B"H
🏡

Ikar

שופטים ב

א.

פון פסוק

(בפרשתנו 1 )

„ולא ישיב את העם מצרימה גו‘ וה‘ אמר לכם לא תוסיפון לשוב בדרך הזה עוד“ לערנט מען 2

אַרויס די הלכה,

אַז אַ איד טאָר זיך ניט אומקערן באַזעצן זיך

(להשתקע 3 )

אין מצרים,

און נאָכמער -בלשון חז“ל 4

: „בג‘ מקומות הוזהרו ישראל שלא לשוב ארץ מצרים וכו‘“.

דער רמב“ם אין זיין ספר יד החזקה 5

ברענגט אַראָפּ דעם דין אַז מ‘טאָר ניט וואוינען אין מצרים

(און ברענגט אַראָפּ דעם מחז“ל „בג‘ מקומות הזהירה תורה וכו‘“)

; און פון סתימת לשונו איז משמע,

אַז דער איסור איז אויך דאָ בזמן הזה

[און דעריבער געפינט מען אין מפרשים 6

אַ גרויסע שקו“ט,

ווי אַזוי

האָט דער רמב“ם בעצמו געמעגט וואוינען אין מצרים,

און - בכלל - עס זיינען דאָך דאָרט געווען אַ סך אידישע קהילות כו‘].

דאַרף מען פאַרשטיין: ביים איסור חיתון מיט אַ מצרי

(ביז „דור שלישי“ 7 )

פסק‘נט דער רמב“ם 8

: „כשעלה סנחריב מלך אשור בלבל כל האומות ועירבם זה בזה והגלה אותם ממקומם ואלו המצרים שבארץ מצרים עתה אנשים אחרים הם ..

הואיל ונתערבו ..

הותר הכל שכל הפורש מהן להתגייר חזקתו שפירש מן הרוב“.

און וויבאַלד אַז בזמן הזה איז ארץ מצרים אַ לאַנד פון „אנשים אחרים“,

וואָס שטאַמען ניט פון די אַמאָליקע מצרים,

היינט פאַרוואָס איז אויך איצט חל דער איסור „לשוב למצרים“?

ב.

לכאורה וואָלט מען געקענט

ענטפערן

(ווי כמה מפרשים 9

זאָגן),

אַז דער איסור ישיבה אין מצרים איז ניט צוליב די דאָרטיקע מענשן מצרים,

נאָר מצד דעם לאַנד אַליין,

ארץ מצרים

(אפילו ווען מצרים איז נאָר דער ארץ,

ווייל דאָרט זיינען שוין ניטאָ קיין מצרים) 10 ,

וואָס דאָס איז אויך מוכח פון פסק ונוסף ע“ז פון לשון הרמב“ם אין דער ווייטערדיקער הלכה 11

: „ויראה לי שאם כבש ארץ מצרים מלך ישראל על פי ב“ד שהיא מותרת ולא הזהירה אלא לשוב לה יחידים או לשכון בה והיא ביד עכו“ם מפני שמעשי‘ מקולקלין יותר מכל הארצות“; וואָס פון דעם איז משמע,

אַז דער איסור איז „מפני שמעשי‘

(פון „ארץ“ מצרים,

און ניט שמעשיהם 12

פון די עכו“ם)

מקולקלין“,

ע“ד מאמר חז“ל* 12

: „יש מעינות שמגדלין כו‘ ויש שטופין בזמה“.

און דעריבער,

אויב זי איז „ביד עכו“ם“ -אפילו ניט ביד מצרים - איז „מעשי‘ מקולקלין“ און מ‘טאָר זיך דאָרטן ניט באַזעצן.

דערמיט איז אויך מובן דער טעם ההלכה,

וואָס דוקא ווען אַ מלך ישראל איז כובש ארץ מצרים „על פי ב“ד“ מעג מען דאַן זיך באַזעצן דאָרט: דורך אַזאַ

כיבוש ווערט ארץ מצרים „כארץ ישראל כו‘ לכל דבר“ 13

; ד.

ה.

דער כיבוש איז פועל אַ שינוי אין מהות פון לאַנד 14 ,

און דעריבער ווערט בטל דער איסור להשתקע דאָרט 15 .

ס‘איז אָבער דאָך ניט גלאַט: אין ספר המצות 16

שרייבט דער רמב“ם,

אַז דער טעם האיסור איז „שלא נלמד ממעשיהם 17

וכו‘“.

ד.

ה.

דער איסור איז צוליב ניט אָפּלערנען זיך פון די מצרים

(מענטשן)

פון ארץ מצרים 18

- און לויט דעם טעם דאַרף מען דאָך מבאר זיין - פאַרוואָס איז דאָ דער איסור אויך בזמן הזה,

נאָכדעם וואָס „אלו המצרים שבארץ מצרים עתה אנשים אחרים הם“?

ועוד: אויב מצד ארץ מגדלת - איז אפילו ווען ס‘קען ניט זיין די מציאות פון „נלמד ממעשיהם“,

ע“ד הזמן ווען והייתה 19

ארץ מצרים לשממה גו‘ לא

תעבר בה רגל אדם,

ווי ס‘איז געווען בזמן נבוכדנצר,

דאַרף אויך זיין דער איסור בתקפו.

ג.

וועגן דעם איסור לבוא בקהל פון אַ מצרי,

שרייבט דער לבוש 20

: „בד“א בדורות הראשונים כו‘ אבל האידנא אחר שעלה סנחריב כו‘ שכבר העביר סנחריב כו‘ והושיב אחרים תחתם,

ואע“ג דבודאי מיעוטם נשארו במקומותם והוי לי‘ קבוע וכל קבוע כמחצה על מחצה דמי מ“מ אותו שמתגייר ה“ה פורש מהם וכל דפריש מרובא קפריש ומותרים מיד“.

ולפי“ז,

אַז „מיעוטם נשארו במקומותם“ אויך נאָכן בלבול האומות,

איז מובן פאַרוואָס ס‘איז אויך איצט חל דער איסור ההתישבות אין מצרים - צוליב די מצרים וואָס זיינען געבליבן אין מצרים און וועלכע ווערן ניט בטל במיעוטם,

ווייל כל זמן זיי זיינען ניט „פורש“ להתגייר האָבן זיי דעם דין פון „קבוע - כמחצה על מחצה“.

מ‘דאַרף אָבער פאַרשטיין 21

: פאַרוואָס פסק‘נט

(דער רמב“ם בסתמא* 21

און אַזוי אויך)

דער שו“ע אַז אַ גר מצרי איז איצט מותר

(מיד)

בבת ישראל צוליבן טעם „שפירש מן הרוב“ - וואָס דאָס מיינט אַז בכל אופן איז דאָ דער היתר פון „כל דפריש וכו‘“ - וויבאַלד אַז אַ מיעוט מצרים זיינען געבליבן „במקומותם“,

האָט ער דאָך געדאַרפט אויסטייטשן און מחלק זיין צי דער חיתון איז באופן אַז דער גר מצרי איז בפועל פורש

(„עקר“ „אזיל“)

פון זיין בית

(וואָס דעמאָלט איז דער כלל „כל

דפריש וכו‘“),

אָדער ער איז ניט „אזיל“ פון זיין בית,

וואָס דעמאָלט האָט ער דעם דין פון „קבוע - כמחצה על מחצה דמי“

(ע“ד ווי בענין דוגמתו,

ווי די גמרא זאָגט אין כתובות 22 ,

ווי רש“י 23

און תוספות 24

זיינען דאָרט מסביר,

אַז דער דין פון „כל דפריש כו‘“ איז דוקא ווען דער בועל איז פורש פון זיין בית)?

בפשטות קען מען זאָגן,

ווייל בעת זיין גיור האָט ער דאָך געמוזט זיין אַ פורש מביתו

(ווי דער לבוש זאָגט „אותו שמתגייר ה“ה פורש מהם“)

- אָבער דאָס איז ניט מספיק,

ווייל בנדו“ד איז ניט גענוג דאָס וואָס ער איז פורש מביתו,

נאָר ער דאַרף זיין אַ פורש פון גאַנץ ארץ מצרים - ובהקדים:

ד.

די גמרא זאָגט אין יבמות 25

: „עובד כוכבים שקידש בזמן הזה חוששין לקדושין שמא מעשרת השבטים הוא,

(פרעגט די גמרא)

והא כל דפריש מרובא פריש,

(ענטפערט די גמרא)

בדוכתא דקביעי דא“ר אבא בר כהנא וינחם 26

בחלח ובחבור וגו‘“.

טייטשט רש“י: „בדוכתא דקביעי -בני עשרת השבטים וכל קבוע כמחצה על מחצה דמי.

והיכא קביעי כדכתיב וינחם בחלח ובחבור“.

תוספות אָבער זאָגט: „דבדוכתייהו הוו רובא מעשרת השבטים,

ולא כמו שפי‘ בקונטרס משום דכל קבוע כמחצה על מחצה דמי דאי אזיל איהו לגבה כל דפריש מרובא פריש כדאמרינן בסוף פ“ק דכתובות“.

ס‘איז מובן פאַרוואָס רש“י וויל ניט לערנען ווי תוספות

(הגם אַז רש“י אַליין איז מפרש אין מס‘ כתובות

(כנ“ל)

אַז „עקר הבועל מביתו“ האָט אַ דין פון „כל דפריש כו‘“),

ווייל לויט תוספות איז קשה דער לשון הגמרא „בדוכתא דקביעי“ - עס האָט געדאַרפט שטיין „בדוכתא דרובא“.

פון לשון „בדוכתא דקביעי“ איז מוכח,

אַז דאָ רעדט זיך וועגן דין פון „קבוע“.

די הסברה אין דעם: וויבאַלד דער פסוק זאָגט „וינחם בחלח וגו‘“ - זיינען אָט די ערטער געוואָרן דער מקום קבוע פון די עשרת השבטים.

און דערפאַר איז זייער „קביעות“ ניט באַגרענעצט צו זייערע בתים,

נאָר דאָס איז כולל גאַנץ חלח גו‘,

אַז כל זמן זיי געפינען זיך דאָרט האָבן זיי אַ דין פון קבוע אפילו ווען זיי זיינען פורש מביתם.

[דערמיט איז מובן וואָס רש“י איז מסיים „והיכא קביעי כדכתיב וינחם בחלח ובחבור“ - דלכאורה: וואָס איז דאָ רש“י מוסיף אויף דעם וואָס שטייט בפירוש אין גמרא גלייך נאָכדעם?

נאָר דערמיט איז ער מסביר פאַרוואָס זיי

כולל אויך הפורשים מביתם,

ובפרט אַז אַזוי איז די רגילות

וכמרז“ל עושים בית חתנות לבניהם* 26

האָבן דאָרט אַ דין פון קבוע -„והיכא קביעי כדכתיב וינחם גו‘“].

און לויט דעם - בנדו“ד: וויבאַלד דער איסור באַשטייט דאָ אין דעם וואָס ער איז אַ מצרי,

דאַרף אויסקומען,

אַז זיין „קביעות“ איז אינעם גאַנצן לאַנד מצרים; און כל זמן ער איז ניט אַרויס

פון גבול מצרים,

אפילו ווען ער איז פורש מביתו,

האָט ער דעם דין פון קבוע - כמחצה על מחצה.

וי“ל,

אַז דאָס וואָס תוספות נעמט ניט אָן די סברא,

אַז עס דווקא בנוגע דעם פאַל פון עשרת השבטים - און דאָס דערפאַר ווייל זייער געפינען זיך אין יענע ערטער האָט ניט קיין שייכות צום עצם ענין הקדושין,

משא“כ אין אונזער פאַל וואָס דער איסור לבוא בקהל קומט ווייל ער איז אַ מצרי - פון ארץ מצרים 27

- וועט אויך תוס‘ האַלטן אַז כל זמן ער געפינט זיך אין די גבולים פון ארץ מצרים האָט ער אַ דין פון קבוע

(לגבי דעם איסור פון מצרי).

ועפ“י כהנ“ל איז הדרא קושיא לדוכתה: וויבאַלד עס זיינען געבליבן מצרים אין ארץ מצרים

(נאָר דער היתר לבוא בקהל איז ווייל „כל דפריש כו‘“),

האָט דאָך דער

(רמב“ם און)

שו“ע געדאַרפט מחלק זיין צווישן אַ גר וואָס איז אַרויס פון ארץ מצרים

(וואָס האָט דעם דין פון „כל דפריש כו‘“),

און אַ גר אין ארץ מצרים,

וואָס האָט דעם דין פון „קבוע“ און איז אסור ביז „דור שלישי“?

ה.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים אַ גרעסערע תמי‘ אין דעם ענין

(ווי עס פרעגט דער ערוך השולחן 28 )

: די גמרא זאָגט אין נזיר 29 ,

אַז אַ אשה „לא ניידא“

(דכל כבודה בת מלך פנימה - אין בית)

און דעריבער האָט זי אַ דין פון „קבוע“.

איז די גמרא ממשיך: „וכי תימא ה“נ נייד אימור בשוקא אשכח וקדיש,

התם הדרא לניחותא“,

ד.

ה.

אַז

אפילו ווען זי איז „פריש“ מביתה -„בשוקא אשכח“ - וויבאַלד אָבער אַז סוף־סוף קערט זי זיך אום צוריק למקום קביעותה

(„הדרא לניחותא“),

האָט זי אַ דין פון קבוע

(אויך ווען „בשוקא אשכח“).

היינט ווי קען מען בכלל זאָגן בנדו“ד „כל דפריש כו‘“: אפילו ווען דער מצרי איז פריש צו חתונה האָבן מיט אַ ישראלית האָט ער נאָך אַלץ אַ דין „קבוע“ 30

אויב ער קערט זיך אום צוריק למקום קביעותו?

וא“ו.

דער ביאור בזה איז מובן פון דיוק לשון הרמב“ם: „שכל הפורש מהן להתגייר חזקתו שפירש מן הרוב“ -וואָס איז דער רמב“ם מוסיף דעם וואָרט „להתגייר“?

נאָכמער - אפילו ווען ער איז פורש ניט „להתגייר“,

נאָר מאיזה סיבה שתהי‘ דאַרף אויך זיין דער זעלבער דין?

נאָר דערמיט איז דער רמב“ם מסביר,

אַז דער טייטש פון „פריש“ דאָ איז ניט כפשוטו - פורש במקום,

נאָר דערמיט גופא וואָס ער איז זיך מגייר הייסט ער „פריש“ 31

; דער גדר פון „פריש“ קען זיין אין צוויי אופנים: א)

אין מקום גשמי - ער איז פורש פון איין מקום און קומט צו אַ צווייטן מקום

(ולא הדר לניחותא)

; ב)

אין מצב,

אין זיין מקום בדין התורה,

זיין מציאות אין תורה -ער איז פורש פון איין מצב און גייט אַריבער אין אַ צווייטן - אַזוי ווי בנדו“ד,

וואָס ער איז זיך פורש פון

פריערדיקן מצב ודין

(אַלס אינו־יהודי,

מצרי),

און שטעלט זיך איבער,

דורך גירות,

אין אַן אַנדער מצב.

און דעריבער איז דאָ ניט שייך „הדרא לניחותא“ - וויבאַלד אַז זיין „פריש“ באַשטייט אין דעם וואָס ער איז זיך מתגייר,

איז ביי אים נאָכדעם ניט שייך קיין „הדרא“.

און דערפאַר פסק‘נט דער רמב“ם ושו“ע אַז בזמן הזה איז אַ גר מצרי מותר בבת ישראל,

אין אַלע אופנים - אויך ווען ער געפינט זיך אין מצרים,

און אפילו ווען לא פירש מביתו - וואָרום דורכדעם גופא וואָס ער איז זיך מגייר איז ער אַ „פריש“.

משא“כ די אַנדערע מצריים

(נכרים)

וואָס זיינען געבליבן אין מצרים,

כאָטש זיי זיינען בלויז אַ מיעוט,

האָבן זיי אַ דין פון קבוע,

און דעריבער בלייבט צוליב זיי דער איסור צו באַזעצן זיך אין ארץ מצרים „שלא נלמד ממעשיהם וכו‘“.

[ובפרט,

אַז דאָס איז אַזאַ מציאות,

וואָס י“ל אַז עס לייגט זיך בכלל ניט צו זאָגן אַז דער מיעוט זאָל בטל ווערן ברוב

(סיי מצד דעם מיעוט און סיי מצד דעם רוב)

- ווייל: א)

ס‘איז אַ מיעוט אין כמות -צאָל מענשען,

דאָ איז דער איסור נאָר מצד איכות - קלקול מעשיהם - איז מצד ריבוי

(און)

גודל האיכות איז עס

(ע“ד ווי אַ דבר חשוב וכו‘ וואָס ווערט)

ניט בטל 32 .

ב)

דאָ איז דער רוב

(די מענטשן פון אַנדערע אומות וואָס געפינען זיך אין מצרים)

ניט מנגד צום מיעוט

(ומבטלו),

וואָרום אויך די אומות זיינען מקולקלים,

עס איז מער ניט וואָס די מצרים זיינען נאָכמער מקולקל 33

-

און דעריבער איז די מציאות פונעם רוב ניט בכוח 34

צו מבטל זיין דעם מיעוט פון די מצרים 35 ].

ז.

עפ“י הנ“ל,

אַז אין ארץ מצרים זיינען נאָך אַלץ פאַראַן פון די מצרים פון אַמאָל,

קומט אַרויס אַ תוספת התעוררות אין עבודת ה‘ בימינו אלה -ובהקדים:

הגם אַז אַלע ענינים פון תורה גייען אַריין אינעם כלל פון „התורה היא נצחית“ 36

- אויף אַלע זמנים און אין אַלע מקומות - פונדעסטוועגן איז דאָ אַ חילוק צווישן די ענינים וועלכע מ‘קען ניט מקיים זיין כפשוטם

(און די נצחיות זייערע איז ברוחניות הענינים),

און די זאכן וואָס זיינען אויך איצט פאַראַן בגשמיות - וואָרום דאָס באַווייזט אַז אין די ענינים איז די „נצחיות“ נאָך מיט אַ גרעסערן תוקף,

זי דריקט זיך אויס אויך אין עולם הזה הגשמי לעיני כל העמים.

אַזוי אויך בעניננו: עס שטייט אין פסוק 37

„אתם ראיתם אשר עשיתי למצרים גו‘ ועתה אם שמוע תשמעו בקולי ושמרתם את בריתי והייתם לי סגולה מכל העמים גו‘ ממלכת כהנים וגוי קדוש“.

פון דעם איז מובן,

אַז דער „אתם ראיתם אשר עשיתי למצרים גו‘“

איז אַ הכנה צו די ענינים וועלכע שטייען אין די פסוקים לאחרי זה -„ואביא אתכם אלי ועתה אם שמוע תשמעו גו‘ ושמרתם את בריתי והייתם לי סגולה גו‘“; ווען אידן זען בעיני בשר ווי דער אויבערשטער ווייזט פאַר זיי נסים ביים אָפּרעכענען זיך והעונש וכו‘ פון די אומות וועלכע זיינען מציר ומעיק לישראל,

דאָס אַליין איז מעורר אידן אַז זיי זאָלן פאַרשטאַרקן זייער ברית מיטן אויבערשטן דורך „שמוע תשמעו בקולי וגו‘“.

דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק,

אַז ווען אידן זען ווי דער אויבערשטער רעכנט זיך אָפּ מיט ארץ מצרים - וואָס דאָרט זיינען פאַראַן די זעלבע מצרים ווי אַמאָל - חזר‘ט זיך איבער נאָכאַמאָל בגשמיות לעיני בשר דער „אתם ראיתם אשר עשיתי למצרים“

(ע“ד ווי עס איז געווען בפעם הראשונה).

דאַרף דאָס במילא אַרויסרופן ביי די אידן,

וואָס זען „אשר עשיתי למצרים“,

אַ תוספת התעוררות,

עס זאָל זיין „שמוע תשמעו בקולי ושמרתם את בריתי וגו‘“ - אַז אידן זאָלן זיך שטאַרקן אין קיום התומ“צ און זיך פירן ווי אַן „עם סגולה“,

זיין אַ „ממלכת כהנים וגוי קדוש“,

און דאָס ווערט די הכנה קרובה צו דעם „בקולו תשמעו“ 38 ,

וואָס ברענגט דעם „היום“ 39

- דעם היום פון ביאת המשיח,

כהבטחת משיח צדקנו,

בקרוב ממש.

(משיחת ש“פ בהעלותך תשכ“ז)

Reader controls and commentary are loading.