א.
אין סיום הםדרה 1
װערט דערצײלט "וידבר ה׳ אל משה בעצם היום הזה לאמר עלה אל הר העברים הזה הר נבו גו׳ ומת בהר גו׳".
שטעלט זיך רש״י אויף די ווערטער "וידבר ה׳ אל משה בעצם היום הזה" און איז מפרש "בג׳ מקומות נאמר בעצם היום הזה",
און ער בריינגט אראפ די אנדערע צוויי ערטער 2
וואו דאם ווערט געזאגט: ביים אריינגיין פון נח׳ן וכו׳ אין דער תיבה
("בעצם היום הזה בא נח וגו׳" 3 )
און ביי יציאת מצרים
(״בעצם היום הזה הוציא ה׳״ 4 )
- וואם כשם ווי דארטן מיינט עם,
אז בני דורו של נח און די מצרים האבן געזאגט "בכך וכך אם אנו מרגישין כו׳ ולא עוד אלא אנו נוטלין וכו׳"
(און זיי וועלן ניט דער־ לאזן אז נח זאל אריין אין דער תיבה,
און ניט לאזן ארויסגיין אידן פון מצרים,
ווי רש״י איז מאריך אין די פרטי הדברים),
"אמר הקב״ה הריני כו׳ בחצי היום וכל מי שיש בו 5
כח למחות יבוא וימחה";
אזוי איז עם אויך ביי פטירת משה אז די אידן האבן דאן געזאגט "אין אנו מניחים אותו
(און רש״י בריינגט די כמה טובות וואם משה האט געטאן פאר אידן)
אמר הקב״ה הריני מכניםו בחצי היום וכו׳".
דאם וואם רש״י דארף בכלל זוכן א פירוש אויף "בעצם היום הזה" איז מובן אין פשטות,
ווייל די ווערטער זיינען לכאורה איבעריק 6
: עם שטייט שוין אין אנהייב פון דעם ענין
(בפ׳ וילך 7 )
״בן מאה ועשרים שנה אנכי היום",
און ער איז דאך אין דעם טאג נפטר געווארן,
פארשטייט מען שוין אז אלץ וואם האט פאםירט נאכדעם איז געווען "ב
(עצם)
היום הזה״; און אויב צוליב ״בעצם״ -מאי נפקא מיני׳ פון דעם?
דעריבער זאגט רש״י אז דאם קומט מרמז זיין,
אז אידן האבן דאם
(פטירת משה)
ניט געוואלט דערלאזן,
און אלם ענטפער אויף דעם האט דער אויבער־ שטער געזאגט: ״הריני מכניםו בחצי היום וכו׳".
מ׳דארף אבער פארשטיין:
א)
בשלמא בני דורו של נח,
האבן געקענט מיינען אז זיי זיינען בכח אפצו־ האלטן נח׳ם אריינגיין אין דער תיבה;
אויך די מצרים האבן זיך געקענט איינ־ ריידן אז זיי וועלן ניט דערלאזן די אידן ארויסגיין פון מצרים,
וויבאלד אז זיי זיינען געווען דער רוב - אבער ווי איז עס שייך אז אידן זאלן מיינען אז זיי זאלן אפהאלטן פטירתו של משה,
א זאך וואס איז אינגאנצן ניט בידי בשר ודם 8 ?
ב)
צוליב וואם דארף רש״י מבאר זיין דא אז ״ נג׳ מקומות נאמר בעצם היום הזה״
(און נאך בריינגען די גאנצע אריכות בשייכות צו די אנדערע ב׳ מקומות)
- ער האט געדארפט אפטייטשן פשוטו של מקרא - בלויז אונזער פסוק
(אז אידן האבן ניט געוואלט דערלאזן די פטירה פון משה,
״אמר הקב״ה וכו׳״),
ובפרט אז ער טוט אזוי בפירושו אויף די ווערטער בפ׳ נח 3 ,
וואו ער איז מפרש ״למדך הכתוב שהיו בני דורו וכו׳ 9
אמר הקב״ה אני מכניסו לעיני כולם וכו׳״,
און בריינגט דערצו ניט קיין דוגמא ממקום אחר
(אז דאס איז דער פירוש פון "בעצם היום הזה")?
נאכמער: כל שכן וק״ו,
מה דאך דעם ערשטן מאל אז ער איז אזוי מבאר די ווערטער דארף ער ניט האבן קיין דוגמא וראי׳,
על אחת כו״כ - דעם דריטן מאל!
נאכמער: אין פ׳ בא איז רש״י גארניט מפרש אויפן פסוק "בעצם היום הזה הוציא ה׳״ 10
- בפשטות,
איז דער טעם
ווייל ער פארלאזט זיך אויף זיין פירוש אין פ׳ נח; איז פארוואס דא בפרשתנו,
דארף ער יע מפרש זיין וואס דער פסוק מיינט מיט "בעצם היום הזה"
(און נאך מיט דוגמאות וראיות און באריכות!)?
מוז מען זאגן,
אז אין אונזער פסוק איז דער פירוש ניט גלאטיק,
נאר היות מ׳געפינט דעם פירוש אויף די זעלבע ווערטער אין אנדערע מקומות,
איז דאס א הוכחה אז אויך אין אונזער פסוק איז דער פירוש אזוי 11 .
[וואס דערפאר איז רש״י מדייק צו זאגן
(נאכן אראפבריינגען די דוגמאות פון נח און מצרים)
״ אף כאן כו׳״ - ניט ווי אין ספרי,
דער מקור פון דעם פרש״י,
וואו עס שטייט
(ווי ביי יציאת מצרים)
״ומה ראה לומר כאן כו׳״ - צו מדגיש זיין אז ערשט נאכדעם ווי מ׳געפינט אז אזוי איז דער פירוש ביי נח און מצרים,
איז " אף כאן" דער פירוש אזוי].
ב.
אויך זיינען פאראן כמה דיוקים אין לשון רש״י - און אייניקע פון זיי:
א)
ביי נח און מצרים איז רש״י ניט מפרש קיינע טעמים פארוואם בני דורו של נח און די מצרים האבן געזאגט "אין אנו מניחים כו׳״ - ווייל ם׳איז פאר־ שטאנדיק פון זיך אליין - און בא משה דארף רש״י יא מפרש זיין די טובות וואם משה האט געטאן פאר אידן וואם צוליב דעם האבן אידן געזאגט "אין אנו מניחים אותו": פארוואם איז אויך דא ניט מובן ופשוט,
אז אידן האבן ניט געוואלט מיתת משה?
ב)
ביי נח און מצרים איז רש״י זיך ניט מםתפק מיט דעם וואם זיי האבן געזאגט "אין אנו מניחים כו׳"
(כבנדו״ד),
נאר ער איז מוסיף : ביי נח - " ולא עוד אלא אנו נוטלין כשילין וקרדומות ומבקעין את התיבה״,
ביי מצרים - " ולא עוד אלא אנו נוטלין םייפות וכלי זיין והורגין בהם״ - ד.
ה.
אז ניט נאר וועלן זיי ניט דערלאזן די כניםה ויציאה כו׳,
נאר זיי וועלן אויך מבטל זיין די מעגליכקייט אויף דער כניםה ויציאה
("מבקעין את התיבה",
"הורגין בהם")?
ג)
וואם איז דער טעם וואם אין דער הוםפה גופא,
"ולא עוד אלא אנו נוטלין כו׳״,
דערמאנט רש״י צוויי פרטים
(םיי ביי נח םיי ביי מצרים)
: ביי נח -
(א)
כשילין
(ב)
וקרדומות; ביי מצרים -
(א)
םייפות
(ב)
וכלי זיין?
ד)
ביי נח און מצרים ברענגט רש״י דעם גאנצן םיום
(פון "אמר הקב״ה וכו׳")
"וכל מי שיש בידו
(בו)
כח למחות יבוא וימחה״,
משא״כ אין אונזער פאל שרייבט ער נאר ״אמר הקב״ה הריני מכניםו בחצי היום
(און איז ממשיך)
וכו׳״ - ולכאורה: וויבאלד אז ביי מצרים שרייבט רש״י דעם אויםפיר בפירוש
(ניט פארלאזענדיק
זיך אויף דעם וואם ער האט געזאגט פריער ביי נח׳ן),
פארוואם דא איז ער דאם נאר מרמז מיט "וכו׳"?
וממ״נ: אדער אין ביידע שרייבן "וכו׳",
אדער אין ביי־ דע אויםפירן בפירוש.
ה)
ווען רש״י רעכנט אוים די טובות וואם משה רבינו האט געטאן פאר אידן - פארוואם קלייבט אוים רש״י דוקא די טובות 12
: "הוציאנו ממצרים וקרע לנו את הים והוריד לנו את המן והגיז לנו את השלו והעלה לנו את הבאר ונתן לנו את התורה" 13 ?
אין משך פון די ארבעים שנה וואם אידן זיינען געווען אין מדבר האט משה רבינו געטאן נאך א םך טובות פאר אידן
(ולדוגמא: המתקת מים המרים אין מרה,
כיבוש ארץ םיחון ועוג 14 ,
וכו׳ וכו׳ ).
ו)
נאכמער: אין םפרי דא שטייט אויך ״ועשה לנו ניםים וגבורות״ - פארוואם איז דאם רש״י משמיט 15 ?
[ולבאר: הגם אז דער לשון פון פרש״י - וואם אין אים זיינען די דיוקים הנ״ל -איז גענומען פון םפרי - וויבאלד אבער רש״י איז מפרש לפי פשש״מ,
ובפרט אז רש״י איז דא ניט מציין אז דער פירוש איז פון םפרי,
מוז מען זאגן אז די אלע דיוקים זיינען מםביר פשוטו של מקרא].
ז)
רש״י בפירושו איז מפרש בלויז די ווערטער ״בעצם היום הזה״ - פארוואם איז ער מעתיק אין זיין דיבור המתחיל אויך די ווערטער "וידבר ה׳ אל משה"?
ג.
דער ביאור אין דעם:
דער אונטערשייד,
בפשטות,
צווישן אונזער פאל און די געבראכטע דוגמאות פון נח און מצרים: דארטן זיינען זיי
(די בני דורו של נח און די מצרים)
געווען רשעים,
און זיי זיינען געווען גרייט צו טאן היפך פון דעם אויבערשטנם רצון,
דעריבער איז פארשטאנדיק פארוואם זיי האבן ניט געוואלט דערלאזן כניםת נח אין דער תיבה און יציאת בנ״י פון מצרים
(היפך רצון ה׳).
אבער אין אונזער פאל איז ניט מובן: ווי קען מען זאגן אז אידן זאלן וועלן מורד זיין,
ח״ו,
אין דעם אויבערשטן און טאן היפך רצונו?
- דא רעדט זיך ניט וועגן דעם דור המדבר
(ביי וועלכע מען געפינט כמה פעמים אז זיי האבן געטאן היפך פון דעם רצון פון אויבערשטן),
נאר וועגן דעם דור שנכנםו לארץ,
אויף וועלכן מען זאגט ואתם הדבקים בה׳ אלקיכם * 15
- איז שווער צו מפרש זיין אז זיי האבן זיך אנטקעגן געשטעלט דעם רצון פון אויבערשטן אז משה רבינו זאל נפטר ווערן.
און דעריבער,
ווען ניט די הוכחה אז "בג׳ מקומות נאמר בעצם היום הזה וכו׳",
וואלט מען דא מהאי טעמא ניט געלערנט דעם פירוש
(אז דאם איז אן ענטפער אויף "אין אנו מניחים כו׳")
; וויבאלד אבער "בג׳ מקומות נאמר וכו׳" און די אנדערע צוויי מקומות איז אט דער פי
רוש מוכח
(און אן שום שוועריקייט)
פון די ווערטער - איז עם א ראי׳ אז " אף כאן " איז דער פירוש אזוי.
ד.
ווי אזוי האבן די אידן געמיינט ניט צו דערלאזן פטירת משה?
- אויך דאם באווארנט רש״י דורך זיין לשון
(נאכן אראפבריינגען די אריכות וועגן נח און מצרים)
" אף כאן כו׳",
וואם דערמיט איז ער מדגיש אז דער ענין פון "אין מניחים כו׳" איז גלייך אין די אלע דריי מקומות:
כשם ווי ביי בני דורו של נח און די מצרים האבן זיי געוואלט ניט דערלאזן דעם איבערגיין פון איין ארט צום צווייטן
(די כניםה פון נח׳ן און די יציאה פון אידן),
אזוי אויך בנדו״ד: אידן האבן געוואלט ניט דערלאזן אן איבערגיין -אז משה רבינו זאל עולה זיין להר ; און וויבאלד דער אויבערשטער האט גע-זאגט ״ומת בהר גו׳״,
וועט דער אפ-האלטן פון משה׳ם עלי׳ להר בדרך ממילא גורם זיין אויך אן אפהאלט פון פטירת משה 16 .
ה.
דערמיט איז אויך מובן פארוואם אין אונזער פאל איז מםפיק דער זאגן ״אין אנו מניחים אותו״,
און אין די אנ-דערע צוויי פאלן מוז רש״י מוסיף זיין "ולא עוד וכו׳":
בני דורו של נח און די מצרים זייענ-דיג רשעים,
איז ביי זיי ניט געווען זיכער אז דעם אויבערשטנ׳ם אנזאג וועגן דער כניםה אין תיבה "לימים עוד שבעה" 17
און די יציאה פון מצרים ״כחצות הלילה גו׳ ואחרי כן אצא״ 18
-
מוז דאם זיין בדיוק ווי געזאגט פון אויבערשטן,
במילא איז ניט גענוג דער "אין אנו מניחים אותו" דעם באשטימטן טאג; זיי וועלן מוזן היטן טעג און וואכן תמיד,
יומם ולילה,
אז נח זאל ניט אריינגיין אין תיבה און די אידן זאלן ניט ארויםגיין פון מצרים - האבן זיי דעריבער געמוזט טאן א פעולה וואם זאל מבטל זיין די גאנצע אפשריות לכ־ ניםה ויציאה - "מבקעין את התיבה",
"הורגין בהם".
משא״כ אין אונזער פאל,
וואו עם רעדט זיך וועגן אידן צדיקים,
האבן זיי געוואוםט בפשטות אז די גזירה פון אוי־ בערשטן וואם האט געבראכט אז משה האט זיי געזאגט אז היום מלאו ימי -ביום זה אמות 19
איז בדיוק; האבן זיי געטראכט אז אויב משה וועט ניט זיין אויפן הר אין דעם טאג אויף וועלכע ם׳איז נגזר געווארן מיתת משה,
וועט די גזירה בטל ווערן
[ ע״ד ווי רש״י האט פריעה 20
געבראכט,
אז נאכן כיבוש ארץ םיחון ועוג האט משה רבינו געטראכט אז "הותר הנדר"].
און דעריבער איז "אין אנו מניחים אותו"
(ארויפצוגיין אויפן הר)
ביום זה גענוג צו אראפנעמען די גזירה פון פטירת משה.
ו.
פארוואם בריינגט רש״י צוויי פרטים
(אין דעם ענין פון "ולא עוד אלא אנו נוטלין כו׳")
:
ביי נח - וויבאלד בני דורו האבן געזען אז דער אויבערשטער וויל ראטע־ ווען נח׳ן פון מבול דורך זיין כניםה אין דער תיבה,
האבן זיי גערעכנט,
אז ווען זיי וועלן צוברעכן די תיבה,
דעם מקום
מקלט פון נח׳ן,
וועט שוין דער אויבער־ שטער "ניט קענען" בריינגען דעם מבול.
און דעריבער פארשטייענדיק אז נח וועט זיכער זיך משתדל זיין ניט צו דערלאזן אז זיי זאלן צוברעכן די תיבה,
האבן זיי געמוזט זוכן א מיטל צו קענען צוברעכן די תיבה און צוזאמען דערמיט פארהיטן אז נח זאל דורך דעם ניט דערהרגט ווערן - ווארום אויב זיי וועלן אים הרג׳נען,
וועט דאך שוין ווידער ניט זיין קיין מניעה אז דער אויבערשטער זאל בריינגען דעם מבול 21 .
דערפאר זאגט רש״י אז זיי האבן גענומען
(ניט נאר "קרדומות" וואם דערמיט איז מען "מבקעין התיבה",
נאר)
אויך "כשילין":
רש״י האט שוין געבראכט אין פרשת שופטים 22
אז די "שרי צבאות" האבן געהאט "כשילין של ברזל בידיהם וכל מי שרוצה לחזור הרשות בידו לקפח את שוקיו ״ - כשילין אבער הרג׳נען ניט,
[דאם איז אנגעדייטעט אין דעם ווארט ״כשילין״ - פון לשון כשלון: א שטרויכ־ לונג,
אן אפהאלט,
אבער ניט הרג׳נען 23 ].
און אזוי אויך בנדו״ד,
האבן זיי זיך געגרייט מיט "כשילין" אויף ניט דער־ לאזן אז נח זאל זיי שטערן אין זייער צוברעכן די תיבה.
און עד״ז ביי מצרים: די מצרים האבן געוואוסט,
אז ווי נאר זיי וועלן נעמען הרג׳נען די אידן ר״ל,
וועט באלד אויס־ ברעכן א מלחמה מצד די אידן,
דעריבער האבן זיי זיך באוואפנט ניט נאר מיט "סייפות"
(כלי־הריגה),
נאר אויך "כלי זיין" 24
אין אלגעמיין,
כולל אויך כלי הגנה 25 .
ז.
עם בלייבט נאך אבער אלץ שווער: ווי אזוי האבן אידן פארט געוואלט טאן א פעולה אויף אפצוהאלטן די פטירה פון משה - סוף סוף איז עם דאך היפך רצון ה׳?
איז רש״י ממשיך,
אז אידן האבן גע־ זאגט "אדם שהוציאנו ממצרים וכו׳": אין פ׳ תבוא 26
האט מען געלערנט אז בשעת דער אויבערשטער בענטשט א אידן מיט א שדה מיט פירות,
טאר ער ניט זיין א כפוי טובה און איז מחוייב צו בריינגען ביכורים און דאנקען דעם אויבערשטן.
האבן אידן גע׳טענה׳ט: וויבאלד משה רבינו האט זיי געטאן אזויפיל טובות,
ליגט אויף זיי א חיוב ניט צו זיין קיין כפוי טובה,
ובמילא טאן אלץ וואס איז אין זייער יכולת ניט צו דערלאזן זיין פטירה
(אפילו ווען דאס איז דוחה דעם ציווי ה׳ 27
פון "עלה אל הר העברים גו׳").
און דערפאר איז רש״י זיך ניט מסתפק מיט בריינגען בלויז איינע פון די טובות און שרייבן "וכו׳",
נאר ער איז זיי מפרט,
ווייל וואס גרעסער ס׳איז די צאל טובות וואס אידן האבן באקומען פון משה׳ן,
אלץ גרעסער און שטארקער איז זייער חיוב ניט צו זיין קיין כפויי טובה,
און אלץ מער בארעכטיקט עס זייער השתדלות צו מונע זיין דעם קיום פון ציווי ה׳ - "עלה אל הר גו׳".
ח.
עפ״ז איז מובן פארוואס רש״י קלייבט אויס דוקא די אויבנדערמאנטע טובות וואס משה רבינו האט זיי געטאן און ניט די אנדערע:
בנוגע די טובות וואס משה רבינו האט געטאן די אידן במשך די אלע יארן בעבר ,
האבן זיי דאך זיכער - ניט זייענ־ דיק כפויי טובה - שוין אויסגעדריקט זייער דאנקבארקייט.
דעריבער רעכנט רש״י נאר די טובות וואס אידן האבן פון זיי נהנה געווען
(אויך)
"ביום הזה" אין דעם טאג פון עליית משה להר ,
וואס דערפאר ליגט אויף זיי איצט א חיוב ניט צו זיין קיין כפויי טובה.
און מען קען ניט פרעגן פארוואס רש״י בריינגט אויך "הוציאנו ממצרים וקרע לנו את הים ..
ונתן לנו את התורה״ 28
- הגם דאס זיינען זאכן וואס
זיינען געטאן געווארן בעבר
(נאכמער - בשייכות צום דור המדבר)
- ווייל די טובות האבן א המשך׳דיקע שייכות
(ע״ד ווי "פעולה נמשכת")
צו אלע אידן פון אלע דורות און זמנים: וועגן יציאת מצרים
(און קרי״ם וואס איז דער גמר און אפשלוס פון יצי״מ 29 )
האט מען שוין געלערנט פריער 30 ,
אז "כי ישאלך בנך מחר גו׳״ - וואס מחר מיינט
(כפרש״י)
"מחר שהוא אחר זמן "
(אן קיין הגבלה)
- "ואמרת לבנך גו׳ ואותנו הוציא משם גו׳"; און עד״ז איז אויך נתינת התורה ניט געווען באגרעניצט פאר יענעם דור אליין,
נאר פאר אלע אידן במשך כל הדורות 31 .
[און דעריבער איז רש״י משמיט דאס וואס שטייט אין ספרי "ועשה לנו ניסים וגבורות״ - ווייל,
כנ״ל,
רעכנט רש״י די טובות וואס אידן האבן פון זיי גענאסן
(אויך)
אינעם טאג פון עליית משה להר,
משא״כ די סתם "ניסים וגבורות" וואס זייער טובה איז געווען בעבר].
ט.
לכאורה איז אבער פארט ניט גלאט: סוף־סוף איז געווען א ציווי מפורש פון אויבערשטן "עלה אל הר גו׳" - היינט ווי האבן אידן געקענט טראכטן אז מצד דעם חיוב ניט צו זיין קיין כפויי טובה מעגן זיי אפהאלטן פטירת משהי
צו פארענטפערן די שאלה,
איז רש״י מעתיק פון פסוק אויך די ווערטער
״וידבר ה׳ אל משה ״ - אז דער ציווי "עלה אל הר העברים גו׳" איז געווען בלויז צו משה און ניט צו זיי.
און וויבאלד אז צו זיי גופא איז ניטא קיין ציווי 32 ,
און משה וואלט ניט עולה געווען אלס אנוס,
וואס אויף דערוף זאגט מען לא תעשה דבר 33 ,
ס׳איז נאר א ענין פון גורם זיין אז משה רבינו זאל ניט מקיים זיין זיין ציווי ה׳ - האבן זיי געהאלטן,
אז זייער חיוב ניט צו זיין קיין כפויי טובה איז דוחה דעם ענין פון דעם גרם 34 .
וע״פ כהנ״ל איז מובן וואס רש״י איז ניט מסיים במפורש "
(אמר הקב״ה וכו׳)
וכל מי שיש בו כח למחות יבוא וימחה" נאר בדרך רמז
(וכו׳)
: דא זיינען אידן ניט געווען אויסן צו מוחה זיין ח״ו אנקעגן דעם אויבערשטן,
נאר,
אדרבה,
מקיים זיין
(לדעתם)
א תורה׳דיקן חיוב ניט צו זיין א כפוי טובה; און דערפאר ווען רש״י וואלט געשריבן בפירוש "כל מי שיש בו כח למחות וכו׳" וואלט מען עס געקענט אויסטייטשן
(אויפן זעלבן אופן ווי ביי בני דורו של נח און מצרים)
ווי א מרידה
("מוחה")
פון אידן אין אוי־ בערשטן 35 .
און דעריבער איז רש״י בלויז מרמז אויפן ענין מיט "וכו׳".
יו״ד.
ולתוספת ביאור: סוח־סוח איז דאך געווען א ציווי פון אויבערשטן
(עכ״פ)
צו משה׳ן ער זאל עולה זיין להר,
היינט ווי האבן די אידן געוואלט אים ניט דערלאזן מקיים זיין א ציווי ה׳?
איז דער ביאור אין דעם: אידן האבן געטייטשט אז דאס גופא וואס וידבר הוי׳ אל משה
(דוקא)
און אויך געשטעלט א תנאי
(נאכדעם ווי "עלה אל הר")
איז ניט נאר אז עס קען זיין נאר "על כרחן״ 36
ווי בא מלחמת מדין,
נאר "כאן פתח לו פתח והודיעו שהדבר תלוי בו" 37
(מונע זיין דעם ״עלה״)
- ובפרט אז משה וועט זיין אן אנוס - ווי בא גזירת מעשה העגל.
יא.
ובפנימיות הענינים י״ל: כאטש ס׳איז שוין געווען נאכן גזר דין פון פטירת משה,
וויבאלד אבער דאס איז אן ענין של צבור,
קען דאך תשובת הצבור מבטל זיין דעם גזר דין "אע״ג שנחתם" 38 .
דאס איז אויך א טעם פארוואס רש״י פירט ניט אויס "כל מי שיש בו כח למחות וכו׳״ - ווייל באמת זיינען אידן יע בכח למחות כביכול און מבטל זיין דעם גזר דין שלמעלה
[וע״ד ווי מען געפינט עס דריי מאל דורך תפלת משה אליין 39
און אזוי ווי תפלתו של משה האט גע־ האלפן 40
מבטל זיין מחצה פון "ובאהרן התאנח ה׳" האט געקענט העלפן תפלת ועשיית הציבור מבטל זיין דעם "גם בי התאנח הוי׳״ און ״והוי׳ התאנף בי״ -און ווי מען געפינט עס לגבי תורה,
אז דער אויבערשטער זאגט "נצחוני בני נצחוני" 41 ].
פארוואס האבן דאס אידן טאקע ניט מבטל געווען?
אויח דעם איז דער פסוק מרמז " בעצם היום הזה",
אז "היום הזה"
(די פטירת משה אין דעם טאג)
רירט אן ״ בעצם ״ - אין דעם עצם קיום פון אידן; ווייל ווען משה רבינו וואלט אריינגע־ פירט די אידן אין ארץ ישראל,
און מעשה משה זיינען דאך נצחיים 42 ,
וואלט שפעטער ניט געקענט זיין דער ענין פון "גלינו מארצנו" 43 ,
ובמילא וואלט דער עונש ניט געווען אינעם אופן פון "שפך הקב״ה חמתו על העצים ועל האבנים" 44 ,
נאר אויח די אידן גופא ח״ו.
דעריבער האט געמוזט זיין דער ענין פון "עלה אל הר העברים גו׳".
יב.
די הוראה פון דעם בעבודה בכאו״א:
ביי יעדן אידן איז דא בנפשו פון דער בחי׳ פון משה רבינו,
ווי דער אלטער רבי איז מבאר בארוכה אין תניא 45 .
קען דאך א איד טענה׳ן: וויבאלד אז דער אויבערשטער וויל אז איך זאל לערנען תורה און מקיים זיין מצות,
טא פארוואס האט ער געמאכט אז די בחי׳ משה
שבנפשו זאל זיין בהעלם,
ביז מ׳קען מיי־ נען אז עם איז בתכלית ההעלם ח״ו,
און בגילוי פילט מען בלויז דעם נפש הבהמית?
איז אויף דעם דער ענטפער,
אז דאם איז די טובה פון א אידן,
ווייל דוקא דורכדעם ווערט " בעצם היום הזה": דוקא ווען ם׳איז דא עבודה - א איד הארעוועט אויף בייצוקומען דעם העלם והםתר וואם איז דא אין אים און ארום אים אין וועלט בכלל - קומט צום אויםדרוק דער "עצם" פון א אידן 46
; און דעמאלט
זעט מען ווי דער גאנצער העלם והםתר איז בלויז געווען א הכנה צו דער עלי׳ שלאח״ז: די גאולה ע״י בחי׳ משה שבנפשו,
און פון גאולה פרטית צו דער גאולה כללית,
וואם משה הוא גואל ראשון הוא גואל אחרון 47 .
(משיחת ש״פ האזינו תשכ״ז)