B"H
🏡

Ikar

בהעלותך א

א.

אין דער הפטרה פון פרשת בהעלותך שטייט,

ראיתי והנה מנורת זהב כלה 1 ,

וואָס דאָס גייט אויף כנסת ישראל.

אַלע אידן צוזאַמען זיינען אַ מנורת זהב כלה.

אין דער מנורה זיינען געווען זיבן נרות.

אַזוי זיינען אויך ביי אידן פאַראַן פאַרשידענע דרכים,

ווי עס ווערט אויספירלעך דערקלערט אין חסידות: עס זיינען דאָ אַזעלכע וואָס זייער דרך איז בקו החסד,

עס זיינען דאָ אַזעלכע וואָס זייער דרך איז בקו הגבורה וכו׳ ביז מען רעכנט אויס זיבן דרכים,

וואָס דאָס זיינען די זיבן נרות 2 .

הצד השוה שבהם — אַז זיי זיינען אַלע נרות.

אַלע מאַכן ליכטיק אין בית המקדש,

און מען באַנוגנט זיך ניט דערמיט וואָס מען מאַכט ליכטיק אין בית המקדש,

נאָר פון בית המקדש גייט די ליכטיקייט איי בער דער גאַנצער וועלט.

דערפאר זיינען אין בית המקדש געווען חלונות שקופים אטומים 3 .

ניט ווי אין אַלע הייזער,

וואו די פענסטער זיינען געמאַכט געוואָרן צוליב דעם,

אַז די ליכטיקייט זאָל אַריינגיין פון גאַס אין הויז,

נאָר פאַרקערט,

אַז פון בית המקדש איז געגאַנגען ליכטיקייט אויף דער גאַנצע וועלט,

וואָס דאָס איז די כוונה פון בית המקדש.

ווער האָט אויפגעטאָן די ליכטיקייט?

– די נרות,

וואָס דאָס זיינען נשמות ישראל.

כאָטש עס זיינען דאַ פאַרשידענע סוגים אין אידן,

יעדער איד דאַרף דינען דעם אויבערשטן מיט זיינע כשרונות,

אני לא נבראתי אלא לשמש את קוני 4 ,

אים מיט די כשרונות וואָס ער פאַרמאָגט האט מען באַשאפן צוליב דינען דעם אויבערשטן מיט אָט־די כשרונות,

אָבער הצד השוה שבהם,

אַז זיי זיינען אַלע נרות,

זיי מאַכן אַלע ליכטיק.

דער חילוק איז נאָר אין דעם צוגאנג צו דער עבודה.

ביי די איז די עבודה בקו החסד,

מתאים צו זייערע כשרונות וחושים,

און ביי יענע איז די עבודה בקו הגבורה,

אין עניני חומרות און אין אַ לבוש פון דינים,

מתאים צו זייערע חושים.

דאָס איז אָבער מער ניט אַז דער וועג איז ביי זיי בקו הגבורות,

אָבער דער ציל פון דער אַרבעט איז דער זעלבער,

— מאַכן ליכטיק.

הגם דער תכלית איז אומעטום דער זעלבער,

פונדעסטוועגן איז אָבער אַ גרויסער חילוק צי דער דרך איז בקו הגבורות,

אָדער דער דרך איז לכתחילה בקו החסדים,

וואָס דעמאָלט דאַרף מען זיך ניט גריבלען און מען זעט באַלד דעם תכלית וואָס אין דעם,

ווייל אויך בגילוי איז דאָס דער וועג פון ואהבת לרעך כמוך.

און דאָס איז געווען דער וועג פון אהרן כהן גדול וואָס האָט אָני געצונדן די מנורה.

אהרן איז געווען אוהב את הבריות ומקרבן לתורה 5 .

אפילו בריות

(באשעפענישן),

ד.

ה.

אַזעלכע וואָס האָבן אין זיך ניט קיין שום מעלה,

זיי האָבן בלויז חסרונות,

זייער איינציקע מעלה איז וואָס דער אויבערשטער האָט זיי באַשאפן,

כפירוש אדמו״ר הזקן נ״ע 6) ,

אויך אין זיי האָט אהרן ממשיך געווען אהבה.

און דאָס איז געווען ניט נאָר זיין ציל ,

נאָר אויך דער וועג צום ציל.

דאָס הייסט,

אַז אויך בגילוי – איז דער דרך געווען אוהב את הבריות און דורך דעם ומקרבן לתורה,

מאַכן פון זיי תורה אידן.

און אַזוי איז אויך געווען דער וועג פון די רביים נשיאים,

ביז כ״ק מו״ח אדמו״ר בעל ההילולא ועד בכלל,

וואָס זייער אַרבעט איז געווען אנצינדן די נרות.

ביי יעדן אידן איז פאַראַן דער נר הוי׳ נשמת אדם,

נאָר עס זיינען דא אַזעלכע וואָס וואַרטן ביז מען וועט עס ביי זיי אָנצינדן.

און דאס איז די אַרבעט פון די נשיאי ישראל,

אָנצוצינדן דעם נר הוי׳ נשמת אדם – וואָס איז פאַראַן ביי יעדן אידן,

און אין דעם זיינען פאַראַן זיבן סוגים.

דער אופן ווי עס איז געווען ביי די נשיאי חב״ד בכלל און ביי כ״ק מו״ח אדמו״ר בעל ההילולא בפרט,

איז — אַז די אהבה איז געווען בגילוי; ניט נאָר די מטרה איז געווען אור,

נאָר אויך דער וועג צו דער מטרה איז געווען אין אַן אופן פון אור.

בדרכי קירוב ובדרכי נועם האָט ער אָנגעצונדן דעם נר הוי׳ נשמת אדם אין אַלע סוגים פון אידן.

(משיחת יו״ד שבט,

תשט״ז)

א.

דער סדר אין הפצת המעינות חוצה איז ניט צו וואַרטן ביז עס וועלן קומען די וואָס זיינען אין כלל פון חוצה" צו די מעיינות,

נאָר יפוצו מעינותיך חוצה,

גיין אין דרויסן און דאָרט פאַרשפרייטן די קוואַלן.

און דער דאזיקער וועג האָט זיך אנגעהויבן פון אהרן הכהן,

וואָס ער איז געווען אוהב שלום ורודף שלום,

אוהב את הבריות ומקרבן לתורה".

אהרן האָט ניט געוואַרט אַז מ׳זאל קומען צו אים,

ער האָט זיך מקדים געווען און איז צו זיי אַליין געגאנגען.

און געגאנגען איז ער אויך צו די "בריות",

ד.

ה.

אויך צו אַזעלכע וואָס האָבן ניט קיין שום אַנדער מעלה אויסער דעם וואָס זיי זיינען "בריות",

ד.

ה.

דעם אויבערשטנס באשעפענישן,

אויך צו זיי איז אהרן געגאַנגען און זיי מקרב געווען צו תורה 7 .

אָבער דער דיוק הלשון איז ומקרבן לתורה",

ער האט זיי מקרב געווען צו תורה.

ניט ער האָט מקרב געווען די תורה צו זיי .

הגם אהרן איז געגאנגען צו די "בריות" האָט ער אָבער זיי ניט געגעבן די תורה לויט זייער גייסט: ער האָט ניט געמאכט קיין פשרות און היתרים אין דער תורה; ער האָט ניט מקרב געווען די תורה צום רוח הבריות,

נאָר די בריות האָט ער מקרב געווען צו דער תורה,

תורה תמימה,

ווי זי איז.

ב.

די נקודה פון אהרנ׳ס עבודה איז מרומז אין דער פרשת השבוע – בהעלותך את הנרות.

נרות באַצייכענען נשמות ישראל,

ווי עס שטייט "נר הוי׳ נשמת אדם" 8 .

אין אַלגעמיין זיינען פאַראַן זיבן סוגים אין נשמות ישראל,

ווי ס׳איז מבואר אין לקוטי תורה 9 ,

וואָס דאָס איז דער ענין פון די זיבן נרות פון דער מנורה.

און די עבודה פון אהרן איז געווען: אנצינדן און מעלה זיין די אַלע נרות.

אין יעדן אידן איז פאַראַן די גיטלעכע ליכט,

נאָר זי איז פאַרבאָרגן,

און די עבודה פון אהרן איז,

די דאזיקע ליכט אנצוצינדן און צו אַנטפלעקן פון דער פאַרבאָרגעניש.

און אויף אַזוי פיל האָט אהרן גע׳פועל׳ט מיטן מגלה זיין די נשמה אין יעדן אידן,

"עד שתהא שלהבת עולה מאלי׳ " 10 ,

ביז דער פלאַם איז אויפגעגאנגען פון זיך אליין.

כל זמן דער "נר הוי׳" פון די בריות דאַרף אנקומען צו אהרן ער זאָל אים אני צינדן – האט מען נאָך צום תכלית ניט דערגרייכט.

די עבודה דאַרף זיין: אנצינדן די ליכט ביז דער פלאַם גייט אויף פון זיך אליין; די ליכט דאַרף מען שוין מער ניט אנצינדן,

ווייל זי ברענט און לייכט שוין פון זיך אליין.

ג.

אין אנצינדן די מנורה אין בית המקדש זיינען פאַראַן דריי דינים 10*

: א)

הדלקה כשרה בזר,

אויך ניט קיין כהן איז כשר צו אנצינדן די מנורה,

ב)

הטבת הנרות,

דאָס צוגרייטן די נרות מוז טאָן נאָר אַ כהן,

ג)

דער אָרט פון דער אָנגעצונדענער מנורה איז דווקא אין היכל פון בית המקדש.

איז פארשטאנדיק אַז אויך אין אנצינדן די רוחניות׳דיקע מנורה,

ד.

ה.

אין באַלייכטן די אידישע נשמות,

זיינען פאַראַן די דאזיקע דריי תנאים.

א)

הדלקה כשרה בזר.

די עבודה פון פועלין אויף אַ צווייטן און פאַרשפּרייטן די מעינות חוצה,

איז ניט קיין עבודה פאַר בלויז יחידי סגולה.

דאָס איז דער זכות און חוב פון יעדן אידן,

ווי די משנה זאָגט צו יעדן אידן 11

: דו זאלסט זיין פון די תלמידים פון אהרן.

יעדער איינציקער איד דאַרף גיין אין דעם וועג פון אהרן הכהן,

צו מקרב זיין די בריות צו תורה.

ב)

אָבער די "הטבה",

צוגרייטן די נרות,

דאָס קען טאָן נאָר אַ כהן.

מ׳קען דאָך מיינען: וויבאלד אַז דער עיקר איז צו פועלין אויף אַ צווייטן,

איז וועמען אַרט עס דורך וואָס און מיט וועלכן ענין איך וועל אים באווירקן?

איך וועל אים מסביר זיין אַן ענין אין תורה לויט מיין אייגענער הבנה וואָס איז צוגעפּאַסט צו זיין הבנה; איך וועל אויסקלייבן אַ דרך אין מצוות,

וואָס איז צוגעפּאַסט צו מיר און צו אים,

וכדומה,

און דורך דעם וועל איך פועלין אויף דעם אַנדערן.

אויף דעם קומט די הוראה,

אז די הטבה,

ד.

ה.

דאָס אַריינטאָן דעם בוימל און דעם קנייטל,

די זאַכן וואָס דורך זיי צינדט מען אָן דעם נר,

דאָס קען זיין נאָר דורך אַ כהן.

ניט יעדער איינער קען און איז צוגעפּאַסט צו אויסקלייבן און צוגרייטן די זאַכן מיט וואָס צו אנצינדן די ליכט פון אידן.

בלויז אַ כהן קען דאָס טאָן.

דער ענין פון אַ כהן איז אַז ער האָט ניט קיין אייגענעם חלק ונחלה,

נאָר ה׳ הוא נחלתו ",

און ווי דער רמב״ם שרייבט 12

: אשר נדבה רוחו כו׳ להבדל ",

אַז דער וואָס איז אָפּגעשיידט פון וועלט־זאכן און זיין גאַנצער ענין איז צו זיין באַהעפט צום אויבערשטן אים צו דינען,

דווקא ער קען צוגרייטן די זאַכן מיט וואָס צו באַלייכטן די ליכט פון דער נשמה.

און נאכדעם ווי דער כהן גרייט צו דעם בוימל און דעם קנויט,

דאַן ליגט אַ פליכט אויף יעדן איינציקן זיי אָנצוצינדן – צו פאַרשפּרייטן די דאזיקע קוואַלן אויך אין דרויסן.

ג)

דער אָרט פון דער לייכטנדיי קער מנורה איז אין היכל דווקא.

עשר קדושות הן " 13 ,

צען מדריגות אין קדושה זיינען פאַראַן

(קדשי קדשים,

היכל אא״וו),

און אויך די מדריגות וואָס זיינען נידעריקער ווי היכל זיינען הייליק.

פונדעסטוועגן אויב מ׳וועט אנצינדן די מנורה אין איינעם פון די ערטער וואָס זיין קדושה איז נידעריקער ווי די קדושה פון היכל,

וועט מען ניט יוצא זיין.

יעדער זאַך האָט זיך דעם אָרט פון איר אויפגאבע און די אויפגאבע פון דער מנורה איז צו לייכטן אין היכל.

ד.

די הוראה פון דעם אין עבודה איז: אַ מענטש זאל ניט זאָגן,

אמת טאַקע,

אַז איך דאַרף דערלייכטן דעם נר וואָס אין מיר און דעם נר וואָס אין דעם צווייטן,

אָבער ווער זאָגט עס אַז איך דאַרף עס טאָן אין אַן אופן פון אַזאַ האַרבער קדושה?

עס זיינען דאָך פראַן אַזויפיל אידן וואָס מ׳מאנט ביי זיי ניט אַזויפיל,

איז פאַרוואָס מאָנט מען דאָס פון מיר?

אויף דעם קומט די אָנווייזונג: יעדער איינער האָט זיך זיין תפקיד,

זיין אויפגאבע.

וויבאלד מ׳האט דיר געגעבן די כוחות און די מעגלעכקייט צו לייכטן אין אַן אָרט וואָס איז מער הייליק,

איז עס אַ באַווייז אַז דאָס איז דיין אויפגאבע וואָס דער בורא ב״ה וויל פון דיר.

און אויב דו פילסט זי ניט אויס האסטו ניט געטאָן דיין פליכט,

ווייל דו האסט ניט אויסגעפילט דעם רצון הבורא.

ווי ס׳איז ידוע,

אַז רצון קען מען ניט פאַנאַנדערטיילן.

וואָס דאָס איז דער אונטערשייד פון שכל מיט רצון 14

: אין שכל און פארשטאנד איז מעגלעך צו פאַרשטיין אויך אביסל,

אַ חלק פון דער הבנה; אַני דערש איז אין רצון – אויב מען דערפילט ניט דעם רצון מיט אַלע זיינע פרטים,

איז ניט שייך צו זאגן אַז ער האָט מקיים געווען על כל פנים אַ העלפט פונעם רצון.

ער האָט דאַן דעם רצון אינגאנצן ניט מקיים געווען; אדרבא,

ער האָט געטאָן דאָס פאַרקערטע פון רצון.

אַזוי ווי ס׳איז פאַראַן אַן אונטערשייד פון מענטש צו מענטש,

וואָס יעדערער האָט זיך זיין פליכט,

און ס׳איז ניט קיין הוראה פון איינעם אויף אַ צווייטן; אַזוי איז דאָ אַ חילוק פון איין דור צו אַ צווייטן: כאָטש אין די דורות הראשונים זיינען געווען אַ סך יראים ושלמים וואָס האָבן ניט געלערנט קיין פנימיות התורה,

איז אָבער אין די לעצטע דורות,

ווען פנימיות התורה איז נתי גלה געוואָרן,

איז די דאזיקע אַנטי פלעקונג גופא אַ באַווייז אַז דאָס לערנען פנימיות התורה איז איינע פון די אויפגאבן פון אונזער דור,

און וויבאלד אַזוי – טאָר אַנדערש ניט זיין,

ווייל ווי געזאגט,

קען אין רצון ניט זיין קיין התחלקות.

די הדלקת המנורה לערנט אונז אין סך הכל: עס דאַרף זיין אַ התעסקות אין פנימיות התורה,

און ווי ס׳רעדט זיך אין דעם ענין פון שלהבת 14* ,

אַז ס׳איז ניט גענוג נהורא אוכמא ,

ד״ה גליא דתורה ,

נאָר ס׳מוז אויך זיין נהורא חיוורא ,

פנימיות התורה.

און דאָס לערנען פנימיות התורה וועט אים געבן כוח ועוז,

צו באַוועלטיקן אַלע שטערונגען,

און ס׳וועט אים צוגעבן לעבעדיקייט אויך אין לערנען נגלה פון תורה און אין קיום המצוות.

***

ה.

איינס פון די עיקר׳דיקע ענינים אין דער אויפפירונג פון אידישע פרויען,

וואָס באווירקט זייערע זין און טעכטער,

איז דער ענין פון צניעות: "כל כבודה בת מלך פניי מה" 15 .

ווי ס׳ווערט געבראַכט אין גמרא 16

וועגן דער אויסערגעוויינלעכער צניעות פון קמחית

(אַ מוטער פון כהנים גדולים אין דער צייט פון בית המקדש),

אַז די ווענט פון איר הויז האָבן קיינמאל ניט געזען די האָר פון איר קאָפּ,

און צוליב דעם האט זי זוכה געווען צו האָבן זיבן זין כהנים גדולים.

און זאל מען ניט טראַכטן: צי דען מוז איך זיך פירן מיט אַזאַ גרויסער מאָס צניעות בכדי מיינע קינדער זאָלן זיין כהנים גדולים – וואָס אַרט עס מיר אַז מיינע קינדער וועלן זיין סתם כהנים?

"כל ישראל קדושים הם",

אַלע אידן זיינען דאָך הייליק!

אויף דעם לערנט אונז די הדלקת המנורה,

אַז די מנורה דאַרף לייכטן דווקא אין היכל,

און ווי גערעדט פריער 17 ,

אַז אויב ס׳איז דאָ אַ מעגלעכקייט צו לייכטן אין אַן אָרט וואָס איז מער הייליק – און בנוגע צו אונזער ענין: אויב אַ פרוי האָט אַ מעגלעכקייט צו דערציען אירע קינדער זיי זאָלן זיין כהנים גדולים,

איז דאָס גופא אַ באַווייז אַז דאָס איז איר אויפגאבע,

און אויב זי פירט ניט אויס איר דאָזיקן תפקיד – האָט זי אינגאנצן ניט געטאָן איר פליכט,

זי האט ניט דערפילט דעם אויבערשטנס ווילן.

ו.

דערמיט וועט מען פאַרשטיין וואָס עס שטייט: דבר אל אהרן גו׳ בהעלותך את הנרות",

אהרן זאָל אָני צינדן די נרות פון דער מנורה.

אין פלוג איז ניט פארשטאנדיק: אני צינדן די נרות מעג דאָך אויך אַ זר,

אַ ניט־כהן; אַפילו הטבת הנרות מעג זיין דורך אַ כהן הדיוט,

ניט קיין כהן גדול,

איז פארוואָס האָט מען געהייסן אַז אהרן זאָל דאָס טאָן?

פון דעם איז דאָך פאַרשטאַנדיק,

אַז אהרן,

דער כהן גדול דווקא,

דאַרף עס טאָן.

נאָר דער ענין איז,

ווי גערעדט פריער,

אַז ס׳איז דער חוב פון יעדן איינציקן צו פועלין אויף אַ צווייטן,

אָנצוצינדן די ג־טלעכע ליכט,

די נשי מה וואָס אין אים.

מען האָט אויך גערעדט,

אַז דער אופן ההדלקה,

דאָס באווירקן אַ צווייטן,

דאַרף זיין דווקא מיט דער קדושה פון אַ כהן גדול.

ניט צו באַנוגענען זיך מיטן פועלין אויף אַ צווייטן מיט אַ נידעריקער מדריגה פון קדושה,

נאָר מ׳דארף עס טאָן דווקא מיט דער קדושה פון אַ כהן גדול.

דער ענין פון אַ כהן גדול איז,

וואָס איינמאל אַ יאָר איז ער אַריין "לפני ולפנים",

אין דעם אָרט פון קודש הקדשים.

אין קודש הקדשים איז קיין זאך ניט געווען אויסער דעם ארון מיט די לוחות; די בחינה פון אַ כהן גדול איז,

אַז ער האָט ניט קיין אַנדער זאַך,

נאָר דעם ענין פון תורה.

נאָך מערער: אין קודש הקדשים זיינען געווען די לוחות.

אין די לוחות איז די תורה געווען אויסגעקריצט ,

אותיות החקיקה 18 .

געשריבענע אותיות,

אותיות הכתיבה,

זיינען אַ צוגאָב־זאַך צום פּאַרמעט,

אַנדערש זיינען אותיות החקיקה,

זיי זיינען אויסגעקריצט אין די לוחות,

מיני׳ ובי׳.

און דאָס איז דער ענין פון כהן גדול — זיין גאַנצער מהות איז תורה.

און דאָס מיינט "דבר אל אהרן גו׳ בהעלותך את הנרות".

דער זכות און חוב פון יעדן אידן איז צו אנצינדן און באַלייכטן דעם נר הוי׳ וואָס אין אים און אין אַ צווייטן מיט דעם כוח פון אהרן כהן גדול און לויט זיין אופן,

ביז אַז זיין גאַנצער וועזן וועט זיין נאָר תורה.

און דער דאזיקער חוב איז אויף יעדן אייני ציקן איד,

ווי געזאגט פריער 1 9 ,

אַז הדלקה כשרה בזר.

און ספּעציעל זיינען אויף דעם אני געזאגט געוואָרן די אידישע פרויען,

וואָס אין זיי הענגט אָפּ די דערציאונג פון זייערע זין און טעכטער.

דארפן זיי וויסן,

אַז זייער אויפפירונג דאַרף זיין אויף אַזאַ אופן און אויף אַזוי ווייט,

ביז זיי זאָלן קענען אויסהאָדעווען זייערע קינדער זיי זאָלן זיין כהנים גדולים.

אויך זאָגן די רז״ל וועגן אַ כהן גדול 20

: "גדלהו",

מ׳דארף אים גרויס מאַכן.

דורך דער אויבנגעזאגטער הנהגה,

ווערן בטל אַלע מניעות ועיי כובים אינעם לעבן פון די זין און טעכטער – מ׳ווערט געבענטשט מיט בני חיי ומזוני רויחי כפשוטו ממש.

(משיחת חג השבועות,

תשי״ז)

Reader controls and commentary are loading.