B"H
🏡

Ikar

ט"ו באב

א.

עס שטייט אין משנה

(סוף מס' תענית 1 )

: אמר רשב"ג לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיום הכפורים שבהן בנות ירושלים

(וי"ג -בנות ישראל 2 )

יוצאות בכלי לבן שאולין ..

וחולות בכרמים,

ומה היו אומרות בחור שא נא עיניך וראה מה אתה בורר לך אל תתן עיניך בנוי תן עיניך במשפחה,

שקר החן והבל היופי אשה יראת ה' היא תתהלל 3

ואומר תנו לה מפרי ידי' ויהללוה בשערים מעשי' 4 .

דאַרף מען פאַרשטיין:

א)

פון די פסוקים איז דאָ אַ ראי' נאָר אויף דעם וואָס זיי האָבן געזאָגט „אל תתן עיניך בנוי" - ווייל „ שקר החן והבל היופי" - אָבער ניט אויף דעם המשך - זייער זאָגן „תן עיניך במשפחה " 5 .

ואדרבה: אין די פסוקים איז מפורש „אשה יראת ה' היא תתהלל",

„ויהללוה בשערים מעשי' " - אַז איר מעלה באַשטייט אין יראת ה' און מעשים,

און ניט

(בלויז)

אין יחוס משפחה 6 .

ב)

ווי איז שייך אַז אַלע „בנות ירושלים" - וואָס צווישן זיי זיינען געוויס געווען אויך ניט קיין „מיוחסות" - זאָלן זאָגן „תן עיניך במשפחה "?

די קשיא איז נאָך שטאַרקער: אין דער ברייתא 7

(אויף דער משנה)

שטייט,

אַז - „יפיפיות שבהן מה היו אומרות תנו עיניכם ליופי כו' מיוחסות ..

אומרות תנו עיניכם למשפחה כו' מכוערות ..

אומרות קחו מקחכם לשום 8

שמים כו'" אַז - בלויז די מיוחסות האָבן געזאָגט „תנו עיניכם למשפחה" 9 ,

היינט ווי זאָגט די משנה באופן סתמי „ בנות ירושלים ..

אומרות ..

תן עיניך במשפחה"?

ב.

מפרשים 10

לערנען,

אַז אויך אין משנה זיינען אָנגעדייטעט

(ברמז)

די דריי פאַרשידענע אמירות פון די דריי סוגי בנות ירושלים וואָס ווערן אויסגערעכנט אין דער ברייתא -

די ווערטער „שא נא עיניך וראה מה אתה בורר לך" זאָגן די „יפיפיות",

אַז מען זאָל זען זייער יופי

(און ווי דער המשך אין ברייתא - „שאין האשה אלא ליופי")

; „אל תתן עיניך בנוי תן עיניך במשפחה" זאָגן די „מיוחסות"; און די „מכוערות",

וואָס האָבן

(ניט קיין

(חן וואָס קומט מצד)

יחוס,

און ניט קיין יופי,

נאָר)

בלויז „מעשים טובים",

זאָגן „שקר החן והבל היופי אשה יראת ה' היא תתהלל ואומר תנו גו' ויהללוה בשערים מעשי' "

(ע"ד ווי עס שטייט אין ברייתא אַז זיי זאָגן „קחו מקחכם לשום שמים ").

ועפ"ז איז פאַרענטפערט בדרך ממילא אויך די ערשטע תמי'

(הנ"ל סעיף א)

-ווייל די פסוקים וואָס ברענגען זיך אין דער משנה זיינען ניט אַלס ראי' אויף דער פריער דערמאָנטער אמירה,

נאָר אַ באַזונדער אמירה

(פון די „מכוערות").

דער פירוש איז אָבער ניט גלאַטיק

(- אין פשטות לשון המשנה),

ווייל:

א)

פון סתימת לשון המשנה - „בנות ירושלים ..

ומה היו אומרות כו'" - איז משמע,

אַז אַלץ וואָס שטייט ווייטער איז די אמירה פון „בנות ירושלים" סתם

( אַלע ).

ב)

פאַרוואָס ברענגט די משנה פרטים און דוקא די פרטים פון די אמירות פון יעדן סוג,

און ניט דעם לשון און די פרטים שבברייתא?

- ואדרבה,

לכאורה וואָלט געווען מתאים אַז די משנה,

וואָס איז „דבר קצר וכולל ענינים רבים" 11

זאָל אַרויסברענגען די נקודה הכללית פון יעדער אמירה - „יפיפיות אומרות תנו עיניכם ליופי מיוחסות אומרות תנו עיניכם למשפחה מכוערות אומרות קחו מקחכם לש"ש",

און די ברייתא זאָל דערנאָך מוסיף זיין

(אויף דער משנה)

די פרטי האמירה: „בחור שא נא וכו'"; „אל תתן עיניך בנוי"; „שקר החן ..

בשערים מעשי'".

[ובפרט אַז באופן זה וואָלט אויך די משנה

(כמעט אָן תוספת ואריכות)

קלאָר אַרויסגעבראַכט אַז דאָס זיינען דריי באַזונדערע אמירות פון דריי סוגי בנות ירושלים].

דעריבער איז מסתבר צו לערנען די משנה,

אַז „מה היו אומרות"

( אַלע בנות ירושלים היוצאות)

באַציט זיך צום גאַנצן המשך פון די ווייטערדיקע רייד; און די ברייתא איז מוסיף אויף דער משנה און מפרט,

אַז אין צוגאָב צו דער אמירה וואָס אַלע בנות ירושלים האָבן געזאָגט,

האָט יעדער סוג באַזונדער צוגעגעבן נאָך אַן אמירה וואָס איז בהתאם צו די בנות פון דעם סוג אַליין.

ג.

אויך אין דער ברייתא דאַרף מען פאַרשטיין:

א)

וואָס פאַר אַן אָרט האָט די אמירה

(פון די „יפיפיות")

„תנו עיניכם ליופי"?

- ס'איז דאָך אַ הוראה בתורה „שקר החן והבל היופי".

ובפרט אַז די „יפיפיות" גופא זאָגן דאָך

(ווי עס שטייט אין משנה)

„ אל תתן עיניך בנוי ..

שקר החן והבל היופי"

(לפירוש הנ"ל אַז דאָס זאָגן אַלע בנות ירושלים)

!

ב)

מיט וואָס איז „קחו מקחכם לש"ש" אַ טעם צו נעמען „ מכוערות " דוקא?

מפרשים 12

לערנען אַז אויך די „מכוערות" האָבן מעשים טובים,

און מיט „קחו מקחכם לש"ש" מיינען זיי,

אַז מ'זאָל ניט קוקן אויף „יופי" און „משפחה",

נאָר בלויז אויף יראת שמים ומעשים טובים

(„לשום שמים").

אָבער דער פירוש פאָדערט ביאור,

וואָרום אויך די אמירה פון די מיוחסות „תנו עיניכם למשפחה" קומט,

בפשטות,

אַרויסברענגען די רוחניות'דיקע מעלה פון יחוס משפחה - ווי דער תוספת יו"ט זאָגט „שמן הסתם המיוחסות הן יראות ה'" 13

- קומט אויס,

אַז אויך דער בוחר זיין די מיוחסות איז „לשום שמים ",

איז אין וואָס באַשטייט דער יתרון פון „לשום שמים" ביי די „מכוערות"?

ד.

בהמשך צו דער ברייתא הנ"ל ברענגט די גמרא אַ מאמר

(פון „עולא ביראה אמר רבי אלעזר")

- און דערמיט ווערט נסתיים די מסכתא - „עתיד הקב"ה לעשות מחול לצדיקים והוא יושב ביניהם בג"ע וכל אחד ואחד מראה באצבעו שנאמר 14

ואמר ביום ההוא הנה אלקינו זה קוינו לו ויושיענו זה ה' קוינו לו נגילה ונשמחה בישועתו".

די שייכות פון דעם מאמר צו דער משנה איז פאַרשטאַנדיק בפשטות: בהמשך צו דעם וואָס די משנה דערציילט אַז „בנות ירושלים יוצאות וחולות

(כמו לחול במחולות 15

- רש"י)

בכרמים כו'",

ברענגט די גמרא דעם מאמר אַז „עתיד הקב"ה לעשות מחול לצדיקים כו'" 16 .

עס איז אָבער מסתבר,

אַז דער קישור פונעם מאמר מיט דער משנה וברייתא איז ניט מצד אַן איינציגן פרט בהענין,

אַז דאָ

(ווי אין דער משנה וברייתא)

רעדט זיך וועגן אַ מחול - נאָר מצד כו"כ פרטים פון דעם מחול וואָס שטייען אין המשך המאמר: והוא יושב ביניהם כו' וכל אחד ואחד מראה באצבעו שנאמר ואמר וגו'.

אויך דאַרף מען זאָגן: פון דעם וואָס די גמרא ברענגט דעם מאמר בסמיכות צו דער ברייתא

(וועלכע קומט בהמשך צו דער אמירה פון בנות ירושלים)

-און ניט אין אַ באַזונדער פיסקא אויף די ווערטער פון משנה „יוצאות וחולות כו'"

(וכיו"ב)

- איז משמע,

אַז דער מאמר „עתיד הקב"ה כו'" האָט אַ המשך ושייכות צום תוכן הברייתא

(וועגן די דריי סוגי אמירה פון די בנות ירושלים).

ה.

אין דעם סיום המס' געפינט מען אויך אַ דבר פלא אין פירושי רש"י ותוס':

אויף „מראה באצבעו" איז רש"י מפרש: „ואומר זה ה' קוינו לו ויושיענו זה ה' קוינו לו נגילה ונשמחה בישועתו"; אויך תוס' זאָגט עד"ז,

וז"ל: כל אחד ואחד מראה הקב"ה באצבעו שנאמר הנה אלקינו זה קוינו לו וגו' נגילה ונשמחה בישועתו.

איז תמוה ביותר: וואָס זיינען רש"י ותוס' מוסיף* 16

אויף דעם וואָס איז מפורש אין גמרא 17 ?

!

ויש לומר,

אַז רש"י ותוס' זיינען מחולק אין דעם פירוש פון די ווערטער „ שנאמר ואמר ביום ההוא הנה גו'":

רש"י איז מפרש,

אַז די גמרא לערנט אַרויס פון דעם געבראַכטן פסוק ניט נאָר אַז „כל אחד ואחד מראה באצבעו" 18 ,

נאָר אויך אַז זיי וועלן בשעת מעשה זאָגן די ווערטער

(פון דעם פסוק)

„זה ה' וגו'"; און דערפאַר איז רש"י מוסיף אויף לשון הש"ס: „

(מראה באצבעו),

ואומר

(זה ה' וכו')

",

ד.

ה.

אַז בשעת דעם מחול וועלן זיין ביידע ענינים:

(א)

מראה באצבעו,

(ב)

ואומר זה כו' 19 .

אויף דעם זאָגט תוס' „כל אחד ואחד מראה הקב"ה באצבעו שנאמר הנה אלקינו זה וכו'",

ער איז משמיט די התחלה פון פסוק „ואמר ביום ההוא" -דערמיט מיינט תוס' צו קלאָר מאַכן,

אַז

(א)

די גמרא איז בלויז אויסן די ראי'

(„שנאמר")

אויף „מראה

(הקב"ה)

באצבעו",

און

(ב)

די התחלה פון פסוק „ואמר ביום ההוא"

(די אמירה)

איז ניט שייך ונוגע דאָ 20 .

מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: וואָס זיינען די סברות פון די שיטות

(די מחלוקת צווישן רש"י ותוס'),

צי די אמירה של הצדיקים איז נוגע דאָ אין דער סוגיא,

אָדער ניט 21 ?

ו.

דער ביאור בכל זה:

עס איז מובן ופשוט,

אַז דאָס וואָס „בנות ירושלים יוצאות כו'" אין די טעג פון ט"ו באב און יוהכ"פ,

איז געווען אַן ענין פון קדושה; איז במילא אויך מובן,

אַז זיי האָבן דאַן ניט געמיינט אַרויסברענגען זייערע גשמיות'דיקע מעלות

(יופי,

עשירות 22

א.

ד.

ג.)

כשלעצמן -נאָר אַזעלכע מעלות וואָס ע"פ תורה זיינען זיי ראוי צו זיין אַ טעם וסיבה צו שידוך ונישואין.

[לדוגמא דאָס וואָס די „יפיפיות" זאָגן „תנו עיניכם ליופי",

מיינען זיי די מעלה האמיתית

( הרוחנית )

אין דעם 23 ,

וואָרום יופי גשמי נעמט זיך פון יופי רוחני.

וכידוע 24 ,

אַז דאָס וואָס עס ווערן געבאָרן קינדער שיינע בגשמיות איז אָפּהענגיק פון דעם וואָס די הנהגה פון אב ואם איז בקדושה וטהרה וכו'

(וואָס דעמאָלט באַקומען די קינדער שיינע רוחניות'דיקע תכונות

(ולבושי הנפש) 25 ,

און דערפאַר זיינען זיי שיין אויך בגשמיות)].

און אין דעם זיינען פאַראַן צוויי מעלות:

(א)

די מעלה פרטית וואָס איז דאָ ביי דער בת ירושלים במיוחד;

(ב)

די מעלה כללית וואָס אַלע בנות ירושלים האָבן; די מעלה ווערט איבערגעגעבן צו קינדער און קינד'ס קינדער עד סוף כל הדורות 26 .

און אין דעם איז דער חילוק צווישן דער משנה און דער ברייתא:

אין דער משנה רעדט זיך בעיקר וועגן דער מעלה כללית,

וועלכע איז דאָ ביי אַלע בנות ירושלים -

(א)

ביי יעדער בת ירושלים איז דאָ אַ מעלה רוחנית,

וואָס מצד דעם איז זי אין סוג פון „אשה יראת ה' היא תתהלל"; און

(ב)

די מעלה איז ביי איר איינגעוואָרצלט אין אַן אופן אַז דאָס וועט זיך איבערגעבן צו די קינדער וועלכע זי האָט און איז מחנך,

ווי ס'איז מרומז אין צווייטן פסוק וואָס די משנה ברענגט: „תנו לה מפרי ידי' ויהללוה בשערים מעשי'"

ניט נאָר מצד מעלות עצמה

(וועלכע זיינען שוין אויסגערעכנט באריכות ובפרטיות פריער - גמלתהו גו' ותעש גו' מפרי כפי' גו')

איז היא תתהלל ,

נאָר אויך מצד אירע קינדער - „פרי ידי'" און „מעשי'" - איז „תנו לה" און „ויהללוה בשערים".

משא"כ די ברייתא רעדט וועגן דער פרטיות'דיקער

(רוחניות'דיקער)

מעלה פון יעדן סוג פון „בנות ירושלים",

כדלקמן.

ז.

וואָס איז די וודאות אַז יעדע בת ירושלים איז אין סוג פון „אשה יראת ה'",

און אַז דאָס איז אין אַן אופן פון „פרי ידי' ומעשי'" כנ"ל - זאָגן דערויף די בנות ירושלים „בחור שא נא עיניך וראה כו' אל תתן עיניך בנוי תן עיניך במשפחה":

מען דאַרף ניט קוקן אויף מעלות

(הן רוחניות'דיקע והן גשמיות'דיקע)

ווי מען זעט זיי מיט די אויגן,

ע"ד הרגיל

[„ אל תתן עיניך בנוי " - אין דעם ברייטערן מובן פון „נוי"],

נאָר עס דאַרף זיין „ שא נא עיניך וראה "

(עדמש"נ 27

„ שאו מרום עיניכם - וועט זיין - וראו מי ברא אלה")

- מיט אַ העכערן און פנימיות'דיקן בליק: זען דעם שורש ומקור 28

פון וואַנעט עס שטאַמען און קומען אַראָפּ די מעלות -

און דאָס מיינט „תן עיניך במשפחה "

- וואָס אין ברייטערן זין 29

מיינט „משפחה" ניט נאָר די עלטערן כו',

נאָר אַלע וואָס האָבן אַ ווירקונג און השפעה אויף איר

(רוחניות'דיקן)

מהות - כולל אירע מלמדים ומחנכים

(ווי מען געפינט בכמה מקומות בחז"ל 30

אַז זיי ווערן באַצייכנט און גערופן „עלטערן" פונעם תלמיד ומחונך),

ובפרט ובמיוחד

(וויבאַלד אַז לשון משפחה יאמר על כל העם 31 )

דאָס וואָס זי איז ממשפחת ישראל,

בת שרה רבקה רחל ולאה,

די אמהות ,

פון וועמען זי האָט בירושה אירע אידישע תכונות.

און דעמאָלט וועט מען זען,

אַז

(א)

אפילו ביי אַזעלכע וואָס מען באַמערקט ניט אין זיי קיין מעלה רוחנית - איז דאָס נאָר בחיצוניות,

אָבער בפנימיות,

וויבאַלד אַז זי איז ממשפחת ישראל,

איז זי אין סוג פון „אשה יראת ה' היא תתהלל"

(כאָטש דערווייל איז דאָס פאַרבאָרגן)

;

(ב)

נאָכמער,

אַז די אמת'קייט פון די מעלות פון „בנות ירושלים" באַשטייט ניט אין „נוי" - די מעלות ווי זיי זעען זיך בחיצוניות

[ווייל „ שקר החן והבל היופי"]

- נאָר דווקא די מעלות וואָס זיי זיינען אין אַן אופן פון „משפחה": דאָס זיינען ירושה'דיקע מעלות וואָס גיבן זיך איבער מדור לדור.

ח.

אויף דעם איז די ברייתא מוסיף,

אַז נאָך דעם ווי מ'באַוואָרנט דעם „תן עיניך במשפחה ..

אשה יראת ה' היא תתהלל" - אַז מ'קוקט און מ'דערזעט די עצמיות'דיקע מעלה

(„משפחה")

פון יעדער בת ישראל,

וואָס מצד דעם איז זי „אשה יראת ה'" - דעמאָלט קען אין דעם „תתהלל" אַריינגענומען ווערן

(ניט נאָר איר „יראת ה'",

נאָר)

אויך איר חן ויופי * 31 ,

וואָרום דעמאָלט זיינען אויך זיי אמת'דיקע מעלות.

און דערפאַר געפינט מען אין דער ברייתא אַז יעדער סוג פון די בנות ירושלים האָט דערנאָך אַרויסגעזאָגט זיין פרטית'דיקע מעלה

(הנגלית ונראית)

:

„יפיפיות" - די בנות ירושלים וואָס מ'זעט בגלוי זייערע

(רוחניות'דיקע)

מעלות און דעם יופי פון זייער תכונות הנפש

(וכנ"ל סעיף ו',

אַז יופי גשמי נעמט זיך פון יופי רוחני),

און דערפאַר זאָגן זיי „תנו עיניכם ליופי" - די וואָס מעלתן איז באופן גלוי 32 .

„מיוחסות" - אַזעלכע וואָס אין זיי אַליין זעט מען ניט אַזוי אָפן זייערע מעלות ותכונות טובות,

וויבאַלד אָבער אַז זיי שטאַמען פון משפחות מיוחסות,

פון בעלי תורה ומדות טובות מדור דור ,

קען מען זיין זיכער אַז זיי האָבן אויך זייערע טעכטער מחנך געווען צו גיין און פירן זיך אין דעם דרך פון זייער משפחה,

און אויפן זעלבן וועג וועלן זיי מחנך זיין אויך זייערע קינדער - און דערפאַר זאָגן זיי „תנו עיניכם למשפחה ",

מיינענדיק „משפחה" אין דעם מובן המצומצם,

די משפחה פרטית.

„מכוערות" - אַזאַ סוג בנות ירושלים,

אין וועלכע מ'זעט ניט מעלות רוחניות - אויך ניט בהנהגה פון זייערע עלטערן,

און זיי האָבן אויך ניט געהאַט אימיצן אַנדערש וואָס זאָל זיי מחנך זיין כדבעי - און אַזוי זיינען זיי „מכוערות" ברוחניות און במילא אויך בגשמיות.

אָבער דאָס זיינען בנות ירושלים,

וואָס די ידיעה גופא אַז זיי זיינען מכוערות רופט ביי זיי אַרויס אַ תנועה פון מרירות ושפלות וביטול 33 ,

און ניט קוקנדיק וואָס זיי האָבן ניט געהאַט פון וועמען צו מקבל זיין מעלות נעלות - זיינען זיי אַליין אויף זיך מקבל עול מלכות שמים - בדרך קבלת עול; ביז דאָס גופא רופט ביי זיי אַרויס דעם הרגש נעלה וואָס זיי זאָגן אַרויס אין די ווערטער „קחו מקחכם לשום שמים",

אַז זיי ווילן אַזעלכע חתנים וואָס זיינען אויסן אינגאַנצן לש"ש,

ניט טראַכטנדיק וועגן מעלות וכו' 34 .

און דורכדעם קומט דערנאָך אַרויס בגלוי אַז אויך זיי האָבן די מעלה פון „משפחה" - וואָס דערפאַר זאָגן אויך די מכוערות

(צוזאַמען מיט אַלע בנות ירושלים,

ווי אין דער משנה)

„תן עיניך במשפחה" - וואָרום אָט די צובראָכנקייט וואָס אַ אידישע טאָכטער האָט דערפון וואָס זי איז פון די מכוערות,

אָן קיין מעלה רוחנית,

נעמט זיך פון דעם וואָס זי איז ממשפחת ישראל,

אַ בת שרה רבקה רחל ולאה,

און דערפאַר איז זי מרגיש ווי ס'איז „מר 35

עזבך את ה' אלקיך".

ט.

דער חילוק הנ"ל צווישן דער משנה און דער ברייתא

(אַז אין דער משנה רעדט זיך וועגן דער מעלה כללית פון אַלע בנות ירושלים און די ברייתא רעדט וועגן די פרטי המעלות פון יעדן סוג)

זאָגט זיך אויך אַרויס אינעם אונטערשייד בתוכן והמשך הענינים פון דער משנה און ברייתא.

אין דעם מחול האָט זיך אויסגעדריקט די אחדות און שלום וואָס איז געווען צווישן די בנות ירושלים

(וואָס דערפאַר זיינען זיי יוצא „בכלי לבן שאולין שלא לבייש את מי שאין לו" 36 )

- און דערמיט איז מובן דער המשך המשנה „וכה"א 37

צאינה וראינה בנות ציון במלך שלמה" - „במלך שהשלום שלו" 38

: דאָס איז די הסברה.

ווי אַזוי קען זיין אחדות ושלום צווישן אַלע בנות ירושלים - דורך „צאינה וראינה גו' במלך שלמה",

ווען דאָס איז פאַרבונדן מיט „מלך שהשלום שלו",

וואָס ער מאַכט שלום צווישן אַלע בנות ירושלים.

און די אחדות איז אויף צוויי אופנים 39

:

(א)

מצד נקודה הפנימית שבהן הערט זיך אָן ווי זיי זיינען מלכתחילה איין מציאות,

די מציאות פון „בנות ירושלים",

אָן קיין חילוקים;

(ב)

אפילו מצד המעלות פרטיות שבהן - וואָס אין דעותיהן וכו' שוות* 39 ,

אין דעם איז יעדע איינע אַנדערש פון צווייטער -זיינען זיי באחדות און בשלום.

און דאָס איז דער חילוק צווישן דער משנה און ברייתא: אין דער משנה רעדט זיך וועגן דעם כלל פון בנות ירושלים

(פון אידן),

ווי זיי זיינען איין מציאות; און אין דער ברייתא,

וואו עס הערן זיך אָן זייערע פרטים,

ווערט אויפגעטאָן אַז דער שלום ואחדות איז געווען ניט דערפאַר וואָס עס זיינען בטל געוואָרן די מעלות פרטיות

(ד.

ה.

זיי האָבן זיך דעמאָלט ניט אָנגעהערט),

נאָר אדרבה: ניט קוקנדיק אויף די חילוקים גלויים צווישן די מעלות שונות פון בנות ירושלים,

וועלכע זיינען דורך זיי אַרויסגעזאָגט געוואָרן בפירוש ,

זיינען זיי אַלע צוזאַמען געגאַנגען אין איין מחול,

בשלום ואחדות.

און דערמיט איז מבואר וואָס די גמרא ברענגט בהמשך צו דער ברייתא דעם מאמר „עתיד הקב"ה לעשות מחול לצדיקים כו' וכל אחד ואחד מראה באצבעו כו'" - וואָס דאָס מיינט אַז יעדער צדיק וועט „אָנווייזן" אויף הקב"ה מיט זיין אצבע,

לויט זיין דרגא והשגה 40

- און פונדעסטוועגן וועלן זיי דאַן אַלע זיין פאַראייניקט אין איין מחול.

יו"ד.

בפרטיות,

איז אין דעם צווייטן אופן פון שלום ואחדות

(- אויך מצד הפרטים )

זיינען דאָ צוויי אופנים -ובעניננו

(אין דעם שלום צווישן די צדיקים)

:

א)

אע"פ אַז יעדער צדיק איז אַנדערש פון דעם צווייטן בעבודתו ובמדריגתו - וויבאַלד אָבער אַז הקב"ה „יושב ביניהם",

וואָס ביי דעם אויבערשטן זיינען דאָך די אַלע חילוקי מדריגות קיין סתירה ניט איינער צום צווייטן,

איז ער ב"ה „עושה שלום במרומיו" צווישן זיי,

אַז אַלע צדיקים,

צוזאַמען מיט זייערע חילוקים,

זאָלן שטיין בהתאחדות כולם יחד

(אין איין מחול).

ב)

עס איז דאָ השפעה והתכללות פון איינעם מיטן צווייטן,

יעדער איינער איז משפיע פון זיין עבודה ומדריגה צום צווייטן,

ביז אַז עס ווערט אַ התכללות והתאחדות גמורה צווישן אַלע חילוקי מדריגות פון צדיקים.

און דאָס איז דער חידוש פון רש"י: „כל אחד ואחד מראה באצבעו ואומר זה ה' וכו'",

ד.

ה.

יעדער צדיק וועט אויך „זאָגן" - משפיע זיין - צו די אַלע אַנדערע צדיקים 41

שבמחול,

פון זיין עבודה ומדריגה.

משא"כ לדעת התוס' איז אינעם מחול געווען נאָר „מראה הקב"ה באצבעו",

אָבער די אמירה

(ואמר ביום)

איז ניט צו די אַנדערע צדיקים אין מחול,

אַלס השפעה

(נאָר ס'איז בלויז אַן אמירת שבח וכיו"ב)

- ווייל לשיטתם איז דער שלום ואחדות שבמחול ניט אין אַן אופן פון התכללות הבחינות והמדריגות,

כדלקמן.

יא.

דער ענין פון „מחול",

אין אַן עיגול,

איז מרמז אויף בחי' בלי גבול „שאין לו סוף"

(כמבואר ברבינו בחיי 42 )

- און „עתיד הקב"ה לעשות מחול לצדיקים" מיינט,

אַז זייער תענוג ושמחה כו' וועט זיין למעלה ממדידה והגבלה.

ד.

ה.

עס וועט טאַקע זיין „כל אחד ואחד מראה באצבעו " - יעדער לויט זיין מדריגה ובחינה פרטית כנ"ל,

נאָר דאָס וועט זיין אין אַן אופן אַז עס וועט לייכטן די נקודה עצמית

(דער „כתר")

פון זיין מדריגה וואָס איז למעלה ממדידה והגבלה.

און דערפאַר לערנען תוס' אַז דאָ איז ניט געווען קיין התכללות המדריגות -ווייל „התכללות" איז שייך נאָר אין „התפשטות",

וואָס גיט אַן אָרט פאַר אַ צווייטער מדריגה שחוץ הימנו.

אָבער אין דער נקודה עצמית פון איין מדריגה איז ניטאָ קיין אָרט פאַר אַ צווייטער דרגא 43

- ובמילא מוז מען זאָגן,

אַז דער שלום ואחדות שבמחול איז בלויז אין דעם ערשטן אופן הנ"ל 44

(סעיף יו"ד).

און דאָס איז אויך מתאים מיטן מאמר חז"ל 45

אַז לעתיד איז „כל אחד נכוה מחופתו של חבירו" - „חופה" איז בחי' חופֶה

(פ"א בסג"ל)

מקיף,

דער „כתר" פון דעם צדיק ומדריגתו; און אין „חופה" וכתר איז ניטאָ קיין התכללות - אדרבה,

דעם צווייטנ'ס „חופה" איז - „ נכוה 46

מחופתו של חבירו".

וי"ל,

אַז רש"י לערנט,

אַז דאָס וועט זיין נאָר בתחילת זמן דלעתיד; דערנאָך אָבער וועט נתגלה ווערן די אחדות האמיתית שמצד העצמות,

וואָס עצמות איז נושא אַלע הפכים כאחד .

און מצד דעם גילוי,

וועט זיין די התכללות פון אַלע מדריגות הצדיקים 47

(אויך בחי' הכתר שבהם),

בשלום ואחדות אמיתית.

(משיחת ט"ו אב תשל"ה)

Reader controls and commentary are loading.