B"H
🏡

Ikar

ואתחנן ב

א.

וועגן דעם סדר הנחת תפילין זאָגט די גמרא 1

„תנא כשהוא מניח מניח של יד ואחר כך מניח של ראש וכשהוא חולץ חולץ של ראש ואחר כך חולץ של יד בשלמא כשהוא מניח מניח של יד ואח”כ מניח של ראש דכתיב 2

וקשרתם לאות על ידך והדר והיו לטוטפות בין עיניך אלא כשהוא חולץ חולץ של ראש ואח”כ חולץ של יד מנלן,

אמר רבה רב הונא אסברא לי אמר קרא והיו לטוטפות בין עיניך כל זמן שבין עיניך יהו שתים”

(„והיו משמע שתים כל זמן שיהו בין עיניך יהו שתים כל זמן שאותן של ראש מונחים אותן של יד נמי מונחין אלמא דראש חליץ ברישא” - פרש”י).

אין מכילתא אויפן פסוק 3

„והי’ לך לאות על ידך” 4

שטייט: כל זמן שתפילין של יד ביד תן את של ראש בראש מכאן אמרו מצות תפילין כשהוא נותן נותן של יד ואח”כ נותן של ראש וכשהוא חולץ חולץ את של ראש ואח”כ של יד.

דאַרף מען פאַרשטיין:

א)

וואָס איז דער טעם וואָס די גמרא לערנט אַרויס דעם סדר פון הנחת תפילין פון דעם פסוק „וקשרתם גו’ והיו גו’” שבפרשתנו,

און ניט פון דעם פסוק

(וואָס שטייט פריער )

אין פ’ בא,

וואו די מצוה פון תפילין ווערט אָנגעזאָגט צום ערשטן מאָל 5

- ווי אין מכילתא?

ב)

פון פשטות הגמרא זעט אויס,

אַז מ’דאַרף אָנקומען צו צוויי לימודים -איין לימוד אויף דעם דין „כשהוא מניח מניח של יד ואח”כ מניח של ראש”,

און אַ באַזונדער לימוד אויף דעם דין „כשהוא חולץ חולץ של ראש ואח”כ חולץ של יד”; משא”כ לויט דער מכילתא איז ביידע דינים ווערן אַרויסגעלערנט פון זעלבן לימוד.

ב.

לכאורה וואָלט מען געקענט פאַרענטפערן קושיא אחת בחבירתה,

ובהקדים לבאר - לויט דער מכילתא - ווי אַזוי לערנט מען אַרויס פון פסוק אויך דעם צווייטן פרט „וכשהוא חולץ חולץ את של ראש ואח”כ של יד”?

דער ביאור בזה: דער חילוק צווישן דעם ציווי „והי’ לך לאות על ידך” אין פ’ קדש,

און דער ציווי „וקשרתם לאות על ידך” שבפרשתנו,

איז: בפרשתנו איז די מצוה עשיית

(הקשירה שעל)

האדם -„ וקשרתם לאות על ידך”; משא”כ אין פסוק „והי’ לך לאות על ידך” בפ’ קדש איז דער ציווי „והי’” - אַז די תפילין זאָלן זיין „לאות על ידך ולזכרון בין עיניך” 6 .

בסגנון אחר: דער פסוק בפרשתנו רעדט וועגן „גברא”,

און בפ’ קדש „והי’ לך לאות על ידך” - וועגן „חפצא”.

און היות די גמרא רעדט וועגן דעם סדר הנחת תפילין,

מצד

(דעם חיוב)

גברא 7

- „ כשהוא מניח מניח של יד ואח”כ מניח של ראש” - לערנט עס די גמרא אַרויס פון דעם פסוק וואו ס’איז די מצות המניח: „ וקשרתם לאות על ידך והדר והיו לטוטפות בין עיניך”.

און דעריבער דאַרף מען האָבן אַ באַזונדער לימוד

(„כל זמן שבין עיניך יהו שתים”)

אויף חליצת תפילין,

וואָס האָט ניט קיין שייכות צום חיוב וסדר הנחת תפילין.

אין מכילתא אָבער רעדט זיך ניט וועגן מצות הנחת תפילין מצד הגברא,

נאָר ווי די תפילין אַלס חפצא זיינען „לאות על ידך ולזכרון בין עיניך”,

דערפאַר איז דער לימוד פון פסוק „והי’ לך לאות על ידך”,

אַז „כל זמן ש תפילין של יד ביד תן את של ראש בראש”,

ובמילא - „מכאן אמרו” - ווייס מען פון דעם אויך בנוגע למעשה האדם אין ביידע זמנים: „כשהוא נותן נותן של יד ואח”כ נותן של ראש וכשהוא חולץ חולץ את של ראש ואח”כ של יד”.

ווייל אין דעם ענין פון „והי’” איז קיין חילוק ניט צווישן הנחה אָדער חליצת תפילין.

ג.

עס איז אָבער שווער אַזוי צו איינלערנען 8 ,

וואָרום

[נוסף אויף דעם וואָס לפ”ז איז ניט גלאַטיק התחלת הלשון פון דער מכילתא „כל זמן שתפילין של יד ביד תן את של ראש בראש”,

ווייל לפי הנ”ל האָט ער געדאַרפט זאָגן

(ובסדר הפוך)

„ תהי’ של ראש בראש כל זמן כו’” וכיו”ב - אַ לשון וואָס רעדט וועגן די תפילין ווי זיי זיינען מונחים על גופו,

און ניט אַ לשון וואָס רעדט וועגן הנחתן ע”י האדם - געפינט מען אַז]

אין ספרי בפרשתנו שטייט דער זעלבער לשון ווי אין מכילתא

(„כל זמן של יד ביד תן של ראש בראש,

מכאן אמרו כשנותן תפילין נותן של יד תחילה ואח”כ של ראש וכשהוא חולץ חולץ את של ראש תחילה ואח”כ חולץ של יד”)

- אעפ”כ לערנט עס דער ספרי אַרויס פון דעם פסוק שבפרשתנו: „ וקשרתם לאות על ידך והיו לטוטפות בין עיניך”,

וואָס רעדט וועגן דעם חיוב ומצות הנחת

(תפילין שעל)

האדם.

עוד צ”ע בגמרא גופא: לאחר דעם אַז פון „והיו” לערנט די גמרא אָפּ אַז „כל זמן שבין עיניך יהו שתים”,

איז כשם ווי מהאי טעמא פאַרשטייט מען אַז „כשהוא חולץ חולץ של ראש ואח”כ חולץ של יד”

(ווי די גמרא זאָגט),

ווייס מען אויך אַז „כשהוא מניח מניח של יד ואח”כ מניח של ראש”

(כדרשת המכילתא).

צוליב וואָס דאַרף די גמרא דעם לימוד פון סדר הציווים: „וקשרתם לאות על ידך והיו לטוטפות בין עיניך”?

ד.

ולכאורה יש לומר,

אַז אין הכי נמי: לפי המסקנא לערנט מען טאַקע אָפּ ביידע דינים - סיי „כשהוא מניח מניח של יד ואח”כ מניח של ראש” און סיי „וכשהוא חולץ חולץ של ראש ואח”כ חולץ של יד” - פון דעם וואָס „אמר קרא והיו לטוטפות בין עיניך כל זמן שבין עיניך יהו שתים”,

און ווי מען געפינט בכמה פוסקים 9 ,

און דעמאָלט איז דאָס אויך מתאים מיט דער דרשה פון ספרי הנ”ל.

אָבער לפי זה ווערט נאָך שווערער די קושיא הנ”ל: וויבאַלד אַז סוף־סוף לערנט די גמרא אָפּ ביידע דינים פון איין לימוד

(„והיו”),

ווי די מכילתא -היינט פאַרוואָס לערנט עס די גמרא

(און דער ספרי)

ניט אַרויס פון דעם פריערדיקן פסוק אין פ’ קדש

(כדרשת המכילתא)?

אויך פאָדערט זיך הסברה אין די ב’ אופני לימוד - צי דער חילוק צווישן זיי איז נאָר משמעות דורשין,

אָדער ס’איז דאָ אַ נפק”מ להלכה פון וועלכן פסוק מען לערנט דאָס אַרויס?

אויך געפינט מען שינויים צווישן די לשונות אין מכילתא און אין ספרי: א)

אין מכילא איז דער לשון „מכאן אמרו מצות תפילין כו’” און אין ספרי „מכאן אמרו כשנותן תפילין כו’”.

ב)

אין ספרי איז ער מוסיף „כשנותן תפילין נותן של יד תחילה כו’ וכשהוא חולץ חולץ את של ראש תחילה כו’”; משא”כ אין מכילתא.

ה.

והביאור בזה:

דאָס וואָס תפילין של יד דאַרף מען מקדים זיין פאַר הנחת תפילין של ראש,

אע”פ אַז זיי זיינען צוויי מצות און אינן מעכבות זו את זו 10 ,

קען מען לערנען בכמה אופנים 11

:

א)

דאָס איז אַ דין בתפילין של ראש: די שלימות המצוה פון תפילין של ראש איז נאָר בשעת אויף דער האַנט איז דאָ דער של יד,

ולכן דאַרף ער פאַר’ן לייגן תפילין של ראש לייגן תפילין של יד.

ב)

ס’איז אַ דין אין דעם סדר ווי דער גברא דאַרף לייגן די תפילין - פריער דאַרף ער לייגן תפילין של יד און דערנאָך תפילין של ראש.

ד.

ה.

דאָס איז ניט נוגע צו דער מצוה פון תפילין ש”ר 12

(און אויך ניט צו דער תפילין של יד)

נאָראַ דין אין סדר הנחתן על ידי האדם המניחן 13 .

איינע פון די נפק”מ בפשטות צווישן די צוויי אופנים איז - אויב* 13

ער האָט זיי ביידע געלייגט בבת אחת : לויטן ערשטן אופן,

אַז דאָס איז נוגע נאָר צו שלימות המצוה פון תפילין של ראש,

איז ער אויך אין דעם פאַל מקיים די מצוה בשלימותה; אָבער לויטן צווייטן אופן,

אַז דאָס איז אַ דין אין סדר הנחת האדם,

אַז פריער דאַרף ער לייגן תפילין של יד און דערנאָך תפילין של ראש,

יש לומר,

אַז אָט דער סדר פעלט דעמאָלט ווען ער לייגט זיי בבת אחת 14 .

נאָך אַן אופן: ג)

קען מען לערנען,

דאָס איזאַ דין אין „מצות תפילין”.

ד.

ה.

אַז דער סדר הנחתן - דער חיוב הקדימה פון הנחת של יד - איז אַ טייל פון מצות תפילין של יד ושל ראש

(בשעת מען איז מחוייב אין ביידע).

און די נפק”מ להלכה למעשה 15 ,

יש לומר: ווען איינער האָט געלייגט די תש”ר איידער ער האָט געלייגט דעם של יד - צי ער איז מחוייב אויסצוטאָן די תפילין און לייגן זיי נאָכאַמאָל כסדרן

(פריער תפילין של יד און דערנאָך של ראש),

אָדער עס איז גענוג אַז ער וועט נאָכדעם אָנטאָן די תפילין של יד,

וכידוע די מחלוקת הפוסקים והאחרונים בזה 16 .

לויטן ערשטן אופן,

אַז עס איז אַ דין אין דער שלימות פון מצות תפילין של ראש,

אין דעם וואָס זיי זיינען מונחים על ראשו,

דאַרף ער ניט חולץ זיין דעם של ראש און ס’איז מספיק אַז ער וועט אָנטאָן גלייך די תפילין של יד,

און עס ווערט שוין דערמיט די שלימות המצוה פון של ראש.

לויטן דריטן 17

אופן אָבער,

אַז דאָס איז אַ דין במצות תפילין 18 ,

איז מובן,

אַז ער דאַרף חולץ זיין די תפילין של ראש און לייגן זיי כסדרם.

ו.

און דאָס איז דער חילוק צווישן דעם לימוד „כל זמן שבין עיניך יהו שתים” וואָס די גמרא לערנט אָפּ,

און דעם לימוד אין מכילתא „מכאן אמרו מצות תפילין כשהוא נותן נותן של יד ואח”כ נותן של ראש וכשהוא חולץ כו’”:

דער לימוד „כל זמן שבין עיניך יהו שתים” מיינט,

אַז דאָס איז אַ דין אין תש”ר: דאָס וואָס מ’דאַרף מקדים זיין די תש”י

(„יהו שתים”)

איז נוגע צו שלימות מצות תש”ר

(שבין עיניך) 19 .

ובמילא,

בשעת אַז הקדים תש”ר לתש”י איז מספיק די הנחה פון תש”י דערנאָך און דערמיט איז ער שוין מכאן ולהבא מקיים דעם חיוב פון „כל זמן שבין עיניך יהו שתים” 20 .

לויט דער מכילתא אָבער,

איז דער לימוד,

אַז „

(מכאן אמרו)

מצות תפילין

(דער גדר פון מצות תפילין איז באופן אַז)

כשהוא נותן נותן של יד ואח”כ נותן של ראש”,

אַז הקדמת ש”י אין סדר הנחתן איז אַ דין אין מצות תפילין 21

; ובמילא בשעת הקדים תש”ר פעלט דער דין ב„מצות תפילין” 22 ,

און ער דאַרף חולץ זיין און אָנטאָן כסדרן.

ז.

לויטן צווייטן אופן הנ”ל,

אַז דאָס איזאַ דין נאָר אין סדר הנחת תפילין ע”י האדם,

איז דאָ אַ נתינת מקום צו טראַכטן - צי דאָס איז נאָר אַ תנאי און פרט אין סדר ההנחה של האדם און דאָס האָט ניט קיין שייכות צו דער מצות תפילין,

און אַלס תנאי

(ווי רוב תנאי המצוה)

איז דאָס אפשר ניט לעיכובא* 22

- ובמילא,

אויב הקדים תש”ר איז מספיק ער זאָל לייגן נאָכדעם דעם של יד און איז דערמיט מקיים מצות תפילין כדבעי;

אָדער מ’קען זאָגן,

אַז דער דין אין סדר הנחתן ווערט נמשך אויך אויף ווייטער,

אַז דאָס וואָס די תפילין זיינען נאָכדעם מונחים אויף אים איז אַ המשך פון אַ הנחה פון תש”ר אָן דער הקדמת תש”י 23 ,

ובמילא דאַרף ער חולץ זיין דעם של ראש און זיי לייגן כסדרם.

ויש לומר,

אַז דערמיט וואָס די גמרא זאָגט אַז „רב הונא אסברא לי

(אַז הקדמת חליצת של ראש לערן איך אַרויס פון דעם וואָס)

אמר קרא והיו לטוטפות בין עיניך כל זמן שבין עיניך יהו שתים”,

איז די גמרא מפרש אַז דער ערשטער לימוד בנוגע דעם סדר ההנחה

(„כשהוא מניח מניח של יד ואח”כ מניח של ראש ..

דכתיב וקשרתם לאות על ידך והדר והיו לטוטפות בין עיניך”)

איז נאָר אַ תנאי אין מעשה ההנחה של הגברא און ניט אינעם דין פון מצות תפילין גופא; צו מצות תפילין איז בלויז נוגע דער פרט אַז „כל זמן שבין עיניך יהו שתים”.

און אויף דעם קומט צו די הוספה אין ספרי

(וואָס מ’לערנט עס אויך אַרויס פון „וקשרתם גו’”)

„כל זמן של יד ביד תן של ראש בראש מכאן אמרו כשנותן תפילין נותן של יד תחילה ואח”כ של ראש”: לויט דער גמרא איז נאָר נוגע אַז זיי זאָלן זיין מונחים על ראשו כל זמן שבין עיניך יהו שתים; ד.

ה.

די הקדמה פון תש”י איז נאָר בכדי עס זאָל זיין שתים כל זמן שבין עיניך;

אָבער לויטן ספרי,

איז צו מצות תפילין ש”ר נוגע

(ניט נאָר אַז די תפילין של ראש זאָלן זיין מונחים ווען אויך די תפילין של יד זיינען מונחים,

נאָר)

אויך דער סדר ואופן פון „ תן של ראש בראש”,

און דעריבער „נותן של יד תחילה ”,

כדי עס זאָל קענען זיין כדבעי דער „תן של ראש בראש”.

ח.

ע”פ כהנ”ל איז אויך מובן וואָס די מכילתא לערנט עס אַרויס פון ערשטן פסוק בפ’ קדש „והי’ לך לאות על ידך וגו’”

(און אויך ניט פון פסוק „והי’ לאות על ידכה” אין פ’ והי’ כי יביאך בס”פ בא)

: לויט דער מכילתא,

וויבאַלד אַז דער סדר הנחתן איז אַ דין ב„מצות תפילין”,

ניט בלויז אַ דין אין דער מעשה הנחה פון גברא אָדער אין דער שלימות מצות תפילין של ראש

[וואָס דעריבער איז דער לשון המכילתא „מכאן אמרו מצות תפילין כשהוא נותן נותן של יד ואח”כ נותן של ראש” און זאָגט ניט בקיצור „מכאן אמרו נותן של יד תחילה ”,

ווייל דער חיוב צו מקדים זיין דעם של יד איז ניט בלויז אַ תנאי כדי אַז דערנאָך זאָל זיין דער „כל זמן שבין עיניך יהו שתים” אָדער אַ תנאי באופן „תן של ראש בראש”,

נאָר אַ דין אין מצות תפילין],

דערפאַר לערנט מען דאָס אָפּ פון דעם ציווי אויף מצות תפילין צום ערשטן מאָל 24 ,

וואָס פון דעם פאַרשטייט מען אַז צוזאַמען מיט דער עצם מצוה איז געזאָגט געוואָרן דער דין עקרי בהמצוה.

ויש להוסיף אַז דער מקור אויף דעם אַז דאָס איז „מצות תפילין”,

אַ דין אין דער מצוה גופא,

איז ניט בלויז מצד דעם סדר הכתוב,

נאָר מצד לשון הכתוב:

פון דעם פסוק „והי’ לך לאות על ידך ולזכרון בין עיניך ולא נאמר והיו לזכרון בין עיניך” לערנט מען אָפּ

(אין ראשונים 25 )

„ששתיהם נחשבים להוי’ ועשי’ אחת” 26 ,

אָבער להלכה

(וואָס דאָס איז לויט דער דיעה אַז מ’לערנט אָפּ דעם סדר הנחת תפילין פון „וקשרתם גו’ והיו לטוטפות גו’”)

זיינען זיי „נחשבים להוי’ ועשי’ אחת” נאָר אין דעם ענין „שצריך לתוכפן זו אחר זו בלא שום הפסק" 26

;

אָבער לויט דער מכילתא זיינען ביידע הנחות אַ „הוי’ ועשי’ אחת” לגמרי 27 .

פון דעם איז בדרך ממילא פאַרשטאַנדיק,

אַז בשעת ער האָט משנה געווען

(דעם סדר),

איז דאָס ניט די „הוי’ ועשי’ אחת” שבכתוב,

ולכן דאַרף ער זיי נאָכאַמאָל אָנטאָן כסדרם.

ט.

אַלע ענינים פון נגלה דתורה זיינען דאָ ווי זיי דריקן זיך אויס בפנימיות התורה

(ואדרבה,

די ענינים אין נגלה ווערן נשתלשל* 27

פון דעם ווי זיי זיינען בפנימיות).

ועד”ז בעניננו:

ס’איז הוקשה כל התורה כולה לתפילין 28 .

איז כשם ווי אין תפילין זיינען פאַראַן תפילין ש”י און תפילין ש”ר,

אַזוי זיינען אויך אין דער עבודה פון תומ”צ פאַראַן די צוויי בחינות פון תפילין: ש”י,

וואָס מ’לייגט אויפן זרוע כנגד הלב ,

ווייזט אויף דער עבודה שבלב,

יראת ה’ און קבלת עול; און של ראש,

וואָס הנחתו איז כנגד המוח,

ווייזט אויף דער עבודה פון שכל,

הבנה והשגה.

[און ווי דאָס איז מודגש אין דעם דין בנגלה בשו”ע,

אַז קיום מצות תפילין איז - „ להניחם 29

על הזרוע כנגד הלב ועל הראש כנגד המוח,

כדי שנזכור נסים ונפלאות שעשה עמנו שהם מורים על יחודו ואשר לו הכח והממשלה כו’ וישעבד 30

להקב”ה הנשמה שהיא במוח וגם תאות ומחשבות לבו לעבודתו ית’.

וע”י הנחת תפלין יזכור 31

את הבורא יתברך וימעיט הנאותיו ”].

וואָס בכללות זיינען דאָס די צוויי ענינים: הרגש,

מדות שבלב,

מצות -תפילין ש”י,

און תורה - תפילין של ראש.

יו”ד.

און אויף דעם זיינען דאָ צוויי הוראות: „כשהוא מניח מניח של יד ואח”כ מניח של ראש דכתיב כו’” - אַז „יראת חטאו” דאַרף זיין „קודמת לחכמתו” 32 .

יראה איז „תרעא ..

לחכמה” 33 .

און ווי ער איז מבאר בארוכה אין תניא 34 ,

אַז „ראשית העבודה ועיקרה ושרשה” איז „לעורר תחלה היראה הטבעית המסותרת בלב כל ישראל שלא למרוד בממ”ה הקב”ה כו’”.

דערנאָך קומט די צווייטע העכערע הוראה: „כל זמן שבין עיניך יהו שתים”,

אַז די עבודה פון יראה פאָדערט זיך ניט נאָר אַלס הקדמה צו לימוד התורה,

נאָר אַז אויך בשעת און צוזאַמען מיט לימוד התורה

(עבודה שבשכל והבנה והשגה אין אלקות),

דאַרף אויך זיין די עבודה פון יראה,

און דעמאָלט איז „חכמתו מתקיימת" 32

;

[און דורכדעם קומט מען צו צו נאָך אַ העכערע דרגא אין יראה

(ווי די וואָס קומט אַלס הקדמה צו תורה)

צו וועלכער מען קומט צו דורך תורה און אויף וועלכער עס ווערט געזאָגט „אם אין חכמה אין יראה” 35

וכמ”ש 36

„ויצוינו ה’ לעשות את כל החוקים האלה ליראה”,

וואָס דאָס איז די דרגא פון יראה עילאה,

וואָס ווערט נמשך דוקא נאָך דער עבודה פון חכמה,

כמבואר בארוכה אין חסידות 37 ].

יא.

און אויף דעם איז מען מוסיף,

אַז דאָס וואָס הנחת תש”י דאַרף זיין פאַר הנחת תש”ר,

יראתו קודמת לחכמתו,

איז ניט נאָר ווייל אַזוי דאַרף זיין דער סדר אין הנהגת האדם,

אַז כדי צוצוקומען צו שלימות פון תש”ר

(חכמה),

פון תורה,

דאַרף מען האָבן די הקדמה פון יראה וקבלת עול,

כדי עס זאָל זיין „חכמתו מתקיימת” - „כל זמן שבין עיניך יהו שתים”

[און דורכדעם קומט ער צו צו נאָך אַ העכערע שלימות - אם אין חכמה אין יראה - עס ווערט אַן עילוי אויך אין דער מדרי’ פון תפילין של יד],

נאָר דער סדר גופא איז אַן ענין פון „מצות תפילין”.

ד.

ה.

דאָס וואָס מ’לייגט פריער תפילין של יד איז ווייל

(אויך)

דאָס איז אַן עיקר און ס’איז דאָ אין דעם אַ מעלה 38

: וויבאַלד אַז קב”ע

(יראה),

אפילו יראה תתאה,

איז ענינה ביטול,

היפך הישות,

האָט זי אַ שייכות 39

צום ביטול עצמי פון עצם הנפש,

בחי’ יחידה שבנפש - וואָס איז העכער פון דער עבודה פון תש”ר 40 .

און ווי תורת הבעש”ט 41

וועגן הנחת תפילין של הקב”ה

(פריער תפילה של יד און נאכדעם תפילה של ראש)

:

אין תפילין שלמעלה 42

איז דער „של יד” מרמז אויף

(דער עבודה פון)

אנשים פשוטים,

און דער „של ראש” -

(דער עבודה פון)

בעלי תורה; און אין הנחת תפילין שלמעלה איז די עבודה בקבלת עול פון אנשים פשוטים פריער,

העכער פון דער עבודה פון די בעלי מוחין אין ידיעה והשגת התורה.

און ע”י כל זה ווערט אויפגעטאָן „מצות תפילין” בשלימותה,

עס ווערט „הוי’ ועשי’ אחת ”: דורכדעם וואָס אין דער מדריגה פון תפילין של יד הערט זיך דער ענין פון „אחת”,

בחי’ יחידה 43 ,

פועל’ט דאָס דעם „אחת” אויך אין תפילין של ראש,

אין דער עבודה פון בעלי מוחין,

אין ידיעה והשגת התורה.

און דורך דער עבודה פון „אחת” -איז מען ממשיך אין וועלט „אחד” -„כמאמר 44

תפילין דמארי עלמא מה כתיב בהו ..

ומי כעמך ישראל גוי אחד בארץ”,

אידן זיינען ממשיך דעם הוי’ אחד „בארץ" 41 .

(משיחת יו”ד שבט תשל”ז)

Reader controls and commentary are loading.