א.
אין היינטיקער סדרה רעדט זיך וועגן זאת הבהמה אשר תאכלו,
בהמות טהורות,
און וועגן הבהמה אשר לא תאכלו,
בהמות טמאות,
און די תורה גיט אָן צוויי סימנים אויף הבהמה אשר תאכלו: מעלת גרה און מפרסת פרסה.
אין די סימנים פון תורה זיינען פאַראַן צוויי סוגים: א)
גורמים,
אַזעלכע סימנים וואָס זיי זיינען אַ טעם וסיבה אויף דער זאַך,
ובנדון דידן - דורך דעם וואָס די בהמה איז מעלה גרה ומפרסת פרסה,
איז זי אַ בהמה טהורה; ב)
מבדילים,
אַזעלכע סימנים וואָס זיי זיינען ניט קיין טעם וסיבה אויף דער זאַך,
זיי זיינען מער ניט ווי מברר די טהרה והיפך הטהרה וואָס עס איז פאַראַן אין דער זאַך מצד עצמו .
דאָס ווערט נתברר דורך די סימנים 1 .
פנימיות התורה,
תורת החסידות,
פאַרבינדט דעם משל מיטן נמשל.
הגם דער משל איז אַ פרעמדע זאַך,
ער איז מער ניט ווי אַ משל בלבד,
פונדעסטוועגן פאַרבינדט מען אים מיטן נמשל.
וואָרום עס איז ניטאָ קיין צופאַל,
מקרה סתם,
אין וועלט.
דאָס וואָס ער איז אַ משל צום נמשל,
איז ווייל ער נעמט זיך פון אים.
דער ענין וואָס אין נמשל ווען ער קומט אַראָפּ אין אַ נידעריקערן עולם,
ווערט דאָס - משל.
לויט דעם האָבן ביידע סוגים אין סימנים אַ שייכות צו דער זאַך אַליין.
אפילו די סימנים וואָס זיינען ניט קיין טעם וסיבה - נאָר מער ניט ווי סימנים אויף מברר זיין,
האָבן אויך צו טאָן מיט דער זאַך אַליין.
ניט צופעליק איז דאָס איר סימן,
נאָר ווען די זאַך קומט אַראָפּ נידעריקער,
ווערט דאָס - דער סימן.
במילא איז פאַרשטאַנדיק,
אַז די צוויי סימנים פון מעלת גרה און מפרסת פרסה,
אין וואָס פאַר אַ סוג סימנים זיי זאלן נאָר אַריינגיין,
האָט דאָס צו טאָן מיט זאת הבהמה אשר תאכלו.
ב.
דער ענין האכילה - זאת הבהמה אשר תאכלו - איז,
אַז מען נעמט אַ חי,
אַ צומח אָדער אַ דומם,
און דורך דעם וואָס מען עסט אים,
ווערט עס דם ובשר כבשרו,
אַז פון דעם דומם,
צומח,
חי ווערט מדבר,
וואָס דורך דעם פירט זיך אויס דער תכלית פון דעם דומם,
צומח,
חי,
אַז ער ווערט נכלל אין מדבר.
אין דעם אדם גופא זיינען אויך פאַראַן ענינים וואָס אין זיי איז ער גלייך צו דומם,
צומח,
חי,
על דרך ווי די גמרא זאָגט 2 ,
בשלשה נדמה כבהמה,
און עס זיינען פאַראַן ענינים וואָס אין זיי איז ער אָפּגעטיילט פון דצ"ח.
מיט זיי איז ער אַן אדם,
מין המדבר.
אַזוי ווי אין דצח"מ בכלל - איז ניט דער דצ"ח דער תכלית,
נאָר דער מדבר דוקא,
אויך די מעלה אין דצ"ח איז בשעת זיי ווערן נכלל אין דעם מדבר דוקא,
אַזוי איז אויך אין דעם מדבר גופא.
די ענינים וואָס ער איז אין זיי גלייך צו דצ"ח,
ניט דאָס איז זיין מעלה און זיין תכלית.
דער תכלית איז דער ענין המדבר וואָס אין אים.
דער תכלית פון זיינע איבעריקע ענינים - די דצ"ח וואָס אין אים - איז,
אַז אויך זיי זאלן זיין לויט דעם ענין פון מדבר וואָס אין אים,
און אין דעם זאָלן זיי נכלל ווערן.
און אַזוי איז אויך אין דעם דומם צומח וחי - בכללות - וואָס דער אדם נוצט זיי און זיי ווערן נכלל אין אים,
איז דער תכלית פון זיי אַז זיי זאלן נכלל ווערן אין דעם מדבר שבאדם דוקא,
דורך דעם וואָס דער מענטש וועט דאָס אויסנוצן צוגעפּאַסט לויט זיין ענין ומעלת האדם.
ג.
דער אמת'ער ענין פון אדם איז אדמה לעליון 3 ,
כביכול - צו דעם אדם העליון שעל הכסא,
וואָס ער - דער אדם העליון שעל הכסא - איז דער אמת'ער אדם,
דער אמת'ער מעלת המדבר.
די מעלה פון דעם אדם התחתון איז וואָס ער איז אדמה לאדם העליון,
און דערפאַר ווערט ער אָנגערופן מיטן נאָמען אדם .
די מעלת האדם איז - ער זאָל נכלל ווערן אין דעם אדם העליון,
דורך דעם וואָס ער וועט אויספירן די שליחות פון אדם העליון.
ווי דערקלערט אין לקוטי תורה 4 ,
אַז דורך דעם וואָס מען טוט אַ שליחות פון אדם העליון ווערט מען כמותו,
וואָס דאָס איז די התכללות וואָס ער ווערט נכלל אין אדם העליון.
עס איז פאַראַן אין דעם אַ סדר והדרגה,
פריער איז דאָס אין אַ נידעריקער מדריגה,
דערנאָך העכער,
ביז ער פּועל'ט אין זיך די התכללות אַז ער ווערט אינגאַנצן נכלל אין דעם אדם העליון,
ווי מען האט גערעדט
(אין מאמר)
אַז פריער איז די עבודה פון אחרי הוי' אלקיכם תלכו,
אחרי ,
מער ניט ווי אחורים בלבד,
ביז מען קומט צו צום תכלית העלי',
ובו תדבקון,
אַז ער איז ניט קיין שום מציאות לעצמו,
ער ווערט אינגאַנצן דבוק,
ביז עס ווערט איין זאַך.
- ועל דרך מדריגת משה רבינו וואָס ער האָט געזאָגט,
ונתתי עשב,
ווייל ער איז געווען אינגאַנצן בטל,
ער איז ניט געווען קיין מציאות,
ונחנו מה,
שכינה מדברת מפומא דילי' 5 ,
דאָס זיינען געווען די רייד פון דער שכינה וואָס האָט גערעדט דורך זיינע ה' מוצאות.
וואָס דאָס איז די מדריגה פון ובו תדבקון.
-
און אַזוי ווי אין אים אַליין,
אַזוי איז עס אויך אין דעם דצ"ח וואָס ער נוצט,
אַז תכליתם איז זיי זאלן נכלל ווערן אין דעם אדם העליון.
ד.
בכדי עס זאל קאָנען זיין דער ענין מען זאָל נעמען אַ בהמה,
וואָס ריח הבהמה היורדת היא למטה,
און פועלין אין איר אַ העלאה והתכללות,
היפך טבעה פון ירידה למטה,
פריער די התכללות אין אדם התחתון און דורך דעם אויך אין אדם העליון,
וואָס דאָס איז דאָך גאָר אַ ווייטע וועג,
פון אחרי הוי' אלקיכם ביז ובו תדבקון,
און כל הדרכים - בחזקת סכנה;
בכדי מען זאל קענען דורכגיין די וועג,
האָט די תורה אונז געגעבן צוויי סימנים,
וועלכע באַווייזן צי ער טוט זיין עבודה ווי עס דארף צו זיין:
צי איז ער זיך מתעסק אין די דברים הגשמיים פון דצ"ח לשם שמים ולעבודת הוי',
וואָס דעמאָלט פּועל'ט ער אין זיי אַן העלאה והתכללות כנ"ל,
אשר תאכלו,
צי ער טוט דאָס ניט ווי מען דאַרף,
ער טוט דאָס ניט לעבודת הוי' נאָר מצד זיין טבעיות ורגילות,
וואָס דעמאָלט פועל'ט ער ניט אין דעם קיין העלאה,
נאָר פאַרקערט.
און דעמאָלט איז - אשר לא תאכלו.
ה.
אין תורה אור 6
ברענגט ער פון ר' חנינא בן תרדיון וואָס ער האָט געטאָן צוויי ענינים,
איין מעשה וואָס ער האָט געטאָן אין קו החסד,
און אַ צווייטע מעשה וואָס ער האָט געטאָן אין קו הגבורה,
און ער האָט דאָס געטאָן מיט דעם זעלבן אופן - דורך דעם האט מען געוואוסט אַז דאָס איז ניט מצד הטבע נאָר מצד עבודה,
וואָרום אויב מצד הטבע,
האָבן ניט געקענט זיין ביידע זאכן מיטן זעלבן חיות.
ווי עס שטייט אין ספרי 7
אז אהבה ויראה זיינען צוויי מדות הפכיים און זיי קאָנען ניט זיין צוזאַמען.
סיידן אין עבודת הוי',
אין דעם קענען זיין ביידע מדות צוזאַמען.
דאָס איז אויך וואָס עס שטייט ביי אברהם אבינו בשעת דעם נסיון העקידה דוקא,
עתה ידעתי כי ירא אלקים אתה 8 ,
די פריערדיקע נסיונות זיינען געווען אין איין קו,
אין קו הימין,
האָט מען דאָך ניט געקאָנט וויסן צי דאָס איז ניט מצד הטבע.
אָבער בשעת עס איז געווען דער נסיון אַז ער האָט גענומען יצחק'ן צו דער עקידה ביז ער האָט געוואָלט טאָן וואָס ער האָט געוואָלט,
וואָס דאָס איז דאָך מצד קו הגבורה,
איז עתה ידעתי כי ירא אלקים אתה.
עתה ידעתי אויך אויף אַלע פריערדיקע נסיונות אַז דאָס איז מצד עבודה.
ו.
דאָס איז דער סימן פון מפרסת פרסה.
בשעת מען טוט מער ניט ווי אין איין קו,
קיומא דחד סמכא,
קאָן זיין אַז דאָס איז מצד הטבע והרגילות.
אַ סימן אויף אַ בהמה טהורה איז,
מפרסת פרסה,
עס איז צעשפּאָלטן און גייט רעכטס און לינקס,
אין ביידע זייטן.
ער גייט אַרויס פון זיין טבע ורגילות,
און טוט די שליחות פון דעם אדם העליון,
וואוהין מען שיקט אים.
דער דין אין מפרסת פרסה איז אַז עס דאַרף זיין צעשפּאָלטן פון אויבן און פון אונטן,
אויב ניט איז דאָס ניט קיין בהמה טהורה 9 .
דאָס וואָס ער טוט אין ביידע קוים,
דאַרף דאָס זיין ניט נאָר אין חיצוניות אַליין.
אויב דאָס איז נאָר אין חיצוניות אָבער אין פּנימיות שטייט ער מער ניט ווי אין איין קו,
איז לא תאכלו,
פועל'ט ער ניט די העלאה והתכללות.
עס דאַרף זיין דורכגעשפּאָלטן בפנימיות און אויך בפועל,
דורך און דורך,
וואָס דעמאָלט איז תאכלו,
ער פועל'ט די התכללות,
ביז ער קומט צו דעם - ובו תדבקון.
פונדעסטוועגן,
וויבאלד ער האָט צו טאָן מיט גשמיות,
וואָס עס האָט אַ שייכות צו חומריות,
איז אַפילו בשעת ער זעט אַז עס איז מפרסת פרסה,
טאָר ער ניט פאַרלאָזן זיך אויף זיך און עס דארף זיין אויך דער סימן - מעלת גרה,
איבערקייען,
בודק זיין זיך און מברר זיין נאָך אַמאָל און ווידער אַמאָל.
ז.
די הוראה פון דעם אין עבודה בפועל - מען קען דאָס אָפּלערנען פון למטה אויף למעלה,
און פון למעלה אויף למטה – איז:
אַזוי ווי בשעת מען גייט עסן פון אַ בהמה דאַרף מען דאָך זען צי זי האָט די סימני טהרה,
אויב ניט,
טאָר מען איר ניט עסן,
אַזוי איז אין יעדער ענין בעולם הזה וואָס מען גייט טאָן,
דאַרף מען בודק זיין די סימנים: מען דארף זיין זיכער אַז מען טוט דאָס ניט למלאות תאות נפשו,
און אַפילו אויב ביי אים קוקט אויס אַז דער סימן שטימט.
טאָר ער זיך ניט פאַרלאָזן אויף דעם,
און מען דאַרף האָבן אַ צווייטן בירור.
(משיחת ש"פ ראה תשט"ו)
ח.
אין לקוטי תורה 10
איז דאָ אַ משל אויף דעם חילוק פון אלול און תשרי: אין אלול איז כמשל המלך הנמצא בשדה קודם שבא לעיר און אין תשרי איז כמלך הנמצא בהיכלו.
בשעת דער מלך איז בהיכלו קענען ניט אַלע אַריינגיין צו אים,
און מען מוז האָבן כמה וכמה הכנות.
ווען דער מלך גייט אַרויס צום פאָלק אין פעלד איז הגם ער איז דאָרטן ניט מיט זיין גאַנצער פּראַכט און גרויסקייט ווי בהיכל מלכותו - איז מצד דעם גופא דאָ די מעלה,
אַז יעדער איינער קען אַליין רעדן צום מלך און דער מלך נעמט צו אַלעמען בסבר פנים יפות און נעמט אָן ביי יעדן איינעם זיין בקשה.
באלול קומט דער אויבערשטער צו יעדן אידן,
און יעדער איד קאָן אים געבן זיין בקשה,
ווי עס איז דערקלערט אין לקוטי תורה באריכות.
מצד דעם איז אָבער פאַרשטאַנדיק,
אַז בשעת דער מלך געפינט זיך בשדה,
דאַרף מען האָבן שטאַרקערע זהירות,
וויבאַלד אַז דער מענטש שטייט אין זיין מעמד ומצב און פונדעסטוועגן קומט דער מלך צו אים און נעמט צו זיין בקשה,
נאָך מערער - ער ווייזט אים אַ סבר פנים יפות,
קען ער דאָך האָבן אַ טעות,
אַז ס'איז גוט צו שטיין אינעם זעלבן מצב,
וראי' לדבר,
אַז שטייענדיק אין זיין מצב קומט צו אים דער מלך.
בשעת דער מלך איז בהיכלו - דאָרטן קען מען קיין טעות ניט האָבן,
דאָרטן לאָזט מען אים דאָך ניט אַריין,
סיידן ער איז דורכגעגאנגען אַלע הכנות וואָס מען דארף דערצו,
און מען לאָזט אים אַריין נאָר אויף וויפל ער איז ראוי,
ווי דער לשון הגמרא 11 ,
הראוי לחצר לחצר,
הראוי לגינה לגינה,
הראוי לביתן לביתן,
אָבער בשעת דער מלך איז בשדה,
קען מען לייכט אַ טעות האָבן,
דאַרף מען האָבן אויף דעם אַ זהירות ביותר.
ט.
און אַזוי איז אויך אין חודש אלול.
דאָס וואָס דער אויבערשטער קומט צו יעדן איינעם ניט קוקנדיק אויף זיין מצב און ער ווייזט אים אַ פּנים שוחקות איז דאָס גאָר אַ גרויסע מעלה,
וואָס יעדער איד קען נעמען אלקות,
אָבער מצד דער מעלה גופא דאַרף מען האָבן אַ זהירות ביותר,
ער זאָל ניט האָבן דעם טעות,
אַז ער קען בלייבן במעמדו ומצבו,
וראי' לטעותו,
אַז הגם ער געפינט זיך בעובדין דחול,
ל"ט מלאכות
(אלול איז דאָך ניט יום טוב פונדעסטוועגן גיט מען אים דעם גילוי פון י"ג מדות הרחמים,
און ווי די גמרא 12
זאָגט,
מלמד שנתעטף הקב"ה כש"ץ ויעבור הוי' על פניו ויקרא הוי' הוי',
וואָס דאָס איז פון דעם הוי' שלמעלה מהשתלשלות.
י.
עס שטייט אין פּרי עץ חיים 13
אַז,
ל הוי' ו יאמרו ל אמר א שירה איז ראשי תיבות אלול.
דאַרף מען פאַרשטיין,
א)
וואָס האָט דאָס פאַר אַ שייכות צו אלול.
ב)
וואָס איז דער פשט לאמר.
אַלעמאָל מיינט לאמר זאָגן צו אַ צווייטן,
אָבער וויבאַלד אַז אַלע אידן זיינען געווען דערביי,
איז ווי פּאָסט דאָ דער וואָרט לאמר?
נאר לאמר דאָ מיינט לדורות,
בכל דור ודור זאָל זיין דער אשירה להוי' כי גאה גאה.
בשעת אַ איד האַלט ביי אשירה להוי',
דעמאָלט איז גאה גאה,
ווי דער תרגום זאָגט אתגאי על גיותניא.
הגם עס איז טאַקע פאַראַן גיותניא,
די שרים שלמעלה,
הנהגת הטבע על פי סדר ההשתלשלות,
אָבער בשעת אַ איד גיט זיך אַוועק צום אויבערשטן,
איז דער אויבערשטער מבטל פאַר אים די גאַנצע וועלט מיט די שרים,
אַז אַלע זיינען אונטער אים.
און דאָס איז די עבודה פון אלול: ויאמרו לאמר אשירה לה',
איבערגעבן זיך צום אויבערשטן,
וואָס דאָס איז תשובה,
והרוח תשוב אל האלקים 14 ,
וואָס פון דעם קומט אויך אַרויס די תנועה פון אשירה.
און די תנועה פון איבערגעבן זיך צום אויבערשטן פועל'ט אויך אין נאָך אַ אידן,
ויאמרו לאמר ,
און אַמירה לדורות,
וואָס דעמאָלט איז כי גאה גאה,
מען ווערט אַ בעל הבית אויף וועלט.
עבד מלך – מלך 15 ,
עבד פון הוי' וואָס מלך גאות לבש.
(משיחת ש"פ ראה,
מבה"ח אלול תשי"ד)