א.
אויף דעם וואס שטייט אין דער היינטיקער סדרה ויקרא משה להושע בן נון יהושע,
ווערט געבראכט אין גמרא 1 ),
אז משה רבינו האט מתפלל געווען,
"י־ה יושיעך מעצת מרגלים".
דארף מען פארשטיין,
וויבאלד אז די מרגלים זיינען דאך געווען כשרים באותה שעה,
און אזוי איז דאך אויך מוכרח,
ווייל אויב ניט וואלט דאך משה רבינו ניט מסכים געווען צו שיקן זיי
(עס איז דאך געווען תלוי אין משה׳ן,
ווי ער זאגט שלח לך — לדעתך),
איז צוליב וואס האט ער מתפלל געווען י־ה יושיעך מעצת מרגלים?
און אויב מען וועט זאגן אז כאטש זיי זיינען געווען כשרים,
פונדעסטוועגן האט משה פארטראכט טאמער וועט עפעס געשען,
און מצד דעם האט ער מתפלל געוועין פאר יהושע׳ן,
איז דאך ניט פארשטאנדיק,
פארוואס האט ער מתפלל געווען בלויז פאר יהושע׳ן און ניט פאר אלעמען?
ב.
עס שטייט אין גמרא 2 )
: כך אומנתו של יצר הרע היום אומר לו עשה כך ולמחר אומר לו עשה כך,
עד שאומר לו עבוד עבודה זרה.
די גמרא דערקלערט,
ווי קומט עס אז א איד זאל עובד זיין אן עבירה?
א איד וועלכער איז מבני אברהם יצחק ויעקב און האט א נשמה,
וואס נשמה שנתת בי טהורה היא אתה בראתה אתה יצרתה אתה נפחתה בי ואתה משמרה בקרבי,
היינט ווי קומט עס ער זאל עובר זיין אויף דעם ציווי פון זיין בורא?
ענטפערט אויף דעם די גמרא,
אז כך אומנתו של היצר הרע,
עס איז ניט מיט אמאל,
נאר עס איז ביסלעכווייז.
אין מצוות איז דאך פאראן דער ענין פון הידור מצוה,
און עס קאן זיין — ווי די גמרא זאגט — אן אופן וואס מען זאל טאקע מקיים זיין די מצוה און פונדעסטווענן ניט יוצא זיין.
איז צום אנפאנג קומט דער יצה״ר מיט דער טענה,
וואס עפעס מוזסטו מקיים זיין די מצוה בהידור,
זיי מקיים די מצוה סתם; נאך דעם קומט דער יצר הרע און טענה׳ט ער זאל מקיים זיין די מצוה ווי מען איז יוצא על פי הדחק: און אזוי צוביסלעך באקומט ער א נתינת מקום אים צו זאגן ער זאל עובר זיין אן איסור.
אויב עס איז אזוי אין יעדער מצות פרטית,
אז דורך דעם וואס מען הויבט אן מקיל זיין אין א מצוה ווערט שוין במילא א נתינת מקום צו עובר זיין אן איסור,
היינט מכל שכן אין מצות אהבת ישראל,
וואס דאס איז דאך דער יסוד כל המצוות,
ווי דער ירושלמי 3 )
זאגט: אמר רבי עקיבא ואהבת לרעך כמוך זהו כלל גדול בתורה,
איז אויב מען איז מקיל אין אהבת ישראל גיט עס א נתינת מקום להיפך חס ושלום.
ג.
וועגן אהבת ישראל דערציילט די גמרא 4 )
אז עס איז געקומען א גר צו שמאי און צו אים געזאגט: למדני כל התורה כולה על רגל אחת,
דחפו באמת הבנין.
ווען ער איז געקומען צו הלל׳ן האט אים הלל געזאגט: דעלך סני לחברך לא תעביד,
ואידך פירושא הוא.
איז דאך א קשיא,
וויבאלד אז הלל האט אזוי געזאגט איז עס דאך אן ענין וועלכער איז אזוי באמת לאמיתו,
היינט פארוואס האט שמאי אים ניט געזאגט די זעלבע זאך?
נאר דער ענין איז: אין עבודת והנהגת הצדיקים זיינען דא צוויי אופני עבודה,
פאראן א הנהגה פון צדיקים ווי זיי זיינען פאר זיך,
א הנהגה פון קו הגבורות וואס זייער ענין איז העלאה,
און זיי האבן ניט צו טאן אין גשמיות העולם,
ווי עס ווערט געבראכט אין לקוטי תורה 5 )
אז זייער קיום המצוות איז ברוחניות,
און אזוי ווי ביי רשב״י בעת ער איז געווען אין דער מערה.
דאס הייסט אז די עבודה איז ניט פארן כלל.
די צדיקים וואס זיי זיינען דא למטה אזוי ווי למעלה,
פאר זיי איז עס אן ענין,
אבער אין וועלט האט עס קיין ארט ניט.
ווי רשב״י זאגט 6 )
: אפשר אדם חורש וזורע תורה מה תהא עלי׳ כו׳,
און די גמרא פירט אויס הרבה עשו כרשב״י ולא עלתה בידם.
אזוי איז אויך בית שמאי,
וואס זייער עבודה והנהגה איז פון קו הגבורות,
וואס שמאי איז מלשון השם אורחותיו,
אלץ אפגעשאצט,
ווי עס שטייט אין לקוטי תורה 7 ),
איז פאר זיי אליין איז עס געווען א דרך,
אבער אין וועלט האט עס קיין ארט ניט,
דערפאר איז אין הלכה כבית שמאי,
און נאך מערער,
בית שמאי במקום בית הלל אינה משנה 8 ).
דערפאר אז עס איז געקומען דער גר צו שמאי׳ן און געזאגט למדני כל התורה כולה על רגל אחת,
איז מצד שמאי׳ס הנהגה וואס איז געווען מצד קו הגבורות,
אפגעטראגן פון וועלט,
האט עס קיין ארט ניט געהאט,
ודחפו באמת הבנין.
אמת הבנין מיינט א מאס.
איז מצד מדידה והגבלה פון שמאי׳ס בנין,
דחפו,
ווייל דארט האט עס קיין ארט ניט.
בשעת ער איז אבער געקומען צו הלל׳ן,
וואס זיין ענין איז 9 )
בהלו נרו,
חסד והמשכה,
האט ער אויך פאר אים געפונען אן ארט,
און האט געזאגט אז דורך אהבת ישראל האט מען כל התורה כולה.
ד.
אזוי ווי עס שטייט אין זהר 10 )
וועגן דריי צדיקים וואס יעדער פון זיי איז געווען אין א דור וואס איז געווען ניט ווי עס דארף צו זיין: נח,
אברהם און משה.
בדורו של נח בשעת המבול,
האט נח מתפלל געווען בלויז פאר זיך אליין און פאר זיינע בני בית,
און וועגן דעם גאנצן דור האט ער ניט געטראכט.
מער ניט בשעת מען איז געקומען און מען האט אים געפרעגט צוליב וואס ער בויט די תיבה,
האט ער זיי דערציילט אז דער אויבערשטער גייט ברענגען א מבול אויף דער וועלט,
און האט זיי גע׳מוסר׳ט.
אבער דאס איז געווען בשעת מען איז געקומען צו אים,
ער צו זיי איז דאך ניט געגאנגען,
זאגט אויף דעם דער זהר א שווערן ווארט.
אברהם האט ניט געווארט ביז מען איז צו אים געקומען,
נאר ויקרא שם בשם הוי׳ א־ל עולם 11 ),
ער איז געגאנגען צו אלעמען ופירסם אלקות בעולם.
אבער פונדעסטוועגן אין וואס איז באשטאנען זיין עבודה: אין מאכן אלעמען פאר צדיקים,
אבער פאר ניט קיין צדיקים האט ער ניט געבעטן.
בשעת עס איז געווען די גזירה אויף סדום האט ער געבעטן דעם אויבערשטן: אולי יש גו׳ צדיקים בתוך העיר,
אז אויב ס׳זיינען דא צדיקים,
זאל ער צוליב זיי ניט חרוב מאכן די שטאט,
און בשעת מען האט אים געענטפערט אז קיין עשרה צדיקים זיינען ניטא,
איז 12 )
ואברהם שב למקומו,
ער האט מער ניט געהאט קיין טענות.
די הנהגה פון משה רעיא מהימנא,
איז אבער געווען אנדערש.
בשעת די אידן האבן געזינדיקט האט משה רבינו געמאנט ביי דעם אויבערשטן ער זאל מוחל זיין אלע אידן,
אויך די רשעים.
און ניט בלויז דאס וואס ער האט זיך ניט געפירט ווי נח וואס ער האט מתפלל געווען בלויז פאר זיך ובני ביתו,
נאר אדרבא,
משה רבינו האט געזאגט 13 )
: ואם אין — מחני נא מספרך אשר כתבת.
משה רבינו האט זיך איינגעשטעלט פאר אלע אידן.
און הגם אז על פי שכל,
על פי טעם ודעת האט ניט קיין ארט מתפלל זיין פאר א חוטא בעגל ובמזיד,
דאך האט זיך משה רבינו איינגעשטעלט מיט א שטארקן ווילן און מסירת נפש וואס איז העכער פון טעם ודעת,
אויך פאר זיי.
און נאר די הנהגה רופט אן דער זוהר הקדוש נשמתא דאורייתא — שלימו כדקא יאות.
און דאס איז דער דרך נאך מתן תורה,
און דאס איז א סימן פון א רעיא מהימנא.
א מנהיג הדור ובפרט נאך מתן תורה שטעלט זיך איין פאר אלע אידן אן אויסנאם,
צי עס האט ארט אין שכל צי ניט.
ער שליסט ניט איין אין א תיבה זיך ובניו ואשתו ונשי בניו אתו,
און די איבעריקע אידן — לא בעי רחמי עלייהו,
ווארום זיי זיינען דאך כו',
ובגין כך איקרון מי המבול על שמי׳ 14 ).
א רועה ישראל שטעלט זיך איין און מיט מסירת נפשו בפועל פאר א דור וואס איז אפילו א דור המדבר,
וואס אויף זיי זאגט ר׳ עקיבא — הגם ער איז געווען אן אוהב ישראל,
און זאגט 15 )
ואהבת לרעך כמוך זהו כלל גדול בתורה — אז אין להם חלק לעולם הבא 16 ),
איז אבער משה רבינו דער רועה נאמן,
שטעלט זיך איין אויך פאר זיי,
און בלייבט איבער אין מדבר צוליב זיי,
ווי עס שטייט אין מדרש 17 )
כמו שנאמר צדקת הוי׳ עשה ומשפטיו עם ישראל,
אז משה רבינו איז איבערגעבליבן אין מדבר כדי מיטצונעמען דעם דור המדבר מיט זיך.
ה.
לויט דעם וועט מען פארשטיין וואס משה רבינו האט געבעטן פאר יהושע׳ן דווקא,
י־ה יושיעך מעצת מרגלים,
הגם פאר די איבעריקע האט ער ניט געבעטן.
אין חסידות 18 )
רעדט זיך ארום דער טעם פארוואס די מרגלים האבן ניט געוואלט אריינגיין אין ארץ ישראל,
וויילע זיי האבן ניט געוואלט פארנעמען זיך מיט גשמיות העולם.
אין מדבר האבן די אידן ניט געהאט צו טאן מיט גשמיות,
ווארום עס איז געווען לחם מן השמים,
מים מבארה של מרים,
און אפילו די לבושים האבן אויך די ענני הכבוד מנקה ומגהץ געווען 19 ),
דעריבער האבן זיי ניט געוואלט ארויסגיין פון מדבר און גיין אין ארץ ישראל,
און דארט האבן צו טאן מיט חרישה וזריעה,
און בני אדם חורשים וזורעים.
פאר זיי אליין איז עס אפשר געווען גוט,
ווי מען האט גערעדט פריער אז עס זיינען דא צדיקים וואס זייער הנהגה איז מצד קו הגבורות,
אבער רועה הדור ומנהיגו,
בכדי אויספירן די כוונה פון דירה בתחתונים ,
מוז מען האבן דעם ביטול פון אוועקלייגן זיך אן א זייט און צוטראגן זיך צו דעם דור.
דערפאר האט כלב ניט געהאלטן מיט די מרגלים,
ווייל כלב האט געהאט אין זיך דעם ביטול צו משה רבינו דעם מנהיג הדור,
ווי עס שטייט 20 )
ויהס כלב את העם אל משה,
דמשה הוא בחינת ונחנו מ״ה,
ביטול עצמי,
ביטול במציאות 21 ),
דערפאר איז כלב — רוח אחרת היתה עמו.
און דאס איז דער טעם וואס משה רבינו האט געבעטן פאר יהושע דוקא,
ווייל משה האט געוואוסט אז יהושע וועט זיין דער מנהיג הדור נאך אים,
ווארום אלדד ומידד מתנבאים במחנה משה מת ויהושע מכניס את ישראל לארץ 22 ),
דערפאר האט ער געבעטן אויף אים,
י־ה יושיעך מעצת מרגלים,
אויך אפילו ווען כשרים היו,
ווייל א מנהיג הדור דארף זיין צוגעטראגן צו אלעמען.
(משיחת ש״פ שלח תשט״ו)
ו.
עס שטייט אין מדרש אז משה רבינו האט געזאגט צום אויבערשטן: וואס איז די פעולה פון דעם וואס דו האסט געגעבן די אידן תורה ומצוות,
וויבאלד אז זיי געפינען זיך אין עולם הזה הגשמי והחומרי,
קאנען זיי דאך פארגעסן אויף דער גאנצער זאך?
האט אים דער אויבערשטער געענטפערט: איך וועל זיי געבן די מצוה פון ציצית,
וואס דורך דעם וועלן זיי געדענקען אלע מצוות,
ווארום "ציצית" באטרעפט זעקס הונדערט,
מיט די אכט פעדים און מיט די פינף קשרים,
איז דאס תרי״ג,
במילא דערמאנט דאס אויף אלע מצוות,
ווי עס שטייט 23 )
וראיתם אותו וזכרתם את כל מצות הוי'.
אין פלוג איז אבער ניט פארשטאנדיק,
וויבאלד אז די זאך פון ציצית איז אויף דערמאנען די מצוות,
איז צו וואס דארף מען א טלית?
דער עיקר איז דאך די ציצית וואס זיי דערמאנען אויף די תרי״ג מצוות כנ״ל,
האט מען דאך געקענט נעמען די ציצית אליין און צו וואס דארף מען א טלית?
נאר דער פשט אין דעם איז,
אז טלית איז מקיף,
ווארום עס איז דאך ניט קיין מזון וואס ער נעמט דאס אריין אין זיך,
נאר עס איז א לבוש וואס עס רינגלט אים ארום אויסווייניק,
און ער קאן דאס ניט באגרייפן.
דארף מען וויסן אז די תרי״ג מצוות וואס זיינען מרומז אין ציצית קומען ארויס פון טלית,
ד.
ה.
פון א זאך וואס עס איז העכער פון שכל.
בשעת ער וועט נעמען די ציצית אליין אן א טלית איז דאס קיין שום מצוה ניט און עס דערמאנט אים אויף גארנישט,
נאר בשעת ער נעמט אן די ציצית ווי זיי הענגען אראפ פון טלית,
ד.
ה.
אז ער ווייס און אנערקענט אז די גאנצע זאך פון תורה ומצוות קומט פון א זאך וואס ער קאן דאס אינגאנצן גיט באגרייפן,
דאן איז דאס א מצוה.
ז.
צום סוף פרשת ציצית שטייט 24 )
אני ה׳ אלקיכם אשר הוצאתי אתכם מארץ מצרים.
מען קאן דאך מאכן א חשבון אז דער דרך התורה איז א היפך פון דרך העולם,
מען מאנט ביי אים ער זאל היטן שבת און יום-טוב און מוסיף זיין נאך דערצו מחול על הקודש 25 )
בשעת ער האט קאנקורענטן און "קאמפעטישאן" פון גוים און להבדיל אידן ניט קיין שומרי שבת.
מען מאנט ביי אים אז אויפשטייענדיק אינדערפרי זאל ער די ערשטע זאך דאוונען און דערנאך לערנען א שיעור,
און ערשט נאכהער קאן ער גיין אין די ביזנעם; און זייענדיק שוין אין די ביזנעס מאנט מען ביי אים אז אין מיטן טאג,
בשעת דעם רעכטן קאך פון ביזנעס,
זאל ער אלץ אפלאזן און גיין דאוונען מנחה — וואס דאס איז דאך דער גודל החביבות פון מנחה; און נאכהער ביינאכט מאנט מען ביי אים ער זאל דאוונען מעריב און לייענען קריאת שמע שעל המטה; אויך מאנט מען ביי אים ער זאל זיין אפגעהיט פון גניבה גזילה אונאה והשגת גבול וואס דאס איז היפך פון דרכי המסחר.
ווערט דאך ביי אים א שאלה,
ווי קען ער זיך פירן על פי תורה,
בשעת דאס האט קיין שום ארט ניט אין וועלט?
אויף דעם זאגט ער אין סוף פרשה ציצית,
וואס דער ענין פון ציצית איז למעלה מטעם ודעת כנ״ל,
אז בשעת מען רעכנט זיך ניט מיט קיין מדידות והגבלות פון טעם ודעת און מען איז מקיים מצוות למעלה מטעם ודעת,
דאן פירט זיך דער אויבערשטער מיט אים אויך למעלה מהגבלת הטבע.
און דאס איז אני ה׳ אלקיכם אשר הוצאתי אתכם מארץ מצרים — וואס אפילו איין עבד זאל ארויסגיין פון מצרים איז,
כמאמר רז״ל 26 ),
געווען אוממעגלעך על פי טבע,
און דאך זיינען ארויס שש מאות אלף רגלי העם לבד נשים וטף,
און אויך מיטן רכוש גדול,
וואס יעדער איד האט געהאט ניט ווייניקער פון תשעים חמורים וואס האבן געטראגן כסף וזהב 27 ),
וגם ערב רב עלה אתם,
אז אפילו גוים האבן דאס אנערקענט — וואס דאס אלץ איז דאך למעלה מהטבע לגמרי.
און דאס איז,
בשעת א איד פירט זיך ניט על פי הגבלת הטבע,
דאן איז אני הוי' אלקיכם אשר הוצאתי אתכם מארץ מצרים,
אז אויך מלמעלה איז מען אים משפיע למעלה מדרך הטבע בבני חיי ומזוני רויחא.
(משיחת ש״פ שלח,
תשי״ג)