B"H
🏡

Ikar

סוכות א

א.

עס שטייט אלה מסעי בני ישראל אשר יצאו מארץ מצרים,

מסעי לשון רבים,

ד.

ה.

אז עס זיינען געווען א סך מסעות דורך וועלכע די אידן זיינען ארויס פון מצרים.

איז באוואוסט אויף דעם די קשיא,

די אידן זיינען דאך ארויס פון מצרים מער ניט ווי מיט איין מסע,

דער מסע פון רעמסס קיין סוכות

(די איבעריקע מסעות זיינען דאך געווען שוין נאך דעם ווי די אידן זיינען ארויס פון מצרים),

היינט פארוואס שטייט מסעי לשון רבים?

אויך דארף מען פארשטיין דעם ענין פון די מ״ב מסעות וועלכע זיינען געווען זינט די אידן זיינען ארויס פון מצרים ביז זיי זיינען געקומען קיין ארץ ישראל,

ארץ טובה ורחבה.

ווארום באלד מיטן ערשטן מסע,

ווי זיי זיינען נאר ארויס פון מצרים,

לשון מצרים וגבולים,

איז דאס דאך שוין מרחב.

ווי מען גייט נאר ארויס פון מיצר געפינט מען זיך במילא במקום המרחב — היינט וואס גיט צו דער ענין פון די מ״ב מסעות אין דער זאך פון מרחב?

נאר דער ענין אין דעם איז,

אז אין מצרים ומרחב זיינען פאראן כמה וכמה מדריגות; דאס וואס לגבי א נידעריקערער מדריגה הייסט מרחב,

איז לגבי א העכערער מדריגה הייסט עס נאך מצרים,

ביז מען קומט צו צום אמת׳ן מרחב,

צום לעצטן מסע,

על ירדן יריחו,

וואס דאס גייט אויף משיח׳ן דמורח ודאין 1 ).

ביז דעמאלט,

איז הגם אז לגבי נידעריקער איז דאס אן ענין פון מרחב,

אבער לגבי העכער איז דאס מצרים.

און דאס איז דער ענין פון די מ״ב מסעות וועלכע זיינען געווען פון מצרים,

ביז ארץ טובה ורחבה.

מיטן ערשטן מסע,

איז הגם אז מען איז שוין ארויס פון מצרים און אריין — במילא — אין מרחב,

איז אבער לגבי א העכערער מדריגה איז דאס נאך אן ענין פון מצרים,

דערפאר דארף זיין נאך א מסע אויף ארויסגיין אויך פון דעם מצרים.

און דאס איז דער לשון אלה מסעי

(לשון רבים)

גו׳ אשר יצאו מארץ מצרים,

ווארום אויך דער ענין פון די איבעריקע מסעות איז צו ארויסגיין פון מצרים,

ביז מען קומט צו צום ירדן יריחו,

דער תכלית העילוי.

ב.

תורה איז דאך א נצחית בכל דור ודור,

ובפרט דער ענין פון יציאת מצרים,

וואס עס שטייט 2 )

אויף דעם: חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא היום ממצרים,

איז דאס א הוראה אין עבודה,

אז אויך בשעת מען האט שוין גע׳פועל׳ט ביי זיך אן עבודה שלמעלה מטעם ודעת,

למעלה ממדידה והגבלה,

וואס דערמיט איז מען ארויס אויך פון מצרים דקדושה,

איז דאס נאך ניט גענוג,

ווארום לגבי העכער איז דאס נאך אלץ מצרים,

במילא דארף מען ווייטער ארבעטן און ווייטער גיין.

מען וועט דאס פארשטיין אויך פון דעם ענין פון עבודת התפלות וואס דאס — עבודת התפלה — איז עבודת האדם,

ווי עס איז באוואוסט דער אונטערשייד 3 )

צווישן תורה און תפלה,

אז תורה איז מלמעלה למטה,

און תפלה איז עבודת האדם מלמטה למעלה,

א סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה 4 ),

וואס מען גייט מלמטה למעלה,

ארויסגיין פון מקום המיצר למקום המרחב.

איז דאך ידוע אז אין תפלה זיינען פאראן כמה וכמה עליות,

וואס מיט יעדער עלי׳ גייט ער ארויס פון זיין פריערדיקן מצב,

און פונדעסטוועגן איז דאס ניט גענוג,

און מען דארף גיין העכער און העכער.

די ערשטע עבודה איז די הכנה צום דאוונען: אזוי ווי ער גייט דאך דאוונען צום אויבערשטן הבלתי בעל גבול ובלתי בעל תכלית,

און ער — דער אדם — געפינט זיך דאך אין א גוף ונפש הבהמית,

ובפרט כשמלוכלך על ידי החטא,

איז ווי זאל ער זיך שטעלן דאוונען?

מוז ער זיך פריער באפרייען פון אלע זיינע ענינים,

און פון זיין גאנצער מציאות,

און דאן שטעלן זיך דאוונען.

דאס אליין,

דער שטעלן זיך דאוונען,

נאך איידער ער דאוונט,

נאך איידער ער האט אנגעהויבן זאגן הודו,

אדער מה טובו,

נאר דאס אליין וואס ער טוט אן דעם גארטל און שטעלט זיך דאוונען,

דערמיט אליין גייט ער דאך ארויס פון זיינע ענינים,

און ער ווערט מזוכך,

דאס הייסט,

ער גייט ארויס פון זיינע מצרים וגבולים.

— דערמיט וועט מען אויך פארשטיין,

וואס עס שטייט אויך אין נגלה דתורה,

אז קודם התפלה יפנה ויטול ידיו 5 ),

יפנה מיינט,

ארויסנעמען פון זיך די פסולת שבגלוי ושבפנימיות; נאך דעם איז יטול ידיו,

ארויסנעמען די טומאה,

וואס עס איז נאר אן ענין פון מקיף,

אין פנימיות איז דא גארבישטא 6 ),

איז אויך פון דעם דארף מען פטור ווערן פארן דאוונען —

פונדעסטוועגן איז ער דערמיט אליין נאך ניט יוצא,

ערשט דעמאלט דארף ער זיך שטעלן דאוונען,

אנהויבן זאגן הודו,

וואס דעמאלט גייט ער ארויס אויך פון דער מציאות ווי ער שטייט נאך זיין הכנה צום דאוונען,

וואס לגבי העכער איז דאס נאך א מיצר וגבול; גייט ער ארויס אויך פון דעם מיצר אל מקום המרחב.

און אזוי אויך אין תפלה גופא זיינען פאראן כמה וכמה עליות,

וואס בכללות טיילט זיך דאס אויף ד׳ שליבות 7 )

(די עליות זיינען על ידי שם מ״ב כידוע),

וואס יעדער מדריגה לגבי דער העכערער איז נאד אלץ אן ענין פון מיצר וגבול.

ביז מען קומט צו צו שמונה עשרה,

וואס דארטן איז דער תכלית העילוי,

ער גייט ארויס אינגאנצן פון זיין מציאות

(וועלכע ס׳זאל נישט זיין,

אויך פון א מציאות וואס איז אויסגעאיידלט על ידי עבודתו בכל המדריגות הקודמות),

און ער שטייט בביטול במציאות כעבדא קמי׳ מארי׳,

אז ער איז גארניט קיין מציאות,

און זאגט: אד׳ שפתי תפתח ופי יגיד תהלתך,

דער אויבערשטער זאל עפענען מיינע ליפן אין איך וועל ניט מער ווי נאכזאגן 8 ).

ג.

וואס דערפאר זעט מען אז אין שמונה עשרה זיינען פאראן צוויי ענינים הפכיים: א)

ביטול בתכלית; ער איז גארניט קיין מציאות,

נאר כעונה אחרי הקורא,

ב)

בקשת צרכיו,

און ניט נאר צרכיו הרוחניים,

נאר אויך צרכיו הגשמיים.

אין פסוקי דזמרה וברכות קריאת שמע וקריאת שמע,

איז ניטא קיין בקשת צרכיו הגשמיים

(וויילע ער איז אויסגעטאן פון זיין מציאות כנ״ל).

אין שמונה עשרה דוקא איז בקשת צרכיו הגשמיים.

דער ענין איז: מצד תכלית העילוי קען דארטן זיין א התכללות פון צוויי ענינים הפכיים,

און ווי מען האט גערעדט אין מאמר,

אז במקום עליון יותר איז די התכללות ביותר.

וואס דאס איז א מעין פון דעם גילוי דלעתיד,

וואס דעמאלט וועט זיין וראו כל בשר ,

אז ג־טלעכקייט וועט דערהערט ווערן אויך אין דעם בשר הגשמי,

התכללות ב׳ הפכיים.

ד.

אבער ניט קוקנדיק וואס שמונה עשרה איז דער תכלית העילוי,

איז אויף מארגן,

דארף מען זיך ערשט שטעלן דאוונען,

אנהויבנדיק פון דער הכנה לתפלה,

דערנאך הודו,

פסוקי דזמרה וכו׳ — ווארום ווי הויך ער איז ניט צוגעקומען נעכטן,

איז דאס נאך א מיצר לגבי דער מדריגה וואס ער דארף צוקומען היינט.

און אזוי ווי עס איז אין עבודת התפלה,

אזוי איז בכללות העבודה.

א מענטש דארף זיין א מהלך.

אפילו נאכן ארויסגיין לגמרי פון רע און ווי הויך ער איז ניט צוגעקומען,

דארף ער וויסן אז עס איז נאך ניט גענוג,

ווייל לגבי א העכערער מדריגה,

האט ער נאד אלץ א שייכות צו רע,

— א ראי׳ אויף דעם קען ער זיך ברענגען פון דעם וואס ער זעט נאך אין א זולת די מציאות הרע.

עס איז דאך באוואוסט דער מאמר הבעל שם טוב נ״ע 9 ),

אז א מענטש זעט רע אין א צווייטן,

איז א באווייז אז ער אליין פארמאגט דעם זעלבן רע,

בדקות על כל פנים —

און ער דארף ארויסגיין אויך פון דעם.

מען דארף האלטן אין איין טאן אויף מזכך זיין דעם בשר הגשמי — ניט ברעכן אים דורך תעניתים וסיגופים,

נאר אויסאיידלען אים,

ווי עס איז באוואוסט דער מאמר הבעל שם טוב נ״ע אויפן פסוק 10 )

כי תראה חמור שונאך — באלד ווי ער שטייט אויף אין דערפרי,

זאל ער איינשפאנען זיין חמור,

ד.

ה.

דעם חומר,

וואס דורך דעם דוקא,

קאן מען צוקומען צום גילוי דלעתיד,

אז וראו כל בשר,

אז דער בשר הגשמי וועט אזוי פיל אויסגעאיידלט און אויסגעלייטערט ווערן,

ביז ער וועט זען אלקות.

ה.

קאן מען דאך טענה׳ן ביי זיך,

איך האב גענוג געהארעוועט מיט זיך ביז איך בין פטור געווארן פון דעם אפענעם און גראבן רע,

און איך שטיי שוין אויף א הויכער מדריגה,

ווער זאגט עס אז איך דארף ווייטער הארעווען?

עס איז מיר גענוג די מדריגה אין וועלכער איך געפין זיך.

זאגט מען אים,

אז די אויפגאבע און דער ענין האדם איז,

ער זאל זיין א מהלך און ניט קיין עומד,

און יעדער טאג וואס דער אויבערשטער גיט אים,

דארף ער אין אים ממלא זיין זיין תפקיד בעולם,

כמ״ש ימים יוצרו ולו אחד בהם 17 ).

און דאס איז די הוראה פון דעם ענין פון די מסעות,

מען זאל זיך קיינמאל ניט באנוגענען מיט דער מדריגה ביי וועלכער מען האלט כנ״ל.

ו.

פון דער אנדער זייט איז די הוראה פון דעם ענין המסעות: אפילו בשעת מען געפינט זיך בשפל המצב ביותר ובמדריגה פחותה ביותר,

זאל מען זיך קיינמאל ניט מייאש זיין,

ווארום דורך עבודה קאן מען אלעמאל ארויסגיין פון דעם מצב אין וועלכן מען געפינט זיך,

און צוקומען צו .

די סאמע העכסטע מדריגות.

מען זאל ניט טראכטן ביי זיך,

וויבאלד איך געפין זיך אין אזא נידעריקן מצב,

דידע אינש בנפשי׳,

איז אומזיסט מיין גאנצע הארעוואניע — אויף דעם איז די הוראה פון דעם ענין המסעות,

אז אפילו מיט איין מסע אליין קאן מען ארויסגיין פון מצרים און קומען אין ארץ טובה ורחבה

(לגבי זיין איצטערדיקער מדריגה,

און דורך דעם גיין ווייטער און ווייטער,

ביז צום תכלית העילוי).

און מה דאך דעמאלט,

וואס די אידן זייענדיק אין מצרים זיינען געווען משוקע אין מ״ט שערי טומאה 12 ),

און ס׳איז אויך געווען פאר מתן תורה,

וואס דעמאלט איז נאך געווען די גזירה אז עס קאן ניט זיין דער חיבור פון רומי מיט סוריא 13 ),

פונדעסטוועגן,

איז דורך די מסעות,

זיינען זיי צוגעקומען אל ארץ טובה ורחבה,

מכל שבן איצטער,

וואס ווי נידעריק מען זאל ניט זיין,

איז דאך די עבודה א סך א קלענערע,

ווארום עס זיינען געבליבן מער ניט ווי פכים קטנים,

ובפרט אז מען האט א נתינת כח אויף דעם פון מתן תורה שעמד וביטל הגזירה,

אז עס קאן זיין דער חיבור פון עליונים ותחתונים,

ובפרט אז עס איז פאראן דער ענין ההתקשרות פון א רבי׳ן מיט חסידים,

אז דער רבי — כ״ק מו״ח אדמו״ר — פארבינדט א אידן מיט עצמות,

איז דאך א ודאי אז יעדער איד האט בכוח צו ארויסגיין פון זיין מעמד ומצב,

און צוקומען צו ארץ טובה ורחבה,

ביז צום ירדן יריחו,

גילוי המשיח דמורח ודאין 14 ),

וואס דאס איז דער תכלית המרחב.

ז.

לויט דעם וועט מען אויך פארשטיין די שייכות פון פ׳ מטות ומסעי צו בין המצרים,

וואס אזוי איז דאך אויסגעשטעלט געווארן די קביעות,

אז מטות ומסעי לייענט מען אלע מאל בין המצרים.

וועט מען דאס פארשטיין דערקלערנדיק דעם ענין פון סותר על מנת לבנות,

אז די כוונת הסתירה איז צוליב דעם בנין,

אז נאך דער סתירה זאל מען מאכן נאך א בעסערן בנין,

ווי דער מאמר פון בעל שם טוב אויפן פסוק 15 )

ועת צרה היא ליעקב וממנה יושע,

אז דורך דער עת צרה גופא,

קומט מען צו צו א ישועה,

וואס דאס איז דאך אן ענין פון התכללות פון צוויי ענינים הפכיים.

דערפאר לייענט מען דעמאלט פ׳ מטות־ומסעי,

וואס מטות איז דער ענין פון התכללות,

ווי דערקלערט אין מאמר וואס מען האט געזאגט פריער,

און דער ענין פון מסעי איז דאך — ארויסגיין פון בין המצרים,

און אז אין יעדער מדריגה אין וועלבער מען שטייט,

דארף מען ניט נתפעל ווערן,

און אדרבה פון דער צרה גופא איז יושע,

אז מען וועט צוקומען צו ירדן יריחו.

און דאס איז אויך דער ענין פיון מנחם אב,

א לשון פון נחמה.

ווארום באמת איז דאך אלץ לטובה,

ווי דער משל פון א פאטער וועלכער שלאגט זיין קינד,

וואס ער איז אויסן זיין טובה.

און בשעת מען איז זיך מתבונן אין דעם,

זעט מען ווי באמת איז דאס טוב,

און ניט נאר וואס מען זעט עס בעיני השכל,

נאר דורך דעם קומט עס אראפ אויך אז מען זעט דאס מיט די פליישיקע אויג — אז עס ווערט טוב הנראה והנגלה,

על דרך ווי ביי די וואס האבן געהאלטן ביי דער דרגא פון גם זו

לטובה 16 ),

כל מה דעביד רחמנא לטב עביד 17 )

— איז דאס אלץ געווארן בפועל.

עס דארף טאקע זיין דער ורחץ ה׳ את צואת בנות ציון 18 ),

און ווי ער זאגט אין תניא 19 )

דעם משל פון א מלך גדול ונורא הרוחץ בכבודו ובעצמו צואת בנו יחידו,

אבער פונדעסטוועגן איז דאס בחסד וברחמים

(ד.

ה.

אז לבד זאת,

וואס דאס גופא איז לטובה,

זיינען אויך די יסורים גופא בחסד וברחמים),

ווי ער זאגט דארטן דעם לשון: אביו הרחמן והצדיק וחסיד,

אז די יסורים זיינען בחסד וברחמים,

און דער עיקר איז,

אז סוף כל סוף קומט עס אראפ אין טוב הנראה והנגלה,

אז פון דער צרה אליין ווערט צהר .

תוכן מהשיחה הנ״ל:

כתיב אלה מסעי בני ישראל אשר יצאו מארץ מצרים,

וידוע הדיוק במה שנאמר מסעי לשון רבים,

והרי המסע שיצאו מארץ מצרים הוא מסע אחד בלבד,

המסע מרעמסס לסוכות,

(כי שארי המסעות היו כבר אחרי היציאה ממצרים)

ומהו מסעי לשון רבים?

גם אינו מובן ענין המ״ב מסעות שהיו מארץ מצרים עד שבאו לארץ ישראל,

ארץ טובה ורחבה,

דמאחר שבמסע אחד בלבד יצאו ממצרים,

לשון מצרים וגבולים,

הרי מיד באו למרחב,

על ידי היציאה מהמיצר נמצאים במילא במקום המרחב —

אך הענין הוא,

שהתורה היא נצחית,

ובכל דור ודור,

אצל כל אחד ואחת,

צריך להיות היציאה ממצרים,

לשון מצרים וגבולים,

אל ארץ טובה ורחבה,

— היציאה מן המיצר אל המרחב.

אמנם גם כאשר פעל בעבודתו היציאה ממצרים,

צריך לידע,

שאין זה מספיק עדיין,

כי לגבי מדריגה נעלית יותר,

הנה המדריגה שנמצא בה עכשיו,

שלפי מצבו היא בבחינת יציאת מצרים,

וארץ טובה ורחבה ,

הרי לגבי המדריגה הנעלית היא בבחינת מצרים וגבולים,

ולזאת צריך להיות עוד מסע,

להסיע את עצמו גם מבחינה זו,

ולעלות במעלה עליונה יותר,

וכמו כן הוא מסע הג׳,

הד׳,

וכו'.

ההוראה מזה בעבודה בפועל,

היא בשתים:

א)

גם כאשר נמצאים במדריגה נעלית ביותר,

צריך תמיד להתעלות עוד יותר.

ואל יאמר האדם די ומספיק לי בעבודתי הקודמת — כי האדם תפקידו וענינו הוא להיות מהלך ולא עומד,

ובכל יום ויום שנתן לו הקב״ה,

צריך למלאות את תפקידו בעולם,

כמ״ש ימים יוצרו ולו אחד בהם.

ב)

גם כאשר נמצאים במדריגה פחותה ביותר,

אין צריך להתייאש,

כי על ידי עבודה,

אפשר תמיד להתעלות במעלה עליונה יותר.

ואל יאמר האדם,

מאחר שאני נמצא במצב שפל כזה,

לשוא כל עמלי — על זה הוא הלימוד מענקי המסעות,

שגם במסע אחד בלבד אפשר מיד לצאת ממצרים,

ולהגיע אל ארץ טובה ורחבה

(שלפי מדריגתו,

ועל ידי זה,

להתעלות אחר כך גם למעלה עליונה יותר).

ומה אז שישראל היו מושקעים במ״ט שערי טומאה במצרים,

והי׳ קודם מתן תורה,

מכל מקום על ידי המסעות באו מיד אל ארץ טובה ורחבה,

עכשיו על אחת כמה וכמה.

(משיחת ש״פ מטו״מ,

תשט״ו)

Reader controls and commentary are loading.