א.
אויף דעם פסוק פון דער היינטיקער סדרה,
כרע שכב כארי וכלביא מי יקימנו,
שטייט אין מדרש 1 ),
יש אומרים אז דאס גייט אויפן זמן פון מלך צדקי׳,
עד מלך המשיח,
וואס דעמאלט,
בזמן צדקי׳ האט זיך אנגעהויבן דער זמן פון חורבן און גלות,
און אפילו נאך די שבעים שנה,
בזמן בית שני,
איז דאס נאך אלץ אן ענין פון גלות,
ווארום חמשה דברים חסרו בבית שני 2 ),
וויילע דאס איז נאך ניט קיין גאולה שלימה.
איז אויף דעם זמן פון צדקי׳ עד מלך המשיח,
זאגט מען אז דאס איז אן ענין פון כרע שכה שכב,
לויט דעם פירוש פון יש אומרים — שרייבט דער צמח צדק 3 )
— איז מלשון וישכב וירדם,
על משכבי בלילות,
ולא ימות ונפל למשכב,
וואס דאס ווייזט אויף דעם ענין פון גלות.
קען מען דאך מיינען אז דער גלות איז ניט נאר אויפן גוף נאר אויך אויף דער נשמה חס ושלום,
מיט די ענינים פון תורה ומצוות וואס זיינען פארבונדן מיט דער נשמה,
שטייט אבער אין זעלבן פסוק,
אז הגם טאקע כרע שכב,
איז דאס אבער ניט קיין שכיבה פון אזא וואס האט ניט קיין כוח,
נאר דאס איז א מדידה והגבלה פון אזא וואס נאר ער אליין איז זיך מודד,
מגביל ומצמצם,
ווארום עס איז כארי וכלביא,
וואס ארי איז מיט א תוקף און לביא איז נאך מער בתוקף,
ווי ער זאגט אין זוהר 4 )
אז לביא איז בתקיפא יתיר.
דאס הייסט: אפילו אין דער צייט פון כרע שכב,
הייסט ניט אז חס ושלום יד אומות העולם שליטה על ישראל.
אידן זיינען אלעמאל כארי וכלביא,
עס איז מער ניט וואס מי — יקימנו.
על דרך ווי דער ענין פון מי גלה לבני רז זה 5 ),
וואס דאס איז פארבונדן מיט דעם מי יתן והי׳ לבבם זה להם ליראה אותי 6 ),
וואס דאס גייט אויף דעם אויבערשטן 7 ),
אזוי אויך דא איז דער פירוש אז דער מי — היינו הקב״ה — יקימנו,
ער וועט אונז ארויסנעמען פון גלות,
וכמו שנאמר מי יתן מציון ישועת ישראל 8 ).
און ביז דער צייט פון מי יקימנו,
הייסט דאס אויך ניט קיין אמת׳ע שליטה חס ושלום,
וויבאלד אז ער איז אן ארי ולביא,
איז קיינער אויף אים קיין בעל־הבית ניט.
— על דרך ווי דער פסק אין שלחן ערוך 9 )
אז אויף אן ארי ולביא האט קיינער קיין שליטה ניט,
ביז אז עס איז א שאלה צי מען קען זיי איינגעוואוינען דורך תרבות.
—
דער גאנצער גלות האט ניט קיין ארט על פי שכל,
עס איז מער ניט ווי אנוס על פי הדבור,
אז דער ארי ולביא זאל זיין כרע און שכב.
איז דאך במילא פארשטאנדיק,
אז צו תורה ומצוות,
וואס וידבר אלקים את כל הדברים האלה — האט דער גאנצער גלות קיין שייכות ניט.
ב.
מצד ההרגל אבער,
וואס מען געוואוינט זיך איין אין דעם גלות ארן אותותינו לא ראינו 10 ),
— נסים זיינען היינט אויך דא,
נאר עס איז לא ראינו,
אין בעל הנס מכיר בניסו 11 )
—
איז מצד דעם חושך הגלות קען זיך אויסדוכטן אז עולם כמנהגו נוהג,
עולם מלשון העלם והסתר 12 ),
אז דער עולם איז א בעל הבית אויפן ארי ולביא,
דערפאר ווייזט מען פון צייט צו צייט מלמעלה נסים גלויים אויך בזמן הגלות
(וואס איינער פון די נסים גלויים וכלליים אין אונזער דור איז געווען דער נס פון י״ב וי״ג תמוז),
וואס דאס דערמאנט אז אויך בזמן הגלות איז אין עוד מלבדו.
וואס דאס איז דער תוכן מאמר רז״ל 13 ),
בתחלה עלה במחשבה לברוא את העולם במדת הדין,
ראה שאין העולם מתקיים שתף בו מדת הרחמים,
זאגט ער אויף דעם אין שער היחוד פון תניא 14 ),
אז דאס גייט אויף דעם גילוי אלקות על ידי צדיקים ואותות ומופתים שבתורה.
די מופתים ברעכן דורך די מדידה והגבלה פון עולם,
אז מען זעט אויך בעיני בשר,
אז די בירה האט א מנהיג.
געדענקענדיק דאס — ווייס מען במילא אז אידן זיינען אלעמאל אן ארי ולביא,
און אז בנוגע צו דער נשמה און תורה ומצוות איז מען ניט אונטערגעווארפן אונטער גלות.
* * *
ג.
עס שטייט אין ספרים 15 ),
אז בלעם האט א שייכות מיט עמלק׳ן.
ורמז: בשעת מען שרייבט אן די ווערטער בלעם און עמלק אין צוויי שורות,
אויבן בלעם און אונטן עמלק,
איז די רעכטע האלבע פון די צוויי שורות — דער בי״ת מיטן למ״ד פון דער אויבערשטער שורה און דער עי״ן מיטן מ״ם פון דער אונטערשטער שורה — וועט זיך לייענען בלעם,
און די לינקע האלבע פון די צוויי שורות — דער עי״ן מיטן מ״ם פון דער אויבערשטער שורה און דער למ״ד מיטן קו״ף פון דער אונטערשטער שורה — וועט זיך לייענען עמלק.
די עצה אויף פטור צו ווערן פון קליפת בלעם און עמלק,
איז אהבה ויראה.
וואס אהבה ויראה איז אויך בדוגמא כזו.
בשעת מען שרייבט אין איין שורה אהבה און אין דער צווייטער שורה יראה,
אויבן יראה און אונטן אהבה,
איז די רעכטע האלבע פון די צוויי שורות וועט זיך לייענען יראה און די לינקע האלבע
פון די צוויי שורות וועט זיך לייענען אהבה.
דער ביאור אין דעם איז:
דער טעם וואס עמלק האט געקענט מלחמה האלטן מיט אידן,
איז ווייל ער האט געשטאמט פון עשו׳ן,
במילא האט עמלק גע׳טענה׳ט,
אז אויך ער איז יצחק׳ס אן אור־אייניקל און אברהם׳ס אן אור־אור־אייניקל,
דעריבער קען ער אויך זאגן א דיעה אין ענינים פון תורה און קדושה.
און ווען מען האט אים אביסל אריינגעלאזט איז געווארן באקאנט דער ענין פון יודע את רבונו ומכוין למרוד בו 16 ),
און עס איז געשען אט דאס וואס ער האט געטאן.
אזוי אויך בלעם,
זאגט די גמרא אין סנהדרין 17 ),
אז ער שטאמט פון לבן׳ען.
לבן האט גע'טענה'ט הבנות בנתי והבנים בני וכל אשר אתה רואה לי הוא 18 ).
ער האט אויך א שייכות מיט אידן,
ווארום פון זיינע טעכטער האט זיך אויסגעבויט בית ישראל.
און דאס איז אן אנווייזונג אין יעדן דור:
בשעת איינער קומט און זאגט פארקערט פון תורה און מצוות,
קען ער אפילו ברענגען א תעודה,
"סערעטיפיקאט",
אז ער איז יצחק׳ס אוראייניקל,
און אברהם׳ס אור־אור־אייניקל,
און אז פון אים שטאמען די פון וועלכע עס האט זיך אויטגעבויט כל בית ישראל;
זאגט מען אים,
אנו אין לנו אלא אבינו שבשמים,
די איינציקע בחינה וואס מיר האבן אויף א זאך איז תורה.
ביי אונז איז ניט קיין פוסק — יחוס אדער עפעס אנדערש.
דער איינציקער אבן הבוחן איז תורה.
שטימט עס מיט תורה איז גוט,
שטימט עס ניט,
קען עס זיין בלעם,
קען עט זיין עמלק,
וויבאלד אז דאס איז היפך התורה,
האט עס מיט אונז קיין שייכות ניט.
כדי אבער קענען מבחין זיין צי דאס איז על פי תורה,
איז בשעת מען גייט צו מיט ישות עצמו,
דעמאלט קען מען זיך ניט פאנאנדערקלייבן פארוואס ער וויל ניט אננעמען יענעמס הוראה,
צי וויילע דאס איז היפך התורה,
אדער ווייל דאס איז היפך פון ישותו ומציאותו.
דערפאר דארף זיין די עבודה פון יראה און אהבה.
און פריער די עבודה פון יראה און דערנאך אהבה,
ווי דער אופן הקריאה ווי עס לייענען זיך ביידע צוזאמען כנ״ל,
קומט דאך פריער יראה און דערנאך אהבה,
און ווי ער זאגט אין תניא 19 )
אז יראה איז ראשית העבודה ועיקרה ושרשה.
בשעת מען גייט צו מיט דער הכנה פון אהבה ויראה,
וואס אהבה איז שרש לכל מצוות עשה און יראה לכל מצוות לא תעשה — ווי ער זאגט אין חינוך קטן פון תניא,
און איז דארטן מוסיף,
אז עס איז דא אין דעם דער ענין החינוך,
דאס הייסט,
אז אפילו אויב ער איז נאך ניט קיין בר דיעה,
וידע אינש בנפשי׳,
פונדעסטוועגן קען מען אים מחנך זיק מיט אהבה ויראה —
דעמאלט האט ער ניט וואס נתפעל צו ווערן פון עמלק׳ן וואס שטאמט פון אברהם און יצחק,
אויך ניט פון בלעם׳ען,
כאטש אז בישראל לא קם אבל באומות העולם קם ומנו בלעם 20 ).
— וואס אפילו לאחר המשל וואס דער ספרי גיט,
אז בלעם איז ווי א טבח,
פונדעסטוועגן עפעס א דוגמא האט דאך דאס —
אפילו א פשוט שבפשוטים שבישראל,
אויב ער גייט מיטן סדר פון יראה און דערנאך אהבה,
האט ער ניט וואס צו נתפעל ווערן פון בלעם׳ען און עמלק׳ן.
(משיחת י״ב תמוז,
תשט״ז)
ד.
אין בלעם׳ס נבואה זאגט ער,
מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו,
וואס צורים גייט עס אויף די אבות און גבעות אויף די אמהות 21 ),
ועל דרך קול דודי וגו׳ מדלג על ההרים מקפץ על הגבעות 22 ).
מען האט דאך גערעדט — בשיחת י״ב תמוז — אז בלעם האט געשטאמט פון לבן׳ען,
ווי ער זאגט בלעם בן בעור — צי בן בעור ממש אדער בן בנו,
אדער על כל פגים מיוצאי חלציו — און בעור זה לבן 23 ).
לבן האט געזאגט: הבנות בנתי והבנים בני,
איז אויף מבטל זיין די טענה,
האט מען געדארפט האבן אז איינער מיוצאי חלציו אליין זאל מודה זיין,
מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו,
צורים אלו האבות וגבעות אלו האמהות.
פון דעם איז מובן,
אז די טענה פון לבן׳ען,
הבנות בנתי והבנים בני,
האט א געוויסן יסוד.
ווארום אויב די טענה וואלט גאר קיין יסוד ניט געהאט,
וואלט מען דאס ניט אריינגעשטעלט אין תורה,
און מען וואלט ניט געדארפט האבן אז בלעם,
וואס ער איז מיוצאי חלציו של לבן,
זאל די טענה מבטל זיין.
ה.
וואס איז דער מיין פון לבן׳ס טענה,
הבנות בנתי והבנים בני?
וויבאלד אז הגשמה ירדה לגוף און זי האט צו טאן מיט גשמיות,
הגם אז באמת איז דאס צוליב מברר זיין די גשמיות,
אבער המתאבק עם מנוול מתנוול גם כן 24 ),
הגם טאקע אז דאס איז נאר לשעה קלה,
ברגע קטן עזבתיך 25 ),
און שפעטער וועט ער דערפון ארויסגיין,
אבער בשעה ורגע זה על כל פנים איז דאך דאס א ירידה,
ווארום ברגע זה האט ער צו טאן מיט דברים גשמיים וחומריים און ווערט א נפרד פון אלקות.
— וואס באמת ווערן א נפרד חלילה פון אלקות אפילו אויף א קורצע וויילע,
איז דאס נאר מצד רוח שטות,
אבער ווען ניט דער רוח שטות — איז מצד השכל דקדושה,
אפילו מצד שכל סתם,
שכל הבריא,
האט קיין ארט ניט אפצורייסן זיך פון אלקות אפילו אויף א קורצע וויילע,
ווארום די רגע איז אן אבידה שאינה חוזרת,
ובפרט - ווי דער ענין ווערט דערקלערט אויספירלעך אין תניא 26 )
— אז די רגע איז אין אן ענין וואס איז למעלה מהזמן.
-
נאכמער,
דאס איז אויך נוגע אויף שפעטער,
ווי ער זאגט דארט אין תניא,
אז אויב ער ווערט א נפרד איצטער מצד דעם וואס ער פארלאזט זיך אז שפעטער וועט ער ארויסגיין דערפון,
איז דאס אן ענין פון אחטא ואשוב שאין מספיקין בידו לעשות תשובה 27 ),
און מען מוז שוין אנקומען צום דחק ונכנס.
במילא טענה׳ט לבן,
אז הבנות בנתי והבנים בני,
וויבאלד אז דו דארפסט אנקומען און האבן צו טאן מיט גשמיות,
איז על כל פנים אויף יענער רגע — וואס דאס איז אויך נוגע אויף להבא כנ״ל — רייסטו זיך אפ פון אלקות.
דאס איז לבן׳ס טענה.
אבער דער אמת איז ניט אזוי.
ווייל אויב מען טוט אין די דברים הגשמיים צוליב דער טונה אלקית וואס איז פאראן אין דעם,
וואס די טונה איז להיות לו יתברך דירה בתחתונים 28 ),
און דערפאר טוט ער מיט די ענינים תחתונים,
דעמאלט איז דאס אפילו אין יענער רגע גופא אויך ניט קיין ירידה נאר אן עלי׳,
ביז אז אפילו בלעם אליין,
מיוצאי חלציו של לבן,
וואס ער איז געווען א שתום העין,
האט אויך געזען,
אז מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו.
ו.
דער ענין אין עבודת השם איז: אז מען קומט צו גיין און מען טענה׳ט,
אז מצד ירידת הנשמה בגוף דארף מען דאך אויך על פי תורה עוסק זיין זיך אין גשמיות,
און פרנסת בני ביתו איז דאך א מצוה און א חיוב 29 ),
במילא דארף ער זיך צוגרייטן צו עניני עסק און מאכן הכנות צו דעם;
נאכמער,
חסידות אליין איז דאך מבאר,
אז וברכך הוי׳ אלקיך בכל אשר תעשה 30 )
דוקא,
דאס מיינט די לבושי העשי׳ הגשמיית; עס זיינען ניט גענוג לבושים פון די מזלות העליונים,
נאר מען דארף האבן די לבושים פון עולם הזה הגשמי.
במילא,
כאטש ער טוט עס טאקע צוליב דער כוונה אויף צו דינען דעם אויבערשטן,
וואס דורך די עניני עסק הגשמיים וועט אים צוקומען א תוספות אין לימוד התורה און אין קיום המצוות,
אבער אין יענער רגע על כל פנים איז ער זיך עוסק בגשמיות,
אזוי ווי להבדיל ניט קיין איד חס ושלום.
דארף מען וויסן אז דאס איז די טענה פון לבן׳ען,
הבנות בנתי והבנים בני,
וואס ער האט גע׳טענה׳ט אז אידישע גשמיות געהערט צו לבן׳ען.
אבער דער אמת איז,
אז מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו.
בשעת מען מאכט א מעקה צו דעם בית חדש — ווי מען האט גערעדט בשיחת יב־יג תמוז,
אז בשעת מען גייט ארויס פון די דל״ת אמות של תורה ותפלה צו עוסק זיין זיך אין עניני עולם,
מאכט מען א מעקה,
— הערט זיך דעמאלט אן בשעת דעם עסק הגשמי גופא די כוונה אלקית וואס איז פאראן אין דעם,
ובמילא איז מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו,
וואס זיי זיינען דאך בכל עניניהם געווען בבחינת מרכבה,
און אזוי אויך יעדער איינער בעת קיום המצוה און,
ווי דערקלערט,
אין אלע זאכן וואס ער איז אין זיי מקיים — בכל דרכיך דעהו 31 ).
אזוי איז דאס אויך אין לימוד התורה,
וואס ער לערנט מיט זיין שכל אנושי,
דארף מען דא אויך האבן די מעקה,
ווי מען האט גערעדט בארוכה,
אז עס דארף זיין דער שער הנו"ן,
מחבר זיין די נקודא בהיכלא,
ד.
ה.
אז שטייענדיק אין השגה והבנה אין שכל האנושי,
זאל זיך אנהערן די נקודת היהדות.
בכלל מיינט עס,
אז אין יעדער זאך וואס ער טוט,
סיי בעסק גשמי ממש און סיי בלימוד התורה בשכלו האנושי,
זאל זיך הערן אין דעם די טונה האלקית,
וואס דעמאלט איז דאס אפילו בשעת מעשה גופא ניט קיין ירידה,
נאר אדרבה אן עלי׳,
ווייל דא גופא פירט זיך אויס דעם אויבערשטנס כוונה.
(משיחת ש״פ בלק,
תשט"ז)