א.
אין מדרשי חז״ל וועלכע זיינען פארבונדן מיט דער היינטיקער סדרה — פ׳ חקת — רעדט זיך אדום אז די ענני הכבוד זיינען געווען אין אהרן׳ס זכות,
דער באר
(מים)
איז געווען אין מרים׳ס זכות און דער מן איז געווען אין זכות פון משה.
ווען אהרן און מרים זיינען נסתלק געווארן זיינען אויך צוגענומען געווארן די ענני הכבוד מיטן באר,
און זיינען נאכדעם צוריקגעקערט געווארן אין זכות פון משה 1 ).
הגם אז תורה איז חכמה,
ווי עס שטייט 2 )
כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים,
פונדעסטוועגן ווערט עס ניט אנגערופן מיטן נאמען חכמה נאר מיטן נאמען תורה,
מלשון הוראה 3 ),
ד.
ה.
אז יעדער ענין וואס עס ווערט דערציילט אין תורה איז דאס א הוראה
(אנווייזונג)
אלע מאל און אומעטום אין טאג־טעגלעכן לעבן.
דאס הייסט,
אז ניט נאר די מצות וואס אין תורה,
מצות עשה ומצות לא תעשה,
זיינען א הוראה אין לעבן,
נאר אויך די ספורים פון תורה,
זיינען א הוראה אין לעבן.
ווארום אויך די מצות זיינען געשריבן געווארן ניט בדרך ציווי נאר בדרך ספור,
אז דער אויבערשטער האט געזאגט משה׳ן און משה האט געזאגט
די אידן.
און אזוי ווי די מצוות,
הגם זיי זיינען געשריבן געווארן בדרך סיפור,
זיינען א הוראה,
אזוי זיינען אויך די ספורים אין תורה א הוראה,
ווארום אויך די ספורים זיינען א חלק פון תורה.
— דערפאר שרייבט דער רמב״ם 4 ),
און אויך אין גמרא 5 )
איז דאס פאראן ברמז,
אז עס איז ניטא קיין חילוק פון דעם פסוק 6 )
ואחות לוטן תמנע מיטן פסוק 7 )
שמע ישראל,
הגם אז דער פסוק שמע וגו׳ איז איינע פון די מצוות עקריים און דער פסוק ואחות וגו׳ איז מער ניט ווי א ספור,
ווארום ביידע זיינען ספורים,
און ביידע זיינען הוראות,
און ביידע זיינען חכמתו ורצונו יתברך —
און אזוי ווי אלע ספורים אין תורה זיינען הוראות,
אזוי איז אויך דער ספור הנ״ל א הוראה אין לעבן.
ב.
די דריי ענינים: ענני הכבוד,
מן און מים,
זיינען פארשטאנדיק,
און זיי אלע זיינען פאראן אין תורה.
די ענני הכבוד האבן מגין געווען מבחוץ.
זיי האבן מגין געווען פון די ד׳ רוחות,
גע׳הרג׳ט די נחשים וואס זיינען געווען אין מדבר,
אויסגעגלייכט די הרים 8 ),
אויסגערייניקט די לבושים,
ווי עס שטייט 9 )
שמלתך לא בלתה מעליך.
וואס דאס זיינען אלץ ענינים פון מגין זיין מבחוץ.
דער מן איז אן ענין פון אכילה.
אין דעם מן האט מען דאך געקענט פילן אלע טעמים וואס מען האט געוואלט 10 ),
וואס דער ענין פון אכילה איז ארייננעמען אין א פנימיות.
דער באר וואס דאס איז מים,
איז דאס ניט קיין דבר המזין מצד עצמו.
דערפאר זאגט דער רמב״ם 17 )
דעם טעם פארוואס אין מערבין במים וויילע א דבר המערב איז א דבר המזין דווקא און מים איז ניט קיין דבר המזין.
די פעולה פון מים איז וואס מים טראגט פאנאנדער דעם עסן אין אלע טיילן פון קערפער.
און אזוי זיינען אויך אין תורה פאראן די אלע דריי ענינים.
עס איז פאראן דאס וואס תורה גיט אין א פנימיות,
און עס איז פאראן דאס וואס תורה איז מגין מבחוץ,
און עס איז פאראן דאס וואס תורה טראגט פאנאנדער די צוויי ענינים צו אלע אידן.
ג.
מען האט גערעדט פדיער אז תורה איז מלשון הוראה,
ד.
ה.
אז תורה לערנט די הנהגה ווי צו פירן זיך אין לעבן.
דאס איז וואס תורה גיט אין א פנימיות — אזוי ווי דער מן — וואס מען דארף דאס פארשטיין און ארייננעמען אין א פנימיות,
אויף וויסן ווי עס זאל זיין די הנהגה פון אים,
פון בני ביתו ובניו אחריו.
מצד דעם ענין אין תורה וואס איז דוגמת המן,
זיינען פאראן חילוקים פון איין אידן ביז א צווייטן,
ווארום וויבאלד עס איז אן ענין פון פנימיות איז דאס ביי יעדער איינעם לויט זיין אופן.
אזוי ווי אין מן זיינען געווען חילוקים פון לחם ביז דכו במדכה וגו׳ 12 )
: ביי צדיקים איז געווען דער מן מוכן און ביי רשעים איז געווען אנדערש _ ביי די ענני הכבוד און ביי דעם באר זיינען ניט געווען קיין חילוקים,
נאר ביי דעם מן דוקא,
וויילע עס איז אן ענין פון פנימיות,
— אזוי איז אויך אין תורה.
פאראן אזעלכע וואס,
אויב עס איז ניט מעגלעך אנדערש,
זיינען זיי יוצא מצות תלמוד תורה מיט קריאת שמע 13 ),
און פאראן אזעלכע וואס דער חיוב תלמוד תורה איז ביי זיי כל היום דוקא 14 ).
דאס זעלבע איז אויך אין הידורים 15 )
— און נאך מער: פאראן הידורים וואס דער וואס האלט דערביי איז אין זיי מחויב,
אבער דער וואס האלט ניט דערביי טאר די הידורים ניט טאן,
ווארום — מחזי כיוהרא וכיוצא בזה.
סתם א מענטש טאר דאס ניט טאן,
און אן אדם חשוב איז דאס מחויב צו טאן,
און אויב ניט — איז דאס אן ענין פון חילול השם חס ושלום 16 ).
ד.
נאך אן ענין איז פאראן אין תורה וואס דאס איז בדוגמת ענני הכבוד,
וואס דאס איז אויף מגין זיין מבחוץ.
בשעת מען דארף ארויסגיין אין מדבר,
וואס דאס איז כללות העולם הזה וואס ער ווערט אנגערופן עולם הקליפות וסטרא אחרא 17 ),
א מדבר גדול ונורא אשר אין מים,
נאר קליפות,
נחש שרף ועקרב,
אויף דעם איז מגין דער כוח המסירת נפש וואס ביי יעדער אידן,
ביי אלע אידן,
מצד דעם וואס ישראל ראשי תיבות יש ששים רבוא אותיות לתורה 18 ),
און די כשרות פון א ספר תורה קומט דורך אלע אותיות דווקא 19 ),
במילא איז יעדער איד,
אויך א קל שבקלים,
האט דעם כוח המסירת נפש למסור נפשו על קדוש השם.
און דאס זיינען די ענני הכבוד שבתורה.
אזוי ווי די ענני הכבוד האבן ארומגערינגלט און ארומגענומען אלע אידן — פון דעם זמן פון קריעת ים סוף ביז זיי זיינען אריין אין ארץ ישראל,
אויך אט די וואס האבן מיטגענומען דעם פסל,
אויך זיי האבן די ענני הכבוד ארומגענומען — אזוי איז אויך פאראן דער חלק אין תורה — דאס וואס יש ששים רבוא אותיות לתורה — וואס עס נעמט ארום אלע אידן,
פון דעם גדול שבגדולים ביז דעם פחות שבפחותים,
און עס גיט זיי דעם כח און די שטארקייט אויף דורכגיין דעם מדבר גדול ונורא,
ניט נתפעל ווערן פון די נחשים שרפים ועקרבים,
און שטיין מיט א תנועה פון מסירת נפש.
אזוי ווי דער רבי דער שווער האט דערציילט 20 ),
אז בשעת מען האט געווארפן די באמבעס אין ווארשע איז מען געלאפן באהאלטן זיך.
אמאל האט זיך צוזאמענגעקליבן אין איין ארט א גאנצע קבוצה: דער רבי,
אנשים בינונים,
אנשים פשוטים און אזעלכע וואס האבן געמיינט אז זיי זיינען אינגאנצן ניט שייך צו אידישקייט.
בשעת עס האט ניט ווייט פון זיי אויפגעריסן א באמבע — האבן אלע צוזאמען אויסגעשריען פה אחד: שמע ישראל.
בשעת עס קומט צו יחידה שבנפש און צו עצם הנשמה — עס איז נאר שווער צוצוקומען צו דעם,
אבער בשעת מען קומט צו צו דעם,
צי דורך אזא אופן צי דורך דרכי נועם — דעמאלט שרייט דער קל שבקלים שמע ישראל מיטן זעלבן תוקף אזוי ווי דער מנהיג ישראל.
עס קאן אפילו זיין,
אז די סיבה וואס זיי האבן אויסגעשריען שמע ישראל איז געווען מצד דעם וואס זיי האבן זיך געפונען אין די ד׳ אמות פון דער נשמה כללית וואס זיי זיינען געווען פרטים פון.
איר,
אבער דאס איז א סיבה וואס עס האט מעורר געווען זייער יחידה.
געשריען שמע ישראל האבן זיי מצד זייער אייגענער יחידה.
ה.
בכדי עס זאל זיין ביי יעדער אידן דער מן און ענני הכבוד וואס אין תורה,
איז דאס דורך דעם מים שבתורה,
וואס אזוי ווי מים יורדים ממקום גבוה למקום נמוך,
אזוי איז אויך תורה ירדה ונתלבשה למטה 21 ),
א חכמה מפוארה בכלי מכוער,
וואס מצד דער ירידה פון תורה קאן יעדער איד,
דורך דעם וואס ער זאגט תורה שבכתב
(אפילו אזא וואס ווייס ניט דעם פירוש המלות)
און דורך דעם וואס ער לערנט תורה שבעל פה
(אפילו אזא וואס ווייס מער ניט ווי דעם פירוש הפשוט),
קאן ער דורך דעם ארויסנעמען דעם מן און די ענני הכבוד שבתורה.
אזוי ווי וואסער טראגט פאנאנדער די שפייז אין אלע קערפער־טיילן,
אזוי איז אויך דער מים שבתורה,
ד.
ה.
אט דאס וואס ירדה ונתלבשה למטה,
טראגט דאם פאנאנדער דעם מן שבתורה מיט די ענני הכבוד שבתורה לכל מחנה ישראל,
לכל אחד ואחת 22 )
מישראל בהמצטרך לו ולה אין אלע ענינים.
ו.
דערמיט וועט מען אויך פארשטיין די שייכות פון מן צו משה׳ן,
פון ענני הכבוד צו אהרן׳ען און פון באר צו מרים׳ען.
משה איז געווען א רועה ישראל,
און ער האט געפיטערט יעדער איינעם לפי ערכו,
אזוי ווי עס ווערט דערציילט 23 )
אז בשעת ער האט געפאשעט די שעפסן,
האט ער די קלענערע שעפסן געגעבן ווייכע גראז,
די גרעסערע שעפסן דיקע און שטארקע גראז,
ווארום וויבאלד אז מרעה
איז אן ענין פון פנימיות האט דאס געדארפט זיין צוגעפאסט לויט יעדער איינעם.
דערפאר איז דער מן וואס דאס איז פנימיות ובהתחלקות,
געווען בזכותו של משה.
אהרן איז געווען אוהב את הבריות 24 ),
ד.
ה.
אז אויך די וואס זיינען מער ניט ווי בריות 25 )
האט ער זיי ליב געהאט.
דערפאר שטייט דאך אויף אהרן׳ען 26 )
ויבכו את אהרן שלשים יום כל בית ישראל,
וואס אויף אנדערע שטייט דאס ניט.
איז דורך דער אהבה וואס זי איז געווען צו אלע בריות,
האט ער אויך ביי זיי ארויסגערופן א תשוקה צו מצוות 27 )
כאטש מצד עצמם האבן זיי ניט געהאלטן דערביי.
דערפאר זיינען בזכותו של אהרן געווען די ענני הכבוד,
ווארום יעדער זאך איז דאך מדה כנגד מדה 28 ),
איז וויבאלד ער איז געווען אוהב את הבריות אן התחלקות,
האט ער ממשיך געווען די ענני הכבוד וואס זיי האבן ארומגעגומען אלע אידן גלייך.
מרים,
שטייט דאך אז דאס איז פועה 29 ),
וואס זי האט זיך אפגעגעבן און געהאדעוועט דווקא די קליינע קינדער אין מצרים.
און למה נקרא שמה מרים,
וויילע זי איז געווען אין דעם זמן הקושי פון גלות 30 ),
דאך האט זי נביאות געזאגט אז באלד איז נולד מושיען של ישראל 31 ),
וואס דערמיט האט זי מבטל געווען ניט נאר די גזרה פון פרעה נאר אויך די גזרה פון עמרם׳ען,
הגם אז עמרם האט געהאט א טעם אויף זיין גזירה.
זי איז געגאנגען מיט א מסירת נפש אויף צוגרייטן קינדער וואס זאלן זאגן זה א־לי ואנוהו 32 ),
א דור וואס זאל מקבל זיין די תורה.
בזכותה איז געווען דער באר — מים — וואס דער ענין פון מים איז אראפברענגען און פאנאנדערטראגן די תורה למקום נמוך 33 ),
צו די וואס זיינען בקצה המחנה.
ז.
כשנסתלקו אהרן ומרים נסתלקו ענני הכבוד מיטן באר וחזרו בזכותו של משה.
פון דעם איז מוכרח אז משה האט אנגעהויבן טאן א נייע עבודה.
הגם אז זיין ענין מצד עצמו איז געווען די עבודה פון רועה זיין את ישראל
(מן),
האט די נייע עבודה געבראכט צוריק אויך די עננים מיטן באר.
דער אמת׳ער סימן פון א רועה ישראל איז אז ער טוט ניט נאר די עבודה וואס איז שייך צו אים בעצם,
נאר,
בשעת עס איז מוכרח לצורך השעה,
פארבייגט ער אויף זיך,
ער לייגט אוועק זיך און איז זיך מוסר נפש צוליב אידן.
בשעת מען דארף מקרב זיין לבן של ישראל,
אויך א פחות שבפחותים,
צו אלקות,
דאן פארבייגט דער רועה ישראל זיינע ענינים,
און לערנט מיט אידן אלף־בית,
צי א״ב פון תורה ומצוות צי א״ב כפשוטו.
הגם אז ער איז א כהן 34 )
— איז אין פלוג וואס טוט א כהן בבית הקברות,
רשעים בחיים קרוים מתים* 34 )?
ער איז א זקן,
שקנה חכמה 35 )
— איז ווי גייט א זקן מחזיר זיין אן אבידה?
עס איז דאך ניט לפי כבודו און ניט דאס איז זיין ענין.
זיין ענין איז גאר לערנען די מנהיגי ישראל ווי צו פירן די אידן,
אבער ניט האבן צו טאן מיט אנשים שאינם כשרים.
פונדעסטוועגן איז בשעה שנסתלקו אהרן ומרים,
און עס איז ניטא קיין אנדערער וואס זאל זיך דערמיט פארנעמען,
דאן נעמט דער ראש ישראל און ער אליין עוסק׳ט זיך אין די ענינים,
הגם עס איז ניט לפי ערכו.
ח.
עס שטייט דאך אין תניא 36 )
אז יעדער איד האט א ניצוץ פון משה רבינו,
במילא איז דאס א הוראה פאר יעדער אידן אז הגם יעדער איינער האט זיך זיין ענין,
פונדעסטוועגן בשעת עס פעלט דער באר שבזכותה של מרים און די עננים שבזכותו של אהרן,
און עס איז פאראן די סכנה פון נחשים שרפים ועקרבים,
דאן מאנט מען ביי יעדער איינעם,
ער זאל זען אומקערן דעם באר מיט די עננים — ניט טראכטנדיק צי דאס איז יע זיין ענין צי ניט.
און הגם אז ער איז אזא,
וואס ער פאר זיך האט כלל ניט וואס צו מורא האבן פאר די נחשים שרפים ועקרבים,
ווארום ער האט דעם צלם אלקים,
במילא האט אויף אים קיינער קיין שליטה ניט,
ווי די גמרא זאגט 37 )
: אין חי׳ רעה שולטת באדם אלא אם כן נדמה לה כבהמה,
פונדעסטוועגן,
וויבאלד אז פאר אן אנדערן איז דאס יע א סכנה און עס קאן זיין אז עס איז ניטא דער אהרן מיט מרים׳ען וואס זיי דאגה׳נען אויף פארמיידן די סכנה,
איז דאס אן ענין פון פיקוח נפש,
וואס אויף פיקוח נפש איז מען מחלל שבת און פיקוח נפש איז דוחה כל התורה כולה,
אפילו ביי כמה וכמה ספיקות,
און אפילו צוליב חיי שעה 38 ),
במילא דארף ער זיין דער וואס זאל זיך פארנעמען מיט דעם,
אז עס זאלן זיין סיי דער מן,
סיי די עננים און סיי דער באר.
און בשעת ער וועט אוועקלייגן זיך און ניט טראכטן צי דאס איז זיין ענין אדער זיין ענין איז העכער דערפון,
און וועט מקרב זיין ישראל לאביהם שבשמים,
וועט דער אויבערשטער מקרב זיין אים מיט זיינע בני בית,
געבן זיי כל המצטרך להם,
ובענין העקרי פון אלץ,
מקיים זיין ועשו לי מקדש,
א מצוה וואס אויפן צבור דוקא 39 ),
אנשים ונשים 40 ),
וואס דעמאלט וועט זיין ושכנתי בתוכם,
בתוך כל אחד ואחד מישראל.
(משיחת י״ב תמוז,
תשי״ג)