א.
אין דער פרשה וואו עם ווערט אנגעזאגט וועגן חג הםוכות 1
שטײט צוויי מאל ״ביום הראשון״: ״ביום 2
הראשון מקרא קודש כל מלאכת עבודה לא תעשו" 3 ,
"ולקחתם לכם ביום הראשון פרי עץ הדר גו׳" 4 .
זאגט אריף דעם די גמרא 5
אז בשכר פון די צוויי "ראשון" - "שביתת הרגל דחג" 6
(ביום הראשון מקרא קודש 7 ),
און "נטילת לולב"
(ולקחתם לכם ביום הראשון)
- איז מען זוכה "לבנין בית המקדש ולשמו של משיח",
וואם ווערן אנגערופן "ראשון"
(״כםא כבוד מרום מראשון מקום מקדשנו" 8 ,
"ראשון לציון הנה הנם" 9 ).
איז מבאר אין דעם דער מהרש״א: דער יו״ט םוכות איז מטעם ״כי בםוכות הושבתי את בנ״י בהוציאי אותם מארץ מצרים" 10 ,
און דורך דער שביתה בםוכות וועט מען זוכה זיין צו ביהמ״ק וואם אויף אים שטייט ״ויהי בשלם םוכו״ 11
; און
נטילת ד׳ מינים איז פארבונדן מיט שמחה ווי עם שטייט "ולקחתם לכם גו׳ ושמחתם גו׳",
דעריבער וועט מען דורך דעם זוכה זיין צו שמחה לעתיד בביאת המשיח.
דערמיט איז ער אויך מבאר דעם דיוק הלשון " לשמו של משיח",
ווייל דער ענין השמחה בביאת המשיח איז מרומז אין שמו של משיח - ״ששמו מנחם 12
שהוא ינחמנו וישמחנו כמ״ש 13
שמחנו כימות עניתנו".
דארף מען פארשטיין - די הדגשת חז״ל ראשון : וויבאלד אז די שייכות פון םוכות מיט ביהמ״ק איז מצד הפםוק "ויהי בשלם םוכו״ וואם שטייט אויפן ביהמ״ק,
האט דאך געדארפט אויםקומען אז די מצוה דורך וועלכער מ׳איז זוכה צו בנין ביהמ״ק זאל זיין די מצוה בםוכות תשבו
(און במילא - אלע)
שבעת ימים,
דער ענין פון םוכה גופא,
און ניט די מצוה פון "שביתת הרגל דחג",
וואם איז א מצוה נוםפת ב״םוכו״
(און נאר - ברגל,
ביום הראשון)?
ועד״ז אויך בנוגע צו שמו של משיח: פארוואם איז די מצוה דורך וועלכער מ׳איז זוכה לשמו של משיח,
שישמחנו - "ולקחתם לכם ביום הראשון" 14 ,
וואם איז בלויז פארבונדן מיט שמחה,
און ניט
די מצוה פון שמחה
(ושמחת בחגך 15 )
גופא 16 ?
ב.
דער ביאור אין דעם:
אין מצות סוכה געפינט מען א
(חידוש און)
מעלה לגבי אנדערע מצות בנוגע איר פעולה אויף די דברים גשמיים
(דער סכך און די דפנות)
מיט וועלכע עס ווערט געטאן די מצוה:
בשעת מען טוט א מצוה מיט א דבר גשמי,
פועל׳ט די מצוה א זיכוך אין דעם דבר גשמי,
ביז אז אפילו לאחרי קיום המצוה האבן די דברים גשמיים א דין פון ״תשמישי מצוה" 17 .
ווי לדוגמא בא מצות ציצית,
אז כל זמן די ציצית זיינען קבוע אין טלית "אסור להשתמש בהן שום תשמיש של חול ..
משום ביזוי מצרה״ 18 ,
און לכמה דעות 19
"אף לאחר שנפסקו אין לנהוג בהם מנהג בזיון".
אבער אעפ״כ,
זיינען די ציצית
(אפילו ווען זיי זיינען קבועים בטלית)
נאר "תשמישי מצוה" און ניט קיין "תשמישי קדושה"
(און אויב ניט מצד ביזוי מצוה,
וואלט מען געמעגט זיי נוצן פאר א "תשמיש של חול").
משא״כ דורך קיום מצות ישיבה בסוכה 20 ,
ווערט אויך א קדושה אין די עצי הסכך
(און מדרבנן אויך אין די עצי הדפנות)
- "כשם שחל שם שמים על הקדשים ..
כך חל שם שמים על הסוכה" 21 .
און מצד דער קדושה שבהם טאר מען זיך מיט זיי ניט נוצן
(במשך ימי החג).
[און כאטש אז אויך סוכה איז "תשמישי מצוה״,
ניט ״תשמישי קדושה״ - איז דאס נאר לאחר שעברו ימי החג ווען עברה מצותן,
וואס דעמאלט מעג מען זיך נוצן מיט די עצי הסכך
(ס׳איז נאר "נכון ליזהר שלא להשתמש בהן תשמיש בזיון״ 22
)
- אין די ז׳ ימי החג אבער איז חל אויף זיי קדושה] 23 .
וואס דער אויפטו פון קדושת סוכה אויף דעם וואס זי איז אויך פון די "תשמישי מצוה" 24
(ווי בא אנדערע מצות)
איז
(אויך)
בנוגע דער פעולה פון דער מצוה אין דעם גשמי: דער גדר פון "תשמישי מצוה" איז,
אז "משתמשין בהן לשם מצוה"
(אבער אין זיי גופא איז ניטא קיין קדושה) 25
; משא״כ "קדושת הסוכה" מיינט,
אז די סוכה גופא
(דער סכך און די דפנות)
ווערט קדוש,
"כשם שחל שם שמים על הקדשים ..
כך חל שם שמים על הסוכה" 26 .
ג.
עד״ז געפינט מען אויך בא מצות נטילת ד׳ מינים,
אז די שייכות פון די מינים גשמיים מיט דער מצוה וואס ווערט מיט זיי געטאן,
איז מער בהדגשה ווי בא אנדערע מצות,
ובהקדים:
די שייכות פון א דבר גשמי צו דער מצוה וואס מ׳איז מקיים מיט אים בא־ שטייט ניט נאר אין דעם וואס דורכן קיום המצוה
(אדער אפילו דורכן בלויז באשטימען דעם גשמי פאר א מצוה 27 )
ווערט אין אים א זיכוך כנ״ל,
נאר אויך מצד זיין עצם מציאות
(נאך פאר דעם קיום המצוה און אפילו פאר דער הזמנה למצוה).
דאס גופא וואס דער דבר גשמי איז ראוי צו מאכן פון אים א מצוה
(ווי לדוגמא,
צמר וואס איז ראוי פאר מצות ציצית)
ווייזט אז ער איז מער מזוכך און ״העכער״ פון אנדערע דברים גשמיים
(אויך פון דברים המותרים)
וועלכע זיי־ נען ניט ראוי פאר א מצוה 28 .
און אין דעם באשטייט די מעלה פון די ד׳ מינים לגבי אנדערע זאכן וואס זיינען ראוי למצוה,
אז דער זיכוך און עילוי פון די ד׳ מינים
(וואס מאכט זיי ראוי לקיום מצוה זו)
איז אין אן אופן גלוי,
כדלקמן.
ד.
ס׳איז מבואר אין חסידות 29 ,
אז דער
טעם וואס פאר דער מצוה "ולקחתם לכם גו׳" זיינען אויסגעקליבן געווארן דוקא די פיר מינים,
איז עס דערפאר וואס אין זיי איז דא די תכונה פון אחדות: לולב איז עליו כפותין
(אלע בלעטער בהתאחדות)
; הדס איז "תלתא בחד קינא"; ערבות זיינען גדלים באחוה; און
(מכש״כ 30 )
אתרוג וואס איז דר באילנו משנה לשנה - אין אים ווערן פאראיינציקט די אלע פיר אוירים פון די ד׳ תקופות השנה.
און היות אז זאכן פון וועלט בכלל -זיינען בהתחלקות און פירוד,
איז מוכח,
אז דאס וואס די ד׳ מינים האבן אין זיך די אייגנשאפט פון אחדות נעמט זיך עס דערפון וואס אין זיי איז נרגש א חלישות אין זייער וועלט׳ישקייט - וואס דאס איז פארבונדן מיט ביטול,
דער ביטול צו אלקות.
וואס פון דעם איז מובן,
אז כאטש אויך בא אלע מצות,
איז דא א זיכוך און עילוי אין די דברים גשמיים וועלכע זיינען ראוי צו מאכן פון זיי מצות
(כנ״ל ס״ג),
קומט עס אבער ניט צו דעם זיכוך און עילוי פון די ד׳ מינים וואס זיינען ראוי צו מצות ולקחתם לכם - וויבאלד אז אין זייער זיכוך און עילוי איז ניכר בגילוי דער ענין האחדות העכער פון סתם נבראים.
ה.
און דאס איז איינער פון די ענינים אין וועלכע מען זעט סיי דעם צד השווה אין די צוויי מצות הנ״ל
(סוכה און ד׳ מינים)
און סיי דעם חילוק צווישן זיי:
דער צד השווה פון ביידע מצות בא־ שטייט אין דעם וואס אין ביידע איז מורגש די שייכות פון דעם גשמי
(דער סכך ודפנות הסוכה און די ד׳ מינים)
צו די מצות מער ווי בא אנדערע מצוות;
און דער חילוק צווישן זיי איז,
אז די שייכות פון סכך הסוכה מיט מצות ישיבה בסוכה איז דורך דער פעולה אין דעם דבר גשמי,
דורכן קיום המצוה; און די שייכות פון די ד׳ מינים צו מצות ולקחתם לכם איז דורך זייער מעלה
(בטבעם)
וואס מאכט זיי ראוי למצוה.
ו.
נאך א צד השווה און א חילוק אין די צוויי מצוות הנ״ל:
סוכה איז העכער פון התחלקות.
זי איז מקיף,
זי נעמט ארום דעם גאנצן מענטשן
(ראשו ורובו)
כאחד,
און נאך מער: ניט נאר איז זי העכער פון דער התחלקות דראש גוף ורגל ביי דעם זעלבן אידן,
נאר זי איז העכער אויך פון דער התחלקות צווישן איין אידן מיט א צווייטן - ביז אז כל ישראל ראוים לישב בסוכה אחת 31 .
און אויך די ד׳ מינים איז ענינם אחדות: א)
די אחדות פון די פרטים אין יעדן מין גופא
(כנ״ל ם״ד)
ן ב)
די אחדות פון די ד׳ מינים צזואמען - פון די אלע מינים צוזאמען ווערט איין מצוה.
אבער אויך אין דעם ענין האחדות איז א חילוק צווישן סוכה און ד׳ מינים: אין סוכה זיינען מלכתחילה ניטא קיין פרטים מחולקים; משא״כ אין ד׳ מינים זיינען יע דא פרטים מחולקים
(די התחלקות פון פיר פארשידענע מינים און אויך די התחלקות הפרטים אין יעדן מין גופא),
נאר די פרטים ווערן נתאחד.
ז.
ויש לומר,
אז די ביידע חילוקים צווישן סוכה און ד׳ מינים -
(א)
דער חילוק אין די שייכות פון די מצוות צו די דברים גשמיים
(דלעיל ס״ה),
און
(ב)
דער
חילוק בענין האחדות שבהם - זיינען שייך זה לזה:
דער גדר פון עולם
(ווי ער איז מצד עצמו)
איז - התחלקות 32
און פירוד.
און דאס וואס בכמה דברים שבעולם איז דא
(און מ׳זעט)
ענין האחדות,
איז עס מצד דעם וואס אין די זאכן איז מאיר די אחדות וואס קומט פון דעם בורא,
פון אלקות.
פון דעם איז מובן,
אז דער חילוק פון דער אחדות שבסוכה
(וואס איז העכער פון התחלקות הפרטים)
און די אחדות שבד׳ מינים
(וואס איז נאר התאחדות פרטים)
איז בהתאם צו דעם חילוק בהארת האלקות שבהם:
דער ענין האחדות ווי ער איז אין די ד׳ מינים,
א התאחדות פון פרטים
(ביז אז אויך נאך זייער התאחדות פארבלייבן זיי פרטים מחולקים),
ברענגט ארויס ווי וועלט
(גדר ההתחלקות)
שטייט אין א ביטול צו אלקות
(אחדות)
; משא״כ אין דער אחדות ווי זי איז אין סוכה,
וואס איז מושלל,
העכער פון התחלקות,
ווערט ארויסגעבראכט און עס שפיגלט זיך אפ דער ענין האחדות פון אלקות וואס איז העכער פון וועלט.
ועפ״ז מובן ווי דער חילוק צווישן סוכה און ד׳ מינים בענין האחדות שבהם איז בהתאם צו דעם חילוק צווישן זיי בענין השייכות דדברים גשמיים לענין המצוות:
די ד׳ מינים,
וויבאלד אז ענינם איז ווי וועלט שטייט אין א ביטול צו אלקות -דעריבער איז די הדגשה אין דעם חיבור הגשמיות מיט די מצות שבהם ווי זיי
זיינען
(א טייל פון דער)
וועלט,
צו די גשמיות שבהם,
ס׳איז קענטיק אין זייער מציאות גשמי ווי זיי זיינען ראוי למצוה;
משא״כ סוכה,
וויבאלד אז ענינה איז המשכת האחדות דאלקות - דעריבער איז די הדגשה אין דעם חיבור המצוה והגשמיות בנוגע צו דער מצוה ,
אז די המשכת אלקות דורך מצות סוכה איז העכער
(אויך)
פון התחלקות הגדרים פון רוחניות און גשמיות,
און דעריבער ווערט נמשך די קדושה אויך אין די גשמיות פון עצי הסכך והדפנות.
ח.
אעפ״כ איז דא א מעלה 33
אין התאחדות הפרטים שבד׳ מינים אויף דער אחדות
(שלמעלה מהתחלקות)
דסוכה.
ווארום דער שרש פון התאחדות הפרטים
(אז אויך פרטים זיינען בהתאחדות)
נעמט זיך פון אחדות האמיתית,
וואס איז הע-כער פון די גדרים פון "אחדות" און "התחלקות פרטים".
די אחדות פון סוכה נעמט זיך פון אן ארט וואס ריבוי איז אן ענין הפכי פון אחדות,
און דעריבער איז די אחדות אין אן אופן וואס איז שולל התחלקות פרטים; אבער די אחדות ווי זי איז מצד עצמותו ית׳ וואס איז אחדות הפשוטה,
איז ריבוי ניט קיין סתירה צו אחדות,
ואדרבה,
דער ריבוי קומט 34
מצד אחדות הפשוטה 35 .
נועד״ז איז אויך בנוגע דעם ענין פון התאחדות הגשמיות מיט מצוות וואס אין סוכה און ד׳ מינים,
אז אין ד׳ מינים איז
דא א מעלה אויף דער התאחדות שבסוכה: די התאחדות הגשמיות מיט מצוות אין מצות סוכה,
וויבאלד אז זי ווערט אויפגעטאן דורך קיום המצוה און ניט עס איז אין דעם טבע דבר הגשמי,
כנ״ל - ברענגט עס נאך ניט ארויס די אמת׳ע אחדות; משא״כ ד׳ מינים,
וואס אין זיי איז ניכר ווי גשמיות מצד עצמה איז א כלי צו מצוות,
דורך דעם דוקא ווערט ארויסגעבראכט די אמת׳ע אחדות].
אבער היות ווי דער ענין פון התאחדות הפרטים בחיצוניות איז בלויז וואס די פרטים זיינען בטל 36
צו אחדות
(און ניט אז די פרטים גופא זיינען אחדות),
וואס דאס איז נידעריקער פון אחדות שלמעלה מהתחלקות,
איז בכדי צו מגלה זיין די פנימיות
(און שורש)
פון התאחדות הפרטים,
אז דאס וואס די פרטים זיינען בהתאחדות איז עס
(בפנימיות)
אז די פרטים גופא זיינען אחדות,
וואס דריקט אויס די אחדות האמיתית - דארף די התאחדות הפרטים קומען בהמשך צו דער אחדות שלמעלה מהתחלקות.
דורך דעם וואס די התאחדות הפרטים קומט בהמשך צו אחדות שלמעלה מהת-חלקות - דאן ווערט נתגלה,
אז דאס וואס אין דער התאחדות זיינען דא פרטים איז עס
(ניט מצד דעם וואס עס האט נאך ניט מאיר געווען די אחדות שלמעלה מהתחלקות,
נאר)
מצד דעם וואס די פרטים גופא זיינען אחדות,
דער גילוי און אויסדרוק פון אחדות האמיתית.
וי״ל אז דאם איז אריך פון די טעמים רואם די מצרה פון נטילת ד׳ מינים מן המובחר איז בםוכה 37
: דורך דעם רואם די התאחדות הפרטים דנטילת ד׳ מינים קומט בהמשך צו דער אחדות שלמעלה מהתחלקות בםוכה,
ברענגט מען ארוים בגילוי די פנימיות און שורש פון התאחדות הפרטים,
אחדות האמיתית 38 .
ט.
ע״פ הנ״ל אז די אחדות דםוכה איז העכער פון דער התחלקות צווישן רוחניות און גשמיות - וואם דערפאר פועל׳ט עם א קדושה אויך אין דער גשמיות הםוכה
(עצי הםכך והדפנות)
-וועט מען אויך פארשטיין דעם ביאור אין קדושת חג הםוכות:
די קדושה פון יעדער יום טוב קומט מצד די גילויים וואם זיינען מאיר אין יענעם יו״ט.
פאדערט זיך ביאור: ווי-באלד אז די גילויים פון םוכות
(ענני הכבוד)
זיינען בחי׳ מקיף,
טא ווי פועל׳ן זיי
(א פעולה פנימית)
אין דעם טאג פון םוכות
(וואם מצד עצמו איז ער א יום חול)
אז ער זאל ווערן קדוש?
ויש לומר הביאור בזה: וויבאלד די גילויים שבםוכות זיינען העכער פון דער התחלקות צווישן רוחניות און גשמיות,
דעריבער פועל׳ן זיי קדושה אויך אין דעם זמן דםוכות,
בדוגמת ווי זיי פועל׳ן קדושה אין דער גשמיות הםוכה.
און היות אז דער זמן פון םוכות איז
(בחיצוניות)
גלייך צום זמן דכל השנה -ניט ווי די םוכה גשמית
(םכך און דפנות)
וואם אויך בגשמיות איז זי מקיף
(ובפרט נאך אז די עשיית הםוכה דארף זיין לשם מצות 39
םוכה 40 )
- קומט אוים,
אז אין דעם וואם אויך דער זמן דםוכות ווערט קדוש
(בקדושת חגה״ם)
קומען צום אוים-דרוק די גילויים דםוכות
(וואם זיי זיינען ניט מוגבל אין גדר הרוחניות והגשמיות)
נאך מער ווי אין זייער פעולה אויף דער גשמיות הםוכה.
ואעפ״כ,
וויבאלד אז די קדושה אין םכך און דפנות,
און אפילו אין דעם זמן פון סוכות,
ווערט אויפגעטאן מצד די גילויים דםוכה
(און ניט מצד עצמם),
ווייזט עם אז אויך בחי׳ אחדות דםוכה איז מוגדר אין גדר האחדות שלמעלה מהתחלקות.
ם׳איז נאר וואם די המשכה פון אחדות שלמעלה מהתחלקות האט ניט קיין הגבלה און עם ווערט נמשך בכל מקום.
משא״כ די אחדות פון די ד׳ מינים,
ווי-באלד אז די אחדות שבהם איז
(ניט נאר דורך קיום המצוה והמשכת האור מלמעלה נאר אויך פריער)
מצד זייער אייגענעם טבע - דאם הייםט,
אז די פרטים זיינען בהתאחדות ניט דערפאר וואם אין זיי ווערט נמשך ענין האחדות
(שמחוץ להם),
נאר די פרטים גופא זיינען בבחי׳ אחדות -ברענגט דאם ארוים די אחדות האמיתית.
יו״ד.
ע׳׳פ הנ״ל וועט מען אויך פאר־ שטיין די שייכות פון שביתת החג צו בנין בית המקדש
(און דעם טעם וואס דאס ווערט דערגרייכט דוקא דורך שביתת החג און ניט דורך קיום מצות סוכה),
און די שייכות פון נטילת ד׳ מינים צו שמו של משיח:
דער אויפטו פון "בנין בית המקדש" איז,
אז דער גילוי ותוכן פון ביהמ״ק,
"כסא כבוד מרום מראשון",
ווערט נמשך און פועל׳ט אויך אויף " מקום מקדשנו",
וואס דער מקום איז א מקום פון וועלט,
חול מצ״ע.
און דערפאר ווערט עס דער־ גרייכט בעיקר דורך "ביום הראשון מקרא קודש",
וואס אויך די ענני כבוד דלמעלה פועל׳ן ניט נאר אויף די עצי
(בנין)
הסוכה נאר אויך אין דעם זמן ,
ער זאל ווערן רגל וואס איז שובת
(מבטל)
דעם חול
(בגלוי ובשלמות - ראשון -כל מלאכת עבודה לא תעשו)
דורך מקרא
(רופן 41
און אריינרופן אין עם פון)
קודש.
אעפ״כ איז אויך די פעולה אויף
"מקום מקדשנו" נאר מצד דעם גילוי מלמעלה - ״כסא כבוד מרום מראשון״ -וואס ווערט נמשך אין דעם מקום 42
;
משא״כ דער אויפטו פון "שמו של משיח״
(מנחם - אז ער וועט ברענגען נחמה אויפן גלות)
איז,
אז ער וועט
(ניט נאר ממשיך זיין גילויים מלמעלה,
נאר ער וועט אויך)
מגלה זיין די פנימיות הענין פון גלות,
ווי דער גלות גופא איז תכלית
(ראשון)
הטוב,
ווי מ׳וועט זאגן 43
״אודך ה׳ כי אנפת בי״ 44
- און דאס ווערט דערגרייכט ניט דורך מצות שמחה מצ״ע,
נאר ווי דאס איז פארבונדן מיט נטילת ד׳ מינים,
וואס ענינם איז אז אויך די עניני העולם מצד עצמם זיינען כלים צו דער אחדות פון אלקות.
(משיחות שמחת ביה״ש ושמח״ת
(שבת בראשית התועדות ב׳)
תשכ״ד)