א.
אין פסוק 1
„כל המצוה אשר אנכי מצוך היום תשמרון לעשות וגו’” שטעלט זיך רש”י אויף די ווערטער „כל המצוה” און איז מפרש: כפשוטו,
ומדרש אגדה 2
אם התחלת במצוה גמור אותה וכו’
(כדלקמן סעיף ב).
וואָס איז שווער אין דעם ערשטן פירוש - „כפשוטו” - וואָס צוליב דעם דאַרף רש”י בריינגען אַ צווייטן פירוש,
און דערצו נאָך פון „מדרש אגדה”?
זיינען מפרשים 3
מסביר,
אַז אין פסוק איז שווער דער לשון „כל המצוה”,
וואָס „מצוה” איז אַ לשון יחיד - איין מצוה,
און די משמעות פון „כל” איז - אַלע מצות.
דאַרף מען זאָגן,
אַז דער טייטש אין „כל
(המצוה)
” דאָ איז
(ניט „ אַלע מצות”,
נאָר)
„ יעדע מצוה”.
עס בלייבט אָבער ניט פאַרשטאַנדיק: לפ”ז האָט געדאַרפט שטיין „כל מצוה”
(אָן אַ ה”א) 4
- ניט „כל ה מצוה”?
דעריבער זאָגט רש”י - „כפשוטו,
ומדרש אגדה וכו’”: ניט קוקנדיק אויף די שוועריקייט אין ערשטן פירוש,
„כפשוטו”,
איז דאָך דאָס דער פירוש ראשון ועיקרי
(אין פשוטו של מקרא)
; אָבער די צו פאַרענטפערן די שאלה הנ”ל,
בריינגט רש”י אַ צווייטן פירוש
(פון מדרש אגדה)
- „אם התחלת במצוה גמור אותה” - וואָס לויט דעם פירוש רעדט טאַקע דער פסוק וועגן
איין מצוה,
און דער לשון „ כל המצוה” מיינט,
אַז מ’דאַרף טאָן די גאַנצע מצוה 5
(און ניט אַ מקצת פון אַ מצוה).
כד דייקת אָבער,
קען מען ניט זאָגן אַז רש”י איז אויסן צו באַוואָרענען אָט די קשיא,
ווייל 6
דער זעלבער לשון - „כל המצוה” - שטייט שוין פריער אין חומש 7 ,
און רש”י שטעלט זיך דאָרט ניט אָפּ 8
אויף דעם; מוז מען זאָגן,
אַז דאָס איז
(ביי רש”י)
קיין קשיא ניט 9 ,
ווייל אויך „כל המצוה” קען
(לויט רש”י)
מיינען - אַלע מצות 10 .
וא”כ הדרא קושיין לדוכתא: וועלכע שוועריקייט איז דאָ אין „כל המצוה” וואָס שטייט אין אונזער פרשה,
וואָס
דוקא דאָ שטעלט זיך רש”י אויף דעם און זאָגט „כפשוטו” און ברענגט נאָך אויך אַ פירוש פון מדרש אגדה?
ב.
אין דעם פירוש פון מדרש אגדה וואָס רש”י בריינגט ובאריכות - „אם התחלת במצוה גמור 11
אותה שאינה נקראת המצוה אלא על שם הגומרה שנאמר 12
ואת עצמות יוסף אשר העלו בני ישראל ממצרים קברו בשכם והלא משה לבדו נתעסק בהם להעלותם אלא לפי שלא הספיק לגומרה 13
וגמרוה ישראל נקראת על שמם” - דאַרף מען פאַרשטיין כמה דיוקים אין לשון רש”י.
ומהם:
א)
לכאורה איז די התחלה פונעם פירוש,
„אם התחלת במצוה גמור אותה”,
מספיק צו מסביר זיין דעם לשון „כל המצוה”,
וואָס איז דאָ נוגע דער המשך „שאינה נקראת המצוה אלא ע”ש הגומרה כו’” 14 ?
ב)
ובפרט נאָך - די ראי’ דערויף
(פון משה)
„שנאמר ואת עצמות יוסף כו’”?
ג)
אויב רש”י וויל שוין בריינגען אַ ראי’ וואָס אונטערשטרייכט דעם חומר פון ניט גומר זיין אַ מצוה,
וואָלט דאָך מער מתאים געווען צו בריינגען די ראי’ פון וועלכער חז”ל
(אין גמרא 15
און מדרש 16 )
לערנען אָפּ אַז המתחיל במצוה ואינה גומרה „מורידין אותו מגדולתו”,
און נאָכמער,
„קובר כו’” -פון יהודה?
ד)
וואָס איז דער לשון „אלא לפי שלא הספיק לגומרה” 17
- רש”י וויל דאָך
(בעיקר)
אַרויסבריינגען אַז „נק’ ע”ש גומרה”,
איז מאי נפק”מ פאַרוואָס משה האָט די מצוה ניט גומר געווען?
וויבאַלד ער איז מוסיף די ווערטער „לא הספיק כו’” איז משמע אַז דאָ איז נוגע דער אופן וואָס דער ניט גומרה איז געווען - באונס
(„לא הספיק”)
ס’איז ניט געווען תלוי אין אים 18 .
ג.
דער ביאור בזה וועט ווערן פאַרשטאַנדיק בהקדם השאלה: פאַרוואָס לערנט ניט רש”י דעם „כל המצוה”
(ווי אַנדערע מפרשים 19
לערנען),
אַז דאָס באַציט זיך צו דעם וואָס עס רעדט זיך אין די פסוקים ערשט פאַר דעם 20
„פסילי אלקיהם תשרפון באש לא תחמוד גו’ ולא תביא תועבה אל ביתך גו’” - דער איסור פון ע”ז - און דערפאַר
(ווייל ס’רעדט זיך וועגן איין מצוה 21 )
זאָגט תורה „המצוה” ל’ יחיד;
און לאידך ווערט אויף דעם געזאָגט „כל” און עס ווערט אויך אָנגערופן מצוה סתם,
ווי רש”י האָט שוין מפרש געווען בפירושו פריער 22
: „שקולה ע”א כנגד כל המצות כולן והנזהר בה 23
כשומר את כולן” און לפי”ז איז אויך גלאַטיק דער לשון „כל ה מצוה” מיט אַ ה”א הידיעה - די מצוה וועגן וועלכער עס רעדט זיך ערשט פריער 24 .
איז די הסברה בזה: אין פריערדיקע פסוקים זאָגט משה אָן די אידן,
אַז זיי וועלן אייננעמען א”י „ונתן מלכיהם בידך” 25
און ער איז מזהיר אַז „פסילי אלקיהם תשרפון גו’ ולא תביא תועבה גו’”,
ד.
ה.
ווי מ’דאַרף זיין אָפּגעהיט נאָכדעם ווי מ’וועט אַריין און כובש זיין ארץ ישראל.
במילא איז ניט מסתבר אַז „כל המצוה” מיינט דעם פריערדיקן ציווי פון „פסילי אלקיהם תשרפון גו’ ולא תביא תועבה גו’” - וואָרום אין דעם פסוק
(„כל המצוה וגו’”)
איז ער ממשיך „ למען תחיון וגו’ ובאתם 26
וירשתם את הארץ”,
אַז דורך „תשמרון לעשות” „כל המצוה” וועט מען דערלעבן צו שפּעטער אָנקומען און ירש’נען ארץ ישראל,
בעת אַז די פריערדיקע ציוויים באַציען זיך צום זמן וואָס קומט נאָכן „באתם וירשתם את הארץ”
(כאָטש אַז בדוחק קען מען זאָגן,
אַז דערמיט ווערט געמיינט דער איסור פון ע”ז בכלל,
און לאו דוקא שפּעטער 27 ).
ד.
עפ”ז וועט מען פאַרשטיין פאַרוואָס רש”י שטעלט זיך אויפן פסוק און איז מפרש „כפשוטו”: משה רבינו האָט אָנגעהויבן זאָגן משנה תורה „בעשתי עשר חודש באחד לחודש” 28
- ר”ח שבט,
אַזוי אַז פ’ עקב איז דורך אים געזאָגט געוואָרן נאָך,
אָדער בר”ח שבט;
און וויבאַלד אַז משה רבינו זאָגט „כל המצוה אשר אנכי מצוך היום תשמרון לעשות למען תחיון ורביתם ובאתם וירשתם את הארץ”,
אַז צוליבן קיום פון
„כל המצוה” אַלע מצות 29 ,
וועט מען זוכה זיין 30
צו אייננעמען א”י,
איז ניט מובן וואָס דער פסוק זאָגט „כל המצוה”,
אַז דורך דעם קיום פון אַלע
(תרי”ג)
מצות - וועט שפּעטער זיין
(„למען”)
„תחיון ורביתם ובאתם וירשתם” 31
- זיי האָבן דאָך דעמאָלט צווישן אָנהייב’ס שבט און דער כניסה לארץ,
געקענט מקיים זיין בלויז אַ גאָר קליינע צאָל פון די תרי”ג מצות - כלל ניט די מצות התלויות בארץ און אויך ניט כמה וכמה מצות וואָס זיינען נוהג בחו”ל,
ווי די דינים וואָס זיינען שייך צו יו”ט א.
ד.
ג.
[און ס’איז אַ דוחק גדול זאָגן אַז מיט כל המצוה מיינט ער
(ניט אַלע מצוות,
נאָר)
בלויז די מצות „אשר אנכי מצוך היום ” - דער טאָג 32
- וואָרום:
א)
פאַרוואָס זאָל „באתם וירשתם את הארץ” זיין דווקא אין זכות פון דעם קיום פון די מצות וואָס ער האָט זיי אָנגעזאָגט דעם טאָג?
ב)
דער פירוש הפשוט פון „
(מצוך)
היום ” איז ניט דער איין איינציקער טאָג,
נאָר - דער היינטיקער
(איצטיקער)
זמן בכלל 33
(און „מצוך היום” מיינט כפשוטו אַלע מצות
(פון משנה תורה עכ”פ)
; און
ווי עס שטייט פריער אין ס”פ ואתחנן „ושמרת את המצוה ואת החוקים ואת המשפטים אשר אנכי מצוך היום לעשותם”,
וואָס מיינט כפשוטו אַלע מצות).
ג)
אויב מ’זאָל זאָגן אַז „היום” דאָ מיינט דוקא דעם טאָג ,
ווערט די שאלה: מ’ווייס דאָך ניט וועלכע זיינען די מצות וואָס ער האָט אָנגעזאָגט אין יענעם טאָג
(און אויך ניט וועלכער טאָג ס’איז דעמאָלט געווען)?
און מ’האָט דאָך אַ כלל „לא בא הכתוב לסתום אלא לפרש” 34 ].
דעריבער איז רש”י מפרש „כל המצוה - כפשוטו”: ער באַוואָרנט,
אַז מ’דאַרף מפרש זיין „כל המצוה” אַלע מצות -ווי מ’געפינט אַז אַ לשון יחיד ווערט באַנוצט אַלס „שם המין” וואָס איז כולל אַ ריבוי פרטים - הגם ס’איז ניט גאָר גלאַטיק אַזוי צו איינלערנען.
און לפי”ז איז דער פירוש „כל המצוה” ניט אַלע תרי”ג מצות,
נאָר אַלע מצות וואָס די אידן האָבן אַ מעגליכקייט זיי צו מקיים זיין ביז דער כניסה לארץ.
ס’איז אָבער פאָרט אַ דוחק אַזוי צו מפרש זיין,
כנ”ל - אַז דער ל’ „כל המצוה” איז שם המין וואָס איז כולל אַלע מצות אָן אונטערשייד,
און,
לאידך,
מיינט עס דאָ נאָר אַ מיעוטא דמיעוטא פון אַלע מצות - דעריבער בריינגט רש”י אַ צווייטן פירוש „אם התחלת במצוה גמור אותה”,
וואָס לפי”ז איז „כל המצוה ”
(ניט קיין שם המין פון כללות המצות,
נאָר דאָס)
מיינט די גאַנצקייט פון אַ מצוה,
כנ”ל.
עס איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק: וואָס פאַר אַ שייכות האָט אָט דער ציווי אויף צו גומר זיין אַ מצוה,
צו דער כניסה לארץ - אַז בזכות גמר מצות וועט קומען די כניסה?
דעריבער בריינגט רש”י דעם המשך
(מיט אַלע פרטים)
„שאינה נקראת המצוה אלא על שם הגומרה שנאמר כו’”,
כדלקמן.
ה.
כיבוש וירושת ארץ ישראל דורך די אידן כאָטש אַז דאָס איז געקומען צוליב דער שבועה „אשר נשבע ה’ לאבותיכם”,
איז דאָס אָבער אויך געווען פאַרבונדן מיטן קיום המצות פון די אידן הכובשים 35 ,
ווי משה זאָגט בפירוש אין דעם פסוק 36 .
[וואָס דערפאַר זעט מען,
אַז כאָטש ס’איז געווען די שבועה צו די אבות,
האָט אָבער דער חטא המרגלים גורם געווען אַז יענער דור איז ניט אַריין אין א”י 37 ].
און דאָס קומט דאָ דער פסוק זאָגן: אעפ”י אַז אויך די אידן פון פריערדיקן דור - פון די ארבעים שנה - האָבן מקיים געווען מצות,
און דערמיט צוגעהאָלפן צו דער
(אופן 38
ה)
כניסה לא”י 39 ,
אעפ”כ „אינה נקראת המצוה אלא על שם הגומרה”,
די אידן וואָס האָבן זיך געפונען בסוף שנת הארבעים,
צו זיי דווקא זאָגט משה „כל המצוה ..
תשמרון לעשות למען גו’”,
אַז ביאת הארץ וירושת הארץ ווערן אויפגעטאָן אין זכות פון זייערע מצות.
לויט דעם איז פאַרשטאַנדיק וואָס אין „כל המצוה ..
למען” איז מודגש דער ענין פון „אם התחלת במצוה גמור אותה”: דערמיט ווערט אָנגעזאָגט אַז די כניסה לארץ איז דווקא דורך „ כל המצוה”,
דורך דעם וואָס איז „גומרה” - די וואָס האָבן גומר געווען דעם קיום המצוה
(בסיום שנת הארבעים).
עפ”ז איז אויך מובן אַז דער מדרש אגדה איז ניט מוציא מפשוטו
(לגמרי ומבטל)
דעם פי’ הפשוט אין „כל המצוה”,
ווייל אויך לויטן פירוש פון מדרש אגדה מיינט עס
(ניט בלויז איין מצוה,
נאָר יעדערן פון)
אַלע מצות -די אַלע מצות וואָס אידן האָבן מקיים געווען אין משך פון די ארבעים שנה במדבר ווערן פאַררעכנט אַלס מצות פון דעם דור וואָס האָבן „גומר” געווען די מצות
(פאַר דער כניסה לארץ).
ו.
ווערט אָבער אַ שאלה: בשלמא די אידן וואָס האָבן געהאַט אַ שייכות צו עצת המרגלים און האָבן ניט געוואָלט
אַריינגיין אין א”י,
איז מובן פאַרוואָס זייערע מצות ווערן - בשייכות צו כניסה לארץ - גערעכנט
(ניט אַלס זייערע,
נאָר)
ע”ש פון די אידן וואָס זיינען אַריין אין א”י,
וויבאַלד זיי האָבן ניט געוואָלט אַריינגיין אין א”י
(זיי האָבן,
אדרבה,
גורם געווען אַז אידן זאָלן בלייבן אין מדבר מ’ שנה)
;
אָבער די אידן וואָס זיינען ניט געווען בעצה אחת מיט די מרגלים און זיינען געשטאָרבן אין מדבר נאָר דערפאַר וואָס זיי זיינען געווען אין כלל הגזירה זייענדיק „מעשרים שנה ולמעלה” אין יענעם זמן,
פאַרוואָס זאָלן זייערע מצות ניט פאַררעכנט ווערן אַלס אַזעלכע וואָס האָבן צוגעהאָלפן צו דער כניסה לארץ.
און אויך לאידך גיסא: די אידן וואָס זיינען בעת הגזירה געווען יינגער פון עשרים שנה,
אָבער אויך זיי האָבן ניט געוואָלט אַריינגיין אין א”י,
אָבער אויף זיי האָט ניט חל געווען די גזירה פון דור המרגלים און זיי זיינען אַריין אין א”י -פאַרוואָס זאָל זיין נקראת המצוה על שמם?
דעריבער ברענגט רש”י „שנאמר 12
ואת עצמות יוסף גו’ והלא משה לבדו נתעסק בהם להעלותם אלא לפי שלא הספיק לגומרה וגמרוה ישראל”,
וואָס עפי”ז איז פאַרשטאַנדיק: א)
ס’איז קיין חילוק ניט וואָס ס’איז געווען די סיבה צוליב וועלכער ער האָט ניט גומר געווען די מצוה,
אפילו ווען דאָס איז דורך אַן אונס,
ווי באַ משה’ן „לא הספיק לגומרה”,
ווערט די מצוה פאָרט אָנגערופן נאָר על שם גומרה;
ב)
און עד”ז לאידך,
כאָטש אַז „משה לבדו נתעסק בהם”,
ד.
ה.
אַז פון די יוצאי מצרים יינגער פון עשרים שנה וואָס האָבן שפּעטער אַריינגעבראַכט די עצמות יוסף אין א”י און זיי קובר געווען
בשכם,
האָבן בעת יציאת מצרים ניט געוואָלט העלפן משה’ן איז דער התעסקות אַרויסצונעמען עצמות יוסף פון מצרים,
אעפ”כ,
וויבאַלד זיי האָבן דאָס גומר געווען איז נקראת על שמם.
עד”ז איז אויך בנדו”ד,
אין דער כניסה לארץ: א)
ס’איז נקראת ע”ש הגומרה אויך כלפי די וואָס זיינען ניט אַריין מצד אַן אונס,
ניט צוליב זייער שולד; ב)
ס’איז נקראת ע”ש הגומרה אפילו ע”ש אַזאַ וואָס האָט פריער
(ניט בלויז ניט אָנגעהייבן טאָן די מצוה,
נאָר ער האָט)
געטאָן דעם היפך 40 .
ועפ”ז איז מובן בפשטות וואָס רש”י בריינגט דוקא און נאָר דעם ענין „שאינה נקראת המצוה אלא ע”ש הגומרה” און בריינגט די ראי’ דערויף פון משה’ן - און ניט דעם ענין פון „מורידין אותו וכו’”,
כנ”ל והראי’ פון יהודה - וואָרום דאָ איז ניט נוגע דער חומר הענין פון ניט גומר זיין די אָנגעהייבענע מצוה; דאָ איז נוגע דער ענין אַז „נקראת כו’ ע”ש הגומרה”
(דער דור שנכנס לארץ)
און אפילו אין אַזאַ פאַל ווען דער פריערדיקער מתחיל האָט עס ניט זוכה געווען צו גומר זיין מחמת אונס.
ז.
ע”פ הנ”ל וועט אויך פאַרענטפערט ווערן נאָך אַ שאלה בפרש”י: לכאורה לאו רישא סיפא ולאו סיפא רישא - רש”י הייבט אָן
(אין דעם פירוש פון מדרש אגדה)
„אם התחלת במצוה גמור אותה”,
וואָס פונ’ם לשון איז משמע אַז ס’איז דאָ אין דעם אַ חיוב און מצוה,
און דערנאָך איז ער ממשיך „שאינה נקראת המצוה אלא על שם הגומרה”,
ד.
ה.
אַז ס’איז בלויז אַן ענין וואָס עס לוינט אים - בכדי די מצוה
זאָל אָנגערופן ווערן על שמו; און אויב אַז אים אַרט ניט וואָס די מצוה וועט ניט זיין „נקראת על שמו”,
איז משמע אַז ס’איז ניטאָ קיין מוז אַז דוקא ער זאָל גומר זיין.
אָבער ע”פ הנ”ל,
אַז דער המשך אין רש”י „שאינה נקראת כו’” קומט מסביר זיין
(נאָר)
די שייכות לנדו”ד,
איז דאָס מובן: בנוגע צום מתחיל המצוה איז טאַקע דאָ אַ חיוב 41
צו גומר זיין די מצוה;אָבער דער פירוש רש”י איז אויסן צו מדגיש זיין דעם חידוש ביי דעם גומר המצוה,
אַז כאָטש דער מתחיל איז געווען אַן אונס און האָט ניט געקענט גומר זיין
(ווי בנדו”ד 42 ,
די וואָס זיינען
ניט אַריין אין א”י מצד גזירת הקב”ה,
און ע”ד ווי משה רבינו),
אעפ”כ ווערט די מצוה פאַררעכנט בלויז „ע”ש הגומרה”.
ח.
פון די ענינים מופלאים וואָס מ’געפינט אין פרש”י:
רש”י זאָגט דעם לשון
(ע”ד ווי אין תנחומא)
„שאינה נקראת המצוה אלא על שם הגומרה”,
אין גמרא אָבער איז דער לשון „מעלה עליו הכתוב על שגמרו כאילו עשאו”.
דער טעם וואָס דווקא דער לשון „נקראת ע”ש הגומרה”
(ווי אין מדרש)
איז מתאים לפשש”מ - און ניט „כאילו עשאו”
(ווי אין גמרא)
[דאָס וואָס רש”י ברענגט בכלל דעם לשון המדרש און ניט דעם לשון הגמרא,
איז דער טעם בפשטות: אין גמרא רעדט זיך ניט וועגן דעם פסוק „כל המצוה”,
און ס’ווערט בכלל ניט דערמאָנט „מצוה”,
נאָר „כל העושה דבר ולא גמרו ובא אחר וגמרו מעלה עליו הכתוב כו’”; משא”כ אין מדרש שטייט דער לשון מצוה און אין שייכות צו דעם פסוק -און וויבאַלד רש”י שטעלט זיך אויף דעם פסוק און אים איז עס נוגע לגבי די מצות פון דור שנכנסו לארץ,
דעריבער זאָגט ער דעם לשון ווי אין מדרש]
י”ל אַז בנדו”ד,
כאָטש ס’איז „ נקראת המצוה כו’ על שם הגומרה” קען מען אָבער - ע”פ פשטות הדברים - ניט
זאָגן אַז דאָס איז „כאילו עשאו “ 43
- אַז ס’איז גלייך ווי נאָר ער האָט געטאָן די מצוה און דער אַנדערער האָט דערצו קיין שייכות ניט.
בסגנון אחר: ס’זיינען אין דעם דאָ צוויי פרטים - דאָס וואָס „נקראת המצוה כו’ ע”ש הגומרה” עס רעדט זיך נאָר ביחס צום גומר; אָבער בנוגע צום מתחיל,
ליגט טאַקע אויף איםאַ חיוב צו גומר זיין 44 ,
אָבער אויך זיין התחלת המצוה
(ובפרט אויב ער האָט עס ניט גומר געווען צוליב אַן אונס)
איז אַן עשי’ פון דער מצוה
(מצדו) 45 .
וואָס פון דעם איז פאַרשטאַנדיק בנוגע להנהגה בפועל: פון פשטות הלשון „אם התחלת במצוה גמור אותה”
איז מוכח אַז פון „כל המצוה” לערנט מען אַרויס נאָר דעם חיוב,
אַז אויב ער האָט אָנגעהייבן טאָן דאַרף ער עס פאַרענדיקן,
אָבער ניט דעם ענין,
אַז אויב מ’קען ניט טאָן די גאַנצע מצוה זאָל מען גאָר ניט אָנהייבן.
וואָס לפי”ז איז פאַרשטאַנדיק בפשטות 46
וואָס רש”י זאָגט 47
(פון גמרא 48 )
אויפן פסוק „אַז יבדיל משה שלש ערים בעבר הירדן” - „ואע”פ שאינן קולטות עד שיבדלו אותן שבארץ כנען אמר משה מצוה שאפשר לקיימה אקיימנה” - כאָטש משה האָט געוואוסט אַז ער וועט די הבדלת ערי מקלט ניט קענען פאַרענדיקן און מפריש זיין
(אויך)
די דריי ערי מקלט אין א”י,
זעט מען דערפון אַז אויך התחלת המצוה איזאַ חלק 49
און אַן ענין אין קיום 50
ועשיית המצוה 51 ,
כאָטש מ’ווייס פאָראויס אַז מ’וועט ניט קענען ענדיקן.
ט.
ע”פ כהנ”ל איז פאַרשטאַנדיק,
אַז נדו”ד האָט קיין שייכות ניט צו דער שקו”ט הידועה 52
: צי אַ חלק פון שיעור
(אָדער מעשה)
המצוה,
וואָס מען איז מחוייב ,
איז פאַר זיך אַ טייל פון דער מצוה,
און עס ליגט אויף אים אַ חיוב צו מקיים זיין דעם חלק - אָדער ניט,
ולדוגמא: עסן אַ האַלבן כזית מצה וכיו”ב.
וואָרום
[נוסף על הנ”ל,
אַז לפי פרש”י מיינט ניט „אם התחלת במצוה גמור אותה” אַז די התחלה פון אַ מצוה איז ניט אַ חלק פון דער מצוה - איז]
די שקו”ט הנ”ל איז בנוגע מצוות וואָס זיינען חובת היחיד,
און דער חיוב איז צו טאָן די גאַנצע מצוה 53
; משא”כ דאָ רעדט זיך וועגן אַזעלכע מצוות וואָס ס’איז ניטאָ קיין חיוב אויף אים בפרט צו טאָן זיי,
נאָר לפועל האָט ער זיי אָנגעהויבן צו טאָן
(„התחלת במצוה”),
וואָס דאַן -„
( אם התחלת במצוה)
גמור אותה”* 53
-וויבאַלד ער האָט עס אָנגעהויבן,
איז שוין דאָ אויף אים אַ חיוב לגמור.
ע”ד ווי ביי עצמות יוסף,
וואָס „השבע השביע את בנ”י לאמר פקד יפקוד אלקים אתכם והעליתם את עצמותי מזה אתכם” 54 ,
די השבעה וחיוב איז געווען אויף אַלע אידן בשווה
(אַז מ’זאָל אַרויסנעמען די עצמות יוסף פון מצרים)
;
אָבער נאָכדעם ווי משה התחיל במצוה „ויקח משה את עצמות יוסף עמו” איז שוין אויף אים בפרט געווען דער חיוב צו גומר זיין די מעשה המצוה,
און וויבאַלד אַז לא הספיק לגומרה,
מצד האונס,
„וגמרוה בנ”י”,
דערפאַר איז זי נקראת על שמם.
די הסברה אין דעם י”ל 55
: אין די ענינים וואָס זיינען אַ חובת הצבור,
איז בשעת איינער הייבט אָן טאָן ווערט ער ע”ד ווי אַ „שליח” פון דעם גאַנצן צבור אין דער מצוה,
און במילא באַקומט ער אַ חיוב מיוחד
(אַלס שליח)
צו גומר זיין די מצוה* 55 .
יו”ד.
וי”ל אַז עד”ז איז געווען בנוגע צום ענין פון בני גד ובני ראובן: אויף זייער בקשה „יתן את הארץ הזאת לעבדיך לאחוזה אל תעבירנו את הירדן” 56
האָט זיי משה צום ערשטן געזאָגט „האחיכם יבואו למלחמה ואתם תשבו פה” 57 ,
נאָר אַז זיי האָבן געענטפערט 58
„אנחנו נחלץ חושים לפני בנ”י גו’” האָט משה דאָס אָנגענומען
(„אם תחלצו לפני ה’ למלחמה ועבר לכם כל חלוץ גו’ ונכבשה הארץ לפני ה’”)
און דערביי באַוואָרנט אַז,
„ואם לא תעשון כן הנה חטאתם לה’ ודעו חטאתכם אשר תמצא אתכם”.
וואָס לכאורה קען מען פרעגן: איה”נ,
זיי האָבן אויף זיך אָנגענומען דעם „נחלץ חושים”,
פאַרוואָס האָט עס אָבער
משה אַרויסגעבראַכט אין אַזאַ אופן חמור,
אַז אויב ניט באופן פון „חלוצים תעברו” און „לפני אחיכם בנ”י” איז „חטאתם לה’” - וואָס פון דעם איז משמע אַז אפילו אויב זיי וועלן גיין און מלחמה האַלטן צוזאַמען מיט אַלע אידן גלייך ,
אָבער ניט חלוצים גו’,
איז עס אַן ענין בלתי רצוי - „חטאתם” 59 .
ע”פ הנ”ל קען מען זאָגן אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט’ן כלל „אם התחלת במצוה גמור אותה”:
כיבוש א”י איז אַ מצוה 60
וואָס ליגט אויף אַלע אידן גלייך,
ס’איז חובת הצבור.
בשעת מ’האָט מנחיל געווען ארץ סיחון ועוג צו בני גד ובני ראובן איז דאָס דורכדעם געוואָרן אַ טייל פון ארץ ישראל 61
; קומט במילא אויס,
אַז דורך זייער נוחל זיין ארץ סיחון ועוג האָט זיך אויפגעטאָן
(למפרע)
די התחלה פון מצות כיבוש ארץ ישראל .
[דערמיט ווערט אויך פאַרענטפערט די סתירה אין פירוש רש”י 62
: אין איין אָרט 63
זאָגט ער „כיון שנכנס משה לנחלת בני גד ובני ראובן שמח ואמר כמדומה שהותר לי נדרי”,
ד.
ה.
ער האָט געמיינט אַז „הותר לי נדרי”
(ניט גלייך נאָכן כיבוש ארץ סיחון ועוג,
נאָר)
נאָר נאָכדעם וואָס ער האָט מנחיל געווען
ארץ סיחון ועוג צו בני גד ובני ראובן
(„נחלת בני גד ובני ראובן”)
; און אין אַן אנדער אָרט 64
זאָגט ער „לאחר שכבשתי ארץ סיחון ועוג דמיתי שמא הותר הנדר” -
ווייל דוקא דורכדעם וואָס ס’איז געוואָרן „ נחלת בני גד ובני ראובן”,
איז דאָס געוואָרן אַ טייל פון א”י,
ובמילא איז עס
(למפרע)
געוואָרן די התחלה פון כיבוש א”י].
און וויבאַלד אַז דורך זיי האָט זיך אויפגעטאָן די התחלה פון מצות כיבוש ארץ ישראל,
האָט אויף זיי חל געווען אַ חיוב מיוחד
(נוסף אויף דעם חיוב צוגלייך מיט אַלע אידן פון יענעם דור 65 )
צו ענדיקן דעם כיבוש בהתאם צום כלל „אם התחלת במצוה גמור אותה”.
און דעריבער,
בשעת זיי האָבן געבעטן ארץ סיחון ועוג אַלס נחלה ,
האָט זיי משה געענטפערט,
אַז זיי זאָלן וויסן,
אַז דורכדעם באקומען זיי אַ דין פון „המתחיל במצוה”,
ובמילא איז ניט גענוג דאָס וואָס זיי וועלן העלפן די אַנדערע שבטים אין דעם המשך כיבוש הארץ,
עבר הירדן מערבה,
נאָר „גמור אותה” - עס דאַרף זיין „חלוצים תעברו
לפני אחיכם בנ”י”,
ווייל אויף זיי ליגט אַ חיוב מיוחד,
מערער ווי אויף אַלע אידן 66 .
יא.
פון יינה של תורה אין דעם פרש”י - און אויך אַ הוראה דערפון בימינו אלה: היינטיקער דור איז לויט אַלע סימנים 67
דער דור פון עיקבתא דמשיחא,
וואָס וועט אינגיכן אַרויס פון גלות און גיין לארצנו הקדושה בהגאולה האמתית דורך משיח צדקנו -
איז געזאָגט געוואָרן
(אויך)
אויף דעם „אין המצוה נקראת אלא ע”ש הגומרה”: כאָטש אַז אין די פריערדיקע דורות האָבן זיך אידן עוסק געווען בתורה ומצות איןאַ גרעסערן און העכערן אופן ווי אין היינטיקן דור,
זאָגט מען אָבער אַז „אינה נקראת אלא ע”ש הגומרה”,
אַז די גאולה קומט אין זכות פון די מצות וואָס אידן זיינען מקיים בדור הזה,
דורך גמר וסיום העבודה אין עיקבתא דמשיחא;
וואָס דאָס דאַרף געבן און גיט אַן עידוד מיוחד יעדן אידן צו מוסיף זיין אין קיום התורה ומצות און דורכדעם ממהר זיין די גאולה שע”י משיח צדקנו.
לאידך,
איז אויך די הוראה פאַר יעדן אידן „אם התחלת במצוה גמור אותה”:
ס’איז ידוע די אגרת הקודש פון בעש”ט 68 ,
אַז אויף זיין שאלה „אימתי קאתי מר” האָט משיח געענטפערט „לכשיפוצו מעיינותיך חוצה”,
און עס ליגט אַ חיוב אויף דעם גאַנצן כלל ישראל אויף מפיץ זיין די מעיינות,
תורת הבעש”ט,
חוצה - צו אַלע אידן.
במיוחד איז דאָס אָבער נוגע צו די וואָס „התחילו במצוה”,
וואָס האָבן אָנגעהייבן טאָן אין הפצת המעיינות 69 .
ס’קען זיין אַז נאָך אַ געוויסן זמן זאָל ווערן אַ התרשלות אין דער אַרבעט,
טראַכטענדיק,
אַז מ’קען דאָס איבערלאָזן פאַר אַ צווייטן צו ממשיך זיין,
און ער וועט אים העלפן מיט אַן עצה טובה וכיו”ב.
איז די הוראה „התחלת במצוה גמור אותה” - וויבאַלד דו האָסט אָנגעהייבן די אַרבעט פון הפצת המעיינות איז אויף דיר אַ חיוב
(און אַ זכות)
צו ממשיך זיין און גומר זיין אָט די עבודה.
[ובפרט נאָך אַז מ’וויל האָבן כל ריבוי הברכות און השפעות פון דעם אויבערשטן,
וואָס ער איז משפיע און ממשיך ע”י עבדיו הנשיאים בכל דור ודור,
ובדורנו דורך דעם רבי’ן דעם שווער]
;
און בשעת מען איז מחליט מיט אַ תוקף און מיט אַן אמת צו ממשיך זיין אין דער אַרבעט בהרבצת התורה בכלל,
ובהפצת המעיינות חוצה בפרט,
העלפט דער אויבערשטער און גיט כחות אַז מ’קען בייקומען אַלע שוועריקייטן.
און בתוככי אַלע אידן,
צוזאַמען -
איז מען גומר די מצוה,
מ’בריינגט אַראָפּ משיח צדקנו למטה מעשרה טפחים במהרה בימינו ממש.
(משיחת ש”פ עקב תשכ”ז)