א.
ביים כריתת ברית בריש פרשתנו ווערט געזאָגט אין פסוק 1
: „ולא אתכם לבדכם אנכי כורת את הברית הזאת ואת האלה הזאת כי את אשר ישנו פה עמנו עומד היום לפני ה“א ואת אשר איננו פה עמנו היום“.
שטעלט זיך רש“י אויף די ווערטער „ואת אשר איננו פה“ און איז מפרש: „ואף עם דורות העתידים להיות“.
לערנען מפרשים 2 ,
אַז רש“י באַוואָרנט דערמיט,
מען זאָל ניט טייטשן אַז „איננו פה“ מיינט די אידן פון יענעם דור וואָס זיינען דאָרט ניט געווען באותו מעמד - און אַזוי קען מען דאָך ניט לערנען וואָרום עס שטייט דאָך פריער „אתם נצבים היום כולכם ..
כל איש ישראל“ אַז אַלע אידן האָבן זיך געפונען באותו מעמד.
דעריבער זאָגט רש“י אַז „ואת אשר איננו פה“ מיינט די „דורות העתידים להיות“.
דאָס איז אָבער ניט מספיק:
וויבאַלד דער פסוק אַליין זאָגט קלאָר: „אתם נצבים היום כולכם“,
פאַרשטייט מען דאָך אַליין
(אויך אָן פרש“י)
אַז „איננו פה“ גייט אויף די קומענדיקע דורות - היינט וואָס איז רש“י מחדש מיט זיין פירוש „דורות העתידים להיות“?
דעריבער זיינען מפרשים 3
מוסיף:
לולי פרש“י וואָלט געווען שווער לערנען אַז מיט „איננו פה“ ווערט
געמיינט די שפּעטערדיקע דורות,
וואָרום ווי איז שייך „לכרות ברית עם ההעדר“.
דעריבער דאַרף רש“י זאָגן „ואף עם דורות העתידים להיות“,
וואָס דערמיט איז ער מחדש אַז ס‘איז יע שייך צו כורת ברית זיין מיט זיי,
ווייל: א)
זייערע נשמות זיינען דעמאָלט געווען און מיט זיי איז עס געווען דער כריתת ברית 4
; ב)
היות אַז „ברא כרעי‘ דאבוה“ 5 ,
דערפאַר ווערן אויך די בנים נכלל אין דעם כריתת ברית מיט זייערע אבות.
ב.
עס איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק:
א)
ווי גערעט כמה פעמים האָט רש“י געשריבן זיין פירוש באופן כזה אַז אויך אַ „בן חמש למקרא“ זאָל פון זיינע ווערטער קענען פאַרשטיין דעם פשט פון פסוק
(ניט דאַרפנדיק אָנקומען צו דעם וואָס מפרשים זיינע מסביר ומוסיף).
לפי“ז איז קשה בנדו“ד: דער בן חמש האָט וועגן דעם ענין פון „ברא כרעי‘ דאבוה“ ניט געלערנט אין קיינע פון די פריערדיקע סדרות; ער ווייס אויך ניט צי די נשמות פון די דורות העתידים זיינען געווען ביים ברית אָדער ניט - איז אויב רש“י איז אויסן צו אויפטאָן,
אַז אויך מיט די נאָך ניט געבאָרענע דורות קען מען כורת ברית זיין,
האָט ער געדאַרפט אויסטייטשן בפירוש ווי אַזוי דאָס איז מעגליך - צי מצד
מציאות הנשמות 6
אָדער מצד „ברא כרעי‘ דאבוה“ 7 ?
ב)
די קשיא איז נאָך שטאַרקער: דעם ענין
(אַז „איננו פה“ גייט אויף)
„דורות העתידים להיות“,
פאַרשטייט דער תלמיד אַליין
(דערפון וואָס אין פסוק שטייט פריער „אתם נצבים היום כולכם“,
כנ“ל)
; און וואָס רש“י איז מחדש צו באַוואָרענען
(ניט אַז „איננו פה“ גייט אויף די „דורות העתידים להיות“ נאָר)
- ווי אַזוי קען מען כורת ברית זיין מיט „דורות העתידים“ -אויף דעם איז אפילו קיין רמז ניטאָ אין זיינע ווערטער „ואף עם דורות העתידים להיות“,
קומט דאָך אויס,
אַז עיקר חסר מן הספר?
ג)
דעם ענין פון כריתת ברית מיט שפּעטערדיקע דורות איז אַ זאַך וואָס מ‘געפינט
(כעין זה)
אין די פריערדיקע סדרות: דער ברית בין הבתרים איז געווען אין שייכות צו זרעו של אברהם,
וואָס וועלן זיין כמה דורות שפּעטער.
עד“ז איז אויך אין פרשת בחוקותי 8 .
און אויך רוב פון די מצות וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט דורך משה רבינו זיינען מצות שנצטוו לדורות.
האָט מען דאָך לפי“ז אויך דאָרט געדאַרפט פרעגן: ווי איז שייך אַז דער כריתתברית מיט אברהם אבינו 9
אָדער דער ציווי המצות דורך משה רבינו זאָל חל זיין אויף די אידן פון די קומענדיקע דורות,
וכיו“ב?
און פונדעסטוועגן זעט מען אַז אין די אַלע ערטער באַוואָרנט ניט רש“י די שאלה הנ“ל - פאַרוואָס דאַרף ער עס באַוואָרענען אין פרשת נצבים?
ד)
אין גמרא 10
שטייט,
אַז „ואת אשר איננו“ מיינט „
(דורות הבאים ו)
גרים העתידין להתגייר“.
און אויך בפשטות,
לפי פשוטו של מקרא,
זיינען גרים בכלל הברית - פּונקט ווי זיי זיינען אין כלל פון אַלע עניני תורה ומצות; און ווי עס שטייט אין אָנפאַנג פרשה 11
(בנוגע יענעם דור)
: „וגרך אשר בקרב מחניך ..
לעברך בברית גו‘“.
איז לויט הנ“ל ניט פאַרשטאַנדיק: בנוגע גרים איז דאָך ניט שייך דער טעם פון „ברא כרעי‘ דאבוה“,
וואָרום זיי זיינען ניט קיין בנים פון די וואָס זיינען געווען ביים כריתת ברית 12
; ס‘איז אויך ניט שייך
(בדרך
הפשט)
דער טעם אַז זייערע נשמות זיינען געווען בעת כריתת הברית 13
-ווייל באַ אַ בן חמש למקרא לייגט זיך אָפּ,
אַז בשעת דער גר איז זיך מגייר באַקומט ער דעמאָלט אַ נייע נשמה 14 .
בלייבט די שאלה: ווי אַזוי האָט מען כורת ברית געווען מיט „גרים העתידין להתגייר“?
ה)
לאידך,
וויבאַלד אַז בפשטות איז דער שכל מחייב,
אַז דער כריתת ברית איז געווען אויך מיט די גרים העתידין להתגייר - איז פאַרוואָס זאָגט רש“י נאָר „דורות העתידים להיות“ און איז משנה מהגמרא דורך משמיט זיין גרים
(ובפרט אַז בנוגע גרים איז עס אַ גרעסערער חידוש,
וויבאַלד ביי זיי זיינען ניטאָ די צוויי טעמים הנ“ל)?
ו)
דער פירוש אַז „את אשר איננו פה“ מיינט „דורות העתידים להיות“ איז דאָ אין תנחומא 15
- מיט‘ן זעלבן לשון
(„דורות העתידים לבא“),
אָבער אין גמרא בבלי 10
וירושלמי 16
שטייט בשינוי לשון: „דורות הבאים“ 17 .
דאַרף מען פאַרשטיין: הגם אַז רש“י‘ס פירוש איז מוכח פון פשש“מ ניט פון מחז“ל,
וכיו“ב - וויבאַלד אָבער ער זאָגט דעם זעלבן תוכן וואָס שטייט אין דרז“ל,
וואָלט לכאורה מער מתאים געווען אַז ער זאָל זיך באַנוצן מיט‘ן
(קורצן)
לשון „הבאים“ וואָס שטייט אין ש“ס בבלי און ירושלמי,
ניט מיט‘ן לשון „דורות העתידין“ פון תנחומא 18
; ובפרט אַז „הבאים“ איז אויך אַ לשון וואָס איז מער רגיל ווי „העתידים להיות“.
און ע“פ הידוע גודל הדיוק פון לשון פי‘ רש“י
(ביז אַז ס‘איז דאָ אין דעם ענינים מופלאים)
- איז זיכער אַז דאָס וואָס רש“י שרייבט „דורות העתידים“
(און ניט „דורות הבאים“ כלשון הש“ס)
איז עס בכוונה ובא ללמד.
ז)
דער חידוש שבפרש“י איז דאָך בלויז אין דעם אָפּטייטש פון די ווערטער „איננו פה“ - „דורות העתידים להיות“ - טאָ פאַרוואָס איז רש“י מעתיק פון פסוק אויך די פריערדיקע ווערטער „ואת אשר“?
און ניט נאָר איז ער מעתיק די ווערטער „ואת אשר“,
נאָר ער פאַרטייטשט זיי אויך בפירושו: „ואף עם“,
וואָס לכאורה דערמיט - איז ער גאָרניט מחדש אויפן פסוק.
ג.
דער ביאור בכל זה:
רש“י דאַרף ניט באַוואָרענען ווי אַזוי מען קען מאַכן אַ כר“ב מיט די דורות
העתידים להיות,
ווייל דאָס איז מובן מעצמו: דער כר“ב האָט געמאַכט דער אויבערשטער,
וכמפורש בכתוב 19
„אשר ה‘ אלקיך כורת עמך היום“ - און יעדער פאַרשטייט,
אַז דער אויבערשטער קען כורת ברית זיין אויך מיט די דורות וואָס וועלן נאָכקומען.
[און דאָס וואָס עס שטייט דער לשון
(אין דיבור פון משה)
„אנכי כורת את הברית הזאת“,
איז ניט דער פשט,
אַז דער כר“ב איז געווען צווישן אידן מיט משה‘ן; דער כר“ב איז געווען צווישן דעם אויבערשטן מיט אידן
(כולל אויך משה),
און דאָס וואָס משה רבינו זאָגט „אנכי כורת גו‘“ מיינט עס אַז משה האָט געמאַכט די הכנות צום כריתת ברית 20 .
[ויש לומר,
אַז כשם ווי כר“ב בכלל איז פאַרבונדן מיט אַ פעולה - און ווי רש“י זאָגט* 20
„עושין מחיצה מכאן ומחיצה מכאן ועוברים בנתיים“ 21
-אַזוי איז אויך אין דעם כר“ב געווען אַ פעולה 22
- און אָט די פעולה האָט געטאָן משה 23 ].
און דאָס איז אַזוי פשוט,
אַז רש“י דאַרף אפילו ניט באַוואָרענען אַז ס‘איז ניט קיין סתירה,
וואָס פריער שטייט „ה‘
אלקיך כורת עמך גו‘“ און דערנאָך שטייט „אנכי כורת גו‘“ 24 ].
און דאָס איז אויך דער טעם בפשטות וואָס רש“י דאַרף ניט מסביר זיין ווי אַזוי האָט עס דער אויבערשטער געזאָגט משה‘ן די מצוות אויף אַלע דורות און ווי אַזוי דער ברית בין הבתרים
(מיט אברהם אבינו)
איז חל אויף די שפּעטערדיקע דורות,
וואָרום ביים בן חמש למקרא איז אָפּגעלייגט בפשטות,
אַז דער אויבערשטער האָט אויף זיך ניט קיינע הגבלות ח“ו,
און ער קען מצווה זיין אויך לדורות שלאח“ז,
און דערפאַר איז דאָס
(בפשש“מ)
מלכתחילה קיין קשיא ניט,
כנ“ל.
ד.
דאָס וואָס רש“י דאַרף און קומט יע מפרש זיין מיט „ואף עם דורות העתידים להיות“ איז ניט דעם עצם הענין אַז דער כר“ב איז געווען אויך מיט די דורות שלאח“ז,
נאָר דעם אופן ווי דער כר“ב איז געווען מיט „דורות העתידים להיות“:
פון דעם לשון „ולא אתכם לבדכם אנכי כורת את הברית הזאת ואת האלה הזאת כי את אשר ישנו פה ..
ואת אשר איננו פה“,
איז פאַרשטאַנדיק אַז דער כר“ב
(קומט ניט נאָר צו מחייב זיין די דורות הבאים,
נאָר אַז דער כר“ב)
איז געמאַכט געוואָרן דירעקט מיט „אשר איננו פה“,
און אין זעלבן אופן - פּונקט ווי מיט „אשר ישנו פה“.
נאָכמער איז עס מוכרח פון דעם וואָס נאָכדעם ווי דער פסוק זאָגט „לעברך בברית ה“א“ בנוגע די וואָס זיינען „נצבים גו‘ כולכם“,
חזר‘ט ער איבער און דערמאָנט זיי נאָכאַמאָל „ולא אתכם לבדכם אנכי כורת את הברית הזאת גו‘
כי את אשר ישנו פה“ - וואָס לכאורה איז דאָס איבעריק 25
- נאָר דאָס איז בכדי צו כולל זיין בהדגשה דעם „איננו פה“ צוזאַמען מיט דעם „ישנו פה“ און דערמיט מסביר זיין אַז דער כר“ב ביי ביידע סוגים איז געווען אויפן זעלבן אופן ממש 26 .
דעריבער איז רש“י מעתיק אויך די ווערטער „ואת אשר
(איננו פה)
“ און איז מפרש „ואף עם
(דורות העתידים להיות)
“,
וואָס מיט דעם איז ער מדגיש: א)
אַז דער כריתת ברית איז געווען דירעקט מיט די „דורות העתידים להיות“ 27 ,
און ב)
אַז דאָס איז ביי זיי געווען בדומה ממש
(וואָס דער לשון „אף“ איז מחבר ומשווה)
ווי ביי „ישנו פה“ 28 .
ה.
לפי“ז קומט אויס אַז ניט נאָר דאַרף רש“י ניט מוסיף זיין,
אַז די נשמות פון די דורות הבאים זיינען דאָרט געווען,
אָדער אַז „ברא כרעי‘ דאבוה“,
נאָר די פירושים דאָ זיינען מושלל,
ע“פ פשש“מ:
ווען מען זאָל לערנען אַז דער כר“ב מיט „אשר איננו פה“ איז מצד „ברא כרעי‘ דאבוה“ קומט דעמולט אויס,
אַז דער כר“ב איז געווען אין צוויי אופנים שונים: דער ברית מיט „ישנו פה“ איז געווען מיט אים גופא,
און דער ברית
מיט „איננו פה“ איז ניט געווען מיט אים אַליין,
נאָר אַלס „כרעי‘ דאבוה“ 29
;
עד“ז וועט אויך זיין אַ חילוק אויב מען וועט לערנען אַז מיט „איננו פה“ איז דער כר“ב געווען נאָר מיט זייערע נשמות
(וועלכע זיינען געווען ביים כריתת ברית)
- ביי „ישנו פה“ האָט מען כורת ברית געווען מיט די נשמות און אויך מיט די גופים,
און ביי „איננו פה“ האָט מען כורת ברית געווען בלויז מיט די נשמות.
אָבער ווי רש“י לערנט,
אַז פון פשטות הכתובים איז מוכח אַז דאָס איז „ואף עם דורות העתידים להיות“,
הייסט עס דאָך אַז דער כר“ב איז געווען מיט די דורות אַליין
(ניט אַלס כרעי‘ דאבוה)
און אין דעם זעלבן אופן ווי מיט „ישנו פה“,
ד.
ה.
מיט נשמות און גופים 30 .
[און בפרט ע“פ המבואר ברש“י לעיל „כך היו כורתי בריתות עושין מחיצה מכאן ומחיצה מכאן ועוברים בינתיים כמ“ש 31
העגל אשר כרתו לשנים ויעברו בין בתריו“,
וואָס דאָס באַווייזט דאָך 32
אַז די אַלע וואָס זיינען „עוברים בנתיים“ ווערן איין זאַך,
ד.
ה.
ניט נאָר מען ווערט איין זאַך מיט דעם וואָס מען מאַכט דעם ברית
(מיט דעם אויבערשטן),
נאָר אויך אַז די אַלע וואָס זיינען נכלל אין ברית ווערן איין זאַך].
ו.
ע“פ הנ“ל איז אויך מובן פאַרוואָס רש“י דאַרף ניט דערמאָנען אויך „גרים העתידין להתגייר“ - ווייל לפי פרש“י,
אַז דער כר“ב מיט „איננו פה“ איז געווען מיט זיי גופא,
ווערן אין די „דורות העתידים להיות“ נכלל אויך גרים,
וואָרום ס‘איז דאָך פשוט אַז די „דורות העתידים להיות“ מיינט אַלע אידן פון יעדער דור פון די שפּעטערדיקע דורות,
כולל אויך גרים
[משא“כ לויט דעם פירוש אַז דער כר“ב איז מצד „ברא כרעי‘ דאבוה“
(וואָס דאָס קען ניט געזאָגט ווערן בשייכות צו גרים)
אָדער מצד דעם וואָס דער כר“ב איז געווען מיט די נשמות
(וואָס אויך דער טעם איז ניט מתאים
(ע“פ פשש“מ 33 )
באַ גרים,
כנ“ל ס“ב קושיא ד‘)]
;
ואדרבה: רש“י קען ניט דערמאָנען גרים און דערמיט זיי אויסטיילן אַלס אַ סוג בפ“ע - וואָרום דאָס איז אַנדערש פון דעם ברית מיט „אשר ישנו“,
אַז
(מיט אַלע איז געווען דער זעלבער ברית,
און במילא אַז)
אַלע זיינען איין זאַך.
און הגם אַז פריער אין פסוק טיילט ער יע אויס גרים אַלס אַ סוג בפ“ע -איז דאָס דערפאַר וואָס דאָרטן איז ער מפרט אַלע סוגים פון אידן: ראשיכם גו‘
(דאָרט רעדט זיך ניט וועגן דעם ברית גופא,
נאָר וועגן „נצבים“
(אַלס הכנה)
„לעברך בברית“)
; בשעת אָבער דער פסוק רעדט וועגן דעם ברית גופא -„אנכי כורת את הברית גו‘“ - איז ניט שייך איינצוטיילן אידן אין באַזונדערע סוגים.
ז.
ע“פ כל הנ“ל וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס רש“י איז מדייק „העתידים להיות“ און ניט „הבאים“:
דער טייטש פון וואָרט „הבאים“ -איז ניט מדגיש אַז די זאַכן האָבן ניט קיין שום שייכות וקשר מיט אַ מציאות בהווה; „הבאים“ מיינט,
אַז די וועלן קומען נאָך
(בהמשך ובשייכות צו)
דעם
(דור ה)
הווה.
ובמילא בשעת מען זאָגט „דורות הבאים“ - כאָטש אַז דערמיט איז מען אויסן צו זאָגן אַז איצט זיינען זיי נאָך ניט געקומען,
איז דאָ גלייכצייטיק אויך אַ שייכות,
צום פריערדיקן דור - זיי וועלן קומען אַלס המשך ותוצאה -וועלן געבאָרן ווערן פון דעם דור וואָס איז שוין דאָ.
ד.
ה.
אַז אָט דער דור איז „מכריח“ דעם דור וואָס קומט נאָך אים,
ובמילא קומט אויס,
אַז מצד דעם דור איז שוין דאָ דער דור שלאח“ז,
מערניט אַז אינעם זמן פון דעם דור איז ער נאָך ניטאָ בפועל.
[וע“ד מ“ש הרמב“ם 34
„זה שקראו אותו חכמים העולם הבא לא מפני שאינו מצוי עתה כו‘ אלא הרי הוא מצוי ועומד שנא‘ כו‘ ולא קראוהו עוה“ב אלא מפני שאותן החיים באין לו לאדם אחר חיי העוה“ז שאנו קיימים בו בגוף ונפש“ -„עולם הבא“ איז אויך איצט „מצוי ועומד“,
און ער ווערט גערופן „
(עולם)
הבא“ נאָר דערפאַר ווייל ער קומט אַלס אַ מסובב פון חיי עוה“ז,
נשמה בגוף].
דאַקעגן דער לשון „עתידים להיות“ איז איצט לגמרי ניט פאַראַן,
ניט נאָר ניטאָ בפועל,
נאָר דער עצם מציאות דאַרף ערשט „ווערן“,
ד.
ה.
עס קומט ניט אַלס תולדה
(תוצאה)
פון פריערדיקן דור.
און דעריבער איז רש“י מדייק ביותר
און זאָגט ניט „דורות הבאים“,
ווייל דעמאָלט וואָלט מען געקענט מיינען,
אַז דער כריתת ברית מיט „אשר איננו פה“ איז מצד דעם וואָס זיי זיינען „דורות הבאים“ - ווייל זיי קומען אַלס תוצאה והמשך פון דעם היינטיקן דור,
וע“ד הפי‘ אַז דאָס איז מצד דעם וואָס „ברא כרעי‘ דאבוה“.
ועוד: דעמאָלט איז ניט ברור,
אָדער נאָכמער - אפשר איז מען שולל די גרים,
וואָס זיי זיינען ניט נכלל אין די „נאָכקומענדיקע דורות“,
ווייל זיי זיינען ניט קיין המשך ותוצאה
(תולדות)
פון דעם איצטיקן דור 35 .
און דעריבער איז רש“י מדגיש „העתידים להיות“,
וואָס אין דעם איז מודגש אַז זייער מציאות ווערט נתחדש בעתיד; ובמילא איז מובן אַז דער כר“ב האָט געמוזט זיין מיט די דורות
(העתידים)
גופא און ניט צוליב דעם וואָס זיי קומען כהמשך ותוצאה פון דעם איצטיקן דור.
און ס‘איז אויך ברור אַז אין דעם זיינען אויך נכלל גרים,
וואָס אויך זיי זיינען „עתידים להיות“ 36 .
ח.
פון דעם פרש“י קומט ארויס אַ געוואַלדיקע הוראה אין אַן ענין וואָס מ‘האָט גערעדט כמה פעמים.
עס קען טרעפן אַז אַ איד זאָל אַמאָל זיין אַראָפּגעפאַלן ביי זיך,
אים פעלט שטאַרקייט אין אויספירן זיין עבודה בתורה ומצות,
ובפרט ביים אַרויסגיין אין וועלט אויף צו מפיץ זיין יהדות וכו‘,
וויבאַלד אַז „אתם המעט מכל העמים“ 37
-
איז דער ענטפער אויף דעם: דאָס איז אַלץ בשעת מען רעדט וועגן כמות פון אידן,
וואָס כמות איז מוגבל און מדוד אין זמן ומקום,
און מצד דעם זיינען אידן אין אַ זמן ובמקום מסויים און -„מעט מכל העמים“.
וויבאַלד אָבער אַז דער עיקר ביי אידן איז איכות רוחניות,
תורה ומצות - איז בשעת אַ איד פאַרבינט זיך מיטן אויבערשטן דורך תורה ומצות,
וואָס איז למעלה מזמן ומקום,
איז מען דעמאָלט פאַרבונדן באמתית ובפועל מיט אַלע אידן שבכל העולם ושבכל הדורות 38 .
און דאָס איז מודגש אין פרש“י „ואף עם דורות העתידים להיות“ פּונקט ווי דער דור פון „נצבים היום“.
ביי דעם כר“ב פון אויבערשטן מיט אידן זיינען אידן שבכל הדורות געשטאַנען דאַמאָלס אַלע צוזאַמען,
אַלע זיינען איין מציאות.
פון דעם איז פאַרשטאַנדיק אַז בשעת אַ איד איז פאַרבונדן בגלוי מיטן אויבערשטן
(בברית)
- דורך קיום התורה ומצות בפועל,
שטייען מיט עם אַלע אידן שבדור ההוא און פון אַלע דורות,
אַלע צוזאַמען זיינען אַ „קומה אחת שלימה“ 39 .
און דעמאָלט זיינען אידן ניט קיין „מעט“ אויך ניט בכמות; אדרבה,
אידן זיינען אַ ריבוי עצום אויך בכמות און זיי האָבן זיך ניט וואָס צו שרעקן אפילו ניט מצד כמות פאַר אַ מספר גדול בכמות פון גויים,
און אדרבה,
„תפול עליהם אימתה ופחד“ -
בשעת ס‘איז „אתם נצבים היום כולכם“ - „לאחדים כאחד" 39 ,
אַז אידן שטייען אַלע צוזאַמען בגלוי,
איז דעמאָלט „אתם נצבים קיימים ועומדים,
והיינו שזוכים בדין“ 40 ,
דאָס בריינגט די כתיבה וחתימה טובה בר“ה צו כל אחד ואחת מישראל,
בטוב הנראה והנגלה.
(משיחת ש“פ נצו“י תשל“ה)