B"H
🏡

Ikar

ראה א

א.

אינעם ערשטן פסוק פון דער פרשה "ראה אנכי נותן וגו׳ פארטייטשט דער תרגום אונקלוס די ווערטער "ברכה וקללה - ברכן ולוטין ": און אזוי פאר־ טייטשט ער אויך דעם ווארט "קללה" אין די ווייטערדיקע פסוקים.

אין תרגום יונתן אבער איז ער מתרגם דעם ווארט ״וקללה״ - אין די צוויי פסוקים

("ברכה וקללה,

והקללה אם לא תשמעו")

"וחילופא"

(און עד״ז אויך אין תרגום ירושלמי אין צווייטן פסוק "וחילופיהן") 1 .

דארף מען פארשטיין,

וואס איז דער טעם השינוי צווישן די צוויי תרגומים אינעם אפטייטש פון ווארט "קללה"?

נאכמער איז ניט פארשטאנדיק,

וואס אינעם ווייטערדיקן פסוק "ואת הקללה על הר עיבל",

איז דער תרגום יונתן גופא משנה און פארטייטשט דעם ווארט "הקללה"

(ניט ווי פריער: וחילופא,

נאר)

- "ומלטטיא" 2

(ווי דער תרגום אונקלוס).

ב.

נאך איז תמוה אין דער תרגום יונתן: א)

"קללה" איז א מושג וענין פאר זיך,

"חילופא" אבער מיינט אן אומבייט פון א

(פריערדיקן)

ענין אדער צושטאנד.

ב)

״חילופא״ - איז שייך ביי צוויי

ענינים וואס זיינען אנדערש איינער פון צווייטן,

וואס דערפאר בייט מען זיי אום,

זיי דארפן אבער האבן אן ענליכקייט צווישן זיך,

וואס דערפאר איז שייך זיי אומבייטן - אבער ניט בא צוויי זאכן וועלכע זיינען אינגאנצן היפך איינער פון צווייטן,

ווי ברכה און קללה.

[און ווי מען געפינט עס אינעם ענין פון חילופי אותיות,

אז דאס איז ביי אותיות וואס האבן צווישן זיך א געמיי־ נזאמקייט אין א געוויסן פרט; און ע״ד וואס דער זהר 3

הק׳ זאגט אז "ועד הוא אחד בחלופי אתוון",

צוליב דעם וואס די אותיות "ועד" האבן א שייכות צו די אותיות "אחד" 4

: דער וא״ו פון "ועד" פארבייט דעם אל״ף פון "אחד",

ווייל זיי ביידע זיינען פון די אותיות "אהוי"

(אותיות ההמשך 5

אותיות הנוח 6 ,

אותיות הנשימה 7 ) 8 ,

און אזוי בייט זיך אויך דער חי״ת פון "אחד" אויפן ע׳ פון "ועד",

ווייל זיי זיינען פון סוג אותיות "אחה״ע" וועלכע קומען פון גרון 9 .

און דל״ת רבתי

פון ״אחד״ אויך דל״ת בינוני פון ״ועד״ - ביידע זיינען אבער א דל״ת].

היינט ווי איז שייך צו פארטייטשן דעם ווארט ״קללה״ ״ חילופא ״ און -פון "ברכה"?

ג.

דער ביאור אין דעם 10

:

דער אונטערשייד

( בכלל )

צווישן תרגום אונקלום און תרגום יונתן

(וירושלמי)

באשטייט אין דעם,

וואם דער תרגום אונקלום טייטשט די ווערטער לפי פשוטו של מקרא,

און אין געציילטע ערטער 11

לפי ענינו אבער פשוטו של הענין,

אבער דער תרגום יונתן

(וירושלמי)

איז בכו״כ מקומות טייטשט ער ניט נאר דעם פשט,

נאר ער איז מוםיך ביאור 12 ,

בריינגט מדרשי חז״ל,

דינים א.

ז.

וו. 13 .

און דעריבער איז אונקלום

(וואם איז מפרש לפי פשטות הכתובים)

מתרגם דעם ווארט ״וקללה״ - ״ולוטין״.

ע״פ מדרשי חז״ל איז דאם אבער ניט גלאט: וויבאלד דער פםוק זאגט דעם לשון " אנכי נותן לפניכם היום" אז דאם קומט פון אויבערשטן,

איז ווי קען מען דא טייטשן אז דער אויבערשטער* 13

איז נותן

- וכל הנותן בעין יפה נותן ** 13

- גיט א זאך וואם איז דער היפך פון טוב וברכה

(״לוטין״)

- ם׳איז דאך פארשטאנדיק אז "אין רע יורד למלעלה" 14

און "מפי עליון לא תצא הרעות" 15 ?

ומהאי טעמא איז תרגום יונתן מבאר אז קללה דא מיינט ״חילופא״ 16

- דער אומ-בייט פון ברכה.

ד.

ה.

דאם וואם עם ווערט אן ענין פון "קללה" איז עם ניט מצד דעם ״ אנכי נותן ״ נאר מצד דעם מקבל,

דורכ-דעם וואם דער מקבל איז שלא כדבעי ווערט אט די ברכה

(איידער זי קומט אן להמקבל)

״איבערגעביטן״ דורך מעשה המקבל פון ברכה אויך קללה 17

- ענדליך ווי מעשה המקבל פון "תשמעו אל מצות ה״א" בריינגט דעם "אנכי נותן ברכה".

אין דעם ווייטערדיקן פםוק אבער,

וואו עם שטייט " ונתתה וגו׳ הקללה על הר עיבל" וואם דארט רעדט זיך ניט וועגן " אנכי נותן לפניכם" 18 ,

איז אויך יונתן מתרגם כפשוטה " ומלטטיא ".

ד.

ם׳איז אבער נאך אלץ ניט גלאטיק: ווי קען מען זאגן אז דער "חילופא - קללה" איז א זאך וואם קומט ניט פון אויבערשטן,

נאר דאם ווערט דורכן

מקבל,

בעת פון המשך הפסוק " אנכי נותן לפניכם היום ברכה וקללה " איז פארט מובן,

אז די ווערטער "אנכי נותן" באציט זיך אויך צום ווארט "וקללה"?

ובפרט אז עס שטייט בוא״ו המוסיף .

איז דער ביאור בזה:

כללות ענין התרגום פון תורה - פון לשון הקודש אויך לשון ארמי

(וכדומה)

- צוליב אידן 19

איז געקומען צוליב גלות ושעבוד פון אידן,

וואס מחמת דעם מצב האט זיך געשאפן די נויטיקייט צו מתרגם זיין די תורה 20

אין די פארשידע־ נע לשונות פון ע׳ אומות.

אבער אין דעם גופא זיינען פאראן צוויי אופנים ווי די יסורי הגלות ווערן געזען און אויסגעטייטשט:

ע״פ תרגום אונקלוס,

דער תרגום פון בבל 21

- דער מקום הגלות וואו דער העלם והסתר איז בתוקף 22

- ווערן די יסורים אויפגענומען ווי זיי זען אויס בפשטות: אן ענין פון ״לוטין

(- קללה)

".

ע״פ תרגום יונתן וירושלמי,

וואס זיי

זיינען תרגומים פון ארץ ישראל 23

-וואס דארט איז ניט אזא העלם והסתר מצד הגלות - זעט זיך מער בגלוי די פנימיות פון דער זאך

(מתאים אויך להנ״ל,

אז זייער אופן התרגום איז ע״פ מדרשי חז״ל,

וואס זיינען מגלה די פנימיות פון תושב״כ),

און דערפאר טייטשן זיי אויס,

אז יסורי הגלות זיינען באמת "חילופא",

ע״ד הנ״ל א חילוף פון צוויי זאכן וואס זיינען פון איין סוג - ווייל נאר דער אופן המשכת הברכה ווערט געביטן אבער די כוונה ותכלית

(ופנימיות)

איז טוב וברכה.

וע״ד מש״נ 24

: ויענך וירעיבך גו׳ כי כאשר ייסר איש את בנו ה״א מיסרך - כדי עס זאל זיין - ושמרת את מצות ה״א גו׳ מביאך אל ארץ טובה גו׳ 25 .

בכדי אידן 26

זאלן נזדכך ווערן און מקבל זיין די גילויים 27

נעלים פון דער גאולה 28 .

און דאס זאגט מען בלשון תרגום

(ניט אין לשון הקודש),

וואס אין פשטות איז די מטרה פון יעדער תרגום אז אויך פשוטי העם,

וואס פארשטייען ניט קיין

לשון הקודש,

זאלן קענען פארשטיין עניני תורה 20

; ד.

ה.

דעם טעם פנימי פון "קללה" וגלות זאגט מען ניט נאר צו תלמידי חכמים וכו׳,

וואם אויף זיי האט דער גלות ניט גע׳פועל׳ט אויף אזוי פיל,

נאר אויך ובעיקר צו פשוטי העם,

אויף וועמען דער העלם והםתר האט גע־ ווירקט אזוי שטארק אז זיי מוזן אנקומען צום תרגום לשבעים לשון - אויך זיי איז מען מגלה דעם תוכן פנימי פון "קללה" ויםורי הגלות.

דאם אלץ איז ביי התחלת הפרשה וקיצור תוכנה,

ד.

ה.

ווען מען זאגט כללות ענין העבודה תוכנה ותכליתה,

דע־ מאלט זאגט מען דעם תכלית און די כוונה פנימית פון "קללה"; בשעת מען האלט אבער ביי דער עבודה בפועל -"והי׳ כי יביאך ה׳ אלקיך אל הארץ אשר אתה בא שמה לרשתה״ - איז בכדי צו באווירקן און דורכנעמען דעם נפה״ב ויצה״ר,

פאדערט זיך מ׳זאל אים דאם אפטייטשן כפשוטו: "מלטטיא",

וואם נאר אויף דעם אופן קען מען באהערשן דעם יצה״ר,

כמרז״ל 29

״לעולם ירגיז אדם ..

על יצה״ר".

ה.

דער טעם וואם די תורה זאגט,

אז די קללה וואם "אנכי נותן לפניכם" איז אן ענין פון "חילופא",

איז ניט נאר מיט דער כוונה צו פארלייכטערן די עבודה פון אידן,

נאר דאם איז אויך נוגע צו דעם עצם הענין.

דער ביאור בזה - בפנימיות הענינים - ובהקדם אז לויט פשוטו של מקרא

(און אזוי איז ער אויך מפרש אין מדרש רבה 30 )

דא גייט "אנכי נותן" אויף

הקב״ה: לכאורה שטעלט זיך די שאלה: וויבאלד אז "אנכי

(נותן)

" איז העכער פון שמות און אפילו פון אות וקוץ וכל׳ הזהר 31

- אחדות פשוטה,

טא ווי איז שייך צו זאגן אז פון אחדות הפשוטה זאל קומען אויך דער צווייטער אופן ההמשכה פון

(״קללה״ -)

"חילופא"?

איז דער ענין אין דעם ע״ד המבואר במ״א 32 ,

אז אמת׳ע פשיטות זאגט זיך ארוים דוקא אין התחלקות: בשעת עצם הפשוט ווערט נתגלה אין ריבוי קוין,

בפרט ווען זיי זיינען הפכים,

דאם גופא איז דער הכרח אז ער איז ניט מצוייר ומוגדר אין קיין שום ציור ותואר ח״ו,

נאר ער איז פשוט בתכלית הפשיטות,

וואם דעריבער זיינען פאר אים אויך די קוים רבים והפכים קיין מניעה ניט.

און וויבאלד אז אחדות הפשוטה פון "אנכי" ווערט נתגלה,

כביכול,

דוקא דורך דעם קו ההפכי "חילופא",

קומט אוים אז המשכת אלקות למטה דורך דעם קו איז,

כביכול,

העכער און טיפער ווי די המשכה אין אן אופן פון "ברכה" וטוב בגלוי.

וואם דאם איז מתאים מיט דעם וואם דער אלטער רבי איז מבאר 33

(בםגנון אחר),

אז פנימיות ענין היםורים איז בחי׳ טוב פון עלמא דאתכםיא,

פון י״ה פון שם הוי׳,

וואם איז העכער פון טוב הגלוי

- דאס זײנען חסדים המכוסים,

וואס קענען ניט אראפקומען באופן פון חסד גלוי;

און דאס איז אויך די הסברה

(פנימית)

פון דעם וואס עס שטייט 34

"את אשר יאהב הוי׳ יוכיח״ - אז דער ענין פון "יאהב הוי׳",

די גרויסע אהבה און קירוב מיוחד פון אויבערשטן,

ווערט נמשך אין אן אופן פון ״יוכיח״ -חסדים נסתרים,

ווארום חסד בגלוי איז חיצוניות החסד 28 .

און עפי״ז איז נאכמער מוסבר דער טעם וואס די יסורים וכדומה,

וואס זעען אויס ווי "קללה",

ווערן אנגערופן ״חילופא״,

ווייל ״לפי האמת אינם רק ברכות" און זיי זיינען נאך העכער פון ברכות באופן גלוי 35

- ס׳איז נאר "חילופא": אן איבערבייט אין די אופני השפעה,

וואס דאס איז דערפאר ווייל בשרשם זיינען זיי העכער פון חסדים גלויים 36 .

אבער כדי אז אויך אט די ברכות און חסדים נעלים זאלן קומען לידי גילוי,

מ׳זאל בעיני בשר זען אז דאס זיינען חסדים,

איז דאס דורך דעם וואס אידן ווייסן און אנערקענען אז די יסורים זיינען חסדים מכוסים וואס קומען פון דעם אויבערשטן און דאס רופט ביי זיי ארויס צו זיין " שמחים ביסורים",

ווערט דורך דעם נתגלה די פנימיות און שורש

פון דעם אויך איצט אז ה׳ יתן הטוב ..

מגולה 37 .

ו.

ע״פ הנ״ל איז מובן ביותר די שייכות צווישן דער פרשה מיט איר הפטרה,

ווי אויך מיט די הפטרות פון שבעה דנחמתא בכלל 38

:

אין די הפטרות רעדט זיך וועגן דער נחמה וואס דער אויבערשטער אליין וועט טרייסטן די אידן און אין אן אופן פון "אנכי אנכי הוא מנחמכם" 39 ,

צוויי מאל ״אנכי״ - א העכערער גילוי ווי ביי מ״ת,

וואו ס׳שטייט איין מאל "אנכי" 40

; און אזוי ווערט אין די הפטרות גערעדט וועגן דער גרויסער השפעה פון " ורב טוב לבית ישראל" 41

(ניט נאר טוב סתם),

וואס מען געפינט דאס ניט בשאר ההפטרות.

וואס דער טעם דערפון איז: אין דעם זמן פון שבעה דנחמתא ווערן נתגלה די חסדים המכוסים 42 ,

וואס זיינען געווען באהאלטן אין די ג׳ דפורעניתא,

אין דעם זמן פון בין המצרים; ווארום,

כנ״ל,

צוליב זייער העכערן שורש האט מען זייער טוב וחסד ניט געזען אפענער-הייט 43 ,

ואדרבה,

בחיצוניות האט עס אויסגעקוקט ווי מיצר און פורעניות -

און דער אויפטו פון שבעה דנחמתא איז,

אז אויך אט דער העכערער טוב קומט לידי גילוי 44 .

און אויך דער סדר און אופן הגילוי פון די חסדים איז מרומז אין די הפטרות,

במיוחד אין הפטרת פרשתנו 45

"עני׳ סוערה לא נחמה וגו׳".

דער אבודרהם 46

ברענגט פון מדרש א טעם לההפטרות פון די "שבעה דנחמתא" וסדרן: אין דער ערשטער הפטרה זאגט דער אויבערשטער צו די נביאים "נחמו נחמו עמי",

אז זיי זאלן טרייסטן די אידן.

אויף דעם קומט דער ענטפער פון כנסת ישראל

(אין דער צווייטער הפטרה)

"ותאמר ציון עזבני הוי׳ "

(אז אזא נחמה,

דורך די נביאים איז ביי זיי כאילו "עזבני הוי׳״)

- זיי ווילן אז די נחמה זאל קומען

(ניט דורך נביאים,

נאר)

פון דעם אוי־ בערשטן אליין.

און בשעת די נביאים גיבן איבער דעם אויבערשטן

(אין דער דריטער הפטרה)

אז "עני׳ סוערה לא נחמה",

זאגט אויף דעם דער אויבער־ שטער

(אין דער פערטער הפטרה)

" אנכי אנכי הוא מנחמכם",

אז ער נעמט אן זייער תביעה און ער אליין טרייסט זיי.

און בהמשך לזה קומען

(די פינפטע און זעקסטע הפטרות)

"רני עקרה לא ילדה" און "קומי אורי כי בא אורך",

וואס דאס זיינען נחמות וואס דער אויבערשטער אליין זאגט צו אידן.

און דערויף ענט־ פערט כנס״י

(אין דער זיבעטער הפטרה)

״שוש אשיש בהוי׳ ״,

אז איצט - נאך דעם

ווי דער אויבערשטער אליין טרייסט זיי ״רני עקרה״ און ״קומי אורי״ - איז "שוש אשיש בהוי׳ תגל נפשי באלקי וגו׳״ -דער אויבערשטער בעצמו.

איז לכאורה ניט פארשטאנדיק: דער אויבערשטער איז דאך יודע הכל ויודע עתידות,

האט ער דאך מלכתחילה גע־ וואוסט אז די נחמה דורך די נביאים וועט ניט נתקבל ווערן ביי אידן און ער אליין וועט זיי מנחם זיין - היינט פאר־ וואס האט ער מיט זיין נחמה געווארט כביכול ביז די אידן וועלן קומען מיט דער טענה אז עזבני הוי׳ ואד׳ שכחני?

נאר ע״פ הנ״ל איז מובן: וויבאלד אז ס׳איז דער זמן וואס קומט נאך דער ירידה גדולה ביותר פון ת״ב,

קען דעריבער זיין אז אידן זאלן זיך באנוגע־ נען מיט דער נחמה דורך די נביאים,

ובפרט נאך אז דאס איז א נחמה בכפ־ ליים 47

- אבער דעמולט מיינט עס אז אידן נעמען אן די פורעניות אלס עונש וקללה לעצמה ר״ל

(וואס דערויף איז מספיק נחמת הנביאים)

און ניט אז אין דער פורעניות גופא איז פארבארגן א חסד נעלה,

וואס קומט פון דעם אוי־ בערשטן אליין;

וויבאלד אבער אז נאך דער נחמה פון די נביאים טענה׳ן אידן "עזבני הוי׳ ואד׳ שכחני",

אז ניט נאר איז דאס פאר זיי ניט מספיק,

נאר נאכמער: ״עזבני ה׳ ואד׳ שכחני״ - דאס איז א באווייז אז אידן ווייסן און פילן אז די פורעניות וירידה איז נאר "חילופא",

אז באמת זיינען זיי חסדים המכוסים,

און דערפאר טענה׳ן זיי בנוגע דער נחמה ע״י

הנביאים: ניט דאם איז דער גילוי הפנימיות והכוונה פון גלות; פון דעם גודל הפורעניות איז מוכח אז דאם זיינען חם-דים נעלים ביותר,

אזעלכע חםדים און נחמות וואם קענען קומען נאר פון דעם אויבערשטן אליין;

און די הכרה וידיעה גופא רופט ארוים דעם גילוי 48 ,

דער אויבערשטער איז מם-

כים מיט זייער טענה,

אז די נחמה דורך די נביאים איז ניט מםפיק - עני׳ םוערה לא נחמה - און ער ב״ה אליין זאגט: אנכי אנכי הוא מנחמכם,

ביז ווי עם וועט זיין בשלימות אין דער גאולה האמיתית והשלימה וואם דאן וועט מען זען בגלוי ובעיני בשר די חםדים פון אויבערשטן בטוב הנראה והנגלה.

(משיחת ש״פ ראה תשכ״ו)

Reader controls and commentary are loading.