B"H
🏡

Ikar

תצא ג

א.

פון די פסוקים בפרשתנו 1

״כי יקח איש אשה ובעלה גו׳ ויצאה גו׳ והיתה" לערנט מען אפ 2

אז "האשה נקנית בכסף בשטר ובביאה״.

כסף לערנט מען אפ פון "כי יקח איש אשה" 3

; פון "ובעלה" 4

לערנט מען אפ אז נקנית בביאה; און שטר ווערט ארויסגעלערנט פון "ויצאה והיתה - מקיש הויתה לזה ליציאה מזה מה יציאתה מזה בשטר אף הויתה לזה בשטר".

אע״פ אז אן אשה קען ווערן מקודשת דורך יעדן פון די ״שלש דרכים",

פונ־ דעסטוועגן איז "נהגו כל ישראל לקדש בכסף או בשוה כסף" 5 .

וי״ל אז דאס איז מתאים מיט דעם וואס קידושי כסף איז דער ערשטער קנין וואס ווערט געזאגט - אפגעלערנט פון פסוק,

"כי יקח" 6 .

וויבאלד אז אלע ענינים פון תורה

זיינען בתכלית הדיוק,

זעט מען טאקע אז אין קידושי כסף דריקט זיך אויס דער תוכן וענין כללי פון קידושין

(נאכמער ווי אין קידושי שטר וביאה),

כדלקמן.

ב.

אין גמרא 7

איז דא נאך א לימוד אז האשה נקנית בכסף - פון "ויצאה חנם אין כסף 8 ,

אין כסף לאדון זה אבל יש כסף לאדון אחר

(כשיוצאה ממנו 9 )

ומאן ניהו אב" 10 .

ויש לומר אז אין דעם גדר פון קידושי כסף איז פאראן א חילוק,

צי מ׳לערנט דאס אפ פון "כי יקח איש אשה" שבפרש־ תנו,

אדער פון ויצאה חנם אין כסף 11

-

ובהקדים,

וואס בנוגע לקידושי כסף קלערט דער ראגאטשאווער 12

: ״אם העילה הוא הקנין ועי״ז מתקדשת או להי־

פך העילה היא הקידושין ועי״ז היא קונה הדבר״ 13

- ד.

ה.

: צי די קידושין זיינען חל דורך דעם וואם זי איז קונה דעם כםף,

אדער פארקערט: דורך דעם וואם זי ווערט מקודשת איז זי קונה דעם כםף.

און ער ברענגט הוכחות אויף ביידע אופנים:

דער דין 14

איז אז "היתה עומדת ברה״ר וזרקו לה קרוב לה מגורשת כו׳ וכן לענין קידושין ",

און "לשיטת הראשונים" 15

איז דער דין אזוי אויך בנוגע צו כסף קידושין.

ולכאורה,

וויבאלד זי האט נאך ניט קונה געווען דעם כםף

(ווארום ם׳רעדט זיך ניט

(דוקא)

אז דער כםף איז געפאלן אין אירע ד׳ אמות) 16 ,

איז ווי אזוי ווערט זי מקודשת?

איז דערפון א ראי׳,

אז "העילה היא הקידושין וע״י זה היא קונה הדבר״

(זי איז קונה דעם כםף דורך דעם וואם זי ווערט מקודשת) 17 .

לאידך ברענגט ער אויך א ראי׳ צום ערשטן אופן

(אז העילה הוא הקנין) 18

:

די גמרא 19

זאגט אז בא קידושין איז תוך כדי דבור לאו כדבור דמי און מ׳קען ניט חרטה האבן פון די קידושין

(אפילו תוך כדי דבור).

איז מפרש דער רשב״ם 20

: "שאם קדש אשה בפני עדים וחזר ואמר בתוך כדי דבור ליהוו מתנה ולא להוו קדושין,

אין שומעין לו ומקודשת ואינה מקודשת".

איז ניט פארשטאנדיק: פארוואם איז דער רשב״ם מתאר א פאל אז ער זאגט "ליהוו מתנה

(ולא להוו קידושין)

" און ניט כפשוטו ,

אז ער איז אינגאנצן חוזר פון נתינת הכםף און מאנט צוריק די געלט פון דער אשה?

דערפון גופא 21

איז א הוכחה,

אז אין אזא פאל קען ער יע חרטה האבן.

ווארום היות אז בכלל

(אויםער ביי קידושין)

איז "הלכתא כל תוך כדי דבור כדבור דמי" 19 ,

קען ער דעריבער חרטה האבן פון נתינת והקנאת הכםף אויב ער איז חוזר תוך כדי דבור

(און במילא איז זי ניט מקודשת)

; ווייל פון הקנאת הכםף קען מען חוזר זיין תוך כדי דבור;

דווקא ווען זיין חרטה איז ניט פון הקנאת הכםף,

נאר בלויז פון די קידושין

(און אין די בעלות פון דעם כםף מאכט ער ניט קיין שינוי - עם איז של האשה אלם מתנה),

איז דער דין אז אין שומעין

לו,

װײל פון קידושין קען מען ניט חוזר זיין אפילו תוך כדי דבור.

און פון דעם איז א ראי׳ אז "העילה הוא הקנין ",

ווייל אויב מ׳וועט זאגן אז "העילה היא הקידושין וע״י זה היא קונה הדבר",

קען מען מפרש זיין די גמרא כפשוטו,

אז ער וויל חרטה האבן אויך פון נתינת הכסף,

און פונדעסטוועגן "אין שומעין לו - ווארום היות אז די הקנאת הכסף קומט בסיבת הקידושין,

און פון קידושין קען מען ניט חוזר זיין תוך כדי דבור,

קען ער דאך במילא אויך ניט חרטה האבן פון דער הקנאת כסף

(וואס קומט אלס תוצאה פון די קידושין).

דוקא ווען מ׳לערנט אז "העילה הוא הקנין" - אז די קידושין הויבן זיך אן מיט הקנאת הכסף און ער וואלט דער־ פאר געקענט חוזר זיין ווי פון יעדער קנין כסף - דערפאר דארף דער רשב״ם לערנען 22 ,

אז דא רעדט זיך אז ער האט ניט חרטה פון דער הקנאת הכסף

(און זיין משנה זיין פון כסף קידושין אויף "כסף מתנה" איז ניט קיין חזרה אין בעלות על הכסף),

נאר בלויז פון די קידושין

(און די כסף להוו מתנה) 23 .

ג.

ויש לומר אז דאס איז דער חילוק

צווישן די צוויי לימודים פון וואנעט מ׳לערנט ארויס כסף קידושין - צי פון "כי יקח" אדער פון "ויצאה חנם אין כסף":

אין פסוק "כי יקח איש אשה" איז די הדגשה אויף דער פעולת האיש .

משא״כ אין "אין כסף לאדון זה אבל יש כסף לאדון אחר" איז די הדגשה אויף דעם וואס דער "אדון"

(דער אב,

וואס איז במקום

(בתו)

האשה )

באקומט דעם כסף.

און דעריבער,

אויב מען לערנט אפ קידושי כסף פון ״כי יקח איש אשה״ -איז מסתבר צו זאגן,

אז די קידושין טוט זיך אויף דורך דער פעולת נתינת הכסף פון דעם בעל - "כי יקח איש "

[און דאס

(די קידושין)

פועל׳ט אז די אשה זאל קונה זיין דעם כסף] 24 .

משא״כ לויט דעם לימוד פון "יש כסף לאדון אחר״ 25

- איז מסתבר,

אז

(די נתינת הכסף פון דעם בעל איז ניט גענוג אז זי זאל ווערן מקודש,

און)

די קידושין טוט זיך אויף דוקא דורך דעם וואס יש כסף

(בעלות על הכסף)

- די אשה איז קונה

(באקומט)

דעם כסף.

ד.

אלע ענינים פון נגלה דתורה ווערן נשתלשל פון ענינם בפנימיות התורה.

ועד״ז איז מובן בעניננו:

ס׳איז ידוע 26

דער פירוש הפנימי פון

״האשה נקנית לבעלה״ 27 ,

אז דאם מיינט דעם ענין הקידושין והיחוד פון הקב״ה וכנם״י

(און דאם ווערט אויפגעטאן דורך די דריי ענינים פון כםף שטר וביאה 28 ).

און כשם ווי אין די קידושין למטה בין איש לאשה זיינען דא די צוויי ענינים 29

: דאם וואם די אשה איז קנוי׳ לבעלה און דאם וואם זי איז נאםרה על אחרים,

אזוי זיינען אויך פאראן צוויי ענינים אין די קידושין 30

צווישן דעם אויבערשטן מיט אידן: די דביקות פון אידן מיטן אויבערשטן,

און זייער פרישות והבדלה פון א םתירה והעלמה צו דעם,

פון עניני העולם -קדושים ומבדלים פון תאוות עוה״ז.

און כשם ווי אין די קידושין למטה זיינען ביידע ענינים פארבונדן צוזאמען,

מ׳קען ניט אפטיילן איינעם פון צווייטן - עד״ז איז אין די קידושין צווישן אידן מיטן אויבערשטן,

אז עם מוזן זיין ביידע ענינים,

ווי עם ווערט געזאגט אין חובת הלבבות 31

: ״מן הנמנע ממנו שתתישב אהבת הבורא בלבנו עם התישב אהבת העולם בנו".

ה.

ע״פ הנ״ל וועט זיין מובן דער טעם פנימי וואם דער מנהג ישראל איז צו מקדש זיין דוקא מיט

(קנין)

כםף - ווייל דער ענין פנימי פון קידושין,

דער יחוד ודביקות פון אידן מיטן אויבערשטן איז פארבונדן

(בעיקר)

מיט דער בחי׳ פון ״כםף״ - מלשון ״נכםוף נכםפתי״ - די עבודה פון אהבה 32 ,

וואם עיקר ענינה איז צו אויפטאן די התקשרות ודביקות באלקות,

ד״לית פולחנא כפולחנא דרחימותא" 33 .

ועפ״ז וועט מען אויך פארשטיין דעם תוכן פנימי אין די צוויי םברות הנ״ל בענין כםף קידושין - צי "העולה הוא הקנין״ אדער ״העילה היא הקידושין״ -וואם "אלו ואלו דברי אלקים חיים 34

",

זיי זיינען ביידע דא בפנימיות הענינים

(עכ״פ)

:

הקנאת הכסף

(אהבה)

איז מרמז אויף דעם יחוד ודביקות פון א אידן מיטן אויבערשטן כנ״ל,

און קידושין -

(מלשון הפרשה והבדלה 35 )

- אויף דער פרישות פון עניני עולם.

און אין דעם זיינען דא די צוויי אופנים הנ״ל - וועלכער פון זיי איז די "עילה" און קומט פריער,

וואם דאם איז תלוי אין דעם אופן וםדר העבודה,

צי בדרך מלמטה למעלה,

אדער מלמעלה למטה 36

:

אין דער עבודה מלמטה למעלה איז דער ענין הקידושין פריער - צום ערשטן דארף ביי א אידן זיין די פרישות פון תאוות כו׳ עוה״ז,

און דורך דעם ווערט בא אים נתעורר די אהבה און תשוקה לאלקות

(קנין הכםף) 37

- םור מרע

(און דערנאך 38 )

ועשה טוב.

אין דער עבודה מלמעלה למטה אבער,

איז דאם באופן הפוך: נאכדעם

ווי ער שטײט מיט א התעוררות האהבה לאלקות,

קנין כסף ,

ווערט דורכדעם בײ אים אויפגעטאן דער ענין הקידושין -די פרישות פון וועלט.

ו.

דער חילוק צווישן די צוויי אופנים

(מלמטלמ״ע און מלמעלמ״ט)

איז מצד דעם וואס זיי זיינען צוויי סוגי עבודה: דער אופן הא׳ איז די עבודה שע״פ סדר והדרגה,

וואס דאס איז די עבודה שע״פ טעם ודעת

(דקדושה),

און דערפאר קען ער ניט צוקומען צו אהבת ה׳ איידער ער איז זיך פורש פון אהבת ותאוות עניני העולם.

דער צווייטער אופן איז די עבודה וואס איז ניט ע״פ סדר והדרגה,

די עבודה שלמעלה מטעם ודעת: אז ניט קוקנדיק אויף זיין מעמד ומצב 39 ,

גיט ער זיך איבער בדביקות צו אלקות וואס דאס קומט מצד קבלת עול,

שלמעלה מטעם ודעת,

און דורך דעם ווערט ער מופרש און פטור פון תאוות ותענוגי עוה״ז.

ויש לומר,

אז דאס איז אויך דער חילוק צווישן די צוויי לימודים - דער לימוד פון כי יקח איש אשה אין פרשת קידושין און דער לימוד פון "ויצאה חינם אין כסף",

וואו עס רעדט זיך וועגן אן אמה עברי׳:

אין פ׳ קידושין - דער ענין הקידושין אין סדר העבודה ע״ד הרגיל - איז דער סדר,

אז פריער דארפן זיך אויפטאן די קידושין,

פרישה פון עניני עולם,

און דערנאך כסף - אהבה ויחוד מיט אלקות.

משא״כ אינעם ענין הקידושין אין פ׳ אמה עברי׳ - עבודת עבד ,

וואס בכללות איז דאס די עבודה פון קבלת עול

(למעלה מטעם ודעת)

- אין די קידושין

קען מען צוקומען צו דער נתינה ומסירה צו אלקות נאך איידער מען האלט ביי פרישות פון עניני העולם; ביז אז מצד דעם גודל המסירה ונתינה לאלקות שלמעלה מטעם ודעת,

ווערט ער דערנאך במילא פרוש פון עניני העולם.

ז.

ועוד י״ל

(ובעומק יותר),

אז דער ענין הנ״ל האט א שייכות צו אמה עברי׳ דוקא -

די צוויי אופני עבודה הנ״ל זיינען

(אויך)

בהתאם צו די חילוקי דרגות אין דעם מצב פון דעם אידן וואס טוט די עבודה: אויב זיין מצב איז אזא אז די פרישות פון תאוות עוה״ז דארפן ביי אים באווארענען כפשוטו - דאן איז דער סדר

(ע״ד הרגיל)

: מ׳קען ניט צוקומען צו די העכערע דרגות אין עבודה,

צו יחוד ודביקות בה׳

(דורך אהבה)

סיידן מ׳איז פריער מבטל דעם רע וואס מ׳האט אין זיך

(די תאוות עוה״ז) 40

; ובמילא דארף פריער זיין דער ענין הקידושין

(פרישות והבדלה)

און דערנאך "כסף"

(יחוד ודביקות באלקות).

בשעת אבער מ׳איז שוין פרוש פון תאוות עוה״ז כפשוטן,

און עס פאדערט זיך פון אים א העכערע דרגא פון פרישות - צו פורש זיין פון "טבע מדותיו",

צו דינען דעם אויבערשטן ניט לויט די מדידות פון זיין טבע -אזא פרישות ווערט אויפגעטאן דורך דער עבודה פון "מוחין דגדלות",

די התבוננות בעמקי הלב אין אלקות,

וואס דאס פועל׳ט אז זיין טבע המדות זאל נתהפך ווערן פון זייער טבע,

"שיהי׳ התשוקה לאלקות בשינוי ממהות

תשוקתו לחמדי עוה״ז ובהתהפכות חמדות" 41 .

און דערפאר לערנט מען אפ דעם אופן אין קידושי כסף פון אמה עברי׳ דוקא,

ווייל די דרגא פון אמה עברי׳ איז 41

- שינוי המדות ממהות למהות,

אזוי ווי עבודת אמה כפשוטה: זי נעמט

(פשוט׳ע)

תבואה און מאכט דערפון א מאכל,

מטעמים.

און היות אז "כל נפש בפרט" 41

האט אין זיך אלע דרגות,

איז דא די נתינת כח אויף איבערגעבן זיך אינגאנצן באהבה

ודביקות לאלקות,

און מצד דעם ווערט אויפגעטאן בדרך ממילא די הבדלה פון חשיקת וחמדי עוה״ז ביז אין אן אופן פון שינוי טבע המדות ממהות למהות.

און דורך דעם ווערט האשה נקנית לבעלה - יחוד ודביקות פון אידן מיטן אויבערשטן,

בתכלית היחוד,

וואס דאס איז דער ענין פון נישואין 42 ,

וואס וועט זיין בקרוב ממש

(דורך דער עבודה פון אירוסין 42

אין זמן הגלות),

בביאת משיח צדקנו.

(משיחת ש״פ תצא,

י״ג אלול*,

תשי״ד)

Reader controls and commentary are loading.