א.
די היינטיקע סדרה דערציילט וועגן דער מצוה פון ברענגען בכורים,
וועלכע דארף זיין פון די בעסטע פרוכט וואס עס האט ארויסגעגעבן ארצנו הקדושה,
תבנה ותכונן במהרה בימינו על ידי משיח צדקנו,
ווען זי איז געווען אן ארץ זבת חלב ודבש,
און פון די ערשט־צייטיקע פירות,
איידער מען האט פאר זיך עפעס גענומען פון זיי,
און מען האט דאס געבראכט אין בית המקדש,
צו באדאנקען השם יתברך פאר דער ברכה וואס ער ברוך הוא האט אריינגעגעבן אין די פירות פון דער ערד.
די בכורים זיינען ניט געווען ווי אנדערע קרבנות,
צו פארברענען אויפן מזבח,
נאר אוועקצוגעבן זיי דעם כהן.
פון דעם לערנען מיר ארויס,
אין די ביידע קצוות: אז די תבואה ופירות הארץ,
וועלכע וואקסן אויס נאך דעם ווי מען האט געאקערט און געזייט און געטאן די אנדערע מלאכות וועלכע זיינען פארבונדן מיט דאס וואקסן פון פירות הארץ,
האט מען די ערשטע בעסטע פון זיי,
ניט גענומען פאר זיך,
נאר געמאכט פון דעם — קדושה,
מיט דעם אוועקגעבן עס צום כהן.
וואס געוויס צייטגווייז דערוועקט זיך א טענה,
אז נאך דער גאנצער הארעוואניע און מי וואס מען האט אריינגעלייגט אין דעם,
איז אויב אפילו מען דארף אוועקגעבן א טייל פון דעם אויף הייליקע צוועקן,
איז פארוואס דארף דאס זיין דוקא פון די בעסטע און שענסטע?
אבער ווען מען טראכט זיך אריין אין דעם — קומט מען צו דעם פארשטאנד,
אז די טענה קען זיין נאר,
ווען עס פעלט די אמונה אז די פרי האדמה איז — נתת לי ה' ,
און מען מיינט אז כחי ועצם ידי עשה לי את החיל הזה 1 ).
אבער נאכן אריינטראכטן — זעט מען אז דאס איז היפך פון אמונה פשוטה,
וואס די אמונה פשוטה איז פאראן ביי אלע אידן אן אויסנאם,
מען דארף זי נאר ארויטברענגען אז זי זאל אויך ווירקן אין דעם טאגטעגלעכן לעבן.
א צווייטע זאך לערנען מיר פון דער זעלבער מצוה,
פון דעם וואס די פירות ווערן ניט פארברענט אויפן מזבח אין בית המקדש,
נאר זיי ווערן אוועקגעגעבן צום כהן,
וועלכער דארף זיי נוצן: עסן א.
ז.
וו.
— ווי דער דין פון בכורים.
— אז אפילו דער טעם׳דיקער געשמאק אין גשמיות,
אויב מען גרייט זיך צו ווי געהעריק און מען הייליקט זיך,
מען ווערט א ״כהן״ — קען מען דאס אויסניצן אין קדושה
(דורך ברענגען אין דעם בית המקדש וכו׳),
און דינען השם יתברך דורך עסן די פירות,
אט אזוי ווי מען דינט השי״ת מיט אנדערע קרבנות דורכן פארברענען זיי אין בית המקדש,
ווי א קרבן עולה און ענלעכעס.
און דאס איז איינע פון די יסודות תורת החסידות,
אז מען קען דינען און מען דארף דינען השם יתברך,
ניט נאר בעת און דורך דאוונען און בעת און דורך לערנען תורה,
נאר אויך בשעת עסן און מיטן עסן,
בשעת דעם טאן עסק — ביזנעס — און מיט דעם עסק.
עס איז נאר,
זעלבסטפארשטענדלעך,
אז דער אנדער פאל פון דינען השם יתברך פאדערט א טיפערע צוגרייטונג צו דעם,
און דער שכר פון דעם איז גרעסער.
און אין דעם זין,
איז די מצוה פון בכורים דא אפילו בזמן הגלות און אפילו בחוץ לארץ,
און אויך אין א פשוט׳ן וואכעדיקן טאג,
אז ווען מען זאגט פון טיפן הארצן אויף אלץ וואס מען האט,
אז דאס איז נתת לי ה׳ ,
ווערט דאס געהייליקט,
ביז אז דאס ניצן דאס — קען ווערן אן עבודה,
עבודת השם יתברך.
ביי דער מצוה פון בכורים כפשוטה,
ווען דאס איז געווען בבית המקדש,
איז דאך דערנאך געווען די ברכה 2 )
אז לשנה הבאה זאל ער נאכאמאל מקיים זיין די מצוה בשמחה 3 ),
אזוי אויך היינט,
דאס באנוצן און אויסניצן די נכסים — אייגנטום — וואס השם יתברך גיט,
ווי השם יתברך פארלאנגט,
ברענגט די ברכה פון השם יתברך,
אז אויך לשנה הבאה זאל מען דאס קענען מקיים זיין און אין א פיל גרעסערער מאס,
און מיט נאך מער צופרידנקייט און שמחה,
ווארום עם דארף דאך זיין — מעלין בקודש 4 ).
(ע״פ מכתב ו׳ אלול תשט״ו)
ב.
פאר ראש השנה 5 ),
אזוי אויך פאר שבועות,
לייענט מען די תוכחה.
פאר שבועות — פ׳ בחוקותי,
און פאר ראש השנה — פ' תבוא.
נאר נאך דער סדרה לייענט מען נאך א סדרה,
פאר שבועות — פ׳ במדבר,
און אמאל אויך פ׳ נשא,
און פאר ראש השנה — פ׳ נצבים,
און אמאל אויך פ׳ וילך,
בכדי צו מפסיק זיין צווישן דער תוכחה מיטן יום טוב.
דער טעם אויף דעם איז,
וויילע די תוכחה איז ניט קיין ענין פון עונשים חס ושלום 6 ),
נאר אן ענין פון טהרת וזיכוך הכלי,
און דערפאר לייענט מען עס פאר שבועות און ראש השנה,
וויילע אזוי ווי אין גשמיות איז איידער מען לייגט אדיין אין א כלי א זייער טייערע און חשוב׳ע זאך,
מוז מען פריער די כלי אויסוואשן,
מכלה זיין קללותי׳ — כלשון הש״ס 7 )
— אזוי איז אויך אין רוחניות.
דערפאר איז פאר די גילויים פון מתן תורה און פאר די גילויים פון ראש השנה,
וואס יעדער ראש השנה ווערט נמשך א המשכה חדשה שלא הי׳ מעולם 8 ),
ד.
ה.
אז אפילו בזמן שבית המקדש הי׳ קיים איז נאך ניט געווען אזא המשכה,
איז בכדי צו מקבל זיין די המשכה,
— מוז זיין פריער טהרת הכלי.
דאס הייסט אז ניט קוקנדיק אויף דעם וואס אויף א קורצער וויילע על כל פנים,
זיינען דאס יסורים,
און בפרט ביי א בן מלך,
און דערצו נאך א בן יחיד
(וואס אלע אידן זיינען בנים יחידים של מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא)
איז דאך נאר עפעם א קלייניקייט וואס איז ניט אזוי,
קען ער שוין ניט איבערטראגן
(און דערפאר איז מען מפסיק א סדרה,
כנ״ל),
פונדעסטוועגן איז כדאי ביי אבינו אב הרחמן,
און אפילו ביי אב הרחמים 9 ),
אז לשעה קלה זאל זיין ניט אזוי,
צוליב דער טייערער זאך וואס ער וועט געבן.
ג.
דער חילוק פון דער תוכחה פון פ׳ בחוקותי,
וואס מען לייענט פאר שבועות,
און דער תוכחה פון פ׳ תבוא,
וואס מען לייענט פאר ראש השנה,
איז,
אז אין דער תוכחה פון פ׳ בחוקותי זיינען דא מ״ט קללות,
און אין פ׳ תבוא,
צ״ח.
צוויי מאל אזוי פיל.
וואס פון דעם איז פארשטאנדיק אז די גילויים פון ראש השנה זיינען העכערע ווי די גילויים פון שבועות,
וואס דערפאר פאדערט זיך אויך א גרעסערע טהרה.
די עבודה און גילויים פון שבועות זיינען בדרך אור ישר,
מלמעלה למטה.
ווי די גמרא זאגט אויף מתן תורה אז עס איז געווען אן ענין פון גירות 10 ),
וגר שנתגייר כקטן שנולד דמי 11 ).
אבער די עבודה און גילויים פון תשרי זיינען תשובה,
אור חוזר,
מלמטה למעלה.
דערפאר איז אויך תשרי מיט סדר ת,
ש,
ר,
וואס דאס איז א סדר מלמטה למעלה.
דערפאר איז אויך די הכנה צו שבועות,
די עבודה פון ניסן אייר און התחלת סיון,
וואס דאס איז עבודת הצדיקים,
דודי לי ואני לו,
מלמעלה למטה.
און די הכנה צו ראש השנה איז די עבודה פון חודש אלול,
עבודת בעלי תשובה,
אני לדודי און דערנאך ודודי לי,
מלמטה למעלה.
די גילויים פון אור חוזר זיינען העכער ווי די גילויים פון אור ישר.
ווי עס איז באוואוסט 12 )
די מעלה פון בעלי תשובה אויף צדיקים.
אזוי זעט מען אויך אין די לוחות,
אז די לוחות השניות וואס זיינען געגעבן געווארן נאכן חטא העגל במחרת יום הכפורים זיינען העכער פון די לוחות הראשונות וועלכע זיינען געגעבן געווארן בחודש סיון.
און דער לשון איז 13 )
כפלים לתושי׳,
צוויי מאל אזוי פיל.
דערפאר איז אויך די טהרת הכלי וואס פאר ראש השנה,
א צווייענדיקע.
אזוי איז אויך אין דעם ענין פון גלות און גאולה וואס זייער סיבה איז דאך חטא און תשובה.
דער שורש פון גלות איז דער חטא העגל,
שטייט אויפן גלות לקתה בכפלים,
אזוי אויך אויפן חטא וואס דאס איז די סיבה פון גלות שטייט חטאה בכפלים,
וואס דורך דעם וועט מען צוקומען צו דער גאולה וואס זי איז נחמה בכפלים,
ווי עס שטייט נחמו נחמו 14 ).
(משיחת ש״פ נצבים,
תשי״ד)
ד.
אין דעם ענין אז אלץ איז לטובה,
זיינען פאראן צוויי פארשידענע לשונות אין דברי חז״ל: א)
כל דעביד רחמנא לטב עביד 15 ).
ב)
גם זו לטובה 16 ).
דער חילוק פון די ביידע לשונות איז: כל דעביד רחמנא לטב עביד איז אין תרגום לשון און גם זו לטובה איז אויף לשון הקודש.
לשון הקודש איז א לשון קדוש ומבורר.
אלע ענינים וואס אין לשון קודש זיינען קלאר.
ד.
ה.
אז מען זעט אן קלאר אז אלץ איז לטובה.
אבער כל דעביד רחמנא לטב עביד,
וואס איז געזאגט געווארן אויף תרגום לשון,
איז הגם אז עס איז אויך לטב עביד,
אבער דאס זעט זיך ניט אן אזוי קלאר.
די דערקלערונג אין דעם וועט מען פארשטיין פון דעם חילוק וואס איז פאראן צווישן די דוגמאות וועלכע די גמרא ברענגט אויף די צוויי דערמאנטע לשונות.
די דוגמא וועלכע די גמרא ברענגט אויף כל דעביד רחמנא לטב עביד איז:
ר׳ עקיבא איז געגאנגען אין וועג,
האט ער מיט זיך מיטגענומען א נר,
א חמור און א תרנגול
(א ליכט,
אן אייזל און א האן).
— היינט אז מען פארט אין וועג נעמט מען מיט אנדערע זאכן: א טשעק־בוך,
א צאן־בערשטל וכו',
— אבער דעמאלט אז מען איז געפארן,
האט מען מיטגענומען א ליכט,
מען זאל קענען לערנען תורה אפילו אין דער פינסטערניש,
א חמור וואס זאל שלעפן זיינע גשמיות און ער זאל זיין פריי פון דעם,
און א תרנגול,
ער זאל אים אויפוועקן צו חצות —
האט דער אויבערשטער מזמין געווען אז אין שטאט האט מען אים ניט אריינגעלאזט,
איז ער געבליבן נעכטיקן אין פעלד.
עס איז געקומען א ווינט און האט פארלאשן די ליכט איז ער געבליבן אין דער פינסטער.
עס איז געקומען א לייב און האט אויפגעגעסן דעם חמור,
געקומען א קאץ און אויפגעגעסן דעם תרנגול.
האט ר׳ עקיבא געזאגט: כל דעביד רחמנא לטב עביד.
שפעטער האט זיך ארויסגעוויזן אז דאס אלץ איז געווען לטובה.
ווייל יענע נאכט איז געווען אן אנפאל אויף דער שטאט,
און מען האט איר באראבעוועט.
איז אויב ער וואלט גענעכטיקט אין שטאט וואלט ער אויך אריינגעפאלן,
אויב די ליכט וואלט ברענען אין פעלד וואלט מען אים געזען,
אויב דער חמור מיטן תרנגול וואלטן געמאכט זייערע קולות,
וואלט מען געהערט די קולות כו',
און דורך דעם וואס ער האט דאס אלץ אנגעווארן,
איז ער ניצול געווארן.
ה.
די דוגמא אויף גם זו לטובה ברענגט די גמרא פון דעם תנא נחום איש גם זו.
דעם נאמען איש גם זו האט ער געהאט,
ווייל אויף יעדער זאך פלעגט ער זאגן גם זו לטובה.
האט מען אים אמאל געשיקט אין א שליחות צום מלך רומי׳ און מען האט אים מיטגעגעבן אבנים טובות ומרגליות אלס א מתנה צום מלך.
ביינאכט האט מען ביי אים צוגע׳גנב׳עט די אבנים טובות,
און אנשטאט דעם אריינגעלייגט ערד אין קעסטל.
האט ער געזאגט גם זו לטובה.
און אז אידן האבן אים געמאכט פאר א שליח צום מלך דארף ער טאן זיין שליחות,
און דער אויבערשטער וועט שוין העלפן.
אז ער איז געקומען צום מלך רומי און געגעבן דעם קעסטל אלס מתנה,
האט מען געעפנט דעם קעסטל,
און דערזעענדיק אז עס איז פול מיט ערד,
האט מען אים געוואלט טאן דאס וואס מען טוט מיט א מורד במלכות.
אבער דער אויבערשטער האט באלד געשיקט אלי׳ הנביא אין דמות פון א שר,
און ער האט געזאגט צום קיסר,
אפשר איז די ערד פון די ערד פון אברהם׳ען מיט וועלכע ער האט מנצח געווען מלחמות.
מלחמות פעלן דאך ניט ביי גוים,
האט מען באלד אויסגעפרואווט און די ערד האט מנצח געווען די שונאים פון קיסר.
ו.
דער חילוק פון ביידע דוגמאות איז:
ר׳ עקיבא האט טאקע געהאט פארלוסט און צער.
ער האט פארלארן דעם חמור מיטן תרנגול,
געזעסן אין דער פינסטער און גענעכטיקט אין פעלד.
דאס איז געווען צוליב א טובה,
אבער דאס אליין איז געווען אן ענין של צער.
ביי נחום איש גם זו איז גאר לכתחילה קיין היזק ניט געווען,
ואדרבה,
אויב ער וואלט ברענגען אבנים טובות איז ווער ווייס צי ביי דעם מלך וואלט דאס נתקבל געווארן,
ווארום אין בית המלך פעלן ניט קיין אבנים טובות 17 ),
אבער אז ער האט געבראכט די ערד איז דאס נתקבל געווארן.
ר׳ עקיבא האט געהאט א צער,
נאר דורך דעם צער איז ער ניצול געווארן פון א גרעסערן צער.
ביי נחום איש גם זו איז דאס גופא געווען טוב.
ז.
און דאס איז די מעלה פון דעם אויסשפראך גם זו לטובה אויפן אויסשפראך כל דעביד רחמנא לטב עביד.
גם זו לטובה,
מיינט מען אז זו — דאס אליין 18 )
— איז לטובה.
עס איז ניט נאר אז דאס איז צוליב טוב,
נאר דאס אליין איז טוב.
עס איז מער ניט וואס פריער איז געווען א העלם,
מען איז געווען מיט פארמאכטע אויגן,
האט מען געמיינט אז עס איז א נזק וצער,
און בשעת עס גייט אראפ דער העלם זעט מען אז מלכתחילה איז דאס געווען טוב.
נחום איש גם זו איז געווען ר׳ עקיבא׳ס רבי 19 ).
ד.
ה.
אז ר׳ עקיבא איז געווען מיט א דור שפעטער ווי נחום איש גם זו.
אין א דור וואס דער חושך הגלות איז געווען גרעסער
(ווארום מיט יעדער דור ווערט מער דער חושך),
איז זיין דור האט ניט געקענט זען בגילוי ווי יעדער ענין אליין איז טוב.
אפילו אז מען ווייס בפשיטות דעם אמת ווי יעדער ענין איז אליין טוב,
אבער אין וועלט קומט עס ניט אראפ בגילוי.
דאס וואס עס האט געקענט זיין בגילוי אין וועלט איז מער ניט ווי אז כל דעביד רחמנא לטב עביד .
מה שאין כן נחום ובדורו של נחום איש גם זו,
מיט א דור נענטער צום
(אדער אין)
זמן הבית,
האט מען געקענט מגלה זיין אויך אין וועלט,
דעם ענין פון גם זו לטובה.
איצטער גייט מען צום זמן הגאולה,
צום זמן פון ואהביו כצאת השמש בגברתו 20 ),
אז הקדוש ברוך הוא מוציא חמה מנרתקה און מען וועט זען בגילוי אין יעדער זאך אז גם זו לטובה,
צום זמן פון שמש ה׳ בגילוי פון זיין נרתק,
אז מען וועט זאגן זה ה׳ קוינו לו.
(משיחת כ׳ מנ״א,
תשי״א)
ח.
די עבודה פון אלול איז דאך א הכנה אויף תשרי.
אין חודש אלול דארף מען מתקן זיין די מעשים פון פארגאנגענעם יאר און פועל'ן ביי זיך — אחת שאלתי,
ער זאל ארויסגיין פון אלע זיינע ענינים פרטיים.
און דורך דעם אחת שאלתי פון חודש אלול ווערט דערנאך די המשכה חדשה פון חודש תשרי,
לך לבדך ואין לזרים אתך,
א שנה טובה ומתוקה בכל המצטרך לו.
און דאס איז דער טעם,
וואס אין דעם ווארט אלול ווערן נרמז אלע דריי קוים פון תורה עבודה וגמילות חסדים.
אלול — ראשי תיבות א נה ל ידו ו שמתי ל ך 21 ),
וואס דאס גייט אויף דעם קו התורה,
ווארום תורה איז א מקלט פון יצר הרע,
כמאמר רז״ל 22 ).
אלול — ראשי תיבות א ני ל דודי ו דודי ל י 23 ),
וואס דאס איז דער קו העבודה,
תפלה 24 ).
אלול — ראשי תיבות א יש ל רעהו ו מתנות ל אביונים 25 ),
וואס דאס איז דער קו פון גמילות חסדים.
א יסוד און א הקדמה צו די אלע קוים איז די עבודה פון תשובה וואס איז מרומז אין ראשי תיבות פון אלול —
(ומל ה׳ אלקיך)
א ת ל בבך ו את ל בב
(זרעך) 26 ),
וואס דאס איז דער יסוד צו אלע קוים.
ועל דרך מודה אני לפניך וואס מען זאגט אין אנהויב פון עבודת היום,
וואס ער קערט זיך צום אויבערשטן,
און דאס דערלאנגט אין לפניך ,
דלא אתרמיז בשום אות וקוץ,
וואס דאס איז א הקדמה לכל הקוים.
און דורך דער עבודה פון אלול קומט מען צו צו דער גאולה,
וואס איז נרמז אין די ראשי תיבות ל הוי׳ ו יאמרו ל אמר א שירה,
ראשי תיבות אלול 27 ).
דאס אלץ איז די כללות העבודה פון חודש אלול — די הכנה צו תשרי און דער עיקר פון דעם איז בשבח וואס פאר תשרי וואס מיני׳ מתברכין כולי יומי פון דער וואך - ויום ראש השנה בכלל,
שבת מברכין — למעלה — פון תשרי.
השי״ת זאל העלפן,
מען זאל אריין אין דעם נייעם יאר בשמחה,
און מען זאל האבן א שנה טובה ומתוקה בכל המצטרך.
(משיחת ש״פ נצבים וילך,
תשט״ו)
ט.
אין סליחות זאגט מען,
לך ה׳ הצדקה ולנו בושת הפנים.
ביי דעם אויבערשטן איז גערעכטיקייט,
כמ״ש צדיק ה׳ בכל דרכיו 28 ),
און מיר,
מצד די ענינים וואס מען האט געטאן דורכן יאר ניט ווי מען דארף,
דארפן זיך שעמען.
לויט דעם פירוש אז לך ה׳ הצדקה מיינט אז ביי דעם אויבערשטן איז גערעכטיקייט,
האט ער געדארפט זאגן לך ה׳ הצדק ,
וואס צדק מיינט גערעכטיקייט,
פארוואס זאגט ער דעם לשון פון צדקה,
וואס האט אויך דעם פירוש צדקת
(צו אן ארעמאן)?
דער חילוק פון גערעכטיקייט און צדקה איז: גערעכטיקייט הייסט אן מען גיט יענעם וויילע ער האט פארדינט,
דאס איז א גערעכטע הנהגה.
צדקה מיינט אז מען גיט א מתנת
חנם .
ניט נאר וואס עס קומט אים ניט קיין באצאלט על פי דין,
נאר אפילו בדרך מתנה קומט אים אויך ניט.
ווארום אויך מתנה איז דאך אי לאו דעביד לי׳ נייחא לנפשי׳ לא הוה יהיב לי׳ מתנתא 29 ),
און דאס וואס מען איז אים משפיע איז דאס נאר אן ענין פון צדקה,
מתנת חנם .
און דערפאר זאגט מען לך ה׳ הצדקה,
וואס האט צוויי פירושים,
ווייל אויך דא זיינען געמיינט צוויי ענינים: דער אויבערשטער איז גערעכט בכל דרכיו ולנו בושת הפנים,
און דעמאלט פילט מען אז מצד צדק - גערעכטיקייט — איז ניט צו מאנען,
מער ניט וואס מען בעט צדקה,
ווי מיר זאגן דעם לשון אין סליחות,
פנים אין לנו פניך לחלות,
צדקה לך לבד נבקש.
י.
באמת האט מען געקענט מאנען על פי דין.
ווארום כל ישראל בני מלכים הם 30 ),
און א בן מלך,
מצד דעם וואס ער איז ניט רגיל אין ארבעט,
אויך מצד זיין מעלה וואס ער איז א בן מלך,
איז יעדער זאך וואס ער טוט,
אפילו גאר קלייניקייט,
איז דאס א גרויסע רבותא,
א שווערע ארבעט,
און עס קומט אים א גרויסער תשלום.
אבער דעמאלט וואלט געווען די המשכה פון א נידעריקן ארט,
פון אן אור השייך לעולמות וואס עס דערלאנגט אהין אתערותא דלתתא.
וואס דאס איז אן אור מוגבל.
מיר ווילן אבער העכער.
דער אלטער רבי האט געזאגט: מי לי בשמים ועמך לא חפצתי,
איך וויל זע גאר ניסט איך וויל ניט דיין גן עדן איך וויל ניט דיין עולם הבא כו׳ איך וויל מער ניט אז דיך אליין 31 ),
— וואס כאטש אז דאס איז א גאר הויכע מדריגה,
פונדעסטוועגן,
וויבאלד אז מיר זיינען דאך זיינע
(דעם אלטן רבי׳נס)
תלמידים און מקושרים ההולכים בעקבותיו,
לכל הפחות — תושבי המקום וואו ער איז מרא דאתרא,
ליגט אויף אונז א חוב וזכות צו פירן זיך,
בנוגע לפועל על כל פנים,
אין די הנהגות וואס ער האט אנגעוויזן,
ובכלל זה אויך אין דער הנהגה פון מי לי בשמים כו׳.
די תנועה פון מי לי בשמים כו׳ בהנוגע לפועל איז,
— ארויסגיין פון זיך,
ארויסגיין פון אלע אייגענע הגבלות און טאן דאס וואס דער אויבערשטער וויל —
וואס דארטן איז דאך בלי גבול,
ובמילא איז אויך די המשכה ווי זי קומט אראפ למטה איז זי אן קיינע צמצומים והגבלות.
און דעריבער זאגן מיר צדקה לך לבד נבקש,
ניט דערפאר וואס מען קען ניט מאנען,
נאר דערפאר וואס מיר ווילן ניט האבן צו טאן מיט קיינעם,
מיר ווילן,
לך ה׳,
את פניך ה׳ אבקש.
און די כלי צום לך הוי׳,
די כלי אויף געפינען פניך ה׳,
איז ניט דער אויס׳טענה׳ן זיך מיט חשבונות,
ווארום עס אין דאך — אם צדקת מה תתן לו.
די כלי איז דער ולנו בושת הפנים.
ביטול און העדר הישות — איז די כלי צו אנרירן אין עצמות און ממשיך זיין פון דארטן,
וואס אלע המשכות פון דארטן זיינען — צדקה.
און ניט קוקנדיק אויף דעם,
וואס עס איז אן ארט וואס מעשה התחתונים איז דארטן ניט נוגע,
פונדעסטוועגן האבן אידן בכוח,
וואס מען האט זיי געגעבן מלמעלה,
ובקשתם משם — ומצאת,
צו מאנען מען זאל זיי געבן די צדקה,
און אידן זיינען זיכער אז זיי וועלן דאס אויספירן 32 ),
וואס דערפאר איז לובשים לבנים וכו׳ 33 ).
מען איז בטוח אז דער אויבערשטער וועט ממלא זיין משאלות לבנו לטובה בבני חיי ומזוני רויחי אין א שנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות.
(משיחת ש״פ נצו״י,
תשי״ג)