B"H
🏡

Ikar

מסעי - בין המצרים

א.

מסעי איז פרשת השבוע אין וועלכער עס איז ניכר גלוי ובולט די שייכות פון דער פרשה צו דעם זמן בשנה ווען מ'לייענט איר בתורה 1 .

זי ווערט אַלעמאָל געלייענט בסמיכות צו ר"ח מנ"א

(בר"ח גופא; למחרתו; אָדער בשבת מברכים החודש מנ"א)

און אין דער פרשה 2

ווערט דערציילט און מחודש אַז מיתת אהרן איז געווען „ בחודש החמישי באחד לחודש ": מיתת אהרן ובאריכות איז דערציילט פריער אין פ' חוקת 3 ,

אָבער זמן מיתתו

(ומספר שני חייו)

- איז בפרשתנו דוקא 4 .

די שייכות איז ניט נאָר אין דער סמיכות אין זמן פון מיתת אהרן כנ"ל,

נאָר אויך בתוכן ענינם: אין חודש מנחם אב 5

איז געווען דער חורבן ביהמ"ק 6 ,

שריפת בית אלקינו - און חז"ל 7

זאָגן אַז „שקולה מיתתן של צדיקים כשריפת בית אלקינו" און „סילוקן של צדיקים קשה לפני הקב"ה יותר כו' מחורבן בית המקדש" 8 .

כשם ווי ביי הסתלקות הצדיקים געפינט מען אַז דער סדר ההנהגה איז אין צוויי קצוות: פון איין זייט דאַרף דעמאָלט זיין די הנהגה פון „בוכה ומתאבל" 9

אויף זיין אַוועקגיין,

ומאידך גיסא,

איז עס דער זמן 10

צו לערנען פון „מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד כל ימי חייו",

כדי צו ממשיך זיין און גיין בדרכיו אשר הורנו 11 ,

וואָס דאַמאָלס איז דאָך חל דער מאמר חז"ל 12

אַז אויב „זרעו בחיים" איז „אף הוא בחיים" -וכלשון המשנה 13

בנדו"ד „הוי מתלמידיו של אהרן".

עד"ז איז בנוגע צום זמן פון חורבן ביהמ"ק: מצד אחד,

איז דעמאָלט דער חיוב על פי תורה פון „מתאבל על ירושלים" 14 ,

פון דער צווייטער זייט,

איז דוקא בין המצרים דער זמן וואָס פאַרלאַנגט אַ התחזקות מיוחדה אויף ניט אַראָפּפאַלן ביאוש פון גלות ח"ו,

וויסן,

כסיום וחותם הפטורת פ' מסעי אַז מעתה 15

קראת לי אבי אלוף נעורי אתה,

ומה טוב - אויף מעודד זיין זיך און אידן בכלל אין דעם חושך כפול ומכופל פון עקבתא דמשיחא 16

און דערצו נאָך בבין המצרים - דורך דעם חיזוק ב„אחכה לו בכל יום שיבוא" און לערנען און עוסק זיין זיך אין „צורת הבית ותכונתו ומוצאיו ומובאיו וכל צורתו ואת כל חוקותיו" 17 ,

וואָס דאַמאָלס איז דאָך,

כמחז"ל 18

„א"ל הקב"ה

(ליחזקאל)

גדול קרייתה בתורה כבניינה לך אמור להם ויתעסקו לקרות צורת הבית בתורה ובשכר קרייתה שיתעסקו לקרות בה אני מעלה עליהם כאילו הם עוסקין בבנין הבית" 19 .

און כשם ווי דאָס איז בנוגע צום ביהמ"ק - עד"ז איז בשייכות צו מיתת צדיקים: דורך דעם וואָס מ'גייט בדרכיו וכו',

איז כנ"ל „אף הוא בחיים",

אַז די חיים אמיתיים פונעם צדיק,

וואָס „חיי הצדיק אינם חיים בשרים כ"א חיים רוחניים 20

שהם אמונה ויראה ואהבה" 11 ,

ווערן נמשך און זיינען „חיים וקיימים" אין „זרעו" - תלמידיו ותלמידי תלמידיו.

און דערמיט קומט צו אַ הדגשה מיוחדת אין דעם קשר צווישן חורבן בית המקדש

(בחודש אב)

און מיתת אהרן

(בר"ח מנ"א)

: די סיבה פון חורבן בהמ"ק

(השני)

איז געווען דער חטא פון שנאת חינם 21 ,

איז דער תיקון אויף דעם איז דער ענין: „הוי מתלמידיו

(שקרוים בניו 22

- זרעו)

של אהרן אוהב שלום ורודף שלום אוהב את הבריות ומקרבן לתורה" - אהבת חנם.

ב.

לכאורה קען מען פרעגן: ביי הסתלקות צדיקים איז דער לשון „מה זרעו בחיים אף הוא בחיים "

(און ניט „כאילו" הוא בחיים)

- אַז דורך דעם וואָס „זרעו" גייט „בדרכיו" וכו' ווערט אויפגעטאָן אַז „הוא בחיים" - וויבאַלד אַז די חיים פון אַ צדיק „ אינם חיים בשרים כ"א חיים רוחניים ",

איז „ הוא בחיים "

(זיינע אמת'ע חיים - „חיים רוחניים" ווערן ממש נמשך אויך שפּעטער)

;

משא"כ בנוגע עסק אין צורת הבית,

איז דאָך נוגע דער בית המקדש הגשמי ,

(צו מקריב זיין דאָרט קרבנות גשמיים - דלא כשחרב ביהמ"ק וואָס תפילות 23

במקום קרבנות תיקנום)

- און דיבור און לימוד הנ"ל וואָס „אני מעלה עליהם כאילו הם עוסקים בבנין הבית",

איז דאָס לכאורה נאָר כדיבור התפלות?

איז דאָס אָבער ניט אַזוי.

ווען תורת אמת פאַרגלייכט צוויי זאַכן

(ווי בנדו"ד,

אַז דורך לימוד אין צורת הבית כו',

איז „ אני מעלה עליהם כאילו הם עוסקים בבנין הבית")

איז דאָס דערפאַר וואָס באמת זיינען זיי איין זאַך;

נאָר,

וויבאַלד אַז די תוצאות גשמיות פון עוסקין בפו"מ קומט אַראָפּ למטה שפּעטער,

ווערט עס געזאָגט מיטן לשון „כאילו" - אָבער אויך איידער דאָס קומט אַראָפּ אין פועל ממש

(כבנדו"ד -איידער מ'מעג און מ'קען בויען דעם ביהמ"ק למטה בגשמיות)

- איז דאָס ניט באופן אַז דער לימוד אין צורת הבית כו' איז בלויז אַ זכר

(וכיו"ב)

צום בנין ביהמ"ק,

אָדער

(און אויך)

אַז דער אויבערשטער גיט דעם זעלבן שכר ווי ער גיט אויף בנין ביהמ"ק - נאָר דורך דעם עסק בלימוד איז מען עוסק בבנין הבית.

ג.

דער ביאור אין דעם איז מובן פון דעם וואָס רז"ל 24

זאָגן בנוגע לקרבנות,

אַז „כל העוסק בתורת חטאת 25

כאילו הקריב חטאת וכל העוסק בתורת אשם כאילו הקריב אשם" וכיו"ב,

וואָס דער „כאילו הקריב" באַ קרבנות איז ניט בלויז אַלס שכר,

אָדער אַז דער אויבערשטער איז מכפר עי"ז אויף די עונות

(דאָס פּועל'ט דעם זעלבן ענין) 26

פּונקט ווי דער קרבן,

נאָר דאָס איז

(לכמה דעות,

עכ"פ)

אַ גדר פון הקרבת 27

הקרבן 28 ,

ביז אַז מ'זאָגט להלכה בנוגע צו „פרשת הקרבנות" - „לא יאמר אלא ביום לפי שאין מקריבין קרבן בלילה" 29 ,

ועד"ז בנוגע כמה דינים והלכות אין תורת הקרבנות וואָס דאַרפ'ן זיין בדוגמת הקרבתו 30 .

עד"ז

(ויתירה מזו)

איז בנוגע צו דעם עסק בצורת הבית כו'

(וואָס ווערט דאָרטן אין מדרש 31

צוגעגליכן 32

צום עסק בהלכות קרבנות)

ווי פאַרשטאַנדיק פון לשון המדרש 31 ,

אַז אויף דער טענה פון יחזקאל „עד עכשיו אנו נתונים בגולה בארץ שונאינו ואתה אומר לי לילך ולהודיע לישראל צורת הבית כו' וכי יכולין הן לעשות הניח להם עד שיעלו מן הגולה כו'",

האָט דער אויבערשטער געענטפערט „ובשביל שבני נתונים בגולה יהא בנין ביתי בטל ",

און דערפאַר זאָלן זיי זיך עוסק זיין בלימוד „צורת הבית כו'" - ד.

ה.

אַז דורך דעם לימוד איז „בנין ביתי" ניט „בטל" 33 .

וי"ל דער ביאור בזה: די מצוה פון „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם" 34

איז אַ מ"ע לדורות 35

; עס ליגט אויף אידן 36

אַ חיוב צו בויען אַ בית המקדש.

און דעריבער,

בשעת אידן קענען ניט אויפבויען דעם ביהמ"ק בפועל ובמעשה,

צוליב סיבות וואָס זיינען ניט אָפּהענגיק אין זיי 37 ,

איז אָבער אויף זיי חל דער חיוב ומצוה 38

צו מתעסק זיין „בקרייתה",

וואָס דורכדעם „כאילו אתם בונים אותו".

ד.

ה.

ניט נאָר ווייל מיר קענען ניט בויען דעם ביהמ"ק בפועל,

דערפאַר לערנען מיר עכ"פ וועגן צורתו כו' אַלס אַ זכר ושייכות רוחנית צום בנין המקדש,

נאָר אין דעם עסק בלימוד איז דאָ מגדר מצות 39

בנין ביהמ"ק 40 .

ד.

ואת"ל,

איז דאָס דער רמב"ם מרמז פאַר די הלכות ביהב"ח,

אין אָנפאַנג סדר עבודה,

וואָס ער ברענגט דעם פסוק 41

„שאלו שלום ירושלים ישליו אוהביך": מיט דעם וואָס ער איז מקדים דעם פסוק פאַר הל' ביהב"ח וספר עבודה,

איז ער מרמז ומגלה,

אַז ס'איז דאָ אַ חיוב וציווי פון „שאלו שלום"

(בדיבור וכו'),

וואָס דאָס איז דער לימוד אין די הל' ביהב"ח 42

וספר עבודה 43 .

אויב דער רמב"ם וואָלט געמיינט זאָגן,

אַז מען דאַרף לערנען די הלכות

(נאָר)

אַלס „ זכר למקדש",

האָט ער דאָך געדאַרפט ברענגען דעם פסוק פון וועלכן די גמרא 44

לערנט עס אָפּ -„מנלן דעבדינן זכר למקדש שנאמר 45

כו' ציון היא דורש אין לה מכלל דבעי דרישה",

ברענגענדיג דוקא דעם פסוק „ שאלו שלום ירושלים" איז דער רמב"ם מדגיש אַז ס'איז דאָ אַ באַזונדער חיוב פון לימוד ועסק אין די פרטים און פרטי פרטים 46

(בדרך „ שאלו " 47

ב„שלום")

פון הל' בית הבחירה - ניט נאָר בתור „זכר למקדש" בעבר און בכדי צו וויסן ווי צו בויען אים בעתיד ,

נאָר אַ חיוב וציווי אינעם בנין ביהמ"ק בהווה ,

בזמן הזה.

משא"כ פון פסוק

(און לשון)

„ציון היא דורש אין לה",

לערנט מען נאָר אַרויס דעם חיוב פון אַ דרישה,

ע"ד ווי אַ זכר .

ועפ"ז קומט אויס אַז דאָס וואָס מ'לערנט הל' בית הבחירה איז ניט נאָר כדי מ'זאָל וויסן ווי צו בויען אים לעתיד 48 ,

נאָר ס'איז אויך נוגע צום חיוב בנינו עכשיו,

דורך דעם עסק פון די הלכות,

דורך „שאלו שלום ירושלים".

ה.

כעין דוגמא צום ענין הנ"ל בהלכה בפועל,

געפינט מען ביי מצות תשובה און גירות:

די שלימות התשובה והכפרה אויף אַ חטא

(בשוגג)

איז דורך וידוי דברים מיט אַ קרבן 49 .

פונדעסטוועגן זעט מען,

אַז בזמן הגלות,

ווען ס'איז ניט מעגלעך צו מקריב זיין אַ קרבן,

ווערט דורך תשובה

(און וידוי דברים)

אויפגעטאָן שלימות הכפרה 50 ,

מ'איז מקיים בשלימות מצות התשובה 51

;

וכידוע די נפק"מ להלכה בפועל בנוגע לאל תשת גו' רשע להיות עד חמס 52 .

און נאָכמער בשייכות לנדו"ד - דער ענין הגירות: הגם אַז צוליב דער כניסה לברית צו ווערן אַ גר „צריך מילה וטבילה והרצאת קרבן" 53 ,

פונדעסטוועגן „בזמן הזה שאין שם קרבן צריך מילה וטבילה" 54

און דערמיט איז שוין די גירות אַ שלימות'דיקע; און דאָס וואָס „כשיבנה ביהמ"ק יביא קרבן" 54 ,

רירט עס ניט אָן דעם גמר ושלימות פון זיין גירות בזמן הזה 55 .

ו.

ע"פ הנ"ל

(ס"ג)

יש לבאר וואָס דער רמב"ם זאָגט אין פיהמ"ש בהקדמתו בנוגע למס' מדות: „אין בו ענין אחר אלא ספור שהוא זוכר מדת המקדש

(של בית שני)

וצורתו ובנינו וכל ענינו והתועלת שיש בענין ההוא כי כשיבנה ב"ב יש לשמור ולעשות התבניות ההוא והתבניות והצורות והערך מפני שהוא ברוח הקודש 56

כמו שאמר 57

הכל בכתב מיד ה' עלי השכיל".

באַוואָרנט דער תוס' יו"ט 58

: הגם אַז דער בנין ביהמ"ק דלעתיד איז ניט דומה צום בנין פון בית שני,

און ווי דער רמב"ם אַליין זאָגט אין הל' בית הבחירה 59

אַז „בנין העתיד להבנות אע"פ שהוא כתוב ביחזקאל אינו מפורש ומבואר,

ואנשי בית שני כשבנו בימי עזרא בנוהו כבנין שלמה ומעין דברים המפורשים ביחזקאל" - טאָ וואָס איז סו"ס די תועלת פון דעם וואָס מ'ווייס מדות פון דעם ביהמ"ק שני.

איז דער תויו"ט מבאר,

אַז פונדעסטוועגן איז אינעם לימוד פון מס' מדות דאָ אַ תועלת פאַרן בנין דלעתיד,

צוליב די פרטים אין וועלכע דער בנין דלעתיד איז גלייך מיט בנין בית שני וראשון.

און איה"נ,

אַז ביים בנין דלעתיד וועלן זיין שינויים לגבי בב"ש,

ווייל „יגלה הקב"ה עינינו ..

ולהבין הסתום בדברי יחזקאל ונבנהו,

אבל מ"מ צריך לסיפור בנין השני שכן רוב ועיקרי הבנין מיוסדים בתבנית ה' אשר השכיל לדוד ולא ימוט".

און דאָס איז כוונתו של הרמב"ם אין זיין ראי' פון דעם פסוק

(אַז דוד האָט געזאָגט צו שלמה)

„הכל בכתב מיד ה' עלי השכיל" 60 .

עס איז אָבער ניט אינגאַנצן גלאַטיק: וויבאַלד אַז עס וועלן אינעם בנין דלעתיד זיין כו"כ שינויים און מ'וועט מוזן אָנקומען צו „יגלה הקב"ה עינינו כו' ..

ולהבין הסתום בדברי יחזקאל" - איז וואָס איז דער הכרח אין דעם „זוכר מדת המקדש וצורתו ובנינו וכל עניניו" פון מס' מדות 61 ?

עפ"י הנ"ל איז מובן: וויבאַלד די מ"ע פון ועשו לי מקדש איז אַ שטענדיקע,

י"ל אַז ס'איז אַלעמאָל פאַראַן די מצוה פון עסק אין בנין המקדש,

ד.

ה.

די מצוה באַשטייט ניט נאָר אין דעם עצם לימוד און ידיעה אין תורת הבית,

נאָר אויך אין טאָן כל התלוי בישראל אַז ס'זאָל זיין גרייט און מ'זאָל קענען בויען תיכף 62 ,

ביז אַז דאָס טוט אויף „אין בנין הבית בטל",

כנ"ל.

און דאָס וואָס לעתיד וועט מען בפועל דאַרפן אָנקומען צו „יגלה הקב"ה עינינו ולהבין הסתום בדברי יחזקאל",

אָדער וואָס בכמה ענינים איז דעמאָלט „כשיבנה משה ואהרן יהא עמנו" 63

און זיי וועלן מגלה זיין ווי עס דאַרף זיין -איז דאָס ניט קיין גרעון אין דער מצות העסק בלימוד שהוא בגדר בנין ביהמ"ק,

נאָר דאָס איז אַן עילוי וואָס וועט צוקומען לעת"ל.

ז.

כשם ווי דאָס איז בנוגע צום לימוד ועסק און ידיעה פון צורת הבית כו' עד"ז י"ל איז דאָס אויך בנוגע צום בנין הבית כפשוטו:

ס'איז ידוע אַז אינעם אופן ווי אַזוי דער ביהמ"ק דלעתיד וועט זיין געבויט,

זיינען דאָ צוויי דעות: א)

„יגלה 64

ויבוא משמים שנאמר 65

מקדש אדנ"י כוננו ידיך"; ב)

דער בנין וועט זיין בידי אדם,

משיח וועט בויען דעם ביהמ"ק 66 .

איינער פון די אופנים ווי מען קען מתווך זיין די צוויי דיעות 67

- יש לומר: דער חלק וסוג פונעם בנין וואָס איז מבואר ומובן פון דעם „ספור" אין מס' מדות

(ובלשון הרמב"ם „מעין הדברים המפורשים ביחזקאל"),

וועט געבויט ווערן „בידי אדם"; און די פרטים וואָס זיינען אין סוג פון „אינו מפורש ומבואר",

וועלן נתגלה ווערן משמים ע"י הקב"ה.

[אָדער באופן אחר: דער בנין הבית למטה וועט זיין בידי אדם - ע"י משיח

(וואָס אים וועט מען מגלה זיין דאָס וואָס „אינו מפורש ומבואר"),

און אין דעם מקדש דלמטה וועט זיך „אָנטאָן" דער מקדש שלמעלה 68 ,

ובדוגמת וע"ד אש שלמעלה וואָס האָט זיך אָנגעטאָן אין דעם אש שלמטה - שמצוה להביא מן ההדיוט 69

וואָס דאָס וועט אַריינברענגען די נצחיות אין דעם בנין דלעתיד].

און דערמיט איז מוסבר דער טעם השינוי והחילוק צווישן די ב' דיעות הנ"ל - דעת הרמב"ם אַז משיח וועט בויען דעם מקדש,

און דאָס וואָס דער זהר ומדרשים כו' זאָגן אַז ס'וועט געבויט ווערן בידי שמים:

דער רמב"ם וואָס איז אַ ספר פון הלכות ,

וואָס עפ"י הלכה איז בנין המקדש אַ חיוב מצוה אויף אידן,

דערפאַר איז ער מדגיש דעם חלק פון בנין המקדש וואָס וועט געבויט ווערן דורך אידן

(און דורך דעם זיינען זיי מקיים זייער מצוה בשלימות).

משא"כ די ענינים אין מקדש דלעתיד וואָס וועלן נתגלה ווערן בידי שמים - געהערן ניט צו דעם חיוב ומצות בנין ביהמ"ק,

וואָס ליגט אויף בנ"י.

אָבער אין מדרש וזהר

(פנימיות התורה)

רעדט זיך וועגן שלימות און תכלית המכוון פון מקדש דלעתיד -וואָס דאָס וועט זיך אויפטאָן דורך דעם עילוי אין ביהמ"ק וואָס וועט אויפגעטאָן ווערן מלמעלה,

„בניינא דקוב"ה" 70

- דעריבער זיינען זיי מדגיש דעם בנין וואָס וועט זיין בידי שמים.

ועפ"ז איז מובן דער ענין ווי ער איז לעת"ל,

אַז דאָס וואָס אַ חלק פון מקדש וועט נתגלה ווערן מן השמים,

איז דאָס ניט מחמת אַ חסרון ח"ו אין דער בנין שע"י בנ"א,

דורך משיח צדקנו.

מיטן מעשה הבנין איז מען מקיים די מצוה פון בנין ביהמ"ק בשלימותו,

ולאחר זה קומט וואָס יגלה ויבוא משמים.

ח.

עפ"ז יומתק וואָס דורך דער איצטיקער התעסקות און לימוד וקריי' פון צורת הבית איז „אני מעלה עליכם כאילו הם עוסקים בבנין הבית",

אָדער ווי דער צווייטער לשון „הואיל ואתם מתעסקין בו כאילו אתם בונים אותו"

(און אין ביידע קצוות)

:

וויבאַלד אַז לכל הדיעות וועט דער תכלית שלימות פון ביהמ"ק דערגרייכט ווערן דורכדעם וואָס „יגלה ויבוא משמים" - און דוקא דער חלק

(וואָס ווערט ניט געבויט בפועל דורך בנ"א)

איז גורם די נצחיות אין דעם ביהמ"ק,

ווי דער פסוק זאָגט 71

„אם ה' לא יבנה בית שוא עמלו בוניו בו",

אַז

(דער בית ראשון ושני זיינען „בניינא דבר נש דלית בי' קיומא כלל",

אָבער)

דער בית השלישי וויבאַלד ער איז „בניינא דקוב"ה" וועט ער זיין קיים לעולם -

דאַרף אויסקומען,

אַז דער קיום מצות בנין ביהמ"ק בזה"ז דורך עסק בתורת וצורת הבית דאַרף אויך זיין מעין ודוגמת דעם בנין בפועל ע"י בנ"י לעת"ל - דער חיוב ומצות הלימוד והעסק אין מדות ותבניות וכו' וועלכע בנ"א ווייסן,

אין דעם חלק הבנין וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך בנ"א 72 .

לאידך,

כשם ווי די שלימות פון מקדש לעת"ל וועט דערגרייכט ווערן דוקא דורך דעם וואָס יגלה ויבוא מן השמים כנ"ל,

עד"ז איז אויך אין מצות הלימוד והעסק אין יעדן פרט וחלק פון מעשה הבנין,

אַז אויך אין דעם דאַרף מען אָנקומען צו „ אני מעלה עליהם",

וואָס דוקא דערמיט טוט זיך אויף תכלית השלימות

(דעתה)

אין דעם מצות הבני' דורך עסק אין תורת הבית.

ט.

פון כל הנ"ל איז דאָ אַ הוראה מיוחדת פאַר יעדן אידן: ראשית,

אויף וויפל עס איז מתאים,

ובפרט אין די ימי בין המצרים,

דער עסק אין תורת וצורת הבית מוצאיו ומובאיו וגו',

וויבאַלד דורך דעם איז מען מקיים אין זמן הגלות די מצוה פון בנין הביהמ"ק,

ובמילא איז דאָס גופא מחליש דעם ענין פון חורבן ביהמ"ק

(און גלות בכלל),

און איז מחליש די ימי בין המצרים כו',

און דאָס גופא פּועל'ט,

אַז פון דעם „ כאילו אתם בונים אותו",

ווערט דער בנין ביהמ"ק כפשוטו בגשמיות דורך משיח צדקנו,

און אין דעם ווערט גלייך נתגלה דער ביהמ"ק שלמעלה,

ובמהרה בימינו ממש.

(משיחת מוצש"ק פ' מטו"מ ה'תשל"ט)

Reader controls and commentary are loading.