B"H
🏡

Ikar

עקב א

א.

אויף „והי’ עקב תשמעון” טייטשט רש”י: „אם המצות קלות שאדם דש בעקביו תשמעון”.

דער מקור פון דעם פירוש איז אין מדרש תנחומא 1 ,

אָבער דאָרט איז דער לשון: „מצות קלות שאין בני אדם משגיחין בהן אלא שמשליכין אותן תחת עקביהן” 2 .

דאַרף מען פאַרשטיין: בשלמא רש”י’ס פירוש „שאדם דש בעקביו” - אַז דער מענטש „טרעט” אויף די מצות

(איז מזלזל אין זיי 3 )

- איז מובן ווי דאָס ווערט אַרויסגעבראַכט אין דעם לשון „עקב”,

וואָרום „דש” ווערט געטאָן „בעקביו”; אָבער לויטן פירוש המדרש „שמשליכין אותן תחת עקביהן” איז ניט גלאַט

(ע”ד הפשט)

: וואָס פאַר אַ שייכות האָט דאָס אַרויסוואַרפן די מצות -ד.

ה.

זיי ניט מקיים זיין - צו „תחת עקביהן” דוקא?

אַז מען איז ניט מקיים די מצות קלות,

הייסט עס,

אַז מען וואַרפט זיי אינגאַנצן אַרויס

(ניט נאָר „תחת עקביהן”).

ב.

ווייטער שטייט אין מדרש,

אַז דאָס איז וואָס דוד המלך זאָגט 4

„למה אירא בימי רע עון עקבי יסובני”: דוד זאָגט,

אַז ער האָט ניט מורא „מן מצות החמורות שבתורה”,

נאָר „מן מצות הקלות,

שמא עברתי על אחת מהן אם עשיתי אם לא עשיתי מפני שהיתה קלה ואתה אמרת הוי זהיר במצוה קלה כבמצוה חמורה”.

איז ניט גלאַטיק: זיכער איז דוד המלך געווען אָפּגעהיט אין אַלע מצות,

אויך אין מצות קלות,

און ווי דער מדרש ברענגט גלייך דאָ ובהמשך 5

צו דער דרשה הנ”ל,

אַז דאָס וואָס דוד המלך זאָגט 6

„גם עבדך נזהר בהם בשמרם עקב רב ”,

מיינט עס די „מצות קלות”

(און „עקב רב ” איז מרמז,

ווי דער מדרש איז ממשיך,

אויפן פסוק 7

„מה רב טובך אשר צפנת גו’”,

וואָס דאָס איז „שכרן של מצות קלות”)

- היינט וויסנדיק אַז „עבדיך נזהר בהם” פאַרוואָס זאָגט ער „אני מתיירא מן מצות הקלות” 8 ?

ג.

איז די ערקלערונג אין דעם:

דער מדרש רעדט ניט וועגן איינעם וואָס האַלט אַז מען דאַרף ח”ו ניט זיין זהיר אין מצות קלות

(ומכל שכן ניט פון אַ מבזה די מצות - ער „טרעט” אויף זיי).

דאָ רעדט מען וועגן אַזאַ וואָס ער איז מסכים אַז מען דאַרף מקיים זיין מצות קלות און איז זיך משתדל צו מקיים זיין זיי,

נאָר ער איז זיי „משליך תחת העקב” - ער לייגט אָפּ זייער קיום אויף שפּעטער און נאָך שפּעטער - ביז נאָך דעם „עקב”.

ער טענה’ט,

פריער וועט ער זען אַז „דער קאָפּ” - ד.

ה.

די ענינים החמורים ביותר - זאָלן זיין כדבעי; דערנאָך ענינים וואָס זיינען „נאָענט” צו „דער קאָפּ”,

מצות נאָענט צו זיי בחומרא וכו’,

און גאָר צולעצט וועט ער טראַכטן וועגן ענינים פון „עקב”,

און וואָס נאָך ווייטער: הידורים,

לפנים משורת הדין וכיו”ב 9 .

מען קען ניט אָנהויבן פון דער פּיאַטע - טענה’ט ער - עס מוז זיין אַ סדר .

און לפי הסדר דאַרף מען פריער אָנהויבן מיט גאָר נויטיקע ענינים,

און כל זמן ער איז ניט פאַרטיק גאָר אינגאַנצן מיט זיי,

האָט ער ניט וואָס צו טראַכטן וועגן שאר ענינים ובפרט - פון לפנים משורת הדין,

מילי דחסידותא וכדומה.

אַז מען קומט צו אַ אידן און מען מאָנט ביי אים אהבת ישראל,

אַז ער זאָל ליב האָבן

(אפילו)

אַ אידן וואָס ער האָט פון אים קיינמאָל קיין טובה ניט געהאַט און אפילו קיינמאָל ניט געזען 10

-טענה’ט ער,

וואָס מאָנט מען באַ אים אַזאַ דרגא אין אהבת ישראל,

בשעת ער האַלט נאָך ניט כדבעי אפילו באַ אַ סך פשוט’ערע דרגות.

והראי’,

אַז אפילו בשייכות צו אַ אידן וואָס ער קען אים און האָט געהאַט פון איסאַ טובה,

פאַלט ער אַמאָל דורך אין „ואהבת ..

כמוך ” - כאָטש ער איז זיך ניט חושד אין,

ח”ו - משלם זיין רעה תחת טובה!

אַזוי אויך,

וואָס מאָנט מען פון אים אַז ער זאָל היטן די שיעורי חת”ת -לערנען אַלע טאָג די פרשה ח ומש מיט פירוש רש”י,

זאָגן אַלע טאָג דעם שיעור חדשי אין ת הלים און דעם שיעור יומי אין ת ניא - בשעת ער פאַרפעלט אַמאָל פון פריערדיקע עניני התפילה!

זיין טענה איז: אמת אַז די אַלע ענינים דאַרף מען טאַקע מקיים זיין,

אָבער ער האַלט נאָך ניט דערביי,

דאַרף ער טאָן און גיין מיט אַ סדר.

אַ משך זמן

(ביז עס וועט ווערן זיין הרגל - שלושים יום 11 )

- בענינים עקרים וואָס שטייען אין שו”ע,

זאָגן

(וואָס די אנשי כנסת הגדולה האָבן מתקן געווען)

און נאָכדעם -במשך זמן הנ”ל - הוספות שלאחרי זה ביז’ן רמ”א און נאָכדעם אַ משך זמן הנ”ל בעניני רמ”א והאחרונים,

און נאָכדעם - וועט ער אָנהייבן פון לפנים משורת הדין,

אַן ענין פון חסידות וכו’.

ער זאָגט זיך ניט אָפּ פון קיין זאַך ח”ו,

אָבער אַלץ דאַרף גיין מיט אַ סדר.

- מ’האָט אַמאָל גערעדט מיט איינעם וועגן אהבת ישראל באופן דלפנים משורת הדין וכו’ - זאָגט ער עס איז ניט קיין סדר.

און ער האָט אויף דעם אַ גרייטן משל* 11

: איינער גייט אין גאַס אָן שיך,

אָן אַ העמד וכו’ - אָבער ער טראָגט אויפן האַלז אַ „טאַי”

(עניבה)...

ד.

אע”פ אַז ע”פ שכל - און אויך שכל דקדושה 12

- האָט אַזאַ טענה לכאורה אַן אָרט,

איז אָבער דער אמת ועיקר גדול אַז עבודת ה’ דאַרף זיך אָנהויבן מיט אמונה וקבלת עול און ניט מיטאַ חשבון ע”פ שכל.

און מצד אמונה וקבלת עול,

איז ער זהיר

(ניט נאָר -מקיים)

במצוה קלה כבחמורה - און אויך אין דער זהירות שבמצוה איז ביי אים מיט דעם גאַנצן שטורם במצוה קלה.

די נקודה פון אַלע מצות 13

- מצוה מלשון צוותא וחיבור 14

- וואָס דורך מצות ווערט מען צוגעבונדן מיט עצמות ומהות א”ס ב”ה - איז ביי אַלע מצות גלייך,

אָן קיין אונטערשייד צווישן מצות חמורות און מצות קלות,

„ראש” אָדער „עקב”.

אין דעם ענין האָט ניט קיין אָרט צו טראַכטן וועגן אַ סדר 15

פון ראש מיט עקב - צי עס איז אַ זאַך וואָס איז נתגלה געוואָרן דורך אנשי כנסת הגדולה אָדער דורך אַ תלמיד ותיק אחרון שבאחרונים - וויבאַלד ער ווייס אַז מיט דעם פאַרבינדט ער זיך מיט עצמות ומהות א”ס ב”ה.

דער יצר הרע איז אָבער אַן „אומן” 16

במלאכתו - ווי דער רבי פלעגט אים רופן: „דער קלוגינקער” - האָט ער ממציא געווען טענות מסודרות פון „סדר”,

און בכדי עס זאָל נתקבל ווערן האָט ער צוגעפּאַסט משלים וכו’.

מוז מען וויסן אַז דאָס איז עצת היצר,

און דער תנאי פון קבלת התורה און אידישקייט איז נעשה קודם לנשמע,

דקדמיתו פומייכו לאודנייכו 17

היפך הסדר.

און נאָכמער זאָגט דער נביא 18

„מי עור כי אם עבדי” - אויף „ עבדי ”,

וועט מען זאָגן אַז ער איז אַן „עור” 19 .

ווען איינער טענה’ט אַז מען דאַרף דינען דעם אויבערשטן מיטאַ סדר ווי אַן עבד

דינט זיין אדון - ניט מיט שכל נאָר מיט אמונה וקבלת עול - וועט מען זאָגן אַז אַזוי פירט זיך אויף אַ בלינדער ר”ל.

ע”פ שכל דאַרף זיין דער סדר אַז מען דאַרף אָנהויבן מיט שכל און דערנאָך ...

וועט מען זען.

אויב שכל וועט חוקר ודורש זיין ע”פ שכל און שכל וועט מחליט זיין אַז שכל איז ניט מספיק,

וועט מען נוצן אמונה.

אָבער - אָנהויבן מיט אמונה?

!

ה.

דער רבי דער שווער האָט דערציילט,

אַז ווען די קינדער - די קינדער פון רבי’ן - זיינען געווען קליין,

האָט מען פאַר זיי גענומען אַ מלמד.

דער מלמד האָט געהאַלטן אַז קינדער דאַרף מען ניט דערציילן ענינים ביהדות פון הבהלה - מופתים וואָס זיינען ניט ע”פ שכל,

עניני פלאים וואָס לייגן זיך ניט אין שכל.

דאָס איז פאַר ערוואַקסענע וואָס באַנעמען כדבעי די ענינים שע”פ שכל,

דאַן קענען זיי צונעמען ענינים פון מופתים.

אָבער ביי קינדער איז דאָס נאָר מבהיל את הרעיון 20 ,

מיט זיי - האָט געהאַלטן דער מלמד - דאַרף מען ריידן נאָר עניני יהדות שע”פ שכל.

ווען דער רבי

(מהורש”ב)

נ”ע האָט זיך דערוואוסט וועגן דעם מלמד’ס שיטה,

האָט מען אים באַלד אָפּגעזאָגט.

מען דאַרף אָנהויבן דוקא מיט אמונה וקב”ע און ניט מיט שכל; אויך די ענינים

המובנים בשכל דאַרף מען טאָן מיט קב”ע.

און אַזוי איז אויך אין ענין החינוך: מען דאַרף דערציילן קינדער ענינים פון מופתים,

וואָס זיינען העכער פון שכל,

דאָס ַאיין אין זיי אמונה.

און די טענות אַז דאָס איז ניט קיין סדר,

און לאיזה צורך דאַרף מען אָנהויבן מיט ענינים המבהילים את הרעיון והדומה - קומען פון דעם יצה”ר,

דער מלך זקן וכסיל 21 .

ו.

דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס דוד המלך זאָגט „למה אירא בימי רע עון עקבי יסובני” - אַז זיין מורא איז פון „עון עקבי”:

די מורא פון דוד המלך איז געווען

(ניט אַז ער איז ח”ו ניט נזהר אין מצות קלות 22

- ער האָט געוואוסט אַז „עבדך נזהר בהם בשמרם עקב רב”

(כנ”ל ס”ב)

- נאָר)

פון דעם,

אַז אפשר האָבן מצות קלות באַ אים ניט די זעלבע מאָס תוקף און זהירות ווי מצות חמורות 23 .

ער איז מקיים אַלע מצות ובזהירות,

אָבער אפשר האָט דער חשבון וידיעה,

אַז דאָס איז אַ מצוה וואָס איז שייך צום „ראש”,

און די מצוה - צום „עקב” - אַ השפעה אויף מידת הזהירות וההידור -

עס איז ניט גלייך זיין רץ 24

וזהיר במצוה קלה כבחמורה - און דערפאַר איז „לא עשיתי”

(וואָרום ס’איז ניט געווען כדבעי לי’ למיעבד),

און דערפאַר „למה אירא בימי רע עון עקבי יסובני”:

„בימי רע” גייט אויף ימי הנהגת הטבע,

וואָס אידן זיינען ככבשה אחת בין שבעים זאבים 25 ,

ביז אַז אפילו ענינים פון פרנסה זיינען

(כפתגם רבותינו נשיאינו 26 )

אַן ענין פון „מן” שלמעלה מהטבע,

וואָרום מצד צוק העתים כו’ ובפרט אין זמן הגלות,

קומט פרנסה

(בשלימותה)

למעלה מדרכי הטבע.

ובשעת אַ איד מאַכט חשבונות בתורה וואָס איז מן השמים,

פון ראש מיט עקב,

און פירט זיך ע”פ חשבון ושכל זה,

במדידה והגבלה זו,

פירט מען זיך מיט אים ר”ל מלמעלה אויך אַזוי,

לויט דער מדידה והגבלה,

עס ווערט,

ר”ל „בימי רע”.

בשעת אָבער מ’מאַכט ניט די חשבונות הנ”ל,

אים איז נאָר נוגע ער זאָל זיין פאַרבונדן מיט’ן אויבערשטן,

מיט עצמות ומהות א”ס ב”ה,

ובמילא איז באַ אים דער גאַנצער שטורם פון מסנ”פ און קבלת עול פון אַן עבד ובן צום אויבערשטן סיי ווען ער טוט אַ מצוה וואָס איז פאַרבונדן מיט ראש,

סיי -מיט עקב,

אַבי עס פאַרבינדט עם מיט עצמות ומהות א”ס ב”ה - דאַן,

פירט מען זיך מיט אים אויך אַזוי מלמעלה.

און דאַן דאַרף ער ניט מורא האָבן פאַר קיין שום זאַך.

וויבאַלד ער איז מקושר מיט עצמות ומהות א”ס ב”ה,

און דער אויבערשטער איז דאָך מושל ושולט אויף אַלץ,

כולל כפשוט -הנהגת הטבע,

במילא איז גדול הרועה ששומר את הכבשה 27

און ער פאַרזאָרגט איר „בנאות דשא ירביצני על מי מנוחות ינהלני” 28 ,

בבני חיי ומזונא רויחא צו יעדערן און יעדערע.

עס ווערט ווי ער זאָגט אין דער פרשה 29

: „והי’ עקב תשמעון” - והי’ לשון שמחה 30 ,

„עקב - תשמעון”,

תשמעון די מצות פון עקב פּונקט ווי די מצות של ראש - איז „ושמר הוי’ אלקיך לך את הברית גו’”,

און עס ווערן נמשך אַלע השפעות טובות 31

וואָס דער פסוק רעכנט אויס - „ואהבך וברכך והרבך וגו’.

ברוך תהי’ מכל העמים” -

ובקרוב ממש „על האדמה אשר נשבע לאבותיך לתת לך”.

(משיחת ש”פ עקב תשי”א)

Reader controls and commentary are loading.