א.
אין פסוק 1
„ויהי בארבעים שנה גו’ דבר משה אל בני ישראל גו’”,
זיינען פאַראַן צוויי פירושים פון צוויי פשטנים - וואָס זיינען געווען די רייד פון משה צו אידן:
(א)
רש”י ברענגט
(אַראָפּ פון ספרי 2 ),
אַז דאָס זיינען געווען דברי תוכחה
(„שלא הוכיחן אלא סמוך למיתה”).
(ב)
דער ספורנו זאָגט: „החזיר להם כל התורה כולה עד הנה בכלל” 3 .
די צוויי פירושים זיינען ניט בסתירה איינער צום אַנדערן,
ווייל הא והא איתנהו בי’ 4
: אין ספר דברים זיינען דאָ דברי תוכחה און עס ווערט אין אים איבערגעחזרט „כל התורה כולה” 5 ,
ווי דאָס איז מודגש אויך אין זיין נאָמען - משנה תורה.
און די נפק”מ צווישען די צוויי מפרשים: וואָס איז מער בהדגשה,
אָדער נאָכמער - וואָס איז מער עיקר.
מ’דאַרף אָבער פאַרשטיין: וויבאַלד אַז דבר משה גו’ גייט אויפ’ן גאַנצן ספר דברים,
דאַרף מען זאָגן,
אַז יעדע פון די ביידע זאַכן -
(א)
דברי תוכחה,
(ב)
משנה תורה - איז כלול זה מזה,
אָדער אַז זיי האָבן אַ תוכן משותף.
ב.
דער חילוק צווישן די ערשטע פיר ספרים און ספר דברים זאָגט די גמרא 6 ,
אַז די פיר ספרים זיינען „מפי הגבורה”,
און משנה תורה האָט משה געזאָגט „מפי עצמו”.
דער פשט פון „מפי עצמו” איז ניט,
אַז „משנה תורה” האָט משה,
ח”ו,
געזאָגט פון זיך אַליין - זיינע אייגענע רייד 7 ,
נאָר ווי רש”י 8
איז דאָס מסביר במק”א: משה לאו מאליו הי’ שונה להם משנה תורה כו’ אלא כמו שקבלה הוא והי’ חוזר ומגיד להם,
וכל מה שכתוב בדברות האחרונות הי’ כתוב בלוחות וכן שמע בסיני; און ווי תוס’ 9
זאָגט אַז דאָס וואָס „משה מעצמו אמרם” איז געווען „ברוח הקודש”.
איז ניט מובן: וויבאַלד אַז אויך משנה תורה האָט משה געזאָגט ניט זיינע ווערטער,
נאָר ער האָט עס געזאָגט ברוח הקודש - „ שכינה מדברת מתוך גרונו” 10
[וואָס דערפאַר 11
האָט ער געזאָגט ונת תי מטר גו’” 12 ,
ווייל דאָס איז וואָס „רוח הוי’ הוא שדיבר” 13 ]
-היינט פאַרוואָס ווערט עס אָנגערופן „מפי עצמו”?
די זעלבע שאלה איז אויך אויף דעם וואָס די גמרא 14
זאָגט,
אַז „אפילו למאן דלא דריש סמוכים בעלמא,
במשנה תורה דריש” - און דער ראב”ן 15
איז מסביר: „וטעמא משום דכל התורה מפי הגבורה נאמרה ואין מוקדם ומאוחר אבל משה שסידר משנה תורה פרשה אחר פרשה לא סידר אלא להדרש” -
איז אויך אין דעם ניט מובן: וויבאַלד אַז משנה תורה האָט משה געזאָגט „ברוח הקודש” - פאַרוואָס איז דער סדר אין דברים תלוי אין משה,
משא”כ אין די ערשטע פיר ספרים
(וואָס זיינען אויך איבערגעגעבן געוואָרן צו אידן דורך משה רבינו)?
ג.
דער ביאור אין דעם:
חז”ל 16
זאָגן אלפיים שנה קדמה תורה לעולם,
וואָס „קדמה” מיינט ניט
(נאָר)
אין זמן,
נאָר
(בעיקר)
אין מעלה וחשיבות 17
: תורה מצד עצמה איז אינגאַנצן העכער פון וועלט; און דעריבער,
כדי תורה זאָל אַראָפּקומען אין וועלט,
מוז עס זיין דורך אַ ממוצע,
וואָס האָט אין זיך ביידע ענינים 18
(ער איז העכער פון וועלט,
און ער איז אין וועלט),
און דערפאַר קען ער זיי מחבר זיין.
דער ממוצע צווישן תורה און וועלט איז משה רבינו - וואָס ביי אים געפינט מען צוויי קצוות 19
: ער איז געווען בתכלית הביטול,
ניט מציאות,
„ונחנו מ”ה” 20
- אַ ביטול וואָס איז העכער פון וועלט; און פון דער צווייטער זייט איז ער געווען שלימות המציאות 21
ווי מציאות איז מצד וועלט
[וואָס דערפאַר איז ער אויך געווען „בעל קומה” 22
-„עשר אמות” 23 ,
וואָס איז אַ סך מער ווי דער שיעור קומה הרגיל פון אַ בן אדם: ג’ אמות 24 ]
-
און דערפאַר האָט ער געקענט מחבר זיין תורה,
וואָס איז העכער פון וועלט,
מיט וועלט.
ד.
עס זיינען דאָ צוויי אופנים 25
וויאַ השפעה גייט דורך ע”י ממוצע 26
:
(א)
בדרך „מעבר” 27
- די השפעה ווערט ניט פאַראיינציקט מיטן ממוצע אין אַן אופן פון התלבשות אין אים,
ובמילא איז דער ממוצע ניט פועל קיין שינוי אין דער השפעה; דער אויפטו פונעם ממוצע איז נאָר דאָס,
וואָס ער טראָגט אַראָפּ די השפעה
( ווי זי איז )
פון אַ העכערער אין אַ נידעריקער מדריגה.
(ב)
בדרך „התלבשות" 27
- די השפעה ווערט נתלבש און פאַראיינציקט מיטן ממוצע,
וואָס דורכדעם ווערט אַ שינוי אין דער השפעה - זי ווערט לפי ערך ובדרגת הממוצע - און דורך דעם קענען דערנאָך די מקבלים נעמען די השפעה אויך אין זייערע כלי ההשגה.
און דאָס איז דער חילוק צווישן די ערשטע פיר ספרים און משנה תורה 28
:
אין די ערשטע פיר ספרים איז משה געווען אַ ממוצע בדרך „מעבר”
[אָדער אין לשון פון רש”י 29
: נעשה שליח]
-אָט די דברי תורה זיינען ניט נתפס געוואָרן אין זיין השגה אין אַן אופן פון התלבשות,
נאָר זיי זיינען געבליבן אין דער דרגא פון „
(מפי)
הגבורה ”; דאַקעגן משנה תורה,
כאָטש אויך דאָס איז געזאָגט געוואָרן „ברוח הקודש”,
האָט זיך אָבער דער „רוח ה’” אָנגעטאָן און איז נתפס געוואָרן אין השגת משה בדרך התלבשות - און דערפאַר ווערט עס אָנגערופן „מפי עצמו” 30 .
און דאָס איז אויך די הסברה פאַרוואָס אפילו לויטן מ”ד אַז בעלמא „ לא דריש סמוכים” איז „במשנה תורה דריש”:
די ערשטע פיר ספרים,
היות זיי זיינען ניט געקומען בהתלבשות אין שכל פון משה,
איז הגם אַז דער סדר הכתובים איז אין זיי בתכלית הדיוק 31
-איז עס אָבער אַ „העכערער” סדר,
די „סמוכים” זיינען ניט לויט דער השגה פון נבראים - און דערפאַר איז „לא דריש סמוכים”;
משא”כ אין משנה תורה,
וואָס דער דבר ה’ האָט זיך מתלבש געווען אין השגת משה,
איז אויך דער סדר הדברים והכתובים אויסגעשטעלט לויט השגת משה
(און נבראים),
ובמילא - „דריש סמוכים”.
ה.
מ’דאַרף אָבער פאַרשטיין: למה עשה ה’ ככה,
אַז
(משנה)
תורה זאָל זיין בהתלבשות אין דער השגה פון משה,
אַזוי אַז עס זאָל הייסן „מפי עצמו”?
-לכאורה איז עס בלויז אַן ענין פון ירידה.
איז דער ביאור אין דעם:
בשעת אַ השפעה ווערט ניט נתלבש אין דעם ממוצע,
בלייבט זי בעצם העכער פון השגת המקבלים,
וויבאַלד אַז פאַר דעם איז זי במהותה ניט אין זייער גדר און דער ממוצע איז איר ניט משנה; און דער ענין פון דער השפעה,
וואָס די מקבלים „נעמען” און וואָס ווערט נתעצם אין זייער השגה,
איז עס ניט אינעם ערך פון דער השפעה עצמה.
און דעריבער,
ווען תורה וואָלט אַראָפּגעקומען למטה בלויז בדרך מעבר דורך משה,
וואָלטן אידן מיט זייערע כלי השגה ניט געקענט משיג זיין דעם עצם התורה און „נעמען” דעם „דבר ה’ ”,
וואָס איז העכער פון השגה 32
; דאָס וואָס זייער שכל וואָלט יע משיג געווען,
וואָלט געווען אַ הארה וכו’ פון „דבר ה’” 33 .
און דאָס איז דער אויפטו פון משנה תורה,
אַז דורך דעם וואָס משה „החזיר להם כל התורה כולה” ווי עס איז נתלבש געוואָרן אין זיין כלי השגה
(מפי עצמו )
- איז דערנאָך,
ווען אַ איד לערנט תורה,
אין וועלכן מצב ער זאָל נאָר זיין
[אפילו ווען ער איז ניט טהור ר”ל],
„נעמט” ער די תורה און ווערט נתעצם מיט „ דברי כאש” 34 ,
„דבר ה’ ממש”* 34 .
און וויבאַלד אַז דער „החזיר להם” איז געווען בנוגע „כל התורה כולה” -ווערט עס אַזוי אויך בלימוד פון די ד’ ספרים.
וואָרום משה איז דער ממוצע וואָס איז מחבר אַלע אידן מיטן אויבערשטן 35
[אויך די וועלכע זיינען בשפל המצב -כידוע אין דעם ענין פון „מאין לי בשר” 36 ,
אַז משה האָט זיך ניט געקאָנט משפיל זיין אין דער השפעה פון בשר
(תאוה) 37
; ביז דער אויבערשטער האָט אים געזאָגט „אספה לי שבעים איש מזקני ישראל גו’ ואצלתי מן הרוח אשר עליך גו’” 38
- אויך די השפעה האָט געמוזט זיין דורך
(אצילות רוחו של)
משה,
ווייל אַלע השפעות צו אידן קומען דורך משה דוקא 39 ],
און דערפאַר,
דורכדעם וואָס תורה האָט זיך אָנגעטאָן אין דעם „ממוצע” פון משה רבינו,
אין אַלע זיינע „עשר אמות”,
אויך אין דער נידעריקסטער אמה -קומט אָן די תורה צו אַלע אידן,
אפילו צו אַ פשוט שבפשוטים.
ו.
ווי קענען פאָרט זיין ביידע הפכים צוזאַמען - אַז תורה וואָס ווערט נתלבש אין שכל הנברא ביז אַז נקראת על שמו 40
און ער קען מוחל זיין על כבודו וועלכער איז מצד התורה 41 ,
זאָל בה בשעה זיין „דבר ה’ ” 42 ?
- איז עס דערפאַר וואָס משנה תורה נעמט זיך פון עצמותו ית’ 43 ,
וואָס איז העכער פון התחלקות: אורות וגילויים,
אפילו די אורות הכי עליונים,
זיינען בגדר התחלקות; און דערפאַר איז -אָדער זיי ווערן נתגלה מיט זייער גאַנצן תוקף
(אויב זיי קומען ניט אין התלבשות),
אָדער עס ווערט אין זיי אַ שינוי וירידה
(אויב זיי קומען בהתלבשות אין די נבראים).
דוקא מצד עצמותו ית’ וואָס איז לגמרי ניט בגדר התחלקות ושינויים,
קענען זיין ביידע ענינים כאחד 44
: די השפעה קומט אַראָפּ בהתלבשות אין נברא,
ביז אַז מען זאָגט אויף דעם 45
„מפי עצמו ” - די השגה פון אַ נברא,
און בה בשעה איז עס במהותה „דבר ה’ ” 46 .
און דאָס איז דער חילוק צווישן די ערשטע פיר ספרים און משנה תורה:
די ערשטע פיר ספרים זיינען „מפי הגבורה”; און נאָכמער,
ווי דער רמב”ן 47
שרייבט,
אַז זיי זיינען געשריבן געוואָרן וויאַ „שלישי המדבר” און דערציילט
(אַז „וידבר ה’ אל משה” וכיו”ב)
- טייטשט חסידות 48 ,
אַז דאָס איז עצמות המאציל וואָס איז העכער פון
(שם)
הוי’,
און דערפאַר איז בכחו צו מחבר זיין „הוי’” מיט „משה”,
פונדעסטוועגן,
דאָס גופא וואָס ער ווערט אָנגערופן „ שלישי המדבר”
(וואָס איז מחבר די צוויי - „הוי’” מיט „משה”)
ווייזט אַז ס’איז שייך,
כביכול,
התחלקות;
משא”כ משנה תורה איז פון עצמותו ית’,
וואָס איז העכער אפילו פון „שלישי המדבר”.
און דערפאַר קענען און זיינען דאָ ביידע קצוות - „מפי עצמו ”
(פון משה)
און צוזאַמען דערמיט - „דבר ה’”.
ז.
דער ענין הנ”ל אין משנה תורה,
איז פאַראַן דוגמתו אין עבודת האדם -אין דער עבודה פון תשובה:
די תנועה פון תשובה קומט פון דעם בעל תשובה אַליין 49 ,
וואָרום וויבאַלד אַז פאַרן חטא איז ער געווען אָפּגעריסן פון אלקות ר”ל,
קומט אויס,
אַז זיין התעוררות תשובה איז ניט מצד אַ גילוי אור מלמעלה
(צו וועלכן ער איז ניט קיין כלי),
נאָר פון זיך אַליין.
ס’איז דאָך אָבער אַ כלל 50 ,
אַז יעדע התעוררות קומט דורך אַ נתינת כח מלמעלה - איז דער ענין אין דעם,
אַז דער כח אויף תשובה איז פון „ העלם העצמי דא”ס” 51 ,
וואָס ווערט נמשך אין אַן אופן נעלם,
אַזוי,
אַז די תנועה פון תשובה איז
(כאילו)
פון דעם בעל תשובה מצד עצמו
[מעין ווי עס האָט זיך פריער גערעדט אין דעם ענין פון „מפי עצמו” פון משנה תורה].
און דאָס איז דער קשר צווישן די צוויי פירושים וועגן דעם תוכן פון ספר דברים -
(א)
דברי תוכחה,
(ב)
„החזיר להם כל התורה כולה”: דברי תוכחה,
איז תכליתם דער ענין פון תשובה,
און עבודת התשובה האָט דעם זעלבן ענין ועילוי עצמי וואָס איז דאָ אין משנה תורה 52 ,
כנ”ל.
ח.
ומובן,
אַז כשם ווי עס האָט געדאַרפט זיין דער עילוי פון משנה תורה אַלס הכנה פאַר דער ערשטער כניסה פון אידן אין א”י 53 ,
עד”ז איז אויך איצט,
ווען מ’מאַכט די הכנות צו דער כניסה לארץ ישראל דורך משיח צדקנו -
און דאָס איז דער גילוי פון תורת החסידות,
ובפרט תורת חסידות חב”ד,
וואָס האָט דעם זעלבן תוכן הנ”ל ווי משנה תורה: אין חסידות חב”ד ווערן ערקלערט ענינים פון אלקות אין אַן אופן אַז חב”ד פון דעם מענשען זאָל קענען פאַרשטיין,
ביז אין אַן אופן אַז עס ווערט אַ „יחוד נפלא כו’ להיות לאחדים ומיוחדים מכל צד ופינה” 54
און לאידך ווערט עס דורכדעם ניט נשתנה ח”ו,
עס בלייבט אלקות 55
;
און דער כח דערויף איז מצד דעם וואָס תורת החסידות איז דער גילוי פון בחי’ „יחידה” שבתורה
(ווי גערעדט אַמאָל 56
באריכות),
„ עצם פנימיות התורה” 57 ,
און דערפאַר ווערט ער ניט נשתנה אויך ווען ער שטייט איןאַ התלבשות אין שכל אנושי.
און דאָס איז אויך די שייכות צווישן תורת החסידות און „יפוצו מעינותיך חוצה” - אַז דער „מעין” אַליין דאַרף אַראָפּקומען אין „חוצה” 58
- ווייל ווער קען אויפטאָן אין דעם „חוצה”
(וואָס מצד עצמו האָט ער לכאורה קיין שייכות ניט צו די „מעינות”),
איז עס דוקא בכח פון דעם „מעין” אַליין 59 .
און דערפאַר איז דאָס די הכנה צו „קאתי מר” 60 ,
ווייל דאַן וועט נתגלה ווערן דער „וידע כל פעול כי אתה פעלתו” 61 ,
אַז אויך דער „חוצה” שב„חוצה” 62
- דער „פעול” אַליין
[ווי ער איז בחיצוניותו,
מ’זעט ניט זיין פאַרבונד מיטן כח הפועל]
- איז מיוחד מיטן אויבערשטן,
דערפאַר וואָס „ אתה 63
- עצמותו ית’ - פעלתו” 64 .
(משיחת ש”פ וארא תשכ”ו)