשרות עצמית,

אז קיין ענין בעולם זאל ניט אפשוואכן די אהבה,

און זי זאל זיין לעד ולעולמי עולמים.

אזוי איז אויך אין דער אהבה וואס צווישן דעם אויבערשטן מיט אידן.

בשעת עס קומט ראש השנה,

וואס דעמאלט איז זייער אהבה שטארק,

ווארום עס איז דאך נאך דער עבודה פון חודש אלול וועלכע נעמט אראפ אלע חטאים המעלימים על האהבה,

איז דעמאלט מאכט מען צווישן זיך א כריתת ברית,

אידן פארבינדן זיך מיטן אויבערשטן מיט א התקשרות עצמית שלמעלה מטעם ודעת,

וואס במילא וועט קיין ענין בעולם ניט קענען דאס אפשוואכן.

בכדי ארויסצורופן ביי דעם אויבערשטן כביכול ער זאל זיך פארבינדן מיט נשמות ישראל למעלה מטעם ודעת,

איז דאס דורך דער עבודה פון כולכם כאחד,

וואס דאס איז אן "אוועקגעב" שלמעלה מטעם ודעת

(ווארום על פי שכל איז ער דאך א ראש און יענער א שואב מים,

איז וואס פאר א שייכות האט ער מיט יענעם).

אזוי ווי עס ווערט דערקלערט אין דעם ענין בכל מאדך,

אז דורך זיין מאד 3 ),

כאטש אז דאס איז נאר מאד שלך,

איז ער ממשיך דעם מאד העצמי.

ג.

דער כולכם כאחד אבער דארף זיין מיט אן אמת .

ער דארף וויסן אז די מעשה איז טאקע אזוי.

הגם ער מיינט דאך אז ער איז פון די ראשיכם און יענער איז אן איש פשוט,

איז אויסער דעם וואס מען קען ניט וויסן ווער איז דער ראש און ווער איז דער רגל,

ווארום על פי רוב איז מען יענעם מעריך נידעריקער ווי יענער איז באמת און זיך — העכער ווי מען איז באמת,

אויסער דעם,

אפילו ווען עס זאל טאקע אזוי זיין,

אז ער איז דער ראש,

איז דאך פאראן א מעלה אין רגל אויפן ראש,

וואס די שלימות הראש קומט דורך דעם רגל דוקא כנ״ל.

דערמיט וועט מען אויך פארשטיין וואס מען האט געמאכט די גבעונים פאר חוטבי עצים למשכן ולמקדש דוקא.

ניט אלע אידן זיינען געווען אין מקדש.

ניט אלע האבן געלעבט אין ירושלים.

עס זיינען געווען דארט נאר אנשי מעמד וואס זיי זיינען געווען שלוחים פאר אלע אידן.

אבער די עבודה פון די גבעונים איז געווען אין מקדש.

דער טעם אויף דעם איז ווייל די אמיתית שלימות המעלה איז אין רגל דוקא.

און דאס איז אויך די שייכות פון שבועה דערביי,

— די שבועה וואס עס איז געווען ביים צונעמען די גבעונים.

שבועת איז למעלה מטעם ודעת,

דאס רירט אן אין עצם הנפש 4 )

׳ און דער עצם הנפש זאגט זיך אויס אין רגל דוקא.

ד.

אז א איד איז זיך מתבונן,

אז ראש השנה פאר תקיעות וועט ער בעטן 5 ),

יבחר לנו את נחלתנו את גאון יעקב אשר אהב סלה,

וואס יבחר לנו מיינט: אזוי און ניט אנדערש,

און באטראכטנדיק זיך אז דער ענין הבחירה קומט פון עצמות דוקא,

ווארום נאר ער — עצמותו יתברך — איז העכער פון אלע מדידות,

העכער פון אלע הגבלות,

חפשי,

און אויך וועט ער זיך באטראכטן אין דעם אין ערוך שלגבי עצמות 6 ),

דיותר משאין ערוך עשי׳ לגבי אצילות — אין ערוך אצילות לגבי אין סוף ב״ה,

אלע אין ערוך׳ס וואס מען זאל נאר ניט אויסמאלן זיינען ניט קיין משל כלל אויפן אין ערוך פון בורא מיט נבראים,

היינט ווי קומט ער צו בעטן ביי עצמות יבחר לנו?

אז ער וועט זיך מתבונן זיין אין דעם און מעריך זיין זיך,

וועט אים שוין במילא ניט בלייבן קיין צייט צו מעריך זיין דעם צווייטן.

ר׳ הלל פאריטשער 7 )

האט געוואלט זען דעם אלטן רבי׳ן 8 ),

אבער יעדער מאל ווען ער פלעגט קומען אין שטאט וואו דער אלטער רכי איז אנגעקומען,

האט ער אים שוין ניט געטראפן,

ווייל דער אלטער רבי איז שוין געווען אוועקגעפארן פון דארטן.

האט ער זיך מיישב געווען און ער האט פארכאפט פריער,

און אז ער האט דערהערט אז דער אלטער רבי דארף פארן למקום פלוני,

איז ער געקומען אהין איידער דער אלטער רבי איז אגגעקומען.

דערמיט האט ער זיך נאך ניט באנוגנט,

ווארום זעענדיק אז יעדער מאל מאכן זיך אים פארשידענע מניעות צו זען דעם אלטן רבי׳ן,

האט ער מורא געהאט אז אויך דעם מאל וועט מען אים ניט אריינלאזן,

האט ער זיך מתחכם געווען,

און איז אוועק אין דער דירה וואו דער אלטער רבי האט געדארפט איינשטיין,

און זיך באהאלטן אונטערן בעט.

ר׳ הלל האט צוגעגרייט א קשיא אין מסכת ערכין אויף צו פרעגן דעם אלטן רבי׳ן אין לערנען.

ווי נאר דער אלטער רבי איז אריין אין צימער,

נאך איידער ר׳ הלל האט באוויזן צו ארויס פון באהעלטעניש,

האט ער דערהערט ווי דער אלטער רבי זאגט בניגון הידוע: "אז א יונגער מאן האט א קשיא אין ערכין דארף ער פריער זיך מעריך זיין".

האט ער,

ר׳ הלל,

גע׳חלש׳ט.

ביז מען האט אים געפונען און אפגעמינטערט איז דער אלטער רבי שוין אוועק פון דארטן.

— מערער איז שוין ר׳ הלל׳ן ניט אויסגעקומען צו זיין ביי דעם אלטן רבי'ן.

ער איז געפארן צום מיטעלן רבי׳ן און צום צמח צדק,

אבער ביי דעם אלטן רבי׳ן איז דאס געווען דער איינציקער מאל וואס ער איז געווען,

און אויך דעמאלט האט ער אים ניט געזען —

דער ביאור פון דעם סיפור אין עבודה — בהנוגע אלינו וואס האבן געהערט דעם סיפור:

ערכין איז אן ענין וואס ניט על פי שכל.

דער דין אין ערכין איז דאך אז מען רעכנט לויט די יארן אבער ניט לויט די מעלות בני אדם*).

אלע מענטשן וואס זיינען אין די זעלבע יארן האבן דעם זעלבן ערך.

אין פלוג קאן ער דאך פרעגן א קשיא,

איך האב מיינע יארן זיך עוסק געווען אין תורה ועבודה,

אן ענין וואס דער אויבערשטער איז צופרידן פון דעם,

די פמליא של מעלה זיינען צופרידן פון דעם און אויך על פי שכל אנושי איז דאס אן ענין וואס עס איז ראוי צו אפשאצן,

האבן מיינע יארן א גרויסן ערך; יענעמס יארן זיינען אוועק אויף גארנישט,

וטוב לו שלא נברא 9 ),

איז ווי קען זיין אז ביידנס יארן זאלן האבן דעם זעלבן ערך?

— זאגט מען אויף דעם,

אז בשעת מען האט א קשיא אין ערכין,

דארף מען פריער זיך מעריך זיין

(כדבעי)

ובמילא וועט שוין אראפגיין די קשיא.

* * *

ה.

חודש אלול — איז אויסער די כללות׳דיקע ראשי תיבות 10 )

א ני ל דודי ו דודי ל י,

זיינען אויך פאראן כמה פרטיות׳דיקע ראשי תיבות׳ן

(באיזה אופן איז אני לדודי).

בכללות זיינען זיי דריי מובנים,

אנטקעגן די דריי קוין פון תורה,

עבודה וגמילות

חסדים: א)

א נה ל ידו ו שמתי ל ך 11 )

— כנגד קו התורה,

כי דברי תורה קולטין הן 12 ),

ב)

א יש ל רעהו ו מתנות ל אביונים 13 )

- כנגד קו הגמילות חסדים

(צדקה),

ג)

ומל הוי׳ אלקיך א ת ל בבך ו את ל בב זרעך 14 )

— כנגד קו העבודה

(תפלה ותשובה בכללה),

ווי ער איז מסיים לאהבה גו׳ ומבואר בקונטרס העבודה אז דער עיקר עבודת התפלה איז

(ניט יראה נאר)

אהבה 15 ).

דער ענין פון תורה ועבודה איז ארומגערעדט געווארן אין אן אנדער ארט.

אין דעם ענין פון צדקה איז ניט פארשטאנדיק,

פארוואס די ראשי תיבות איז פון איש לרעהו גו׳ וואס דאס איז דאך גאר אן ענין פון משלוח מנות און ניט צדקה?

אויך איז ניט פארשטאנדיק,

פארוואס איז די ראשי תיבות נאר פון די לעצטע ווערטער,

איש לרעהו גו׳ און ניט פון די ווערטער משלוח מנות?

דער לשון איז ומתנות לאביונים .

דער חילוק צווישן עניים מיט אביונים איז,

אן עני הייסט דער וואס איז ניט קיין עשיר און אפילו ניט קיין בינוני,

אבער פונדעסטוועגן איז עפעס האט ער.

אבער אן אביון הייסט ווי רש״י זאגט 16 )

שתאב לכל דבר.

ער גלוסט צו אלץ,

צו יעדער קלייניקייט,

ווייל ער האט גארנישט 17 ).

אויך איז דער פירוש פון תאב לכל דבר שייך אין דעם צווייטן קצה.

ער איז תאב צו אלץ,

אפילו צו דער גרעסטער זאך,

ווייל ער איז געווען צוגעוואוינט צו דעם.

אפילו סוס לרכוב וכדומה,

וויבאלד ער איז תאב צו דעם און אן דעם קען ער ניט אויספירן זיין שליחות בעולם,

דארפסטו דאס אים געבן 18 ).

קען ער דאך מיינען אז ער איז דער עשיר און בשעת ער גיט,

סיי גרויסע זאכן,

סיי קליינע זאכן,

צו זיין חבר דעם אביון,

גיט ער דאס פון זיינע,

איז פאר די ווערטער "ומתנות לאביונים" זאגט דער פסוק "איש לרעהו".

די מתנות לאביונים וועלכע ער גיט איז דאס איש לרעהו,

יענער איז זיין חבר ,

אין דעם זעלבן מצב ווי ער.

איינער דארף צום צווייטן ניט אנקומען,

ווארום ער גיט ניט זיינע,

ער גיט אפ צוריק יענעם,

וואס ליגט ביי אים בדרך פקדון.

וכפתגם חסידים הראשונים 19 )

(בימי אדמו״ר הזקן)

: דעם שטיקל ברויט וואס איך האב,

איז ער דיינער ווי מיינער.

והיו מקדימים מלת ״דיינער״ — דיינער ווי מיינער.

וכמאמר רז״ל 20 ),

יותר משהבעל הבית עושה עם העני העני

עושה עם בעל הבית,

ואמרו רז״ל 21 ),

נפשו של עני החיית למחר בנך או בתך כו׳ ומציל אני אותם.

ו.

אזוי ווי א מענטש איז צונויפגעשטעלט פון א גוף מיט א נשמה,

איז במילא דער ענין הצדקה פאראן אויך אין רוחניות.

אזוי ווי אין צדקה בגשמיות איז דער דין אז יעדער איינער,

אפילו אן עני שבישראל,

איז מחוייב אין צדקה 22 ),

אזוי אויך אין צדקה ברוחניות,

איז יעדער איד,

אפילו אן,

עני ברוחניות,

מחוייב אין צדקה.

ווייל יעדער איד האט וואס צו געבן.

און דאס גופא וואס ער האט זיך געטראפן מיט יענעם,

איז א הוראה אז ער דארף יענעם העלפן,

געבן,

ווארום וויבאלד אז יעדער ענין איז בהשגחה פרטית און לא ברא הקב״ה דבר לבטלה 23 ),

איז דאך דאס געוויס צוליב א כוונה אז ער זאל יענעם עפעס געבן.

און אזוי ווי אין גשמיות גיט ער ניט יענעם נאר ער טוט א טובה זיך,

כנ״ל,

אזוי אויך אין רוחניות איז דורך דעם וואס ער איז משפיע יענעם,

איז ער גאר מקבל פון יענעם,

ווייל די אמיתית השלימות איז דוקא פון דער התכללות ראש ורגל כנ״ל.

ז.

אמאל האט דער רבי צמח צדק גערעדט וועגן מעלת הצדקה,

ווי גרויס עס איז דער ענין פון העלפן א אידן אין פרנסה און ווי דאס העלפט אין עבודה פון פתיחת המוח והלב אויף קבלת הגילויים שלמעלה.

און דער רבי צמח צדק דערציילט 24 )

זיין זון — אדמו״ר מהר״ש — אז בדידי׳ הוה עובדא:

אז איך בין געפארן פון דאבראמיסליא אין ליובאוויטש בין איך געווען שטארק אויפגעלייגט פון דעם זיידנס — געמיינט דעם אלטן רבי׳ן — קירוב פנימי,

און געהאפט אז קומענדיק אין ליובאוויטש וועל איך האבן די זכי׳ זען דעם זיידן מיט א פנים מאירות

( במחזה — עס איז געווען פילע יארן נאך דער הסתלקות פון דעם אלטן רבי׳ן).

בתוך כך זיינען ביי מיר נתעורר געווארן אייניקע שאלות אין עניני נגלה און עניני חסידות און איך האב מסדר געווען די ענינים במחשבה.

קומענדיק אין ליובאוויטש בין איך גלייך געגאנגען צו דעם ארט,

וועגן וועלכן דער זיידע האט אונז דערציילט פארנדיק אין ליאדי,

אז אין בית הכנסת וואס איז דארטן געשטאנען האט ער געלערנט.

ווי איך האב דערציילט איז דאן דער פלאץ געווען ליידיק נאך א שריפה וואס איז דארט געווען.

כ״ק חותני אדמו״ר האמצעי האט אויף דעם ארט דערציילט,

אז מיט זיבן און פופציק יאר פריער האט כ״ק רבינו הגדול געמאכט ליובאוויטש פאר א מקום מוכשר פאר הנהלת חסידי חב״ד באריכות ימים ושנים און א קיום נצחי עד ביאת משיח צדקנו.

פון דעם מאורע,

וואס קומענדיק אין ליובאוויטש איז דער רבי זיך פון מיר מתעלם — זאגט דער רבי צמח צדק — בין איך געווען שטארק צעבראכן און אראפגעפאלן ביי זיך.

איך האב געפילט אז איך בין חס ושלום אראפגעפאלן מאיגרא רמה לבירא עמיקתא.

איך האב זיך מכין געווען אויף א קירוב פנימי און איך האב געהאט אזא ריחוק.

האב איך זיך זייער מצטער געווען,

און מפשפש געווען במעשי וואס פאר א זאך האט געקאנט גורם זיין דעם ריחוק,

בכדי תשובה טאן אויף זוכה זיין זען פני קדשו פון זיידן און הערן עניני תורה ועבודה.

מיטוואך כ׳ אלול איז דער רבי צמח צדק געגאנגען אין בית הכנסת דאוונען.

גייענדיק האט ער אנגעטראפן דעם ליובאוויטשער בעל הבית פנחס,

וועלכער האט ביי אים געבעטן א גמילת חסד דריי רו״כ,

בכדי ער זאל קענען עפעס קויפן אין מארק און פארקויפן,

וועט ער האבן אויף הוצאות שבת.

האט אים דער רבי צמח צדק געזאגט אז ער זאל אריינקומען צו אים אין הויז נאכן דאוונען וועט ער אים געבן.

אז דער רבי צמח צדק האט זיך מכין געווען צום דאוונען און האט אוועקגעלייגט דעם טלית אויפן אקסל,

האט זיך דער צמח צדק דערמאנט וואס ר׳ פנחס האט אים געזאגט,

אז היינט איז א יום השוק,

דער מארק שטעלט זיך פרי און געוויס דארף פנחס די געלט תיכף.

האט דער צמח צדק אראפגענומען דעם טלית,

געגאנגען א היים און גענומען פינף זילבערנע רובל און עס געגעבן פנחס׳ן ער זאל קענען עפעס האנדלען און פארדינען.

אז דער רבי צמח צדק איז צוריקגעקומען אין מנין און געוואשן די הענט ביים האנטפאס צו שטעלן זיך דאוונען,

האט זיך צו אים באוויזן דער אלטער רבי און האט אים פותר געווען אלע ספיקות און פני קדשו האט געלויכטן.

ח.

זעט מען דאך פון דער מעשה אז צדקה פועל׳ט אויך אין רוחניות.

דער צמח צדק מיט אלע זיינע ענינים ובפרט די קירובים וואס ער האט געהאט אין דער צייט פון דעם אלטן רבי׳נס הסתלקות,

וואס דעמאלט איז ער דאך געווען אליין מיטן אלטן רבי׳ן,

— דער מיטעלער רבי איז געווען אין קרעמענטשוג,

ר׳ חיים אברהם 25 )

איז געווען ניט געזונט און ר׳ משה 26 )

איז געבליבן אויפן צווייטן זייט פון פראנט און האט ניט געקענט קומען צוליב דער מלחמה —

און האט געהאט א סך קירובים פון אלטן רבי׳ן,

דערצו האט ער געטאן פארשידענע ענינים אויף זען דעם אלטן רבי׳ן,

און דאס אלץ האט ניט געהאלפן.

נאר בשעת ער האט געטראפן א אידן אין גאס,

און געטראפן אים ניט אין צמח צדק׳ס ד׳ אמות

(ד.

ה.

ניט אז דער איד איז געקומען צום צמח צדק)

נאר אין זיינע — ר׳ פנחס׳עס — ד׳ אמות,

און געטראפן אים ניט ביי זאגן תהלים והדומה נאר טראכטנדיק וועגן א גמילת חסד בכדי ער זאל קענען פארדינען,

און צוליב דעם האט ער אפגעלאזן דעם ענין פון תפלה,

און דערצו נאך — דעם צמח צדק׳ס תפלה,

וואס תפלה איז שעת מוחין דגדלות למעלה און אויך למטה 27 ),

און עס ווערט דערקלערט אין אגרת הקדש 28 )

די מעלה פון תפלה אויף תורה,

— אז תפלה פועל׳ט א שינוי אין גשמיות ,

רופא חולים ומברך השנים,

איז דורך דעם וואס ער האט דאס אפגעלאזן צוליב טאן א אידן א טובה אין גשמיות,

האט ער זוכה געווען צו זען דעם אלטן רבי׳ן.

ט.

בנוגע לפועל:

אזוי ווי עס זיינען דא אזוינע וואס זייער מעלה איז אין צוויי ענינים,

א)

זיי האבן וואס צו געבן.

ב)

מעלת המרץ.

איז זאלן זיי גיין ראש השנה אין די שולן צו מעורר זיין אידן.

ראש השנה איז דאך צוויי טעג,

וואס יעדער איינער פון זיי האט א מעלה.

דעם ערשטן טאג ראש השנה איז דינא קשיא און דעם צווייטן טאג — דינא רפיא.

דער ערשטער טאג איז מדאורייתא און דער צווייטער טאג מדרבנן.

און וויבאלד אז חמורים דברי סופרים האט דאך יעדער .

טאג א מעלה אויפן צווייטן,

ומשלימים זה את זה,

ביז זיי ווערן יומא אריכתא 29 ),

במילא זאל מען גיין ביידע טעג.

קען מען דאך טענה׳ן,

אז איך האב אזא פארפלאנטערטן חשבון פון א גאנץ יאר,

איך ווייס ניט וואס איז פון יצר טוב און וואס איז פון יצר הרע,

און איצטער האט מען מיר געגעבן פערציק טעג ימי רצון איך זאל זיך קענען עפעס פאנאנדעררעכענען,

איז ווי זאל איך אפגעבן אזא צייט אן אנדערן — זאגט מען אים אז מתנות לאביונים איז איש לרעהו.

דורך דעם וואס ער וועט גיין מעורר זיין יענעם — וועט צוקומען אויך אים.

(משיחת ש״פ נצבים,

תש"י)

Reader controls and commentary are loading.