א.
אויפן פסוק "האזינו השמים" איז רש״י מפרש "שאני מתרה בהם בישראל ותהיו אתם עדים בדבר שכך אמרתי להם שאתם תהיו עדים וכן ותשמע הארץ ולמה העיד בהם שמים וארץ אמר משה אני בשר ודם למחר אני מת אם יאמרו ישראל לא קבלנו עלינו הברית מי בא ומכחישם לפיכך העיד בהם שמים וארץ עדים שהם קיימים לעולם".
און דערנאך זאגט רש״י א צווייטן פירוש 1
"ועוד שאם יזכו יבואו העדים ויתנו שכרם הגפן תתן פרי׳ והארץ תתן יבולה 2
והשמים יתנו טלם 3
ואם יתחייבו תהי׳ בהם יד העדים תחלה 4
ועצר 5
את השמים 6
ולא יהי׳ מטר 7
כו׳".
דער הכרח אויך רש״י׳ס פירוש איז,
בפשטות,
פון די ווערטער "האזינו השמים",
אז די שמים זאלן הערן,
וואס לכאורה איז דער תוכן פון דער פרשה ניט מכוון צו שמים וארץ,
נאר צו די אידן - ווי זיי דארפן זיך פירן,
און וואס ס׳וועלן זיין די תוצאות אויב זיי וועלן זיך אזוי ניט פירן 8
- דעריבער איז
רש״י מפרש אז משה רבינו האט געזאגט צו שמים וארץ אז זיי זאלן הערן און זיין "עדים" אויך דעם וואם ער איז מתרה די אידן; און ווייטער איז ער ממשיך ומבאר "ולמה העיד בהם שמים וארץ וכו׳".
מען דארך אבער פארשטיין: פריער אין ם״פ נצבים 9
שטייט אין פםוק ״העדו־ תי בכם היום את השמים ואת הארץ" און אויך דארט איז רש״י מפרש צוויי פירושים "שהם קיימים לעולם וכאשר תקרה אתכם הרעה יהיו עדים שאני התרתי בכם בכל זאת.
ד״א העדותי בכם היום את השמים וגו׳ א״ל הקב״ה לישראל הםתכלו בשמים שבראתי לשמש אתכם שמא שנו את מדתם שמא לא עלה כו׳ ומה אלו שנעשו לא לשכר כו׳ אתם שאם זכיתם כו׳ עאכו״כ",
איז ניט מובן: א)
פארוואם פרעגט דא רש״י "למה העיד בהם שמים וארץ" בשעת מען האט שוין פריער גע־ לערנט וועגן דער עדות פון שמים וארץ און וועגן דעם טעם פארוואם זיי ווערן געשטעלט אלם עדים?
ב)
אפילו אז רש״י וויל
(מאיזה טעם שיהי׳)
אויך אין דער פרשה מפרש זיין דעם טעם פארוואם שמים וארץ זיינען געשטעלט געווארן אלם עדות,
האט ער עם געדארפט שרייבן בקיצור,
פארוואם שרייבט רש״י די אריכות אינעם ענין אין דער פרשה וואו דאם שטייט דעם צווייטן מאל,
און ניט ביים
(ערשטן מאל אויפן)
פםוק ״העדותי בכם היום את השמים גו׳"
(וואו ער זאגט נאר בקיצור "שהם קיימים לעולם וכאשר תקרא אתכם כו׳")?
ג)
עד״ז דארך מען פארשטיין בנוגע דעם צווייטן פירוש בפרשתנו: בשלמא דאם וואם רש״י זאגט אין צווייטן פירוש פון פ׳ נצבים ״א״ל הקב״ה לישראל הםת־
כלו בשמים כו׳ שמא שנו את מדתם כו׳",
און זאגט עם ניט בפרשתנו 10 ,
איז מובן 11
- ווארום
(ווי רש״י האט שוין מפרש געווען 12 )
וויבאלד אז ״העדותי בכם היום גו׳" האט משה רבינו געזאגט לישראל אז ער מאכט שמים וארץ פאר עדים,
אבער ניט צו שמים וארץ אז זיי זאלן זיין עדים,
ובמילא איז מובן אז דער ענין פון "א״ל הקב״ה לישראל הםתכלו בשמים שבראתי כו׳" איז מתאים נאר דארטן
(בפ׳ נצבים)
אז אידן זאלן אפלערנען די תוכחה פון שמים וארץ,
משא״כ בפרשתנו;
אבער דעם צווייטן פירוש וואם רש״י זאגט בפרשתנו "שאם יזכו יבואו העדים ויתנו שכרם כו׳״ פאםט דאך לכאורה אויך אין פ׳ נצבים וואם משה זאגט די אידן אז שמים וארץ זיינען עדים - אז בשעת אידן וועלן זוכה זיין,
וועלן די עדים געבן שכרם,
און אויב ח״ו ניט כו׳.
היינט פארוואם איז רש״י דאם ניט מפרש ביים ערשטן מאל,
נאר דווקא דא וואו משה זאגט אן די עדות צו שמים וארץ עצמן?
ב.
אויך דארך מען פארשטיין דיוקים אין דעם פרש״י:
א)
צוליב וואם איז רש״י מאריך ומפרש "שכך אמרתי להם שאתם תהיו עדים״ - וואם איז דא נוגע צו מודיע זיין צו שמים וארץ אז ער האט אנגעזאגט די אידן אז זיי וועלן זיין עדים?
און מ׳קען ניט זאגן 13
אז דערמיט ווערט באווארנט די אפשריות אז אידן זאלן ניט וועלן אז שמים וארץ זאלן זיין
עדים,
ווארום לכאורה איז קיין נפק״מ ניט פאר די עדות צי דער מותרה איז מסכים אויף זייער עדות אדער ניט - זיי ווערן עדות בכל אופן?
עס איז אויך ניט מספיק דער טעם,
אז התראה העלפט נאר בשעת דער מותרה ווייס אז מ׳איז אויף אים מעיד עדים 14 ,
ווארום דאס איז דאך בנוגע די אידן - און די אידן האבן דאס שוין געוואוסט
(ער האט זיי שוין געזאגט אין פ׳ נצבים)
- און ניט צו שמים וארץ 15 ,
צו די עדים 16 .
ב)
לשון רש״י "אם יאמרו ישראל לא קבלנו עלינו הברית מי בא ומכחישם" - פארוואס זאגט ער ניט דעם זעלבן לשון ווי אין ספרי 17
"לא קבלנו עלינו את התורה" 18
וביו״ב,
אז אן עדים קען מען מכחיש זיין קבלת התורה והמצות בכלל?
ג.
וועט מען דאס פארשטיין בהקדים אן אנדער שאלה בכללות הענין:
ווי ס׳איז משמע פון רש״י איז דאס וואס משה רבינו האט געזאגט אידן "העדותי בכם היום את השמים ואת הארץ" אין ס״פ נצבים,
און די עדות
שבפרשתנו - "האזינו השמים גו׳" איז די זעלבע זאך,
דער חילוק איז נאר
(ווי רש״י זאגט 12 )
"התם
(אין פ׳ נצבים)
לישראל אמר אבל לשמים וארץ לא אמר ועכשיו בא לומר האזינו השמים וגו׳",
און ווי רש״י זאגט אויך אין דעם פסוק "שכך אמרתי להם שאתם תהיו עדים",
אבער לכאורה איז דאס ניט אזוי,
ווארום די רייד אין פ׳ נצבים אויף וועלכע משה רבינו האט געזאגט אידן "העדותי בכם היום את השמים ואת הארץ",
איז ניט דאס וואס שמים וארץ האבן געהערט
(די שירת האזינו)
און געווארן אויף דעם עדות,
היינט ווי זאגט רש״י אז דאס איז די זעלבע זאך "שכך אמרתי להם שאתם תהיו עדים" און דער חילוק איז נאר אז אין האזינו האט ער דאס מודיע געווען אויך צו שמים וארץ?
ד.
דער ביאור בכל זה: דער מובן פון ווארט ״עדות״ כפשוטו איז - בכו״כ פסוקים: - א צייכן,
א סימן לזכרון אויף א געוויסער זאך 19
- און דאס קען זיין בכמה אופנים:
א)
מען שטעלט אוועק אן עדות,
א סימן אויף א געוויסע זאך,
אבער די זאך וואס מ׳מאכט פאר א סימן האט קיין שייכות ניט צום תוכן וענין פון דעם מסומן; און ווי מ׳האט שוין געלערנט פריער ביי אברהם ואבימלך 20
: אויף אבי-מלך׳ס שאלה "מה הנה שבע כבשות",
האט אים אברהם געזאגט "כי את שבע כבשות תקח מידי בעבור תהי׳ לי לעדה כי חפרתי את הבאר הזאת".
וואס די שבע כבשות מצ״ע האבן קיין שייכות ניט און זיינען ניט קיין באווייז
אז אברהם האט געגראבן דעם באר,
נאר ער און אבימלך האבן ביידע מסכים גע־ ווען אז די שבע כבשות זיינען עדות,
אן אות וסימן צו געדיינקען אז "חפרתי את הבאר הזאת".
אזא סארט עדות וסימן דארף ניט זיין "קיים" אויך שפעטער; נאר דער מכוון פון דעם עדות וסימן בלייבט נאכדעם ווי דער סימן ווערט בטל 21 ,
און ווי ס׳איז מובן בפשטות,
אז די שבע כבשות האבן ניט געלעבט דעם גאנצן משך זמן וואס מ׳האט געדארפט האבן אן "עדה",
אפי׳ ניט די גאנצע צייט פון חיי אברהם וא־ בימלך,
כאטש זייער עדות וסימן האט גענוצט א לאנגע צייט שפעטער 22 .
ב)
אז דער עדות וסימן אויף א זאך האט א שייכות צום תוכן פון דער זאך; וע״ד דוגמא דער גל וואס יעקב אבינו האט געמאכט אלס "עד" צווישן זיך און לבן׳ען - ״ עד 23
הגל הזה ועדה המצבה אם אני לא אעבור אליך את הגל הזה ואם אתה לא תעבור אלי את הגל הזה ואת המצבה הזאת לרעה".
ד.
ה.
- אויך דער סוג עדות איז נאר ווי א סימן וזכרון אויפן ענין וואס זיי האבן אפגערעדט,
אבער דער עדות וסימן האט אויך א שייכות צום תוכן הענין 24 ,
א "גל" פון שטיינער באווייזט
אויף א מחיצה און אפשייד צווישן ביידע זייטן 25 .
פון דעם איז מובן בעניננו: בשעת מען לערנט דעם פסוק "העדותי בכם היום את השמים ואת הארץ״ - וועגן עדות וואס זיינען ניט קיין בשר ודם,
איז קיין קושיא ניט וואס איז דער תוכן פון די עדות,
אדער פארוואס נעמט מען דוקא די עדות,
ווארום אזוי האט מען אפגערעדט און באשטימט די זאך אלס "עדות" וסימן אויף א געוויסן ענין,
אפילו אז עס האט קיין שייכות ניט צום תוכן הענין.
רש״י איז נאר מבאר אויף וואס עס קומט די עדות און סימן פון שמים וארץ - "וכאשר תקרה אתכם הרעה יהיו עדים שאני התריתי בכם" 26 .
און דאס וואס דא פאדערט זיך אזעלכע עדות וואס זיינען "קיימים לעולם",
ניט ווי ביי אן עדות וסימן
(וכיו״ב)
פון די שבע כבשות וכו׳ -ווארום ביי די שבע כבשות,
וויבאלד אז דאס איז געווען נאר בנוגע צו א באשטימטן ארט און נאר צווישן אברהם׳ן און אבימלך וזרעם אחריהם,
ווייס מען און מען געדיינקט דעם סימן אויך לאחרי זה.
משא״ב בנדו״ד איז דאך דער סימן ועדות נוגע צו אלע אידן בכל הזמנים ובכל המקומות,
איז דעריבער ניט גענוג וואס די עדות וועלן זיין קיים נאר בשעת עשיית הסימן 27 .
דער פירוש איז אבער ניט אינגאנצן גלאטיק: ווען פאסט זאגן אז א געוויסע זאך איז אן עדות א סימן וזכרון אויף אן אנדער זאך
(וואס האט קיין שייכות ניט צו אים)
דאן ווען דאס ווערט אוועקגע־ שטעלט
(ע״י האדם)
לכוונה זו עס זאל זיין א סימן,
דעמאלט דערמאנט דאס כו׳,
ביי שמים וארץ אבער וואס פון ששת ימי בראשית זיינען זיי אין דעמזעלבן מעמד ומצב,
"קיימים לעולם" איז דאס לכאורה ניט שייך אויף אזוי פיל 28 ,
היות זיי זיינען ניט מיוחד לכך,
ובכלל - קיין שינוי ניט געווען בהם 29 .
דעריבער זאגט רש״י א צווייטן פירוש "ד״א כו׳ א״ל הקב״ה לישראל הסתכלו בשמים שבראתי לשמש אתכם שמא שנו את מדתם כו׳ ומה אלו שנעשו כו׳" 30 ,
אז דער עדות פון שמים וארץ איז באופן אז מצד ענינם זיינען זיי אן אות וסימן וואס דערמאנט און איז מעורר אויף קיום התורה והמצות 31 .
[און צו דער עדות "הסתכלו בשמים כו׳" איז קיין סתירה ניט דאס וואס זיי זיינען דא פון שטענדיק,
וויבאלד אז
(ע״י הסתכלות איז)
דער תוכן זייערער,
אז "לא שנו את מדתם כו׳" אן עדות וזכרון].
לאידך - לויט דעם צווייטן פירוש איז ניט גלאט דער ווארט "היום",
ווארום וויבאלד אז זיי אליין זיינען אן עדות און דערמאנען אויף קיום התורה ומצות דורך "הסתכלו בשמים כו׳",
איז דאך זייער עדות תמיד בשווה,
און ניט דווקא "היום".
משא״כ לויטן ערשטן פירוש,
כאטש אז דער סימן איז נוגע אויף שפעטער,
אבער די קביעות העדות,
דאס באשטימען זיי פאר א סימן,
ווערט אויפגעטאן "היום",
ווען משה רבינו איז מתרה אידן און מאכט זיי פאר עדות.
ה.
דער צד השוה אין די צוויי אויבע־ נדערמאנטע סוגי עדות איז וואס מען דארף אויף דעם ניט האבן דווקא א מענטש,
א מדבר,
און ס׳איז ניט נוגע אז די עדות זאלן וויסן פון דעם סימן.
אין פסוק "האזינו השמים ואדברה ותשמע הארץ אמרי פי",
וואס משה רבינו זאגט צו שמים וארץ אז זיי זאלן הערן,
קען מען ניט זאגן אז זייער עדות דא באשטייט פון אן אות וסימן
(ווי ביי "העדותי וגו׳" פריער),
ווארום צוליב דעם איז דאך ניט נוגע אז זיי זאלן הערן און וויסן דערפון.
מוז מען זאגן,
אז דאס איז אן אמת׳ער ענין פון עדות אויף א געוויסן מאורע אדער דבור וכיו״ב.
דעריבער איז רש״י מפרש "ותהיו אתם עדים בדבר",
זיי זיינען טאקע אינעם גדר פון אמת׳ע עדות 32 .
און דעריבער פרעגט דא רש״י "ולמה העיד בהם שמים וארץ״ - וויבאלד דאס איז אן עדות גמורה,
איז פארוואס האט ער גענומען דוקא שמים וארץ אלס עדים און ניט קיין בני אדם ווי בכל התורה?
[רש״י פרעגט ניט "איך העיד בהם שמים וארץ״ - ווי אזוי קען מען מאכן שמים וארץ פאר עדים אז משה האט מתרה געווען אידן,
וויבאלד אז זיי זיי-נען ניט קיין מדברים און קענען ניט הערן און פארשטיין - ווארום רש״י האט שוין פריער מפרש געווען אין בראשית 33
ביי דשאין "אע״פ שלא נאמר למינהו בדשאין בציווייהן שמעו שנצטוו האילנות על כך ונשאו ק״ו בעצמן כו׳" 34 ,
ווייס מען דערפון אז ביי זיי
(און כש״כ ביי שמים וארץ)
איז שייך דער ענין פון שמיעה והבנה 35
; די שאלה פון רש״י איז
נאר,
פארוואס זיינען דווקא שמים וארץ עדים און ניט אנשים,
כרגיל ].
אויף צו פארענטפערן דאס איז רש״י ממשיך "אמר משה אני בשר ודם למחר אני מת כו׳" - וויבאלד עס קען זיין אז אידן וועלן זאגן "לא קבלנו עלינו הברית" דעריבער דארף מען האבן " עדים שהם קיימים לעולם ",
זיי זאלן קענען "מכחיש" זיין אט די טענה.
עס איז אבער ניט פארשטאנדיק: ווי-באלד זיי זיינען אן עדות גמורה,
וואס דער עיקר מכוון פון אזא עדות איז דאך ניט נאר אז זיי זאלן וויסן וועגן דעם דבור אדער מאורע נאר זיי זאלן שפע-טער מעיד זיין און דערמיט אויפטאן א פעולה אין דעם ענין - טא ווי איז עס שייך ביי שמים וארץ 36 ?
דעריבער איז רש״י מוסיף "ועוד
(ניט קיין צווייטן פירוש,
נאר א תוספת -עוד - ביאור אין דעם עדות פון שמים וארץ) 37
שאם יזכו יבואו העדים ויתנו שכרם כו׳ ואם יתחייבו תהי׳ בהם יד העדים תחלה ועצר את השמים כו׳",
ד.
ה.
אז די שמים וארץ זיינען עדים גמורים,
ניט נאר אויף הערן די התראה אויף אידן און וויסן צי זיי האבן מקיים געווען צי ניט,
נאר אויך צו אויפטאן אלס עדים אין דעם ענין אויף וועלכן זיי זיינען מעיד 38 .
ו.
ע״פ הנ״ל װעט ווערן פארשטאנדיק אויך די איבעריקע דיוקים: וויבאלד דא אין פםוק קומט צו א נייער ענין,
אז שמים וארץ ווערן אמת׳ע עדים,
איז דאך איינע פון די כוונות פון געבן א התראה בפני עדים ניט נאר בכדי קענען שפעטער מעניש זיין וכו׳,
נאר אז דער מותרה זאל וויםן און פילן חומר הדבר און עם זאל אים אפהאלטן פון טאן דעם ענין בלתי רצוי,
במילא בשעת משה האט געזאגט צו שמים וארץ "האזינו השמים גו׳ ותשמע הארץ" זיי זאלן הערן די התראה און זיין עדות,
ווערט די שאלה עם פעלט דאך ביי זיי אן ענין עיקרי אין מכוון פון עדות,
מ׳דארף דאך אז אידן זאלן וויםן
(ווארום דאם וואם פריער האט זיי משה געזאגט "העדותי בכם היום את השמים ואת הארץ",
האט דאך קיין שייכות ניט צום ענין העדות,
עם איז געווען נאר א םימן און אן אות,
כנ״ל בארוכה).
דעריבער איז רש״י מוםיף ״שכך אמרתי להם שאתם תהיו עדים״ - ער מיינט דערמיט
(ניט דעם דבור "העדותי בכם היום את השמים גו׳" פון ם״פ נצבים,
נאר)
דעם פםוק ״ואעידה בם את השמים ואת הארץ" פון ם״פ וילך 39 ,
וואם דארטן האט ער געזאגט אידן 40
אז ער מאכט שמים וארץ פאר עדים גמורים,
ובמילא איז מובן די תועלת ופעולה פון דעם וואם שמים וארץ זיינען עדות אויף דער התראה,
וויבאלד אז אידן ווייםן פון דעם.
ז.
עפ״ז ווערט אבער נאך שטארקער די קושיא הנ״ל ם״ג: לויט דעם זיינען שמים וארץ אמת׳ע עדים נאר אויף דעם וואם ווערט געזאגט אין פ׳ האזינו,
אבער אויף דעם וואם משה רבינו האט געזאגט די אידן בפ׳ נצבים זיינען זיי ניט קיין עדים ממש,
נאר בלויז א םימן ואות בעלמא.
איז דער ביאור בזה: אין פרשת נצבים זאגט משה "העדותי בכם היום את השמים ואת הארץ החיים והמות גו׳ ובחרת בחיים למען תחי׳ אתה וזרעך",
היינו אז די עדות דארט איז בנוגע קיום התורה והמצות בכלל און דער שכר ועונש פאר זיי - און אויף דעם דארף מען ניט קיין עדים,
ווייל ם׳איז איבערהויפט ניטא קיין חשש אז אידן וועלן שפעטער מכחיש זיין דעם גאנצן ענין פון נתינת התורה והמצות - דאם איז א מפורםמ׳דיקע זאך וואם אלע אידן ווייםן און עם גייט איבער מדור לדור.
און דעריבער איז אויף דעם מםפיק אן עדות אלם אות וםימן,
אז מ׳זאל שטענ-דיק געדיינקען וועגן תורה ומצות און דעם עונש ע״ז
(און לויט די צוויי אופנים פון די צוויי פירושי רש״י).
משא״כ בפרשתנו וואם דער תוכן פון דער שירה איז ניט
(בלויז)
וועגן דעם עצם חיוב פון קיום תורה ומצות,
נאר ער אנטהאלט דברי הברית,
וואם אין דעם זיינען דא כו״כ פרטים
(ווי ער זאגט אין דער םדרה)
- און דעריבער - א)
קען דא זיין א מציאות אז מ׳זאל
מכחיש זיין "לא קבלנו עלינו הברית "; און ב)
אויף דעם העלפט ניט קיין סימן ואות
(אפילו באופן הב׳ פון פרש״י אין נצבים),
ווארום א סימן איז בלויז מעורר און דערמאנט אז מ׳זאל ניט פארגעסן א זאך בכללות,
אבער ניט ווען עס רעדט זיך וועגן א זאך מיט כמה פרטים
(און ס׳קען זיין אז מ׳זאל די זאך אינגאנצן מכחיש זיין).
דעריבער דארף מען אויפן ברית האבן עדים ממש,
וואס זיי הערן פרטי ההתראה און זיינען אויף דעם עדים
(ביז זיי פירן אויס די עדות בפועל ממש).
ח.
פון די ענינים מופלאים ע״ד ההלכה אין דעם פרש״י:
לכאורה,
וויבאלד רש״י איז מפרש אז סיי שמים און סיי ארץ זיינען עדים פארוואס איז רש״י ניט מעתיק בתחלת פירושו
(פון פסוק)
אויך די ווערטער "ותשמע הארץ".
וועט דאס זיין פארשטאנדיק ע״פ אן אנדער שאלה: וויבאלד אז שמים וארץ זיינען עדים גמורים,
וואס אויף זיי שטייט 41
״ע״פ שני עדים גו׳ יקום דבר" אז די צוויי עדים דארפן זיין צוזאמען,
אין דעם זעלבן אופן - ווערט דאך די שאלה: צו שמים האט משה געזאגט "האזינו" און צו ארץ "ותשמע",
זיינען זיי צוויי באזונדערע עדים,
פעלט דאך ענין העדות.
ע״פ דרך הדרוש וההלכה - שטייט אין ספרי "כשהעדים מעידים אם נמצאו דבריהם מכוונים כאחד עדותם קיימת ואם לאו אין עדותם קיימת,
כך אלו אמר משה האזינו השמים ושותק היו שמים אומרים לא שמענו אלא בהאזנה ותשמע הארץ היתה הארץ אומרת לא שמעתי אלא בש
מיעה בא ישעי׳ 42
וסמך לדבר שמעו שמים והאזיני ארץ ליתן האזנה ושמיעה לשמים והאזנה ושמיעה לארץ",
רש״י בריינגט דאס אבער ניט אראפ און דער טעם דער-פון איז מובן,
ווארום לפי״ז קומט אויס,
אז ביז דעם זמן פון ישעי׳ זיינען זיי ניט געווען קיין עדות
(מכוונת) 43 ,
בעת פון פשטות הכתובים דא איז מוכח אז זיי זיינען גלייך געווארען עדים 44 .
דעריבער איז רש״י מעתיק נאר די ווערטער "האזינו השמים" און זאגט "ותהיו אתם עדים בדבר" לשון רבים,
אז שמים אליין זיינען עדים ל׳ רבים 45
[און ווי מ׳האט שוין געלערנט פריער כמ״פ בפרש"י 46
אז ס׳איז דא מער ווי איין שמים],
און רש״י איז דערנאך מוסיף " וכן ותשמע הארץ",
אז אויך ארץ איז א כת עדות בפ״ע
[און אויך דאס איז אן ענין ידוע,
ווארום ארץ איז כולל צענדליגער ארצות * 46 ] 47 .
ובמילא איז דא אן עדות מכוונת,
שמים און ארץ זיינען שתי כתי עדים 48 .
ט.
נאך אן ענין בהלכה אין פרש״י:
לכאורה דארף מען פארשטיין: ווי אזוי זאגט משה רבינו "האזינו השמים ואדברה ותשמע הארץ אמרי פי" און דערמיט מאכט ער זיי פאר עדים - פון וואנעט איז די ראי׳ אז זיי ווילן ווערן עדים אויף אידן
(און מעניש זיין זיי אם יתחייבו)?
איז רש״י דאם מרמז מיט די ווערטער "שכך אמרתי להם שאתם תהיו עדים" - און דאם וועט זיין מוםבר ובהקדים,
וואם ביי די עדות פון ם״פ נצבים שטייט ניט אז ם׳איז געווען א הקהלה מיוחדת פון אידן 49
; משא״כ אין ם״פ וילך,
וואו עם שטייט "ואעידה בם את השמים ואת הארץ",
אז זיי ווערן עדים ממש,
שטייט "הקהילו אלי את כל זקני שבטיכם ושו־ טריכם ואדברה באזניהם את הדברים האלה ואעידה גו׳״ - לכאורה מאי בינייהו?
נאר דאם איז מהאי טעמא גופא: ווי־ באלד אז משה רבינו האט געוואלט זאגן "האזינו השמים",
"שאני מתרה בהם בישראל ותהיו אתם עדים בדבר",
האט ער דעריבער מקהיל געווען "זקני שבטיכם ושטריכם",
וואם דאם זיינען די אנשי הםנהדרין ובי״ד - און א ב״ד האט בכח צו פועל זיין אויף שמים וארץ,
אז זיי זאלן ווערן עדים 50 .
נאכמער: די עדות זייערע איז דאך געווען ניט נאר אויף הערן די התראה נאר אויך בכדי מעיד זיין אויף זיי טאמער זיי וועלן מכחיש זיין,
ביז אז זיי דארפן אויך אויםפירן דעם דין פון "תהי׳ בהם יד העדים תחלה",
ווי רש״י איז ממשיך - וואם םיי דער עדות זאגן פון די עדים ובפרט דאם אויםפירן דעם פםק דארף דאך זיין ע״י ב״ד,
דעריבער איז רש״י מוסיף "שכך אמרתי להם שאתם תהיו עדים" וואם דוקא עי״ז זיינען זיי געווארן אן עדות גמורה,
ע״י ב״ד.
יוד.
פון יינה של תורה אין פרש״י:
דער טעם בפנימיות הענינים וואם אין פרשת נצבים,
וואו עם רעדט זיך וועגן קיום התורה והמצות בכלל,
איז מםפיק עדות אלם א םימן וזכרון,
משא״כ בפרש־ תנו בנוגע דעם ברית דארף מען האבן א עדות גמורה,
י״ל: בנוגע צו קיום התורה ומצות בפועל איז ניט שייך אז א איד זאל,
ח״ו,
מכחיש זיין,
ער זאל במזיד ניט מקיים זיין תורה ומצות; עם איז נאר וואם נכנם בו רוח שטות און "נדמה לו" אז "עודנו ביהדותו" 51 .
ובמילא איז אויף דעם גענוג
(עדות - אלם)
םימן וזכרון .
און די עדות איז בב׳ אופנים: "כאשר תקרה אתכם הרעה יהיו עדים שאני התריתי בכם בכל זאת",
ד.
ה.
די עדות דערמאנען אז די רעה איז מצד דעם העדר קיום התורה ומצות,
ובמילא דערמאנט עם אים אז דורכדעם ווערט ער נפרד מאלקות.
און דער צווייטער אופן איז,
אז "שמים וארץ עצמן" זיינען מעורר צו קיום התורה והמצוה 52 .
אבער בפרשתנו,
וואו עם רעדט זיך וועגן א ברית ,
וואם א ברית איז ניט בלויז אויף קיום התורה בפועל,
נאר בעיקר אויף א התחזקות יתירה אין קיום התורה ומצות מיט אלע פרטים,
איז אויף דעם ניט מםפיק א םימן ואות,
נאר מען דארף האבן עדות גמורה.
והטעם בזה: בכדי אויםפירן דעם ברית להתחזקות יתירה אין קיום התו״מ,
איז עם דורך דעם וואם מ׳איז מעורר ומגלה דעם כח המם״נ וואם איז דא ביי אידן - און דער גילוי כח המם״נ איז דורך
ענין העדות: דער ענין פון עדות איז
(ווי דער אלטער רבי איז מבאר בארוכה 53 )
אויף א דבר הנעלם,
אבער אויף א דבר הנגלה דארף מען ניט
(און עם איז ניט שייך)
קיין עדות; און אפילו אויף א מלתא דעבידא לאגלוי׳ דארף מען אויך ניט קיין "עדות גמורה".
עדות איז דוקא אויף א דבר הנעלם לגמרי,
און דוקא דורך עדים ווערט די זאך נתגלה.
און דעריבער - אויף מגלה זיין דעם כח המם״נ וואם נעמט זיך פון יחידה שבנפש וואם איז דבר הםתום,
העכער פון גילוי לגמרי,
דארף מען האבן עדות גמורה.
(משיחת ש״פ האזינו תשכ״ו)