B"H
🏡

Ikar

עמוד 311

א.

אין דעם מאמר באתי לגני 1 )

פון כ״ק מו״ח אדמו״ר,

איז ער מבאר דעם ענין פון שטות דלעומת זה,

און ברענגט א ראי׳ פון דעם וואס עס שטייט כי תשטה אשתו 2 ).

בכלל איז אין חסידות יעדער זאך אויסגערעכנט,

און אז מען ברענגט א ראי׳ פון א פסוק,

איז דאס ניט אויף צו ווייזן בקיאות,

נאר דאס איז א באווייז,

אז דער פסוק האט א שייכות צו דעם ענין.

לכאורה איז די שייכות פון פסוק כי תשטה אשתו צו דעם ענין פון שטות דלעומת זה

(וואס אויף דעם ענין ברענגט ער א ראי׳ פון פסוק),

פארשטאנדיק אין פשטות,

ווארום די דרשת רז״ל 3 )

אין אדם עובר עבירה אלא אם כן נכנס בו רוח שטות,

איז פון פסוק כי תשטה אשתו.

אבער באמת דארף מען דאס גופא פארשטיין,

ווארום עס זיינען דאך פאראן א סך מאמרי רז״ל וואס מען ברענגט ניט אויף זיי קיין ראיות פון פסוק.

מוז מען זאגן,

אז דער פסוק כי תשטה האט א באזונדערע שייכות צו דעם ענין פון אין אדם עובר עבירה כו׳,

דארף מען פארשטיין וואס איז די שייכות.

נאך מער איז ניט מובן — עס איז דאך: יש בכלל מאתים מנה 4 ),

אבער בכלל מנה איז ניטא קיין מאתים.

במילא,

בשעת מען וויל ברענגען א ראי׳ אז אין אדם עובר עבירה אלא אם כן נכנס בו רוח שטות,

וואס דאס איז ניט דוקא קיין הארבע עבירה וואס מען איז חייב אויף איר כרת,

נאר יעדע עבירה,

אפילו א דקדוק קל של דברי סופרים 5 )

און אפילו דער ענין פון קדש עצמך במותר לך 6 ),

ווארום אין תניא 7 )

ווערט דערקלערט דער טעם אויף דעם,

ווייל ער איז עובר אויף דעם רצון העליון,

און דאס איז דאך אויך אין קדש עצמך במותר לך,

איז פארוואס ברענגט מען א ראי׳ פון דעם

וואס עס שטייט כי תשטה אשתו,

א הארבע עבירה,

עס איז דאך אין בכלל מנה מאתים?

ב.

די שייכות פון אין אדם עובר עבירה צו כי תשטה אשתו איז אין צוויי ענינים:

א)

דער דין פון כי תשטה גו' איז ביי אן אשת איש,

און דוקא אן אשת איש ווערט מיט דער ביאה א זונה 8 ),

אבער ניט א פנוי׳

(הגם רבי אליעזר האלט אז אפילו פנוי הבא על הפנוי׳ עשאה זונה,

דאס איז אבער מער ניט ווי א דעת יחיד,

און די הלכה איז ניט אזוי 9 )),

ד.

ה.

אז דער טעם פארוואס די עבירה איז אויף אזוי פיל נוגע איז ווייל זי איז אן אשת איש.

און אזוי איז אויך אין דעם ענין פון אין אדם עובר עבירה כו׳,

וואס דורך דעם ווערט ער דאך א נפרד פון אלקות,

איז דער טעם וואס יעדער עבירה,

אפילו אן עבירה קלה איז אויף אזוי פיל נוגע,

ווייל אידן זיינען דעם אויבערשטנס אשה,

ווי ווייטער דערקלערט.

עס שטייט אין זוהר 10 )

אז א פילוסוף האט געפרעגט ביי ר' אלעזר׳ן,

וויבאלד אז אידן זיינען דער עם המובחר,

פארוואס זיינען זיי שוואכער פון אלע פעלקער?

האט ר׳ אלעזר געענטפערט,

אז היא הנותנת: וויבאלד זיי זיינען דער מובחר פון אלעמען,

קאנען זיי ניט סובל זיין קיין פסולת,

אזוי ווי שקצים ורמשים,

אין רוחניות,

ובמילא קאנען זיי דאס ניט סובל זיין אויך אין גשמיות.

— און דאס איז אזוי ווי מען האט גערעדט

(אין מאמר 11 )),

אז כאטש ביי אומות העולם איז דאס וואס קרו לי׳ אלקא דאלקיא,

הייסט ניט קיין מרידה 12 ),

אבער ביי אידן,

וויבאלד זיי זיינען העכער,

דערפאר איז מיט יעדער עבירה קלה ווערט ער א נפרד בתכלית,

אפגעטיילט אינגאנצן פון ג־טלעכקייט,

מערער ווי קליפה וסטרא אחרא —

אידן זיינען געגליכן געווארן צו לב 18 ).

און אזוי ווי די הארץ,

ווייל זי איז דער מובחר פון אלע אברים,

קאן זי ניט סובל זיין קיין פסולת,

אפילו דקה מן הדקה,

אזוי זיינען אויך אידן.

דערמיט וועלן מיר פארשטיין די שייכות פון כי תשטה צו אין אדם עובר עבירה כו׳.

אידן זיינען דעם אויבערשטנס אשה דער אויבערשטער איז דער בעל און אידן זיינען די אשה,

און דאס איז אין אלע זמנים,

אויך בזמן הגלות.

— די נפקא מינה פון איצטער בין לעתיד איז,

אז איצטער איז דער אויבערשטער: "בעל",

און לעתיד: ״איש״ — ווי ער זאגט אין פסוק

(אן ענטפער 14 )

אויף דעם וואס די אידן האבן גע׳טענה׳ט,

אז דער אויבערשטער האט דאך זיי אפגע׳גט.

ומה לבעל על אשתו לאחר גירושין)

:

אי זה ספר כריתות אמכם אשר שלחתי׳ גו',

ווארום להחליפם באומה אחרת חס ושלום אי אפשר 15 ).

ובמילא — עס שטייט דאך,

איזוהי אשה כשרה העושה רצון בעלה 16 ),

איז דערפאר נוגע יעדער עבירה,

ווארום אפילו אז מען איז עובר אויף א רצון קל,

וואס אין דעם גייט אריין אויך קדש עצמך במותר לך,

איז מען ניט עושה רצון הבעל,

ובמילא איז מען ניט קיין אשה כשרה.

דערפאר איז בשעת מען וויל דערקלערן,

אז מיט יעדער עבירה ווערט מען א נפרד בתכלית,

און אז אפילו דברים המותרים זיינען אויך נוגע,

ברענגט מען דעם פסוק כי תשטה אשתו,

ווארום דאס איז ניט סתם קיין ראי',

נאר עס איז א דערקלערונג: פארוואס איז אויך אן עבירה קלה אזוי שטארק נוגע,

וויילע די נשמה,

דער נפש הבהמית,

דער נפש הטבעית און דער גוף זיינען דעם אויבערשטנס אשה,

ואיזוהי אשה כשרה העושה רצון בעלה,

דערפאר איז נוגע אפילו א רצון קל.

ג.

ב)

דער ענין פון כי תשטה אשתו,

איז דאך ניט אז מען ווייס אז זי איז נטמא געווארן,

עס איז מער ניט וואס ונסתרה,

און עס קאן גאר זיין אז זי איז א טהורה,

נאר דאס אליין וואס ונסתרה,

הייסט עס כי תשטה מלשון שטות,

און עס הייסט מעשה בהמה,

וואס צוליב דעם דארף זי ברענגען א קרבן ממאכל בהמה 17 ).

אין פלוג איז ניט פארשטאנדיק,

וויבאלד אז מען ווייס ניט אז זי איז נטמא געווארן,

קאן מען דאך איר שטעלן אויף חזקת כשרות,

ורוב בנות ישראל כשדות הן,

איז פארוואס דארף זי ברענגען א קרבן ממאכל בהמה?

נאר דער טעם אויף דעם איז,

אז דאס גופא וואס זי געפינט זיך אין אזא מצב אז מען קאן איר חושד זיין אויף טומאה,

איז דאס אן ענין פון מעשה בהמה,

ווארום ביי בנות ישראל דארף גאר ניט זיין קיין מצב פון חשד.

און הגם אז דער ענין פון ונסתרה גופא איז דאס א מעשה בהמה,

און איבער דעם אליין איז זי אסור צום בעל,

אבער עס איז מער ניט ווי לשעה קלה בלבד,

ווארום וויבאלד אז זי איז ניט טמא געווארן,

עס איז מער ניט וואס ונסתרה,

איז דערנאך ווערט זי צו אים טהור,

ווי ער זאגט ונקתה ונזרעה זרע 18 ).

און אזוי איז אויך בשעת א איד איז עובר אן עבירה,

וואס דאס איז אן ענין פון רוח שטות,

איז דאס ניט קיין ענין פון טומאה לבעלה,

ח״ו,

ווארום עס איז דאך "וכבודי" — וואס דאס איז דער ניצוץ אלקי וואס ביי יעדער אידן — "לאחר לא אתן" 19 ),

עס איז מער ניט וואס לשעה קלה האט ער געטאן א מעשה בהמה,

אבער סוף סוף איז ונקתה ונזרעה זרע,

ווארום לא ידח ממנו נדח 20 ).

און דאס איז נאך א טעם אויף דעם,

וואס בשעת מען רעדט דעם ענין פון שטות דלעומת זה ברענגט מען דעם פסוק כי תשטה אשתו,

ווארום דערמיט וויל מען מבאר זיין,

אז דער גאנצער ענין פון שטות דלעומת זה ביי א אידן,

איז דאס ניט קיין ענין פון טומאה חס ושלום,

עס איז מער ניט ווי מעשה בהמה לשעה קלה.

ד.

ווייל וויבאלד אז אויב מ׳האלט אז ס׳איז דא א מציאות אויסער אלקות איז עס א כפירה באחדותו,

און בפרט אויב מ׳ווייסט אז מען איז דורכגעפאלן אין א דרבנן און נאך הארבער,

וואס דאס איז דאך א רוח שטות,

קאן מען דאך מיינען,

ווי עס שטייט 21 ),

ותאמר ציון עזבני ה׳ ואד׳ שכחני —

ברענגט מען אויף דעם דעם פסוק כי תשטה אשתו,

אז אזוי ווי די אשה שנסתרה,

הגם אז לשעה קלה איז זי אסור צום בעל,

אבער באמת איז דאס ניט קיין טומאה,

און נאכהער ווערט זי צו אים צוריק מותר,

און נאך מערער — "ונזרעה זרע",

און די גמרא 22 )

זאגט דערויף: היתה יולדת בצער יולדת בריוח,

נקבות יולדת זכרים,

און עס איז אפילו פאראן א מאן דאמר אין גמרא,

אז היתה עקרה נפקדת;

אזוי איז אויך,

הגם אז ידע אינש בנפשי׳ דעם שטות דלעומת זה וואס ביי אים,

דארף ער ניט אראפפאלן ביי זיך.

ער דארף וויסן אז ער איז חס ושלום קיינמאל ניט נטמא געווארן,

ווארום "וכבודי",

וואס דאס איז דער ניצוץ אלקי וואס עס איז פאראן ביי יעדער אידן,

"לאחר לא אתן".

עס איז מער ניט וואס לשעה קלה האט ער געטאן מעשה בהמה,

אבער דערנאד איז ונקתה ונזרעה זרע,

ער וועט האבן אהבה ויראה,

און בנים זכרים דוקא,

ד.

ה.

אהבה ויראה שביגיעתו,

און עס וועט זיין דער יחוד הבעל ואשתו,

דאס הייסט,

גילוי השכינה בנפשו,

דער גילוי פנימיות הנשמה; וואס דאס איז דער ביאת משיח הפרטי וואס ביי יעדער איינעם 23 ),

וואס דאס איז א הכנה צו ביאת משיח הכללי.

(משיחת יו״ד שבט,

תשי״ג)

Reader controls and commentary are loading.