B"H
🏡

Ikar

תצא ד

א.

בסיום הסדרה אויף די פסוקים 1

„זכור את אשר עשה לך עמלק בדרך בצאתכם ממצרים ..

לא תשכח”,

זאָגן רז”ל 2

אַז זכור איז „בפה” און לא תשכח איז „בלב”.

עד”ז שטייט אין תו”כ 3

באַ „זכור את יום השבת לקדשו 4

- יכול בלבך כשהוא אומר שמור הרי שמירת לב אמורה הא מה אני מקיים זכור שתהי’ שונה בפיך”.

דעם צוגלייכען זכירת שבת און זכירת מעשה עמלק געפינט מען אויך בנוגע דעם זמן הזכירה:

ביי זכירת עמלק זאָגט דער רמב”ם 5

: מ”ע לזכור תמיד מעשיו הרעים ואריבתו כדי לעורר איבתו שנאמר זכור את אשר עשה לך עמלק.

(און ער איז דערנאָך מוסיף: „מפי השמועה למדו זכור בפה לא תשכח בלב”)

- אַז „זכור את אשר עשה לך עמלק” איז אַ שטענדיקע מצוה 6 .

[און אפילו לויט די דיעות וואָס האַלטן 7 ,

אַז מצות זכירת עמלק איז

חיובה איין מאָל,

אָדער איין מאָל אַ יאָר,

וכיו”ב - י”ל,

אַז אויך זיי האַלטן 8

אַז ווען מען איז מזכיר מעשה עמלק בכל יום 9

איז מען מקיים בכל פעם 10

אַ מצוה מן התורה 11 ].

עד”ז געפינט מען אויך ביי זכירת שבת,

וואָס עיקר ענינו איז „זכור את יום השבת לקדשו” - ביום השבת 12 ,

זאָגט אָבער דער רמב”ן 13

„ע”ד הפשט”,

אַז דער פסוק „זכור את יום השבת לקדשו - היא מצוה שנזכור תמיד בכל יום את השבת”.

ב.

ע”פ הנ”ל קען מען לכאורה מוסיף ביאור זיין אין דעם תנחומא 14

אויף דעם פסוק זכור את אשר עשה לך עמלק: „כאן כתיב זכור ובשבת כתיב זכור שניהם שוין

(בתמי’)

אמר שלמה כו’”;

אויך וואָס ער זאָגט אין פרדר”א 15 ,

אַז בשעת משה רבינו האָט געזאָגט: „זכור את אשר עשה לך עמלק בדרך בצאתכם ממצרים אמרו לו ישראל משה רבינו כתוב אחד אומר זכור את אשר עשה לך עמלק וכתוב אחד אומר זכור את יום השבת לקדשו האיך יתקיימו שניהם זה זכור וזה זכור” -

וואָרום סיי זכירת שבת און סיי זכירת עמלק איז: א)

די זכירה בפה

(נוסף אויף דער זכירה בלב ),

ב)

די זכירה תמיד,

שניהם שוין - און דעריבער פרעגט מען: „האיך יתקיימו שניהם”,

וויבאַלד אַז

(לדיעה זו)

זיינען זיי ביידע מצות תמידיות.

אָבער באמת קען מען אַזוי ניט מפרש זיין 16 ,

וואָרום אדרבא מען געפינט נאָך ענינים וואָס זייער זכירה דאַרף זיין יעדער טאָג

(ע”ד זכירת 17

יציאת מצרים 18

וכיו”ב) 19 ,

איז מובן אַז אפילו ווען צוויי

(אָדער מער)

זכירות זיינען מצות תמידיות זיינען זיי ניט קיין סתירה איינע צו דער צווייטע,

ווייל עס איז דאָ אָרט אויף ביידע אָדער מער זכירות.

[די זכירה בפה איז דאָך פשוט,

אַז דאָס דאַרף ניט זיין בכל רגע ביום; און אויך די זכירה בלב,

אפילו אויב מ’וועט אָננעמען אַז דאָס דאַרף זיין תמיד בלבו - איז עס אויך ניט קיין שטערונג צו אַ צווייטער זכירה תמידית בלבו -והראי’: עס זיינען דאָ זעקס מצות 20

וועלכע דער חנוך 21

זאָגט אַז „חיובן תמידי לא יפסק מעל האדם אפילו רגע בכל ימיו”] 22 .

ג.

אויך דאַרף מען פאַרשטיין וואָס דער פרדר”א זאָגט אינעם ענטפער פון

משה רבינו: „א”ל משה לא דומה כוס של קונדיטון לכוס של חומץ זה כוס וזה כוס,

זכור לשמור ולקדש את יום השבת שנאמר זכור את יום השבת לקדשו וזה זכור לעונש” -

א)

ווי אַזוי ווערט אָט די שאלה - ווי קענען זיין ביידע זכירות צוזאַמען -פאַרענטפערט מיט’ן תירוץ פון משה רבינו?

ב)

אין וואָס באַשטייט דער דמיון צו כוס של קונדיטון ושל חומץ .

ג)

וואָס איז דער דיוק „זה כוס וזה כוס ”.

ד)

וואָס איז ער דאָ מחדש ,

אַז שבת איז „זכור לשמור ולקדש כו’ וזה זכור לעונש” - עס איז דאָך מפורש אין די ציוויים מלכתחילה אַז דער תכלית פון זכירת עמלק איז בהיפך פון „זכור את יום השבת”.

ד.

דער ביאור בזה:

אין מצות בכלל זיינען דאָ דריי סוגים: מצות שבמעשה,

מצות שבדבור,

און מצות שבמחשבה.

און די שלימות אין קיום המצות איז,

אַז אויך מצות שבמעשה זאָלן זיין מיט כוונת ומחשבת האדם; און לאידך: אויך מצות שבדבור ובמחשבה זאָלן פועל זיין אויף דעם מענטשן ביז אין מעשה בפועל 23 ,

וע”ד אמונה שבלב - וואָס דאַרף פועל זיין קיום כל המצות ,

וכמחז”ל* 23

בא חבקוק והעמידן על אחת שנאמר וצדיק באמונתו יחי’.

צווישן אָט די מצות

(שבדבור ובמחשבה)

גופא זיינען אויסגעטיילט די

מצות וואָס ענינם איז זכרון - וואָס אפילו ווען דער זכרון דאַרף זיין בדבור,

איז אָבער תוכנו ותכליתו מחשבה וכוונת האדם; אמיתית הזכרון איז ניט דער דערמאָנען בפה

(ובמחשבה -עוברת)

דעם ענין הנזכר,

נאָר אַז דאָס זאָל עם „דערנעמען”,

זיין גאַנצן מהות,

ער לעבט איבער דעם ענין וואָס ער איז זוכר 24 .

וכמובן אויך פון לשון הרמב”ם בנוגע זכירת עמלק 25

אַז דאָס דאַרף בריינגען דערצו אַז „נעורר הנפשות במאמרים להלחם בו ”.

און דעריבער שטעלט זיך די שאלה: ווי קען זיין אַ זכרון

(מצב והתעוררות הנפשות)

צוזאַמען פון אַזעלכע צוויי ענינים הפכיים,

ווי שבת און עמלק?

בשלמא ביי די זעקס דערמאָנטע מצות אמונת ה’ אהבתו ויראתו כו’ איז ביי זיי שייך אַ זכרון תמידי וואָס איז זיי כולל צוזאַמען,

וויבאַלד זיי זיינען אַלע פון איין סוג ותוכן

(התקשרות צום אויבערשטן דורך אמונה,

אהבה ויראה 26

וכו’)

; משא”כ שבת און עמלק זיינען דאָך בתוכנם גאָר ווייט איינער פון צווייטן,

ביז - הפכים מן הקצה אל הקצה:

דער תוכן פון זכרון יום השבת איז אַז דורך דעם „נזכור מעשה בראשית בכל עת ונודה בכל עת שיש לעולם בורא” 27 ,

און ווי דער חנוך 28

זאָגט: „נקבע בלבבנו אמונת חידוש העולם כי ששת ימים עשה ה’ כו’”.

ד.

ה.

דער זכרון פון יום השבת באַשטייט אין דעם וואָס מען געדיינקט שטענדיק אַז דער אויבערשטער האָט באַשאַפן די וועלט און ער איז מחדש בכ”י תמיד מעשה בראשית,

ובמילא איז מובן אַז אין דעם זכרון ווערט דערהערט און דערפילט ווי דער אויבערשטער איז דער שליט און בעה”ב אויף וועלט און אויף אַלץ וואָס אין וועלט.

עמלק,

וואָס זיין ענין איז דאָך,

בל’ הידוע 29

„יודע את רבונו ומתכוין למרוד בו”; ד.

ה.

ניט בלויז וואָס ער ווייס וועגן דער מציאות פון אלקות,

נאָר נאָכמער,

ער ווייס אַז דער אויבערשטער איז רבונו ,

אַ בעה”ב אויף עם,

אויף דער וועלט און פונדעסטוועגן איז ער „ מכוין למרוד בו”; זיין גאַנצע כוונה און פעולה איז צו מורד זיין אין אלקות,

צו שולל זיין די שליטה פון אויבערשטן.

ובמילא בשעת עס דאַרף ביי אידן זיין די זכירה פון עמלק,

הגם אַז דער מכוון אין דעם איז צו שולל זיין דעם ענין פון עמלק - און ווי דאָס איז כפשוטו,

אַז דער תכלית פון „זכור את אשר עשה” איז: „ תמחה את זכר עמלק” 30

- אָבער עס מוז זיך הערן אין זכרון אַז ע”פ תורה איז דאָ אַ מציאות פון אַ מרידה בה’

(וואָס דאָס מאַכט אויף די מציאות פון מצות „תמחה”),

איז עס אַ זכרון הפכי פון זכרון דשבת.

און דאָס האָבן אידן גע’טענה’ט: „האיך יתקיימו שניהם זה זכור וזה זכור”: וויבאַלד ביי ביידע דאַרף זיין אַ זכירה אמיתית,

איז ווי קען זי באַשטיין פון צוויי נושאים הפכים,

דעם זכרון פון יום השבת וואָס דאַרף דורכנעמען דעם גאַנצן מהות פון אַ אידן מיט’ן הרגש אַז דער אויבערשטער איז אַ בעה”ב פון דער גאַנצער וועלט,

און ביחד עם זה זאָל ער געדיינקען באמתית אַז ס’איז דאָ אַ מציאות עמלק,

וואָס איז מורד אין דער שליטה פון דעם אויבערשטן אויף וועלט 31 .

ה.

אויף דעם האָט משה רבינו געענטפערט: „לא דומה כוס של קונדיטון לכוס של חומץ זה כוס וזה כוס זכור לשמור ולקדש ..

וזה זכור לעונש”.

והביאור: אין חומץ 32

געפינט מען צוויי ענינים הפכיים: דאָס איז אַ זאַך וואָס איז ניט ראוי לשתי’; ולאידך,

זאָגן חז”ל 33

אַז חומץ איז משיב את הנפש.

נאָכמער: מ’געפינט בכמה מקומות 34

אַז חומץ ווערט אָנגענומען ניט ווי אַ מציאות בפני עצמה,

נאָר ווי אַ זאַך וואָס קומט פון יין.

אין פנימיות הענינים מיינט עס: אויך עמלק

(חומץ)

האָט אַ שרש בקדושה,

ד.

ה.

דאָס גופא,

אַז עס זאָל קענען זיין א ַמציאות פון „מכוין למרוד בו”,

בעת אין דער אמת’ן איז „אין עוד מלבדו”,

איז

דאָס מצד דעם כח פון אויבערשטן 35

וואָס ער איז כל יכול.

אָבער דער גילוי פון דעם שרש אלקי פון עמלק 36

טוט זיך אויף דורך דעם וואָס מ’איז מבטל ומוחה דעם „מכוין למרוד בו” פון עמלק - עס ווערט דעמאָלט נתגלה זיין שרש פנימי,

אַז אויך אַזאַ מציאות וואָס איז „מכוין למרוד בו” איז ניט קיין סתירה צו אלקות 37 .

ויומתק זה - ובהתאם צום כלל 38

כל דאסר לן רחמנא שרא לן כוותי’ -געפינט מען מעין זה להבדיל אין קדושה: קא מיפלגי 39

במתיבתא דרקיע כו’ הקב”ה אומר כו’ מתיבתא דרקיע אמרי כו’.

און דאָס האָט משה רבינו געזאָגט „לא דומה כוס של קונדיטון לכוס של חומץ זה כוס וזה כוס כו’”: דאָס וואָס עס קען זיין די זכירה פון עמלק צוזאַמען מיט זכירה פון יום השבת איז עס דערפאַר,

וויילע ביידע זיינען אַן ענין פון „כוס” - אַ כלי קיבול צו נעמען דורכדעם דעם גילוי פון קדושה און אלקות,

ווייל אויך עמלק האָט אַ שורש אין קדושה כנ”ל,

אָבער פונדעסטוועגן איז „לא דומה ..

זכור לשמור ולקדש ..

וזה זכור לעונש”,

ד.

ה.

דער גילוי אלקות ביי

זכירת שבת איז בו בעצמו: „זכור לשמור ולקדש את יום השבת” - דער „זכור” גופא טוט אויף די קדושה,

דער גילוי פון אחדות ה’; אָבער דער גילוי אלקות דורך זכירת עמלק ווערט אויפגעטאָן דוקא דורך זכור לעונש 40 ,

דורך מבטש און מבטל זיין די תנועה פון „מכוין למרוד בו” 41 .

און דעמאָלט ווערט נתגלה דער „ כוס של חומץ” ווי אויך „חומץ” איז אַ זאַך וואָס איז משיב

(מגלה)

את הנפש,

וואָרום דוקא דורך זכירת עמלק ווערט נתגלה אַז אויך דער ענין פון עמלק קומט

(דוקא)

מצד דעם כח הבל”ג פון אלקות 42 .

דאָס איז מיוסד ומתאים צום ביאור פון דעם אַלטן רבי’ן אין תניא 43 ,

אַז ס’זיינען דאָ „שני מיני נחת רוח”,

אַזוי ווי אין מטעמים גשמיים זיינען פאַראַן שני מיני מעדנים: איינער פון מאכלים ערבים ומתוקים און דער צווייטער פון „דברים חריפים או חמוצים ”,

נאָר זיי זיינען „מתובלים ומתוקנים היטב עד שנעשו מעדנים להשיב את הנפש”; וואָס דאָס איז וואָס עס שטייט 44

„כל פעל ה’ למענהו וגם רשע ליום רעה פי’ שישוב מרשעו ויעשה הרע שלו יום ואור

למעלה”,

ד.

ה.

אויך דער „פעל” פון רשע,

וואָס אויך דאָס איז „פעל ה’ ”,

איז בכדי „שישוב מרשעו ויעשה הרע שלו יום ואור”.

ו.

און פון דעם קומט אַרויס אַ הוראה צו יעדן אידן בעבודה,

און אין ביידע קצוות:

בשעת אַ איד שטייט אין אַ הויכער מדריגה,

אין אַ דרגא פון יום השבת 45 ,

וואָס איז קודש לה’,

קען ער טראַכטן אַז ער דאַרף ניט האָבן קיין שום זהירות,

וויבאַלד ער איז בבחי’ קודש און ער האָט ניט צו טאָן מיט עובדין דחול 46

-אויף דעם קומט די הוראה,

אַז צוזאַמען מיט שבת דאַרף זיין זכירת עמלק.

וואָרום וויבאַלד אַז עמלק האָט אַ שרש בקדושה,

איז אפילו ווען מ’שטייט אין אַ העכערן מעמד ומצב,

דאַרף מען האָבן אַ זהירות יתירה,

אַז עס זאָל ניט פּועל’ן אויף אים קליפת עמלק - אַ תנועה

(בדקות עכ”פ,

מחוי במחוג 47

כו’)

פון מרידה בהקב”ה.

און לאידך: אפילו אַזאַ איד וואָס עס דוכט זיך עם אַז ער איז אַראָפּגעפאַלן אַזוי נידעריק ביז צו בחי’ עמלק,

טאָר ער זיך ניט מייאש זיין און דאַרף וויסן,

אַז וויבאַלד אויך עמלק האָט אַ שרש אין קדושה,

קען ער פון אים מאַכן אַ „ כוס של חומץ” וואָס איז משיב את הנפש -וכיתרון האור מתוך החשך 48 .

ובמילא אויך די הוראה אַז אויך ער קען האַלטן ניט בלויז ביי זכירת עמלק

(זכור לעונש),

נאָר צוזאַמען דערמיט אויך „זכור לשמור ולקדש את יום השבת” -ביי דער דרגא פון קודש לה’ - און נאָכמער,

ער איז מקדש את יום השבת,

מער ווי שבת איז מקדשי וקיימא 49 .

(משיחת ש”פ תצוה,

פ’ זכור,

תשל”ב)

Reader controls and commentary are loading.