א.
דער חודש אלול,
ווי באַוואוסט,
איז מחבר דעם פאַרגאַנגענעם און דעם קומענדיקן יאָר.
און דערפאַר איז די עבודה אין אלול אַ צווייענדיקע: א)
דער חשבון צדק אויף די מעשים פון פריערדיקן יאָר,
תשובה טאָן אויף די מעשים לא טובים און דורכדעם מתקן און משלים זיין דעם פאַרגאַנגענעם יאָר.
ב)
די הכנה אויפן קומענדיקן יאָר דורך אָננעמען החלטות טובות וכו’,
און דורכדעם פאַרזיכערן אַ
(כתיבה וחתימה טובה ל)
שנה טובה ומתוקה.
וויבאַלד אַז די שמות החדשים
(ניסן,
אייר וכו’)
זיינען נעמען וואָס תורה 1
באַנוצט זיי
(ביז אַז כמה מהם - כולל דעם נאָמען אלול 2
- ווערן געבראַכט אויך אין תורה שבכתב 3 ),
איז פאַרשטאַנדיק,
אַז זיי גיבן אַרויס דעם תוכן פנימי פון דעם חודש 4
; און עד”ז בעניננו 5 ,
אַז אין דעם נאָמען „אלול” זיינען מרומז די דערמאָנטע צוויי עבודות פון דעם חודש.
און דערפאַר געפינט מען צווישן די „רמזים” אין וואָרט „אלול”,
אַז דער וואָרט טיילט זיך אין צוויי חלקים
(כדלקמן סעיף ב’),
וואָס יש לומר,
אַז די צוויי חלקים זיינען בהתאם צו די צוויי
עבודות הנ”ל.
ב.
פון די רמזים הנ”ל אין אלול:
א)
דער ביאור פון כ”ק אדמו”ר הצ”צ 6 ,
אַז אלול איז צונויפגעשטעלט פון צוויי ווערטער „לא” און „לו”,
וואָס „לא”
(באל”ף)
ווייזט אויף כתר,
וואָס איז העכער פון השתלשלות,
און „לו”
(בוא”ו)
אויף ז”א,
השתלשלות.
[ווי ס’איז מבואר 7
אין דעם ענין פון „בכל צרתם לו צר” 8
- וואָס דער „כתיב” איז „ לא
(צר)
” און דער „קרי” „ לו
(צר)
” - אַז „ לא צר” איז מצד כתר וואָס איז העכער פון השתלשלות,
וואָס דאָרטן איז ניט תופס מקום דער ענין ומצב התחתונים,
און דעריבער איז „בכל צרתם לא צר”; און „בכל צרתם לו צר” איז מצד ז”א,
השתלשלות,
וואו דער מצב וענין התחתונים האָט יאָ אַ תפיסת מקום].
און די שייכות פון די צוויי ענינים -„לא”
(באל”ף)
און „לו”
(בוא”ו)
- צו חודש אלול איז: אין חודש אלול זיינען מאיר די י”ג מדות הרחמים וואָס זיינען העכער פון השתלשלות - „לא”
(באל”ף)
; אָבער די הארה פון די י”ג מדות איז אין אַזאַ אופן אַז זי ווערט נמשך אין השתלשלות
(בבחי’ פנימיות)
- „לו”
(בוא”ו).
ב)
דער ביאור פון טאַטן 9
: דער שם
אלול איז צונויפגעשטעלט פון דעם וואָרט „או” און צוויי למד’ן:
„או” ווייזט אויף מלכות
(ווי עס שטייט אין זהר 10 ),
און די צוויי אותיות פון „או” זיינען מרמז אויף די צוויי בחינות עיקריות פון מלכות 11
: דער אל”ף -כתר דמלכות,
און דער וא”ו - דעת דמלכות;
די צוויי למד’ן ווייזן אויף די „שלשים מעלות” וואָס „המלכות נקנית” 12
בהן,
און היות אַז דאָס וואָס „המלכות נקנית בשלשים מעלות” 12
- די המשכה עליונה וואָס ווערט נמשך אין מלכות -דאַרף זיך אויפטאָן אין ביידע בחינות הנ”ל פון מלכות,
דערפאַר איז דאָ אַ למ”ד סיי נאָכן אל”ף און סיי נאָכן וא”ו.
און די שייכות פון דעם ענין צו חודש אלול איז: דער חורבן הבית שבחודש אב רירט אָן
(בעיקר)
אין ספירת המלכות,
און אין די ימי הרצון פון חודש אלול
(וואָס קומט גלייך נאָך חודש אב)
פאַנגט זיך אָן דער בנין המלכות.
ג.
דער קשר צווישן דעם ביאור פון טאַטן און דעם פירוש פון צ”צ איז
[ניט
נאָר וואָס אין ביידע פירושים ווייזט דער אל”ף אויף כתר וואָס איז העכער פון השתלשלות,
און דער וא”ו אויף דער המשכה בפנימיות
(ז”א
(כפירוש הצ”צ)
אָדער „דעת” - וואָס איז „מפתחא דכליל שית” 13 )
- נאָר]
אויך בנוגע די ווערטער „לא” און „לו”,
וואָס ווערן אָפּגעטייטשט אין ביאור פון צ”צ:
דער טעם פאַרוואָס די צוויי בחינות עיקריות פון מלכות זיינען „כתר דמלכות” און „דעת דמלכות”,
איז דער טאַטע מבאר 14
: צום אַלעם ערשטן מוז זיין דער עונג ורצון אין ענין המלוכה - וואָס דאָס איז „כתר דמלכות”
(כידוע אַז כתר איז עונג ורצון)
; וויבאַלד אָבער אַז „אין מלך בלא עם” 15 ,
דאַרף זיך דער מלך מצמצם זיין און צוטראָגן צום עם,
וואָס דאָס איז דעת דמלכות.
דער חילוק צווישן די צוויי בחינות איז: מצד „העונג והרצון למלוך” 14
איז נאָך דער מלך אינגאַנצן אָפּגעטראָגן פון דעם עם,
דאָ איז נרגש זיין רוממות והתנשאות,
און דעריבער איז אין דעם דער עם ניט תופס מקום;
משא”כ די דרגא פון דעת דמלכות,
וואָס איז ווי דער מלך טראָגט זיך צו צום עם און פירט אָן מיט זיי
(דורך די חוקי המלך וכו’)
- דאָרט רירט אָן די הנהגה פון עם.
און דאָס איז די שייכות פון דעם ביאור פון טאַטן מיטן פירוש פון צ”צ
(אַז דער וואָרט אלול איז „לא” און „לו”)
: אין דער בחינה פון כתר דמלכות,
וואו מעשה התחתונים זיינען ניט תופס
מקום,
איז „בכל צרתם לא צר”; משא”כ אין דער דרגא פון דעת דמלכות -דאָרט זיינען זיי יע תופס מקום,
ס’איז „בכל צרתם לו צר”.
ד.
בהתאם צו די צוויי ענינים הנ”ל אין אלול זיינען,
בכללות,
די צוויי אופני עבודה פון חודש אלול - דער תיקון אויף שנה שעברה און די הכנה לשנה הבאה:
דער עיקר 16
העבודה פון ראש השנה איז צו פועל זיין דעם „תמליכוני עליכם” 17 ,
די „הכתרה” פון אויבערשטן,
מעורר זיין די התנשאות עצמית וואו מעשה התחתונים האָבן ניט קיין תפיסת מקום,
כנ”ל;
און דאָס איז דער טעם וואָס מען זאָגט דאַן „ יבחר 18
לנו את נחלתנו גו’”,
ווייל דער „תמליכוני” אויף אידן איז
(ניט מצד זייער עבודה אין תומ”צ,
נאָר)
מצד דער בחירה חפשית דלמעלה,
מצד דעם וואָס נשמות ישראל זיינען מושרש אין עצמות - נאָך העכער ווי דער שורש פון תורה ומצוות 19
[וואָס דעריבער זאָגט דער אויבערשטער „להחליפם באומה אחרת איני יכול” 20 ,
ניט קוקנדיק אויף זייער מצב אין עבודת התומ”צ],
און דאָס ווערט אויפגעטאָן דורכדעם וואָס אידן זיינען ביי זיך מעורר דעם ביטול פנימי שמצד עצם הנשמה.
אָבער דער תיקון אויף שנה שעברה איז דורך חשבון צדק אין דער עבודה פון תומ”צ - ווי אַזוי מען האָט אויסגעפירט די חוקי המלך - וואָס דאָס איז
פאַרבונדן מיט דער בחינה אין מלכות ווי עס איז בהתחברות מיטן עם.
ה.
וויבאַלד אַז „אלול” איז איין וואָרט,
איז מובן,
אַז דער „לא” און „לו” פון אלול
(זיינען ניט קיין באַזונדערע ענינים,
נאָר זיי)
זיינען באופן,
ווי דער לשון פון צ"צ 6
- „באלול מתחבר לו לא”.
דער ביאור בזה:
דער חשבון צדק אויף שנה שעברה - דער „לו” פון אלול - איז פאַרבונדן מיט תשובה אויף די מעשים לא טובים ותיקונם,
און די סליחה וכפרה אויף די מעשים לא טובים נעמט זיך פון די י”ג מדות הרחמים שלמעלה מהשתלשלות - „לא” דאלול - וואָס דוקא דערפאַר וואָס דאָרטן רירן ניט אָן מעשה התחתונים,
ווערט פון דאָרט נמשך כפרה ותיקון אויף חטא וחסרון אין מעשה התחתונים און אין דער עבודה פון תומ”צ 21 .
און אַזוי אויך לאידך גיסא - דער „תמליכוני עליכם” פון ראש השנה,
דאָס וואָס אידן זיינען מכתיר דעם אויבערשטן אַלס מלך,
וואָס דאָס איז די בחינה פון מלכות וואו דער עם האָט ניט קיין תפיסת מקום
(„לא”),
כנ”ל - איז די כוונה אין דעם,
אַז דאָס זאָל ברענגען צו דער עבודה פון תומ”צ,
צו אָפּהיטן בשלימות די חוקי המלך
(„לו”),
וואָס דורכדעם טוט מען אויף אַז דער „יבחר לנו” בראש השנה בלייבט ניט העכער פון השתלשלות
(„לא”),
נאָר דאָס ווערט נתגלה למטה
(„לו”)
אין אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה לכל אחד ואחת מישראל בטוב הנראה והנגלה למטה מעשרה טפחים.
(משיחת ש”פ ראה תשל”ג)