א.
מען האט גערעדט 1
באריכות,
אַז אלול איז אַן ענין פון ערי מקלט.
איז פאַראַן אַ הוספה צו דעם:
אויף דעם ענין שופטים ושוטרים שטייט אין ספרי 2
אַז די שופטים ושוטרים 3
זיינען געווען בכל מושבותיכם אויך אין חוץ לארץ.
יכול - זאָגט דער ספרי - אַז אויך ערי מקלט זיינען געווען אין חוץ לארץ,
תלמוד לומר אלה כו',
ערי מקלט זיינען געווען נאָר אין ארץ ישראל.
פונדעסטוועגן,
זאָגט ער אין ספרי 4
אַז אויך אַ רוצח שבחוץ לארץ ערי מקלט קולטות,
נאָר די ערי מקלט אַליין זיינען געווען אין ארץ ישראל דוקא.
פון דעם וואָס דער ספרי שטעלט צו שופטים ושוטרים צו ערי מקלט,
אַז אַזוי ווי שופטים ושוטרים זיינען געווען אין חוץ לארץ אַזוי וואָלט מען וועלן מיינען אַז אויך ערי מקלט זיינען געווען אין חוץ לארץ,
איז געדרונגען אז ערי מקלט האָבן אַ שייכות צו שופטים ושוטרים.
דער ענין פון שופטים און אַפילו שוטרים שהיו רודים - איז ניט געווען צוליב מעניש זיין,
נאָר די כוונה איז געווען אַז דורך דעם זאָל זיין אַ זיכוך 5 .
און אַזוי איז אויך דער ענין פון ערי מקלט,
גלות - גלות מכפרת 6 .
דער פירוש כפרה איז ווי דער אַלטער רבי טייטשט אין אגרת התשובה 7
כפרה מלשון קנוח.
עס ווישט אָפּ און נעמט אַראָפּ דעם חטא,
און אויף אַזוי פיל אַז ער ווערט מרוצה ווי קודם החטא,
ובמילא וואָלט מען וועלן מיינען אַז דאָס איז געווען אויך אין חוץ לארץ,
וואָרום ארץ ישראל וואָס איז ארץ סתם 8
איז - כמאמר 9
למה נקרא שמה ארץ שרצתה לעשות רצון קונה,
און חוצה לארץ מיינט חוץ פון דעם רצון,
האָט מען דאָך אין חוץ לארץ געדאַרפט באַוואָרענען מער ווי אין ארץ ישראל,
פונדעסטוועגן זיינען נאָר שופטים ושוטרים געווען אויך אין חוץ לארץ,
אָבער ערי מקלט - נאָר אין ארץ ישראל.
ב.
אין תשובה זיינען פאַראַן צוויי ענינים 10 ,
חרטה על העבר וקבלה על להבא,
און ווען איז דאָס אַ גוטע חרטה,
בשעת אַז מכאן ולהבא איז ער מקבל אויף זיך פירן זיך ווי מען דאַרף,
וואָרום אויב ניט,
איז וואָס איז די פעולה פון זיין חרטה עס איז כטובל ושרץ בידו.
דערפאַר זיינען ערי מקלט נאָר אין ארץ ישראל.
וואָרום אויב ער זאָל פאַרבלייבן אין דרויסן פון דעם ארץ שרצתה לעשות רצון קונה איז וואָס איז די פעולה פון זיין חרטה,
און דערפאַר זיינען ערי מקלט קולטות אויך אַ רוצה פון חוץ לארץ,
אויך אים העלפט גלות,
אָבער דער גלות אַליין מוז זיין אין ארץ ישראל דוקא ונס שמה .
דער ענין פון שופטים ושוטרים,
אָבער,
איז געווען אויך אין חוץ לארץ,
וואָרום וועגן משפט'ן יענעם,
שטייט דאָך 11 ,
אַל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו; בית דין שבארץ ישראל קענען ניט וויסן די העלמות והסתרים וואָס זיינען פאַראַן אין חוץ לארץ,
ווי אויף יעדער ענין אין מעשה,
און אפילו דבור ומחשבה,
דאַרף מען האָבן אַזוי פיל יגיעה,
און ס'זיינען פאַראַן אַ סך נסיונות.
אין ארץ ישראל - אַ מצב װאָס עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה 12
- האָט מען גאָר ניט קיין מושג אין דעם,
דעריבער האָבן די ושוטרים געדאַרפט זיין אויך אין חוץ לארץ,
אויף משפט'ן די אידן פון חוץ לארץ.
ווי עס איז באַוואוסט דער סיפור פון מיטעלן רבי'ן,
און פון כ"ק אדמו"ר הצמח צדק 13
אַז אַמאָל אינמיטן יחידות האָט ער מפסיק געווען אויף א משך זמן,
און נאָכהער געפראַוועט יחידות.
בשעת מען האט אים געפרעגט דעם טעם אויף דעם,
האט ער דערקלערט,
אַז בשעת מען קומט אויף יחידות פרעגן אַ תיקון דאַרף מען געפינען בדקות דדקות על כל פנים דעם ענין ביי זיך,
און דעמאָלט קען מען ענטפערן.
בשעת מען איז געקומען צו אים פרעגן אויף זייער אַ נידעריקן ענין,
האָט ער ניט געקאָנט געפינען ביי זיך דעם ענין אפילו בדקות דדקות,
האָט ער מפסיק געווען די יחידות.
וואָס דאָס איז אויך דער ענין וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה רבינו,
בשעת דעם חטא העגל,
לך רד כי שחת עמך 14 .
משה איז דאַן געווען אויפן הימל למעלה מעלה,
לחם לא אכל ומים לא שתה,
די אידן זיינען געווען למטה מטה,
האָט אים דער אויבערשטער געזאָגט שחת עמך ,
זיי זיינען דיין עם - וואָס דורך דעם האט משה געהאַט אַ פאַרבונד מיט זיי און געקענט אויף זיי מלמד זכות זיין.
ועל דרך ווי דער אַלטער רבי שרייבט אין בד קודש,
אַז ער וויל ניט אַז דער משפט זאָל זיין דורך שרים,
אויף שרים קען מען זיך ניט פאַרלאָזן,
נאָר מען בעט אַז מלפניך
(דוקא)
משפטי יצא עיניך תחזינה מישרים 15 ,
די שרים פילן ניט וואָס די העלמות והסתרים זיינען,
דעריבער דאַרף מען האָבן דעם משפט פון אַ נשמה אין אַ גוף - מלפניך דוקא.
דאָס איז אויך דער ענין פון דעם װאָס די שופטים ושוטרים האָבן געדאַרפט זיין אין חוץ לארץ דוקא.
ג.
הגם ערי מקלט זיינען געווען אין ארץ ישראל דוקא,
איז אָבער אין דעם פאַראַן חילוקי מדריגות.
עס זיינען געווען ערי מקלט אין עבר הירדן דשכיחי רוצחים 16 ,
אין ארץ ישראל,
דלמה נקרא שמה ארץ לפי שרצתה לעשות רצון קונה און אַפילו לעתיד לבוא,
ואם ירחיב הוי' אלקיך את גבולך 17 ,
וועלן אויך זיין ערי מקלט.
דאָס הייסט אז דער ענין פון שפך דם האדם כאדם 18 ,
וואָס אויף דעם אין דער ענין פון ערי מקלט,
איז פאַראָן אין יעדער מדריגה לויט איר ענין,
און אפילו לעתיד וואָס דעמאָלט וועט זיין די עבודה,
ובמילא אויך דער העדר העבודה,
אין אַ העכערן אופן לגמרי,
איז אויך אין דעם ענין פאַראַן דער שפך דם האדם דקדושה באדם בליעל 19 ,
און מען דאַרף האָבן אויף דעם ערי מקלט שקולטות.
וואָרום אין יעדער מדריגה איז פאַראַן דער ענין פון העדר והיפוך העבודה כפי ענינה,
דאָס הייסט,
אַז לפי ערך מעלת מדריגתו איז דאָס אַן ענין פון העדר העבודה,
ביז אַז אין דער מדריגה פון ובו תדבקון,
איז די עבודה פון אותו תעבודו אַן ענין וואָס מען דארף טאָן אויף דעם תשובה 20 .
ד.
און אַזוי איז אויך דער חשבון הנפש פון חודש אלול,
וואָס דאָס איז דער ענין פון ערי מקלט כנ"ל,
- אז ביי איטלעכן איז דאָס לויט זיין אופן.
מען דאַרף מאַכן אַ חשבון הנפש פון זיינע אַלע מחשבות,
דבורים און מעשים במשך פון אַ גאַנץ יאר,
צי זיינען זיי געווען על פי שולחן ערוך,
צי זיינען זיי געווען לפנים משורת הדין,
און צי עס איז געווען לפום גמלא 21 ,
און אויב עס איז ניט געווען אַזוי,
דאַרף מען האָבן תשובה.
פון דעם איז פאַרשטאַנדיק אַז ניט נאָר בעלי עסקים נאָר אויך יושבי אוהל וואָס אַ גאַנץ יאָר געפינען זיי זיך באהלה של תורה ובאהלה של תפלה,
אויך ביי זיי דאַרף זיין אין חודש אלול אַן עיר מקלט,
"את בצר במדבר",
אין תורה,
וואָס אויף איר שטייט וממדבר מתנה,
און אַזוי אויך אין תפלה 22 .
דאָס איז אויך וואָס מען האט גערעדט פאַר צוויי יאָרן
(ח"י אלול)
וועגן דעם מנהג פון דער מדינה אז אין דער צייט פון אלול ותשרי צעפאָרט מען זיך פון די ישיבות אַהיים,
אַז דאָס איז היפך התורה און אויך היפך פון שכל אנושי.
אנשטאָט דעם וואָס עס שטייט 23
אז בחודש אלול האָט מען ממעט געווען בגופי הלכות ובחיבורים און מען האָט זיך עוסק געווען מער בתשובה,
פאָרט מען גאָר אַוועק אַהיים.
אין דער צייט פון חודש אלול דאַרף מען זיין אין ישיבה,
און עס דאַרף זיין אָפּגעלייגט אז יעבור עלי מה און די עטלעכע וואָכן אינעם חודש פון "בקשו פני" זאָל איך זיין כדבעי.
ה.
דאָס איז אויך אַן הוראה צו בעלי עסקים,
אַז הגם אַ גאַנץ יאָר ליגט ער בעסקיו,
אָבער אין דער צייט פון חודש אלול,
אָדער לכל הפחות פון ח"י אלול וואָס דעמאָלט הויבט זיך אָן דער חשבון יום לחודש 24 ,
אָדער בימי הסליחות על כל פנים,
זאל ער אַנטלויפן אין ערי מקלט
(וואָס זיינען געווען אויך אין עבר הירדן שמחוץ לארץ ישראל .
אין אַן אָרט פון יראת שמים,
אין אַ ישיבה והדומה.
און שם תהא דירתו.
עס דאַרף זיין דער ונס שמה,
ונס מיינט אַנטלויפן 25 .
אַנטלויפן פון אַלע ענינים וואָס מען איז אין זיי אַ גאַנץ יאר,
אין ערי מקלט,
און שם תהא דירתו,
דאָרטן באַזעצן זיך,
און בסגנון פון זוהר 26
קבורתי' דילי'
(דמשה)
משנה - זאָל זיין שם תהא קבורתו.
דער ענין פון קבורתו איז ווי עס שטייט 28
בן מאה כאילו מת ועבר ובטל מן העולם,
בשעת ער איז אַ בן מאה,
און האָט דורכגעטאָן אַלע ענינים אין אַלע פרטי כחות הנפש,
(יוד הכלולים מיוד)
דעמאָלט איז עבר ובטל מן העולם,
ער האָט ניט צוטאָן מיט העלם העולם,
ובמילא קאָן ער מאריך ימים ושנים זיין,
וואָרום ער האָט ניט פאַרוואָס צו מורא האָבן.
וואָס דאָס מיינט קבורתו דער פירוד פון די ד' יסודות און יעדער קומט צו ומתחבר לשרשו,
עפר אתה ואל עפר תשוב,
דער ביטול פון ארץ,
וואָס דערפון קומט דאַן דער בנין המלכות שבראש השנה.
דורך דער עבודה פון חשבון הנפש אין חודש אלול,
ביז דעם ונס שמה,
איז אַ הכנה צו דער כתיבה וחתימה טובה דראש השנה לשנה טובה ומתוקה בבני חיי ומזוני רויחי.
(משיחת ש"פ ראה,
מבה"ח אלול,
תשי"ד)