B"H
🏡

Ikar

אלול א

א.

אין איינע פון די שיחות פון חג הפסח 1 ,

איז כ”ק מו”ח אדמו”ר מתאר דעם רוחניות’דיקן מצב,

וואָס האָט געהערשט שבת מברכים אלול אין ליובאַוויטש - די „עיר הבירה”

(הויפּטשטאָט)

פון כ”ק אדמור”י חב”ד אין משך פון אַ סך יאָרן 2 .

ווערט דאָרט געזאָגט:

„דעם שבת מברכים אלול אין ליובאַוויטש,

הגם עס פלעגט נאָך זיין אַ קלאָר זונשיינענדיגער טאָג,

האָט זיך שוין דער אויר געביטן,

עס האָט זיך שוין אָנגעהויבן פילן דער אלול־ריח,

עס האָט שוין געבלאָזן אַ תשובה ווינט”.

אַלע רייד און ווערטער פון רבותינו נשיאינו זיינען מדוייק אין אַלע זייערע פרטים.

איז פאַרשטאַנדיק,

אַז די פיר תוארים וואָס זיינען דאָ אין דער שיחה בנוגע שבת מברכים אלול -

(א)

דער קלאָרער זון־שיין,

(ב)

דער אומבייט פון דעם אויר,

(ג)

דאָס פילן דעם „ריח” פון אלול און

(ד)

דאָס בלאָזן פון אַ תשובה„ווינט” - זיינען ניט סתם מליצות,

נאָר דאָס זיינען פיר ענינים וואָס דריקן אויס דעם פנימיות’דיקן תוכן פון שבת מברכים אלול.

נאָכמער: די רייד פון רבותינו נשיאינו זיינען מדוייק ניט נאָר בנוגע וואָס זיי האָבן געזאָגט,

נאָר אויך בנוגע ווען זיי האָבן עס געזאָגט - יעדער ענין האָבן זיי געזאָגט אין דעם זמן וואָס איז דערצו צוגעפּאַסט און צו וועלכן ער האָט אַ שייכות

(אע”פ אַז די השפעה

דערפון מוז אויך נמשך ווערן נאָכדעם,

וכמבואר בכ”מ).

און וויבאַלד אַז כ”ק מו”ח אדמו”ר האָט וועגן

(תואר פון)

שבת מברכים אלול גערעדט אין חג הפסח ,

איז מובן אַז ס’איז דאָ אַ פנימיות’דיקע שייכות און פאַרבונד צווישן די צוויי זמנים.

לכאורה איז לגמרי ניט פאַרשטאַנדיק: די צוויי זמנים פון

[שבת מברכים]

אלול און פסח זיינען אין זייער ענין ותוכן ניט בלויז אַנדערש,

נאָר אויך הפכים איינער פון צווייטן 3

: דער ענין פון פסח איז המשכה מלמעלה למטה -פריער „דודי לי” און דערנאָך „ואני לו” 4 ,

און ווי ס’איז ידוע אַז די גאולה פון יצי”מ איז געקומען ניט דורך דער עבודה פון די אידן

(וואָרום אדרבה 5

: פאַר יצי”מ זיינען זיי גאָר געווען אין מצב פון „הללו עובדי ע”ז והללו וכו’” 6 ),

נאָר בדרך אתערותא דלעילא 7

וואָס

האָט מעורר געווען די אתערותא דלתתא ביי אידן; דאַקעגן איז חודש אלול דער זמן העבודה אין אַן אופן פון מלמטה למעלה - פריער א ני ל דודי

(אתערותא דלתתא),

און דערנאָך

(די אתערותא דלעילא)

ו דודי ל י 8

(ראשי תיבות אלול 9 ).

דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס פאַר אַן אָרט האָט צו מבאר זיין אין דעם זמן פון פסח דעם ענין פון

(שבת מברכים)

אלול?

ב.

וביאור הענין: ס’איז ידוע

(כמאמר רז”ל 10

אויפן פסוק 11

„מי הקדימני ואשלם”),

אַז אפילו דאָס וואָס אַ איד דערגרייכט דורך זיין עבודה,

איז דאָס אויך דורך דעם כח וואָס מ’גיט אים דערויף מלמעלה.

נאָך דער אתערותא דלעילא,

קען ער טאָן זיין עבודה בדרך אתערותא דלתתא.

און ווי דער אַלטער רבי איז מבאר 12 ,

אַז אלול איז דער זמן ווען ס’ווערן נתגלה די י”ג מדות הרחמים,

און ער גיט אַ משל אויף דעם פון א ַמלך וועלכער געפינט זיך בשדה,

וואָס דעמאָלט מעג יעדער וואָס וויל -אַרויסגיין דאָרט און מקבל פנים זיין דעם מלך וכו’.

ד.

ה.

הגם אַז אין חודש אלול איז דער סדר העבודה מלמטה למעלה,

אין אַן אופן פון אתערותא דלתתא,

פונדעסטוועגן פאָדערט זיך אויף דעם גופא די התגלות פון י”ג מדות הרחמים און אַ נתינת רשות

(וכח)

מלמעלה; און נאָכדעם קומט די עבודה פון „אני לדודי” 13 .

איז מובן,

אַז די אתערותא דלעילא וואָס ווערט נמשך נאָך און דורך דער עבודה באתדל”ת איז אַ סך העכער ווי די אתערותא דלעילא וואָס ווערט נמשך אַלס הקדמה צו דער עבודה 14

- וואָרום וויבאַלד די פריערדיקע אתעדל”ע קומט בדרך חסד חנם,

במילא איז עס אַ המשכה נאָר פון חיצוניות האור,

משא”כ די המשכת האתעדל”ע וואָס דורך עבודה,

היות אַז „למעשה ידיך תכסוף” 15 ,

איז עס במילא אַ התעוררות פון פנימיות האור; עס איז אָבער אויך פאַרשטאַנדיק,

אַז דאָס וואָס די אתערותא דלתתא האָט דעם כח צו מעורר זיין די אתעדל”ע 16 ,

נעמט זיך דאָס פון דער

פריערדיקער אתעדל”ע 17 .

און הגם אַז די נתינת כח צו דער עבודה פון „אני לדודי” איז די התגלות פון די י”ג מדה”ר אינעם חודש אלול ,

פונדעסטוועגן,

וויבאַלד אַז יעדער ענין האָט זיין באַשטימטן

(אָנהויב און עיקר)

זמן,

און דער זמן פון המשכת האתערותא דלעילא בכלל איז בפסח,

כנ”ל

(משא”כ אלול,

וואָס מצד עצמו איז עס דער זמן העבודה מלמטה למעלה,

כנ”ל)

- איז אַזוי אויך בנוגע דער אתערותא דלעילא אין אלול,

אַז דער שורש פון דער המשכה איז בפסח.

ד.

ה.

אַז פסח איז דער זמן פון אתערותא דלעילא אין אַן אופן כללי,

און דערפון קומען דערנאָך די פרטיות’דיקע המשכות ביי יעדן ענין אין זיין באַשטימטן זמן 18

- כולל אויך די המשכה פון י”ג מדה”ר אין חודש אלול.

און דערפאַר איז די שיחה 19

וועגן שבת מברכים אלול

(וואָס בשבת מברכים ווערן נמשך,

באופן כללי,

אַלע ענינים פון דעם גאַנצן חודש 20 ,

כולל אויך,

המשכת יגמה”ר)

געזאָגט געוואָרן בחג הפסח.

ג.

עפ”ז זיינען פאַרשטאַנדיק די פיר ענינים אין דעם תואר פון שבת מברכים אלול

(אין דער שיחה הנ”ל),

וועלכע

זיינען בכללות איינגעטיילט אין צוויי סוגים: די ליכטיקייט און בהירות פון זיו השמש - אין ערשטן פאַל

(„ הגם עס פלעגט נאָך 21

זיין אַ קלאָר זונשיינענדיקער טאָג”)

; די ענדערונג פון דעם אויר,

דאָס פילן דעם „ריח פון אלול”,

און דאָס „בלאָזן” פון אַ „תשובה־ווינט” - אין צווייטן פאַל -

ווייל די ליכט וזיו השמש ווערט נמשך מלמעלה ,

וואָס בפנימיות הענינים מיינט דאָס די המשכה והארה פון „שמש הוי’”

(וואָס זי ווערט נמשך אין חודש אלול,

ווי אַ פרט פון דער המשכה כללית אין חודש ניסן,

כנ”ל)

; און די אַנדערע דריי ענינים דריקן אויס די התעוררות פון די נבראים למטה וואָס ווערט דערוועקט דורך דער המשכה והארה פון „שמש הוי’”.

ד.

בשייכות צו דער התעוררות פון די נבראים

(וואָס קומט פון דער המשכה מלמעלה)

זאָגט כ”ק מו”ח אדמו”ר צוויי ענינים 22

: א)

„עס האָט זיך שוין אָנגעהויבן פילן דער אלול־ריח”.

ב)

„עס האָט שוין געבלאָזן אַ תשובה־ווינט”.

די שייכות פון „ריח” און „רוח” צו אלול און תשובה:

„עיקר התשובה הוא כמ”ש 23

והרוח תשוב אל האלקים אשר נתנה” 24

- דער עיקר זאַך פון תשובה איז צו דערהויבן זיך צו בחי’ „רוח”

(וואָס דאָ איז דאָס אַ

דרגא למעלה 25

פון „אור”) 26 ,

וואָס דעמאָלט טוט זיך אויף דער „תשוב אל האלקים וגו’”.

און דאָס איז כ”ק מו”ח אדמו”ר מרמז מיטן וואָרט „תשובה ווינט ”,

וואָרום דער עיקר פון תשובה

(אלול)

איז אין דער בחי’ פון „רוח”

(„ווינט”).

און דערמיט איז אויך מובן די שייכות פון „ריח” צו אלול: דער עיקר עבודה פון „אני לדודי” אין אלול איז עבודת התשובה,

וואָס דורכדעם איז מען זוכה צו „רוחו של משיח” 27 ,

וואָס זיין גילוי באַשטייט אין בחי’ ריח ,

ווי ס’שטייט אין פסוק 28

: „והריחו ביראת הוי’ וגו’” -מען פּרואווט עם אויס דוקא מיט „מורח ודאין”,

ווי די חז”ל 29

זאָגן.

ה.

אַלס הקדמה צו די צוויי ענינים - „רוח” פון תשובה און בחי’ „ריח” פון אלול

(דורך תשובה)

- זאָגט כ”ק מו”ח אדמו”ר אין דער שיחה: „עס ..

האָט זיך שוין דער אויר געביטן”,

אָנדייטנדיק דערמיט:

אין די צורכי החיים פון אַ מענטשן זיינען פאַראַן כמה סוגים: אַ הויז צו וואוינען,

קליידונג,

עסן,

טרינקען און לופט צו אָטעמען

(אויר),

וואָס איינס איז נויטיקער פון אַנדערן: קליידער זיינען נויטיקער ווי אַ הויז,

נאָך נויטיקער איז

שפייז,

נאָך מער וויכטיק איז טרינקען און וויכטיקער פון זיי אַלע איז - לופט צום אָטעמען 30

(וואָס דאָס איז אַ שטענדיקע נויטווענדיקייט,

און אָן אויר צום אָטעמען קען ער ניט אויסהאַלטן אפילו אַ משך פון אַ קורצן זמן 31 ).

און וויבאַלד אַז אַ מענטש נויטיקט זיך אַזוי שטאַרק אין אויר,

און

(ווי געוויינטלעך)

ער אָטעמט נאָכאַנאַנד מיטן אויר,

איז דאָך מובן,

אַז דער באַדייט און תועלת פון אויר איז אַ זאַך וואָס יעדער איינער פילט עס תמיד .

און דאָס איז די כוונה פון דעם וואָס ס’ווערט געזאָגט אין דער שיחה וועגן אויר: וויבאַלד דער „ריח” פון אלול און רוח התשובה פילן זיך שוין אין דעם געביטענעם „אויר”

(פון אלול),

הייסט עס אַז זיי זיינען דאַן אין אַן אופן

(פון „אויר”)

וואָס זיינען ניט פאַרבונדן מיט טירחא 32 ,

און אַז זיי זיינען שייך און נויטיק פאַר יעדן איינעם 33 ,

און באַלעבן יעדן איינעם - יעדע נשמה - בכל נשימה,

וכמרז”ל אויפן פסוק 34

: כל הנשמה תהלל י־ה הללוי’.

(משיחת ש”פ ראה ש”מ אלול תשכ”ז)

Reader controls and commentary are loading.