B"H
🏡

Ikar

עמוד 326

א.

די היינטיקע סדרה הויבט זיך אן מיט ויקח קרח,

וואו עס ווערט דערציילט וועגן דער מחלוקת פון קרח׳ן אויף כהונת אהרן,

דערנאך ווערט דערציילט וועגן מטה אהרן,

וואס דאס איז א באווייז אויף דער ריכטיקייט פון אהרן׳ס כהונה,

דערנאך רעדט זיך וועגן מתנות כהונה,

וואס דאס איז אויך שייך דערצו.

דער ענין פון מתנות כהונה איז אז פון יערער זאך וואס מען האט געהאט האט מען געדארפט געבן די כהנים,

סיי פין אור פנימי,

סיי פון אור מקיף; פון אור פנימי אזוי ווי תרומה וביכורים,

און פון אור מקיף אזוי ווי ראשית הגז,

וואס דאס האט צו טאן מיט לבושים.

דער פסוק דערקלערט דעם ענין פון מתנות כהונה אז פון יעדער זאך דארף מען אפגעבן דאס ערשטע צום אויבערשטן.

ווארום כהנים איז דאך הוי׳ הוא נחלתם,

זיי האבן ניט צו טאן מיט ענינים גשמיים און הוי׳ נחלתם,

במילא הייסט דאס אז מען האט דאס געגעבן צום אויבערשטן,

און די כהנים איז משלחן גבוה קא זכו 1 ).

דערפאר — לויט ווי עס שרייבט דער רמב״ם 2 )

— איז אויך איצטער פאראן אט דער ענין: בשעת ער גיט עסן צו אן ארעמאן,

דארף ער אים געבן מן הטוב והמתוק שבשולחנו

(פון דאס בעסטע און זיסטע פון זיין טיש)

; בשעת ער טוט אן א נאקעטן,

כי תראה ערום וכיסיתו,

דארף ער אים געבן מן היפה שבכסותו

(די שענסטע פון זיינע קליידער)

; בשעת ער בויט א בית תפלה דארף ער דאס בויען נאה מבית ישיבתו

(שענער פון זיין דירה),

ווי עס שטייט כל חלב להוי׳.

— בכלל רעכנט זיך דער רמב״ם פאר א נגלה־ספר,

פונדעסטוועגן האט ער אין פיל ערטער אריינגעשטעלט רמזים פון פנימיות התורה,

און אזוי אויך דא כאפט אן דער רמב״ם די דריי ענינים פון מזון 3 ),

לבוש און בית —

ד.

ה.

אז פון אלע ענינים וואס א מענטש האט,

פון מזון

(שפייז),

פון לבוש

(קליידונג)

און פון בית

(א הויז),

דארף ער אפגעבן דערפון דאס ערשטע און דאס בעסטע צום כהן שבנפשו פנימה,

ד.

ה.

אויף ענינים פון קדושה,

וואס עני איז דאס דער נפש האלקית ביי א בינוני 4 ).

וואס דאס איז בענין מזון ולבוש,

און ביי בית שרייבט דאך דער רמב״ם בפירוש,

בית תפלה,

וואס דאס איז צום אויבערשטן.

בכדי אז עס זאלן זיין די פרטי ההנהגה אויף אזא אופן,

דארף זיין די הכנה כללית,

וואס דאס פירט דער רמב״ם אויס: הקדיש דבר כו׳ וכמו שנאמר כל חלב להוי׳,

אז עס דארף זיין די הכנה כללית אז דער עיקר איז להוי',

וואס דעמאלט זיינען די פרטים פון זיינע הנהגות אין זיין מזון לבוש ובית אזוי אז דאס בעסטע גיט ער להכהן שבנפשו פנימה.

און דאס איז נוגע אויך בגשמיות,

ווארום וויבאלד עס איז אן ענין פון מתנות כהונה,

איז דאך פאראן די הוראה — די מעשה 5 )

מיט איינעם וואס האט געגעבן ווייניקער מעשר וויפל מען האט געדארפט,

און לשנה הבאה האט ער בלויז געהאט אזוי פיל וויפל מען האט געדארפט געבן דעם כהן.

ב.

אזוי איז אויך אין זמנים,

זיינען דאך פאראן צייטן וואס אין זיי האט מען ניט צו טאן מיט הוויות העולם,

וואס בכלל זיינען דאס די ערשטע יארן פון דעם מענטשן,

און פאראן צייטן וואס מען איז פארנומען בהוויות העולם.

אויך אין משך פון יאר זיינען פאראן די ימי החול וואס אין זיי איז מען טרוד,

און שבתות ומועדים,

וואס אין זיי איז מען ניט פארנומען,

ובפרט ראש השנה און עשרת ימי תשובה וואס דעמאלט איז קירוב המאור אל הניצוץ 6 ).

דארף מען וויסן אז כל חלב להוי',

צום אויבערשטן דארף מען אפגעבן די ערשטע און די בעסטע צייט.

וואס אין יעדן טאג גופא איז די בעסטע און רואיקסטע צייט פון דעם מענטשן באלד ווי ער שטייט אויף,

וואס דעמאלט איז ביי אים א רואיקע קאפ,

אט די צייט דארף מען אפגעבן צום אויבערשטן,

ווי עס שטייט 7 )

ראשית עריסותכם חלה תרימו תרומה וגו',

האט געזאגט כ״ק מו״ח אדמו״ר* 7 ),

ראשית עריסתכם,

באלד ווי א איד שטייט אויף פון בעט,

תתנו להוי׳ תרומה,

דארף ער די צייט אפגעבן צום אויבערשטן.

דערפאר איז בשעת עס האט זיך געהאנדלט אין דער מדינה — אמעריקע — וועגן דעם סדר הלימודים אין ישיבות,

האט זיך דער רבי זייער שטארק געשטעלט אז אינדערפרי זאלן זיין לימודי קודש דוקא,

און לימודי חול זאלן זיין נאר נאך האלבן טאג,

וויילע אינדערפרי ווען די קאפ איז אויסגערוט איז דאס די בעסטע צייט,

ווי דער פסק הרמב״ם 8 )

אז כל חלב להוי',

און ערשט בייטאג,

דעמאלט קאן ער זיך עוסק זיין אין וברכך הוי׳ אלקיך בכל אשר תעשה.

און דער ענין איז נוגע אויך צו בעלי עסק,

אז הגם זייער עסק איז דאך אין עובדין דחול,

דארפן זיי וויסן אז דער עיקר איז תורה ותפלה,

און די ערשטע און בעסטע צייט פון טאג דארף מען אפגעבן צום אויבערשטן.

די ערשטע זאך דארף מען דאוונען,

נאכן דאוונען דארף מען לערנען,

ווי דער דין איז אז מבית הכנסת דארף מען גיין לבית המדרש,

און דערנאך ערשט עסן פת שחרית,

ווי דער צמח צדק פסק׳נט 9 )

אז פת שחרית איז אחרי התפלה,

ומבית הכנסת איז דאך דער דין אז מען דארף גיין לבית המדרש 10 ),

במילא קומט אויס פת שחרית נאכן לערנען,

און ערשט דערנאך קאן מען זיך עוסק זיין בדברי הרשות.

מען דארף וויסן אז דער עיקר איז תורה ותפלה,

ניט אז בעיקר זאל ער ליגן אין עסק,

און פרק א׳ שחרית ופרק א׳ ערבית אפלערנען נאר צוליב יוצא זיין פאר דעם שלחן ערוך,

זאגן די ווערטער און ניט הערן וואס ער רעדט,

ניט מתבונן זיין זיך אין דעם וואס ער הערט.

די בעסטע צייט,

די בעסטע כחות,

די יגיעת הראש און אפילו די יגיעת כפיים,

דארף מען אפגעבן אין תורה ותפלה.

אמת טאקע אז תרומה דארף זיין ראשית ששירי׳ ניכרין 11 ),

וואס אזוי איז אויך ביי מעשר אז דאס דארף זיין א צענט חלק,

וכפי תקנת אושא איז אל יבזבז יותר מחומש 12 )

; איז אויסער דעם וואס דער אלטער רבי זאגט 13 )

אז בשעת עס רעדט זיך וועגן הצלה איז לא גרע רפואת הנפש כו׳ וכל אשר לאיש יתן בעד נפשו,

אבער דאס איז ניט דער ענין הצדקה,

— במילא איז אפילו ווען דער רוב היום גייט אוועק אויף עסק און א מיעוט אויף תורה ותפלה,

אבער דער מיעוט איז דער עיקר פון כל היום,

ובמילא דארף ער זיין דער חלב.

און די הכנה כללית צו דעם דארף זיין קבלת עול,

אז: תיכף ווען ער שטייט אויף פון שלאף,

זאל ער זאגן מודה אני בקבלת עול,

און עס זאל זיין דער אפלייג אז כל חלב להוי׳ כנ״ל,

און דאס איז נוגע אויך בגשמיות כנ״ל.

ג.

קרח האט געקריגט אויף אהרן׳ס כהונה,

קרח האט גע׳טענה׳ט אז מען דארף ניט אפגעבן כל חלב להכהן ווייל כל העדה כולם קדשים ובתוכם הוי׳ ומדוע תתנשאו 14 ).

מען טענה׳ט אז אפילו בשעת מען איז זיך ניט עוסק בתורה איז אויך אכל בי עשרה שכינתא שריא,

וואס דאס איז אפילו בשעת מען איז זיך ניט עוסק בדברי תורה 15 ),

און אפילו אויב ער איז איינער האט ער אויך א נפש האלקית,

און אפילו א קל שבקלים ורשע גמור האט א נשמה,

מער ניט וואס זי איז בבחינת מקיף 16 ),

במילא איז וואו ער גייט גייט ער דאך אום מיט דער נשמה און מיטן אויבערשטן,

במילא איז מדוע תתנשאו.

ובפרט אויב ער איז א בעל תורה קאן ער דאך א ודאי טאן וואס ער וויל — ווארום תורה מגינא ומצלא,

עבירה מכבה מצוה ואין עבירה מכבה תורה 17 ).

במילא קאן ער ריידן כו׳ און די תורה וועט אויף אים מגין זיין.

— עס שטייט אין א מאמר חסידות אז טענת ופלוגתת קרח אנטקעגן משה ואהרן איז געווען,

וואס זיי האבן גע׳טענה׳ט אז וויבאלד זיי זיינען אלע נשמות דאצילות,

דארף מען ניט האבן דעם תתנשאו.

אין די שפעטערדיקע דורות,

וואס נשמות דאצילות זיינען נאר יחידי סגולה,

דארף מען האבן א משה רבינו,

אבער דער דור המדבר וואס ער איז געווען א דור דעה 18 ),

ביי די שבעים זקנים איז געווען דער ואצלתי מן הרוח און דורך זיי האבן דאס געהאט די אלע ששים רבוא אידן מיט די נשמות פרטיות,

היינט וויבאלד אז מען האלט ביי אצילות — האבן זיי גע׳טענה׳ט — מדוע תתנשאו,

וואס דארף מען גיין העכער.

על דרך זה איז אויך איצטער פאראן די טענת קרח

(ווארום אלע ענינים וואס זיינען געווען בשעת יציאת מצרים זיינען דאך פאראן אויך שפעטער),

וואס מען טענה׳ט,

וויבאלד אז ער איז א בעל תורה,

איז דאס שוין גענוג,

מער דארף מען שוין ניט —

אויף דעם זאגט מען 19 ),

טלית שכולה תכלת איז ווייניק,

נאר מען דארף האבן ציצית דווקא,

וואס איר ענין איז יראה וביטול,

ובית שמלא ספרים,

ער איז פול מיט תורה,

חייב במזוזות וואס אין מזוזה זיינען פאראן די צוויי פרשיות שמע און והי׳ אם שמוע,

וואס אין פרשת שמע שטייט ואהבת און פרשת והי׳ אם שמוע איז יראה.

און דאס איז דער ענין המזוזה.

אזוי ווי א מזוזה היט די שטוב און אלץ וואס אין איר,

אזוי איז בית שמלא ספרים,

ער האט תורה,

אבער אויב ער האט ניט קיין אהבה ויראה,

פעלט עס אין דער תורה,

ווארום אורייתא בלא דחילו ורחימו לא פרחא לעילא 20 ),

בית שמלא ספרים חייב במזוזה,

די אהבה ויראה היט אפ די תורה,

אז זי זאל זיין ווי מען דארף,

שיראתו קודמת לחכמתו 31 )

— נאר דעמאלט איז חכמתו מתקיימות וכל האומר אין לו אלא תורה כו׳ 22 ).

ד.

דער עונש פון קרח׳ן איז געווען אז וירדו חיים שאולות שטייט אויף דעם אז דער אויפטו אין דעם איז געווען דער צירוף פון שאול מיט חיים.

מען געפינט זיך אין שאול תחתית,

מען ליגט אין רע און אין עומק רע,

און מען מיינט אז מען לעבט; מען טענה׳ט אז כולם קדושים,

ווארום ער האט א נשמה,

אומעטום וואו ער איז געפינט ער זיך מיט דעם אויבערשטן

(ובתוכם ה').

קרח׳ס טענה אז כולם קדושים איז טאקע אמות ווי ער זאל ניט זיין האט ער א נשמות און ער האט תורה,

אבער פונדעסטוועגן ליגט ער דאך אין שאול,

ווארום וואס איז די פעולה פון דער תודה,

בשעת די תורה געפינט זיך אין איין ארט און ער איז אין אן אנדער ארט.

נאך מער,

ס׳איז דאך ווי דער אלטער רבי זאגט 22 ),

אז בשעת מען לערנט תורה ניט ווי מען דארף,

איז די תורה בגלות אין קליפות,

וואס דאס איז ווי ער זאגט אין תניא 24 )

: כמשל האוחז בראשו של מלך וטומן פניו אין אן ארט וואס איז מלא קיא צואה.

און דאס איז נאך א טייטש אין די ווערטער "חיים שאולה": מען נעמט מיט די תורה,

וואס זי איז חיים,

אין שאול תחתית.

די עצה צו דעם איז מתנות כהונה,

אפגעבן זיין בעסטע צייט און זיינע בעסטע כחות אין תורה ותפלה.

סיי פון מזון סיי פון לבוש סיי פון בית,

זאל ער אפגעבן די ראשית און די בעסטע צום אויבערשטן,

און א הכנה כללית אויף דעם — באלד ווען ער שטייט אויף פון שלאף זאל ער זאגן מודה אני בקבלת עול.

און דורך דעם ענין פון מתנות כהונה,

האט מען די ברכת כהנים,

יברכך וישמרך,

בבנים ובממון וכו',

און "פרח מטה אהרן",

אז עד מהרה ירוץ דברו 25 )

— די המשכה ווערט ניט נפסק,

זי קומט אראפ למטה; "שקדים",

שוקד על הטוב,

אין אלע דברים טובים,

אין אלץ וואס ער דארף בגשמיות וברוחניות.

ה.

עס איז דאך געווארן א מנהג צו מיטנעמען עפעס אין די שולן.

די נקודה פון היינטיקער פרשה איז דאך דער ענין פון ויקח קרח,

וואס ער האט געקריגט אויף כהונת אהרן און האט גע׳טענה׳ט אז כולם קדושים,

מען טענה׳ט אז כולם קדושים,

יעדער איינער קאן פסק׳נען וואס ער וויל,

יעדערער איז א פוסק וואס מען מאג און וואס מען טאר ניט.

דארף מען וויסן אז דאס איז געווען קרח׳ס שיטה.

פון דעם קומט ארויס א מחלוקת ביי זיי אליין — מחלוקת שאינה לשם שמים זו מח לוקת קרח ועדתו 26

).

עס דארף זיין דער ביטול צו די בעלי תורה,

צו די וואס קאנען פסק׳נען על פי תורה,

וואס זייער פסק פועל׳ט אויך אויף דער מציאות,

כידוע אז תורה איז א בעל הבית אויף מציאות.

אויך דארף מען נעמען פון היינטיקער סדרה דעם ענין וואס מען האט גערעדט וועגן מתנות כהונה,

ווי דער רמב״ם איז מבאר 27 )

: "כל חלב להוי׳",

אז בשעת ער גיט צו אן עני,

וואס דאס גיט ער דעם אויבערשטן,

מלוה ה׳ חונן דל,

דארף ער געבן מהמובחר,

און אזוי איז בבית תפלה.

ד.

ה.

אז דאס בעסטע פון דער צייט,

דאס בעסטע פון די כחות,

דאס בעסטע פון דעם אלעם וואס דער מענטש האט,

וואס דאס בעסטע און טייערסטע ביי א מענטשן איז דאך קינדער,

דארף ער אפגעבן די קינדער צום אויבערשטן,

און דאס בעסטע צייט פון די קינדער,

וואס דאס איז זייערע ערשטע יארן.

און דאן האט מען די ברכת כהנים,

יברכך בבנים ובממון,

וישמרך,

אז דאס געלט זאל אוועקגיין אויף געזונטע זאכן און פריילעכע זאכן.

ווי מען האט שוין אמאל גערעדט אז מיט האבן געלט אליין איז מען נאך ניט באווארנט — ווארום בשעת דאס געלט גייט אוועק אויף דאקטוירים איז דאך גלייכער צו זיין

געזונט און ניט האבן די פאר דאלער אויף דאקטוירים; וישמרך — אז דאס זאל אוועקגיין אויף געזונטע און פריילעכע זאכן.

און ער פירט אויס: וישם לך שלום,

— לא מצא הקב״ה כלי המחזיק ברכה לישראל אלא השלום 28 ),

אז אויך ווען דער בכל אשר תעשה,

די כלי צו דער ברכה,

איז א כלי מועט,

איז פאראן אבער דער ענין השלום וואס דאס איז מחזיק ברכה.

און דערנאך איז ערשט — ואני אברכם,

וואס תוספתו של הקב״ה מרובה על העיקר 29 ).

בשעת מען גיט צום אויבערשטן מתנות כהונה,

ווי די גמרא זאגט 30 )

אלקיכם כהן הוא,

איז ואני אברכם,

וואס דאס איז מרובה על העיקר.

אין ואני אברכם איז פאראן צוויי פירושים 31 )

: א)

לכהנים,

ב)

לישראל.

ועל פי הנ״ל: אברכם לכהנים שבנפשו,

דאס הייסט א ברכה ברוחניות,

ער זאל האבן א חיות און א געשמאק בלימוד התורה וקיום המצוות,

און א ברכה לישראל וואס דאס איז בכל דרכיך ובגשמיות אין אלץ וואס מען דארף.

(משיחת ש״פ קרח,

תשי״ד)

Reader controls and commentary are loading.