B"H
🏡

Ikar

עמוד 293

א.

די ערשטע מצוה פון ספר במדבר איז: שאו את ראש כל עדת בני ישראל,

מען זאל ציילן די אידן.

און צוליב דעם ווערט דער גאנצער חומש אנגערופן אין גמרא 1 )

מיטן נאמען פקודים.

מנין

(צאל)

איז א זאך וואס איז ניט פארבונדן און ווייזט אינגאנצן ניט אן אויף דעם תוכן פון דער זאך וואס ווערט געציילט,

ווארום אין מנין ציילט מען אלעמען גלייך,

אן קיין אונטערשייד פון א גרעסערן מיט א קלענערן אין כמות אדער אין איכות.

דער גרעסערער פארנעמט אין מנין ניט מער ווי איין צאל,

און דער קלענערער ניט ווייניקער ווי איין צאל.

מנין ווייזט גאר ניט אן אויף דער חשיבות פון דער זאך.

אויך דער תנאי פון בן עשרים,

וואס די אלע וועלכע זיינען אריין אין דעם מנין האבן געמוזט אלט זיין צוואנציק יאר,

איז ניט קיין ענין וואס קומט דורך השתדלות און עבודה,

דאס איז ניט פארבונדן מיטן מהות פון מענטשן און קומט ממילא מיט דער צייט,

ומחוסר זמן לאו כמחוסר מעשה.

היינט וויבאלד אז דאס איז אן אויסערלעכע זאך,

וואס האט גאר ניט צו טאן מיט תוכן און חשיבות,

איז ניט פארשטאנדיק,

ווי קומט עס טאקע אז דאס זאל זיין די ערשטע און גרונט מצוה פון דעם חומש,

ביז,

אז דער גאנצער חומש ווערט אנגערופן ספר הפקודים?

ב.

דער דין איז,

אז דבר שבמנין לא בטל 2 ).

ווייל ווען מען ציילט א זאך,

ווייזט עס אויף דער חשיבות פון איר מין.

מצד דער חשיבות פון דעם מין ציילט מען יעדן איינצלנעם באזונדער.

קומט אויס,

אז כאטש מנין דריקט ניט אויס דעם תוכן און חשיבות פון יעדן פרט לגבי דעם צווייטן פרט,

דריקט ער אבער אויס די חשיבות פון דעם גאנצן מין לגבי אנדערע מינים.

אין פלוג איז אבער די דערקלערונג נאך ניט גענוג.

אמת טאקע אז פון דעם מנין פארשטייען מיר די חשיבות פון דעם גאנצן מין,

דער מנין דא איז דאך אבער ניט מער ווי א סימן און הוראה אויף דער חשיבות און ניט א סיבה — ניט אז מצד דעם מנין ווערט די חשיבות.

דערמיט איז אויך פארשטאנדיק דער חילוק 3 )

פון את שדרכו לימנות

(א זאך וואס ווערט שטענדיק פארקויפט אויפן צאל)

און כל שדרכו לימנות

(א זאך וואס ווערט פארקויפט אויפן צאל,

אבער ניט אלעמאל).

אויב די מעלה אין דבר שבמנין וואלט געווען דאס אליין וואס מען ציילט עס,

דארף דאך ניט זיין קיין נפקא מינה פון "את" און "כל".

וואס איז נוגע ווי עס איז אלעמאל,

דעם מאל האט מען דאך די זאך געציילט,

דארף זי ניט בטל ווערן.

איז דאך א ראי׳ אז די מעלה איז אין דער זאך וואס זי איז בעצם א דבר חשוב,

און דער מנין איז מער ניט ווי א סימן אויף חשיבות.

דערפאר,

בשעת א זאך ווערט אמאל געציילט און אמאל ניט,

האלט ר׳ יוחנן

(און אזוי איז די הלכה)

אז דאס ווערט יא בטל,

ווייל די זאך אליין האט ניט גענוג חשיבות.

קומט דאך אויס,

אז דער גאנצער ענין פון מנין,

איז אן ענין חיצוני בלבד,

היינט ווי קומט עס אז מצות המנין איז אזוי יסודות׳דיק,

ביז אז דער גאנצער ספר הייסט על שם המנין — חומש הפקודים?

ג.

אלע ענינים,

ובפרט תורה ומצוות,

זיינען ניט קיין צופעליקע חס ושלום,

נאר בהשגחה פרטית.

וואס דערפון איז מוכרח אז אויך א סימן פון א זאך,

האט א שייכות צו דער זאך אליין 4 ).

און אזוי איז אויך אין מנין.

פון דעם גופא וואס מנין איז א סימן אויף חשיבות,

מוז מען זאגן,

אז אויך ער אליין איז אן ענין פון חשיבות.

דאס וואס מען האט גערעדט פריער אז מנין איז ניט קיין ענין פון חשיבות,

דאס איז ווי מצד עצמו ,

ווען ער איז ניט פארבונדן מיט א דבר חשוב,

בשעת אבער דער מנין איז פארבונדן מיט א דבר חשוב,

ווערט די חשיבות פון דער זאך בעצם נמשך אויך אין דעם מנין,

אז אין מנין געפינט זיך די חשיבות פון דער זאך.

נאר ווי די חשיבות קומט אין דעם מנין,

איז די חשיבות ניט מער ווי א חיצוניות׳דיקע.

לויט דעם וועט מען פארשטיין וואס גאנץ ספר במדבר ווערט אנגערופן חומש הפקודים,

ווייל כאטש אז מצד עצמו איז מנין ניט קיין חשיבות,

וויבאלד אבער אז אין דעם מנין דריקט זיך אויס די חשיבות פון דער זאך,

איז שוין רעכט וואס דער גאנצער ספר ווערט גערופן על שם המנין,

חומש הפקודים.

ד.

דאס גופא דארף מען אבער פארשטיין: וויבאלד אז מנין מצד עצמו איז אן ענין חיצוני וואס איז אינגאנצן ניט פארבונדן מיטן תוכן פון דער זאך,

איז מיט וואס איז ער א כלי,

אז אין אים זאל זיך אויסדריקן תוכן און חשיבות?

דאס וואלט געווען א קשיא,

ווען כמות און איכות וואלטן געווען צוויי באזונדערע זאכן.

דעמאלט קען חשיבות

(איכות)

זיך ניט אויסדריקן אין מנין

(כמות).

דא רעדט זיך אבער וועגן אידן און זייערע ענינים — וואס זיי זיינען גוי אחד בארץ,

כפירוש כ״ק אדמו״ר הזקן נ״ע 5 ),

אז אויך בארץ,

אין ענינים ארציים,

דברים גשמיים וחומרים,

מאכן זיי אחד,

זיי פארבינדן כמות מיט איכות,

קען זיך ביי זיי אויסדריקן איכות אויך אין כמות.

ה.

מצד דער שייכות פון כמות מיט איכות זעען מיר אויך,

אז בשעת עס קומט צו אין כמות,

קען אויך צוקומען דורך דעם אין איכות 6 ).

דער דין איז,

ווען עס זיינען פאראן עשרה מישראל,

איז קיין נפקא מינה ניט וואס די איכות פון די צען איז,

אויב נאר אין כמות זיינען זיי צען,

איז דארט שורה די שכינה,

אכל בי עשרה שכינתא שריא 7 )

און מען קען זאגן א דבר שבקדושה,

וואס דאס איז א הוספה אין איכות.

ענלעך דערצו איז דער דין לגבי זימון,

בשעת עס זיינען פאראן דריי אידן זיינען זיי מחויב בזימון.

בשעת עס זיינען פאראן צען,

דארף מען זאגן אלקינו.

און עס זיינען אויך דא דיעות אין משנה 8 ),

אז ביי הונדערט זאל מען זאגן ה׳ אלקינו,

וכו'.

מצד דעם שינוי אין כמות — ווערט נשתנה אויך די איכות.

ווייל כמות מיט איכות זיינען פארבונדן,

און אין כמות שטייט איכות.

ו.

אזוי איז אויך בענין קיום המצוות.

העוסק במצוה פטור מן המצוה 9 ),

אויב ער איז זיך עוסק אין וועלכע מצוה עס זאל ניט זיין איז ער פטור אפילו פון א גרויסער מצוה,

ווי דער לשון 10 )

: קלות שבקלות וחמורות שבחמורות שווין.

נאך מער: העוסק במצוה איז פטור בשעת מעשה אויך פון תלמוד תורה,

הגם אז מצוות לגבי תורה זיינען כגוף לגבי נפש 11 ),

און ווי אברים לגבי הדם הוא הנפש שבאברים 12 ),

וואס דאס איז בדוגמת כמות לגבי איכות,

פונדעסטוועגן בשעת ער איז עוסק אפילו במצוה קלה,

פטר׳ט דאס אים בשעת מעשה פון תלמוד תורה,

ווייל ווי געזאגט,

אין כמות אליין שטייט איכות.

ז.

אזוי געפינען מיר אויך ביי מתן תורה,

ביי מתן תורה האבן געמוזט זיין ששים רבוא.

אויב עס וואלט געווען חסר אחד,

אפילו ווען דער אחד וואלט געווען דער פחות פון שבט דן,

וואלט דער אויבערשטער חס ושלום די תורה צו אידן ניט געגעבן 13 )

אפילו צו דעם גדול שבגדולים,

ווייל עס וואלט געפעלט אין דער כמות פון ששים רבוא.

ועל דרך ברכת חכם הרזים צו וועלכער עס מוז זיין די כמות פון ששים רבוא דוקא 14 ).

ח.

דער ענין פון פקודים אין ספר במדבר,

איז דאך אויך פארבונדן מיט דעם ענין פון די דגלים.

וועגן דגלים דערציילט דער מדרש 15 )

אז בשעת מתן תורה,

האבן די אידן געזען די מרכבה און מחנות המלאכים,

עשויים דגלים דגלים,

התחילו מתאוים לדגלים,

האט דער אויבערשטער געזאגט צו משה׳ן,

לך עשה אותם דגלים כמו שנתאוו.

איז אזוי ווי ביי מתן תורה האט געמוזט זיין דער מספר פון ששים רבוא דוקא,

אזוי אויך ביי די דגלים,

וואס האבן זיך גענומען פון מתן תורה,

האט געמוזט זיין דער מספר וועלכן מען האט דערביי געדארפט האבן,

וכמאמר רז״ל 16 )

אז דער מספר פון דגל מחנה יהודה איז ווי דער מספר המלאכים שבמחנה מיכאל וכו'.

און דורך דער כמות דוקא — האט זיך אויפגעטאן די איכות.

ט.

די הוראה פון דעם איז:

עס איז איצט א צייט וואס די כמות איז מער נוגע ווי די איכות.

במילא דארף מען איצטער זען אריינברענגען וואס מער אידן בדגלי ומחנה ישראל,

ניט קוקנדיק אויף זייער מצב אין איכות,

און ווען עס וועט צוקומען אין כמות וועט במילא סוף סוף צוקומען אויך אין איכות.

בתחילה איז ניט אזוי נוגע ווי טיף,

איכות׳דיק מען וועט אין זיי אויפטאן.

עס איז בעיקר נוגע דער עצם ענין וואס מען וועט אריינברענגען אידן אין מחנה ישראל,

ווי דער אלטער רבי איז מפרש 17 )

דעם מאמר רז״ל אכל בי עשרה שכינתא שריא,

אז אויך ווען זיי זיינען זיך ניט עוסק בדברי תורה,

וויבאלד אז עס געפינען זיך עשרה מישראל,

איז שכינתא שריא.

און אזוי אויך אין דעם ענין: דאס אליין וואס עס וועט זיין א גרעסערע כמות במחנה ישראל,

וועט זיך אויפטאן אויך אין איכות,

און עס וועט זיך אויספירן די כוונה פון נתאוה הקב״ה להיות לו יתברך דירה בתחתונים.

י.

מען דארף אבער וויסן אז — ומבשרך לא תתעלם.

די הכנה צו מתן תורה איז ניט נאר עבודה מיט דעם זולת נאר אויך עבודה מיט זיך.

עס שטייט דאך אין מדרש 18 )

אז בשעת מתן תורה לא היו חרשים ולא סומים אדער אנדערע בעלי מומים רחמנא לצלן,

אלע זיינען אויסגעהיילט געווארן.

מען דארף וויסן אז קומען צו מתן תורה דארף מען מיט אלע אברים גאנצע,

אן קיינע מומים.

בנוגע דעם זולת,

דארף מען זיך ניט אפשרעקן וועגן די איכות בלתי רצוי׳.

מען דארף מקרב זיין יעדן אידן.

ווי עס איז געווען ביי מתן תורה,

ויחן לשון יחיד כולם כאחד.

בנוגע צו זיך,

אבער,

דארף מען וויסן דעם חשבון וואו מען האלט.

אויב עס איז דא א פגם,

דארף מען אים מתקן זיין,

מתקן זיין דעם חוש הראי׳,

דעם חוש השמיעה וכו׳.

(משיחת ש״פ במדבר,

תשי״ד)

יא.

איינער פון די ענינים פון די סדרות במדבר און נשא ,

איז דער געמיינזאמער ענין — וועגן דעם משכן אין מדבר און וועגן די פליכטן וועלכע זיינען פארטיילט געווארן אין צוזאמענהאנג מיטן ברענגען דעם משכן פון ארט צו ארט.

דאס אונטערשטרייכט,

אז אפילו ווען אידן געפינען זיך אין א מדבר האבן זיי דעם כוח אויפצושטעלן א מקום קדוש,

א משכן,

פאר דער ג־טלעכער שכינה צו רוען צווישן אידן בכלל און אין יעדן אידן בפרט.

פונקט ווי עס איז פאראן א מדבר אין א קערפערלעכן זין — א וויסטעניש,

וואו עס הערשן עקסטרעמע קלימאטישע עלעמענטן און אלערליי מזיקים,

אזוי איז אויך פאראן א גייסטיקער מדבר,

וואו עס הערשן די שעדלעכסטע גייסטיקע אידייען,

און דאס קען אויך זיין אין א לאנד וואס איז אין גשמיות א בליענדיקער גארטן.

לערנט אונז די תורה הקדושה,

אז געפינענדיק זיך אין א גייסטיקן מדבר,

קען מען,

ובמילא — דארף מען און מוז מען אויפשטעלן א מקדש,

טראגן עס און גיין פאראויס אין די ג־טלעכע שכינה טריט,

ביז מען קומט צו דער ג־ט־געבענטשטער הייליקער לאנד,

צו דער אמת׳ער און פולער גאולה על ידי משיח צדקנו.

יב.

דאס איז אן אנווייזונג פאר אלע אידן,

אבער באזונדער פאר אידישע פרויען,

ווארום עס איז דאך באוואוסט,

אז ביים בויען דעם משכן האבן זיך די פרויען אפגערופן די ערשטע,

נאך פריער פאר די מענער.

אין דעם גייסטיקן מדבר פון געוויסע קרייזן וואס עס הערשט ביי זיי א וויסטעניש און פוסטקייט אין אידישקייט בכלל,

שוין אפגערעדט פון חסידישן סדר לעבן בפרט,

האבן פרויען דעם גרויסן און אייביקן זכות צו זיין צווישן די ערשטע אין אויפשטעלן א משכן לו יתברך.

ספעציעל דארף מען געדענקען די נויטווענדיקייט אפצוגעבן זיך אויך מיט די גאר יונגע קינדערלעך,

ווארום,

ווי מען זעט באשיינפערלעך,

אז מען הויבט אן דערציען א קינד אין א געוויסער ריכטונג פון גאנץ פרי אן — איז מען געזיכערט מיט פיל מער הצלחה און מיט גרעסערע און בעסערע פירות.

(אויסצוג פון א בריף צו נשי ובנות חב״ד,

מוצש״ק במדבר,

תשי״ז)

יג.

היום הוא — שבת מברכים החודש בו זמן מתן תורתנו,

ובמילא — גם התחלת ההכנה למתן התורה וקבלת התורה.

ההכנה והכלי למתן התורה — הם השלום והאחדות.

וכדרשת רז״ל במכילתא הובא בפירש״י* 18

: ויחן שם ישראל,

כאיש אחד בלב אחד.

ובילקוט: בקש הקב״ה ליתן תורה לישראל בשעה שיצאו ממצרים והיו חלוקים אלו על אלו כו׳ כשבאו לסיני הושוו כולם אגודה אחת כו׳ אמר הקב״ה התורה כולה שלום ולמי אני נותנה לאומה שהיא אוהבת שלום.

השלום והאחדות דהכנה למתן תורה צריכים להיות בעניני תורה ומצות,

וכלשון הכתוב: ויחן שם ישראל

(ל׳ יחיד,

באחדות.

ובמה ובשביל מה — )

נגד ההר 19 )

(וענינו 20 ),

התורה ומצותי׳).

ואף שעל ידי השלום יכולים לפעול מה שרוצים,

וכמו שנאמר חבור עצבים אפרים הנח לו,

וכדרז״ל 21 )

ע״פ זה,

וכמו שע״י שהי׳ — שפה אחת ודברים אחדים,

הרי — לא יבצר מהם כל אשר יזמו לעשות,

הנה מלבד שאז השלום אין לו קיום,

הרי לא זו הדרך להכריח,

כביכול ההשפעות מלמעלה,

ובפרט כשהמבוקש הוא מתן התורה והקב״ה כביכול,

אנא נפשי כתבית יהבית 22 ),

פנימיות ולא מקיף 23 ),

אשר זה אי אפשר כי אם עי״ז שהנשמות מושרשות בעצמות — וכמבואר בענין במי נמלך בנשמותיהם של צדיקים — הרי צ״ל האחדות בענין של תומ״צ,

היינו שהתנועה שלו באהבת ישראל תתבטא ביחוד בהשתדלותו לקרבם לתורה.

ועל של פועל באתי :

בהימים אשר מעתה ועד חג השבועות בבקר — זמן מתן תורה דכללות השנה

(נוסף על ענין מתן התורה שבכל יום בפרט,

וכל׳ הברכה 24 )

נותן התורה — ל׳ הווה)

— ובפרט בזמן שמקהילים קהלות — בימי השבת —

צריך להודיע לבאר ולהסביר לאיש ולאשה הישראלים שהשפעתו עליהם,

אשר בזמן זה ביחוד חובתם וזכותם להשתדל ביתר שאת ויתר עז בהענין דאהבת ישראל

(נוסף על החיוב והזכות שבזה בכל יום בפרט.

וידוע מש״כ רבנו 25 )

בסידורו,

שתיקנו לכל,

ושווה הוא לכל נפש: נכון לומר קודם התפלה הריני מקבל עלי מ״ע של ואהבת לרעך כמוך).

להסביר את הנ״ל איך שאהבת ישראל היא הכנה למתן תורה וקבלתה.

ולהודיע ולהסביר את מאמרו של רבנו הזקן "ואהבת לרעך כמוך הוא כלי לואהבת את הוי׳ אלקיך״ —

ונמצאו אהבת השם אהבת התורה ואהבת ישראל — כולא חד.

צריך לפרסם מאמר הרב המגיד 26 )

"דע מה למעלה ממך,

פי׳ דע כל מה שלמעלה הכל הוא ממך",

בכל אחד ואחד תלוי הדבר,

וכמרז״ל 27 )

אשר יראה האדם את העולם שקול,

ובפעולה אחת שלו יכול להכריעו אם לכף זכות או כו׳ — וכן בנידון דידן,

הנה בפעולה אחת יכול להכריע ולפעול מתן התורה.

ובפרט בפעולה של שלום ואהבת ישראל,

אשר הבעש״ט קבע זה לאחד מיסודות תורת החסידות 28 ),

שעל ידי זה כוללם הוא עצמו עם הזולת ויוצא מגדר יחיד.

והוא הכנה לקבלת התורה,

שכל התורה ניתנה לעשות שלום בעולם 29 ),

בעולם גדול ובעולם קטן — זה האדם,

לעשות שלום בין הנברא והבורא 30 ).

כל אחד צריך לדבר ולפרסם את כהנ״ל,

ובפרט — אלו הדורשים ונואמים ברבים במשך ימים האלו.

ואז יש להיות בטוחים,

אשר,

בתוך כלל ישראל,

נזכה כולנו — כלשון ברכת כ״ק מו״ח אדמו״ר זצוקללה״ה נבג״מ זי״ע — לקבלת התורה בשמחה ובפנימיות .

(קטע מקוצר משיחת שמבה״ח סיון,

תשי״ג)

יד.

דעם טעם,

וואס צו קבלת התורה פאדערט זיך די הקדמה פון אהבת ישראל,

וועט מען פארשטיין מיט נאך א דערקלערונג,

פארוואס צו מתן תורה האט געדארפט זיין דער מספר פון ששים רבוא,

אלע גלייך,

אן אונטערשייד פון איינעם מיטן צווייטן.

די פארשידנקייט פון איין איד מיט א צווייטן,

איז נאר אין כחות פרטים.

מצד עצם הנשמה זיינען אלע גלייך.

דערפאר זיינען בשעת מתן תורה,

וואס דאן האט דער אויבערשטער כביכול פארבונדן זיין עצמות,

אנכי ,

מיטן עצם פון אידן,

און מצד העצם איז הנשמות מתאימות ואב אחד לכולנה 31 ),

— דערפאר זיינען געווען אלע ששים רבוא אידן גלייך.

לויט דעם וועט מען אויך פארשטיין דעם טעם,

וואס די הכנה צו קבלת התורה איז אהבת ישראל,

וויילע דורך וואס רופט מען ארויס די עצם הנשמה — דורך אהבת ישראל,

ווי ווייטער דערקלערט.

טו.

כ״ק מו״ח אדמו״ר האט איבערגעזאגט א תורה פון בעש״ט וועגן דעם ענין פון אהבת ישראל אויך צו אנשים פשוטים:

תפלין דמארי עלמא מאי כתיב בהו,

ומי כעמך כישראל גוי אחד בארץ 32 ),

אידן זיינען דעם אויבערשטנס תפלין.

אין תפלין איז פאראן תפלין של יד און תפילין של ראש.

ביידע זיינען א מצוה און מחוייב בברכה — צי איין ברכה צי צוויי,

לויט די פארשידענע דעות — און הנחת תפילין של יד איז קודם להנחת תפילין של ראש.

אזוי אויך אין תפילין דמארי עלמא,

זיינען תפילין של יד — מארי עובדין טבין

(אנשים פשוטים מקיימי מצוות)

— קודם צו תפילין של ראש — מארי השגה

(לומדים ויודעי תורה).

די תורה האט ארויסגערופן ביי א סך אידן אהבת ישראל אויך צו אנשים פשוטים,

ווארום מארי עובדין טבין זיינען נאך העכער פון מארי השגה,

ווי עס ווערט דערקלערט אין פיל ערטער,

אז אין אנשים פשוטים ווערט נתגלה פשיטות העצמות.

טז.

הרב הצדיק ר׳ זוסיא האט דערציילט 33 )

דעם אלטן רבי׳ן וואס ער האט געהערט פון זיין ברודער הרב הצדיק ר׳ אלימלך,

אז ביי דעם מגיד זיינען געווען משמרות פון תלמידים וואס האבן אים משמש געווען.

אמאל,

אין מיין משמרה — דערציילט ר׳ אלימלך — האט מיר גערופן דער מגיד און געזאגט: הערסט,

מלך,

וואס מען זאגט אין מתיבתא דרקיע,

אז אהבת ישראל איז,

ליב האבן א רשע גמור אזוי ווי א צדיק גמור 34 ).

דער ווארט פון מגיד איז אן אויפטו אויף דעם ווארט פון בעש״ט,

דער בעש״ט האט גערעדט נאר וועגן אנשים פשוטים.

דער מגיד האט אויפגעטאן,

אז מען דארף האלט האבן אויך א רשע גמור,

און נאך מער,

די אהבה צו א רשע גמור דארף זיין די זעלבע ווי צו א צדיק גמור.

יז.

דער אלטער רבי זאגט,

אז אהבת ישראל איז למגדול ועד קטן,

אן אהבה ווי ביי אחים ממש ,

וואס דאס איז אן אהבה עצמית 35 ).

און דאס מיינט ואהבת לרעך כמוך — כמוך ממש.

אזוי ווי כמוך,

אהבת עצמו,

איז דאך אן אהבה עצמית,

ניט מצד חשבונות,

וואס דערפאר איז דאך על כל פשעים תכסה אהבה,

ד.

ה.

אז אפילו בשעת ער אליין אנערקענט אז דאס זיינען פשעים

(ווארום עס איז באופן כזה אז אפילו מצד זיין אהבה קען ער זיך ניט נארן און איינריידן אז דאס זיינען ניט קיין פשעים),

פונדעסטוועגן תכסה אהבה,

ווייל די אהבה דערלאנגט אין אזא טיפן ארט אין נפש,

וואס די פשעים רירן ניט אן,

אזוי דארף זיין אויך די אהבה לרעך.

— בכדי ארויסצורופן די אהבה,

דארף מען טאקע האבן התבוננות

(כדלהלן).

אבער דורך התבוננות,

קומט מען צו צו אן אהבה עצמית שלמעלה מהשכל —

ווי אזוי קען דאס זיין,

אז די אהבה צו א צווייטן זאל זיין אן אהבה עצמית ווי צו זיך אליין — יענער איז דאך פארט ניט ער?

זיינען אין דעם פאראן צוויי הסברות:

א)

אהבת ישראל,

אהבת התורה און אהבת ה׳ זיינען כולא חד.

אהבת ה׳,

ביי אידן,

איז דאך אן אהבה עצמית,

ווארום בנים אתם לה׳ אלקיכם,

און א זון מיט זיין פאטער זיינען איין עצם,

במילא איז אויך אהבת ישראל,

וואס קומט מצד אהבת ה׳,

אוהב מה שהאהוב אוהב,

אן אהבה עצמית 36 ).

ב)

נאך טיפער: אלע אידן זיינען איין זאך.

עס איז איין עצם וואס קומט אראפ אין יעדן פון די פארשידענע חלקים 37 ),

איז דאך דאס ניט קיין אהבה צו יענעם נאר צו זיך אליין.

יח.

קען מען זאגן בדרך אפשר אז אין דעם ווארט פון אלטן רבי׳ן איז דא אן הוספה אויף דעם ווארט פון מגיד.

דער ווארט אז מען דארף ליב האבן א רשע גמור אזוי ווי א צדיק גמור,

איז נאך אלץ מצד פארשטאנד און אפגעמאסטנקייט.

און די ראי׳ איז פון דעם אליין וואס מען גייט אריין אין חילוקי דרגות און מען זאגט אז מען דארף ליב האבן אזוי ווי א צדיק גמור.

אהבת כמוך אבער איז ניט קיין אפגעמאסטענע,

דאס האט ער ליב זיך אליין,

זיין עצם.

און אזוי איז אויך די אהבה פון אחים ממש .

יט.

לויט דעם איז פארשטאנדיק די שייכות פון אהבת ישראל צו מתן תורה,

ווייל דורך אהבת ישראל,

ויחן כאיש אחד,

אן התחלקות,

רופט מען ארויס די עצם הנשמה,

(וואס אלע אידן זיינען איין עצם כנ״ל),

און דורך דעם קען מען נעמען כביכול דעם אנא נפשי — עצם פון דעם אויבערשטן,

וואס האט זיך אפגעגעבן — דורך תורה — צו דעם עצם פון אידן.

(משיחת חגה״ש,

תשי״ג)

Reader controls and commentary are loading.