א.
מ’האָט שוין פיל מאָל גערעדט 1
וועגן דעם טאָג פון „עשרים באב”,
אַז דאָס איז איינער פון די ט’ זמנים פון „עצי כהנים והעם” 2 ,
ווי די גמרא 3
דערציילט,
„כשעלו בני הגולה לא מצאו עצים בלשכה” האָבן געוויסע משפחות מנדב געווען עצים צום מזבח „משלהם”.
און דערפאַר האָט מען מתקן געווען,
אַז יעדע פון די משפחות זאָלן האָבן דעם טאָג מידי שנה בשנה - אויף ברענגען עצים למערכה,
און מען זאָל נוצן זייערע עצים פאַרן מזבח „אפילו לשכה מלאה עצים”; דער טאָג איז ביי זיי געווען אַ יו”ט און זיי האָבן געבראַכט דאַן אויך אַ „קרבן עצים” 4 .
בשעת איינער פון די זמנים -לדוגמא: עשרים באב - איז חל בשבת,
ווען מ’קען ניט מקריב זיין דעם קרבן עצים
(ווייל ער איז ניט דוחה שבת)
-שטייט אין משנה 5
אַז „מאחרין ולא מקדימין”; און אַזוי איז אויך דער דין ביי אַנדערע פאַלן,
ווי די משנה רעכנט
דאָרט אויס „תשעה באב חגיגה והקהל” 6 .
בנוגע די לעצטע אויסגערעכנטע פאַלן איז די גמרא 5
מסביר פאַרוואָס „מאחרין ולא מקדימין” - „תשעה באב אקדומי פורענות לא מקדמי,
חגיגה והקהל משום דאכתי לא מטי זמן חיובייהו”; אָבער בנוגע עצי כהנים והעם שטייט ניט אין גמרא קיין טעם 7 .
געפינט מען אין דעם אַ שינוי
(ולכאורה - אַ סתירה)
צווישן פירוש רש”י לש”ס און פירוש רש”י לרי”ף 8
:
אין גמרא איז רש”י מפרש: „אכתי לא מטא זמן חיובייהו,
ואם יקדימוה לא יצאו ידי חובתן וכן עצי כהנים שקבוע להם זמן קבוע בנדרים”.
דאָס הייסט,
אַז אויך ביי עצי כהנים איז דער טעם ווייל „אכתי לא מטא זמן חיובייהו” 9 .
אָבער בפירוש רש”י לרי”ף שטייט,
אַז „מאחרין עד אחר השבת לפי שכל היום של ע”ש זמן הוא למביא עצים עד עכשיו ואינם רוצים שיכנסו בזמנם
להביא עצים וקרבן עצים בעוד שזמן הישינים עדיין להביא” 10
(און דערפאַר דאַרף די גמרא ניט זאָגן ביי „זמן עצי כהנים והעם” דעם טעם פאַרוואָס „מאחרין ולא מקדימין” - ווייל דאָ איז עס אַ „מילתא דפשיטא”,
מטעם הנ”ל).
און לויט דעם טעם קומט אויס,
אַז ווען דעם „מביא עצים עד עכשיו” וואָלט ניט געאַרט אַז אַ צווייטע משפחה זאָל ברענגען עצים וקרבן עצים אין זיין זמן,
וואָלט מען יע געקענט מקדים זיין דעם קרבן עצים לערב שבת,
אע”פ אַז „אכתי לא מטא זמן חיובייהו” 11 .
ב.
די נפקא מינה צווישן די צוויי פירושי רש”י - צי מ’זאָגט אין דעם פאַל „לא מקדימין” ווייל „אכתי לא מטא זמן חיובייהו” אָדער ניט - איז אויך נוגע אין אַנדערע ענינים:
אין ירושלמי 12
איז דאָ אַ פלוגתא צווישן אמוראים,
צי אַ גבאי צדקה דאַרף לייען געלט כש„אין בכיס” פאַר אַן עני נצרך
(און באַצאָלן דאָס פון די מעות צדקה וואָס וועלן אַריינקומען שפּעטער).
זאָגט דער ראָגאַטשאָווער 13 ,
אַז דער טעם פון דעם מ”ד אין אומרים ללות איז פאַרבונדן מיט דעם פרש”י 14
לש”ס הנ”ל,
וואו מ’זעט אַז „האומר שיביא קרבן לזמן פלוני אם הביא קודם לא יצא” - ועד”ז איז בנדון הנ”ל פון צדקה:
דאָס וואָס דער גבאי צדקה טאָר ניט לייען
(כשאין בכיס)
איז,
ווייל מ’טאָר ניט נוצן די צדקה געלט וואָס מ’וועט שפּעטער מנדב זיין
(און באַקומען)
אויף אָפּצוצאָלן דעם חוב פון פריער ,
ווייל דעמאָלט וועט אויסקומען אַז „נתקיים הצדקה קודם זמן קביעות הנדר” 15
- די מצות צדקה האָט זיך אָפּגעטאָן פאַר דעם זמן וואָס דער נותן איז קובע און מנדר די געלט אויף צדקה,
ובמילא איז מיטן אָפּצאָלן דעם חוב הקודם - דער מענטש ניט יוצא זיין נדר לצדקה.
לפ”ז קומט אויס,
אַז לויט פרש”י לרי”ף - אַז לולא זאת וואָס די פריערדיקע משפחה וויל ניט „שיכנסו בזמנם”,
וואָלט מען געמעגט מקדים זיין דעם קרבן עצים
(אע”פ אַז דאָס איז „קודם זמן קביעות הנדר” - „לא מטא זמן חיובייהו”)
- פאַלט אָפּ דער טעם הנ”ל פון דעם מ”ד „אין אומרים ..
ללות”.
ג.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים אַ תמי’ אין פירש”י לרי”ף הנ”ל - אַז מ’איז ניט מקדים דעם קרבן עצים לערב שבת ווייל דאָס איז דער זמן פון דעם „מביא עצים עד עכשיו ואינם רוצים
שיכנסו בזמנם” - דלכאורה איז ניט מובן:
וואָס איז נוגע דאָ דער רצון פון דער פריערדיקער משפחה - דאָס קביעות זמן קרבן העצים איז געווען דורך די נביאים 16
(דעת ב”ד ),
און אויב עס האָט אַן אָרט צו מקדים זיין דעם קרבן עצים צו ערב שבת,
דאַרף מען זיך ניט רעכענען מיטן רצון פון דער פריערדיקער משפחה?
ד.
ויש לבאר,
אַז די צוויי פירושי רש”י זיינען ניט בסתירה זה לזה,
נאָר אדרבה - איינער איז משלים דעם צווייטן,
ובהקדים:
דער חיוב המשפחות ב„זמן עצי כהנים והעם” בהבאת קרבן עצים איז מצד דין נדר 17 ,
וואָס ביי נדר דאַרף מען זיך רעכענען ווי ס’איז געווען דעת הנודר 18
בשעת ער האָט געמאַכט דעם נדר.
און וויבאַלד אַז עס איז אַ דבר הרגיל וביותר אַז איינער אָדער כמה פון די ט’ זמנים זיינען חל בשבת 19
- איז געוויס האָבן די מנדבים מלכתחילה געהאַט
בדיעה 20
ווען עס זאָל זיין די הקרבת הקרבן כשחל בשבת - פריער אָדער שפּעטער.
און דאָס איז וואָס דער פירוש רש”י לרי”ף איז מוסיף ביאור אין דעם פירוש רש”י לש”ס 21
: דאָס וואָס זמן עצי כהנים והעם איז „אכתי לא מטא זמן חיובייהו” איז עס ניט
(נאָר)
ווייל עס איז קודם יום השבת
(דער זמן חיוב פון שאר השנים),
נאָר אין דעם פאַל איז דער „זמן חיובייהו” הויבט זיך ערשט אָן נאָך שבת.
וואָרום וויבאַלד אַז די פריערדיקע משפחה וויל ניט „שיכנסו בזמנם”,
איז דעת הנודר
(די שפּעטערדיקע משפחה)
מלכתחילה געווען 22
אַז ווען זיין זמן וועט חל זיין בשבת,
זאָל מען ברענגען דעם קרבן עצים נאָך שבת,
(דגדול השלום ובפרט בעניני מזבח וקרבן 23 ).
(ואדרבה - לולא וואָס די פריערדיקע משפחה איז ניט מרוצה „שיכנסו בזמנם”,
איז מסתבר לומר אַז דעת הנודר וואָלט געווען אַז מ’זאָל דוקא מקדים זיין זייער קרבן עצים - לערב שבת,
ווייל:
(א)
„מצוה הבאה לידך אל תחמיצנה” 24 .
(ב)
את”ל אַז נוצן זייערע עצים
(לקרבן צבור)
איז געווען בזמנו
(בעשרים באב
(וכיו”ב))
אפילו כשחל בשבת 25 ,
קומט אויס,
אַז ווען מ’לייגט אָפּ
דעם קרבן עצים ביז נאָך שבת,
גייט אַדורך אַ טאָג וואָס זיי דאַנקען ניט דעם אויבערשטן פאַר דעם זכות פון הבאת עצים).
און דערפאַר איז דער פאַל אַ „מילתא דפשיטא” אַז „מאחרין ולא מקדימין”
(און די גמרא דאַרף עס גאָרניט באַוואָרענען,
כנ”ל סעיף א)
- אפילו ווען די פריערדיקע משפחה איז אַמאָל מסכים אַז מ’זאָל עס ברענגען בזמנם - ווייל דאָס וואָס דאָ איז „אכתי לא מטא זמן חיובייהו” איז עס ווייל דער חיוב
(- דעת הנודר)
איז מלכתחילה אויף - מאחרין.
ועפ”ז איז לפענ”ד אויך ניטאָ קיין ראי’ פון דעם דין צו דער פלוגתא צי אומרין ללות
(ווי דער ראָגאַטשאָווער זאָגט,
כנ”ל סעיף ב)
- ווייל דאָס וואָס „לא מקדימין” אין אונזער פאַל,
איז עס ווייל דעת הנודר איז מלכתחילה צו מאחר זיין,
קען מען פון דאַנען ניט אָפּלערנען לגבי אַן אַנדער פאַל,
ווען דער נודר האָט ניט גענומען אין באַטראַכט אַ דבר בלתי רגיל
(כ”כ)
- פריעת חוב בממונו - צי מ’מעג טאָן די צדקה „קודם זמן קביעות הנדר” 26 .
ה.
דערפון קומט אויך אַרויס בנוגע אַ יאָרצייט שחל בשבת,
וואָס מ’איז דאָך נוהג צו געבן צדקה ביום היאָרצייט
(ועד”ז איז דאָ דער מנהג בכמה מקומות צו פאַסטן ביום היאָרצייט 27 )
- וואָס דאָס איז דאָך אַן ענין פון נדר 28
- קען מען קלערן 29 ,
צי מ’זאָל עס מקדים זיין לערב שבת,
אָדער מאחר זיין ליום ראשון.
לויט דעם ראָגאַטשאָווער הנ”ל דאַרף לכאורה אויסקומען,
אַז מ’דאַרף עס מאחר זיין 30
ביז נאָך זמן „קביעות הנדר” 31 .
ע”פ המבואר לעיל איז אָבער פאַרשטאַנדיק,
אַז וויבאַלד מ’ווייס לכתחילה אַז דער יאָרצייט וועט חל זיין
(בכמה שנים)
ביום השבת,
איז דער נדר מלכתחילה 32
אין אַן אופן שקרוב יותר להוראת חז”ל אַז „מצוה הבאה לידך אל תחמיצנה” 24 ,
מ’זאָל מקדים זיין די נתינת הצדקה צו ערב שבת,
זיין אַ מקדים לדבר מצוה 33 .
(משיחת ש”פ עקב,
כ’ מנ”א,
תשכ”ז)