א.
די היינטיקע סדרה הויבט זיך אן: כי תצא למלחמה על איביך ונתנו ה׳ אלקיך בידך ושבית שביו.
דער ענין פון דעם אין רוחניות איז:
איביך גייט אויפן גוף ונפש הבהמית,
— ווי דער אלטער רבי איז מפרש אין לקוטי תורה 1 ),
— וואס זיי זיינען די אמת׳ע אויבים פון אדם,
און מען דארף ארויסגיין מלחמה האבן מיט זיי.
אמת טאקע אז די כוונה איז ניט ברעכן זיי,
נאר זיי מברר זיין,
אבער פונדעסטוועגן איז דאס א מלחמה,
ווארום זיי לאזן זיך ניט מברר זיין,
און עס איז נאך א שווערע מלחמה,
ווארום דער נפש הבהמית איז אקדימא טענתי׳ 2 ).
אויף דעם זאגט ער: כי תצא למלחמה.
מען דארף נאר ארויסגיין אויף מלחמה,
און דעמאלט זאגט מען דיר צו אז ונתנו ה׳ אלקיך בידך,
אז דו וועסט אים איינעמען און ניט חס ושלום פארקערט,
און נאך מערער,
עס וועט דיר צוקומען א תוספת,
ושבית שביו,
וואס דאס איז די ניצוצות שבדברים הגשמיים,
ורב תבואות בכח שור.
(משיחת ש״פ תצא,
תשי״ד)
ב.
וועגן דעם ענין פון מעקה — האט מיר איינער געפרעגט אין א בריוו: דער טעם פון מעקה איז דאך משום סכנה,
ווי עס שטייט אין פסוק ולא תשים דמים בביתך כי יפול הנופל ממנו,
און דער רמב״ם 3 )
פסק׳נט אז אויף א מצוה שמשום סכנה מאכט מען ניט קיין ברכה,
אבער אין דעם זעלבן פרק גופא 4 )
פסק׳נט דער רמב״ם אז בשעת מען מאכט א מעקה דארף מען מאכן א ברכה: אשר קדשנו במצותיו וצונו לעשות מעקה.
אין פשטות האט מען געקענט זאגן,
ווייל דער ענין פון ולא תשים דמים בביתך קען מען באווארענען אויך דורך אן אנדער אופן,
ניט דורך מאכן א מעקה,
ווארום א מעקה איז מען מחוייב דוקא בשעת דער בית איז גבוה מהקרקע יו״ד טפחים 5 ),
האט ער דאך א ברירה צו מאכן נידעריקער דעם גג אדער אויפצוהויבן די קרקע פון רשות הרבים; עס איז דא נאך אן אופן,
צו מאכן דעם גג בשיפוע,
וועט ער באווארענען דעם לא תשים דמים בביתך און פונדעסטוועגן האט ער ניט די מצוה פון מעקה.
דערפאר דארף מען מאכן א ברכה בעשיית מעקה,
ווייל דא איז דא אן ענין אויסער דעם ולא תשים דמים בביתך.
אבער דער ביאור איז ניט מספיק,
ווארום סוף סוף אויב דער גאנצער טעם פון עשיית המעקה איז נאר משום סכנה איז הדרא קושיא לדוכתא,
אז אויף דעם איז ניט שייך קיין ברכה.
נאר דער אמת איז,
אז ועשית מעקה לגגך און ולא תשים דמים בביתך זיינען צוויי באזונדערע ציוויים.
ולא תשים דמים בביתך איז ניט א טעם אויף דעם ועשית מעקה.
א ראי׳ אויף דעם: דער רמב״ם זאגט א כלל אין שרשי המצוות 6 ),
אז די טעמי המצוות רעכענען זיך ניט פאר באזונדערע מצוות במנין תרי"ג,
און פונדעסטוועגן במנין המצוות רעכנט דער רמב״ם צוויי באזונדערע מצוות.
אין מנין מצוות עשה רעכנט ער די מצוה פון ועשית מעקה 7 ),
און במנין לא תעשה רעכנט ער די מצוה פון ולא תשים דמים 8 ),
זעט מען דאך אז דער ולא תשים דמים איז ניט קיין טעם אויפן ועשית מעקה נאר עס איז א באזונדערע מצוה.
דער מקור פון דעם רמב״ם איז אין ספרי.
אין ספרי 9 )
שטייט,
ועשית מעקה לגגך,
זו מצות עשה,
ולא תשים דמים בביתך,
מצות לא תעשה.
ג.
דער ענין פון דעם אין עבודת האדם:
בשעת א איד בויט אויף א בנין חדש זיינען ניט גענוג די גדרים וואס ער האט געהאט פריער און וואס ער איז בייגעשטאנען דורך זיי אלע נסיונות,
ובמילא קען דאך זיין אז והתברך בלבבו אז שלום יהי׳ לי.
עברו רוב שנותיו ולא חטא 10 ).
ער דארף אבער וויסן,
אז וויבאלד ער גייט איבער אין א בית חדש,
האט ער א נייע עבודה און ער דארף
זיך באווארענען אויף בייצושטיין די נייע נסיונות וואס קענען זיין אין דער עבודה חדשה.
בשעת מען גייט ארויס פון כותלי בית המדרש אין וועלט,
וואס דא הויבט זיך אן א נייע עבודה,
עס הויבן זיך אן ביי אים ענינים,
וואס ביז איצטער האט ער ניט געהאט צו טאן מיט זיי,
און אזוי אויך ביי יעדן מענטשן אין יעדן טאג,
וואס דער אנהויב טאג דארף זיין עבודת התפלה,
דערנאך לימוד התורה,
איז בשעת ער גייט ארויס פון ד׳ אמות של תפלה און ד׳ אמות של הלכה אין די ל״ט מלאכות עובדין דחול,
דארף ער מאכן א מעקה,
צו באווארענען אז די עניני עולם און עובדין דחול זאלן זיין ווי מען דארף,
אז אין דעם זאל ניט זיין דמים בביתך און קיין יפול הנופל.
אזוי ווי אין גשמיות דארף די מעקה זיין העכער פון בית,
העכער אפילו פון גג הבית,
אזוי אויך אין רוחניות דארף מען נעמען די מעקה פון אן ארט וואס איז העכער פון זיך,
א סיוע ממקום עליון יותר.
און דערפאר איז שייך,
און ניט נאר שייך נאר מען דארף מאכן א ברכה אויף א מעקה.
ווארום ווי אזוי קען מען מאכן א מעקה,
נעמען פון אן ארט וואס איז העכער פון דעם ארט אין וועלכן מען געפינט זיך?
אויף דעם דארף מען מאכן א ברכה,
און לויט דעם פירוש פון רז״ל 11 )
: ברכה — מלשון המבריך את הגפן,
ד.
ה.
א המשכה — ברוך אתה הוי׳,
וואס הוי׳ איז העכער פון וועלט,
איז דורך אלקינו
(גבורה וצמצום צוליב אונז)
איז מען דאס ממשיך אין מלך העולם,
און דורך דעם ווערט דער וצונו,
מלשון צוותא וחיבור,
לעשות מעקה; דאס גיט דעם כוח אויף מאכן א מעקה גבוה עשרה טפחים אויפן גג פון עולם הבריאה וואס דאס איז די קרקע פון עולם האצילות,
ווי עס שטייט אין כתבי האריז״ל.
ד.
די הוראה מפורטת פון דעם איז:
על דרך ווי די הוראה פון כ״ק מו״ח אדמו״ר,
אז יעדער ראש השנה דארף מען עפעם מוסיף זיין .
בהידור מצוות עשה,
בזהירות מלא תעשה ובהנהגה טובה,
— אפילו אויב אויך פריער זיינען געווען אלע זיינע הנהגות ווי מען דארף —
ווייל יעדער ראש השנה ווערט נמשך אן אור חדש,
ווי עס שטייט אין אגרת הקדש12),
אזוי אויך,
בשעת א איד הויבט אן אן עבודה חדשה,
צי בשעת ער גייט ארוים מכותלי בית המדרש אין וועלט,
אדער יעדן טאג גופא נאכן דאוונען און לערנען אין דער פרי — ווען ער הויבט אן צו טאן מיט עניני עולם,
דארף מען עפעס מוסיף זיין אויף זיין פריערדיקן מעמד ומצב.
און דאס איז: כי תבנה בית חדש ועשית מעקה לגגך.
מלמעלה גיט מען כוח אויף מאכן א מעקה,
וואס א מעקה דארף זיין יו״ד טפחים,
אויף ממשיך זיין דעם אור חדש אין אלע זיינע עשר כחות הנפש,
פון די כחות חב״ד ביז דעם כוח המעשה,
וואם במילא ווערט דעמאלט באווארנט דער ולא תשים דמים,
ולא יפול הנופל וגר.
ואדרבה,
עם ווערט — כתפארת אדם לשבת בית,
1).
(נזשיזזת י״ג תנדוז,
וזש.
ט״ז)
ה.
פאראן דיעות אז קריאת פרשת זכור איז מדאורייתא 14 ),
מצד דער מצות עשה פון זכור את אשר עשה לך עמלק.
אויסער דער עשה פון זכור,
איז אויך פאראן א לאו,
לא תשכח.
און דאס איז אויך איינער פון די טעמים פון די דעות 15 )
אז אויך נשים זיינען מחוייב בזכירת עמלק,
ווייל זיי זיינען דאך מחוייב אין דעם לאו,
זיינען זיי במילא אויך מחוייב אין דער עשה.
פון דעם פארשטייט מען אויף וויפל עס איז נויטיק דער ענין פון זכירת עמלק,
אז אלע זיינען מחוייב אין דעם.
ו.
הגם אז מחיית עמלק בגשמיות איז איצטער ניט שייך.
עס זיינען גאר פאראן דיעות אז די מצוה איז מוטל נאר אויפן מלך 16 )
אז ער דארף מגייס זיין די אידן למחות זרעו של עמלק.
נאר אפילו לפי הדיעות אז די מצוה איז מוטל על כל אחד ואחד מישראל,
איז אויך,
לויט דער שיטה,
איצטער ניט שייך דער ענין פון מחיית עמלק בגשמיות,
ווייל:
א)
דער ענין איז שייך נאר בזמן שיד ישראל תקיפה.
ב)
נאר ווען מען ווייס קלאר,
ווער עס איז מזרעו של עמלק,
אבער משבא סנחרב ובלבל את העולם 17 ),
גייט מען לויטן רוב,
וכל דפריש מרובא פריש 18 ).
נאר ווען משיח וועט קומען,
וואס דעמאלט וועט זיין יד ישראל תקיפה,
און מען וועט מברר זיין ווער עס שטאמט פון עמלק׳ן,
דאן וועט דער מלך המשיח מוחה זיין אלע ענינים פון עמלק׳ן מאיש ועד אשה וגו׳.
דאס איז אין גשמיות,
אבער אין עבודה רוחנית,
איז פאראן דער ענין אויך איצטער,
אז אלע אידן זיינען מחוייב בזכירת מעשה עמלק,
ואפילו נשים שאינן יוצאות למלחמה,
זיינען אויך מחוייב אין דעם.
און די מצוה פון זכירת מעשה עמלק איז ניט נאר איין מאל אין לעבן אדער איין מאל אין יאר,
נאר עס דארף זיין יעדן טאג 19 )
וואס דאס איז א הוראה,
אויף וויפל עס איז נוגע זכירת מעשה עמלק,
ברוחניות על כל פנים,
אין עבודת השם,
אין אלע זמנים.
ז.
דער ענין פון עמלק אין רוחניות איז,
אשר קרך בדרך,
וואס ער מאכט קאלט — ווי דער מדרש טייטשט 20 )
— אין דעם דרך פון תורה ומצוות.
און אנטקעגן דער קרירות פון עמלק׳ן דארף מען מלחמה האלטן יעדן טאג.
עס איז ווייניק וואס ער האט זיך נעכטן אנגעווארעמט אין תורה און עבודת התפלה.
ער דארף היינט ווייטער מלחמה האלטן אנטקעגן דער קרירות פון עמלק׳ן.
יעדן טאג נאך איידער מען גייט ארויס האבן צו טאן מיט די עניני עולם,
דארף מען זיך אנווארעמען און מלחמה האלטן אנטקעגן עמלק׳ן,
וואס דאס דארף זיין אין דאוונען.
דורך דער התלהבות אין דאוונען וועט ער קענען מלחמה האלטן מיט עמלק׳ן בשעת ער האט צו טאן אין עניני עולם.
און דאס איז א הכנה צו מחיית זרעו של עמלק אויך בגשמיות,
וואס דאס וועט זיין בביאת מלך המשיח במהרה בימינו.
ח.
וואס עס איז נוגע לפרסם איז,
— אז מלחמת עמלק דארף זיין בכל דור ודור ובכל יום ויום,
און מען קען זיך ניט באנוגענען דערמיט וואס עס איז געווען פריער.
מען קען זיך ניט באנוגענען דערמיט וואס ער האט געהאט א שיינעם זיידן,
א שיינעם טאטן,
אדער ער אליין איז אויך געווען פריער א שיינער איד,
נאר ער דארף שטעגדיק מלחמה האלטן אנטקעגן דער קאלטקייט פון עמלק׳ן,
— ווארום מצד דעם וואס עס איז פאראן ביי אים דער הנחשלים,
קען זיך אריינכאפן עמלק און ויזנב בך כל הנחשלים אחריך,
—ביז מען וועט פועל׳ן בביאת המשיח דעם מחה תמחה את זכר עמלק און דעם מחה אמחה את זכר עמלק בקרוב ממש.
(משיחת ש"פ זכור,
תשט״ז)
ט.
היינטיקע וואך איז דאך ח״י אלול.
אויף דעם ענין פון ח״י אלול האט כ״ק מו״ח אדמו״ר געזאגט 21 )
בשם זקני החסידים,
אז ח״י אלול איז דער פשט,
אז עס ברענגט אריין א חיות אין אלול.
דער ענין פון אלול איז,
וואס מען דארף מתקן זיין דעם פארגאנגענעם יאר און דורך דעם זוכה זיין צו א שנה טובה ומתוקה אין דעם קומענדיקן יאר,
איז דער ענין פון ח״י אלול אז עס ברענגט אריין א חיות אין דער עבודה.
ניט נאר עס זאל ניט זיין בדרך מצות אנשים מלומדה,
נאר אפילו ווען ער טוט עם בהכנה ובטונה,
קען דאך זיין אז דאס איז אן א חיות,
טוט ח״י אלול אויף עס זאל זיין מיט א חיות און א לעבעדיקייט.
ח״י אלול איז דער יום הולדת פון בעל שם טוב,
און ווי דער רבי כ״ק מו״ח אדמו״ר האט געזאגט 22 ),
אז דאס איז ניט נאר יום הולדתו בגופו,
נאר אויך דער יום הולדת בנשמתו,
און אויך דער יום התגלות פון בעל שם טוב — מיט יארן שפעטער — איז אויך געווען אין ח״י אלול,
וואס דאס איז דאך די התגלות פון חסידות הכללית.
דערנאך איז געקומען כ״ק אדמו״ר הזקן — דער אלטער רבי — און האט דאס אויך אראפגעטראגן אין הבנה והשגה,
וואס דאס איז חסידות חב״ד — איז זיין יום הולדת אויך ח״י אלול.
ד.
ה.
אז ח״י אלול וואס איז דער גילוי תורת החסידות הכללית וגילוי תורת החסידות חב״ד,
ברענגט אריין חיות אין אלע ענינים פון דער עבודה פון אלול,
וואס חיות איז כידוע פארבונדן מיט שמחה.
י.
הגם די עבודה פון אלול איז דאך תשובה,
חרטה על העבר וקבלה טובה על להבא,
וואס דאס איז דאך במרירות,
איז ווי קען זיין צוזאמען דערמיט דער ענין פון שמחה וואס איז היפך דערפון?
נאר די דערקלערונג פון דעם איז: אויסער דעם וואס ווי דער רמב״ם 23 )
פסק׳נט אז יעדער מצוה דארף זיין בשמחה,
מצד דעם וואס ער איז מקיים דעם רצון הבורא,
און ער טייטשט דאס אין דעם פסוק תחת אשר לא עבדת את הוי׳ אלקיך בשמחה 24 ),
ובמילא וויבאלד אז תשובה איז דאך א מצוה 25 ),
דארף אויך תשובה זיין בשמחה.
— נאר דא איז דער ענין פון שמחה מצד א ענין צדדי.
ניט מצד דעם ענין פון דער מצוה עצמה,
נאר ווייל ער איז מקיים א מצוה,
איז ער בשמחה וואס ער איז מקיים דעם רצון העליון.
—אבער ח״י אלול,
דאס הייסט תורת החסידות,
טוט אויף אז תשובה גופא,
וואס בכללותה איז דאס מרירות,
איז אין דעם אליין פאראן שמחה.
ח״י אלול,
איז דער פירוש,
א חיות אין דעם ענין פון אלול גופא.
און די שמחה איז ניט קיין סתירה צו דער מרירות.
ווי דער אלטער רבי זאגט אין תניא 26 ),
אין דעם ענין פון תשובה,
אז עס דארף זיין בכי׳ תקיעא בלבאי מסטרא דא וחדוא תקיעא בלבאי מסטרא דא,
אין דעם זעלבן זמן און דעם זעלבן ענין גופא קאנען זיין ביידע תנועות הפכיות.
ווי ער פירט דארט אויס,
אז אויך אין דעם זמן פון ירגיז וכו׳ ומרירות,
וואס דאס איז מצד דעם נפש הבהמית,
איז דעמאלט גופא זאל ער זיין בשמחה מצד דעם הרגש נפש האלקית ובטחון הגמור אז לא ידח ממנו נדח 27 ),
און לעולם גו׳ נצר מטעי מעשה ידי להתפאר 28 ),
וואס דערפאר איז כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא 29 ).
איז דאך פארשטאנדיק אז דער ענין פון שמחה דא איז מצד דער תשובה גופא.
אז אין דער תנועה פון תשובה אליין,
וואס ער שטייט במרירות און ירגיז על היצר הרע,
אין דער זעלבער תנועה איז ער פריילעך מצד דעם וואס דער נפש האלקית קערט זיך אום צום אויבערשטן.
יא.
וועגן די טעג פון ח״י אלול ביז ראש השנה האט דער רבי,
כ״ק מו״ח אדמו״ר,
געזאגט 30 )
אז דאס זיינען די צוועלף טעג פון חשבון הנפש פון פארגאנגענעם יאר,
יום לחודש יום לחודש
(א טאג פאר א חודש).
מען האט גערעדט פריער אין דעם ענין פון עשר קדושות הן,
אז זיי זיינען פאראן אין עולם,
שנה ונפש.
אויך אין תפלה וואס דאס איז סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה,
זיינען פאראן די מדריגות.
בכללות איז דאס דער חילוק פון תפלה דחול,
וואס דארטן איז פאראן בקשת צרכיו של אדם — ביז תפלה דשבת,
וואס דאס איז נאר שבחו של מקום.
אזוי אויך אין תורה איז דאם דער חילוק פון גלי׳ שבתורה,
וואס איז אילנא דטוב ורע,
ווארום אין גליא שבתורה רעדט זיך וועגן ענינים גשמיים,
וואס דאס איז דאר דער ענין פון בירורים — ביז פנימיות התורה,
וואס רעדט זיך נאר וועגן אלקות.
דער עיקר חשבון הנפש,
אין די י״ב ימים פון ח״י אלול ביז ראש השנה,
דארף זיין בנוגע פנימיות התורה.
א ודאי דארף זיין דער חשבון אין אלע תרי״ג מצוות און אין אלע פרטים און דקדוקים.
און אדרבה — המעשה הוא העיקר.
אבער דערמיט דארף ער זיין פארטיק נאך פאר ח״י אלול.
פון ח״י אלול אן —התגלות תורת החסידות — איז דער סדר על דרך אבוך במאי הוי זהיר טפי 31 ),
זהיר מלשון זהירות ובהירות,
לייכטן,
און דורך דעם לייכט אים אריין אין אלע זיינע ענינים — אזוי דארף זיין דער עיקר וחיות החשבון בנוגע פנימיות התורה,
ניט נאר בנוגע דעם לימוד,
נאר אויך בנוגע דער הנהגה על פי חסידות,
דגדול תלמוד שמביא לידי מעשה 32 ).
און דאס וועט דורכלייכטן דעם חשבון הנפש אויך אין אלע זיינע ענינים.
און דער חשבון ברענגט דאך צו דער קבלה טובה על להבא,
אז עס זאל זיין יפוצו מעיינותיך חוצה,
אין דעם אייגענעם חוץ,
און אויך אין חוצה ממש,
וואס דורך דעם וועט זיין דער קאתי מר,
מלכא משיחא,
במהרה בימינו.
(משיחת ש״פ תבא,
ח"י אלול,
תשט"ז)