B"H
🏡

Ikar

שופטים ג

א.

וועגן דעם ציווי ״אליו תשמעון״ 1

- הערן און פאלגן א נביא "שיהא בכל דור ודור״ 2

- זאגט דער רמב״ם 3

: "שכל נביא שיעמוד אחר משה רבינו אין אנו מאמינים בו מפני האות לבדו ..

אלא מפני המצוה שצוה משה בתורה ואמר אם נתן אות אליו תשמעון".

אע״פ אז דאס וואס "אין אנו מאמינים בו מפני האות לבדו" איז מוסבר בהגיון בפשטות,

ווייל אן "אות" קען מען מאכן אויך "בלט וכשוף" 4 ,

וואס עפ״ז דארף אויסקומען,

אז אילו יצוייר און מען וואלט געווען זיכער 5

אז עם איז ניט בלט ובכישוף ובמילא - אז ער איז א נביא אמת,

וואלט מען געווען מחוייב צו פאלגן אים אויך אן דעם ציווי "אליו תשמעון",

וויבאלד אז די רייד פון א נביא איז ״דבר ה׳״ -

איז אבער,

ע״פ הידוע בנוגע די מצוות אויף וועלכע ס׳איז געווען א ציווי אויך פאר מ״ת,

אז דאס וואס מיר זיינען מקיים די מצוות איצט איז "אין 6

אנו עושין אלא במצות הקב״ה ע״י מרע״ה,

לא שהקב״ה אמר זה לנביאים שלפניו״ 7

- איז פאר־ שטאנדיק,

אז עד״ז איז אויך בנוגע די ציווים של הקב״ה דורך נביאים נאך

מ״ת,

אז מצד עצמם האבן זיי ניט אין זיך דעם תוקף פון מצות "שציוה בסיני" 8

[וכמובן אויך פון די קולות ולפידים וכו׳ וואס זיינען געווען בא מתן תורה און אעפ״כ איז ניט דערפאר "האמינו בו ישראל״ - ווארעם דאמאלס וואלט אויסגעקומען אז דוקא נבואת ודברי משה איז מפני האות לבדו

(און האט ניט דעם תוקף פון תורה!)

- נאר "מעמד הר סיני לבדו היא הראי׳" וכמפורש 9

אז דורך וואס ״בך יאמינו לעולם״ - דורכדעם וואס "אנכי 10

בא אליך בעב הענן 11

בעבור ישמע העם בדברי עמך" 12 ].

און דעריבער איז דער רמב״ם מדייק ״מפני המצוה שצוה משה בתורה ..

אליו תשמעון״ - ווייל זייענדיג א "מצוה ..

בתורה " 13

טוט עס אויף א תוקף מיוחד וואס עס האט ניט א ציווי ה׳ שע״י הנביא,

ביז צום חילוק עקרי ויסודי

בהלכה פון דברי תורה און דברי נביאים 14 .

ב.

עפ״ז אבער - אז אונזער פאלגן דברי הנביא איז מצד דעם ציווי התורה

(און ניט מצד דעם "אות" פאר זיך.

ד.

ה.

אלם א ציווי פון א נביא 13 )

- איז ניט מובן דער המשך פון פרק ח׳

(פון הלכות יסודי התורה)

אין רמב״ם,

וואו ער איז מאריך אז דאם וואם אידן האבן געגלויבט אין נבואת משה רבינו איז ניט "מפני האותות שעשה"

(ווארום "המאמין על פי האותות יש בלבו דופי"),

נאר "במה האמינו בו,

במעמד הר סיני שעינינו ראו ולא זר ואזנינו שמעו ולא אחר"; און דערנאך איז ער מסיים דעם פרק 15

אז "לפיכך אם עמד הנביא ועשה אותות ומופתים גדולים ובקש להכחיש נבואתו של משה רבי־ נו אין שומעין לו..

לפי שנבואת משה רבינו אינה על פי האותות כדי שנערוך אותות זה לאותות זה,

אלא בעינינו ראינוה ובאזנינו שמענוה וכו׳" -

דלכאורה: וויבאלד אז דאם וואם מיר גלויבן און פאלגן א נביא אמת

(און ניט אן אנדער נביא)

איז מצד דעם תוקף פון ציווי התורה

("אליו תשמעון"

("לא תשמע אל דברי הנביא ההוא״))

- און ניט מצד דער

(גרעםערער)

וודאות אז זיינע

רייד איז דבר ה׳ - האט דער ענין

(אז עם איז אנאנדער גדר לגמרי)

געדארפט שטייען בםפר היד.

ובכלל - אין םפר היד

(וואם איז א םפר פון הלכות ),

איז דער ארט פון ראיות ע״ד ההלכה,

משא״כ א ראי׳ שכלית פארוואם א נביא שביקש להכחיש נבואתו של משה איז א נביא שקר

(״שהרי זה בא ..

להכחיש מה שראית בעיניך״)

- פאםט מער אין םפרו המורה של הרמב״ם?

לכאורה האט דער רמב״ם געדארפט זאגן דעם דין בקיצור - אז דאם וואם מיר דארפן גלויבן און פאלגן א נביא איז

(ניט "מפני האות לבדו",

נאר)

"מפני המצוה שצוה משה בתורה ..

אע״פ שאין אנו יודעים אם האות אמת או בכישוף ולט",

און "אם עמד הנביא ועשה אותות ומופתים גדולים וביקש להכחיש נבואתו של משה" - וואם דערמיט איז ער מכחיש אמיתיות התורה - איז אפילו "אם בא האות והמופת לא תשמע אל דברי הנביא ההוא".

ג.

נאכמער: אין דעם פרק שלאח״ז געפינט מען אז דער רמב״ם פאר־ בינדט ענין התורה בכלל מיט נבואת 16

משה 17

:

וועגן איינעם וואם זאגט "שה׳ שלחו להוםיף מצוה או לגרוע מצוה או לפרש במצוה מן המצות פירוש שלא שמענו ממשה או שאמר שאותן המצות שנצטוו בהן ישראל אינן לעולם ולדורי דורות אלא מצות לפי זמן היו",

זאגט דער רמב״ם 18

אז ער איז א "נביא שקר שהרי בא להכחיש נבואתו של משה"

[און די זעלבע זאך זאגט דער רמב״ם בםיום הפרק 19

בנוגע צו איינעם וואם זאגט "שה׳ צוהו שתעבד עבודת כוכבים היום בלבד או בשעה זו בלבד",

אז ער איז "בא להכחיש נבואתו של משה"].

איז ניט מובן: וויבאלד אז ער קומט מכחיש זיין

(ניט נאר נבואת משה,

נאר)

א ציווי בתורה

[״לא תוםף עליו ולא תגרע ממנו" 20

און "והנגלות לנו גו׳ עד עולם גו׳״ 21 ]

- האט דאך דער רמב״ם געדארפט זאגן "שהרי בא להכחיש התורה " 22 ,

וואם איז א גדר מיוחד וחדש,

און א פיל הארבערער ווי "להכחיש נבואתו של משה"

[כנ״ל ם״א,

אז די ציוויים שע״י הנביאים

(כולל,

כמובן,

אויך נבואת משה)

האבן ניט דעם תוקף מיוחד פון די מצות התורה שבהר םיני]?

ד.

לכאורה וואלט מען געקענט מםביר זיין,

אז דערפאר זאגט דא דער רמב״ם "להכחיש נבואתו של משה"

(און ניט ״להכחיש התורה״),

ווייל דווקא דורכ־ דעם קומט די הוכחה אז "הרי זה נביא שקר״

(ובמילא - האט ער אלע דינים פון נביא השקר)

-

און ווי דער רמב״ם איז מבאר אין פריערדיקן פרק

(כנ״ל),

אז היות ווי "נבואת משה רבינו אינה על פי האותות ..

אלא בעינינו ראינוה",

קומט אוים,

אז מיט זיין מכחיש זיין נבואתו של משה איז ער מכחיש "מה שראית בעיניך".

ד.

ה.

ווען דער רמב״ם וואלט גערעדט נאר וועגן דעם חומר האיסור פון נבואת שקר ״שה׳ שלחו להוםיף מצוה כו׳",

וואלט ער דאן געזאגט "להכחיש התורה"; היות אבער אז מיט "בא להכחיש" איז ער אויםן צו געבן א טעם -״שהרי״ - פארוואם ער איז א נביא שקר ודיניו,

דעריבער זאגט דער רמב״ם "להכחיש נבואתו של משה".

אבער דער תירוץ איז א דוחק גדול.

ווארום וויבאלד אז מ׳וויים שוין אז דער וואם איז מכחיש נבואתו של משה פארלייקנט א זאך וואם "ראינוה" און ״שמענוה״,

מכחיש התורה - כמבואר אין פריערדיקן פרק - איז דאך מםתבר

לומר אז דאם איז דער טעם פון חומר הלכות ודיני הנביא שקר

און עפ״ז - האט ער געדארפט זאגן "להכחיש התורה"?

ה.

די תמי׳ איז נאך גרעםער: מ׳געפינט אין זעלבן פרק אז דער רמב״ם נוצט טאקע דעם לשון "להכחיש התורה " - "אם עקר דבר מדברים שלמדנו מפי השמועה או שאמר בדין מדיני התורה שה׳ צוה לו שהדין כך הוא ..

הרי זה נביא השקר ..

שהרי בא להכחיש התורה שאמרה 23

לא בשמים היא״ 24

- איז ניט פארשטאנדיק דער שינוי : בא ״להוםיף מצוה או לגרוע מצוה ..

מצות לפי זמן היו"

[און אויך בנוגע צו עבודה זרה]

זאגט ער "להכחיש נבואתו של משה",

און בנוגע צו "עקר דבר כו׳ או שאמר כו׳ שה׳ אמר לו שהדין כך" זאגט ער "להכחיש התורה " 25 ?

נאכמער: בשעת איינער זאגט "שה׳ שלחו לפרש במצוה מן המצות פירוש

שלא שמענוה ממשה"

(אויף וואם דער רמב״ם זאגט "להכחיש נבואתו של משה")

- איז ער דערמיט מכחיש,

לכאורה,

דאם וואם די תורה זאגט "לא בשמים היא"

(פון וואם מ׳לערנט אפ 26

אז "אין נביא רשאי לחדש דבר״)

- דעם זעלבן פםוק וועלכן ם׳איז מכחיש דער וואם זאגט ״שה׳ צוה לו שהדין כך כו׳״

(וואם אויף דעם זאגט דער רמב״ם "להכחיש התורה")

;

וויבאלד אז ביידע זיינען מכחיש דעם זעלבן פםוק 27

- איז פארוואם זאל מען מחלק זיין צווישן זיי און זאגן,

אז דער וואם זאגט "שה׳ שלחו כו׳ לפרש כו׳" איז "בא להכחיש נבואתו של משה ",

און דער וואם זאגט "שה׳ צוה לו שהדין כך כו׳" איז ״בא להכחיש התורה "?

ו.

דער טעם פארוואם ביים םיום הפרק,

ביי דעם וואם זאגט "שה׳ צוהו שתעבד עבודת כוכבים כו׳",

זאגט דער רמב״ם דעם לשון "להכחיש נבואתו של משה״ - וואלט מען לכאורה געקענט מבאר זיין,

בהקדים וואם עם שטייט אין םפרי אויפן פםוק 28

"ודבר אליהם" - "שלא להושיב את התורגמן".

ולפ״ז קומט אוים אז דער דין פון העובר על דברי הנביא חייב מיתה בידי שמים איז דוקא ווען ער הערט עם מפי הנביא

עצמו,

און ניט ווען ער הערט עם מפי התורגמן 29 .

און דער ראגאטשאווער איז מוסיף אין דעם 30 ,

אז אפילו ווען ער הערט עם מפי הנביא עצמו - איז דער חיוב דוקא ווען ער הערט עם פון דעם נביא בעת שמתנבא; משא״כ ווען ער הערט עם פונ׳ם נביא שפעטער,

נאכדעם ווי ער איז מתנבא,

איז עם אזוי ווי ער וואלט דאם געהערט מפי התורגמן.

עפ״ז וואלט מען געקענט זאגן אז אויב אימיצער בדורו של משה האט עובר געווען אויך א מצוה וואם ער האט געהערט מפי משה 31

- איז דא אין דעם א חילוק צי ער איז עובר אויף מצות ע״ז אדער אויך אנדערע מצוות: בא מצות ע״ז - וויבאלד אז אנכי ולא יהי׳ לך האט מען געהערט פון משה׳ן בעת שנתנבא 32

- האט עם

(אויך)

א דין פון עובר על דברי הנביא 33

; משא״כ בא אנדערע מצות,

וויבאלד אז מען האט זיי געהערט פון משה׳ן נאכדעם ווי ער האט זיי געהערט מהקב״ה 32 ,

איז ניטא ביי

זיי

(אויך בדורו של משה)

דער חיוב פון עובר על דברי הנביא.

און דערמיט וואלט מען געקענט מםביר זיין דעם שינוי אין לשון הרמב״ם הנ״ל,

אז דערפאר זאגט ער ביי ע״ז "להכחיש נבואתו של משה" צו מרמז זיין אז אין דעם ציווי פון משה אויף ע״ז איז פאראן נאך אן ענין מיוחד

(בנוםף צו דעם וואם ם׳איז א ציווי פון תורה,

ווי אלע ציווים),

דהיינו,

וואם דאם איז א גדר פון ציווי הנביא בעת שמתנבא,

און ווען אימיצער איז עובר

(בדורו של משה)

אזא נבואה איז ער חייב מיתה בידי שמים - און וויבאלד אז דער דין איז נאר בא ע״ז כנ״ל,

דערפאר זאגט עם דער רמב״ם נאר בנוגע צו דעם וואם זאגט "שה׳ צוהו שתעבד עבודת כוכבים״ 34

; משא״כ בא "עקר דבר מדברים כו׳" זאגט ער "להכחיש התורה".

ז.

אבער לבד זאת,

וואם עפ״ז בלייבט שווער: פארוואם אין אנפאנג פרק

(וואו ער רעדט ניט וועגן ע״ז)

זאגט דער רמב״ם "להכחיש נבואתו של משה",

איז אויך דער כללות הביאור

[אז מיטן לשון "להכחיש נבואתו של משה" מיינט דער רמב״ם צו מרמז זיין דעם חיוב מיתה ביד״ש בדורו של משה]

א דוחק גדול 35 .

ווייל 36

:

א)

וויבאלד אז דין הנ״ל איז בלויז בדורו של משה - איז דאך מאי דהוה הוה 37 .

ב)

דער חיוב מיתה ביד״ש בא עובד ע״ז

(בדור המדבר)

איז לפי הנ״ל ניט פארבונדן מיטן ענין פון נביא השקר,

נאר מיטן ענין פון ע״ז: ווען אימיצער

(פון דור המדבר)

דינט ע״ז - אויך ווען ער זאגט ניט דערביי "שה׳ צוהו״ - איז ער חייב מיתה בידי שמים.

איז אויב דער רמב״ם וואלט געוואלט מרמז זיין דעם דין הנ״ל,

האט ער עם געדארפט טאן אין הלכות ע״ז 38

- און ניט באם דין פון נביא השקר וועגן וועלכן דער רמב״ם רעדט דאי

ח.

וועט מען דאם אלץ פארשטיין בה־ קדים דעם ביאור - בקיצור עכ״פ - אין דעם וואם מען האט דערמאנט פריער

(םעיף א׳)

וועגן דעם גדר בהלכה

(און בפרד״ם התורה בכלל)

און דער מעלה פון מצוות התורה

(בהר םיני)

* 38

אויף די ציווים שע״י הנביאים:

אויפן ווארט ״אנכי״ - דער ערשטער

ווארט פון די עשרת הדברות,

כללות כל התורה - זאגט די גמרא 39 ,

אז אנכי איז א ר״ת "אנא נפשי כתבית יהבית",

אז דער אויבערשטער האט זיך כביכול אריינגעשריבן און אריינגעגעבן אין תורה.

ובמדרש - אז דורך תורה איז "אותי אתם לוקחים" 40 .

וואם דערפאר איז מובן,

אז די מצות התורה,

זיינען ניט נאר א ״מיטל״ צו קבלת שכר,

אדער צו דערגרייכן צו דער מעלה ועילוי פון ״םגולה גו׳ ממלכת כוהנים וגוי קדוש" 41 ,

"לצרף את הבריות" 42

וכו׳ נאר

(אויך ובעיקר)

אז אין זיי גופא באשטייט דער מכוון ותכלית.

[כשם ווי ם׳איז ניט שייך צו זאגן אויף דעם אויבערשטן

("אנא נפשי")

אז ער איז ח״ו אן "אמצעי" צו עפעם אנדערש - אזוי איז עם ניט שייך צו זאגן בנוגע צו די מצוות התורה 43 ,

וואם אין זיי איז דא דער "אנא נפשי"].

און דאם איז אויך דער טעם וואם די מצוות בתורה זיינען "לעולם ולעולמי עולמים״ 44 ,

און ם׳איז אין זיי ניט שייך

קיין שינוי גרעון אדער תוספת - ווארום וויבאלד אז תורה און מצות אנטהאלטן אין זיך דעם "אנא נפשי" פון אוי־ בערשטן,

איז דאך ניט שייך אין זיי קיין שינוי 45

- כשם ווי ס׳איז ניט שייך קיין שינוי אין דעם אויבערשטן 46

אליין.

[בסגנון אחר: ווען דער רצון הקב״ה אין די מצוות התורה וואלט געווען נאר בכדי דורך זיי צו באקומען שכר,

צו דערגרייכן א מעלה וכו׳ וכנ״ל,

וואלט געווען שייך צו זאגן,

אז א שינוי

(עלי׳ או ירידה)

אין די מקיימי המצות זאל גורם זיין א שינוי אויך אין די מצוות;

וויבאלד אבער אז דער רצון הקב״ה אין די מצוות התורה איז א רצון עצמי ,

אזוי וויל ער מצד עצמו - איז דאך ניט שייך אז אין דעם זאל זיין א שינוי ח״ו] 47 .

און עד״ז איז די מעלה פון תורה אויף נבואה: די ציווים שע״י הנביאים

["לכו למקום פלוני",

אדער "אל תלכו" 48 ,

וכיו״ב]

- זיינען געזאגט געווארן צוליב א תועלת וואס וועט ארויסקומען דערפון ,

און דער־ פאר זיינען דאס ציווים 49

לפי שעה 50 .

אפילו אזוינע ציווים וואס קומען "לצוות על דברי התורה ולהזהיר העם שלא יעברו עלי׳"

[ווי "זכרו תורת משה עבדי״] 48

- איז זייער מכוון ותכלית

(ניט זיי גופא,

נאר)

"לצוות על דברי התורה כו׳" 51 .

משא״כ דברי התורה,

איז

(בעיקר * 51

-)

זיי גופא זיינען רצונו של

הקב״ה,

רצונו העצמי 52 .

און דאם איז אויך דער טעם וואם "אין נביא רשאי לחדש דבר״

(בתורה)

- ווייל דער דבר ה׳ פון תורה איז העכער פון דעם דבר ה׳ שבנבואה 53 .

ט.

אע״פ אז דער תוקף פון תורה איז גרעםער ווי דער תוקף פון נבואה,

און דוקא תורה "עומדת לעולם ולעולמי עולמים" - איז אבער מצד דעם גופא דא א מעלה בנוגע נבראים - אין נבואה איבער תורה:

וויבאלד תורה איז דער רצון עצמי של הקב״ה,

איז זי העכער באין ערוך פון גדר נבראים,

אז זיי זאלן קענען תופם ומשיג

זיין עצם התורה 54

; משא״כ נבואה,

וואם ענינה איז א התגלות אלקות צו נבראים ,

גילה םודו 55 ,

אין זייער גדר 56

(אויב עם זיינען פאראן די תנאים פון חכם גבור 57

וכו׳)

- איז דאם אין אן אופן אז די התגלות פועל׳ט ביי אידן למטה א תוקף האמונה אין אלקות.

עפ״ז איז מובן די אריכות הביאור אין רמב״ם

(פרק ח׳)

אין דעם אופן האמונה פון אידן אין נבואת משה

(און תורת משה)

- ווייל דאם איז

(ניט םתם א םיפור בתורה,

נאר)

א הלכה ,

און אין דער הלכה זיינען דא צוויי ענינים:

(א)

די אמונה וואם א איד דארף גלויבן אין נבואת משה דארף זיין בתוקף הוודאות - אן אמונה שלימה "שאין בו דופי".

(ב)

בכדי אז די אמונה זאל זיין באופן כזה,

דארף זי זיין

(ניט "מפני האותות",

נאר)

מצד דעם וואם "עינינו ראו כו׳ ואזנינו שמעו",

וואם דוקא דאן קען זיין אן אמונה שלימה שאין בה דופי.

און עד״ז איז עם בנוגע וואם דער רמב״ם איז מםביר פארוואם מ׳דארף ניט גלויבן און ניט פאלגן א נביא וואם איז "בא להכחיש נבואתו של משה" אפילו ווען ער ווייזט "אותות ומופתים גדולים" - ווייל "נבואת משה רבינו אינה על פי האותות כדי שנערוך אותות זה לאותות זה אלא בעינינו ראינוה ובאזנינו

שמענוה..

זה בא..

להכחיש מה שראית בעיניך כו׳״ - אז דאם איז ניט סתם א הסברה והוכחה פארוואם "אין שומעין לו",

נאר א הלכה ,

און אויך אין דער הלכה זיינען דא צוויי ענינים:

(א)

דער תוקף הוודאות אין דער אמונה דארף זיין עד כדי כך,

ביז אפילו "אותות ומופתים גדולים" וועלן ניט מטיל ספק זיין אין דער אמונה.

(ב)

בכדי אז די אמונה זאל ניט אפגע-שוואכט ווערן דורך די "אותות ומופתים",

איז דאם דורכדעם וואם א איד איז זיך מסביר,

אז דאם איז מכחיש "נבואתו של משה שראינו וששמענו " - און אויך "אותות ומופתים" זיינען ניט ביכולת צו מטיל םפק זיין אין א זאך וואם "ראית בעיניך".

ד.

ה.

אז די שלימות,

דער תוקף המוחלט,

פון "אין שומעין לו" איז מצד דעם וואם דאם איז "בא להכחיש נבואתו של משה שראינו וששמענו".

יו״ד.

א דוגמא ונפק״מ בהלכה למעשה בפועל פון תוקף פון בעינינו ראינו: אין עד נעשה דיין - ווארום וויבאלד אז ״בעיניו ראה״ - איז דער תוקף שולל די מעגליכקייט פון "והצילו" 58

משא״כ ווען עם איז געווען באזניו שמע פון מאה עדים כשרים ששמעו אדער ראו.

יא.

ויש לומר,

אז דער טעם פנימי פארוואם דער אויבערשטער האט די נבואת משה מאמת געווען

(אין אן אופן פון "עינינו ראו כו׳")

דוקא ביי " מעמד הר סיני "

(ווי דער רמב״ם איז מאריך בזה),

איז ווייל דער תכלית פון נבואת משה איז צו פועל זיין אז ביי אידן זאל דערהערט ווערן ניט נאר דער אמת הוי׳

אלקים 59 ,

פון אלקות בכלל,

נאר אויך דער אמת פון תורה ,

וואם איז

(מצד עצמה)

העכער פון גדר הנבראים.

דורכדעם וואם "עינינו ראו כו׳ ואזנינו שמעו" נבואתו של משה,

האט מען די אמונה שלימה "שאין בו דופי" אויך אין דעם אמת פון תורה

(שלמעלה מנבואה).

[ויש לומר: דאם וואם דער תוקף האמונה אין תורה איז דווקא דורך נבואת משה 60 ,

איז עם דערפאר,

ווייל זיין נבואה איז במעלה ומדרגה הכי גדולה שבנבואה - און אין ביידע קצוות: םיי מצד דעם גילוי הנבואה,

וואם די התגלות אלקות איז אין דעם העכםטן אופן

("במראה ולא בחידות״)

; און םיי לאידך,

וואם ער איז "עומד על עומדו שלם״ 61 ,

ד.

ה.

אז דאם איז נתגלה געווארן צו אים ווי ער איז למטה שלם ממש.

און דעריבער איז זיין נבואה א "כלי" צו אראפטראגן תורה

(שלמעלה מנבראים)

אין גדר הנבראים און צו אויפטאן ביי זיי דעם תוקף האמונה וההתאמתות אין תורה].

און דערמיט איז אויך מוםבר וואם אין ווייטערדיקן פרק,

וואו דער רמב״ם רעדט וועגן איינעם וואם זאגט "שה׳ שלחו להוםיף מצוה וכו׳"

(ד.

ה.

ער איז מכחיש די אמיתיות התורה),

שרייבט דער רמב״ם דעם לשון "הרי זה נביא שקר שהרי בא להכחיש נבואתו של משה ":

דאם איז ניט םתם א הוכחה אז ער איז א נביא שקר,

נאר דערמיט איז דער

רמב״ם מחדש נאך א הלכה - כאטש אז נבואת משה איז למטה פון תורה 62 ,

וויבאלד אבער אז נבואת משה איז מאמת די אמונה אין תורה אז "אין לה לא שינוי כו׳" און אז "אין נביא רשאי לחדש דבר",

דעריבער,

דארף אויך דער תוקף פון שלילת ההכחשה

(ניט צוהערן זיך צום "אות ומופת")

קומען דווקא מצד נבואתו של משה .

יב.

עפ״י כהנ״ל קומט צו א הסברה מיוחדת אינעם סדר און די חלוקת הפרקים אין הלכות יסודי התורה בענין הנבואה:

אין פרק ז׳ רעדט דער רמב״ם וועגן ענין הנבואה בכלל,

און אויך ווי נבואת משה האט אין זיך די מעלה הכי גדולה שבנבואה

(ווי ער איז מאריך אין די פרטים שבזה)

;

דערנאך,

בהמשך צו דעם גודל העילוי אין נבואת משה,

איז ער ממשיך אין דעם פרק שלאח״ז,

אז מצד דעם איז דא נאך א העכערקייט אין נבואת משה,

וואס "במה האמינו בו,

במעמד הר סיני ",

וואס די נבואה איז אין אן אופן פון "ראינו ושמענו";

און בהמשך לזה,

אז נבואת משה איז פארבונדן מיט "מעמד הר סיני",

זאגט ער אין ווייטערדיקן פרק,

אז מצד דעם איז נבואת משה מאמת אויך די אמונה אין אמיתות התורה שלמעלה מנבואה,

דאס וואס תורה איז "עומדת לעולם ולעולמי עולמים" ו״אין נביא רשאי לחדש דבר" - ובמילא,

אויב א נביא קומט און זאגט "שה׳ שלחו להוסיף מצוה וכו׳",

איז ער "מכחיש נבואתו של משה".

יג.

אבער דעם לשון "להכחיש נבואתו של משה" שרייבט דער רמב״ם בלויז בנוגע צו א נביא וואס זאגט "שה׳ שלחו להוסיף מצוה וכו׳"

[און אויך ביי דעם וואס זאגט "שה׳ צוהו שתעבד עבודת כוכבים וכו׳״]

; משא״כ אינעם פאל ווען "עקר דבר מדברים שלמדנו מפי השמועה או שאמר כו׳ שה׳ צוה לו שהדין כך כו׳" זאגט ער

(ניט "להכחיש נבואתו של משה״,

נאר)

״להכחיש התורה ״ -

דער ביאור אין דעם:

בשעת 63

א נביא זאגט "שה׳ שלחו להוסיף מצוה או לגרוע כו׳ או לפרש במצות מן המצות פירוש שלא שמענו ממשה "

[ועל אחת כו״כ אויב ער זאגט "שה׳ צוהו שתעבד עבודת כוכבים ״]

- איז דער מכוון פון זיין דיבור צו מכחיש זיין דעם יסוד פון ״מעמד הר סיני״ 64

- אז דער אויבערשטער האט אויסגעקליבן משה רבינו און דורך אים געגעבן אידן גאנץ תורה "לעולם ולעולמי עולמים";

און וויבאלד אז "מעמד הר סיני" איז ביי אידן נתאמת געווארן דורכדעם וואס "עינינו ראו כו׳ ואזנינו שמעו" נבואתו של משה - קומט אויס,

אז ער איז דערמיט "מכחיש נבואתו של משה" 65 .

משא״כ דער וואס ״עקר דבר כו׳ או שאמר כו׳ שה׳ צוה לו שהדין כך כו׳״

איז ער ניט מכחיש בזה די יסודי כל התורה - ער רעדט נאר וועגן א דין פרטי אין תורה,

אז לויט זיין נבואה איז דער "דין כך"

[ביז אז עס קען זיין אז "כיון את ההלכה לטמא את הטמא ולטהר את הטהור״ 66

- ער קומט גאר מאמת זיין דעם דין פון תורה]

- נאר לפועל איז אזא אופן פון פסק׳נען הלכות

היפך פון א ציווי בתורה,

פון דעם ציווי התורה "לא בשמים היא";

און דעריבער זאגט דא ניט דער רמב״ם "להכחיש נבואתו של משה",

נאר "להכחיש התורה",

ווייל יענער איז מכחיש נאר א דין פון תורה - אבער ניט מעמד הר סיני

(און ניט די יסודי כל התורה)

וואס איז נתאמת געווארן דורך נבואת משה שראינו ושמענו.

(משיחות חגה״ש וש״פ נשא תשל״ד)

Reader controls and commentary are loading.