א.
אין היינטיקער סדרה ווערט דערציילט,
אז ווען עם איז פארגעקומען די מעשה זמרי,
האט מען ניט געוואוסט וואס צו טאן,
כאטש עם זיינען געווען דערביי משה ואלעזר* מיט די זקנים.
האט זיך דאן אנגערופן פנחס,
וואס ער איז געווען דער צעיר שבחבורה 1 )
(די גמרא 2 )
רעכנט אויס דעם סדר ווי משה האט געלערנט תורה מיט אידן: צו ערשט האט ער געלערנט מיט אהרן׳ען,
דערנאך מיט אלעזר ואיתמר,
דערנאך מיט די שבעים זקנים,
און דערנאך מיט אלע אידן,
קומט דאך אויס אז פנחס האט געלערנט צוזאמען מיט אלע אידן גלייך),
אז קנאים פוגעים בו.
האט מען אים געזאגט,
קריינא דאיגרתא איהו ליהױ פרװנקא 3 )
—
דער לייענער פון בריוו,
ער זאל אױך זיין דער שליח.
די אנווייזונג פון דעם איז:
עם זיינען פאראן ענינים וואם גדולים שבדור שווייגן און זאגן ניט וועגן דעם,
איז דאם ניט אלעמאל א ראי׳ אז מען דארף גארניט טאן,
און מאכן חשבונות און לומדות אויף ארויסדרייען זיך פון דעם.
מען דארף וױסן,
אז אויב ער זעט אז ער קאן טאן אין דעם,
דארף ער טאן,
און דאם וואס גרעסערע פון אים זאגן גארנישט,
איז דאס אפשר כדי שיטול פנחס את הכהונה 4 ).
ד.
ה.
אז דאס איז זיין חלק וואס ער דארף דאם מברר זיין,
און דורכדעם דוקא וועט ער צוקומען צו זיין שלימות.
אזה ווי אין גשמיות האט דאך יעדער איינער זיין חלק,
ואין אדם נוגע בפרנסתו של חברו 5
אזוי איז
אויך,
און נאך מיט א כל שכן וקל וחומר,
אין רוחניות,
אז יעדער איינער האט זיין חלק אין תורה
— דאס איז וואס מען זאגט,
ותן חלקנו בתורתך 6 ),
וואס דאס מיינט ניט נאר אין פארשטיין תורה,
נאר אויך אין מחדש זיין,
ווי די גמרא דערציילט אין מנחות 7
אז רבי עקיבא האט געזאגט א דבר הלכה וואס אפילו משה רבינו האט ניט געוואוסט פון דעם —
און אין קיום המצוות,
וואס יעדער איינער דארף אויפטאן,
ואין אחד נוגע בפרנסתו של חברו.
דאס וואט עס שטייט 8 ),
זכה נוטל חלקו וחלק חברו,
דאס רעדט זיך וועגן גן עדן,
וואס דאס איז שכר המצוות,
אבער די מצוה אליין וואט איז העכער פון איר שכר,
אין דעם האט יעדער איינער זיין חלק.
ובמילא קאן זיין אז דאס וואט קיינער טוט עס ניט,
איז עם וױילע דאס איז זיין ענין וואס ער דארף אים אפטאן.
ב.
אויף פנחס׳ן שטייט 9 )
: פנחס זה אלי׳.
פרעגט מען אויף דעם די קשיא,
פריער איז דאך געווען פנחם און דערנאך אלי׳,
האט דאך געדארפט שטיין,
אלי׳ זה פנחס?
איז דער תירוץ אויף דעם,
לויט דעם װאס עס שטייט אין זוהר 10 ),
אז אלי׳ איז געווען נאך גאר פריער,
נאר דאן איז ער ניט געווען
קיין ילוד אשה,
וואס איז געבארן געווארן פון א פאטער און מוטער,
נאר א מלאך,
און דעריבער זאגט ער פנחס זה אלי'.
אין עבודה איז דאס:
מען האט דאך פריער געזאגט,
אז מען מאנט ביי יעדער איינעם,
ניט קוקן אויף קיינעם,
און אן ענין הבא לידו דארף ער נעמען און אפטאן.
פרעגט מען: וואו נעמט מען כוח אויף דעם?
איז אויף דעם זאגט מען פנחס זה אלי׳,
וויבאלד אז דער אויבערשטער האט אים מזמיi געווען אן ענין וואט ער דארף אים טאן במסירת נפש,
גיט מען אים כהות אויף דעם,
און עס קאן געמאלט זיין אז אין אים גייט אריין א ניצוץ פון אזא וואט איז ניט קיין ילוד אשה.
ג.
די הוראה פון דעם אין אונזער דור צו אלע יונגע לייט איז,
אז זיי דארפן ניט מאכן קיין חשבונות,
אז דער קאן טאן און יענער קאן טאן,
נאר יעדער זאך וואט קומט צו זייער האנט,
דארפן זיי וויטן אז דאס איז זייער חלק,
און זיי האבן כחות אויף דעם,
און זיי דארפן דאס טאן מיט מטירת נפש.
און מסירת נפש איז ווי דער רבי האט געזאגט: מסירת נפש מיינט ניט ארופגיין אויף א דאד און אראפ־ ווארפן זיך,
ח״ו.
מסירת נפש דארף זיין אן רעש און אן טומל,
ווארום לא ברעש הוי'").
עם דארף זיין מסירת נפש אין אלע פעולות פון טאג־טעגלעכן לעבן,
אוטם אזנו וגו ,
ועוצם עיניו 12 ).
אפילו אין תורה דארף אויך
זיין מסירת נפש׳ אז ער זאל ניט נעמען תורה צו זיך נאר נעמען זיך צו דער תורה.
און אז מען וויל מיט אן אמת,
וועט מען אויספירן.
און בשעת מען גייט מיטן מסירת נפש פון פנחס׳ן,
איז אויך — פנחס זה אלי׳,
וואס ער וועט מבשר זיין די גאולה 13 ),
ד.
ה.
אז די גאנצע עבודה פון איצטער,
איז א הכנה צו משיח׳ן,
אויף מאכן די וועלט א מקדש לו יתברך.
(משיחת י״ב תמוז תשי"ד)
ד.
אין היינטיקער סדרה ווערט דערציילט די מעשה מיט פנחס׳ן וואס ער האט מקנא געווען קנאת ה׳ צבאות.
בכלל איז דאך אי אפשר לבית המדרש בלא חידוש 14 ).
דאס איז אין תורה שבעל פה; תורה שבכתב,
וואס פון אן אות לערנט מען אפ גאנצע הלכות׳ איז דאך מכל שכן אז א גאנצער ספור המעשה,
אזוי ווי דער ספור פון פנחס׳ן,
איז אין דעם פאראן א חידוש.
וואס איז דער חידוש אין דעם ספור?
דער דין פון הלכה ואין מורין כן 15 ),
און קנאין פוגעין בו 16 ).
דאם הייסט אז עס זיינען פאראן אזעלכע זאכן וואס בשעת מען קומט צו בית דין פרעגן וואס צו טאן,
וועלן זיי ענטפערן אויף ניט,
וויילע אזוי שטייט אין שלחן ערוך.
פונדעסטוועגן איז אין דעם זעלבן שלחן ערוך שטייט אז קנאים פוגעים בו,
ד.
ה.
אז בשעת ער קומט ניט צו בית דין נאר ער טוט אליין ווי ער איז מרגיש
מצד פנימיות נפשו,
האט ער געטאן ווי על פי דין איז
(הלכה ואין מורין כן)
און ער האט מכוון געווען צו דעם רצון העליון.
אזוי,
אלע מאל,
דארף מעז יעדער זאך פרעגן ביי בית דין.
אבער בשעת עם האנדלט זיך וועגן קנאת ה׳ צבאות,
איז דאם על דרך ווי עם שטייט”),
אז דער וואס פרעגט אויף ענינים פון פקוח נפשות איז ער שופך דמים.
דער ענין האט אים געדארפט דערנעמען אויף אזוי פיל אז ער זאל דאס אליין אפטאן,
ניט פרעגנדיק ביי בית דין.
אזוי איז אויך ווען עם איז קנאת ה׳,
און דער ענין דערנעמט אים אין פנימיות נפשו,
דאן גייט ער ניט פרעגן ביי בית דין; דאן דארף מען ניט וועלן גיין דוקא אויף אן אייזערנער בריק,
און גארנישט טאן אן בית דין— וויילע עם איז א שאד יעדע מינוט,
און נאך מערער,
אפילו ווען מען ווייס אז בית דין וועט פסק׳נען אויף ניט,
איז קנאים פוגעים בו,
און דאם איז ווי דער רצון העליון,
וויילע קנאים פוגעים בו איז א דין אין שלחן ערוך.
די הסברה אין דעם איז:
אין אדם עובר עבירה אלא אם כן נכנם בו רוח שטות 18 ),
ווארום א איד מצד עצמו — איז ווי דער אלטער רבי האט געזאגט: א איד ניט ער וויל און ניט עד קעז זיין א נפרד פון אלקות,
נאר מצד דעם רוח שטות,
מצד דער בהמה וואס אין אים,
דער נפש הבהמית,
מצד דעם קאן ער טאן מעשה בהמה.
ובמילא בשעת ער ווערט נתעורר מיט א קנאות,
ניט צוליב זיין כבוד און ניט צוליב כבוד בית אבא,
נאר קנא קנאתי להוי׳,
און דער ענין דערנעמט אים אזויפיל אז ער טראכט אפילו ניט צי ער איז עובר אן עבירה דערמיט צי ניט,
וויילע ער איז אינגאנצן דורכגענומען מיט די קנאות להוי׳,
במילא האט ער זיך אוועקגעלייגט אינגאנצן אן א זייט,
איז בשעת דעם גוף ונפש הבהמית לייגט ער אוועק אן א זייט און עם בלייבט נאר דער נפש האלקית וואס איז שטענדיק באמנה אתו יתברך 19 ),
וואס מצד דעם קומט ביי אים די קנאות,
איז דאך ודאי אז בשעת דער נפש הבהמית איז ניט מבלבל,
וועט די גשמה מצד עצמה זיכער מכוון זיין' צו דעם רצון העליון.
דערפאר זעען מיר אז דורך דעם וואס פנחס האט גע׳הרג׳ט זמרי׳ן,
איז ותעצר המגפה,
ער האט מציל געווען כמה אלפים מישראל פון אן עון חמור ביותר,
דער עון בעל פעור,
וואס עם שטייט אין מדרש 20 )
אז דער עון פון בעל פעור איז שטענדיק מקטרג און משה רבינו נעמט אראפ דעם קטרוג,
וואס אויף קיין עון גע־ פינט מען דאם ניט,
און פנחס האט מציל געווען די אידן פון דעם עון.
דערפאר האט ער זוכה געווען אז הנני נותן לו את בריתי שלום,
דפנחם זה אלי׳ וואס ער קומט אויף יעדער ברית מילה 21 )
און ער וועט קומען מבשר זיין די גאולה.
ה.
איצטער איז דאך אויך א זמן פון א מגיפה,
ר״ל.
ווי כ״ק מו״ח אדמו״ר האט געזאגט אז דער אויבערשטער האט אנגעצונדן די גלות־ ווענט 22 ),
וואס דאס איז אן ענין וואס מען דארף ניט האבן אויף דעם קיין ראיות און הסברות,
נאר מען זעט דאם במוחש.
מען זעט במוחש ווי כמה וכמה מישראל אין חוץ לארץ און אין ארץ הקדושה ת״ו ווערן פאר־ לארן פון אידישקייט,
זיי גייען אויף א קרומען וועג וואס דאם פירט זיי אז זיי זאלן ווערן חס ושלום מנגדים על הוי׳ ועל תורתו,
איז אין אזא צייט,
א צייט פון א שריפה,
א צייט וואס א אידישער אינגעלע אדער א אידישע מיידעלע קאנען ווערן חס ושלום פארלארן פון אידישקייט,
אין אזא צייט דארף מען ניט גיין צו בית דין אוץ נאכקוקן אין ספרים צי ער מעג מבטל זיין א שעה לער־ נען צוליב דעם צי ניט,
און נאך אזעלבע שאלות,
ווארום עם איז א סכנה יעדער מינוט -אפצולייגן,
— מען דארף טאן.
אין אזא צייט דארף יעדער איד אנצינדן די קנאות שבנפשו,
וואס דאס קאן מען דורך פנימיות התורה,
און' ארויסגיין פון די אייגענע ד׳ אמות און גיין צו אידן און דייה מיט זיי בדרכי נועם און מיט רגש׳דיקע ווערטער — מען דארף ניט אויס׳טענה׳ן זיך מיט זיי מיט שכל׳־ דיקע ויכוחים,
ווארום בשעת א שריפה איז ניטא די צייט אויף דעם,
און בכלל — ווען עם האנדלט זיך וועגן פקוח נפשות נעמט מען ניט יענעם מיט שכל.
מען דארף ריידן
מיט רגש — נשמה־ווערטער — וואס דערמיט וועט מען אנצנדן דעם פייער וואס ביי זיי,
רשפי׳ רשפי אש שלהבת י־ה 22 ),
און עם וועט זיין ותעצר המגפה.
און דאן איז מען זוכה אז פנחס זה אלי',
וואס ער וועט קומען לפני יום הגדול והנורא,
והשיב לב אבות על בנים וגו׳ 24 ),
און ער וועט מבשר זיין די גאולה על ידי משיח צדקנו במהרה בימינו.
(משיחת י״ב תנווז,
תשי״ג)
ו.
איינער פון די חדושי ענינים אין פ׳ פנחס,
איז דער סדר הנחלה.
דער ענין הקרבנות,
אזוי אויך דער ענין פון ציילן די אידן,
איז פאראן אויך אין אנדערע פרשיות ובארובה,
אבער דער סדר הנחלה בכלל און סדר נחלת ארץ ישראל בפרט,
איז מבואר אין פרשת פנחס.
דער סדר הנחלה פון ארץ ישראל איז געווען על פי גורל,
אך בגורל יחלק את הארץ.
אין גמרא און מדרש 25 )
איז מבואר,
אז עס איז געווען על פי גורל און אויך על פי אורים ותומים.
אין פלוג דארף מען פארשטיין,
וויבאלד אז דער סדר חלוקת ארץ ישראל אין גשמיות איז וויילע אזוי איז דער סדר חלוקת ארץ ישראל אין רוחניות,
דאס מיינט אז דער סדר החלוקה אין עבודה 26 )
איז על פי גורל,
איז ניט פארשטאנדיק: דער סדר אין עבודה דארף דאך זיין על פי שכל,
און ניט על פי גורל וואס דאס איז למעלה מטעם ודעת?
אמת טאקע אז דער יסוד העבודה איז קבלת עול דוקא,
דאס איז דאך בלויז דער יסוד העבודה.
אבער דער אנהויב העבודה,
ווען ער דארף פאנאנדערקלייבן ווי צו טאן,
וואס מען מעג און וואס מען טאר ניט,
דארף דאך דאס זיין על פי תורה דוקא,
וואס דאס מוז זיין מיט שכל און השגה,
איז פארוואס זאגט מען אז די חלוקה,
ד.
ה.
דער פאנאנדערקלייבן און פאנאנדערטיילן עניני עבודתו ועשיותיו,
איז על פי גורל?
נאך מער איז ניט פארשטאנדיק,
וואס ער זאגט אך בגורל יחלק את הארץ,
וואס אך איז א מיעוט,
ד.
ה.
אז די חלוקה דארף זיין נאר על פי גורל,
ולכאורה דארף עס זיין נאר על פי טעם ודעת?
ז.
אין א מאמר פון רבי׳ן דעם צמח צדק 27 ),
אזוי אויך אין מאמרים פון שפעטערדיקע רביים,
רעדט זיך וועגן דעם ענין "אך בגורל יחלק את הארץ" בנפש ובעבודה.
און לויט דעם ביאור דארט איז פארענטפערט אויך די אויבנדערמאנטע קשיא:
גורל איז למעלה מטעם ודעת,
און חלוקת הארץ מוז זיין נאר על פי גורל,
וויילע די חלוקה קומט פון אן ענין שלמעלה מטעם ודעת.
והביאור בזה,
ובהקדמה:
הגם אז יעדער איד איז מחויב אין אלע מצוות,
פונדעסטוועגן זיינען פאראן ביי יעדער אידן ענינים מיוחדים וואס זיינען שייך צו אים בפרט.
אזוי ווי ער דערקלערט אין תניא,
אין אגרת הקדש 28 ),
דעם ענין וואס מיר געפינען ביי כמה תנאים ואמוראים,
אז זיינען געווען זהיר טפי
(מערער)
אין געוויסע מצוות.
זיי זיינען געווען זהיר אין אלע מצוות׳ אבער אין געוויסע ענינים זיינען זיי געווען זהיר טפי ,
וויילע די ענינים זיינען געווען שייך צו זיי בפרט,
און דורך די ענינים,
איז געווען אויך די המשכה און עלי׳ פון די איבעריקע מצוות זייערע.
די שייכות פון יעדן איינעם מיט זיינע ספעציעלע ענינים,
איז ניט קיין ענין פון טעם ודעת,
וואס ער פילט מיט זיין שכל אז ער האט א שייכות ספעציעל צו די ענינים,
נאר דאס איז אן ענין פון למעלה מטעם ודעת,
וואס דאס איז דער ענין פון גורל.
ח.
דערפאר,
ווען איינער זעט אז אויף א געוויסער מצוה האט ער העלמות והסתרים ביותר,
איז דאס א ראי׳ 29 )
אז די מצוה האט צו אים מערער א שייכות.
פון דעם גופא וואס מען שטעלט זיך אזוי אנטקעגן,
איז א ראי׳ אז דאס איז אים מערער נוגע.
אויב אפילו ער זעט אינגאנצן ניט מיט זיין שכל די שייכות וואס ער האט צו דעם ענין,
אדרבה,
ער זעט גאר אז די מצוה קומט אים אן שווערער פון אנדערע,
אדער אז אין אט דעם מקצוע בתורה האט ער ניט קיין געשמאק און הצלחה — פונדעסטוועגן איז דער ענין,
זיין ענין מיוחד וואס איז שייך צו אים בפרט,
און דורך דעם וועט זיין אן עלי׳ אין זיין כללות התורה ומצוות,
און דערפאר שטעלט זיך דער יצר הרע אזוי שטארק אנטקעגן,
וויילע דער ענין איז אים נוגע ביותר.
ובמילא דארף ער ניט אפלאזן דעם ענין און נעמען זיך צו אנדערע ענינים,
נאר אדרבה משתדל זיין זיך און טאן דוקא דעם ענין,
וויילע דאס איז אים נוגע ביותר.
און דאס גופא וואס ער פארשטייט ניט די שייכות,
און זעט ניט ווי דאס איז אים נוגע,
דאס איז אייגע פון די העלמות והסתרים.
ט.
דערמיט וועט מען פארשטיין וואס עס שטייט,
אך בגורל יחלק את הארץ,
וואס גורל איז למעלה מטעם ודעת.
אין ארץ ישראל זיינען געווען פארשידענע חלקים,
הר,
שפלה ועמק,
שדה לבן,
שדה פרדס 30 )
א.
א.
וו.
די חלוקה וואס איז געווען,
אז דער האט געהאט בהר,
דער האט געהאט בשפלה ועמק,
דער האט געהאט שדה הפרדס און דער שדה הלבן,
איז דאס געווען לויט דער שייכות הפרטית פון יעדערן אין ארץ ישראל הרוחנית,
וואס דערפאר איז אראפגעקומען די חלוקה באופן כזה אין ארץ ישראל הגשמית.
און דאס איז וואס אך בגורל יחלק את הארץ,
וויילע די שייכות פון יעדערן צו זיין חלק,
איז ניט קיין שייכות על פי טעם ודעת,
נאר דאס איז אן ענין פון למעלה מטעם ודעת,
וואס דוגמתו למטה איז דער ענין פון גורל.
י.
וויבאלד אז מען האט דאס אונז דערציילט,
און תורה איז אייביק פאר יעדער צייט און יעדער ארט,
איז דער ענין נוגע אונז ביחוד.
יעדער איינער האט אן ענין מיוחד וואס איז שייך צו אים בפרט,
און ניט קוקנדיק אויף די העלמות והסתרים וואס ער האט אין דעם ענין,
אדרבה,
כנ״ל,
וויבאלד ער זעט אז אין דעם שטעלט זיך דער יצר הרע,
די וועלט,
גאר שטארק אנטקעגן,
דארף ער זיך משתדל זיין מער און מער דאס צו טאן,
וויילע דער ענין איז שייך צו אים ביהוד און דורך דעם ענין וועט זיין א המשכה ועלי׳ אויך אין זיינע איבעריקע ענינים.
(משיחת ט״ז תמוז,
תשי״ב)