א.
מתן תורה איז געווען אין חודש סיון,
חודש השלישי.
דערפון איז פארשטאנדיק אז תורה איז פארבונדן מיט "שלישי".
ווארום אויסער דעם וואס אלץ,
ובפרט די ענינים פון תורה ומצוות,
איז בהשגחה פרטית,
געפינען מיר דעם פארבונד פון חודש השלישי מיט מתן תורה מפורש אין דברי רז״ל 1 ),
אוריין תליתאי לעם תליתאי בירחא תליתאי.
איז ניט פארשטאנדיק,
וואס איז די מעלה אין חודש "שלישי" דוקא,
ובפרט אז דער גאנצער ענין פון תורה איז דאך צו ממשיך און מגלה זיין אין וועלט דעם הוי׳ אחד ,
דורך תורה אחת ,
איז דאך די מעלה פון תורה אין אחדות,
ניט אין שלשה?
נאך מער: די שייכות פון חודש השלישי איז בעיקר צו תורה,
ווי דער לשון רז״ל,
אוריין תליתאי כו' בירחא תליתאי.
מצוות זיינען געווען אויך פאר מתן תורה,
ווי די מצוות בני נח,
מצות מילה און די מצוות שנצטוו במרה.
און כאטש זיי זיינען אלע ניט גלייך אפילו צו די זעלבע מצוות ווי זיי זיינען געגעבן געווארן בסיני 2 ),
אבער דער ענין פון מצוות בכלל על כל פנים איז געווען אויך פריער.
דער עיקר אויפטו פון חג השבועות שבחודש השלישי איז געווען — מתן תורה .
די מעלה פון תורה אויף מצוות ווערט דערקלערט אין תניא 3 ),
אז דורך מצוות ווערט מען א מרכבה צו אלקות,
וואס מרכבה איז בטל צום רוכב,
אבער זי איז ניט איין זאך מיטן רוכב; דורך תורה אבער ווערט מען פאראיינציקט ממש מיט דעם אויבערשטן.
לויט דעם איז נאך מער ניט פארשטאנדיק,
ווי קומט עס וואס תורה דורך וועלכער מען ווערט איין זאך מיטן אויבערשטן,
איז געגעבן געווארן בחודש השלישי דוקא?
ב.
די דערקלערונג דערפון איז: דער תכלית איז טאקע אחדות און ניט שניות חס ושלום.
ווען אבער איז די אחדות אן אמת׳ע און אויסגעפרואווטע אחדות,
בעת מען ווייסט פון נאך א מציאות און פונדעסטוועגן האלט מען ביי אחדות אמיתית.
אויב מען ווייסט אינגאנצן ניט פון קיין אנדער מציאות — איז נאך קיין ראי׳ ניט אז די אחדות ביי וועלכער מען האלט איז אן אמת׳ע,
מען ווייסט נאך ניט וואס וועט מיט אים זיין ווען ער וועט זיך דערוויסן פון א צווייטער מציאות.
ווי עס איז באוואוסט דער משל וועגן ענין ירידת הנשמה למטה,
פון א בן מלך וואס מען וויל אויספרואוון ווי שטארק ער איז פארבונדן צום מלך,
נעמט מען אים צו פון דעם היכל המלך און מען פירט אים אוועק אין א ווייטן ארט צווישן נידעריקע מענטשן,
און ווען אויך דארטן פירט ער זיך אויף ווי א בן מלך,
זעט מען,
אז ער איז באמת צוגעבונדן צו זיין טאטן,
דעם מלך.
און אזוי אויך ביי דעם ענין.
ווען ער קומט אין אן ארט פון שניות,
ער באגעגנט זיך מיט א פארקערטן ענין און דאך שטערט דאס אים ניט צו אחדות,
דאן זעט מען אז ער איז באמת מיוחד.
אין דעם גופא זיינען פאראן צוויי אופנים: א)
ער איז מבטל די מציאות ההפכית,
ער רעכנט זיך מיט איר לגמרי ניט.
ב)
ער מאכט די מציאות גופא א כלי צו אחדות.
די אחדות אין צווייטן אופן איז א טיפערע,
אן אמת׳ערע.
בשעת מען איז נאר מבטל די מציאות ההפכית,
איז נאך דא א מציאות וואס איז סותר און מנגד צו אחדות,
מער ניט וואס מען רעכנט זיך ניט מיט איר.
ווען אבער די אחדות דרינגט דורך אויף אזויפיל אז יעדער מציאות ווערט אליין א כלי צו אחדות,
דאן איז עס אמת׳ע אחדות.
ג.
די אויבנדערמאנטע דריי תנועות זיינען אין די דריי חדשים,
ניסן,
אייר און סיון 4 ).
ניסן איז חודש הראשון .
אין ניסן איז יציאת מצרים,
שנגלה עליהם מלך מלכי המלכים הקב״ה,
א גילוי מלמעלה,
וואס האט קיין שייכות ניט צו מטה.
כי ברח העם,
מען אנטלויפט פון אלץ און מען קלעפט זיך צו אלקות.
אייר איז חודש השני .
דעם גאנצן חודש ציילט מען ספירת העומר,
— בירור המדות דנפש הבהמית.
מען האט צו טאן מיט מטה — שניות — און מען איז דאס מברר.
די מציאות איז אבער נאך אלץ א מציאות,
ניט אלקות.
דאס איז אויך דער רמז אין דעם נאמען פון חודש — אייר,
ראשי תיבות: אברהם יצחק יעקב רחל,
ד׳ רגלי המרכבה,
וואס דער ענין המרכבה איז נאר ביטול צום רוכב,
ניט יחוד.
סיון איז דער חודש פון מתן תורה,
חודש השלישי .
מען נעמט די צוויי,
מעלה און מטה,
און מען מאכט פון זיי א דריטן ענין,
וואס איז העכער פון זיי ביידע — אמיתית היחוד וההתכללות באלקות.
ד.
און דערפאר איז תורה געגעבן געווארן בחודש השלישי,
ווייל דער ענין פון תורה איז יחוד.
בעת מען איז מקיים א מצוה איז מען טאקע מבטל די אייגענע מציאות צו־
ליב דער מצוה,
מען ווערט אבער ניט איין זאך מיט איר.
אבער אין תורה,
ווערט דער שכל פון מענטשן פאראיינציקט 5 )
מיט דער חכמה און דעם רצון פונעם אויבערשטן.
און דאס איז דער ענין פון שלישי ,
ער נעמט זיין שכל מיט חכמתו של הקב״ה כביכול,
און פון זיי ביידן מאכט ער א דריטע זאך — כולא חד.
דאס איז אויך וואס משה קיבל תורה מסיני.
מצוות זיינען געגעבן געווארן אויך במרה,
אבער תורה מסיני דוקא.
ווייל דער ענין פון סיני איז דמכיך מכל טוריא
(וואס ער איז נידעריקער פון אלע בערג),
יחוד ב׳ ההפכים 6 ),
און דער יחוד איז נתגלה געווארן אין תורה דוקא.
(משיחת ש״פ בה״ב,
תשח״י)
ה.
עס שטייט אין זוהר 7 )
אז חג השבועות איז העכער פון אלע ימים־ טובים.
וואס דערפאר איז ער אינמיטן,
צווישן פסח און סוכות,
ווייל ער איז אמצעיתא דכולא.
תורה איז די נקודה התיכונה פון אלע ענינים.
דאס וואס שבועות איז ניט מער ווי איין טאג,
ניט ווי פסח און סוכות וועלכע זיינען זיבן און אכט טעג,
איז ניט ווייל דער יום טוב איז א קלענערער,
נאר אדרבה,
דער יום אחד פון חג השבועות טוט אויף דעם ענין פון ומי כעמך כישראל גוי אחד בארץ.
דאס איז ווי פריער געזאגט,
אז אמיתית ענין האחדות איז אין תורה שניתנה בחודש השלישי דוקא.
ו.
אין קו האמצעי זיינען פאראן צוויי מעלות: א)
קו האמצעי איז משובח פון די אנדערע צוויי קוים,
אזוי ווי מיר געפינען אין גמרא 3 )
: רב באמצע גדול מימינו וקטן משמאלו.
ב)
קו האמצעי איז דער שורש אויף אלע קוים,
ווארום קו האמצעי עולה עד הכתר,
שורש ומקור לכל הספירות.
אזוי זיינען אויך אין דעם אמצעי פון חג השבועות פאראן ביידע מעלות: א)
חג השבועות איז העכער פון אנדערע ימים טובים.
ב)
שבועות איז געגעבן געווארן די תורה,
אין וועלכער עס שטייען אלע מועדים.
ווי גערעדט פריער,
איז דער עיקר עגין פון חג השבועות — תורה.
די מעלה פון לימוד התורה אויף קיום המצוות איז אין ביידע ענינים הנ״ל: א)
מצות תלמוד תורה איז גרעסער פון אלע מצוות,
כמאמר רז״ל 9 )
: ותלמוד תורה כנגד כולם.
ב)
תלמוד תורה איז דער שורש וואס ברענגט אלע מצוות,
כמאמר רז״ל 10 )
: גדול תלמוד שמביא לידי מעשה.
ז.
די דערקלערונג אין דעם איז: תרי״ג מצוות זיינען כנגד תרי״ג אברים.
רמ״ח מצוות עשה כנגד רמ״ח אברים און שס״ה מצוות לא תעשה כנגד שס״ה גידים 11 ).
תורה איז מוחין,
און פונקט ווי די מעלה פון מוחין אויף אלע אברים איז א צווייענדיקע: א)
דער חיות פון מוחין איז העכער פון דעם חיות וואס אין אלע איבעריקע אברים.
ב)
אין מוח איז כלול אויך דער חיות וואס אין אלע אברים און ער איז אויף זיי א שרש 12 ).
אזוי איז אויך די מעלה פון תורה אויף די אנדערע מצוות,
ווי אויבן דערקלערט.
ח.
נאך א מעלה איז דא אין קו האמצעי,
שעולה עד פנימיות ועצמות הכתר,
העכער פון שורש ומקור הספירות שבכתר.
אזוי איז אויך אין תורה אז אויסער די דערמאנטע מעלות — וואס זי ברענגט צו מעשה המצוות און איז גרעסער פון אלע מצוות — וואס דאס זיינען מעלות אין מצות תלמוד תורה,
איז אויך פאראן א מעלה אין תורה מצד עצמה,
וואס זי איז חכמתו של הקב״ה,
ואהי׳ אצלו אמון גו׳ 13 ).
וואס דאס איז אויך דער אמת׳ער ענין פון לימוד התורה לשמה,
כפשט הלשון — לשם התורה עצמה.
אפילו ניט צוליב וויסן ווי זיך צו פירן,
אויך ניט צוליב קיום מצות לימוד התורה,
נאר לערנען תורה צוליב תורה אליין.
על דרך משל א קינד וואס האט א צייט ניט געזען זיין פאטער,
רופט ער אים,
און בעת ער דערזעט אים,
כאפט ער זיך ארום מיט זיין פאטער דעם מלך,
און האלזט און קושט אים,
וואס דאס איז ניט צוליב דער תועלת וואס ער וועט פון אים האבן,
נאר צוליב דעם פאטער אליין.
אזוי איז אויך א איד,
ווען נאר ער האט א ליידיקע מינוט,
וואס ער קען אריינכאפן את אביו המלך דורך תורה,
כמאמר רז״ל 14 )
: אותי אתם לוקחים,
טראכט ער ניט בשעת מעשה וועגן קיין זאך,
ניט וועגן לידע את המעשה,
ניט וועגן קיום מצות תלמוד תורה.
ער כאפט זיך אן אין תורה אליין,
ווייל אורייתא וקודשא בריך הוא כולא חד 15 ).
ט.
לויט דעם וועט מען אויך פארשטיין וואס עס שטייט אין גמרא 16 ),
הלל מחייב עניים ור׳ אלעזר בן חרסום מחייב עשירים.
אויב עס וועלן קומען עניים און עשירים און טענה׳ן אז זיי האבן ניט געלערנט מצד הטרדא,
וועט מען זיי ברענגען א ראי׳ פון הלל און ר' אלעזר בן חרסום.
אין פלוג,
ממה נפשך,
אויב דאס איז א פאלשע פארענטפערונג,
און באמת האבן זיי געהאט צייט צו לערנען,
דארף מען דאך ניט אנקומען צו הלל און ר׳ אלעזר בן חרסום,
עס איז דאך א בפירוש׳ער ציווי 17 )
: והגית בו יומם ולילה.
אויב עס איז געווען איין וויילע וואס ער האט געקענט לערנען און ניט געלערנט איז ער דאך בכלל כי דבר ה׳ בזה גו׳ 18 )
; און אויב זיי האבן טאקע באמת ניט געהאט קיין צייט אויף לערנען,
ווי קען מען זיי מחייב זיין?
איז דאך א ראי׳ דערפון אז עס איז דא א מעגלעכקייט וואס מצד הדין,
מצד קיום מצות תלמוד תורה,
איז מען פטור,
און פונדעסטוועגן צוליב דעם קאך און געשמאק וואס דארף זיין אין תורה,
וואס אורייתא וקודשא בריך כולא חד,
כאפט מען זיך צו צו דער תודה אויך ווען על-פי דין איז מען פטור.
י.
און דאס איז אויך דער טעם וואס תורה ווערט אנגערופן אמת ,
כמאמר רז״ל 19 ),
אין אמת אלא תורה.
דער ענין פון אמת איז וואס עס האט ניט קיין הפסק.
דאס וואס האט א הפסק איז ניט אמת,
כידוע 20 )
בענין נהרות המכזבין.
אמת איז — תכון לעד 21 ).
וואס דאס איז אויך מרומז אין די אותיות א׳ מ׳ ת׳,
ווי עס שטייט אין ירושלמי 22 ),
אז א׳ איז תחלת האותיות,
מ׳ — אמצעית האותיות,
און ת׳ — סוף האותיות,
און דער ענין פון אמת איז,
אז אומעטום,
ביים אנהויב,
אין מיטן און צום סוף,
איז ער גלייך.
און דעריבער ווערט תורה אנגערופן אמת,
ווייל זי האט ניט קיינע הגבלות.
מצוות זיינען באגרענעצט אין צייט און ארט.
אויך מצות תלמוד תורה האט אירע הגבלות הזמן
(די וועלכע זיינען טרוד אין זייערע געשעפטן על פי תורה — זיינען פטור פון לימוד התורה אין דער צייט וואס זיי מוזן האבן פארן עסק,
ווי עס ווערן דערקלערט די פרטי דינים פון דעם אין שולחן ערוך הלכות תלמוד תורה)
והמקום
(וואס אין מקומות המטונפים טאר מען ניט לערנען).
אבער תורה אליין האט קיינע הגבלות ניט,
ניט פון זמן און ניט פון מקום
(ווי עס שטייט אין גמרא 23 )
: לאונסו שאני).
יא.
בנוגע לפועל איז — מען דארף האלטן אין איין לערנען תורה.
ניט לערנען צוליב יוצא זיין פארן שולחן ערוך
(און סוף כל סוף ברענגט עס צו מאכן א חשבון אז על פי שולחן ערוך קען ער יוצא זיין מיט פרק א׳ שחרית ופרק א׳ ערבית).
ווארום אויסער דעם וואס מען דארף וויסן צי זיין חשבון האלט טאקע אויס על פי שולחן ערוך,
ווארום עס קען זיין אז ער האט גאר מערער צייט,
ובמילא איז ער אויך על פי שולחן ערוך מחוייב מער,
אויסער דעם,
אפילו אויב עס איז אזוי ווי ער האלט,
איז אבער מצד דעם געשמאק און קאך אין תורה,
דארף מען האלטן אין איין לערנען.
אויך ניט מאכן קיין חשבונות,
אז דער גדול תלמוד איז דאך לידע את המעשה,
איז בעת אז עס וועט קומען צו אים א שאלה וועט ער זיך אוועקזעצן און דורכטאן דעם דין פון דעם מקור אין חומש מיט דער גמרא און אלע ראשונים און אחרונים ביז דעם אלטן רבי׳נס שולחן ערוך,
אבער בשעת אז למעשה איז עס ניט נוגע לערנט ער ביט — דארף מען וויסן,
אז דער עיקר ענין פון תורה איז תורה צוליב תורה,
און מען דארף האלטן אין איין לערנען תורה יעדע רגע,
און יגדיל תורה ויאדיר.
יב.
לויט דעם אלעמען,
וועט מען אויך פארשטיין דעם חילוק צווישן תורה און מצוות לגבי קטנים.
פון אלע מצוות זיינען קטנים פטור.
עס איז דא א מצוה מצד חובת חינוך,
אבער די מצוה איז נאר מדברי סופרים 24 ),
און די מצוה איז אויפן פאטער,
ניט אויפן קטן.
אבער ביי תורה שטייט 25 )
"מצות עשה מן התורה על האב ללמד את בנו הקטן תורה",
עס איז דא א חיוב אויך אויפן בן אז ער איז "חייב ללמוד את עצמו כשיכיר" 26 ).
דער טעם אויף דעם: מצוות זיינען בהגבלה.
אבער תורה,
וואס זי איז בלי גבול,
איז ביי אלע אידן.
יג.
דערפאר האט מען ביי מתן תורה געפאדערט די ערבות פון בנים 27 ),
ביי די מצוות שנצטוו במרה האט מען קיין ערבות ניט געדארפט און דוקא ביי מתן תורה האט מען געפאדערט ערבות.
לויט דעם וועט עס זיין פארשטאנדיק: דער עיקר ענין פון מתן תורה איז ניט נתינת המצוות,
נאר נתינת התורה ,
וואס איר חיוב איז אויך אויף קטנים,
און וויבאלד אז אויך קטנים זיינען מחויב בלימוד התורה,
שטייט די מעלה אין זיי דוקא 28 ),
ווי ער פירט דארט אויס אין מדרש: מפי עוללים ויונקים יסדת עוז.
יד.
און דאס איז דער ענין וואס תורה איז "אמת".
אמת איז פון אל״ף ביז תי״ו,
פון די העכסטע מדריגות ביז די נידעריקסטע.
פון איין זייט זאגט מען אז תורה איז עומק רום,
העכער פון לידע את המעשה,
העכער פון ענינים וואס זיינען פארבונדן מיט עשי׳; פון דער צווייטער זייט איז דא תורה אויך אין עומק תחת ביז קטנים שפטורים מן כל המצוות.
טו.
דאס איז אויך א הסבר אויף דערויף וואס מיר געפינען דעם לשון "יגדיל תורה ויאדיר" אין צוויי קצוות הפכיים.
אין איין ארט 29 )
שטייט דער לשון לגבי מלמדי תינוקות — אז דערביי גייט ניט אן קיין השגת גבול,
ווייל יגדיל תורה ויאדיר.
דאס איז דאך אן אופן פון ראשית תחלת הלימוד,
עומק תחת.
אין א צווייטן ארט 30 )
רעדט זיך עס לגבי סימני דג טהור.
זאגט די גמרא,
כל שיש לו קשקשת יש לו סנפיר,
און צוליב וואס שטייט אויך סנפיר — צוליב יגדיל תורה ויאדיר.
דא רעדט מען שוין וועגן אן ענין פון תורה מצד עצמה,
העכער פון לידע את המעשה.
און אין אלערליי אופנים אין לימוד התורה,
פון דעם העכסטן אופן ביז דעם נידעריקסטן,
זאגט מען "יגדיל תורה ויאדיר" און "אותי אתם לוקחים".
דאס איז אויך וואס עס שטייט: קרוב ה׳ לכל קוראיו לכל אשר יקראוהו באמת,
ואין אמת אלא תורה,
אז אין אלערליי אופנים,
לכל אשר יקראוהו,
מיט אמת וואס דאס איז תורה,
איז קרוב ה׳,
נעמט מען עצמות,
ווארום העצם — כשאתה תופס במקצת מן העצם אתה תופס בכולו 31 ),
דער עצם איז אומעטום דער זעלבער.
טז.
דער אויבערשטער זאל געבן,
מען זאל טאן אין לימוד התורה,
אין אלערליי אופנים,
און אין זיי אלע באופן פון יגדיל תורה ויאדיר,
וואס דורך דעם וועט זיין די הולדה וואס קומט פון יום חתונתו זה מתן תורה — בדומה לעצמותו יתברך,
און מען וועט דורכטאן דעם בנין העולם 32 ),
מען וועט מאכן פון דעם מטה,
און דורך דעם מטה אויך פון דעם מעלה,
א דירה לו יתברך.
* * *
יז.
שבועות איז א זמן מסוגל צו שטארקן זיך אין אפהיטן די תקנה פון כ״ק מו״ח אדמו״ר בלימוד השיעורים,
חומש תהלים און תניא בכל יום.
חומש: אלע טאג א פרשה חומש מיט פירש״י: זונטיק — ביז שני,
מאנטיק — ביז שלישי,
א.
א.
וו.
תהלים: אלע טאג נאכן דאוונען אין דערפרי א שיעור אין תחלים ווי ער איז איינגעטיילט לויט די טעג פון חודש.
— אין "לבוש" שטייט וועגן זאגן תהלים פארן דאוונען,
אבער דאס איז נאך אן ענין.
די תקנה פון כ״ק מו״ח אדמו״ר איז,
צו זאגן דעם יום תהלים נאכן דאוונען 33 ).
— תניא: אלע טאג א שיעור אין תניא כפי שנחלק לימי השנה 34 ).
חומש איז דאך געגעבן געווארן בחג השבועות דורך משה רבינו.
תהלים איז דאך שייך צו דוד המלך,
וואס שבועות איז זיין יום הולדת ויום ההילולא 35 ).
און תניא איז דאך שייך צום בעל שם טוב
(ווארום גילוי תורת הבעש״ט איז דורך חסידות חב״ד און דורך תניא בפרט,
וכידוע 36 )
הרמז אין דער הסכמה פון תניא,
"וכעת ישמח ישראל בהגלות דברי קדשו "),
וואס שבועות איז דער יום ההילולא פון בעל שם טוב.
איז דאך איצטער א זמן מסוגל זיך צו שטארקן אין די שיעורים,
וואס זיי זיינען שוים לכל נפש,
נוסף אויף דער התחזקות אין שיעורים בתורה בכלל,
כל חד לפום שיעורא דילי׳,
וואס אויך אויף דערויף איז זעלבסטפארשטענדלעך,
פאסיק דער זמן פון חג השבועות,
זמן מתן תורתנו,
גאנץ תורה,
אויך כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש.
און דורך שמירת התקנה פון די שיעורים הנ״ל,
וועט זיין דער "חתת 37 )
(ראשי תיבות ח׳ומש ת׳הלים ת׳ניא)
אלקים על הערים",
און עס וועט זיין דער "ויסעו",
אז מען וועט פארן מתוך מנוחה אין ארץ ישראל בגאולה השלימה והאמיתית,
ווי מען האט געזאגט צו יעקב אבינו נסעה ונלכה,
וואס אזוי וועט דאך טאקע זיין במהרה בימינו,
ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשו,
אז דורך לימוד התורה וקיום המצוות,
און די אפהיטונג פון די אויבנדערמאנטע תקנות,
וועט מען ממשיך זיין משיח צדקנו למטה מעשרה טפחים במהרה בימינו.
(משיחת חגה״ש,
תשח״י)
יח.
דער טעם אויף דעם וואס די תורה איז געגעבן געווארן אין מדבר איז צו ווייזן אז אזוי ווי א מדבר איז א מקום הפקר,
אן א בעל הבית,
אזוי איז אויך אויף תורה ניטא קיין בעל הבית און יעדער איד איז שייך צו תורה,
און ווען ער לערנט תורה ווערט די תורה זיינע.
פארוואס איז אבער די תורה געגעבן געווארן אין א מדבר ארץ צי׳ ועיף בלי מים,
אן קליידער,
אן עסן,
און אפילו אן וואסער,
ווי עס שטייט אז די קליידער זיינען מיטגעוואקסן מיט די אידן אין מדבר,
געגעסן האבן זיי דעם מן און וואסער האט זיי דער אויבערשטער געגעבן פון א שטיין: ווייל דארט אין מדבר איז ניט געווען קיין זאך — איז פארוואס האט מען געגעבן די תורה דוקא אין אזא וויסטן מדבר?
אין א משל פון תורה זיינען דאך אלע זיינע פרטים מכוון צום נמשל.
מוז מען דאך זאגן אז די אלע פרטים וואס זיינען געווען אין דעם מדבר האבן א שייכות צו מתן תורה.
דער אויבנדערמאנטער טעם איז דאך נאר אויף דעם פרט פון מקום הפקר,
ניט אויף די אנדערע פרטים.
יט.
ווען עס קומט צו לימוד התורה,
טענה׳ט מען,
אז עס זיינען דא פארשידענע מניעות,
וואס שטערן צום לערנען.
מען שטעלט צו פארשידענע טענות און משונה׳דיקע פארענטפערונגען.
ווען מען מאנט פון א בעל עסק ער זאל קובע זיין עתים לתורה,
טענה׳ט ער אז ניט דאס איז זיין ענין.
ער איז א בעל עסק און זיין ענין איז צו געבן צדקה און ענלעכע ענינים,
אבער ניט צו לערנען תורה.
ער ווייסט,
אז דער ענין פון א בעל עסק איז צו אפרייסן זיך אין מיטן עסק און דאוונען מנחה,
און ווי באוואוסט אז דאס איז די מעלה פון תפלת המנחה,
ביז אז אויך* 37 )
אלי׳ לא נענה אלא בתפלת המנחה,
האט ער דאך שוין זייער א גרויסן ענין,
איז פארוואס יאגט מען אים צו לימוד התורה דוקא?
ווען מען מאנט ביי אים ער זאל לערנען א פרשה חומש מיט רש״י,
ווער רעדט נאך דעם שיעור תניא — טענה׳ט ער,
חסידות מאנט דאך עבודה בסדר והדרגה,
איז פריער וועט ער אפטאן בשלימות אלע זיינע ענינים,
ביז תפלת מנחה,
אזוי ווי אלי׳ הנביא,
און נאכהער וועט ער גיין העכער.
ער זאגט זיך ניט אפ חס ושלום פון לערנען חומש מיט רש״י אדער תניא,
אבער אלץ מיט דער צייט,
לכשיפנה פון זיינע ענינים,
מיט א סדר.
אזוי אויך א יושב אוהל,
אז מען מאנט ביי אים כל עצמותי תאמרנה,
לא ימיש וגו׳ א.
ד.
גל.
— זאגט ער זיך ניט אפ פון דעם,
נאר ער טענה׳ט אז ער דארף האבן דערצו הכנות,
פריער דארף ער זיך אויסשלאפן,
וועט ער האבן א רואיקע קאפ,
ער דארף זיך אפהיטן,
עסן איידעלע מאכלים וכו׳,
— אין אלשיך 38 )
שטייט
(ועל דרך זה בשו״ת הרמב״ם)
אז ווען מען עסט איידעלע מאכלים איידלט עס אויס די קאפ —
און נאך דעם אלעם וועט ער זיך זעצן לערנען.
כ.
אויף דערויף איז די הוראה פון נתינת התורה אין מדבר ארץ צי׳ ועיף בלי מים,
אז בנוגע צו תורה דארף מען זיך אינגאנצן פארלאזן אויף דעם אויבערשטן.
פונקט ווי צו מתן תורה זיינען די אידן ארויס פון מצרים אין א מדבר בארץ לא זרועה,
ניט וויסנדיק ווי און מיט וואס זיי וועלן אויסקומען,
— דעם מן האבן זיי געהאט בזכות משה,
דעם עמוד הענן בזכות אהרן,
און וואסער בזכות מרים 39 ).
זיי האבן זיך געדארפט פארלאזן אויף א זכות פון דריי צדיקים,
און דוקא דאן זיינען זיי געווען גרייט צו קבלת התורה.
דאס איז א הוראה אויך איצטער פאר אונז,
אז מען דארף זיך זעצן לערנען תורה און פארלאזן זיך אויף דעם אויבערשטן,
און דאן וועט דער אויבערשטער געבן כל המצטרך בגשמיות וברוחניות.
(משיחת חגה״ש,
תשי"א)
כא.
עס שטייט 40 )
אם פזרת רגלך על העני ועל המצוה נתקיים עליך ברוך אתה בבואך וברוך אתה בצאתך.
דיוק הלשון אין דברי רז״ל דארף האבן ביאור:
א)
על העני מיינט דאך צדקה,
איז וואס זאגט ער על העני ועל המצוה,
צי דען איז מצות צדקה ניט בכלל המצוה?
אדרבה,
צדקה רופט מען בכל תלמוד ירושלמי סתם מצוה 41 ).
לכאורה איז ער דא מרמז אז צדקה איז ווי כללות כל המצוות,
שקולה כנגד כל המצוות.
אבער דאס שטייט דאך בפירוש אין ש״ס,
וואס דארף ער דאס זאגן דא ברמז?
ב)
אויף רגלים פאסט דער לשון הליכה אדער ריצה.
וואס איז דא דער לשון פזרת ?
כב.
דער גוף האדם ווערט פאנאנדערגעטיילט בכלל אין דריי טיילן,
ראש,
גוף און רגל.
בפרטיות,
טיילט ער זיך אין רמ״ח אברים.
אזוי איז אויך אין מצוות,
אז בפרטיות טיילן זיי זיך אין רמ״ח מצוות עשה,
— אין ספר חרדים טיילט ער פאנאנדער די מצוות לויט די אברים,
יעדער מצוה צו וועלכן אבר זי איז שייך —
ובכללות טיילן זיי זיך אין דריי: מצוות וועלכע זיינען פארבונדן מיטן פארשטאנד,
ווי ידיעת גדולת הבורא,
תלמוד תורה וכו׳ — ראש.
מצוות וועלכע זיינען פארבוגדן מיטן געפיל פון הארץ,
ווי אהבת ה',
יראת ה׳,
און אהבת ישראל — גוף.
און מצוות מעשיות וועלכע זיינען פארבונדן,
בעיקר,
מיט קבלת עול — רגל.
פארשטאנד און געפיל זיינען באגרענעצט.
אויך דער קבלת עול וואס קומט דורך השגה און הרגש,
ד.
ה.
פארשטיין און פילן אז מען דארף מקבל זיין עול מלכות שמים,
איז עס אויך באגרענעצט.
אבער קבלת עול ווי דאס איז בעצם,
איז בלי גבול.
און דאס מיינט פזרת רגלך,
פזרת מיינט — צעשפרייטונג,
אומבאגרענעצט.
ווען און וואו קען זיין "פזרת",
בלי־גבול,
— אין "רגלך",
קבלת עול,
ריינער "רגל"
(רגל שברגל)
ווי ער איז ניט פארבונדן מיט מוח ולב.
ווען רגל איז פארבונדן מיט מוח ולב,
קען זיין אין דערויף הילוך,
העכסטנס,
ריצה.
בשעת אבער עס איז רגלך בעצם דעמאלט איז ״פזרת״ — בלי־גבול.
כג.
ווי קען אבער א מענטש,
א בר דעת,
פועל׳ן ביי זיך צו אוועקלייגן זיין שכל והרגש און שטיין אין א תנועה פון פזרת רגלך?
אויף דעם זאגט ער ווייטער — "על העני".
ער זאל זיך מתבונן זיין אין זיין מעמד ומצב,
וועט ער דאן זען,
אז ער איז אן עני,
ער איז ארעם בדעת,
ובמילא האט ער ניט וואס צו רעכענען זיך מיט זיין שכל,
זעל דרך זה מיט הרגש הלב,
און ער וועט פועל׳ן ביי זיך דעם פזרת רגלך,
על המצוה בכלל ועל מצוה סתם — מצות הצדקה בפרט.
ער וועט לויפן מיט די פיס,
אן קיינע חשבונות,
צוליב געבן א אידן צדקה בגשמיות און צדקה ברוחניות.
כד.
דער שכר אויף דערויף איז: ברוך אתה בבואך וברוך אתה בצאתך.
בבואך מיינט די אתערותא דלעילא וואס קומט פאר דער עבודה און איז א נתינת כוח אויף איר,
בצאתך מיינט די אתערותא דלעילא וואס קומט נאך די אתערותא דלתתא.
איז אין דערויף דא דער "ברוך",
אז די אתערותא דלעילא זאל זיין א סך העכער ווי כפי ערך עבודתו.
ד.
ה.
אז נאך זיין הארעווען און אין אן אופן פון "פזרת",
בלי־גבול,
גיט מען אים א סך מער ווי לויט זיין הארעוואניע,
ווארום באתר שלים
(שלימות העבודה)
— קודשא בריך הוא שריא 42 ).
כה.
אין דרשת רז״ל הנ״ל יוצאת מידי פשוטה: די אלע וואס האבן מקיים געווען בפועל "פזרת רגלך",
וואס זיינען געגאנגען אין דער תהלוכה א מרחק פון כמה שעות,
וואס אין דער צייט האבן זיי דאך געקענט זיצן במנוחה און זיך עוסק זיין מיט זייערע ענינים און פונדעסטוועגן זיינען זיי געגאנגען אין אן אופן פון פזרת צוליב משפיע זיין לעני ברוחניות,
— זאל ביי זיי זיין דער ברוך אתה בבואך וברוך אתה בצאתך,
בבואך ובצאתך פון יעדן טאג,
פון יעדער וואך,
פון יעדן חודש און פון יעדן יאר,
און אויך בבואך ובצאתך פון זייער עבודה,
א ברבה בבואך,
בנתינת הכוח מלמעלה צו מצליח זיין אין זייער ארבעט במילוי השליחות וואוהין זיי גייען,
און א ברכה בצאתך,
אז נאך דער עבודה אין זייער שליחות,
זאלן זיי זען פרי טוב בעמלם,
עולמך תראה בחייך 44 ),
און מצליח זיין בעניניהם הפרטים — אין לימוד התורה און אין קיום המצוות בהידור ובעבודת התפלה,
וואס די עבודת התפלה איז דער חוט השדרה פון אלע ענינים 45 ),
און אויך ברכה בכל המצטרך להם בכל עניניהם הגשמיים.
(משיחת חגח״ש,
תשח״י)